כת לב טהור אין גוואטעמאלע

נייעס אין אונזער קווארטאל
ישראל בער
פרישער באניצער
פאוסטס: 28
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג מאי 15, 2025 5:55 pm
x 92

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך ישראל בער »

על פי תורה האט געשריבן: מיטוואך יוני 11, 2025 1:51 pm
עריק האט געשריבן: מיטוואך יוני 11, 2025 1:43 pm תכלית איז ר' ינושע העכט נאך אינוואלוד אדער נישט?
און וואס איז מיט ר' חיד"א ווייס?
די 2 עסקנים וועלעכע פירן די מערכה זענען ר' אברהם גרינהוט און ר' יואל יושע העשיל בלום
אונטער זיי ארבעטן עטליכע עסקנים
חוץ מזה איז דא דער דעת תורה הברורה פון הגאון הגדול ר' חיד''ו ווייס וועלעכע איז כסדר בקשר מיט די עסקנים און איז דא צו העלפן מיט וואס ער קען נאר, אזוי אויך פרעגט מען אים כסדר אן לדעת המעשה אשר יעשון
ר' יושע העכט איז גערופן געווארן בתחילת המערכה דורך ר' חיד''ו, ער האט שטארק ארויסגעהאלפן מיט 'אווערנעס', ארומגיין צו רבנים, און מיטן שיקן וואלנטירן צו די שעלטערס. לעת עתה איז ער ער נישט אזוי אינוואלווד היות מ'קען ליידער נישט אריין גיין אין די שעלטערס.
נעכטן נאכט זענען די צוויי, הג"ר חיד"ו ווייס און הרב יהושע העכט, געשטאנען אויפן גאס אין פארנט פון סאטמארער רבי'נס הויז אויף בעדפארד עוועניו און געשמועסט. די סברא איז אז זיי זענען ביידע ארויסגעקומען פון דארט.
ריכטיג
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 114
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 12:54 pm
x 50

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך ריכטיג »

וואסי פשט פון די באריכטן אז דער אמעריקאנער אמבעסאדע גייט נעמען קאסטעי אויף א חתונה געהאטע פאר פאלק און זייער קינד צוזאמען?
רייכסטאג איז נישט ריכטיג!
שמועות טובות
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 378
זיך איינגעשריבן: זונטאג דעצעמבער 22, 2024 2:23 pm
x 1191

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך שמועות טובות »

ריכטיג האט געשריבן: מיטוואך יוני 11, 2025 2:58 pm וואסי פשט פון די באריכטן אז דער אמעריקאנער אמבעסאדע גייט נעמען קאסטעי אויף א חתונה געהאטע פאר פאלק און זייער קינד צוזאמען?
דא איז ער דאס מסביר
viewtopic.php?p=180145#p180145
ריכטיג
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 114
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 12:54 pm
x 50

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך ריכטיג »

שמועות טובות האט געשריבן: מיטוואך יוני 11, 2025 3:04 pm
ריכטיג האט געשריבן: מיטוואך יוני 11, 2025 2:58 pm וואסי פשט פון די באריכטן אז דער אמעריקאנער אמבעסאדע גייט נעמען קאסטעי אויף א חתונה געהאטע פאר פאלק און זייער קינד צוזאמען?
דא איז ער דאס מסביר
viewtopic.php?p=180145#p180145
איך האב עס געהערט, און פון דארט פרעג איך טאקע.

וואס מיינט אז די עמבעסי נעמט קאסטעדי? זיי גייען וואוינען אין די עמבעסי, מער ווייניגער פון איין שעלטער צום צווייטן?
און בכלל, גייען זיי צוזאמען, אדער די רעגירונג האלט זיי צוטיילט ביז זיי ווערן אויס מיינערס?
רייכסטאג איז נישט ריכטיג!
הדסים
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1849
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 04, 2025 9:23 pm
x 3262

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך הדסים »

