- IMG-20250611-WA0002.jpg (234.58 KiB) געזען געווארן 1208 מאל
כת לב טהור אין גוואטעמאלע
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
פון מאמענט
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
גרינטליך האט געשריבן: ↑מיטוואך יוני 11, 2025 2:28 pmטלית האט געשריבן: ↑מיטוואך יוני 11, 2025 1:54 pmא קלארע תירוץ וואלט געווען די שטערקסטע דיסלייק.
טלית האט דאס געזאגט און ווען על פי תורה האט געשריבן אז ער האט עס שוין פארענטפערט האט ער זיך אנטשולדיגט אז ער האט עס פארזען, קומט דער "גרינטליכער" חכם און צוטירט די זעלבע.... לאמיר "גרינטליך" פארשטיין וואס ער וויל...
-
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 491
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 11, 2024 2:53 pm
- x 628
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
האסט נישט גענומען קיין בילד?...ישראל בער האט געשריבן: ↑מיטוואך יוני 11, 2025 2:55 pmנעכטן נאכט זענען די צוויי, הג"ר חיד"ו ווייס און הרב יהושע העכט, געשטאנען אויפן גאס אין פארנט פון סאטמארער רבי'נס הויז אויף בעדפארד עוועניו און געשמועסט. די סברא איז אז זיי זענען ביידע ארויסגעקומען פון דארט.על פי תורה האט געשריבן: ↑מיטוואך יוני 11, 2025 1:51 pmדי 2 עסקנים וועלעכע פירן די מערכה זענען ר' אברהם גרינהוט און ר' יואל יושע העשיל בלום
אונטער זיי ארבעטן עטליכע עסקנים
חוץ מזה איז דא דער דעת תורה הברורה פון הגאון הגדול ר' חיד''ו ווייס וועלעכע איז כסדר בקשר מיט די עסקנים און איז דא צו העלפן מיט וואס ער קען נאר, אזוי אויך פרעגט מען אים כסדר אן לדעת המעשה אשר יעשון
ר' יושע העכט איז גערופן געווארן בתחילת המערכה דורך ר' חיד''ו, ער האט שטארק ארויסגעהאלפן מיט 'אווערנעס', ארומגיין צו רבנים, און מיטן שיקן וואלנטירן צו די שעלטערס. לעת עתה איז ער ער נישט אזוי אינוואלווד היות מ'קען ליידער נישט אריין גיין אין די שעלטערס.
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
1000% אגרי, און מען זעט טאקע פון וועלכע קהילה זענען אסאך וואס זענען דארט אריין געפאלן, ואין כאן מקום להאריךבנצי האט געשריבן: ↑מיטוואך יוני 11, 2025 3:14 amזייער טיףעל פי תורה האט געשריבן: ↑דינסטאג יוני 10, 2025 6:01 pmביטע נישט מאכן ליצנות פון יחידים
ובפרט פון אן איש צדיק וואס יעדער ווייסט אז ער איז אן אמת'ע עובד השם
ער האט קיין פליג אויפן וואנט נישט געטשעפעט
און איז בייזוויליג אריינגע'נער'ט געווארן דורך שלעכטע מענטשן
זולת ולא בזולת איז קבלת הראשונים
רצון לקבל איז בעל הסולם
מ'קען הערן דא קבלה חב"ד ברעסלאוו
זאג נישט שדים שפראך נאר זעץ דיך לערנען אז נישט העסטע בלייבן אן עם הארץ
דאס אז שלמה האט געקענט די אלע זאכן איז א דבר ידוע
די גרויסע שאד איז אז די אלע הויכע זאכן זענען אריינגעפאלן ביי שמיציגע כלים [נישט חלילה ר' אלעזר אליין ער איז באמת א עובד ה' בתמימות]
דו קענסט אבער היינט קויפן די זאכן ב"ה ביי גוטע פלעצער אויך, גיי צו ר' איטשע מאיר מארגענשטערן וכיוצא
און בכלל פון די גאנצע שלמה פרשה נעם איך ארויס אז אין קבלה און חסידות דארף מען האבן א רבי מובהק מיט א ביטול און הכנעה און אז נישט פאלט מען אריין אין קליפות
-
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 89
