די מיטגלידער דארט זענען גרייט אפן זיך ארויסצושטעלן קעגן יאפעד'ס העצערייען?..דער תהלים איד האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מאי 08, 2025 4:42 pm ר' אהרן בנציון ווידער האט יעצט געגעבן א שיינע רעדע אין אסעמבלי, וואו מען האלט אינמיטן די רעדעס.
ער האט ארויסגעברענגט ווי שטארק א "יא" וואוט וועט העלפן נידערן די אומזינסטע רדיפות קעגן יהדות החרדית.
אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
-
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 427
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 11, 2024 2:53 pm
- x 549
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
- דער תהלים איד
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 6452
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
- x 14786

@יאנטשי נעקסטע וואך.
@הלבלר בקולמסו לא הבנתי...
@הלבלר בקולמסו לא הבנתי...
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
די העלד פאר די חינוך הטהור "לי זעלדין" איז דארט?הלבלר בקולמסו האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מאי 08, 2025 4:50 pmדי מיטגלידער דארט זענען גרייט אפן זיך ארויסצושטעלן קעגן יאפעד'ס העצערייען?..דער תהלים איד האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מאי 08, 2025 4:42 pm ר' אהרן בנציון ווידער האט יעצט געגעבן א שיינע רעדע אין אסעמבלי, וואו מען האלט אינמיטן די רעדעס.
ער האט ארויסגעברענגט ווי שטארק א "יא" וואוט וועט העלפן נידערן די אומזינסטע רדיפות קעגן יהדות החרדית.
-
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 177
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג יאנואר 24, 2025 12:44 am
- Location: new york
- x 358
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
טאקע א פלא אז ער האט געקענט זאגן הויעך מסתם נאר ווייל עס גייט שוין מילא אדורך...הלבלר בקולמסו האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מאי 08, 2025 4:50 pmדי מיטגלידער דארט זענען גרייט אפן זיך ארויסצושטעלן קעגן יאפעד'ס העצערייען?..דער תהלים איד האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מאי 08, 2025 4:42 pm ר' אהרן בנציון ווידער האט יעצט געגעבן א שיינע רעדע אין אסעמבלי, וואו מען האלט אינמיטן די רעדעס.
ער האט ארויסגעברענגט ווי שטארק א "יא" וואוט וועט העלפן נידערן די אומזינסטע רדיפות קעגן יהדות החרדית.
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
און סיגוט'ער רב האט בלויז געארבעט אפצוהאלטן א קאנטער אטאקע פון פערלס, נישט פארן געזעץ.שינאווער האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מאי 08, 2025 3:43 pmדאס איז שטארקע נייעס.נפתלי האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מאי 08, 2025 3:36 pmר' יעקב בער האט שווער געארבט אויפן בקשה פון די עסקנים, אז עס זאל נישט קומען קיין קעגנשאפט מערכה פון די פערלס לויערחלום חלמתי האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מאי 08, 2025 3:17 pm מ'הייבט שוין אן כאפן קרעדיט. סוקסעס האט אסאך טאטע'ס.
אבער די עיקר סוקסעס איז אז ביידע סאטמארע קהילות האבן געארבעט אינאיינעם חדשים געלייגט אלע נגיעות אין א זייט, דאס צו צושטאנד ברענגען.
פון ערוויילן סקואפיס (ער איז געפארן זיך טרעפן מיט האדמו"ר מהרי"י פאר דעם איינעם סיבה) שטיצן אסעמבלי מאן עיקוס אין ק"י, ר' יהושע עסטרייכער פון צד מהר"א אינאיינעם מיט הגה"צ ר' יעקב בער האבן שווער געשוויצט דערפאר.
מיט כח האחדות טוט מען אויף! הלוואי ס'זאל אנהאלטן ווייטער פאר אלע ענינים
1. הייסט דאס אז פערלס האט גארנישט מיט די גאנצע יעצטיגע אנטוויקלונג.
2. און אויב וואלט מען נישט פארלייגט כוחות צו אפהאלט דעם פערלס לויער פון שטערן וואלט ער נישט מער און נישט ווייניגער געשטערט.
-
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 427
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 11, 2024 2:53 pm
- x 549
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
און עסטרייכער האט נאר געארבעט ווייל יענקי סופר האט אריינגעלייגט געלט, אלס אינוועסטמענט פאר די קאליזש פראגרעם...ליכטעלע האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מאי 08, 2025 5:07 pmאון סיגוט'ער רב האט בלויז געארבעט אפצוהאלטן א קאנטער אטאקע פון פערלס, נישט פארן געזעץ.
מיינע עסקנים מיינען אלעס לשם שמים, און דער ברודער'ס מיינען נאר געלט און כבוד.
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
JDN
אין די צייט וואס עס ווערן געמאכט העפטיגע שתדלנות און נאכאנאנדע עסקנות אפצושלאגן די גזירת החינוך אין ניו יארק, האט זיך היינט אפגעשפילט א פאזיטיווע פארשריט אין די געזעץ הייזער אין ניו יארק סטעיט, ווען א נייע געזעץ וואס איז געווארן אויפגעברענגט דורך היימישע אסעמבלילייט האט באוויזן צו דערגרייכן ווייט, און איז אריבער אין די ניו יארק סטעיט לעגיסלאטיווע הייזער.
די אנטוויקלונג קומט נאך לאנגע חדשים פון שווערע ארבעט דורך די ערוויילטע באאמטע פון די חרדי'שע געגנטער, אין שפיץ פון אסעמבלימאן ר' שמחה אייכענשטיין הי"ו אין די אסעמבלי – מיט די הילף פון אסעמבלילייט ר' קלמן יעגער הי"ו, ר' אהרן בנציון ווידער הי"ו; סטעיט סענאטאר סקופיס פון קרית יואל אין די סענאט – מיט די אקטיווע מיטארבערט פון וויליאמסבורג סטעיט סענאטארין סאלאזאר, ווי אויך סטעיט סענאטאר מיירי פון קראונהייטס, און נאך; און די פירערשאפט פון גאווערנאר האוקעל –אויפ'ן רוף פון קאנגרעסמאן פעט רייען.
היינטיגן טאג איז דער נייער געזעץ ביל געווארן דורכגעפירט אין די סטעיט סענאט, פון דא דארף עס באשטעטיגט ווערן אין די אסעמבלי, און דערנאך וועט עס בעז"ה ווערן אונטערגעשריבן דורכן גאווערנער און אריינגיין אין די געזעץ ביכער פון ניו יארק. כלל ישראל קוקט ארויס און איז מתפלל אז דער געזעץ זאל טאקע ווערן ריכטיג אפגעטייטשט דורך די ניו יארק סטעיט עדיוקעשאן דעפארטמענט למען עתיד חינוך הטוהר, אין עס זאל דינען אלס א גוטער שריט צו קענען גענצליך עלימינירן דעם שרעקליכן גזירה וואס הערשט אויף יהדות ניו יארק.
צווישן די הויכפונקטן פונעם נייעם געזעץ, איז דאס וואס עס געבט עטליכע אויסוועגן וויאזוי מוסדות התורה וועלן פארמאגן פיל מער צייט ביז זיי וועלן צייגן פאר די רעגירונג אז זיי קומען נאך די סאבסטענשל עקוויוועלענט געזעץ, און עס נעמט אראפ די באלדיגע געפאר וואס האט געהויערט אויף פילע מוסדות התורה. אזוי אויך פארמאגט די נייע געזעץ נאך א צאל פאקטארן וואס קענען בעז"ה בענעפיטירן אינעם קאמף פארן גזירת החינוך, ווי דאס וואס עס טוט פארגרעסערן די צאל טעסטס וואס מען קען געבן פאר די קינדער, און עס געבט אויך נאך אפציעס וויאזוי נאכצוקומען די פארלאנגען פון מאכן דעם טעסט, וואס וועט האפענטליך העלפן די מוסדות וועלכע זענען אונטער אינוועסטיגעישן אין זענען ערקלערט געווארן אלס נאן עקוויוועלענט וואס די פאקטארן וועלן מעגליך דערלייכטערן אדער צושטעלן טיילווייזע אויסוועגן פאר מוסדות התורה פון די יעצטיגע רעגולאציעס.

