בליציגע מעשה'לעך — דע מה שתשיב, פון גדולי ישראל און קלוגע אידעלעך

געשמאקע שמועסן על דא ועל הא
להגדיל הטראסק
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2273
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
Location: אין אפיס (אינדרויסן פון אפיס האב איך ניטאמאל קיין טעקסט ב"ה)
x 7109

Re: בליציגע מעשה'לעך - דע מה שתשיב, פון גדולי ישראל און פון קלוגע אידעלעך.

פאוסט דורך להגדיל הטראסק »

1. פאנעוויזשער רב נשאל אם לומר הלל ביום העצמות? ענה קיינער איז נישט פרומער פון בן גריון...
דארפט איר אויפטרעטן אויף שבע ברכות? איר נויטיגט זיך אין פאסיגע ווערטלעך?
פארבינדט אייך אין אישי, און די שטאב פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן אייך צו העלפן בס"ד.
להגדיל הטראסק
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2273
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
Location: אין אפיס (אינדרויסן פון אפיס האב איך ניטאמאל קיין טעקסט ב"ה)
x 7109

Re: בליציגע מעשה'לעך - דע מה שתשיב, פון גדולי ישראל און פון קלוגע אידעלעך.

פאוסט דורך להגדיל הטראסק »

1. מ.י. מועד החינוך של איזה מוסד האט באהאנדלט אויב מען קען אננעמען די קינדער פון א געוויסער איד אין די מוסדות, עטליכע טאג דערויף האט אים יענער קאנפראנטירט אז היתכן איך הער אז איר האט גערעדט דאס און דאס אויף מיר? – האט ער גענטפערט "כ'האב נישט געהייסן אז מען זאל דיר איבערזאגן...!!!"
דארפט איר אויפטרעטן אויף שבע ברכות? איר נויטיגט זיך אין פאסיגע ווערטלעך?
פארבינדט אייך אין אישי, און די שטאב פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן אייך צו העלפן בס"ד.
להגדיל הטראסק
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2273
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
Location: אין אפיס (אינדרויסן פון אפיס האב איך ניטאמאל קיין טעקסט ב"ה)
x 7109

Re: בליציגע מעשה'לעך - דע מה שתשיב, פון גדולי ישראל און פון קלוגע אידעלעך.

פאוסט דורך להגדיל הטראסק »

1. צום ראפשיצער רב איז געקומען נישט אזא קלוגע שוחט, הזהירו שאם הוא שוחט עובר על לא תעמוד על דם רעיך...
דארפט איר אויפטרעטן אויף שבע ברכות? איר נויטיגט זיך אין פאסיגע ווערטלעך?
פארבינדט אייך אין אישי, און די שטאב פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן אייך צו העלפן בס"ד.
להגדיל הטראסק
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2273
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
Location: אין אפיס (אינדרויסן פון אפיס האב איך ניטאמאל קיין טעקסט ב"ה)
x 7109

Re: בליציגע מעשה'לעך - דע מה שתשיב, פון גדולי ישראל און פון קלוגע אידעלעך.

פאוסט דורך להגדיל הטראסק »

א חשובער מיטגליד דא האט מיר אויפגעמערקט אז די ווערטל איז אומפאסיג, כ'האב עס פרובירט צו עדיטן אבער ביזדערווייל איז מיר נאכנישט געלונגען צו טרעפן עפעס וואס זאל מאכן סענס און דאך מעגן געשריבן ווערן, דעריבער שרייב איך נאר דעם פאנטשליין, און אויב האסטו עפעס פאסיג לייג צו דעם ערשטן חלק.

וזה הפאנטשליין.
איד: אונזער באשעפער האט נישט קיין טאטע און מאמע, משא"כ ענקער יאשקע...
דארפט איר אויפטרעטן אויף שבע ברכות? איר נויטיגט זיך אין פאסיגע ווערטלעך?
פארבינדט אייך אין אישי, און די שטאב פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן אייך צו העלפן בס"ד.
להגדיל הטראסק
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2273
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
Location: אין אפיס (אינדרויסן פון אפיס האב איך ניטאמאל קיין טעקסט ב"ה)
x 7109

Re: בליציגע מעשה'לעך - דע מה שתשיב, פון גדולי ישראל און פון קלוגע אידעלעך.