- זיך איינגעשריבן: זונטאג מערץ 02, 2025 2:50 pm
- x 373
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
דאס האט שוין הגה"ק רבי משה ארי' פריינד זצ"ל געזאגט אויף אים כמעט 40 יאר צוריק.בנצי האט געשריבן: ↑מיטוואך יוני 11, 2025 3:14 amזייער טיףעל פי תורה האט געשריבן: ↑דינסטאג יוני 10, 2025 6:01 pmביטע נישט מאכן ליצנות פון יחידים
ובפרט פון אן איש צדיק וואס יעדער ווייסט אז ער איז אן אמת'ע עובד השם
ער האט קיין פליג אויפן וואנט נישט געטשעפעט
און איז בייזוויליג אריינגע'נער'ט געווארן דורך שלעכטע מענטשן
זולת ולא בזולת איז קבלת הראשונים
רצון לקבל איז בעל הסולם
מ'קען הערן דא קבלה חב"ד ברעסלאוו
זאג נישט שדים שפראך נאר זעץ דיך לערנען אז נישט העסטע בלייבן אן עם הארץ
דאס אז שלמה האט געקענט די אלע זאכן איז א דבר ידוע
די גרויסע שאד איז אז די אלע הויכע זאכן זענען אריינגעפאלן ביי שמיציגע כלים [נישט חלילה ר' אלעזר אליין ער איז באמת א עובד ה' בתמימות]
דו קענסט אבער היינט קויפן די זאכן ב"ה ביי גוטע פלעצער אויך, גיי צו ר' איטשע מאיר מארגענשטערן וכיוצא
און בכלל פון די גאנצע שלמה פרשה נעם איך ארויס אז אין קבלה און חסידות דארף מען האבן א רבי מובהק מיט א ביטול און הכנעה און אז נישט פאלט מען אריין אין קליפות
צו פירן א חבורה דארף מען האבן קבלות, מיט הייליגע אויסגעטרעטענע מסורה.
א יוצאי פון לב טהור האט מיר פארציילט אז גאר לאנגע שמועס וואס ער האט געהאט מיטן פירער. (אפשר א צווייטע מאל וועל מיר עס דא ארויפלייגן) דער תמצית היוצא איז אז שלמה אליינס האט אויך נישט געוואוסט פונקטליך וואס ער וויל, ער האט גענישטערט און געזוכט, בין קודש לחול, בין טומאה לטהרה, פון געלויבינג צו גלויבינג רח"ל.
אלעס ווייל ער האט קיין דרך נישט געהאט
-
- ניי צום טיש
- פאוסטס: 8
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג מאי 05, 2025 9:52 pm
- Location: ברוקלין
- x 25
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
איינער מיט אפדעיט פון היינט ?
- סענס אף יומער
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 340
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יאנואר 02, 2025 3:03 pm
- x 3300
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
פרישע דראמאטישע אנטוויקלונגען אויפן פראנט אין גואטעמאלא!
ווי ברייט באריכטעט האט די לב טהור ריש מתיבתא משה יוסף ראזנער ארויסגעגעבן א פסק דין אויפן באפעל פונעם חכם נחמן העלבראנץ, אויטאריזירנדיג אלע לב טהור מיטגלידער צו פארלאזן גואטעמאלא צוזאמען מיט די קינדער, און בלית ברירה נאכגעבן די רעגירונג'ס פארלאנג און שענקען קאסטעדי/ריסאורס פאר משפחה מיטגלידער אדער באקאנטע וועלכע וואוינען אין איינע פון די דריי באשטימטע לענדער וואו די לב טהור מיטגלידער זענען ערלויבט ארויסצונעמען אהין זייערע קינדער.
די קומענדיגע שורות ווערט געשריבן מיט גרויס ווייטאג און איז עפעס וואס וואלט באמת נישט געדארפט געשריבן ווערן ברבים, און עס איז טאקע נישט געטוהן געווארן ביז היינט הגם וואס די ווייטאגליכע מציאות גייט שוין אן פאר גאר א לאנגע תקופה, אבער ע"פ הוראת הרבנים זענען מיר נישט נאר ערלויבט נאר מחויב ע"פ תורה מפרסם צו זיין די דאזיגע אינפארמאציע צו ראטעווען דערמיט אידישע נפשות ברוחניות ובגשמיות במלוא מובן המילה.