מזל טוב עס איז אריבער אין אסעמבלי
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
אז די רעדס שוין פון יענקי סופר..הלבלר בקולמסו האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מאי 08, 2025 5:10 pmאון עסטרייכער האט נאר געארבעט ווייל יענקי סופר האט אריינגעלייגט געלט, אלס אינוועסטמענט פאר די קאליזש פראגרעם...
מיינע עסקנים מיינען אלעס לשם שמים, און דער ברודער'ס מיינען נאר געלט און כבוד.
אלע לויערס לאביעסט קאמפעניס (און נאך זאכן וואס מען קען נישט שרייבן און פאבליק וד"ל...) די לעצטע 3 יאר וואס מען ארבעט אויפן ביל איז באצאלט געווארן דורך ר' יעקב זוסמאן סופר
- שינאווער
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1715
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג מערץ 14, 2024 12:33 am
- Location: שינאווע, פוילן.
- x 6468
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
ס'האט דא איינער געשריבן אז ר' יעקב בער האט נישט געארבעט לשם שמים?הלבלר בקולמסו האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מאי 08, 2025 5:10 pmאון עסטרייכער האט נאר געארבעט ווייל יענקי סופר האט אריינגעלייגט געלט, אלס אינוועסטמענט פאר די קאליזש פראגרעם...
מיינע עסקנים מיינען אלעס לשם שמים, און דער ברודער'ס מיינען נאר געלט און כבוד.
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
-
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 427
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 11, 2024 2:53 pm
- x 549
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
ווען געפאלט די נעקסטע תהלים שיעור?
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
יעצט אדער קומענדיגע וואך?
-
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 249
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג דעצעמבער 26, 2023 12:44 pm
- x 165
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
דא זעהט מען "שוין" נישט, עס איז שוין דורךיאנטשי האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מאי 08, 2025 5:18 pmדא זעט מען נאכנישט. וואו קען מען מיטהאלטן לייוו?
https://nyassembly.gov/av/live/
-
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 591
- זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 9:03 am
- x 503
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
אלע טהרת הקודש מוסדות פארמאכן זיך?
- שינאווער
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1715
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג מערץ 14, 2024 12:33 am
- Location: שינאווע, פוילן.
- x 6468
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
די מערסטע אינטערעסאנט וועט לכאורה זיין וויאזוי דורותינו וועט עס באריכטן...
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
ווארט נאר ווארט...
אז יענער איז עקסטרעם רעכט ווער נישט דעריבער עקסטרעם לינק.
-
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 40
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 18, 2025 3:28 pm
- Location: ים ברעג
- x 31
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
די זעלבע ווי דא...
- שקר
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 26
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך פעברואר 05, 2025 10:43 am
- Location: Pupu
- x 192
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
מערכת סאטמאר
על בשורות טובות אומר ברוך הטוב והמטיב!
יהדות החרדית נעמט אויף מיט באַגייסטערונג "נייע געזעץ" וואָס טוט פארלייכטערן און טיילווייז אפּשטופּן די ביטערע גזירת החינוך אין ניו יארק
באשטעטיגט געווארן היינט דאנערשטאג אינאיינעם מיטן ניו יארק סטעיט בודזשעט
עסקני פערל"ס אינאיינעם מיט גדולי עסקני היהדות שטייען אין שפיץ פון דורכפירן דעם געזעץ בעידודו פון מגן חינוך הטהור כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א
צייגט קליפ און קלאר דעם שטארקן כח פון יעדע איינציגסטע שטימע דורך טויזנטער אנשי שלומינו ביי די יערליכע וואלן
טויזנטער פאראייניגטע שטימען דורך רבבות ישראל אין ניו יארק ביי די פארלאפענע קריטישע גאווערנער וואלן וואו כלל ישראל האט אויסגעשריגן אונזער איינציגסטע דאגה איז "אונזער חינוך!" - שטימען פון טויזנטער אחים לדעה אין קרית יואל רבתי פאר די עסקנים אינדארסירטע קאנדידאטן וועלכע פארשפרעכן פאר כ"ק רבינו שליט"א ארויסצוהעלפן אין דעם ביטערן קאמף, האבן אויסגעטרעטן דעם וועג ביזן גרייכן דעם יעצטיגן טריט פאראויס ביז צום ענדגילטיגן ביטול הגזירה בעז"ה
בקשה על העתיד: תפלות ישראל נויטיג פאר ריכטיגע אויסטייטשונג פונעם געזעץ דורך די באאמטע - עס זאל איבערקומען מעגליכע געריכט פארמעסטן - און בעז"ה גענצליכע ביטול הגזירה און זיג אין קאורט אוו אפיעלס אין די פערל"ס קעיס, וועלכע וועט האבן הירינג קומענדיגע וואך. ולה' הישועה!
היינטיגן דאנערשטאג האט די ניו יארק סטעיט לעגיסלאטור באשטעטיגט – אלס טייל פון די סטעיט בודזשעט - אן אמענדמענט צו די 'עדיוקעישאן געזעץ' וואס האט אפגעשטופט און אריינגעלייגט באדייטענדע פארלייכטערונגען אין די גזירת החינוך וואס שוועבט אין די לעצטע יארן אויפ'ן חרדי'שן אידנטום אין ניו יארק. בעת די אמענדמענט איז נאר א הצלה פורתא, און ווייט פון די גאנצע ישועה, האט עס אבער פארלייכטערט די תוקף הגזירה און עס באדייטענד אפגעלייגט.
די קערנדלעך פאר'ן געזעץ זענען שוין איינגעזייעט געווארן מיט א לאנגע צייט צוריק, מיט די הילף פון בארימטע אדוואקאטן. בעת דער געזעץ האט אריגינעל געזאלט שאפן ברייטערע און מער מעגליכקייטן דורך אקרעדיטעישאן, און נאך אנדערע פערמענאנטע פארלייכטערונגען, זענען יענע טיילן ליידער ארויסגעפאלן אינעם פראצעדור, צוליב ווידערשטאנד וואס מ'האט נישט געקענט אפקעמפן, וואס וואלט צוריקגעהאלטן דעם גאנצן ביל. עס זענען דאן אפגעהאלטן געווארן א רייע גאר ערנסטע באראטונגען, און בהתייעצות הרבנים האט מען באשלאסן אז מ'דארף מקיים זיין תפסת מועט תפסת, און ארבעטן אויף וואס ס'איז שייך מאמענטאל.
אין שפיץ פון די גרופע עסקנים איז געשטאנען דער בארימטער עסקן הרה"ח ר' יושע אסטרייכער הי"ו – וועלכער האט א געוואלד געלייסטעט פאר די היימישע מוסדות התורה אין די לעצטערע יארן, אינאיינעם מיט עטליכע גאר חשוב'ע און איבערגעגעבענע עסקנים פון אנדערע קהילות קדושות וועלכע האבן געארבעט האנט-ביי-האנט און שטענדיג איבערגעגאנגען די דעטאלן מיט הרה"ח ר' משה דוד ניעדערמאן הי"ו, און נאך, וועלכע זענען געווען פארנומען פאר וואכן און חדשים, ארבעטנדיג מיט אדוואקאטן צו פארזיכערן אז יעדע איינציגסטע ווארט אינעם געזעץ ברענגט די ריכטיגע רעזולטאטן און זאל חלילה נישט גענוצט ווערן אויף פארקערט, קעגן אונזערע אינטערעסן. יעדע מינדעסטע טויש וואס איז אריינגעקומען אין געזעץ האט מען דן געווען בכובד ראש וואס דאס באדייט און וואס דאס קען ברענגען אינעם צוקונפט.
די עסקנים זענען געווען אין נאנטע פארבינדונגען מיט די אדמורי"ם ומנהיגי הקהלות. ספעציעל זענען זיי געשטאנען אין נאנטן קשר מיט הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א וועלכער האט פערזענליך באגלייט די אלע אנטוויקלונגען, און איבערגעשמועסט דעם געזעץ מיט מגן חינוך הטהור, כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א, לדעת את המעשה אשר יעשון.
