אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

נייעס אין אונזער קווארטאל
Think and Thank
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 433
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 1:34 am
x 1639

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך Think and Thank »

בן נביאים האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 08, 2025 3:00 pm
פ. לאקס האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 08, 2025 2:45 pm
Think and Thank האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 08, 2025 2:42 pm

איך האב נישט ליב אריינצוקריכן אין היימישע פאליטיק, אבער ס'דא א סברא צו זאגן אז האוקעל שטעלט זיך אזוי שיין צו דוקא צוליב די וואס האבן געוואוט קעגן איר.
דאס איז נישט א סברה, דאס איז א דבר פשוט וברור כשמש בצהרים
סא פון היינט אן אז מי וויל א פאלאטישן זאל דיר העלפן, זאל מען וואוטן קעגן אים/איר?

לאמיר עס אביסל בעסער אויסשמועסן.

א פאליטישאן קעירט נאר פאר איין זאך: וואוטס. און אפילו דאס קעירט ער נישט ווער ס'האט געוואוט פאר אים פאריגע עלעקשאנס, נאר אים גייט נאר אן וויאזוי ער קען שאפן וואוטס פאר די קומענדיגע עלעקאנס.
ווען א פאליטישאן ווייסט אז דו גייסט סייווי וואוטן פאר אים אפגעזען וואס ער טוט, האט ער נישט קיין שום סיבה זיך צוצושטעלן צו דיר.
ווען א פאליטישאן שטעלט זיך נישט צו און דו וואוטסט נאכאלץ פאר אים, באשטעטיגט עס קליפ און קלאר אז ער קען דיר ווארפן איבער'ן דראנג און דו וועסט ווייטער וואוטן פאר דיר.

האקעל איז נישט געווארן גאווערנאר ביי די לעצטע וואלן. זי איז שוין געווען גאווערנאר פאר איבער א יאר, און זי האט גארנישט געטון בנוגע חינוך - וואס איז געגאנגען דאון סאוט מיט א שנעלן גאלאפ. וואלטן ווען אלע קהילות געשטימט פאר איר טראץ איר זיך נישט ארויסשטעלן פאר'ן חינוך, וואלט נישט געווען קיין שום סיבה אין די וועלט זי זאל עס יא טון. משא"כ אז רווב קהילות האבן געוויזן אז אונזערע שטימען דארף מען פארדינען דורך ארבעטן פאר אונז, פארשטייט זי זייער גוט אז די איינציגסטע וועג וואס זי קען זיך רעכענען אויף צענדליגער טויזנטער אידישע שטימען ביי די קומענדיגע וואלן איז דורך דעליווערן עפעס אויף חינוך.

סאו יא, ווען דו האסט א פאליטישאן וואס שטעלט זיך נישט צו צו דיר איז די איינציגסטע וועג עס זאל אפילו זיין א מעגליכקייט אז ער זאל אנהייבן ארבעטן פאר דיר אויב דו וואוטסט נישט פאר אים כ"ז ער שטעלט זיך נישט צו.

דברים פשוטים פאר ווער עס קען אביסל פאליטיק.
אוועיטער
אלטער
פרישער באניצער
פאוסטס: 25
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 2:08 pm
x 35

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך אלטער »

Think and Thank האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 08, 2025 9:18 pm

זייער שיין און קלאר. איך וויל נאר פארשטיין פארוואס צוויי יאר צוריק האט מען געשריגן אז "נאר" זעלדין קען העלפן?