געדרונגען האט געשריבן: מיטוואך יוני 11, 2025 1:35 pm
מסתמא האט געשריבן: מיטוואך יוני 11, 2025 1:28 pm
גרינטליך האט געשריבן: מיטוואך יוני 11, 2025 12:59 pm
יישר כח פארען געבען צי פארשטיין, וואס מען רעט פין.
100% גערעכטיגער סברא.
נישט אז עס נעמט אווער אפילו א משהו פין פדיון שבוים, אבער דער אויסדרוק "נישט וויי געטוהן א פליג" איז אויך נישט אין גאנצען אמת לויט דעם.
איך וועל דיר ענטפערן, כהאף אז דו וועסט פארשטיין. עס איז דא אמאל א רשע בטבע, ער טרעפט וואו צו ווייטון א צווייטן. נאכדעם איז דא א צדיק מיט מידות תרומיות, אן עדין, למעשה אבער איז ער זיך טועה און טוט וויי א צווייטן. וועסטו נישט פארשטיין אז בעצם רעדט מען דא פון א איד וואס טשעפעט נישט קיין פליג? א ודאי יא! עפעס וואס איז נישט מהותו, טבעו, ורצונו, איז נישט ער. ער טשעפעט נישט קיין פליג. ומאי דהוה (אויכעט איז נישט געווען ווער ווייסט וואס) איז אויכעט בעצם נישט זיין שולד בכלל.
דאס הערט זיך א חילוק פין קצות.
קום אריין מיט קלארע לוגיקער דיבורים פליז
ממש א קצות... אזעלכע פשוטע שכל'דיגע ווערטער.

לערן אביסל וועסטו וויסן וואס קצות איז און אפשר העסטו אויך קענען שדים שפראך
אז יענער איז עקסטרעם רעכט ווער נישט דעריבער עקסטרעם לינק.
מים חיים
פרישער באניצער
פאוסטס: 59
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 2:03 pm
x 129

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך מים חיים »

סענס אף יומער האט געשריבן: מיטוואך מאי 14, 2025 10:54 am ...
אויפן ארט האט מען אפגעפינען צוויי אויסבאהאלטענע בחורים; שלמה פסח עזריה גאלדמאן, 17 יאר אלט, בן פנחס אהרן יחזקאל בן שמואל מיכאל יודא, חתן אברהם יודא לייבוש מלכא (טאטע פון חיים צבי).
....
ברוך אברהם האט געשריבן: דינסטאג יוני 10, 2025 12:02 am
סענס אף יומער האט געשריבן: מאנטאג יוני 09, 2025 12:57 pm ...
די רעדע איז פון משפחת פנחס אהרן יחזקאל גאלדמאן בן מיכאל ארי' חתן לייבוש מלכא, און די עלטערן האבן איבערגעגעבן resource אויף זייער איינציג קינד פאר די מאמע'ס ברודער מענדי מלכא פון מאנסי.
...
א מאמע מיט א יונגע בעבי צען חדשים אלט, וואס האט פארברענגט מער צייט אין זיין לעבן אין שעלטער ביי פרעמדע ווי מיט די אייגן מאמע....
...
האבן זיי א 17 יעריגע קינד אדער א בעיבי פון 10 חדשים? אדער ביידע
האבן זיי נישט נאך קינדער?
קרני פרה
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 256
זיך איינגעשריבן: מיטוואך מאי 07, 2025 1:06 am
x 1659

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך קרני פרה »

IMG-20250611-WA0002.jpg
IMG-20250611-WA0002.jpg (234.58 KiB) געזען געווארן 1520 מאל
פון מאמענט
הייליג
פרישער באניצער
פאוסטס: 21
זיך איינגעשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 18, 2023 11:13 am
x 119

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך הייליג »

גרינטליך האט געשריבן: מיטוואך יוני 11, 2025 2:28 pm
טלית האט געשריבן: מיטוואך יוני 11, 2025 1:54 pm
הייליג האט געשריבן: מיטוואך יוני 11, 2025 10:20 am

ווי איז די גרויסע "דיסלייק" קנעפל?
א קלארע תירוץ וואלט געווען די שטערקסטע דיסלייק.


טלית האט דאס געזאגט און ווען על פי תורה האט געשריבן אז ער האט עס שוין פארענטפערט האט ער זיך אנטשולדיגט אז ער האט עס פארזען, קומט דער "גרינטליכער" חכם און צוטירט די זעלבע.... לאמיר "גרינטליך" פארשטיין וואס ער וויל...
הלבלר בקולמסו
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 788
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 11, 2024 2:53 pm
x 1211

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך הלבלר בקולמסו »