אינעם עיר ואם בישראל וויליאמסבורג, וואוינט א געוויסער איד מיטן נאמען א. י. ר., א פערזאן וואס שוין פאר צענדליגע יארן, נאך אין די צייטן ווען שלמה העלבראנץ האט געגרינדעט דעם קולט אין ניו יארק און שפעטער אין קאנאדע, טוהט ער אנפירן מיט א מאסיווע אפעראציע ארויסצוהעלפן און שטיצן די לב טהור קולט מיט אלע געברויכן וואס זיי דארפן, אין רואיגערע צייטן האט דאס באדייט שאפן גרויסע סכומים צו פינאנצירן די קולט און אלע אירע הוצאות, אבער אין שווערערע צייטן האט דאס אריינגענומען גאר געוואגטע אקטן און זאגאר פארברעכערישע אקציעס ארויסצוהעלפן און דינען די אינטערעסן פון דעם קולט. מיט עטליכע יאר צוריק איז פארגעקומען די טרויעריג באקאנטע קינדנעפינג דורך לב טהור אויף עטליכע קינדער וואס זייער מאמע איז אנטלאפן צוזאמען מיט זיי קיין ניו יארק, און לב טהור האט פרובירט מיט אלע מיטלען - און איז כמעט געווען ערפאלגריייך - צוריק צו פארכאפן די קליינע קינדער צו זײ אין לב טהור. וואס אבער ווייניג ווייסן איבער דעם פרשה איז, אז דער זעלבער פערזאן האט וואוינענדיג אין וומסב"ג אנגעפירט מיט אלע אפעראציעס פונדערנאנט צושטאנד צוברענגען די פארכאפונג פון די קינדער, און ער איז געגאנגען אזוי ווייט ביזן ליידער מחלל שבת זיין דריי שבתים פאר זיינע השתדלות'ן אויסצופירן די פארכאפונג מיט סוקסעס.
אין די לעצטע האלבע יאר זינט די אנהייב פון די יעצטיגע מערכה, האט דער זעלבער ידא אריכתא ווי פארשטענדליך נישט אראפגעלייגט די געווער, נאר אנגעדרייט כל מיני שטרויכלונגען און געטוהן כל מה שביכולתו אונטערצוברענגען די עסקנים און זייערע פעולות, בכדי צו געווינען די קאמף און צוריקבאקומען די קינדער ארויס פונעם שעלטער און ווייטער קענען אנהאלטן די קולט אומגעשטערט.
אצינד נאכדעם וואס די ריש מתיבתא האט ארויסגעגעבן דעם פסק אז אלע לב טהור מיטגלידער זענען מחויב ארויסצונעמען זייערע קינדער פונעם שעלטער מיט קאסטעדי פון ערב רב אידן און זיך אריבערציען צו די איינע פון די דריי באשטימטע לענדער, איז געגאנגען דער א. י. ר., און געשיקט בריוון פאר די חכם נחמן העלבראנץ אין תפיסה, און אים פארציילט אז מ'מאכט פורים פון אים אין לב טהור, און מ'האט געהייסן אויפלעזן די קולט און פארלאזן גואטעמאלא, און די חכם זאל וויסן אז מ'צוברעכט דעם קולט אונטער זיין רוקן.
דעם פארלאפענעם מאנטאג, ווען עס איז פארגעקומען די באשטימטע וויזיטעישן ביי נחמן אין תפיסה, האט ער איבערגעגעבן א הוראה פאר זיין זוהן ידידיה, אז היות ס'איז אנגעקומען צו אים די באריכטן איבער די אויפלעזונג פון די קולט, דעריבער געבט ער ארויס א באפעל פאר די גאנצע לב טהור קהילה, אז קיינער זאל בשום אופן נישט פארלאזן גואטעמאלא, נישט נאכגעבן קיין שום פארלאנגען איבערצוגעבן קאסטעדי פאר דרויסנדיגע קרובים, נאר זיך שלאגן און קעמפן ביזן טויט פאר די עקזיסטענץ פונעם קולט! זאלן די קינדער ווייטער פארבלייבן אין שעלטער ביז זיי ווערן 18 יאר אלט און ווערן לעגאל זעלבסשטענדיג, אבער אויף קיין שום פאל זאל מען זיך נישט ברעכן און אונטערגעבן נאר ווײטער אנהאלטן דעם קאמף אנצוהאלטן די עקזיסטענץ פונעם קולט!