אויף קומען יעדעס יאר מיט פרישע סחורה איז טאקע אן ארבייט, אבער נישט יעדער קויפט דאס.
פרייער פויגל
פרישער באניצער
פאוסטס: 80
זיך איינגעשריבן: זונטאג אקטאבער 22, 2023 4:16 am
x 337

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך פרייער פויגל »

[attachment=0]IMG_20250508_212758_367.jpg[/attachment]
פיילס
IMG_20250508_212758_367.jpg
הלבלר בקולמסו
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 383
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 11, 2024 2:53 pm
x 511

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך הלבלר בקולמסו »

פ. לאקס האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 08, 2025 8:10 pm די ניו יארק טיימס איז שוין ארויס מיט אן אטאקע
► Show Spoiler
כ'פארשטיי נישט, אין דעם וואל-בודקע קוקט מען קיינעם נישט נאך... אויב האבן זיי א בלאק-וואוט מיינט דאך עס אז דאס די חינוך וואס זיי ווילן..
אלזא וואס האקסטו אין קאפ מיט אפאר משוגעים וואס חוץ דרייען א קאפ קענען זיי נישט ברענגען קיין אין וואוט...
יאנטשי
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 618
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 12:54 pm
x 670

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך יאנטשי »

פרייער פויגל האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 08, 2025 8:39 pm
שקר האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 08, 2025 8:26 pm
דעת קדשי האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 08, 2025 8:25 pm וואס גייט דורותינו שרייבן???זיי זענען קרח מכאן וקרח מכאן....
פארוואס עפעס עס ווערט דאך געשטיפט דורך חסידי מהר"א און אויב זיי זענען צופרידן גלייב איך אז דורותינו וועט אויך זיין צופרידן
נישט אמת ער האט זיך צירוק געהאלטן פון שרייבן אפי' א האלבע גוטע ווארט אויף מהר''א נישט קיין חילוק ווי גוט ער האט געטון

א פארביסענער בלייבט פארביסן אפי'די סיבה דערצו איז שוין נישטא...
צ"ל א אנטי בלייבט אן אנטי.
יאנטשי
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 618
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 12:54 pm
x 670

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך יאנטשי »

הלבלר בקולמסו האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 08, 2025 9:32 pm
פ. לאקס האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 08, 2025 8:10 pm די ניו יארק טיימס איז שוין ארויס מיט אן אטאקע
► Show Spoiler
כ'פארשטיי נישט, אין דעם וואל-בודקע קוקט מען קיינעם נישט נאך... אויב האבן זיי א בלאק-וואוט מיינט דאך עס אז דאס די חינוך וואס זיי ווילן..
אלזא וואס האקסטו אין קאפ מיט אפאר משוגעים וואס חוץ דרייען א קאפ קענען זיי נישט ברענגען קיין אין וואוט...
א אלטע קשאי אויף די שונאי הדת פונעם טיימס, א ווארט קעגן א בלאק וואוט פון די יוניאנס האט מען שוין אמאל געזען ביי זיי, אדער דעמאלס איז פארקערט?
אוועיטער
שינאווער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1658
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג מערץ 14, 2024 12:33 am
Location: שינאווע, פוילן.
x 6341

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך שינאווער »

הלבלר בקולמסו האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 08, 2025 9:37 pm
צדיק נסתר האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 08, 2025 8:47 pm ברענג נאר אהער די דעקל פון די איד נאך פסח תשע"ח

אבער שוין!!!!!!!!
דארט איז געשטאנען זייער געמאסטענע ווערטער, קענסט עס איבערקוקן.

און יא ב"ה יעצט האט מען זיך אויסגעלערנט אז סתם זיך קענגשטעלן ברענגט אז מען זאל קענען טון אויף די אייגענע הענט אומ'אחריות'דיגע שריט, האט מען באשלאסן יא ארויסצוהעלפן, און טאקע זיכער מאכן אז ברענגט א ישועה און מ'מאכט נישט קיין פרישע חורבנות.
ווער איז יושע עסטרייכער?
אוועיטער
חלום חלמתי
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 433
זיך איינגעשריבן: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 1:29 pm
x 665

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך חלום חלמתי »

@הלבלר בקולמסו

יאנטשי
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 618
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 12:54 pm
x 670

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך יאנטשי »

חלום חלמתי האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 08, 2025 10:52 pm @הלבלר בקולמסו