ישראל בער האט געשריבן: מיטוואך יוני 11, 2025 2:55 pm
על פי תורה האט געשריבן: מיטוואך יוני 11, 2025 1:51 pm
עריק האט געשריבן: מיטוואך יוני 11, 2025 1:43 pm תכלית איז ר' ינושע העכט נאך אינוואלוד אדער נישט?
און וואס איז מיט ר' חיד"א ווייס?
די 2 עסקנים וועלעכע פירן די מערכה זענען ר' אברהם גרינהוט און ר' יואל יושע העשיל בלום
אונטער זיי ארבעטן עטליכע עסקנים
חוץ מזה איז דא דער דעת תורה הברורה פון הגאון הגדול ר' חיד''ו ווייס וועלעכע איז כסדר בקשר מיט די עסקנים און איז דא צו העלפן מיט וואס ער קען נאר, אזוי אויך פרעגט מען אים כסדר אן לדעת המעשה אשר יעשון
ר' יושע העכט איז גערופן געווארן בתחילת המערכה דורך ר' חיד''ו, ער האט שטארק ארויסגעהאלפן מיט 'אווערנעס', ארומגיין צו רבנים, און מיטן שיקן וואלנטירן צו די שעלטערס. לעת עתה איז ער ער נישט אזוי אינוואלווד היות מ'קען ליידער נישט אריין גיין אין די שעלטערס.
נעכטן נאכט זענען די צוויי, הג"ר חיד"ו ווייס און הרב יהושע העכט, געשטאנען אויפן גאס אין פארנט פון סאטמארער רבי'נס הויז אויף בעדפארד עוועניו און געשמועסט. די סברא איז אז זיי זענען ביידע ארויסגעקומען פון דארט.
האסט נישט גענומען קיין בילד?...
קרישקע
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 170
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 1:00 pm
x 288

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך קרישקע »

בנצי האט געשריבן: מיטוואך יוני 11, 2025 3:14 am
על פי תורה האט געשריבן: דינסטאג יוני 10, 2025 6:01 pm
סאלי האט געשריבן: דינסטאג יוני 10, 2025 3:57 pm

סאיז זייער אינטערסאנט
איר פארשטייט א תיבה אחת ?זולת לא בזולת זולת בזולת בזולת ווס רעדט מען דארט שדים שפראך?
ביטע נישט מאכן ליצנות פון יחידים
ובפרט פון אן איש צדיק וואס יעדער ווייסט אז ער איז אן אמת'ע עובד השם
ער האט קיין פליג אויפן וואנט נישט געטשעפעט
און איז בייזוויליג אריינגע'נער'ט געווארן דורך שלעכטע מענטשן
זייער טיף
זולת ולא בזולת איז קבלת הראשונים
רצון לקבל איז בעל הסולם
מ'קען הערן דא קבלה חב"ד ברעסלאוו
זאג נישט שדים שפראך נאר זעץ דיך לערנען אז נישט העסטע בלייבן אן עם הארץ
דאס אז שלמה האט געקענט די אלע זאכן איז א דבר ידוע
די גרויסע שאד איז אז די אלע הויכע זאכן זענען אריינגעפאלן ביי שמיציגע כלים [נישט חלילה ר' אלעזר אליין ער איז באמת א עובד ה' בתמימות]
דו קענסט אבער היינט קויפן די זאכן ב"ה ביי גוטע פלעצער אויך, גיי צו ר' איטשע מאיר מארגענשטערן וכיוצא
און בכלל פון די גאנצע שלמה פרשה נעם איך ארויס אז אין קבלה און חסידות דארף מען האבן א רבי מובהק מיט א ביטול און הכנעה און אז נישט פאלט מען אריין אין קליפות
1000% אגרי, און מען זעט טאקע פון וועלכע קהילה זענען אסאך וואס זענען דארט אריין געפאלן, ואין כאן מקום להאריך
כבוד מלכים
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 177
זיך איינגעשריבן: זונטאג מערץ 02, 2025 2:50 pm
x 705

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך כבוד מלכים »

בנצי האט געשריבן: מיטוואך יוני 11, 2025 3:14 am
על פי תורה האט געשריבן: דינסטאג יוני 10, 2025 6:01 pm
סאלי האט געשריבן: דינסטאג יוני 10, 2025 3:57 pm

סאיז זייער אינטערסאנט
איר פארשטייט א תיבה אחת ?זולת לא בזולת זולת בזולת בזולת ווס רעדט מען דארט שדים שפראך?
ביטע נישט מאכן ליצנות פון יחידים
ובפרט פון אן איש צדיק וואס יעדער ווייסט אז ער איז אן אמת'ע עובד השם
ער האט קיין פליג אויפן וואנט נישט געטשעפעט
און איז בייזוויליג אריינגע'נער'ט געווארן דורך שלעכטע מענטשן
זייער טיף
זולת ולא בזולת איז קבלת הראשונים
רצון לקבל איז בעל הסולם
מ'קען הערן דא קבלה חב"ד ברעסלאוו
זאג נישט שדים שפראך נאר זעץ דיך לערנען אז נישט העסטע בלייבן אן עם הארץ
דאס אז שלמה האט געקענט די אלע זאכן איז א דבר ידוע
די גרויסע שאד איז אז די אלע הויכע זאכן זענען אריינגעפאלן ביי שמיציגע כלים [נישט חלילה ר' אלעזר אליין ער איז באמת א עובד ה' בתמימות]
דו קענסט אבער היינט קויפן די זאכן ב"ה ביי גוטע פלעצער אויך, גיי צו ר' איטשע מאיר מארגענשטערן וכיוצא
און בכלל פון די גאנצע שלמה פרשה נעם איך ארויס אז אין קבלה און חסידות דארף מען האבן א רבי מובהק מיט א ביטול און הכנעה און אז נישט פאלט מען אריין אין קליפות
דאס האט שוין הגה"ק רבי משה ארי' פריינד זצ"ל געזאגט אויף אים כמעט 40 יאר צוריק.
צו פירן א חבורה דארף מען האבן קבלות, מיט הייליגע אויסגעטרעטענע מסורה.

