מיר מאכן ב"ה סענס למפרע, און מיר האבן דעקונג למפרע, אויסדרייען און אריינלייגן אייגענע בויך קרעמפן אין "יענעמס" דיבורים בו בזמן ווען מען דערקלערט אז מען איז גרייט אפצווישן דעם עבר איז אביסעל אבסורד אבער כלל נישט חידוש מיטהאלטנדיג דעם זה דרכם כסל למו פון די פארגאנגענע צען יאר לכל אורך הדרך.דער תהלים איד האט געשריבן: ↑מאנטאג מאי 19, 2025 2:53 pmמיטב הגיון האט געשריבן: ↑מאנטאג מאי 19, 2025 12:02 pmאיך פאר מיר בין נישט אינטערעסירט צו האלטן גארנישט, מיר איז פונקט אזוי גוט אז ער האט נישט געארבייט דערויף, (דער אייבירשטער זאל העלפן אז מען זאל נישט דארפן אהנקומען צו דעם טאג וואס מען וועט זיך שלאגן און נעמען קרעדיט פארן נישט ארבעטען דערפאר...) דער מציאות איז אז ער האט גאר שווער געארבייט דערפאר, און בעיקר צוליב די אויבנדערמאנטע סיבות. און ווי איך האב שוין געשריבן אויבן איז די עצם געזעץ אין א געוויסן זין יצא שכרו בהפסדו.Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: ↑מאנטאג מאי 19, 2025 11:50 am און? ער האט שטארק געוואלט, און ער האט אפילו אביסל געהאלפן. זיין עיקר הילף איז געווען טאקע דאס אז מען זאל נישט שטערן. אבער אויך האט ער געקאנטאקט א געוויסן עסקן בעטן יענער זאל רעדן מיט סענאטארן און זיכער מאכן אז זיי גייען שטימען יא פאר די בודזשעט. אויב דו האלטסט אז דאס הייסט יא "געארבעט דערפאר" קען איך באשטיין צו מסכים זיין. דאס מאכט נישט אויס.
איך וויל נישט דא שרייבן טשעפעדיג, אבער אפשר כאטש ערנסט. יעדער איז גרייט צו אפווישן דעם עבר, אבער נאר אויב דער הוה גייט נארמאל, מיט'ן אמת, אן קיין חושערייען אויף קיינעמס חשבון.
דאס וועט אין ערגעץ נישט פירן. טעיק מיי ווארד, מענטשן זענען נישט נאריש. מ'קען נישט, מ'קען נישט, מ'קען נישט פאָאָלן די וועלט, זיכער נישט פאר א לאנגע צייט.
אויב דו גייסט אנהויבן מיט יצא שכרו און אנדערע וועגן צו דרייען די מעשה, וועסטו מוזן גיין אויף צוריק און מאכן אלעס זאל למפרע האבן געמאכט סענס.
1) פעלדער געזעץ דערגרייכונג, פרעסע קאנפערענץ חוה"מ פסח - 2) פערלס האט פאראויס געווארנט, גיין מיט "אלבאני" איז א חורבן! - 3) אינדארסין זעלדין קיין "אלבאני" צו ראטעווען חינוך - 4) אנשטאט אויסוועלן פעטוועי 6 גייט מען נאר שיקן א "אסעסמענטס בריוו" - 5) פעטוועי 6 איז א וועג ארויס, ווייל SED קריכט אראפ פון בוים אדאנק פערלס - 6) נייע געזעץ צושטאנד געקומען דורך UJO אינטערווענץ ביי זייער סענאטאר - 7) געזעץ איז נישט קיין חידוש, זעלבע מהלך ווי די פעטוועי פון SED - און 8) געזעץ איז יצא שכרו בהפסדו.
ביטע, ביטע, ביטע. מ'טאר זיך נישט איינרעדן אז מ'קען איינרעדן.