ווער איז דער עסקן ווער?
צרורא דלעילא
פרישער באניצער
פאוסטס: 17
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 03, 2025 8:51 pm
Location: מאדים
x 25

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך צרורא דלעילא »

חלום חלמתי האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 08, 2025 10:52 pm @הלבלר בקולמסו

דער האט א טענה
אוועיטער
שאינו יודע לשאול
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 4840
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
x 14435

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך שאינו יודע לשאול »

Think and Thank האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 08, 2025 9:18 pm
בן נביאים האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 08, 2025 3:00 pm
פ. לאקס האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 08, 2025 2:45 pm

דאס איז נישט א סברה, דאס איז א דבר פשוט וברור כשמש בצהרים
סא פון היינט אן אז מי וויל א פאלאטישן זאל דיר העלפן, זאל מען וואוטן קעגן אים/איר?

לאמיר עס אביסל בעסער אויסשמועסן.

א פאליטישאן קעירט נאר פאר איין זאך: וואוטס. און אפילו דאס קעירט ער נישט ווער ס'האט געוואוט פאר אים פאריגע עלעקשאנס, נאר אים גייט נאר אן וויאזוי ער קען שאפן וואוטס פאר די קומענדיגע עלעקאנס.
ווען א פאליטישאן ווייסט אז דו גייסט סייווי וואוטן פאר אים אפגעזען וואס ער טוט, האט ער נישט קיין שום סיבה זיך צוצושטעלן צו דיר.
ווען א פאליטישאן שטעלט זיך נישט צו און דו וואוטסט נאכאלץ פאר אים, באשטעטיגט עס קליפ און קלאר אז ער קען דיר ווארפן איבער'ן דראנג און דו וועסט ווייטער וואוטן פאר דיר.

האקעל איז נישט געווארן גאווערנאר ביי די לעצטע וואלן. זי איז שוין געווען גאווערנאר פאר איבער א יאר, און זי האט גארנישט געטון בנוגע חינוך - וואס איז געגאנגען דאון סאוט מיט א שנעלן גאלאפ. וואלטן ווען אלע קהילות געשטימט פאר איר טראץ איר זיך נישט ארויסשטעלן פאר'ן חינוך, וואלט נישט געווען קיין שום סיבה אין די וועלט זי זאל עס יא טון. משא"כ אז רווב קהילות האבן געוויזן אז אונזערע שטימען דארף מען פארדינען דורך ארבעטן פאר אונז, פארשטייט זי זייער גוט אז די איינציגסטע וועג וואס זי קען זיך רעכענען אויף צענדליגער טויזנטער אידישע שטימען ביי די קומענדיגע וואלן איז דורך דעליווערן עפעס אויף חינוך.

סאו יא, ווען דו האסט א פאליטישאן וואס שטעלט זיך נישט צו צו דיר איז די איינציגסטע וועג עס זאל אפילו זיין א מעגליכקייט אז ער זאל אנהייבן ארבעטן פאר דיר אויב דו וואוטסט נישט פאר אים כ"ז ער שטעלט זיך נישט צו.

דברים פשוטים פאר ווער עס קען אביסל פאליטיק.
לויט ווי עסקני מהר"א האבן דאן געזאגט, האט זי זיך יא צוגעשטעלט אין איר האלבע טערמין - אויף וויפיל זי האט געקענט [אפילו יעצט האט עס אויך גענומען ביז אזא ביל האט געקענט דורכגיין].