א יוצאי פון לב טהור האט מיר פארציילט אז גאר לאנגע שמועס וואס ער האט געהאט מיטן פירער. (אפשר א צווייטע מאל וועל מיר עס דא ארויפלייגן) דער תמצית היוצא איז אז שלמה אליינס האט אויך נישט געוואוסט פונקטליך וואס ער וויל, ער האט גענישטערט און געזוכט, בין קודש לחול, בין טומאה לטהרה, פון געלויבינג צו גלויבינג רח"ל.

אלעס ווייל ער האט קיין דרך נישט געהאט
ישיבה בחור פון ירושלים
ניי צום טיש
פאוסטס: 12
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מאי 05, 2025 9:52 pm
Location: ברוקלין
x 30

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך ישיבה בחור פון ירושלים »

איינער מיט אפדעיט פון היינט ?
אוועיטער
סענס אף יומער
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 509
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יאנואר 02, 2025 3:03 pm
x 5699

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך סענס אף יומער »

פרישע דראמאטישע אנטוויקלונגען אויפן פראנט אין גואטעמאלא!

ווי ברייט באריכטעט האט די לב טהור ריש מתיבתא משה יוסף ראזנער ארויסגעגעבן א פסק דין אויפן באפעל פונעם חכם נחמן העלבראנץ, אויטאריזירנדיג אלע לב טהור מיטגלידער צו פארלאזן גואטעמאלא צוזאמען מיט די קינדער, און בלית ברירה נאכגעבן די רעגירונג'ס פארלאנג און שענקען קאסטעדי/ריסאורס פאר משפחה מיטגלידער אדער באקאנטע וועלכע וואוינען אין איינע פון די דריי באשטימטע לענדער וואו די לב טהור מיטגלידער זענען ערלויבט ארויסצונעמען אהין זייערע קינדער.

די קומענדיגע שורות ווערט געשריבן מיט גרויס ווייטאג און איז עפעס וואס וואלט באמת נישט געדארפט געשריבן ווערן ברבים, און עס איז טאקע נישט געטוהן געווארן ביז היינט הגם וואס די ווייטאגליכע מציאות גייט שוין אן פאר גאר א לאנגע תקופה, אבער ע"פ הוראת הרבנים זענען מיר נישט נאר ערלויבט נאר מחויב ע"פ תורה מפרסם צו זיין די דאזיגע אינפארמאציע צו ראטעווען דערמיט אידישע נפשות ברוחניות ובגשמיות במלוא מובן המילה.

אינעם עיר ואם בישראל וויליאמסבורג, וואוינט א געוויסער איד מיטן נאמען א. י. ר., א פערזאן וואס שוין פאר צענדליגע יארן, נאך אין די צייטן ווען שלמה העלבראנץ האט געגרינדעט דעם קולט אין ניו יארק און שפעטער אין קאנאדע, טוהט ער אנפירן מיט א מאסיווע אפעראציע ארויסצוהעלפן און שטיצן די לב טהור קולט מיט אלע געברויכן וואס זיי דארפן, אין רואיגערע צייטן האט דאס באדייט שאפן גרויסע סכומים צו פינאנצירן די קולט און אלע אירע הוצאות, אבער אין שווערערע צייטן האט דאס אריינגענומען גאר געוואגטע אקטן און זאגאר פארברעכערישע אקציעס ארויסצוהעלפן און דינען די אינטערעסן פון דעם קולט. מיט עטליכע יאר צוריק איז פארגעקומען די טרויעריג באקאנטע קינדנעפינג דורך לב טהור אויף עטליכע קינדער וואס זייער מאמע איז אנטלאפן צוזאמען מיט זיי קיין ניו יארק, און לב טהור האט פרובירט מיט אלע מיטלען - און איז כמעט געווען ערפאלגריייך - צוריק צו פארכאפן די קליינע קינדער צו זײ אין לב טהור. וואס אבער ווייניג ווייסן איבער דעם פרשה איז, אז דער זעלבער פערזאן האט וואוינענדיג אין וומסב"ג אנגעפירט מיט אלע אפעראציעס פונדערנאנט צושטאנד צוברענגען די פארכאפונג פון די קינדער, און ער איז געגאנגען אזוי ווייט ביזן ליידער מחלל שבת זיין דריי שבתים פאר זיינע השתדלות'ן אויסצופירן די פארכאפונג מיט סוקסעס.

