וואוילער האט געשריבן: ↑זונטאג אפריל 06, 2025 1:20 pm
אני הק' האב נאך כמעט נישט אריינגעקוקט אין לב טהור טעמע, פון די מינוט וואס ס'האט אנגעפאנגען פארן אין יענעם דירעקציע...
ס'איז ארויף אויף די אומאפעציעלע ליסט מיט אנדערע טעמעס וואס כ'וועל באזוכן ווען איך האלט שוין נאך 3 טעג פלאצן פאר ליידיגן - היו לא תהי'.
און היות עטליכע טעמעס זענען פארפארן אויף אזא ליניע, דערזעה איך מיך ווייניגער ליינען און שרייבן ווי אמאהל.
וואו נעמט מען צוריק די רואיגע און שטילע צייטן פון אידטיש?!
געוואלדיג! געוואלדיג!
די שאלה איז וואס טוהן מיר ווייטער? (כאילו איינער האט מיר געפרעגט...)
דאס איז זיכער אז ווערן איבעגעהיצט איז קיינמאל קיין עסק. עס טאר נישט זיין אזא זאך אז מען זאל אריינוואקן אין א טעמע, און ווערן אפגעבריעט פון די לופט דארט. פערזענליכע פליקערייען איז א no no בכל מקום ובכל זמן, אפילו אויב העלבראנץ אליינס זאל האבן א ניק דא. ווער עס איז אנגעהיצט קעגן לב טהור זאל געבן געלט פאר די עסקנים, אדער וואלענטירן מיט פיזישע הילף, און אויב שפירט ער אז ער האט נישט יוצא געווען זאל ער אראפפארן אהין און פיזיש שלאגן די ארטיגע הנהלה און אוועקכאפן די קינדער דארט בידים. אידטיש איז נישט די פלאץ אדער מיטל מיט וואס צו לערנען א לעקציע פאר סיי וועם! אידטיש איז א פלאץ וואס איז געמאכט געווארן צו פארברענגען ברודערליך צווישן זיך, און דיסקאסירן נייעס, דיבאטירן טעאריעס, און שערן אינפארמאציע!
צווייטענס, איך וויל מיך ערלויבן אביסעל צו באשולדיגן די הנהלה אויך. איך האב מיך אויך קיין סאך נישט געדרייעט אין די לב טהור טעמע, נאר בעיקר האב איך געקליקט אויפן הויפט בלאט אויף די מערסט געלייקטע פאוסט און זיך געטראפן דארט מזמן לזמן. איך ווייס נישט ווער עס איז גערעכט דארט, און איך ווייס נישט צו דער טראלל איז געווען
@עהעם אדער גאר
@על פי תורה. איך ווייס באמת נישט, און עס איז מיר נישט נוגע! איך האב קיין איין פאדקעסט אדער ריקארדינג וכדו' נישט אויסגעהערט איבער די נושא. קיין איינס! וואס יא? אויב
@אסמכתא בעלמא האט ארויסגעשטעלט א פארלאנג איינמאל און נאכאמאל, אז די שמועס זאל נישט ווייטער גיין אין סירקעלס, פארוואס איז גארנישט געטוהן געווארן דערצו? פארוואס לאזט מען אזאנס אנגיין אומגעשטערט? יעצט קום מיר נישט ענטפערן אז מען האט כסדר געמעקט דארט, ווייל נישט דאס איז די אידטיש סטאנדארטן. אויף אידטיש מעקט מען אפציעל ניקס נישט פאוסטס! א ניק וואס קען זיך נישט האלטן צו די פארשריפטן, דארף ווערן אויסגעשפארט! אפגעזעהן צו דאס איז
@עהעם אדער
@על פי תורה. אויב קלערט מען אז די הנהלה איז נישט גערעכט, קען מען אלעמאל אנפרעגן אין אישי אדער קען מען גיין אין פאבליק אין צענזור וכדו' און עס דיבאטירן. אבער סתם טרעטן אויף די ווערדן פון אידטיש? וואס איז פשט דערפון?
דריטענס, עס טאר אין קיין פאל נישט זיין אז עס זאלן אריינקומען פרישע ניקס בבחינת האחד בא לגור וישפוט שפוט, און אנהויבן דרייען די סייט אנדערש ווי די אלטגעזעצענע ניקס ווילן. עס ליגט א פליכט אויף יעדן פרישע ניק זיך צוצוקוקן ווי אזוי די סייט פונקציונירט, און זיך צושטעלן מיט ריספעקט ווי געשריבן
דא. יא, מיר האבן די רעכט צו פארלאנגען אז די סייט זאל געפירט ווערן לויט אונזער רוח. עס איז נישט מער ווי ריכטיג אז די וואס האבן אוועקגעשטעלט אידטיש אלץ פאקט, און די וואס האלטן דאס אקטיוו אויף א טעגליכע פארנעם זאלן האבן א מיינונג מער ווי פרישע ניקס וואס איינמאל לב טהור איז אראפ פון די מאפע גייען זיי צוריק צו וואו זיי זענען געווען בעפאר. פרישע ניקס דארף אלעמאל זיין בבחינות כמה כמה בטל. אויב רוב אקטיווע וועטעראן ניקס באשליסן אז עס געפעלט זיי נישט עפעס, דאן דארף קומען א טויש.
@שאינו יודע לשאול וואס האלט איר?