אלזא אויב עפעס, ווען א פאליטישאן זעט אז טראץ וואס זי שטעלט זיך צו לויפט מען צום רעפובליקאנער, פארוואס זאל זי דיר בכלל גלייבן אויף קומענדיגע מאל?
אוועיטער
שאינו יודע לשאול
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 4840
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
x 14435

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך שאינו יודע לשאול »

איז דא ערגעץ וואו מען קען ליינען די טעקסט פונעם נייעם געזעץ?
אוועיטער
שאינו יודע לשאול
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 4840
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
x 14435

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך שאינו יודע לשאול »

דער תהלים איד האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 08, 2025 5:47 pm
1. די ערשטע נקודה איז ווי געזאגט, אז די טעסטס ווערן נישט געגעבן צוליב א התחייבות פון לימודים, נאר די טעסטס זעלבסט זענען די איינציגסטע התחייבות וואס דער אלטער געזעץ האט געמיינט צו זאגן, און מ'דארף גארנישט טוישן פון סדר ותוכן הלימודים עס נאכצוקומען.
אויב דו קענסט ביטע צוברענגען די לשון פונעם געזעץ וואו דאס שטייט, ייש"כ.
פרייער פויגל
פרישער באניצער
פאוסטס: 80
זיך איינגעשריבן: זונטאג אקטאבער 22, 2023 4:16 am
x 337

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך פרייער פויגל »

Wow א מאסיוון קלין אפ געווען דא!...
אפאר בלעטער אוועק געפארן...
(כמעט אזויווי ... )
הדסים
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 787
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 04, 2025 9:23 pm
x 1053

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך הדסים »

ש'כח מנהלים
אז יענער איז עקסטרעם רעכט ווער נישט דעריבער עקסטרעם לינק.
אוועיטער
שמח
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3899
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 21, 2023 3:25 am
x 5059

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך שמח »

יאנטשי האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 08, 2025 11:06 pm
חלום חלמתי האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 08, 2025 10:52 pm @הלבלר בקולמסו

ווער איז דער עסקן ווער?
שטערן פון רמ''ד נידערמאנ'ס ארבעטער.
---------------------------------------------------------------------------------
מצילי אש דראקלענד-845.426.9111
פאר נייעס, אפדעיטס, סעיפטי טיפס אויף אימעיל דריקט דא
----------------------------------------------------------
מכבי
פרישער באניצער
פאוסטס: 95
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מאי 14, 2024 11:45 am
x 189

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך מכבי »

הלבלר בקולמסו האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 08, 2025 11:22 pm
חלום חלמתי האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 08, 2025 10:52 pm @הלבלר בקולמסו

קענסט דאך זען ווער ס'האט עס געצאלט... (אינוועסטירט).

בכלל ווען מ'זעט די ווערטער צווישן די שורות, מאכט עס אסאך סענס.
?
פרייער פויגל
פרישער באניצער
פאוסטס: 80
זיך איינגעשריבן: זונטאג אקטאבער 22, 2023 4:16 am
x 337

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך פרייער פויגל »

הלבלר בקולמסו האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 08, 2025 11:22 pm
חלום חלמתי האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 08, 2025 10:52 pm @הלבלר בקולמסו

קענסט דאך זען ווער ס'האט עס געצאלט... (אינוועסטירט).

בכלל ווען מ'זעט די ווערטער צווישן די שורות, מאכט עס אסאך סענס.
יא יא..
זאג. ווער האט אראפגעווארפן די טווין טאוערס??...

נישט אמעריקע??...

#קאנספעראציע בתפארתו..
אוועיטער
חלום חלמתי
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 433
זיך איינגעשריבן: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 1:29 pm
x 665

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך חלום חלמתי »

הלבלר בקולמסו האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 08, 2025 11:22 pm
חלום חלמתי האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 08, 2025 10:52 pm @הלבלר בקולמסו

קענסט דאך זען ווער ס'האט עס געצאלט... (אינוועסטירט).

בכלל ווען מ'זעט די ווערטער צווישן די שורות, מאכט עס אסאך סענס.
Say what??? 😲 ווי זעה איך וואס???

