איך וויל מיך נישט דא אריינמישן אין די פאליטישע געפעכטן צווישן די גרויסע קארפן קעפ פון די צוויי גרויסע פראקציעס, ווער עס האט יא אדער נישט געהאלפן, און ווער עס האט יא אדער נישט געשטערט, וכו' וכו'
אבער איין נקודה פיל איך אז עס מוז ווערן קלארגעשטעלט דער אמת.
בנוגע דאס וואס געוויסע ווילן זייער שטארק פרובירן איינצורעדן (זיך אדער יענעם) אז פערל'ס האט געווארנט פאר די פעלדער געזעץ אז עס גייט מאכן א חורבן,
איז אינטערסאנט אראפצוברענגען צוויי אויסצוגן, וואס פון דעם וועט יעדער איינער קענען זעהן ווי שטארק פערל'ס האט געהאלטן אז די געזעץ קען מאכן א חורבן...
ערשטנס,
אן אויסצוג פון די ווערטער פון הרה"ח
ר' יואל ראזענפעלד פון באבוב (מראשי ומייסדי פערל'ס), בשעת א דינער לטובת מוסדות באבוב 48 פאריאר חודש אדר תשפ"ד לפ"ק, וואו עס איז פארגעקומען א פאנעל צווישן ר' יואל רז"פ מיט ר' משה דוד נידערמאן און אבי שיק איבער די גזירת החינוך.
דארט איז געווען א גאנצע שמועס איבער די פעלדער געזעץ, און זיי זענען מסביר וואס דער פעלדער געזעץ האט געדארפט אויפטוהן אז מען זאל קוקן אויף די סך הכל פון גאנצע עדיוקעשאן, און די קאורט קעיס וואס איז געווען דערויף.
זאגט דארט ר' יואל ראזענפעלד אינמיטן:
איך געדענק דער רב זאל זיין געזונט האט געהאלטן אינמיטן מצות באקן ערב פסח, און ר' חזקל ראזענבערג און איך האבן באקומען דעמאלס פאון קאלס פון גאווערנער קאומא'ס אידישע ליעזאן, אז אונז זאל מיר זעהן אז דער רב זאל רופן שמחה פעלדער און איהם זאגן HE SHOULD BACK OFF, ווייל ער איז דעמאלס געווען אין א פאזיציע וואו מען האט בעסיקלי דעמאלס אויפגעהאלטן די גאנצע בודזשעט פון ניו יארק סטעיט, און זיי האבן געוואוסט אז טאמער דער רב וועט רופן וועט ער בעקן אפפ, און די סוף איז געווען פארשטייט זיך אז מען האט נישט גערופן אז ער זאל בעקן אפפ, און ס'איז געווען א צוזאג פון די גאווערנער'ס אפיס אז די געזעץ וועט דורכגיין אזויווי ס'איז, אבער למעשה אזוי ווי מ'האט דא געהערט אזויווי יו"ט האט זיך אנגעהויבן, האבן זיי געטוישט אפאר ווערטער די לעצטע מינוט, און דאס האט צוגעברענגט אז ס'זאל נישט האבן אויפגעטון דאס וואס ס'האט געדארפט,
מען קען דא הערן די אויסצוג
יעצט האב איך א מורא'דיגע טענה אויף פערל'ס,
אז אויב זיי האבן יא געוואוסט פאראויס אז די פעלדער געזעץ גייט מאכן א חורבן, און זיי האבן אזוי שטארק געווארנט אקעגן דעם,
דאן ווען עס אונטערגעקומען די געלעגענהייט אונטער זייערע הענט, אז מען האט גערופן פונעם גאווערנער'ס אפיס צו איינעם פון די ראשי פערל'ס,
וואלטן זיי דאך געקענט איינשפארן די שרעקליכע חורבן וואס דער געזעץ גייט ברענגען,
און זיי וואלטן געקענט צונישט מאכן דעם געזעץ מיט איין פאון קאל, וואס ר' יואל רז"פ זאל זעהן אז דער באבוב'ער רב זאל רופן שמחה פעלדער צוריק צו בעקן,
און היתכן זיי האבן דאס נישט אויסגענוצט און געלאזט עס זאל צוקומען צו אזא חורבן פון די פעלדער געזעץ....