פאוסט דורך להגדיל הטראסק »

1. מסופר שפעם בא המהר"ם שיק לרבו החתם סופר ורצה להעניק לו טאבאק פושקע למתנה, רבו סירב, אמר המהרם שיק אני יודע שהרבי נעמט נישט קיין מתנות, אבער כדי די באזוך זאל געדענקט ווערן בעט ער אז דער רבי זאל עס נעמען!, אמר החתם סופר שכעת בוודאי יזכרו ווייל די גמרא זאגט אין חולין עה ע"ב תרי תמיהי מידכר דכירי אינשי וכאן ישנו ב' תמיהות, 1) א רב וויל געבן 2) א רב וויל נישט נעמען...
דארפט איר אויפטרעטן אויף שבע ברכות? איר נויטיגט זיך אין פאסיגע ווערטלעך?
פארבינדט אייך אין אישי, און די שטאב פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן אייך צו העלפן בס"ד.
אוועיטער
שאינו יודע לשאול
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 4823
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
x 14380

Re: בליציגע מעשה'לעך - דע מה שתשיב, פון גדולי ישראל און פון קלוגע אידעלעך.

פאוסט דורך שאינו יודע לשאול »

להגדיל הטראסק האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 22, 2025 9:43 am א חשובער מיטגליד דא האט מיר אויפגעמערקט אז די ווערטל איז אומפאסיג, כ'האב עס פרובירט צו עדיטן אבער ביזדערווייל איז מיר נאכנישט געלונגען צו טרעפן עפעס וואס זאל מאכן סענס און דאך מעגן געשריבן ווערן, דעריבער שרייב איך נאר דעם פאנטשליין, און אויב האסטו עפעס פאסיג לייג צו דעם ערשטן חלק.

וזה הפאנטשליין.
איד: אונזער באשעפער האט נישט קיין טאטע און מאמע, משא"כ ענקער יאשקע...
כהאב געלייקט די ווערטל פארן עדיט, אבער מיין לייק בלייבט דארט, טאקע פארן עדיטן. ס'האט מיר אויך אביסל געגרילצט.
להגדיל הטראסק
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2273
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
Location: אין אפיס (אינדרויסן פון אפיס האב איך ניטאמאל קיין טעקסט ב"ה)
x 7109

Re: בליציגע מעשה'לעך - דע מה שתשיב, פון גדולי ישראל און פון קלוגע אידעלעך.

פאוסט דורך להגדיל הטראסק »

• בשם הגה"צ ר' מרדכי דוד קאהן ז"ל: צייט צו ענדיגן די לימוד רציפות אין שובבים, מען קען זיך נעמען צום לימוד גמרא...
דארפט איר אויפטרעטן אויף שבע ברכות? איר נויטיגט זיך אין פאסיגע ווערטלעך?
פארבינדט אייך אין אישי, און די שטאב פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן אייך צו העלפן בס"ד.
להגדיל הטראסק
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2273
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
Location: אין אפיס (אינדרויסן פון אפיס האב איך ניטאמאל קיין טעקסט ב"ה)
x 7109

Re: בליציגע מעשה'לעך - דע מה שתשיב, פון גדולי ישראל און פון קלוגע אידעלעך.

פאוסט דורך להגדיל הטראסק »

ווען אב"ד סאטמאר וומ"ס שליט"א איז געקומען באזוכן אין ישיבה פארטאגס, איין מאל, צוויי מאל, און באמערקט אז עס איז נישט איבערגעפולט... האט ער זיך אנגערופן מיט זיין אייגנארטיגקייט.

"די בעלי בתים רעדן זיך אפ אז עס איז דא צופיל געלטגייער'ס... צופיל בחורים גייען נאך געלט אויפאמאל... מען דארף זיך איינטיילן..." ודפח"ח
דארפט איר אויפטרעטן אויף שבע ברכות? איר נויטיגט זיך אין פאסיגע ווערטלעך?
פארבינדט אייך אין אישי, און די שטאב פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן אייך צו העלפן בס"ד.
אוועיטער
שאינו יודע לשאול
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 4823
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
x 14380

Re: בליציגע מעשה'לעך - דע מה שתשיב, פון גדולי ישראל און פון קלוגע אידעלעך.

