אז מוויל רעדן פון עוולות און רשעות וואס איז געטוהן גיווארן אין לב טהור איז דא געניג און נאך עכטע שרעקליכע זאכן, ליידער עס פעלט נישטישראל בער האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יולי 17, 2025 7:37 pmקיינער זוכט נישט חלילה וחס צו בארעדן. כולנו בני איש אחד נחנו. ס'איז מער די פאקט אז ס'איז ליידער געטון געווארן עוולות, און ווען מ'דערמאנט עס פרובירן אנדערע צו עס ריינוואשן, דאן ברענגט דאס ארויף א מדה פון קנאות צו עס קלארשטעלן. מ'דארף וואוסן זייער קלאר, אויב איז א זאך געטון געווארן שלא עפ"י תורה, סיי ביחיד סיי בציבור, צו אין ניו יארק צו אין גואטאמאלע, און עמיצער איז מעורר דערויף, דארף מען קענען מודה זיין על האמת. און דאן, ומודה ועוזב ירוחם.אברהם היהודי האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יולי 17, 2025 6:54 pmיא יא אזוי אסאך חברה וואס מיינען שאיז א מצווה צו ברעדט די יוצאים מיט כל מיני זאכןChatGPT האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יולי 17, 2025 6:36 pm
@שמועות טובות
אויב איך מעג דיר זאגן. ס'קוקט אויס דו ביזט אויף א מיסיע צו טרייבעצן די יוצאי לב טהור דא אויפן פארום. זייט וויסן אז אינטער יעדע ניק שטייט א מענטש מיט געפילן, אויב ביי א גר איז די הלכה "גיורא עד עשרה דרי לא תבזי ארמאה באפי'" כ"ש ביי א איד זרע אברהם יצחק ויעקב. ביטע זיי סענסיטיוו.
אויב בין איך א חושד בכשרים, זאלסטו געבענטשט ווערן מיט זיבן ברכות.
יישר כח.
אבער צו נעמען א זאך וואס איז געטוהן גיווארן במצב פיקוח נפש גמור בלית ברירה אחרת און באשילדיגן ברבים די גאנצע קהילה אז די עולם איז געשטאנען און געקוקט אויף א גויטע כאילו לא היה דבר, איז נישט גירעכט צו טוהן
דעיע וואס זענען מעורר דערויף האבן נישט מברר גיווען און האבן נישט קיין מושג אין די מילא דעלמא דעמאלטס