מיין היינטיגע באזוך אין בלומינגבורג
- דער תהלים איד
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 5374
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
- x 10136
מיין היינטיגע באזוך אין בלומינגבורג
היינט איז מיר אויסגעקומען אז כהאב געדארפט זיין אין די מיטלדטאון אומגעגנט, און וואו גייט מען פאר א שחרית? קיין בלומינגבורג, אין קרית יטב לב.
כ'בין דאס לעצטע מאל דארט געווען מסתמא אזא 7-8 יאר צוריק, כאפנדיג א מעריב אין א בעיסמענט וואס איז דעמאלס געווען "דער ביהמ"ד", וואס איז באשטאנען פון איין היכל.
אצינדער האמיר זיך שוין אנגעטראפן אין א געהעריגן בנין ביהמ"ד, א אונטערשטע שטאק מיט א מקוה און א היכל ביהמ"ד, און א אויבערשטע שטאק מיט מנינים שטיבלעך. אלעס פיין און געשמאק צוגעשטעלט. עטוואס שטעטעלע'דיג / קאנטרי'דיג, אבער טאקע דאס איז זיין חן. עפעס א גרויסער עקסטענשן בויט זיך יעצט צו דעם ביהמ"ד, כהאב נישט פארכאפט צו פרעגן דארט איינעם וואס דארט גייט זיין.
זיך אומקוקנדיג אויף אלעס וואס איז צוגעשטעלט, און זעענדיג ווי עס בויט זיך העעערליכע פרישע בנינים פאר דירות מיט א ברייטקייט, מיט גראז... מיט ביימער.... מיט לופט... איז מיר זאגאר געווארן אומפארשטענדליך וויאזוי איינער וואס געהערט צו די קהילה זאל צאלן דאס געלט פאר א דירה אין קרית יואל! איך וואלט אבסעלוטלי שוין גע'אוינט א דירה און געוואוינט דא אין בלומינגבורג.
הפנים, האמיר געהאט אפאר געשמאקע אויפפאסונגען, לאמיר עס דא מיטטיילן.
קודם, אט איז דער געשמאקער היכל הביהמ"ד וואו מען קען כאפן א געשמאקע לערן פאר'ן דאווענען מיט א ווארימע קאווע:

Re: מיין היינטיגע באזוך אין בלומינגבורג
ביים כאפן א קאווע אינעם האלוועי, זע איך אז מ'דארף אכט געבן ביז וואו מען גייט מיט די קאווע... עד כאן העירוב! שטייט אויפ'ן שילד דא אינדרויסן.
כ'ווייס נישט צו ס'איז אן אמת'ער שילד (ס'דא א געיט ווייטער כמדומה) אדער ס'איז איבערגעבליבן א סיין האט עס איינער דא געלייגט...
כ'ווייס נישט צו ס'איז אן אמת'ער שילד (ס'דא א געיט ווייטער כמדומה) אדער ס'איז איבערגעבליבן א סיין האט עס איינער דא געלייגט...
- דער תהלים איד
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 5374
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
- x 10136
Re: מיין היינטיגע באזוך אין בלומינגבורג
גיימיר כאפן א הייסע מקוה!
דריי טאלער, זייער א פיינע פרייז.
אבער דער חודש פרייז 40 דאלער, דאס איז שוין היבש טייער, אבער כפארשטיי אז מיט ווייניגער תושבים מוז מען בעטן מער אז ס'זאל זיך קאווערן די הוצאות.

די מקוה איז געווען זייער פיין! די שויער איז גאר גוט. א הייסע בור האב איך נישט געטראפן... שוין איז גוט א ווארימע אויך. די אידן וואס גיין אלע טאג אין ווארימע זענען אויך אידן.
ביים ארויסקומען בינעך פון איין זאך שטארק נתפעל געווארן! דאס האב איך נאכנישט געזען ערגעץ אנדערש.
א סערוויס: דער מקוה איד שטעכלט צו קיוטיפ'ס אומזינסט!