פאוסט דורך שאינו יודע לשאול »

להגדיל הטראסק האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 03, 2025 10:02 am ווען אב"ד סאטמאר וומ"ס שליט"א איז געקומען באזוכן אין ישיבה פארטאגס, איין מאל, צוויי מאל, און באמערקט אז עס איז נישט איבערגעפולט... האט ער זיך אנגערופן מיט זיין אייגנארטיגקייט.

"די בעלי בתים רעדן זיך אפ אז עס איז דא צופיל געלטגייער'ס... צופיל בחורים גייען נאך געלט אויפאמאל... מען דארף זיך איינטיילן..." ודפח"ח
:lol:
להגדיל הטראסק
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2273
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
Location: אין אפיס (אינדרויסן פון אפיס האב איך ניטאמאל קיין טעקסט ב"ה)
x 7109

Re: בליציגע מעשה'לעך - דע מה שתשיב, פון גדולי ישראל און פון קלוגע אידעלעך.

פאוסט דורך להגדיל הטראסק »

הרה"ק מסקווירא נשאל למה אין עושים שני ימים ניטל מחמת ספיקא דיומא? ענה שאכן עושים, מטעם "אם תעזבנה יום יומים אעזבך..."
דארפט איר אויפטרעטן אויף שבע ברכות? איר נויטיגט זיך אין פאסיגע ווערטלעך?
פארבינדט אייך אין אישי, און די שטאב פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן אייך צו העלפן בס"ד.
Think and Thank
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 414
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 1:34 am
x 1567

Re: בליציגע מעשה'לעך און דע מה שתשיב פון גאוני וקדושי ארץ, און פון קלוגע אידעלעך.

פאוסט דורך Think and Thank »

אנדערער האט געשריבן: זונטאג יאנואר 05, 2025 1:11 pm
Yankel האט געשריבן: זונטאג יאנואר 05, 2025 1:09 am
שמח האט געשריבן: מוצש"ק יאנואר 04, 2025 11:25 pm

משכיל איז א סארט מהלך המחשבה, כהיום איז ליידער אויך דא! צו יעדער רופט עס אזוי? מיז נישט זיין, אבער עס טוישט נישט די מציאות!

און קורצן, לויט ווי איך האב געדענקט איז עס געווען איינער וואס האט געוואלט אפשפעטן, אבער נאכאמאל, כ'בין נישט זיכער.
אבער מניצט די טערמין משכיל פאר די אמאליגע משכלים
די ווארט משכיל מיינט איינער וואס איז קלוג. די פארשאלטענע משכילים האבן געהאט דעם נאמען ווייל זיי האבן געוואלט זיין קלוגער פון באשעפער און זיין תורה

ווער עס פירט זיך ל"ע אזוי קען באקומען די טיטול אפילו היינטיגע טעג

באקאנט די מעשה מיט'ן משכיל וואס איז אריינגעקומען צום מלבי"ם זיך טענה'ן און דער מלבי"ם האט אים געפרעגט: גמרא קענט איר?
"ניין" האט יענער געענטפערט.
"און וואס איז מיט משניות?"
"אויך נישט."
"און חומש?"
"חומש האב איך אביסל געלערנט אין חדר."
"און דו האסט די חוצפה זיך צו רופן משכיל?!" האט דער מלבי"ם געזאגט. "יונגעמאן, דו ביזט נישט קיין משכיל, דו ביזט אן עם הארץ!"
Think and Thank
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 414
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 1:34 am
x 1567

Re: בליציגע מעשה'לעך - דע מה שתשיב, פון גדולי ישראל און פון קלוגע אידעלעך.

פאוסט דורך Think and Thank »

להגדיל הטראסק האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 15, 2025 9:41 am 1. מעשה שהיה עם רבינו הברך משה, איינער האט אים געדינגען אלס טוען פרעגט אים דער רבי, וואס זענען דיינע טענות?? ענה "אין לי"! – אמר לו דאס קען מען נאר טענה'ען ווען מען האט נישט... מסר הלה מעותיו להברך משה כדי שיהא טענת 'אין לי' אמת – הדיין שאלו מה טענתך? טען אין לי! מיד הוציא הברך משה המעות שקבל ממנו ונתנו להבעל דין...

