אוועקגעשטעלט זייער שיינע כללים אבער פון ווי זאל איך זיי וויסן בשעת איך בין נאר אין לב טהורנקודות טובות האט געשריבן: ↑מיטוואך אפריל 09, 2025 10:04 amיתכן אז איך האב מיך נישט אזוי גוט ארויסגעברענגט. איינער שיקט מיר אין אישי ווי פאלגענד.הדסים האט געשריבן: ↑מיטוואך אפריל 09, 2025 12:47 amאייער טענה איז געווארן אדרעסירט דורך @נקודות טובות► Show Spoilerאיך וועל רעדן זייער אפן, און זאגן דעם אמת. לא על כבודי אני דורש, ס'איז פשוט נישט פראקטיש אזא אויפפירונג. ווען עס שרייבט זיך איין איינער, און ער זעהט אז איינער וואס האט איבער 1800 פאוסט אויף זיין רעקארד אויף א רעלאטיוו פרישע פארום זאגט אנדערש ווי דיר, איז נישט מער ווי נארמאל אים צו געבן די דיסענט הומען ריספעקט און לאזן זאגן אנדערש ווי דיין מיינונג. נאך דערצו אז יענער איז אקטיוו אויף א רעגלמעסיגע פארנעם זייט די גרינדונג פונעם פארום, און דו ביסט דא אך ורק פאר לב טהור. פליז ביהעיוו! אזא פראגע וואלט אין קיין פאל נישט געפרעגט געווארן דורך סיי וועלכע ניק וואס דרייט זיך שוין דא א לענגערע תקופה.
מיין ענטפער.אפי' איך האב נאכנישט קיין 1800 פאוסטס אויף מיין ניק וועל איך מיך קריגן מיט דיר איבער איין פוינט
א ניק מיט אסאך פאוסטס מיינט נישט אז זיי זענען גערעכט מיט אלעס וואס זיי שרייבן
איך קען עלטערע אידן אין ביהמ''ד וואס ווייסן נישט בחייכון וביומייכון און איך קען אינגע מענטשן וואס ווייסן א געוואלד
ווייל זיי האבן ווייניגער פאוסטס מיינט נישט אז זייער אינפארמעישאן איז פאלש און זיי האבן פונקט אזא נאמנות ווי א שר שלושים אלף
ס'איז דא צוויי נקודות.
א גאסט דארף האבן א געוויסע איינגעהאלטנקייט ווען ער קומט אויף א פלאץ. אפגעזעהן צו ער איז קלוגער ווי יעדען איינעם אדער נישט. ביסט א גאסט? ביהעיוו! ווען איינער שרייבט זיך איין צו א פארום, איז פשוט נישט עטיש צו גלייך אריינטאנצן אין היציגע שמועסן. קודם כל דא זענען דא מענטשן וואס זענען שוין דא יארן, און עס איז נישט עטיש אלץ גאסט צו אטאקירן. צוויינטס סאיז נישט פראקטיש. דו ווילסט מענטשן זאלן דיר ריספעקטן? דו ווילסט מענטשן זאלן ווילן הערן דיין מיינונג? מיסט אים געבן א געוויסע ריספעקט.
צווייטענס, מיין פוינט איז נישט די צאל פאוסט, נאר אז ניטאמאל מאכט מען די טירחא צו נאכקקוקן וועמען מען אטאקירט. יענער האט דאך 1800 פאוסט, זיי מוחל מאך א סירטש און קוק זיין רעקארד. וואס איז די חשבון פון סתם אטאקירן רעכטס און לינקס? האסט געקוקט יענעמס רעקארד? יענער קוקט דיר אויס ווי א טראלל אדער גאר ווי א לב טהור'ניק? פליז!
להוי ידוע עס זענען דא סייטס וואס די שפראך איז אפעציעל שארף איינער צום צווייטן, נישט קיין נ''מ ווי ניי אדער אלט איך בין,
טאקע דערפאר טענה איך אז מען דארף סענסערן די ערשטע פאר פאסטס ווי אויכעט פארלאנגן א מינומים פון א וואך אדער צוויי פונעם זיך איינשרייבן ביזן קענען שרייבן אן א באשטעטיגונג פון פארדעם,
טאקע כדי ער זאל וויסן אט די כללים פון די שפראך דא אויפן סייט.
כ'האף מען האט מיך פארשטאנען, און אויב נישט וועל איך זיך פרייען צו מאכן קלארער.