אין קרית יואל וואלט זיך דאס אפשר געגרעניצט מיט מאדערנקייט און סושי? כ'ווייס נישט... דארף מען פרעגן דעם גבאי'ן דארט, אבער ס'איז באמת א שיינע סערוויס.
ביים ארויסקומען בינעך פון איין זאך שטארק נתפעל געווארן! דאס האב איך נאכנישט געזען ערגעץ אנדערש.
א סערוויס: דער מקוה איד שטעכלט צו קיוטיפ'ס אומזינסט!
אין קרית יואל וואלט זיך דאס אפשר געגרעניצט מיט מאדערנקייט און סושי? כ'ווייס נישט... דארף מען פרעגן דעם גבאי'ן דארט, אבער ס'איז באמת א שיינע סערוויס.
- דער תהלים איד
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 5374
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
- x 10136
Re: מיין היינטיגע באזוך אין בלומינגבורג
פון צווישן די פילע שטעטעלישקייטן וואס האבן מיר שטארק געפאלן, איז געווען דער האנט-געמאלענער צעטל.
עס האט מיר פשוט דערמאנט פון די אמאליגע "אפיעל" שילדן פארנט פון די מקוה וואו מען זאמלט איין נדבות פאר'ן היי וואכעדיגער אפיעל פאר די ארגענטינע מוסדות.
עס האט מיר פשוט דערמאנט פון די אמאליגע "אפיעל" שילדן פארנט פון די מקוה וואו מען זאמלט איין נדבות פאר'ן היי וואכעדיגער אפיעל פאר די ארגענטינע מוסדות.
- דער תהלים איד
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 5374
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
- x 10136
Re: מיין היינטיגע באזוך אין בלומינגבורג
ליינענדיג די צעטלעך האב איך באגעגנט איין נישט-גוטע בשורה אז דער גמ"ח האט זיך פארמאכט.
אבער לויט ווי א מגיה שרייבט צו, איז דא האפענונג פאר א פרישע גמ"ח.
אבער לויט ווי א מגיה שרייבט צו, איז דא האפענונג פאר א פרישע גמ"ח.
- דער תהלים איד
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 5374
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
- x 10136
Re: מיין היינטיגע באזוך אין בלומינגבורג
זעמיר ארויף אויפן אויבערשטן שטאק צו די מנינים.
באמת שיין געווען צו זען! א געהעריגע געווירבל בליעה"ר.
האמיר געכאפט א מנין, און זייענדיג שוין נאנט צו חצות היום האט זיך אנטוויקלט אזא שטיקל וויכוח צו מען זאל דאווענען הויכע שמו"ע, ווייל עס גייט שוין אויסקומען נאך חצות.
איין איד, מעגליך א העלישויער חסיד... האט ממש געשריגן אז דאס איז "ברכות לבטלה" און מען קען שוין בשו"א נישט מאכן קיין הויכע שמו"ע. בשו"א! ער האט זיך געהלאטן זייער זייער פעסט בעת אנדערע האבן נאכגעזאגט פון דיינים אז מען גייט נאך די שטילע שמו"ע און מען קען/דארף 'יא' דאווענען ווייטער הויכע שמו"ע.
הפנים, די זיסע חצות-סצענעס וואס מ'זעט אפט אין די שולן, היפן נישט איבער בלומינגבורג. מען פארפאסט דארט גארנישט. פארקערט, אפשר איז עס מיט א שמיץ אריבער...
כהאב באמערקט אז אויף דער ערד זענען אויסגעלייגט אייוועלעך. כפי הנראה איז נאכנישט דא געהעריגע סטיעם אינעם בנין.

א קושיא וואס איך האב שוין לאנג, אבער דארט איז עס מיר נאכמער שווער געווארן.
ס'איז דא אסאך אידן וואס דרייען זיך מיט פעך-שווארצע טליתים, און צושליסענע עטרות. איך פארשטיי זיי, ווייל ס'איז בעצם א שווערע לאסט און א שווערע הוצאה דאס קעיר נעמען פונעם טלית. ס'איז גרויסע געלטער, יא מען זינגט אז "א נייע איז ביליגער ווי צו קלינען", אבער דאן קומט צו די עטרה, קלינען און נייען, הקיצור ס'איז באמת א שווערע מעשה.