עס דארף נאכאמאל אונטערגעשטראכן ווערן, אז די דאזיגע ווייטאגליכע שורות פול מיט אומגעהויערע פיין און צער, ווערט געשריבן ע"פ די קלארע הוראה פון עטליכע רבנים וואס האלטן מיט די פרשה פון די נאנט, און האבן אויסדרוקליך באפוילן מפרסם צו זיין און פארשפרייטן די דאזיגע פרטים בעפאר מ'גייט צום קומענדיגן דראסטישן שטאפל פון נעמען לעגאלע שריט, בכדי צו ראטעווען די אומגליקליכע קינדערלעך וואס זענען נעבעך ווידעראמאל אריינגעפאלן אין א פלאנטער און וועלן מוזן פארבלייבן אין שעלטער פאר ווער ווייסט ווילאנג נאך, בלויז צוליב די בלוטיגע הענט און מעשי רשע פון דעם דאזיגן פערזאן.
דער אייבערשטער זאל העלפן אז די אלע רשעים וואס האבן א יד אין די מעשי רציחה פון אריינלייגן אידישע קינדער אין אזא שרעקליכע געפאר ברוחניות ובגשמיות און פרובירן צו צושטערן די קריטישע הצלת נפשות פעולות, זאלן חרטה האבן און תשובה טוהן בקרוב און איינמאל פאר אלעמאל אפשטעלן זייערע שרעקליכע שפיכת דמים, און האפענטליך וועט שוין נישט אויספעלן צו גיין צום צווייטן שטאפל און נעמען לעגאלע שריט ע"פ הוראת הרבנים אפצושטעלן די בלוטיגע מעשי רציחה.
די עסקנים טוען קלארשטעלן אז אפילו נאך די דראסטישע טויש אין צוגאנג פון לב טהור, איז נישטא פארוואס צו זיין באזארגט אז די מערכה וועט חלילה ווערן פארהאנקערט און אז עס וועלן אויפהערן ארויסצוקומען קינדער פונעם שעלטער היל"ת, ס'איז בלויז נאך א שטיינדל אויפן וועג וואס די געטרייע מסירות נפש עסקנים האבן שוין געוויזן ביז היינט אז זיי דערשרעקן זיך נישט דערפון און האבן טאקע באוויזן ארויסצוברענגען צענדליגע נפשות פון לב טהור טראץ די בלוטיגע קאמף וואס די קולט פירער האבן געפירט אומאויפהערליך צו שטערן די אלע פעולות, און זיי וועלן טאקע ווייטער אנגיין ביתר שאת וביתר עז מיט אלע סארטן השתדלות און פעולות ווי אין די פארגאנגענע האלבע יאר און נאך שטערקער, און צוביסלעך ארויסברענגען די אלע אומשולדיגע נפשות פונעם שעלטער אויף אנדערע וועגן בסייעתא דשמיא.
(די אנטוויקלונגען איבער די עטליכע געריכט הירינגס וואס זענען פארגעקומען די פארגאנגענע טאג צוויי וועט אי"ה נאכפאלגן אין א באזונדערע באריכט.)

נוצט אייער מיילעדזש ארויסצוראטעווען די אומשולדיגע לב טהור קינדערלעך פון גואטעמאלא!
347-444-4563
347-444-4563
-
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 526
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 1:34 am
- x 1870
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
ריכטיג האט געשריבן: ↑מיטוואך יוני 11, 2025 3:08 pmאיך האב עס געהערט, און פון דארט פרעג איך טאקע.שמועות טובות האט געשריבן: ↑מיטוואך יוני 11, 2025 3:04 pmדא איז ער דאס מסביר
viewtopic.php?p=180145#p180145
וואס מיינט אז די עמבעסי נעמט קאסטעדי? זיי גייען וואוינען אין די עמבעסי, מער ווייניגער פון איין שעלטער צום צווייטן?
און בכלל, גייען זיי צוזאמען, אדער די רעגירונג האלט זיי צוטיילט ביז זיי ווערן אויס מיינערס?