די עסקנים האבן זייער נאנט געארבעט מיט'ן אסעמבלימאן ר' שמחה אייכענשטיין הי"ו, וועלכער איז געווען דער טשאמפיאן און הויפט טרייב-קראפט אינערהאלב די רעגירונג פאר'ן געזעץ. אדאנק די ארבעט פון ר' שמחה, איז די געזעץ דאס בעסטע געשטאנען אינערהאלב די אסעמבלי, און פון די אסעמבלי זייט איז עס שטארק געשטופט געווארן. אינאיינעם מיט ר' שמחה האבן מיטגעארבעט די נייע חרד'ישע אסעמבלי-לייט, ר' קלמן יעגער הי"ו פון בארא פארק; ר' אהרן בנציון ווידער הי"ו פון ראקלענד קאונטי; ר' דוד וועפרין, דער אומפארמאלער טשעיר פון די שומר שבת קאקוס אין אלבאני, זייענדיג דער עלטסטער שומר שבת געזעצגעבער; סעם בערגער און נאך אסעמבלי מיטגלידער.
אויפ'ן סענאט זייט, איז דער שטערקסטער שטיצער און טשאמפיאן פונעם געזעץ געווען דער סטעיט סענאטאר דזשעימס סקופיס, וועלכער פארטרעט קרית יואל און די אומגעגנט. סקופיס האט עטליכע מאל געווינען זיין פאזיציע בלויז א דאנק די שטימען פון טויזנטער תושבי קרית יואל, און ער איז דעריבער דאנקבאר געווען דערויף און קעגן געקומען דעם היימישן ציבור ארויסצוהעלפן מיט אונזערע פארלאנגען.
סענאטאר סקופיס האט בעפאר די פארלאפענע וואלן געהאט א ספעציעלע זיצונג בביתו נאוה קודש פון כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א אין 'קרית יטב לב' בלומינגבורג, אינאיינעם מיט הרה"ח ר' משה דוד ניעדערמאן הי"ו, וועלכער שטייט בראש המערכה פאר'ן ערליכן חינוך; די ראשי עסקני "אחים לדעה קרית יואל" הרה"ח ר' יעקב מאיר פערענץ הי"ו און הרה"ח ר' ליפא דייטש הי"ו; די ראשי הקהלה דק"ק סאטמאר קרית יואל מו"ה ר' לוי יצחק שווארטץ הי"ו און מו"ה ר' יוסף יוזפא לאנדא הי"ו; און דער מנכ"ל מוסדות סאטמאר קרית יואל הר"ר משה אלי' עסטרייכער הי"ו.
ביי יענע זיצונג בקודש פנימה האט דער רבי שליט"א ארויסגעברענגט פארן סענאטאר די וויכטיגקייט פון באשיצן דעם ערליכן חינוך, ווי אויך האט דער רבי שליט"א שטארק פארלאנגט זיכער צו מאכן אז סיי וועלכער געזעץ ווערט געהעריג דורכגעטון מיט די עסקנים בכובד ראש, זיכער צו מאכן אז עס מאכט נישט ערגער ח"ו. סקופיס האט דעמאלטס הייס פארשפראכן פאר רבינו שליט"א אז ער וועט ארבעטן אויף א געזעץ מיט ר' משה דוד הי"ו, אין פולע צוזאמען ארבעט מיט די עסקנים פון פערל"ס, צו פארזיכערן אז דאס ברענגט די געוואונטשענע רעזולטאטן.
דאס איז נאכגעפאלגט געווארן נאך די וואלן מיט א מיטינג אין די סיטי מיטן סענאטאר – אין קאונסילמאן לינקאלן רעסטלער'ס אפיס – מיט די באטייליגונג פון הרה"ח ר' משה דוד נידערמאן הי"ו, הרה"ח ר' יעקב מאיר פערענץ הי"ו, און מו"ה ר' שמואל מרדכי שטערן הי"ו וועלכער שטייט צו די האנט פון ר' משה דוד אין די אלע פעולות למען החינוך, וואו מ'האט איבערגעשמועסט דעם געזעץ.
אין סענאט איז למעשה געווען א שטארקע קעגנערשאפט צום געזעץ, און פאראיאר איז דאס צוליב דעם דורכגעפאלן צוויי מאל ווען עס האט אויסגעזען אז עס גייט שוין אט אט דורכגיין. אויך אין יעצטיגן פאל איז געקומען שטארקע קעגנערשאפט, איבערהויפט נאך וואס די דעטאלן פונעם געזעץ איז ארויסגערינען צו די פרעסע, וואס האבן דאס ברייט צעשמירט מיט שוידערליכע פארבן – אריינגערעכנט גאר א שארפע העצערישע אטאקע אין די 'ניו יארק טיימס' אינאיינעם מיט ווילדע העצערייען דורך די סטעיט עדיוקעישאן קאמישאנער.
גאר א שטארקע הילף איז געווען וואס מ'האט ב"ה באוויזן צו באקומען די שטיצע פון איינפלוסרייכע סענאטארן וועלכע ווערן פאררעכנט אלס שטארק ליבעראל. דא האט געשפילט א הויפט ראלע די וויליאמסבורגער סטעיט סענאטארין דזשוליע סאלאזאר, מיט וועמען הרה"ח ר' משה דוד ניעדערמאן הי"ו איז געשטאנען אין פארבינדונג, און זי איז געווען פון די שטערקסטע פארטיידיגער פונעם געזעץ אינערהאלב די סענאט. סטעיט סענאטאר סאלאזאר איז א זעלטענע פארטיידיגער פון די חרדי'שע וויליאמסבורג און עס קומט זיך איר גאר א שטארקער הכרת הטוב.
ר' משה דוד איז אויך געשטאנען אין פארבינדונג מיט סטעיט סענאטאר זעלנאר מיירי פון קראונהייטס, אן איינפלוסרייכער סענאטאר וועלכער האט שטארק געשטיצט דעם געזעץ, און סענאטאר ברייען קאוואנא וועלכער האט געהאט פארטרעטן וויליאמסבורג און נאך.
די סענאט דעמאקראטישע פירערשאפט האט אויך מיטגעהאלטן ווי ביי אלע פארמעסטן אין חרד'ישע געגנט איז דער חינוך געווען די הויפט אישו. דאס האט איינגעשלאסן פאראיאר אין מאנסי, און איצט אין די ספעציעלע וואלן אין בארא פארק וואס וועט פארקומען אין די קומענדיגע וואך, ווי דער דעמאקראטישער קאנדידאט סעם סוטאן האט שטארק געשטופט פאר דעם געזעץ. דאס האט געברענגט אז די סענאט פירערשאפט זאל איינזען די וויכטיגקייט פון די אישו און מיטארבעטן.
אין די פארלאפענע גאווערנאר וואלן איז דער יהדות ניו יארק ארויסגעקומען פאראייניגט לטובת דעם ערליכן חינוך און געשטימט פארן קאנדידאט לי זעלדין. די מאסיווע וואל באטייליגונג און רעזולטאטן, האט געפירט צו א פאליטישע ערד ציטערניש אין ניו יארק, און האט קלאר געשטעלט אז כלל ישראל ערווארט אז די שטאט פירער זאלן נעמען אקטיווע שריט צו באשיצן די זעלבסטשטענדיגקייט פונעם ערליכן חינוך.
ב"ה אז די גאווערנאר האט דאס דערהערט, און האט אויסגעדרוקט גרייטקייט צו ארבעטן מיט די לעגיסלאטור צו טוישן דעם געזעץ. איבערהויפט האט גאווערנאר האקול פארפליכטעט דאס צו שטיצן נאך באקומען פערזענליכע רופן פון קאנגרעסמאן פעט רייען, וועלכע פארטרעט קרית יואל און די אומגעגנט. וועלכער האט ביי א באזוך ביי כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א - אינאיינעם מיט די ראשי עסקני אחים לדעה קרית יואל און זיין אידישער געהילף ר' יעקב אייזדארפער הי"ו - בעפאר די וואלן פארשפראכן אז ער וועט קעמפן פאר'ן ערליכן חינוך. רייען האט איינגעשפאנט דעם מינאריטעט פירער אין קאנגרעס האקים דזשעפריס, וועלכער האט אפעלירט צו די גאווערנאר צו באשיצן דעם ערליכן חינוך.
פארן גאווערנאר געגאנגען אין לעבן אונטערצושטיצן די דעמקראטישע קאנגרעס קאנדידאטן, ממילא האבן זייערע פארלאנגן צו איר צו אדרעסירן די אישו, און כסדר עס אויפברענגן, איר שטארק באאיינפלוסט. אין די לעצטע וואכן איז קאנגרעסמאן רייען געווען אין נאכאנאנדע פארבינדונג מיט די גאווערנאר צו פארזיכערן אז דער געזעץ רוקט זיך פאראויס.