נאר איך פארשטיי נישט, וואס איז די סיבה פארוואס זיי קויפן נישט א טלית אן קיין עטרה? די פשוטע ווייסע ליינינג איז פיל פיל שענער ווי א צוקאלישטע עטרה! און אזוי קענסטו עס קלינען פאר אפאר גראשן פונקט ווי דיין רעקל.
ווייס איך נישט.
(כהאב אראפגענומען דאס בילד, מ'האט מיר מעורר געווען אז עס קען ווייטון יענעם אויב ער פאלט דא אריין און ער כאפט אז ס'איז זיינס. ייש"כ פארן אויפמערקן)

דאס דאווענען האט זיך געענדיגט ב"ה בכי טוב. באמת א געשמאקע ווארימע דאווענען געווען.
דא ערווארט מיר א סורפרייז!
תיקון? מזונות? עה! פרישטאג!!
געהעריג, ס'איז צוגעשטעלט מיט א ברייטקייט. ברויט, דיפס, פישן, קרעקערס, פוטער, אראנדזש דזשוס, און וואס נישט.
אפגערעדט אז בשעת אזא לחיים פרישטאג קומען ארויף געשמאקע שמועסן... איינס דערפון איז געווען ווען מ'האט דן געווען וועגן עסן נאך חצות, צו ס'איז נאך יא פת שחרית צו נישט... ביז איינער פסק'נט דארט קלאר אפ אז ס'איז ריינע "התגרות באומות"!!!
מ'קוקט אים אזוי אן... און ער זאגט "יא, די גמרא זאגט קלאר אז ס'איז כזורק אבן לחאמאס!"...

- פיילס
-
- IMG_20231228_110758_281.jpg (375.62 KiB) געזען געווארן 708 מאל
- דער תהלים איד
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 5374
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
- x 10136
Re: מיין היינטיגע באזוך אין בלומינגבורג
דאס זענען אלעס בלויז די אומגעווענליכע אויפפאסונגען, אבער ערנסט גערעדט, ווי געזאגט, ס'איז א שיין שטעטל!
כהאב שוין געהאט מחשבות זרות... אבער ניט עכט. נאר אזא העטעך פעטעך, וואלט איך געבוירן געווארן ביי וכו'
אבער איך שיהי' זעמיר נישט אויפ'ן וואסער, ווייל כזעה אז ווער עס וויל קען כאפן און גיין, קח ולך. 5 בעדרוםס.

- IMG_20231228_111150_015.jpg (330.65 KiB) געזען געווארן 701 מאל
- יעקב פריינד
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 36
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 1:19 pm
- x 32
Re: מיין היינטיגע באזוך אין בלומינגבורג
פשיהא אזא שיינע באזוך אין שטעטל! נאך אראפגעלייגט גאר גוט! ס'האט געקאסט א שמייכל.
קודם האסטו געהאט מזל אז היינט איז געווען צוגעשטעלט א פרישטאג...
די עירוב סיין איז אמת ווייל דארט גייט די געט פון די שטעטל ס'גאנץ נאנט (ס'געווען ווייטער מען האט עס ארויפגעריקט ווייל מען בויט די שוהל).
פאר א פיינע הייסע בור גייט מען 4 פארטאגס... אז דו ווילסט דאס אויך אינמיטן טאג גיי צו קערעסטירע ביהמד. דארט איז א הערליכע מקוה מיט צוויי בורות.
די חודש'ליכע קאסט פון מקוה איז $30 נאר פאר אורחים איז עס 40...
סטיעם ארבעט פיין אינעם בנין אבער אין יענע שטיבל נישט. מען האט יעצט געענדיגט גרעסער מאכן די שטיבלעך. נעקסט איז די מקוה.
דער טיי איז מנדב פאר א גאנץ יאר ר' יודא הערש מאנדל. און ער מיט זיין זיסקייט שרייבט ארויס דעים צעטל.