אין די לעצטע האלבע יאר זינט די אנהייב פון די יעצטיגע מערכה, האט דער זעלבער ידא אריכתא ווי פארשטענדליך נישט אראפגעלייגט די געווער, נאר אנגעדרייט כל מיני שטרויכלונגען און געטוהן כל מה שביכולתו אונטערצוברענגען די עסקנים און זייערע פעולות, בכדי צו געווינען די קאמף און צוריקבאקומען די קינדער ארויס פונעם שעלטער און ווייטער קענען אנהאלטן די קולט אומגעשטערט.

אצינד נאכדעם וואס די ריש מתיבתא האט ארויסגעגעבן דעם פסק אז אלע לב טהור מיטגלידער זענען מחויב ארויסצונעמען זייערע קינדער פונעם שעלטער מיט קאסטעדי פון ערב רב אידן און זיך אריבערציען צו די איינע פון די דריי באשטימטע לענדער, איז געגאנגען דער א. י. ר., און געשיקט בריוון פאר די חכם נחמן העלבראנץ אין תפיסה, און אים פארציילט אז מ'מאכט פורים פון אים אין לב טהור, און מ'האט געהייסן אויפלעזן די קולט און פארלאזן גואטעמאלא, און די חכם זאל וויסן אז מ'צוברעכט דעם קולט אונטער זיין רוקן.

דעם פארלאפענעם מאנטאג, ווען עס איז פארגעקומען די באשטימטע וויזיטעישן ביי נחמן אין תפיסה, האט ער איבערגעגעבן א הוראה פאר זיין זוהן ידידיה, אז היות ס'איז אנגעקומען צו אים די באריכטן איבער די אויפלעזונג פון די קולט, דעריבער געבט ער ארויס א באפעל פאר די גאנצע לב טהור קהילה, אז קיינער זאל בשום אופן נישט פארלאזן גואטעמאלא, נישט נאכגעבן קיין שום פארלאנגען איבערצוגעבן קאסטעדי פאר דרויסנדיגע קרובים, נאר זיך שלאגן און קעמפן ביזן טויט פאר די עקזיסטענץ פונעם קולט! זאלן די קינדער ווייטער פארבלייבן אין שעלטער ביז זיי ווערן 18 יאר אלט און ווערן לעגאל זעלבסשטענדיג, אבער אויף קיין שום פאל זאל מען זיך נישט ברעכן און אונטערגעבן נאר ווײטער אנהאלטן דעם קאמף אנצוהאלטן די עקזיסטענץ פונעם קולט!

עס דארף נאכאמאל אונטערגעשטראכן ווערן, אז די דאזיגע ווייטאגליכע שורות פול מיט אומגעהויערע פיין און צער, ווערט געשריבן ע"פ די קלארע הוראה פון עטליכע רבנים וואס האלטן מיט די פרשה פון די נאנט, און האבן אויסדרוקליך באפוילן מפרסם צו זיין און פארשפרייטן די דאזיגע פרטים בעפאר מ'גייט צום קומענדיגן דראסטישן שטאפל פון נעמען לעגאלע שריט, בכדי צו ראטעווען די אומגליקליכע קינדערלעך וואס זענען נעבעך ווידעראמאל אריינגעפאלן אין א פלאנטער און וועלן מוזן פארבלייבן אין שעלטער פאר ווער ווייסט ווילאנג נאך, בלויז צוליב די בלוטיגע הענט און מעשי רשע פון דעם דאזיגן פערזאן.

דער אייבערשטער זאל העלפן אז די אלע רשעים וואס האבן א יד אין די מעשי רציחה פון אריינלייגן אידישע קינדער אין אזא שרעקליכע געפאר ברוחניות ובגשמיות און פרובירן צו צושטערן די קריטישע הצלת נפשות פעולות, זאלן חרטה האבן און תשובה טוהן בקרוב און איינמאל פאר אלעמאל אפשטעלן זייערע שרעקליכע שפיכת דמים, און האפענטליך וועט שוין נישט אויספעלן צו גיין צום צווייטן שטאפל און נעמען לעגאלע שריט ע"פ הוראת הרבנים אפצושטעלן די בלוטיגע מעשי רציחה.