ס'נישט ממש אז די אמעריקאנער רעגירונג באקומט קאסטעדי, נאר אז די אמעריקאנער רעגירונג נעמט איבער די אחריות פון די גואטעמאלער רעגירונג ביז די קאסטעדי ווערט מסודר. די איידיע איז אז אויב גיבט מען נאכדעם איבער קאסטעדי פאר א קרוב און די (חתונה געהאטע) קינדער קומען צוריק אן צו די עלטערן, עפעס וואס טאר לויט זיי בשום אופן נישט פאסירן, זאל אמעריקע נישט קענען האבן קיין טענות אז מען האט נישט גוט מברר געווען פאר'ן איבערגעבן קאסטעדי, זאגט די גואטעמאלער רעגירונג פאר אמעריקע 'נעם דו איבער די אחריות און זיי דו מסדר די קאסטעדי און לאז מיר ארויס פונ'ם גאנצן געשעפט.'
-
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 526
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 1:34 am
- x 1870
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
סענס אף יומער האט געשריבן: ↑מיטוואך יוני 11, 2025 8:18 pm פרישע דראמאטישע אנטוויקלונגען אויפן פראנט אין גואטעמאלא!
► Show Spoiler
ווי קען מען לייקן אזא באריכט?

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
טענה'רייען אויף דעם באריכט פארבאטן..
אז יענער איז עקסטרעם רעכט ווער נישט דעריבער עקסטרעם לינק.
-
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 207
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 24, 2023 2:43 am
- x 227
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
קודם שרייבסטו אז עס איז געווען אויפן באפעל, סא נאכדעם האט ער צוריקגעצויגן אדער עס איז נישט געווען אמת?סענס אף יומער האט געשריבן: ↑מיטוואך יוני 11, 2025 8:18 pm פרישע דראמאטישע אנטוויקלונגען אויפן פראנט אין גואטעמאלא!
ווי ברייט באריכטעט האט די לב טהור ריש מתיבתא משה יוסף ראזנער ארויסגעגעבן א פסק דין אויפן באפעל פונעם חכם נחמן העלבראנץ, אויטאריזירנדיג אלע לב טהור מיטגלידער צו פארלאזן גואטעמאלא צוזאמען מיט די קינדער, און בלית ברירה נאכגעבן די רעגירונג'ס פארלאנג און שענקען קאסטעדי/ריסאורס פאר משפחה מיטגלידער אדער באקאנטע וועלכע וואוינען אין איינע פון די דריי באשטימטע לענדער וואו די לב טהור מיטגלידער זענען ערלויבט ארויסצונעמען אהין זייערע קינדער.
(די אנטוויקלונגען איבער די עטליכע געריכט הירינגס וואס זענען פארגעקומען די פארגאנגענע טאג צוויי וועט אי"ה נאכפאלגן אין א באזונדערע באריכט.)
אויך איז די ריש(ע) מתיבתא אליין נאך דארט יעצט ?
- חלום חלמתי
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 549
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 1:29 pm
- x 813
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
► Show Spoiler
וואס ס'איז זיכער אז אנשי לב טהור האבן נאך רעספעקט פאר דעם פארשוין און סיי פאלגן נאך אויס זיינע קריאזע איינפעלער
- סענס אף יומער
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 340
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יאנואר 02, 2025 3:03 pm
- x 3300
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
דאס עצם ארויסגעבן א פסק דין איז געקומען אויפן באפעל פונעם חכם אז משה יוסף ראזנער זאל דאס אויספירן, וויבאלד ער האט נישט געשפירט גענוג זיכער ארויסצוגעבן פסקים זיצנדיג אין לאך אין א טורמע ווייט אוועק פונעם כת, אבער די עצם פסק ארויסצוגיין האט ער נישט אויטאריזירט.היימישע זייגער האט געשריבן: ↑מיטוואך יוני 11, 2025 9:55 pmקודם שרייבסטו אז עס איז געווען אויפן באפעל, סא נאכדעם האט ער צוריקגעצויגן אדער עס איז נישט געווען אמת?סענס אף יומער האט געשריבן: ↑מיטוואך יוני 11, 2025 8:18 pm פרישע דראמאטישע אנטוויקלונגען אויפן פראנט אין גואטעמאלא!
ווי ברייט באריכטעט האט די לב טהור ריש מתיבתא משה יוסף ראזנער ארויסגעגעבן א פסק דין אויפן באפעל פונעם חכם נחמן העלבראנץ, אויטאריזירנדיג אלע לב טהור מיטגלידער צו פארלאזן גואטעמאלא צוזאמען מיט די קינדער, און בלית ברירה נאכגעבן די רעגירונג'ס פארלאנג און שענקען קאסטעדי/ריסאורס פאר משפחה מיטגלידער אדער באקאנטע וועלכע וואוינען אין איינע פון די דריי באשטימטע לענדער וואו די לב טהור מיטגלידער זענען ערלויבט ארויסצונעמען אהין זייערע קינדער.