סאונד ווי ס'געווען א שיינע באזוך נעקסטע מאל וועסטו קומען אין איינע פון די הייזער, וועסטו שוין נישט וועלן זיך אוועקציען...

- בערל דער פייפער
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 790
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 6:24 pm
- Location: אין דארף
- x 914
Re: מיין היינטיגע באזוך אין בלומינגבורג
הערליך אראפגעלייגט, דארט געווען בערך א יאר צוריק האט זייער א זיסע שטעטל’דיגע חן.
Re: מיין היינטיגע באזוך אין בלומינגבורג
זייער שיין באשריבן.
זעמיר אויך דארט געווען ארום א יאר צוריק, און אויסטערליש הנאה געהאט.

פוילע מענטשן ארבעטן דאפעלט....
....און דאפעלטע מענטשן ארבעטן פויל.
....און דאפעלטע מענטשן ארבעטן פויל.
Re: מיין היינטיגע באזוך אין בלומינגבורג
אה, דו ביסט געוועהן דער וואס האט זיך היינט ארום געדרייט מיט די (POM) טעלעפאון אין די הענט, מיינסט אז האסט עס געקענט באהאלטן?
מצילי אש ד'ראקלענד - 24/7 עמערדזענסי ליין - 845.426.9111 - לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס!
Re: מיין היינטיגע באזוך אין בלומינגבורג
נא אפשר ברענגסטו א בילד פונעם תהלים איד
אז עפעס איז שווער פרעגט מען וואסאפשט.............
-
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 113
- זיך איינגעשריבן: זונטאג אקטאבער 15, 2023 6:29 pm
- Location: אין באבל....
- x 72
Re: מיין היינטיגע באזוך אין בלומינגבורג
אין קיו-טיפס איז טאקע דא אין גרויסן ביהמ"ד אין קרית יואל, מעגליך אז סאיז מאדערן אבער סאיז דא.
Re: מיין היינטיגע באזוך אין בלומינגבורג
אין ביידע גרויסע איז דא
דאכט זיך מיר
אז עפעס איז שווער פרעגט מען וואסאפשט.............
-
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 221
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג דעצעמבער 08, 2023 10:12 am
- Location: kiryas joil
- x 285
Re: מיין היינטיגע באזוך אין בלומינגבורג
אין קרית יואל איז דא קיוטיפ'ס יעדן טאג אינדרויסן פון מקווה בביהמ"ד הגדול מהר"אדער תהלים איד האט געשריבן: ↑דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2023 6:33 pm די מקוה איז געווען זייער פיין! די שויער איז גאר גוט. א הייסע בור האב איך נישט געטראפן... שוין איז גוט א ווארימע אויך. די אידן וואס גיין אלע טאג אין ווארימע זענען אויך אידן.
ביים ארויסקומען בינעך פון איין זאך שטארק נתפעל געווארן! דאס האב איך נאכנישט געזען ערגעץ אנדערש.
א סערוויס: דער מקוה איד שטעכלט צו קיוטיפ'ס אומזינסט!
אין קרית יואל וואלט זיך דאס אפשר געגרעניצט מיט מאדערנקייט און סושי? כ'ווייס נישט... דארף מען פרעגן דעם גבאי'ן דארט, אבער ס'איז באמת א שיינע סערוויס.
IMG_20231228_103940_984.jpg
Re: מיין היינטיגע באזוך אין בלומינגבורג
מצילי אש ד'ראקלענד - 24/7 עמערדזענסי ליין - 845.426.9111 - לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס!
- דער תהלים איד
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 5374
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
- x 10136
-
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 288
- זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 1:17 pm
- Location: בראשית
- x 566
Re: מיין היינטיגע באזוך אין בלומינגבורג
די ערשטער אין קרית יואל צוצושטעלן קיוטיפ'ס איז געווען היכל יצחק (ז"ל ר' יצחק שווארטץ אין אויך די היכל ליידער) נאך סאך פאר בית יושע.דער תהלים איד האט געשריבן: ↑דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2023 6:33 pm די מקוה איז געווען זייער פיין! די שויער איז גאר גוט. א הייסע בור האב איך נישט געטראפן... שוין איז גוט א ווארימע אויך. די אידן וואס גיין אלע טאג אין ווארימע זענען אויך אידן.