עס קומט זיך א שטארקן דאנק פאר די גאווערנאר פאר צושטיין און שטיצן דעם געזעץ – פאר וועלכע זי שטייט שוין אויס און וועט אויסשטיין שארפע אטאקעס פון די אנטי-ישיבה גרופע און העצער קעגן דעם חרדי'שן אידענטום.
די סטעיט בודזשעט איז די צייט ווען עס איז די גרינגסטע דורכצופירן די אישו, אן דארפן עס ברענגן פאר א באזונדערע אפשטימונג וואו מ'דארף האבן א רוב פון די לעגיסלאטור, וואס רוב פון זיי האבן נישט קיין חרדי'שע ישיבות, און ווערן ליידער באאיינפלוסט פון די מידיא דערקעגן. ב"ה אז איצט, ביי די סטעיט בודזשעט האט מען ב"ה עס באוויזן דורכצופירן.
בעת די אמענדמענט ברענגט באדייטנדע טאקטישע פארלייכטערונגען אין די קאמף פון די ערליכע מוסדות קעגן די פרואוון חלילה ארויפצואצווינגען ענדערונגען אויפ'ן ערליכן חינוך, איז ליידער די דראאונג אויף די ערליכע מוסדות און הבל פיהם של תינוקות של בית רבן נאך ווייט פון פאריבער. עס בלייבט דער פאקט אז יעדע פריוואטע סקול דארף עווענטועל ווערן באשטעטיגט אז זיי קומען נאך רעגירונג סטאנדארטן, און אז נישט קען די סטעיט חלילה זיי דערקלערן אלס אזא סקול וואס קומט נישט נאך דעם געזעץ און באדראען עלטערן מיט שטראפן פאר דארט שיקן זייערע קינדער.
ווי אויך, וועט נאך אכט יאר רוב חלקים פון גזירה צוריק אריינגיין אין קראפט ח"ו, אויב עס וועט זיך גארנישט טוישן. און עס הערשט אויך א געפאר אז די סטעיט עדיוקעישאן דעפארטמענט וועט פרובירן אריינצולייגן נעגאטיווע אויסטייטשונגען אינעם געזעץ. די עדיוקעישאן קאמישאנער האט עפנטליך אראפגעריסן דעם געזעץ, און ביי א מיטינג פון די באורד אוו רידזשענטס האבן זיי געפערליך געשימפט קעגן דעם געזעץ. עס איז ליידער דא אן ערנסטע געפאר אז זיי זאלן נעמען א שטייפע ליניע, און זיי וועלן פרובירן אריינצולייגן שווערע רעגולאציעס און עס שלעכט פארטייטשען.
אין צוגאב, זענען שוין ליידער דא א גרופע וועלכע האבן שוין געווינען געריכטן איבער די עדיוקעישאן סטאנדארטן אין ניו יארק – וועלכע זענען טייל פון די קאנסטיטוציע – וועלכע האבן עפנטליך געדראעט אריינצוטראגן אן אנקלאגע קעגן דעם נייעם געזעץ. מ'דארף גרויס רחמי שמים אז עס זאלן איבערקומען מעגליכע געריכט פארמעסטן, וואס אויב מ'פאלט דורך קען חלילה די סטעיט עדיוקעישאן דעפארטמענט ווערן מער אגרעסיוו.
דאך איז דאס אבער איצט א פארלייכטערונג און נאך א פאזיטיוון שטאפל אינעם פארצויגענעם קאמף וואס וועט האפענטליך פירן צו ווייטערדיגע פארלייכטערונגען און ישועות.
די אמענדמענט אינעם געזעץ
פאלגענד איז אן איבערבליק איבער די הויפט טוישונגען וואס די נייע געזעץ ברענגט פאר ישיבות און פריוואטע סקולס:
פעטוועיס אין געזעץ: דער ערגסטער פראבלעם אינעם גזירת החינוך איז געווען, דאס וואס די סטעיט עדיוקעישאן דעפארטמענט האט אין די לעצטע יארן פארלאנגט אז אלע מוסדות התורה זאלן מוזן דורכגיין אינספעקציעס צו פארזיכערן אז זיי לערנען אלעס וואס די סטעיט פארלאנגט זיי זאלן לערנען.
נאך שווערע קאמפן, אין וועלכע פערל"ס האט באוויזן מבטל צו זיין די ערשטע ווערסיעס פונעם געזעץ, האט די סטעיט אין די לעצטע רעגולאציעס אריינגעלייגט 'פעטוועיס', ווי אזוי א מוסד קען זיך ארויסדרייען פון די אינספעקציעס. עס האט געגעבן זעקס אנדערע מיטלען ווי אזוי מ'קען אויפווייזן אז מ'קומט נאך דעם געזעץ, אריינגערעכנט אקרעדיטעישאן, נעמען רידזשענטס, געבן פאר די קינדער אסעסמענט-טעסטס, און נאך – אויב מ'נעמט נישט קיין איינע פון די אפציעס, פאלט מען אריין אין די זיבעטע פעטוועי וואס איז די אינספעקציעס.
למעשה, זענען די פעטוועיס נאר געווען א 'רעגולאציע' פון די סטעיט עדיוקעישאן דעפארטמענט – וואס זיי האבן אנגענומען אז א סקול וואס נוצט איינע פון די פעטוועיס קומט נאך דעם געזעץ. אויב איז אריינגעקומען א קאמפלעינט קעגן דעם מוסד, איז עס נישט געווען באשיצט פון אויספארשונגען צי עס לערנט טאקע אלעס וואס זיי פארלאנגן א.ד.ג. וויבאלד דער געזעץ האט פאקטיש פארלאנגט אלעס צו לערנען.
דער נייער טויש אין געזעץ, טוט פארשרייבן אז א סקול וואס קומט נאך איינע פון די פעטוועיס – די מערסטע באקאנטע איז פעטוועי 6 פון נעמען טעסטס, וועלכע איז אנגענומען געווארן דורך מוסדות סאטמאר נאך די הוראה פון כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א – וועט עס אויטאמאטיש הייסן אז עס איז עקוויוועלענט און מער נישט אויסשטיין קיין אויספארשונגען א.ד.ג.
אזוי אויך, אפילו אויב א מוסד איז שוין דורכגעפאלן אינספעקציעס, וועט עס בעז"ה פון יעצט - נאך די נייע געזעץ גייט אריין אין קראפט - קענען אויסקלויבן א פעטוועי צו ווערן באשטעטיגט, און אפילו נאכדעם וואס מ'וועט געפינען אז מ'איז נישט נאכגעקומען די פעטוועי, ווען מען א יאר שפעטער קענען אויסקלויבן אן אנדערע פעטוועי אדער טרעפן אן אנדערע וועג באשטעטיגט צו ווערן – אנשטאט ווערן אפגעשטעמפלט פאר לאנגע יארן אלס נישט געזעצליכע סקול פון וואו עלטערן מוזן ארויסנעמען די קינדער.
שטופט אפ דאס דארף נעמען אלע טעסטס מיט אכט יאר: די עיקר אויפטוענגען פונעם נייעם געזעץ איז אינערהאלב פעטוועי 6 – וואס גיבט פאר סקולס אן אויסוועג פון נעמען טעסטס – אסעסמענטס, וואס דאס איז געווען דער בעסטער מיטל פאר מוסדות זיך ארויסצודרייען פון די גזירה. הויפטזעכליך, לייגט עס אפ, אז די עלטער קינדער וואס גייען איצט אריין אין צווייטע קלאס, וועט ערשט דארפן אנהייבן נעמען די ערשטע טעסט א יאר שפעטער, אין דריטע קלאס, און דערנאך דארף יעדעס יאר ארויפגיין דאס געבן די טעסטס פאר נאך א קלאס העכער, ביז נאך די שולע יאר פון 32-33' למספרם, דעמאלטס וועט מען דארפן געבן די טעסטס פאר אלע קלאסן. דאס גיבט אסאך צייט צו אטעמען בעז"ה – און לאזט פריי די עלטערע קלאסן במשך די קומענדיגע עטליכע יאר – און במשך די צייט וועט מען בעז"ה ווייטער קענען ארבעטן להעביר רוע הגזירה.