די מעשה גייט אנדערש (אדער גאר איז עס געווען אינגאנצן א צווייטע מעשה...) און מיט א נאמען וואס איך וועל ווי פארשטענדליך נישט ארויסשרייבן דא... פלוני איז געקומען צום ברך משה אז ער האט א דין תורה ביי בית דין פלוני, דער רבי זאל אים מייעץ זיין וואס צו זאגן. נאכ'ן הערן זיינע טענות האט דער ברך משה איינגעזען אז יענער איז 100 פראצענט נישט גערעכט, האט ער אים געזאגט "איך זעה נישט פאר דיר קיין שום טענה וואס קען ארבעטן, נאר א טענת אין לי." דערווייל האט ער געשיקט אנזאגן דעם בית דין אז זיי זאלן פארלאנגען יענער זאל איינלייגן דאס געלט פון פאראויס.

עס איז געקומען צום דין תורה און בית דין האט פארלאנגט אז פאר מען הייבט אן זאל יענער איינלייגן די געלט ביי בי"ד, און יענער האט גערן מסכים געווען. ווען בית דין האט גע'פסק'נט אז ער איז מחויב צו באצאלן האט ער א זיגרייכער אויסגערופן "אין לי!" האט בית דין געזאגט "דו האסט טאקע נישט אבער מיר האבן יא..."
Think and Thank
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 414
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 1:34 am
x 1567

Re: בליציגע מעשה'לעך - דע מה שתשיב, פון גדולי ישראל און פון קלוגע אידעלעך.

פאוסט דורך Think and Thank »

להגדיל הטראסק האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 22, 2025 9:43 am א חשובער מיטגליד דא האט מיר אויפגעמערקט אז די ווערטל איז אומפאסיג, כ'האב עס פרובירט צו עדיטן אבער ביזדערווייל איז מיר נאכנישט געלונגען צו טרעפן עפעס וואס זאל מאכן סענס און דאך מעגן געשריבן ווערן, דעריבער שרייב איך נאר דעם פאנטשליין, און אויב האסטו עפעס פאסיג לייג צו דעם ערשטן חלק.

וזה הפאנטשליין.
איד: אונזער באשעפער האט נישט קיין טאטע און מאמע, משא"כ ענקער יאשקע...

אולי קען דאס גיין: א גלח האט אמאל געזאגט פאר'ן ר"ר יונתן אז דריי זאכן זענען בעסער ביי זיי ווי ביי - להבדיל - די אידן: 1) ביים דאווענען שטייען זיי גראד מיט רעספעקט, נישט ווי ביי די אידן וואס מען דרייט זיך ארום, 2) די תיפלות זענען אייביג אויפגערוימט, אנדערש ווי די בתי מדרשים להבדיל וואס זענען אלץ שמוציג און אנגעווארפן, און 3) די לויות זענען סאך שענער ביי די גוים.

האט אים דער ר"ר יונתן געענטפערט, דאס וואס דו זאגסט בנוגע דאווענען איז פשוט: ענקער גאט הענגט אויף די וואנט, מוז מען שטיין גראד מיט'ן פנים צו אים. אונזער גאט איז אומעטום קען מען זיך ארומדרייען. די תיפלות זענען טאקע אייביג אויפגערוימט ווייל ענקער גאט האט א מאמע וואס זאל נאכרוימען נאך אים, משא"כ אונזער גאט האט נישט קיין מאמע. ווידער לויות מוז איך מודה זיין אז גוי'אישע לויות זענען טאקע שענער, און דערפאר האב איך טאקע סאך מער הנאה פון א גוי'אישע לויה ווי פון א אידישע...
מכבי
פרישער באניצער
פאוסטס: 85
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מאי 14, 2024 11:45 am
x 165

Re: בליציגע מעשה'לעך - דע מה שתשיב, פון גדולי ישראל און פון קלוגע אידעלעך.