יעצט וועלן מיר דאס אביסל צונעמען, און אויב וועט זיין צייט וועט מען שפעטער צושטעלן די מקורות דערצו:
1) פעלדער געזעץ דערגרייכונג, פרעסע קאנפערענץ חוה"מ פסח - 1) פעלדער געזעץ דערגרייכונג, פרעסע קאנפערענץ חוה"מ פסח קעגן די רדיפות, נישט צו אפלאדירן דעם פעלדער געזעץ -
"דער איד" קען היינט איבערלייגן זייער דעמאלסטדיגן ארטיקל און ס'מאכט סענס למפרע, דער בלאט קען נישט...
2) פערלס האט פאראויס געווארנט, גיין מיט "אלבאני" איז א חורבן! - 2) פערלס האט פאראויס געווארנט, גיין מיט "אלבאני" דער פעלדער געזעץ איז א חורבן! -
3) אינדארסין זעלדין קיין "אלבאני" צו ראטעווען חינוך - אבסאלוט
4) אנשטאט אויסוועלן פעטוועי 6 גייט מען נאר שיקן א "אסעסמענטס בריוו" - מען וועלט אויס פעטוועי 6 דורך שיקן א בריוו
5) פעטוועי 6 איז א וועג ארויס, ווייל SED קריכט אראפ פון בוים אדאנק פערלס - פעטוועי 6 קען זיין א וועג ארויס, און נאך א וועג צו פייטן די SED אראפצוקריכן פון בוים
6) נייע געזעץ צושטאנד געקומען דורך UJO אינטערווענץ ביי זייער סענאטאר - גערעכט (מיר האבן שוין געהאט א קאנווערסעישאן דערוועגן... וועל מיר נישט איבער'חזר'ן...)
7) געזעץ איז נישט קיין חידוש, זעלבע מהלך ווי די פעטוועי פון SED - אקוראט
8) געזעץ איז יצא שכרו בהפסדו. היות דא איז די תגובה נאך פריש און הענדי וועל מיר דאס ציטירן, און יא, מיר האלטן זיך דערצו.
מיר מאכן ב"ה סענס למפרע און אויף די הווה און דער אייבירשטער זאל העלפן אויך אויף להבאמיטב הגיון האט געשריבן: ↑מאנטאג מאי 19, 2025 10:57 am
פאר די וואס האבן שוין גענומען ביז יעצט פעטוועי 6, איז דאס בעצם אריינלייגן די פעטוועיס אין די געזעץ נישט צו קיין גרויסע טויש, אויפן עצם געזעץ מאכט דאס טאקע אביסל לייכטער די פעטוועיס און נעמט אוועק אויף דערווייל די רעוויוו פראצעדור, אבער נישט צוליב דעם האט מען דאס אזוי שטארק געוואלט, ווייל עס איז אין א געוויסן זין יצא שכרו בהפסדו.
בעיקר וואס מען האט דאס געוואלט איז צוליב וואס עס לייגט אריין מער ווייניגער יעדעם איינעם אין זעלבן טאפ, און די מוסדות וואס זענען שוין געווען אונטער רעוויו געט עס אויך א געלעגנהייט צו קענען אריינקומען אונטער די פעטוועי פראצעדור, (הגם ליידער ווי מען זעהט מיט די היינטיגע נייעס קוקט נאך אויס אז מען וועט נאך דארפן אביסעלע שוויצן אז דאס זאל צושטאנד קומען) וואס דאס אז די סטעיט האט שוין געהאלטן אזוי ווייט אין די פראצעדור פון דערקלערן אז מען נישט עקוויוועלענט איבערהויפט מיט די טענה אז זיי ענטפערן נישט נארמאל און מאכן פורים און ווילן בדווקא נישט זיין סובסטענשאל עקוויוועלענט, וואלט געקענט זיין א שטארקע שטער אין די ווייטערדיגע באמיאונגען צו פייטן די גזירה, דעריבער האט מען דאס געוואלט.