ברייטערט אויס די טעסטס אויסוואלן: דער געזעץ לייגט אויך אריין א ליסטע פון טעסטס וואס מ'קען נעמען. די סטעיט באשטעטיגט שוין איצט א צאל טעסטס, אויסער די סטעיט'ס אייגענע טעסטס, אבער דער געזעץ גיבט נאך א גרעסערער אויסוואל, און לייגט אויך צו אז סיי וועלכע טעסטס וואס ווערט גענוצט דורך 3 סטעיטס נאכצוקומען די פעדעראלע 'עווערי סטודענט סוקסיעד' אקט (ESSA), קען גענוצט ווערן נאכצוקומען דעם געזעץ. דאס קען אי"ה פארלייכטערן צו טרעפן טעסטס וואס זענען פאסיגער פאר מוסדות התורה.
[דער געזעץ זאגט אויך אז מ'דארף נעמען טעסטס בלויז וועלכע זענען פארלאנגט פאר די ESSA געזעץ – וועלכע טעסטס אין ענגליש, מאטעמאטיק, און סייענס אבער ערלויבט די סטעיטס צו צולייגן נאך סאבדזשעקטס, וואס ניו יארק סטעיט לייגט צו סאשעל סטאדיעס אין היי-סקול. בעת עס איז נישט זיכער, איז צום האפן אז עס זאל אויסגעטייטשט ווערן אז מ'דארף בלויז טעסטס אויף די ערשטע דריי סאבדזשעקטס – אראפנעמנדיג איין טעסט אין היי-סקול].
פארשידענע אפציעס נאכצוקומען די טעסטס: דער געזעץ לייגט אויך אריין ברירות איבער וויפיל קינדער דארפן קענען די טעסטס, אדער וויפיל קינדער דארף נעמען די טעסטס (אין די רעגולאציעס איז בכלל נישט געווען פארלאנגט ווי גוט מ'דארף קענען – נאר וויפיל דארפן נעמען די טעסטס). למעשה גיבט עס עטליכע וועגן ווי אזוי נאכצוקומען דעם מהלך פון טעסטס, און אויך אויב צו קוקן אויף די גאנצע סטעיט אדער די לאקאלע סקול דיסטריקט. אויב קומט מען נאך די ראטעס פון קענען די טעסטס, קען אויך זיין גענוג אז מ'נעמט נאר די טעסטס אין היי-סקול.
צייטווייליגע אקרעדיטעישאן: נאך א פראוויזיע, פארלייכטערט די נייע געזעץ דאס באקומען אקרעדיטעישאן – וואס באדייט אז מ'קען אריינברענגן א דרויסנדיגע אקרעדיטעישאן ארגאניזאציע וועלכע קען באשטעטיגן אז דער מוסד/סקול האט א גוטע ערציאונג פראגראם וואס קומט נאך געוויסע אנגענומענע סטאנדארטן. דער נייער געזעץ ברייטערט אויס אז פאר פינף יאר קען מען אויך האבן פראוויזישאנעל אקרעדיטעישאן – ד.ה. עס איז גענוג אז מ'האט באקומען א צייטווייליגע אקרעדיטעישאן, אפילו מ'איז נאכנישט פולקאם דורכגעגאנגען דעם פראצעדור, און ביז 2032-2033 למספרם, אויב איין בנין פון א מוסד האט פראוויזשאנעל אקרעדיטעישאן וועלן אלע אנדערע בנינים אויף פאררעכנט ווערן אז זיי קומען נאך דעם געזעץ.
קומענדיגע וואך וועט פארקומען פערל"ס הירינג ביי קאורט אוו אפיעלס קעגן דעם עצם הגזירה, פון ערלויבן די סטעיט אפצושליסן מוסדות
די הייליגע כלל ישראל ארגאניזאציע פערל"ס – וועלכע קעמפט פאר'ן ערליכן חינוך די לעצטע צען יאר און האט ב"ה באוויזן אפצושטופן די גזירה ביז איצט, און זייערע השתדלות האט ב"ה אויסגעפלאסטערט דעם וועג פאר די איצטיגע פארלייכטערונג – שטייט ווייטער בקשרי המערכה ביז מ'וועט בעז"ה זוכה זיין גענצליך מבטל צו זיין די גזירה און באשיצן די ערליכע ישיבות.
ווי באוויסט קעמפט איצט ביי די קאורט אוו אפיעלס צו צונעמען פון די סטעיט די רעכט צו שליסן ישיבות. קומענדיגע וואך מיטוואך, ט"ז אייר, וועט אי"ה פארקומען די ארעל ארגומענטס פארנט פון קאורט אוו אפיעלס, וואו דער געטרייער אדוואקאט ר' אבי שיק הי"ו וועלכער איז מסור בלב ונפש למען שלימות החינוך שוין פאר צען יאר וועט אפעלירן צו די זיבן ריכטער צו אורטייל אז די סטעיט קען נישט שליסן קיין פריוואטע סקולס.
כלל ישראל איז מתפלל אז צום רבונו של עולם, עד הנה עזרוני אפצושטופן און פארלייכטערן די גזירה, ואל תטשני ה"א לנצח אז די טייערע עסקנים זאלן ווייטער מצליח זיין למען הצלת דעם חינוך פון תינוקות של בית רבן.

מזל טוב יהדות ניו יארק! יישר כח עדת חסידי סאטמאר!! יישר כח עיר הקודש קרית יואל!!!
אין אן היסטארישער ווענדפונקט וועלכע טוישט דעם ריכטונג און עפנט האפנטליך אן ערנסטער תקופת הצלה פאר'ן הייליגן חינוך פון אידישע קינדער אין ניו יארק רבתי, איז יעצט ביום ה' אח"ק לספירת "נצח שבנצח" פארענדיגט געווארן א יארן-לאנגע הארעוואניע צו פארבעסערן דעם געזעץ איבער פריוואטע שולעס אין ניו יארק סטעיט, נאך ביטער שווערע הארעוואניע אויפ'ן אינציאטיוו פון כ"ק מרן רבינו שליט"א רועה נאמן לעדתו און פארטרעטער פונעם גרעסטן חסידישן מוסד אין ניו יארק.
דער נייער געזעץ איז באזירט אויף א יסוד אז דער חרדישער ציבור זאל בעז"ה נישט דארפן טוישן דעם חינוך צו זיין ווי א פאבליק סקול רח"ל, און אז מ'זאל גארנישט דארפן משנה זיין פון ביז יעצט אינעם "תוכן" אדער אינעם "סדר" פון די לימודים, א מערכה וואס גייט אצינד אריבער א אויפשאקלונג און ברענגט אונז בס"ד צו א שטאפל ווי קיינמאל בעפאר, כאטש וואס ס'איז נישט קיין פולקאמע הונדערט פראצענטיגע ישועה פאר'ן גאנצן מערכה עד הסוף, און ס'איז אויך ערווארטעט אז דער קאמף איז ווייט פון פארטיג מצד די שונאי הדת.
במשך די יארן איז יעדער עדות וויאזוי דער רבי שליט"א מאנט און פאדערט פון די עסקני הכלל אז דער געריכט סיסטעם אליינס איז נישט גענוג צו קענען בייקומען די שונאי הדת, און מען מוז נוצן סיי די לעגיסלאטיווע ברענטשעס אין אלבאני און סיי די עקזעקיוטיווע ברענטש וואס דאס איז די גאווערנאר'ס אפיס, צו ברענגען א דורכברוך אין די נושא, כאטש וואס וואס האבנדיג אזויפיל שונאי הדת דערקעגן איז דאס אזא שווערע און הייקעלע און קאמפליצירטע מערכה צו האבן מיט זיך אזויפיל מאכט צו קענען אזאנס אדורכפירן, אבער וואס טוט מען נישט פאר'ן חינוך און פאר'ן עתיד פונעם יהדות ניו יארק! מ'טוט אלעס וואס מעגליך און מיט סיעתא דשמיא וכחם וזכותם פון אבותינו ורבותינו הקדושים זי"ע האפט מען אנצוקומען צום העכסטן שטאפל פון הצלחה.
דער נייער געזעץ טוט קלאר דעטאלירן אז דאס טוט אפווארפן אלע ביז היינטיגע רעגולאציעס, ברענגענדיג אז די ביטערע גזירה איומה אין א צורה פון "גיידליינס" וואס די ניו יארק "עדיוקעישן קאמישאנער" האט ארויסגעגעבן, ווערט ב"ה יעצט גענצליך אנולירט, דער אפטייטש פונעם אלטן געזעץ פון 120 יאר צוריק ווערט אויסגעבעסערט צו א קלארע מהלך וואס קען נישט אזוי שנעל גענצט ווערן אונז צו טשעפען, און איינצייטיג ווערן אלע 15 מוסדות פון ניו יארק סיטי וועלכע זענען שוין געווען באשטעטיגט אלס "דורכגעפאלן" צוריק לעגאליזירט.