וועלכע שורות?
להגדיל הטראסק
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2322
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
Location: אין אפיס (אינדרויסן פון אפיס האב איך ניטאמאל קיין טעקסט ב"ה)
x 7269

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך להגדיל הטראסק »

דער ציבור פארגעסט: מהר"א האט ארויסגעברענגט אין א דרשה אז מען האט געמוזט האבן אויף ביידע זייטן, ווייל אויב וואלט דער געווינען וואלט דער געהאט אן אפענעם אויער, אויב וואלט דער צווייטער געווינען וואלטן די אנדערע געהאט אן אפענעם אויער, אנדערש איז ווען יעדער וואלט געגאנגען אויף איין צד און דער צווייטער וואלט געווינען.

גראדע האט דער באשעפער געפירט אז דא זענען סקווירא און מהר"א די וואס האבן אן אפענעם אויער און הערצה אין די אויגן פון גאווערנער, אבער בכלליות אין א פארמעסט וואס איז נישטא קיין זיכערער געווינער איז געזונט ווען מען איז געקאווערט פון ביידע צדדים.
דארפט איר אויפטרעטן אויף שבע ברכות? איר נויטיגט זיך אין פאסיגע ווערטלעך?
פארבינדט אייך אין אישי, און די שטאב פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן אייך צו העלפן בס"ד.
ויצא
פרישער באניצער
פאוסטס: 39
זיך איינגעשריבן: דינסטאג דעצעמבער 03, 2024 7:07 pm
x 37

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך ויצא »

שינאווער האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 08, 2025 10:14 pm
הלבלר בקולמסו האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 08, 2025 9:37 pm
צדיק נסתר האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 08, 2025 8:47 pm ברענג נאר אהער די דעקל פון די איד נאך פסח תשע"ח

אבער שוין!!!!!!!!
דארט איז געשטאנען זייער געמאסטענע ווערטער, קענסט עס איבערקוקן.

און יא ב"ה יעצט האט מען זיך אויסגעלערנט אז סתם זיך קענגשטעלן ברענגט אז מען זאל קענען טון אויף די אייגענע הענט אומ'אחריות'דיגע שריט, האט מען באשלאסן יא ארויסצוהעלפן, און טאקע זיכער מאכן אז ברענגט א ישועה און מ'מאכט נישט קיין פרישע חורבנות.
ווער איז יושע עסטרייכער?
א בעלזע חסיד
יאנטשי
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 618
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 12:54 pm
x 670

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך יאנטשי »

שאינו יודע לשאול האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 08, 2025 11:20 pm איז דא ערגעץ וואו מען קען ליינען די טעקסט פונעם נייעם געזעץ?
https://nyassembly.gov/leg/?default_fld ... y=Y&Text=Y

פעידש 23

איין געזעץ בעפאר איז איבער עלעקטראנישע סקול באסעס, אינטרעסאנט צו וויסן וואס איז די נייע גזירה.
לייבקע יענטע'ס
פרישער באניצער
פאוסטס: 53
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 20, 2023 6:18 pm
x 86

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך לייבקע יענטע'ס »

Think and Thank האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 08, 2025 9:18 pm
בן נביאים האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 08, 2025 3:00 pm
פ. לאקס האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 08, 2025 2:45 pm

דאס איז נישט א סברה, דאס איז א דבר פשוט וברור כשמש בצהרים
סא פון היינט אן אז מי וויל א פאלאטישן זאל דיר העלפן, זאל מען וואוטן קעגן אים/איר?

לאמיר עס אביסל בעסער אויסשמועסן.

א פאליטישאן קעירט נאר פאר איין זאך: וואוטס. און אפילו דאס קעירט ער נישט ווער ס'האט געוואוט פאר אים פאריגע עלעקשאנס, נאר אים גייט נאר אן וויאזוי ער קען שאפן וואוטס פאר די קומענדיגע עלעקאנס.
ווען א פאליטישאן ווייסט אז דו גייסט סייווי וואוטן פאר אים אפגעזען וואס ער טוט, האט ער נישט קיין שום סיבה זיך צוצושטעלן צו דיר.
ווען א פאליטישאן שטעלט זיך נישט צו און דו וואוטסט נאכאלץ פאר אים, באשטעטיגט עס קליפ און קלאר אז ער קען דיר ווארפן איבער'ן דראנג און דו וועסט ווייטער וואוטן פאר דיר.