ביים ארויסקומען בינעך פון איין זאך שטארק נתפעל געווארן! דאס האב איך נאכנישט געזען ערגעץ אנדערש.
א סערוויס: דער מקוה איד שטעכלט צו קיוטיפ'ס אומזינסט!
אין קרית יואל וואלט זיך דאס אפשר געגרעניצט מיט מאדערנקייט און סושי? כ'ווייס נישט... דארף מען פרעגן דעם גבאי'ן דארט, אבער ס'איז באמת א שיינע סערוויס.
IMG_20231228_103940_984.jpg
איך טראכט נאך וואס צו שרייבן...
קומט אין אישי
קומט אין אישי
-
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 288
- זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 1:17 pm
- Location: בראשית
- x 566
Re: מיין היינטיגע באזוך אין בלומינגבורג
סטם אראפגעריסן א קהלה בישראל (איך בין אויך נישט קיין חסיד פון דארט) אויף א פאבליק פארום.דער תהלים איד האט געשריבן: ↑דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2023 6:42 pm זעמיר ארויף אויפן אויבערשטן שטאק צו די מנינים.
באמת שיין געווען צו זען! א געהעריגע געווירבל בליעה"ר.
האמיר געכאפט א מנין, און זייענדיג שוין נאנט צו חצות היום האט זיך אנטוויקלט אזא שטיקל וויכוח צו מען זאל דאווענען הויכע שמו"ע, ווייל עס גייט שוין אויסקומען נאך חצות.
איין איד, מעגליך א העלישויער חסיד... האט ממש געשריגן אז דאס איז "ברכות לבטלה" און מען קען שוין בשו"א נישט מאכן קיין הויכע שמו"ע. בשו"א! ער האט זיך געהלאטן זייער זייער פעסט בעת אנדערע האבן נאכגעזאגט פון דיינים אז מען גייט נאך די שטילע שמו"ע און מען קען/דארף 'יא' דאווענען ווייטער הויכע שמו"ע.
הפנים, די זיסע חצות-סצענעס וואס מ'זעט אפט אין די שולן, היפן נישט איבער בלומינגבורג. מען פארפאסט דארט גארנישט. פארקערט, אפשר איז עס מיט א שמיץ אריבער...
כהאב באמערקט אז אויף דער ערד זענען אויסגעלייגט אייוועלעך. כפי הנראה איז נאכנישט דא געהעריגע סטיעם אינעם בנין.
IMG_20231228_123454_465.jpg
פאסט נישט פאר אידטיש
איך טראכט נאך וואס צו שרייבן...
קומט אין אישי
קומט אין אישי
Re: מיין היינטיגע באזוך אין בלומינגבורג
פונקט פארקערט ער ברענגט ארויס די דרייסטקייט פון דעם אידלך לך האט געשריבן: ↑פרייטאג דעצעמבער 29, 2023 1:10 pmסטם אראפגעריסן א קהלה בישראל (איך בין אויך נישט קיין חסיד פון דארט) אויף א פאבליק פארום.דער תהלים איד האט געשריבן: ↑דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2023 6:42 pm זעמיר ארויף אויפן אויבערשטן שטאק צו די מנינים.
באמת שיין געווען צו זען! א געהעריגע געווירבל בליעה"ר.
האמיר געכאפט א מנין, און זייענדיג שוין נאנט צו חצות היום האט זיך אנטוויקלט אזא שטיקל וויכוח צו מען זאל דאווענען הויכע שמו"ע, ווייל עס גייט שוין אויסקומען נאך חצות.
איין איד, מעגליך א העלישויער חסיד... האט ממש געשריגן אז דאס איז "ברכות לבטלה" און מען קען שוין בשו"א נישט מאכן קיין הויכע שמו"ע. בשו"א! ער האט זיך געהלאטן זייער זייער פעסט בעת אנדערע האבן נאכגעזאגט פון דיינים אז מען גייט נאך די שטילע שמו"ע און מען קען/דארף 'יא' דאווענען ווייטער הויכע שמו"ע.