לויט'ן נייעם נארוואס-באשטעטיגטער געזעץ וואס איז אדורך אינעם סטעיט סענאט און דאן אינעם סטעיט אסעמבלי, די 2 לעגיסלאטיווע ברענטשעס פון ניו יארק, און וועט אצינד גיין פאר'ן אונטערשריפט פונעם גאווערנאר וועלכע האט שוין באשטעטיגט איר חתימה זאגנדיג קלאר איינמאל און נאכאמאל אז נאר מיט די חינוך ביל וואס סאטמאר פאדערט וועט זי באשטעטיגן דעם בודזשעט ביל, ווערט אהערגעשטעלט א מהלך פאר די אלטע געזעץ פון "סובסטענשל עקוויווילענט" אז מ'דארף זיך נישט אונטערנעמען צו ווערן עקוויוועלענט צום פאבליק סקול, נאר אנשטאט וועט מען קענען גרינג נאכקומען דעם געזעץ דורך פארשידענע אופנים.
א שליסל פונעם געזעץ וועט זיין אז "טעסטס" וואס ווערן געגעבן פאר די תלמידים דארפן ארויסקומען מיט די "זעלבע סוקסעס ראטע ווי די פובליק שולעס" לויט ווי הויך זייערע ראטעס קומען ארויס אין עוורידזש.
אבער אין די זעלבע צייט איז געווארן גאר שטארק אויסגעברייטערט און פארלייכטערט די נושא פון "טעסטס" זעלבסט אויף א וועג וואס מ'קען עס גרינג נאכקומען אן ח"ו מאכן סיי וועלכע שינוי אין די ביז איצטיגע סדר ותוכן הלימודים, מיט עטליכע נקודות וואס דער נייער געזעץ ברענגט, ווי פאלגנד:
1. די ערשטע נקודה איז ווי געזאגט, אז די טעסטס ווערן נישט געגעבן צוליב א התחייבות פון לימודים, נאר די טעסטס זעלבסט זענען די איינציגסטע התחייבות וואס דער אלטער געזעץ האט געמיינט צו זאגן, און מ'דארף גארנישט טוישן פון סדר ותוכן הלימודים עס נאכצוקומען.
2. עס איז געווארן צוגעלייגט א תנאי אז די טעסטס קענען נאר געגעבן ווערן אויב דאס איז "הייקל צו די רעליגיע פון די שולע", דאס הייסט אז די מוסדות קענען פסל'ען א טעסט וואס קומט נישט נאך אונזער אמונה בשלימות.
3. אין די צייט וואס ניו יארק שטעלט צו טעסטס פאר די שולעס, איז אבער געווארן צוגעלייגט אן אפציע צו אויסוועהלן פון א לאנגע ליסטע פון אנדערע טעסטס צו איינטוישן די ניו יארק'ע טעסטס, און די ליסטע קען וואקסן ווייטער יעדעס מאל עס ווערט באשטעטיגט נאך א טעסט לויט א ספעציפישע רול אוועקגעשטעלט. ד.ה. אז מ'קען איין יאר נוצן איין סארט טעסט, און א יאר דערויף נוצן א צווייטע, און א יאר דערויף א דריטע, אלעס לויט'ן געברויך פונעם מוסד.
4. אנשטאט וואס דער קאמישאנער זאל קענען מאכן אייגענע השערות וויפיל פראצענט א היימישע מוסד מוז סוקסעסירן אינעם טעסט, און דאס איז בו בזמן וואס אין די פובליק שולעס איגנארירן זיי די פאקט אז די פראצענטן פון סוקסעס זענען שרעקליך נידריג, וועט אנשטאט דעם גערעכנט ווערן אונזער סוקסעס לויט אן עוורידזש וואס איז באזירט אויף די טעסט "רעזולטאטן פון די פובליק שולעס", ודי למבין.
5. היות עס איז שוין לאנג איינגעפירט אז די מיידלעך אין שולע נעמען רעגירונג טעסטס, מיט א הויכע סוקסעס ראטע, איז געווארן א נייער טויש אז מען וועט נישט רעכענען די ראטעס פון יעדע בנין המוסד באזונדער, נאר מען וועט רעכענען די גאנצע מוסד אינאיינעם, אריינגערעכנט די חדר און די סקול פון יעדע מוסד וואס איז אונטער איין ווירטשאפט. דאס באדייט אז מען וועט בעז"ה גאנץ גרינג קענען נאכקומען די פארלאנגטע סקאור אויף סיי וועלכע טעסט.
6. עס איז אויך געוטוארן צוגעלייגט ספעציעלע ווערטער זיכער צו מאכן אז אויך די 15 מוסדות אין די סיטי וועלכע זענען שוין באצייכנט געווארן "נאן עקוויווילענט", זאלן אויך גערעכנט ווערן אלס לעגאל און די ביז יעצטיגע רדיפות זאלן זיך אויטאמאטיש מוזן אויפהערן.
7. באזונדער איז געווארן אראפגעשטעלט א שטארקע יסוד וואס וועט העלפן בעז"ה פאר די גאנצע מערכה גאר שטארק, אז היות מען הייבט אן א נייע מהלך, הייבט זיך אלעס אן פון ערשטע קלאס, כיתה א', און עס דויערט 7 יאר ביז מען קומט אן ביז די 8'טע קלאס, דאס הייסט אז דאס נאכקוקן און באשטימען די הצלחה וועט נאר קענען זיין אין 7 יאר ארום.
8. ס'איז דא נאך פארשידענע נקודות אינעם געזעץ, וואס איז בעסער נישט צו אריינגיין אין אלע הייקעלע פרטים, לתועלת הענין, און ווי געזאגט איז ערווארטעט אז דאס וועט נאך אנקומען אין געריכט, וחכמים הזהרו בדבריכם.
די עדיוקעישן קאמישאנער, וואס שטייט אין שפיץ פונעם אומ-ערוויילטער "רידזשענטס" קאמיטע וועלכע האבן גוזר געווען דעם גזירת החינוך מיט די ביטערע גיידליינס וואס זענען געווען אקטיוו ביז'ן היינטיגן טאג און געצווינגען מוסדות צו נעמען א "פעטוועי" וואס זאל באשטעטיגן אז מען קומט נאך די שעדליכע גיידליינס ח"ו, האט שוין לעצטע וואך געמאלדן איר שארפע געגנערשאפט צום נייעם געזעץ, ווי פארשטענדליך, און זי האט ארויסגעהויבן די ערווארטונג אז דאס וועט געטראגן ווערן אין געריכט, וואו עס וועט מעגליך זיין דער קומענדיגער סטאנציע פונעם געפעכט, אבער אצינד מיט א פארקערטע שטאנד ווי ביז יעצט, ווען מיר וועלן האבן דעם געזעץ אויף אונזער זייט און זיי וועלן זיי די קלעגער.
עס איז טאקע א וואונדער און א פלא וויאזוי אינעם ליבעראלער ניו יארק זאל קענען פאסירן אזא ערד-ציטערניש, מיט אזא געזעץ וואס זאל באקומען אלע נויטיגע לעגיסלאטיווע שטימען אין א סטעיט וואס שטעלט פאר די גרעסטע ליבראלע אגענדעס און די מערסט-לינקע אנשויאונגען, דארט זאל קענען אזא חוט של חסד אדורכשווימען ביז צו איר ענדע און באקומען א באשטעטיגונג.
דאס איז חסדי ה', גאר גרויסע חסדים און אפשר קען מען עס אפילו רופן "נסים"!
אבער די השתדלות איז געטון געווארן צום מאסימום וויפיל דער אויבערשטער האט חונן דעת געווען, דורך דעם וואס השי"ת האט אונז געגעבן א גלות-לעבנס-היטער וואס הייסן "וואלן", און דער אויבערשטער האט געהאלפן אז רובם ככולם פונעם ציבור ווערט נישט פארשלעפט צו קיין פארטייאישע אדער קינדערישע קאמפיין'ס, נאר פאלגט אויס דעם דעת תורה צו וועלן לויט א מהלך, לויט א חשבון, לויט א קלארער דעת תורה וועלכע נעמט אין באטראכט די עסקנות וואס ליגט אויפ'ן טיש און וויאזוי די לאנגיאריגע עסקנים האבן מצליח געווען ביז היינט צו האלטן אונזער עקזיסטענץ אין גלות. ב"ה עס איז פארהאן א וואוילער ציבור, און זיי האבן געברענגט דעם היינטיגן היסטארישער געשעעניש!