(די אנטוויקלונגען איבער די עטליכע געריכט הירינגס וואס זענען פארגעקומען די פארגאנגענע טאג צוויי וועט אי"ה נאכפאלגן אין א באזונדערע באריכט.)
אויך איז די ריש(ע) מתיבתא אליין נאך דארט יעצט ?
יא די ריש מתיבתא איז נאך דארט (אויף בעיל).
נוצט אייער מיילעדזש ארויסצוראטעווען די אומשולדיגע לב טהור קינדערלעך פון גואטעמאלא!
347-444-4563
347-444-4563
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
זיי פאלגן אים? מי"ר האט אויך צוריקגעצויגן?
-
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 207
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 24, 2023 2:43 am
- x 227
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
ייש"כסענס אף יומער האט געשריבן: ↑מיטוואך יוני 11, 2025 10:04 pmדאס עצם ארויסגעבן א פסק דין איז געקומען אויפן באפעל פונעם חכם אז משה יוסף ראזנער זאל דאס אויספירן, וויבאלד ער האט נישט געשפירט גענוג זיכער ארויסצוגעבן פסקים זיצנדיג אין לאך אין א טורמע ווייט אוועק פונעם כת, אבער די עצם פסק ארויסצוגיין האט ער נישט אויטאריזירט.היימישע זייגער האט געשריבן: ↑מיטוואך יוני 11, 2025 9:55 pmקודם שרייבסטו אז עס איז געווען אויפן באפעל, סא נאכדעם האט ער צוריקגעצויגן אדער עס איז נישט געווען אמת?סענס אף יומער האט געשריבן: ↑מיטוואך יוני 11, 2025 8:18 pm פרישע דראמאטישע אנטוויקלונגען אויפן פראנט אין גואטעמאלא!
ווי ברייט באריכטעט האט די לב טהור ריש מתיבתא משה יוסף ראזנער ארויסגעגעבן א פסק דין אויפן באפעל פונעם חכם נחמן העלבראנץ, אויטאריזירנדיג אלע לב טהור מיטגלידער צו פארלאזן גואטעמאלא צוזאמען מיט די קינדער, און בלית ברירה נאכגעבן די רעגירונג'ס פארלאנג און שענקען קאסטעדי/ריסאורס פאר משפחה מיטגלידער אדער באקאנטע וועלכע וואוינען אין איינע פון די דריי באשטימטע לענדער וואו די לב טהור מיטגלידער זענען ערלויבט ארויסצונעמען אהין זייערע קינדער.
(די אנטוויקלונגען איבער די עטליכע געריכט הירינגס וואס זענען פארגעקומען די פארגאנגענע טאג צוויי וועט אי"ה נאכפאלגן אין א באזונדערע באריכט.)
אויך איז די ריש(ע) מתיבתא אליין נאך דארט יעצט ?
יא די ריש מתיבתא איז נאך דארט (אויף בעיל).
ביטע קלאר אויס די סתירה, ער האט יא אויטאריזירט די פסק דין אדער נישט?
א דאנק
- סענס אף יומער
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 340
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יאנואר 02, 2025 3:03 pm
- x 3300
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
משה יוסף דארף נישט צוריקציען ווייל ער איז נישט די חכם, ער האט נאר באקומען א צייטווייליגע אוטאריטעט צו פסק'נען, איינמאל די חכם זאגט אנדערש איז זיין פסק אטאמאטיש אומרעלעוואנט.
נוצט אייער מיילעדזש ארויסצוראטעווען די אומשולדיגע לב טהור קינדערלעך פון גואטעמאלא!
347-444-4563
347-444-4563
-
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 46
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אפריל 24, 2025 9:13 pm
- Location: ברוקלין
- x 187
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
עס זינגט זיך דעם ניגון פון מאיר אדלערסענס אף יומער האט געשריבן: ↑מיטוואך יוני 11, 2025 8:18 pm פרישע דראמאטישע אנטוויקלונגען אויפן פראנט אין גואטעמאלא!