די עסקנים טוען קלארשטעלן אז אפילו נאך די דראסטישע טויש אין צוגאנג פון לב טהור, איז נישטא פארוואס צו זיין באזארגט אז די מערכה וועט חלילה ווערן פארהאנקערט און אז עס וועלן אויפהערן ארויסצוקומען קינדער פונעם שעלטער היל"ת, ס'איז בלויז נאך א שטיינדל אויפן וועג וואס די געטרייע מסירות נפש עסקנים האבן שוין געוויזן ביז היינט אז זיי דערשרעקן זיך נישט דערפון און האבן טאקע באוויזן ארויסצוברענגען צענדליגע נפשות פון לב טהור טראץ די בלוטיגע קאמף וואס די קולט פירער האבן געפירט אומאויפהערליך צו שטערן די אלע פעולות, און זיי וועלן טאקע ווייטער אנגיין ביתר שאת וביתר עז מיט אלע סארטן השתדלות און פעולות ווי אין די פארגאנגענע האלבע יאר און נאך שטערקער, און צוביסלעך ארויסברענגען די אלע אומשולדיגע נפשות פונעם שעלטער אויף אנדערע וועגן בסייעתא דשמיא.

(די אנטוויקלונגען איבער די עטליכע געריכט הירינגס וואס זענען פארגעקומען די פארגאנגענע טאג צוויי וועט אי"ה נאכפאלגן אין א באזונדערע באריכט.)
אוועיטער
Think and Thank
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1119
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 1:34 am
x 3748

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך Think and Thank »

ריכטיג האט געשריבן: מיטוואך יוני 11, 2025 3:08 pm
שמועות טובות האט געשריבן: מיטוואך יוני 11, 2025 3:04 pm
ריכטיג האט געשריבן: מיטוואך יוני 11, 2025 2:58 pm וואסי פשט פון די באריכטן אז דער אמעריקאנער אמבעסאדע גייט נעמען קאסטעי אויף א חתונה געהאטע פאר פאלק און זייער קינד צוזאמען?
דא איז ער דאס מסביר
viewtopic.php?p=180145#p180145
איך האב עס געהערט, און פון דארט פרעג איך טאקע.

וואס מיינט אז די עמבעסי נעמט קאסטעדי? זיי גייען וואוינען אין די עמבעסי, מער ווייניגער פון איין שעלטער צום צווייטן?
און בכלל, גייען זיי צוזאמען, אדער די רעגירונג האלט זיי צוטיילט ביז זיי ווערן אויס מיינערס?

ס'נישט ממש אז די אמעריקאנער רעגירונג באקומט קאסטעדי, נאר אז די אמעריקאנער רעגירונג נעמט איבער די אחריות פון די גואטעמאלער רעגירונג ביז די קאסטעדי ווערט מסודר. די איידיע איז אז אויב גיבט מען נאכדעם איבער קאסטעדי פאר א קרוב און די (חתונה געהאטע) קינדער קומען צוריק אן צו די עלטערן, עפעס וואס טאר לויט זיי בשום אופן נישט פאסירן, זאל אמעריקע נישט קענען האבן קיין טענות אז מען האט נישט גוט מברר געווען פאר'ן איבערגעבן קאסטעדי, זאגט די גואטעמאלער רעגירונג פאר אמעריקע 'נעם דו איבער די אחריות און זיי דו מסדר די קאסטעדי און לאז מיר ארויס פונ'ם גאנצן געשעפט.'
אוועיטער
Think and Thank
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1119
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 1:34 am
x 3748

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך Think and Thank »

סענס אף יומער האט געשריבן: מיטוואך יוני 11, 2025 8:18 pm פרישע דראמאטישע אנטוויקלונגען אויפן פראנט אין גואטעמאלא!
► Show Spoiler

ווי קען מען לייקן אזא באריכט? :cry: :(
הדסים
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1849
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 04, 2025 9:23 pm
x 3262

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך הדסים »

טענה'רייען אויף דעם באריכט פארבאטן..
אז יענער איז עקסטרעם רעכט ווער נישט דעריבער עקסטרעם לינק.
היימישע זייגער
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 406
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 24, 2023 2:43 am
x 1207

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך היימישע זייגער »

סענס אף יומער האט געשריבן: מיטוואך יוני 11, 2025 8:18 pm פרישע דראמאטישע אנטוויקלונגען אויפן פראנט אין גואטעמאלא!