אסאך אסאך האט דער ציבור געהאט אויסצושטיין פון אזעלכע וואס האבן נישט פארשטאנען און פארשוועמט געווארן פון די בייזע ווינטן, זאל עס זיין ביי די "זעלדין/האקול" וואלן ווען די גאס האט געפולווערט מיט אן איינרעדעניש אז דער רעפוליקאנער גאווערנאר גייט אריינקומען און אים דארף מען אינדאריסרן כדי צו געראטעוועט ווערן, צי זאל עס זיין שפעטער ביי די לעצטע "סקופיס" וואלן אין קרית יואל ווען א מאסיווע העצעריי-קאמפיין דורך נערים וקטני דעת האט געליאמערט אז "מיט סקופיס וועט נישט זיין קיין חינוך, און נישט קיין ביליגע דירות". בשעת א מח טומלעריי איז זייער שווער צו איבערצייגן יעדנס טעותים ליידער, אבער ווען מען האלט ביי אזא מינוט רופט זיך אויס: אשריכם חסידי סאטמאר! ענקערע שטימען לפי דעת תורה האט געברענגט רעזולטאטן פאר גאנץ יהדות ניו יארק! עס האט זיך געלוינט די שווערע אריבערגאנג! עס האט זיך געלוינט צו איגנארירן די ברייטע גאס! זה זכותכם! דער חינוך פון דורי דורות אי"ה בלי שום שינוי איז אייערס!
עד הנה עזרונו רחמיך, כלל ישראל לויבט השי"ת אויף די גרויסע נסים און דערגרייכונגען פונעם יהדות הגולה, און יעדער איז מתפלל אויף ווייטער, ואל יטשנו ד' אלקינו לנצח, סיי מיט די דאזיגע מערכה וואס איז ווייטער אנגעוויזן אויף פיל סיעתא דשמיא, און סיי מיט אלע אנדערע קריטישע געברויכן פאר אונזער עקזיסטענץ אין גלות אמעריקא ביז משיח וועט אונז פון דא אויסלייזן בקרוב.
*
צו פארשטיין אין קורצן וויאזוי מען האט דערגרייכט ביז אהער:
אין יאר 2020 למס' איז געווען "דבר נפל בישראל", אבער מיט די אויגן האט עס אויסגעזען בלויז אז "דבר נפל בקרית יואל"...
עס זענען דאן באשטעטיגט געווארן נייע "אסעמבלי מאפעס" אין ניו יארק, און ס'איז אויסגעקומען אז קרית יואל האט באמערקט אז זיי האבן א שאנס צו אריינוועהלן א דעמאקראטישער אסעמבלימאן. ביז דאן איז געווען א רעפובליקאנער קארל בערבענאק, וועלכע האט ליידער פארטרעטן אינטערעסן פון "יונייטעד מאנרא", אבער אפילו אין די פריערדיגע יארן איז דער זיץ נישט צופיל צונוצגעקומען פאר קרית יואל, וויבאלד די מעדזשארעטי אינעם אסעמבלי זענען שוין מערערע יארן ליבעראל, אזוי אז א רעפובליקאנער האט נישט דארט קיין ווארט אויף בילס וכדומה.
אצינד זעענדיג אז מ'קען סווינגען די לאקאלע זיץ צו די מעדזשארעטי פארטיי און אריינברענגען א דעמאקראט, האט הנהלת קרית יואל פארגעשלאגן פאר'ן חרדישער אסעמבלימאן ר' שמחה אייכנשטיין, אז ער זאל מודיע זיין פאר'ן אסעמבלי ספיקער העיסטי אז ער האט די שאנס צו דעליווערן א נייע מעמבער פאר די פארטיי, און ער וועט דאס טון בתנאי אז די ספיקער וועט אריבערקומען צו סאטמאר'ער רבי אויף א באזוך, און אז ער וועט העלפן פאר די באמיאונגען אינעם גזירת החינוך וואס דאס איז די וויכטיגסטע דעברויך פון די אידישע איינוואוינער אין דעם דיסטריקט.
צו מאכן דעם המשך קורץ, העיסטי האט דאס אנגענומען, און אין יאר 2022 למס' האט קרית יואל אינדארסירט און ערוויילט דעם דעמאקראטישער אסעמבלימאן קריס עיקוס, א געווינס דורך "8" שטימען!, און דאן איז העיסטי און עיקוס געווען אינאיינעם ביים רבי'ן שליט"א אויף א באזוך און פארשפראכן צו שטיין צו די רעכטע האנט פון רבי'ן בנוגע חינוך, און נאך געברויכן.
זינט דאן, איז ר' שמחה אייכנשטיין געווארן א הויכער פיגור אינעם אסעמבלי. אנשטאט זיין א לאקאלע פארטרעטער פון איין אידישע געגנט, איז ער געווארן דער וואס ברענגט פאר זיין פארטיי די אידישע שטימען, מיט נייע פארטרעטער פון אלע געגנטער! זינט דאן האט ער שוין אויך געהאלפן אריינברענגען ר' קלמן יעדער פון בארא פארק, און העסקן ר' אהרן בנציון ווידער פון מאנסי, אזוי אז דער כח אינעם דעמאקראטישער אסעמבלי איז געווארן גאר שטארק, ובפרט ווען לידם האבן זיי געהאט קריס עיקוס אליינס, און דער ספיקער העיסטי, וועלכע האבן געהאט גאר א שטארקע השפעה אויף אלע ארומיגע אינעם אסעמבלי.
*
ווען עס קומט צום צווייטן פליגל, די "סטעיט סענאט", דארט האט דאס יהדות החרדית געהאט איין איינציגער פארטרעטער, אדער בעסער געזאגט, קעמפער. דאס איז געווען סענאטאר סקופיס, וואס – ווידעראמאל – אדאנק דעם כח פון די "קרית יואל בלאקוואוט" האט ער פארשפראכן פאר מרן רבינו שליט"א אין יאר 2020 בעפאר די וואלן אז ער וועט מהפך זיין עורו און אנהויבן העלפן קרית יואל מיט אלע זייערע געברויכן, ובפרט מיט'ן גזירת החינוך, און ער האט אויסגעפירט זיין פארשפרעכונג העכער אלע ערווארטונגען, ב"ה.
די מערכה אינעם סענאט איז געווען גאר א שווערע, ווען 2 עלטערע סענאטארן מזרע ישראל אליינס גרויסע שונאי הדת ליידער, ליז קרוגער און שעלי מאיער, מאכטפולע סענטארן מיט גרויסע פאזיציעס זייענדיג די טשעירלייט פון עדיוקעישן און פיינענס קאמיטעען, האבן די גאנצע צייט געארבעט ביטער שווער קעגן דעם ביל, נאך פון א יאר צוריק ווען מען האט שוין פרובירט צו דורכפירן א ענליכע ביל, וואס דעמאלס האט שוין האקול פארשפראכן אז טראץ וואס מיר האבן עס ארויסגעצויגן צוליב איין סעיף וועט זי זיכער מאכן אז קומענדיגע מאל זאל עס קענען אדורכגיין, און דאס איז געליגן אויפ'ן טיש במשך די גאנצע יאר צייט, מיט אן אנגייענדע קאמף וואו סקופיס האט געקעמפט איינער אליינס לטובת אונזער חינוך.
די איינציגסטע דרויסנדיגע שטיצער פאר סקופיס אנצוגיין מיט זיין קאמף, זענען געווען 2 "פעדעראלע" קאנגרעסלייט פון די דעמאקראטישע פארטיי, קאנגרעסמאן פעט רייען, וועלכע איז גאר נאנט בקשר און פול מיט הכרת הטוב פאר קרית יואל, און דער דעמאקראטישער קאגרעס לידער האקים דזשעפריס, וואס שטעלט זיך אויך אהער פאר אונזערע וויכטיגע אינטערעסן און האט שוין אויך באזוכט אינאיינעם מיט פעט רייען ביי מרן רבינו שליט"א און אצינד האבן זיי טאקע געטון מה שביכלתם און אויסגעפירט זייערע הבטחות פאר'ן רבי'ן מיט די שענסטע פארבן.