האקעל איז נישט געווארן גאווערנאר ביי די לעצטע וואלן. זי איז שוין געווען גאווערנאר פאר איבער א יאר, און זי האט גארנישט געטון בנוגע חינוך - וואס איז געגאנגען דאון סאוט מיט א שנעלן גאלאפ. וואלטן ווען אלע קהילות געשטימט פאר איר טראץ איר זיך נישט ארויסשטעלן פאר'ן חינוך, וואלט נישט געווען קיין שום סיבה אין די וועלט זי זאל עס יא טון. משא"כ אז רווב קהילות האבן געוויזן אז אונזערע שטימען דארף מען פארדינען דורך ארבעטן פאר אונז, פארשטייט זי זייער גוט אז די איינציגסטע וועג וואס זי קען זיך רעכענען אויף צענדליגער טויזנטער אידישע שטימען ביי די קומענדיגע וואלן איז דורך דעליווערן עפעס אויף חינוך.

סאו יא, ווען דו האסט א פאליטישאן וואס שטעלט זיך נישט צו צו דיר איז די איינציגסטע וועג עס זאל אפילו זיין א מעגליכקייט אז ער זאל אנהייבן ארבעטן פאר דיר אויב דו וואוטסט נישט פאר אים כ"ז ער שטעלט זיך נישט צו.

דברים פשוטים פאר ווער עס קען אביסל פאליטיק.
פיר אויס - דריי מיט דו פינגער-, אויב אזוי פארוואס האט סקופוס געארבעט יעצט לטובתינו?
דעת קדשי
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1164
זיך איינגעשריבן: מוצש"ק סעפטעמבער 23, 2023 11:40 pm
x 2705

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך דעת קדשי »

דאס האט זעמל ארויסגעלייגט

איז דאס א זעקסטע ווערסיע אדער איז דאס איינשטימונג מיט מערכת?

ניו יארק - מיט פרייד ווערט אויפגענומען די נייעס איבער דעם נייעם ביל וואס ווערט היינט אדורכגעפירט אינאיינעם מיטן ניו יארק סטעיט בודזשעט, ווי עס איז אריינגעלייגט געווארן אן אמענדמענט צו פילפאכיג דערלייכטערן און עטוואס אפשטופן דעם גזירת החינוך.

די יעציגע אנטוויקלונג קומט נאך חדשים פון שווערע ארבעט דורך די ערוויילטע באאמטע פון די היימישע געגנטער אין שפיץ פון אסעמבלימאן ר' שמחה אייכענשטיין אין די אסעמבלי – מיט די הילף פון אסעמבלי לייט ר' קלמן יעגער, ר' אהרן בנציון ווידער, סטעיט סענאטאר סקופיס פון קרית יואל אין די סענאט – מיט די אקטיווע מיטארבערט פון וויליאמסבורג סטעיט סענאטארין סאלאזאר, ווי אויך סטעיט סענאטאר מיירי פון קראונהייטס, און נאך; און די פירערשאפט פון גאווערנאר האוקעל – ספעציעל אויפ'ן רוף פון קאנגרעסמאן פעט רייען.

גאר אסאך ארבעט אין דעם געזעץ איז אריינגעלייגט געווארן דורך העסקן הרה"ח ר' יושע אסטערייכער, וועלכע האט געארבעט אינאיינעם מיט נאך פילע עסקנים פון קהילת סאטמאר, באבוב, בעלזא, און וויזניץ, ביז מען האט דערגרייכט דעם יעצטיגער מאמענט וואס דער ביל ווערט אדורכגעפירט אין די סטעיט לעגיסלאטיווע הייזער, און עס וועט דערנאך ווערן אונטערגעשריבן דורכן גאווענער און אריינגיין אין די געזעץ ביכער פון ניו יארק.