ווי ברייט באריכטעט האט די לב טהור ריש מתיבתא משה יוסף ראזנער ארויסגעגעבן א פסק דין אויפן באפעל פונעם חכם נחמן העלבראנץ, אויטאריזירנדיג אלע לב טהור מיטגלידער צו פארלאזן גואטעמאלא צוזאמען מיט די קינדער, און בלית ברירה נאכגעבן די רעגירונג'ס פארלאנג און שענקען קאסטעדי/ריסאורס פאר משפחה מיטגלידער אדער באקאנטע וועלכע וואוינען אין איינע פון די דריי באשטימטע לענדער וואו די לב טהור מיטגלידער זענען ערלויבט ארויסצונעמען אהין זייערע קינדער.



(די אנטוויקלונגען איבער די עטליכע געריכט הירינגס וואס זענען פארגעקומען די פארגאנגענע טאג צוויי וועט אי"ה נאכפאלגן אין א באזונדערע באריכט.)
קודם שרייבסטו אז עס איז געווען אויפן באפעל, סא נאכדעם האט ער צוריקגעצויגן אדער עס איז נישט געווען אמת?

אויך איז די ריש(ע) מתיבתא אליין נאך דארט יעצט ?
אוועיטער
חלום חלמתי
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 2751
זיך איינגעשריבן: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 1:29 pm
x 13088

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך חלום חלמתי »

► Show Spoiler
סאו בעיסיקלי נחמן האט נישט געכאפט אז ער דערלייגט אלעס און יעצט הייסט ער בלייבן זיך שלאגן פאר אים, אדער מיסטער ר. האט אים איינגערעדט זאכן?

וואס ס'איז זיכער אז אנשי לב טהור האבן נאך רעספעקט פאר דעם פארשוין און סיי פאלגן נאך אויס זיינע קריאזע איינפעלער
נייעס וואס איך ברענג שרייב איך אליינס, ביטע צו צייכענען אויב עפעס איז נישט פונקטליך
אוועיטער
סענס אף יומער
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 509
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יאנואר 02, 2025 3:03 pm
x 5699

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך סענס אף יומער »

היימישע זייגער האט געשריבן: מיטוואך יוני 11, 2025 9:55 pm
סענס אף יומער האט געשריבן: מיטוואך יוני 11, 2025 8:18 pm פרישע דראמאטישע אנטוויקלונגען אויפן פראנט אין גואטעמאלא!

ווי ברייט באריכטעט האט די לב טהור ריש מתיבתא משה יוסף ראזנער ארויסגעגעבן א פסק דין אויפן באפעל פונעם חכם נחמן העלבראנץ, אויטאריזירנדיג אלע לב טהור מיטגלידער צו פארלאזן גואטעמאלא צוזאמען מיט די קינדער, און בלית ברירה נאכגעבן די רעגירונג'ס פארלאנג און שענקען קאסטעדי/ריסאורס פאר משפחה מיטגלידער אדער באקאנטע וועלכע וואוינען אין איינע פון די דריי באשטימטע לענדער וואו די לב טהור מיטגלידער זענען ערלויבט ארויסצונעמען אהין זייערע קינדער.



(די אנטוויקלונגען איבער די עטליכע געריכט הירינגס וואס זענען פארגעקומען די פארגאנגענע טאג צוויי וועט אי"ה נאכפאלגן אין א באזונדערע באריכט.)
קודם שרייבסטו אז עס איז געווען אויפן באפעל, סא נאכדעם האט ער צוריקגעצויגן אדער עס איז נישט געווען אמת?

אויך איז די ריש(ע) מתיבתא אליין נאך דארט יעצט ?
דאס עצם ארויסגעבן א פסק דין איז געקומען אויפן באפעל פונעם חכם אז משה יוסף ראזנער זאל דאס אויספירן, וויבאלד ער האט נישט געשפירט גענוג זיכער ארויסצוגעבן פסקים זיצנדיג אין לאך אין א טורמע ווייט אוועק פונעם כת, אבער די עצם פסק ארויסצוגיין האט ער נישט אויטאריזירט.

יא די ריש מתיבתא איז נאך דארט (אויף בעיל).
שווערמער
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 318
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מאי 13, 2024 6:44 pm
x 571

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך שווערמער »

זיי פאלגן אים? מי"ר האט אויך צוריקגעצויגן?
היימישע זייגער
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 406
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 24, 2023 2:43 am
x 1207

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך היימישע זייגער »

סענס אף יומער האט געשריבן: מיטוואך יוני 11, 2025 10:04 pm
היימישע זייגער האט געשריבן: מיטוואך יוני 11, 2025 9:55 pm
סענס אף יומער האט געשריבן: מיטוואך יוני 11, 2025 8:18 pm פרישע דראמאטישע אנטוויקלונגען אויפן פראנט אין גואטעמאלא!

