גרינטליך האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יולי 17, 2025 3:21 pm
איה מקום כבודו האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יולי 17, 2025 2:54 pm
איך האב פרובירט יעצט צו געבן די ערשטע מעטשינג פון $500 אבער די דרייוו סיסטעם לאזט עס נישט דורך ער טענה'ט אז איך בין נישט קיין מענטש (humen)
העמיר פרובירן שפעטער פון אן אנדערע דעווייס
אפדעיט - אדורך
WOW!!!
@איה מקום כבודו
מיר אלע זענען משתחווה מול כבודו
מיר זאגען דיר זייער פלינק
ס'גייט נישט נעמען קיין סאך בלינקס
ביז מיר אלע וועלען דיר אויסזעקלען
ווייל מיר וועלען אונזער געלט אויספעקלען
ווילען מיר אין אזא גרויסע טאג פון ברית מילה זאגען
שניאור זלמן כלל ישראל פרייט זיך מיט דיר פארמאגען
מיר וועלען באווארפען הרב כאירה מיט געלט
צי קענען העלפען דיר מיט דיינע 5 חברים'ס צייטווייליגער געצעלט
מיר בלייבען אלע דא גראמען
ביז ענק וועלען אנקומען אל המנוחה והנחלה ציזאמען
רבותי געלט, געלט, געלט איז נישט קיין גראם
אבער פיטערען די ריכטיגע עניים טוהט דאס אוועק נעמען זייער פיין
https://www.dryveup.com/mission/50400
לאמיר זען מיר זאלען היינט נאכט $6,000 דא מאכען
כדאי די באנק זאל נישט דא קראכען!!!
לייקס זענען זייער שיין
לייקס זענען גאר פיין
מען אפרישייט דאס זייער
אבער ס'דא וואס איז מער טייער
פון אלעס געלט מען טוהט אויסקוועטשען
אבער ווי די הייליגער בארדיטשיווער האט געטוהן שפרעכען
מעורר זיין ברחמים זוכען מיר אלע
בפרט ערב שבת פינחס א זמן מתעלה
וואס איז אויכעט שבת מברכים אב
ווען מיר בעטען אלע נעם אונז שוין צירוק צי אונזער האב
דעם בית המקדש השלישי במהרה
געדענקען מיר אלע גדולה צדקה המקרבת הגאולה
לאזען א טרער א הייסע
פאר שניאור זלמן דאס איז א לייכטע מעשה
אבער געבען זיך א ציפ, און משלשל זיין
א פאר הונדרעט דאלער, איז א סאך מער וואוילזיין
ווינטשען מיר אלע אן די א גוט טאג
מיר זאלען אלע זוכה זיין צי א סאך ישועות טוהן פארמאג
לאמיר זען ווער כאפט די ערשט $180 נתינה יעצט
וועט ער האבען א מתן בסתר די בעסט
דא איז די לינק צי כאפען א מצווה א ברכה
וואס האט אין דעם פדיון שבוים, ממש הצלה
https://www.dryveup.com/mission/50400