מיט 6 חדשים צוריק איז אנשטאנען א שטארקע שינוי לטובה אינעם סענאט, וואס האט אפילו ערמעגליכט אריינצושטעלן א פרישע שיפור הלשון!
דאס איז געווען ווען דער סענאטאר ר' שמחה פעלדער האט געמאלדן אז ער גייט לויפן פאר א לאקאלע סיטי פאזיציע און ער פארלאזט די סטעיט סענאט, וואס דאס מיינט אז עס גייט זיין אין בארא פארק א "ספעשל עלעקשן", און די עסקנים האבן געברענגט א דעמאקראטישער קאנדידאט מיט די הבטחה אז אויב וועט דער חינוך ווערן מסודר, וועט בארא פארק אריינברענגען יענעם דעמאקראטישער קאנדידאט אויף פעלדער'ס פלאץ, א זאך וואס איז זייער וויכטיג פאר די פארטיי אנצוהאלטן.
אין די לעצטע וואכן האט דער פעדעראלער קאנגרעסמאן פעט רייען באוויזן נאך א הילף, ווען ער האט געברענגט צום טיש נאך איין סטעיט סענאטאר פון אלסטער, סענאטאר הינטשי, וועלכע האט ארויסגעהאלפן סענאטאר סקופיס אנצוגיין מיט זיין ארבעט פאר דעם ביל, און אפשאלגן די שונאי הדת וואס האבן פארלייגט וועלטן דערקעגן.
די קעגנערישע ארבעט אינעם סטעיט סענאט איז געווען אזוי העפטיג, אז א נישט-אידישער סענאטאר האט געזאגט פאר די עסקנים: "די העצע פון די עליטע סענאטארן קעגן ענקער חינוך איז איבער נארמאל! מיר ווייסן נישט פון וואו דאס קומט!".
מיר ווייסן אבער יא... שנאת עם הארץ לתלמוד חכם איז ליידער די גרעסטע שנאה, און זייענדיג מזרע ישראל האבןדי יעניגע א שרעקליכע שנאה צו אונזער הייליגער לעבנסשטייגער. אבער ב"ה ווי גרויס זייערע פאזיציעס זענען, האט דער צד הטוב געווינען, ובפרט ווען דער גאווערנאר האט געלאזט הערן די דערמאנטע ווערטער פאר די סענאטארן, אז זי וויל דאס האבן אינעווייניג.
*
דא קומט טאקע אריין דער דריטער טייל, די עקזעקיוטיווע ברענטש פונעם סטעיט רעגירונג, די גאווערנאר'ס אפיס.
ווי שוין ערווענט איז נישט קיין סוד אז אין א צייט וואס דער רעפובליקאנער ווינט האט ביי די וואלן אין יאר 2020 למספרם שיעור אפגעריסן די לעצטע דראנטן פונעם יהדות החרדית צו האבן אן אפענעם טיר אין די דעמאקראטישע סטעיט רעגירונג, א זאך וואס איז געווארן אפגעראטעוועט דורך ק"ק קרית יואל און דורך ק"ק סקווירא, וועלכע האבן אינדארסירט גאווערנאר האקול נאכ'ן גוט באטראכטן דעם מצב מיט א ניכטערן בליק און מיט א דעת תורה, און נאכדעם וואס גאווערנאר האקול האט געשריבן א בריוו און זיך פארפליטעט צו העלפן יהדות ניו יארק מיט'ן גזירת החינוך.
עס איז יעצט נישט די צייט אריינצוגיין ווי ביטער שווער דער באשלוס איז אנגעקומען אין יענעם עת שכרות, אבער אין פאקט האט זיך דער קריטישער באשלוס ארויסגעשטעלט צו זיין אן אויסטערלישער הצלה, און דער גאווערנאר איז די גאנצע צייט געווען בקשר מיט די עסקנים און געהאלפן אויף טריט און שריט.
נאר אין די לעצטע וואכן האט די גאווערנאר געדארפט איבערקומען אירע אייגענע איינגעשטעלטע וועלכע האבן געהאט געוויסע טענות און געוואלט טוישן געוויסע לשונות, אבער דער גאווערנאר האט העפטיג פארטרעטן אונזער בקשה אז קיין איין איינציג ווארט זאל נישט געטוישט ווערן, וואס נאר אזוי האט מען דערגרייכט דעם יעצטיגן מינוט.
*
עס רופט זיך דעריבער אויס: אשריכם חסידי סאטמאר! אשריכם תושבי קרית יואל! אשריכם ערליכע אידן וועלכע גייען בדרך התורה! איר האט באוויזן צו טון א מעשה חסד אין טאג פון די וואלן, א חסד מיט זיך אליינס, און א חסד מיט כלל ישראל!
אודאי איז א באזונדערע פליכט צו באדאנקען די אלע וועלכע האבן אוועקגעגעבן שלאפלאזע נעכט לאנגע יארן און חדשים, אנגעהויבן מיט די עסקנים וועלכע האבן געארבעט אויפ'ן ביל זעלבסט הלא המה העסקן הגדול ר' יהושע עסטרייכער הי"ו פון בארא פארק אינאיינעם מיט הרה"ח ר' יעקב זוסמאן סופר הי"ו חבר הנהלת המתיבתא קרית יואל, אינאיינעם מיט'ן מתיבתא אדמיניסטראטאר הר"ר יואל דוד שווארץ הי"ו.
ווען עס קומט צו די ריזיגע קאסטן וואס אזא מערכה ציט אריין, איז רוב געווארן באצאלט דורך די הנהלת המתיבתא ובראשם הרה"ח ר' יעקב זוסמאן סופר הי"ו, און א לעצטיגער גרויסער הוצאה איז אויך אויסגעצאלט געווארן דורכ'ן אדמינסטראטאר פון איינע פון די מוסדות סאטמאר וויליאמסבורג הרה"ח ר' חיים יצחק מאנדעל הי"ו.
ווען עס קומט צום חלק העסקנות אין אלבאני, סיי בעפאר די וואלן און סיי יעדן איינציגן טאג און נאכט, איז נישט מעגליך אראפצוגעבן וויפיל שווערע בלוט און שווייס דארט איז אריין סיי דורך די דערמאנטע עסקנים פון קרית יואל, סיי דורך די דערמאנטע חרדישע אסעמבלי-לייט, און ועל כולם די ראשי עסקני סאטמאר אין אלבאני, הרה"ח ר' גדלי' סעגעדין הי"ו דער קרית יואל ווילעדזש אדמיניסטראטאר, און הרה"ח ר' נפתלי משה אינדיג הי"ו מראשי JCC, וואס האבן די זכי' צו זיין די שלוחים לדבר מצוה אויף די שווערע מיסיעס לנו ולזרעינו, און שוינען נישט קיין שעות אדער כוחות ביי יעדן טריט און שריט למען צרכי הכלל.
דמים תתלא משמע, געלט, בלוט און שווייס, אריינגערעכנט שווערע שטיינער, איז געווארן אינוועסטירט אין דעם מערכה, און וועט ווייטער אי"ה באגלייט ווערן דורך די אלע וועלכע שוויצן באמת פאר'ן יהדות החרדית, נישט פאר די העדליינס, נישט פאר די פארטייען, נישט פאר בילדער מיט פאליטישאנס, נאר פאר'ן תכלית און תועלת לפי דעת תורה, וואס ווי דער עבר ווייזט קומט מען דערמיט אן גאר ווייט בס"ד.
בדרך התורה נלך, בדרך התורה נצליח, מדרך התורה לא נמוש!
מזל טוב, מזל טוב!

- ניי צום טיש
- פאוסטס: 6
- זיך איינגעשריבן: זונטאג דעצעמבער 08, 2024 2:09 pm
- x 8
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
in a nutshell pls, whats the details re chinuch
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
וואו קומט רעסטלער אריין?
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
וויאזוי איז בכלל שייך עפעס א סוקסעס ראטע אין די חדרים?
אז יענער איז עקסטרעם רעכט ווער נישט דעריבער עקסטרעם לינק.
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
לויט ווי איך פארשטיי, מוסדות וואס האבן נאר א תלמוד תורה וועלן די אינגלעך מוזן נאכקומען די פאבליק סקול טעסט רעזולטאטן.