הפנים, די זיסע חצות-סצענעס וואס מ'זעט אפט אין די שולן, היפן נישט איבער בלומינגבורג. מען פארפאסט דארט גארנישט. פארקערט, אפשר איז עס מיט א שמיץ אריבער...
כהאב באמערקט אז אויף דער ערד זענען אויסגעלייגט אייוועלעך. כפי הנראה איז נאכנישט דא געהעריגע סטיעם אינעם בנין.
IMG_20231228_123454_465.jpg
פאסט נישט פאר אידטיש
וואס איז דאס העלישויער?
-
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 288
- זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 1:17 pm
- Location: בראשית
- x 566
Re: מיין היינטיגע באזוך אין בלומינגבורג
מען שטייט די לעצטערע יארן אין מען רייסט אראפ דעם שטעטל, מען לייגט כסדר בילדער פון העלישא שוהל, חלילה נישט שרייבן קרית יטב לב אין די צייטוגען (אין מען פארשטייט בכלל נישט פארוואס די אנדערע זייט וויל נישט רופן בלומינג גראוו שכונת רבינו תם) אפילו דא אויף אידיש שרייבסטו "מיין היינטיגע באזוך אין בלומינגבורג" אין ער פארשטייט נישט פארוואס מעמבערס פון מהרי"י ווילן נישט אהין מופן.דער תהלים איד האט געשריבן: ↑דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2023 6:25 pm היינט איז מיר אויסגעקומען אז כהאב געדארפט זיין אין די מיטלדטאון אומגעגנט, און וואו גייט מען פאר א שחרית? קיין בלומינגבורג, אין קרית יטב לב.
כ'בין דאס לעצטע מאל דארט געווען מסתמא אזא 7-8 יאר צוריק, כאפנדיג א מעריב אין א בעיסמענט וואס איז דעמאלס געווען "דער ביהמ"ד", וואס איז באשטאנען פון איין היכל.
אצינדער האמיר זיך שוין אנגעטראפן אין א געהעריגן בנין ביהמ"ד, א אונטערשטע שטאק מיט א מקוה און א היכל ביהמ"ד, און א אויבערשטע שטאק מיט מנינים שטיבלעך. אלעס פיין און געשמאק צוגעשטעלט. עטוואס שטעטעלע'דיג / קאנטרי'דיג, אבער טאקע דאס איז זיין חן. עפעס א גרויסער עקסטענשן בויט זיך יעצט צו דעם ביהמ"ד, כהאב נישט פארכאפט צו פרעגן דארט איינעם וואס דארט גייט זיין.
זיך אומקוקנדיג אויף אלעס וואס איז צוגעשטעלט, און זעענדיג ווי עס בויט זיך העעערליכע פרישע בנינים פאר דירות מיט א ברייטקייט, מיט גראז... מיט ביימער.... מיט לופט... איז מיר זאגאר געווארן אומפארשטענדליך וויאזוי איינער וואס געהערט צו די קהילה זאל צאלן דאס געלט פאר א דירה אין קרית יואל! איך וואלט אבסעלוטלי שוין גע'אוינט א דירה און געוואוינט דא אין בלומינגבורג.
הפנים, האמיר געהאט אפאר געשמאקע אויפפאסונגען, לאמיר עס דא מיטטיילן.
קודם, אט איז דער געשמאקער היכל הביהמ"ד וואו מען קען כאפן א געשמאקע לערן פאר'ן דאווענען מיט א ווארימע קאווע:
IMG_20231228_104114_123.jpg
איך טראכט נאך וואס צו שרייבן...
קומט אין אישי
קומט אין אישי
-
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 288
- זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 1:17 pm
- Location: בראשית
- x 566
Re: מיין היינטיגע באזוך אין בלומינגבורג
אז דו ווייסט נישט פארוואס ענטפערט בכלל
איך טראכט נאך וואס צו שרייבן...
קומט אין אישי
קומט אין אישי