צווישן די הויכפונקטן פונעם נייעם געזעץ, איז דאס וואס עס געבט עטליכע אויסוועגן וויאזוי מוסדות התורה וועלן פארמאגן פיל מער צייט ביז זיי וועלן צייגן פאר די רעגירונג אז זיי קומען נאך די סאבסטענשל עקוויוועלענט געזעץ, און עס נעמט אראפ די באלדיגע געפאר וואס האט געהויערט אויף פילע מוסדות התורה.

די שולעס וועלכע האבן אדער וועלן אויסקלויבן פעטוועי 6 אסעסמענטס, וועלן פארמאגן ביז אכט יאר צו פולקאם אימפלעמענטירן די טעסטס וואס זיי דארפן אדורכפירן אויף אלע קינדער, און אצינד וועלן זיי נאר דארפן אנהייבן מיט די דריטע קלאס און יעדע יאר ארויפגיין מיט נאך א קלאס.

און די שולעס וואס האבן אדער וועלן אויסקלויבן פעטוועי 3 אקרעדיטעישן, פארמאגן ביז פינף יאר צייט אז זיי זאלן באקומען א פולשטענדיגע באשטעטיגונג פון די אקרעדיטעשאן ארגאניזאציעס אז זייער ערציאונג סיסטעם איז אויסגעהאלטן.

דער געזעץ טוט אויך טוישן דעם סטאטוס פון די פעטוועיס אז אנשטאט א רעגולאציע זאל עס ווערן א חלק פונעם געזעץ אין ניו יארק, וואס דאס טוט באשיצן מוסדות וואס קלויבן אויס א פעטוועי פון סיי וועלכע אינספעקציעס.

דער געזעץ פארמאגט נאך א צאל פאקטארן וואס קענען בעז"ה בענעפיטירן אינעם קאמף פארן גזירת החינוך, ווי דאס וואס עס טוט פארגרעסערן די צאל טעסטס וואס מען קען געבן פאר די קינדער, און עס געבט אויך נאך אפציעס וויאזוי נאכצוקומען די פארלאנגען פון מאכן דעם טעסט, וואס וועט האפענטליך העלפן די מוסדות וועלכע זענען אונטער אינוועסטיגעישן אין זענען ערקלערט געווארן אלס נאן עקוויוועלענט וואס די פאקטארן וועלן מעגליך דערלייכטערן אדער צושטעלן טיילווייזע אויסוועגן פאר מוסדות התורה פון די יעצטיגע רעגולאציעס.

כלל ישראל קוקט ארויס און איז מתפלל אז דער געזעץ זאל טאקע ווערן ריכטיג אפגעטייטשט דורך די ניו יארק סטעיט עדיוקעשאן דעפארטמענט למען עתיד חינוך הטהור, און עס זאל דינען אלס א גוטער שריט צו קענען גענצליך עלימינירן דעם שרעקליכער גזירה פון יהדות ניו יארק.
אוי וויי, הייליגער רבי שמעון, לעכטיגער רבי שמעון
נפשי חולת אהבתך....
לעכטיג
חבר המערכת
פאוסטס: 122
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג מערץ 28, 2024 2:53 pm
x 194

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך לעכטיג »

פרייער פויגל האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 08, 2025 11:25 pm Wow א מאסיוון קלין אפ געווען דא!...
אפאר בלעטער אוועק געפארן...
(כמעט אזויווי ... )
נארוואס געמאכט נאך א קלינאפ. איך האב מורא אז קומענדיגע מאל גייט א ניק אריינגעכאפט ווערן אינעם קלינינג מאשין

מ'קען זיך טענה'ן ווי נארמאלע מענטשן. ווער ס'ווייסט נישט וויאזוי זאל ביטע צוריקקומען ווען ער ווייסט יא
שרייב פאוסט