ווי ברייט באריכטעט האט די לב טהור ריש מתיבתא משה יוסף ראזנער ארויסגעגעבן א פסק דין אויפן באפעל פונעם חכם נחמן העלבראנץ, אויטאריזירנדיג אלע לב טהור מיטגלידער צו פארלאזן גואטעמאלא צוזאמען מיט די קינדער, און בלית ברירה נאכגעבן די רעגירונג'ס פארלאנג און שענקען קאסטעדי/ריסאורס פאר משפחה מיטגלידער אדער באקאנטע וועלכע וואוינען אין איינע פון די דריי באשטימטע לענדער וואו די לב טהור מיטגלידער זענען ערלויבט ארויסצונעמען אהין זייערע קינדער.



(די אנטוויקלונגען איבער די עטליכע געריכט הירינגס וואס זענען פארגעקומען די פארגאנגענע טאג צוויי וועט אי"ה נאכפאלגן אין א באזונדערע באריכט.)
קודם שרייבסטו אז עס איז געווען אויפן באפעל, סא נאכדעם האט ער צוריקגעצויגן אדער עס איז נישט געווען אמת?

אויך איז די ריש(ע) מתיבתא אליין נאך דארט יעצט ?
דאס עצם ארויסגעבן א פסק דין איז געקומען אויפן באפעל פונעם חכם אז משה יוסף ראזנער זאל דאס אויספירן, וויבאלד ער האט נישט געשפירט גענוג זיכער ארויסצוגעבן פסקים זיצנדיג אין לאך אין א טורמע ווייט אוועק פונעם כת, אבער די עצם פסק ארויסצוגיין האט ער נישט אויטאריזירט.

יא די ריש מתיבתא איז נאך דארט (אויף בעיל).
ייש"כ
ביטע קלאר אויס די סתירה, ער האט יא אויטאריזירט די פסק דין אדער נישט?
א דאנק
אוועיטער
סענס אף יומער
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 509
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יאנואר 02, 2025 3:03 pm
x 5699

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך סענס אף יומער »

שווערמער האט געשריבן: מיטוואך יוני 11, 2025 10:07 pm זיי פאלגן אים? מי"ר האט אויך צוריקגעצויגן?
משה יוסף דארף נישט צוריקציען ווייל ער איז נישט די חכם, ער האט נאר באקומען א צייטווייליגע אוטאריטעט צו פסק'נען, איינמאל די חכם זאגט אנדערש איז זיין פסק אטאמאטיש אומרעלעוואנט.
ממעמקים
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 115
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אפריל 24, 2025 9:13 pm
Location: ברוקלין
x 512

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך ממעמקים »

סענס אף יומער האט געשריבן: מיטוואך יוני 11, 2025 8:18 pm פרישע דראמאטישע אנטוויקלונגען אויפן פראנט אין גואטעמאלא!
► Show Spoiler
עס זינגט זיך דעם ניגון פון מאיר אדלער
״אוי אוי אוי באשעפער רחמים…
אוועיטער
סענס אף יומער
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 509
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יאנואר 02, 2025 3:03 pm
x 5699

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך סענס אף יומער »

היימישע זייגער האט געשריבן: מיטוואך יוני 11, 2025 10:12 pm
► Show Spoiler
ייש"כ
ביטע קלאר אויס די סתירה, ער האט יא אויטאריזירט די פסק דין אדער נישט?
א דאנק
אנטשולדיגט פארן זיך נישט אויסדרוקן קלאר.

די חכם האט אויטאריזירט די ריש מתיבתא ארויסצוגעבן א פסק דין וויאזוי זיך צו אומגיין מיט די אנגייענדע סיטואציע, נאכדעם וואס די לב טהור שליחים האבן זיך אויסגערעדט צו נחמן אז זיי זעען נישט קיין שום ווייטערדיגע האפענונגען צו געווינען דעם קאמף. אבער די ספעציפישע פסק און פאקטישע באפעל פאר אלע מיטגלידער ארויסצופארן פון לאנד, דאס איז געקומען פונעם ריש מתיבתא זעלבסט מיטן כח הוראה פונעם חכם.
אוועיטער
גארנישט
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 368
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 03, 2025 5:42 pm
Location: קרית בבל החריבה
x 1728

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך גארנישט »

► Show Spoiler
[/quote]

עס דארף דעמאנט ווערן אז דער איד מיינט ניטאמאל די טובה פון לב טהור נאר זאגאר א פריוואטע געלט חשבון, ה''י
ששש... איך האב גארנישט געזאגט
שרייב פאוסט