► Show Spoiler
״אוי אוי אוי באשעפער רחמים…
- סענס אף יומער
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 340
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יאנואר 02, 2025 3:03 pm
- x 3300
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
אנטשולדיגט פארן זיך נישט אויסדרוקן קלאר.היימישע זייגער האט געשריבן: ↑מיטוואך יוני 11, 2025 10:12 pmייש"כ► Show Spoiler
ביטע קלאר אויס די סתירה, ער האט יא אויטאריזירט די פסק דין אדער נישט?
א דאנק
די חכם האט אויטאריזירט די ריש מתיבתא ארויסצוגעבן א פסק דין וויאזוי זיך צו אומגיין מיט די אנגייענדע סיטואציע, נאכדעם וואס די לב טהור שליחים האבן זיך אויסגערעדט צו נחמן אז זיי זעען נישט קיין שום ווייטערדיגע האפענונגען צו געווינען דעם קאמף. אבער די ספעציפישע פסק און פאקטישע באפעל פאר אלע מיטגלידער ארויסצופארן פון לאנד, דאס איז געקומען פונעם ריש מתיבתא זעלבסט מיטן כח הוראה פונעם חכם.
נוצט אייער מיילעדזש ארויסצוראטעווען די אומשולדיגע לב טהור קינדערלעך פון גואטעמאלא!
347-444-4563
347-444-4563
-
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 98
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 03, 2025 5:42 pm
- Location: מאנסי ניו יארק
- x 399
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
► Show Spoiler
עס דארף דעמאנט ווערן אז דער איד מיינט ניטאמאל די טובה פון לב טהור נאר זאגאר א פריוואטע געלט חשבון, ה''י
-
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 211
- זיך איינגעשריבן: זונטאג דעצעמבער 22, 2024 2:23 pm
- x 573
- סענס אף יומער
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 340
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יאנואר 02, 2025 3:03 pm
- x 3300
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
עס דארף דעמאנט ווערן אז דער איד מיינט ניטאמאל די טובה פון לב טהור נאר זאגאר א פריוואטע געלט חשבון, ה''י
[/quote]
נישט ריכטיג, ער איז א פארביסענע לב טהור אנהענגער.
נוצט אייער מיילעדזש ארויסצוראטעווען די אומשולדיגע לב טהור קינדערלעך פון גואטעמאלא!
347-444-4563
347-444-4563
-
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 211
- זיך איינגעשריבן: זונטאג דעצעמבער 22, 2024 2:23 pm
- x 573
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
עס דארף דעמאנט ווערן אז דער איד מיינט ניטאמאל די טובה פון לב טהור נאר זאגאר א פריוואטע געלט חשבון, ה''י
[/quote]
פון ווי נעמסטו די אינפארמאציע
איך קען דעם מענטש פונדערנאנט און לויט מיין ידיעה איז זיין קאפ אין ל"ט פונקט ווי זיינע אנדערע צוויי ברודערס
נאר צוליב א געוויסע סיבה איז ער פשוט נישט ביכולת דארט צו זיין
-
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 98
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 03, 2025 5:42 pm
- Location: מאנסי ניו יארק
- x 399
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
נישט ריכטיג, ער איז א פארביסענע לב טהור אנהענגער.סענס אף יומער האט געשריבן: ↑מיטוואך יוני 11, 2025 10:26 pmעס דארף דעמאנט ווערן אז דער איד מיינט ניטאמאל די טובה פון לב טהור נאר זאגאר א פריוואטע געלט חשבון, ה''י
[/quote]
עס ווינדערט מיך אויף אייך צו ווייסט איר טאקע נישט איבער וואס איך רעד?
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
ס'איז בוודאי שקר אז די חכם האט געזאגט אזא החלטה, ס'איז נישט במציאות אז דער חכם האט געזאגט א החלטה קעגן די ריש מתיבתא בשעת וואס דער חכם איז נישט בעובי הקורה און ווייסט נישט די ביטערע מצב אין די שעלטערס
-
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 211
- זיך איינגעשריבן: זונטאג דעצעמבער 22, 2024 2:23 pm
- x 573
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
ער האט מיר אמאל געסטראשעט מיטן ארגסטן אויב איך וועל מיך וואגן צוצורעדן איינע פון מיינע קרובים צו פארלאזן לב טהור