פאוסט דורך מכבי »

וואלף האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 15, 2025 10:54 am
להגדיל הטראסק האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 15, 2025 9:41 am 1. מעשה שהיה עם רבינו הברך משה, איינער האט אים געדינגען אלס טוען פרעגט אים דער רבי, וואס זענען דיינע טענות?? ענה "אין לי"! – אמר לו דאס קען מען נאר טענה'ען ווען מען האט נישט... מסר הלה מעותיו להברך משה כדי שיהא טענת 'אין לי' אמת – הדיין שאלו מה טענתך? טען אין לי! מיד הוציא הברך משה המעות שקבל ממנו ונתנו להבעל דין...
אן צום סוף האט ער טאקע פארלאזט די פעלד פון דין תורות נישט קענענדיג צוקוקן וואס ס'גייט פאר דארט
אין דער יעניגער האט פארלאזט סאטמאר נישט קענענדיג מוחל זיין דעם ברך משה...
GREEN
פרישער באניצער
פאוסטס: 17
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יאנואר 05, 2024 10:25 am
x 19

Re: בליציגע מעשה'לעך - דע מה שתשיב, פון גדולי ישראל און פון קלוגע אידעלעך.

פאוסט דורך GREEN »

כידוע פלעגט די הייליגע ראפשיצער רב זאגן אסאך ווערטלעך
איינמאל איז ער געפארן קיין לובלין צו זיין רבי די הייליגע חוזה
און ווען די חוזה האט זיך געוואלט שטעלן דאווענען האט ער געזאגט פאר ראפשיצער רב אז ער קען נישט מיט דאווענען מיט עם, נאר אויב ער נעמט זיכט אונטער אז ער גייט נישט מאכן קיין ווערטלעך פאר א יאר צייט,
אין ראפשיצער רב האט מסכים געווען,
און די חוזה האט געדאוונט זייער לאנג, און אונמיטן האט די ראפשיצער רב האט געמאכט א ווערטל און עס איז געווארן א רעש די עולם האט געלאכט,
נאכן פרעג די הייליגע חוזה די ראפשיצער רב נו! אונז האבן דאך געמאכט א אפמאך?
רופט זיך אן ראפשיצער רב יא יא אבער די רבי האט געדאוונט א יאר מיט א מיטוואך
Think and Thank
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 414
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 1:34 am
x 1567

Re: בליציגע מעשה'לעך - דע מה שתשיב, פון גדולי ישראל און פון קלוגע אידעלעך.

פאוסט דורך Think and Thank »

GREEN האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 18, 2025 12:14 am כידוע פלעגט די הייליגע ראפשיצער רב זאגן אסאך ווערטלעך
איינמאל איז ער געפארן קיין לובלין צו זיין רבי די הייליגע חוזה
און ווען די חוזה האט זיך געוואלט שטעלן דאווענען האט ער געזאגט פאר ראפשיצער רב אז ער קען נישט מיט דאווענען מיט עם, נאר אויב ער נעמט זיכט אונטער אז ער גייט נישט מאכן קיין ווערטלעך פאר א יאר צייט,
אין ראפשיצער רב האט מסכים געווען,
און די חוזה האט געדאוונט זייער לאנג, און אונמיטן האט די ראפשיצער רב האט געמאכט א ווערטל און עס איז געווארן א רעש די עולם האט געלאכט,
נאכן פרעג די הייליגע חוזה די ראפשיצער רב נו! אונז האבן דאך געמאכט א אפמאך?
רופט זיך אן ראפשיצער רב יא יא אבער די רבי האט געדאוונט א יאר מיט א מיטוואך

האסט דאך אויסגעלאזט די נשמה פון די מעשה... די ווערטל וואס דער ראפשיצער רב האט געזאגט איז געווען אז דער רבי דאוונט אזוי לאנג ווייל ער האט זיך דערמאנט פון זיין יום החופה. דער עולם האט זיך צולאכט, און דער רבי פון לובלין האט באלד אויסגעטראטן און אפירגעהאלטן ראפשיצער רב וכו' (ווי דו שרייבסט).

יודעי דבר האבן אבער געוואוסט צו דערציילן אז בשעת שמו"ע פלעגן קומען צום רבי'ן פון לובלין נשמות בעטן א תיקון, און דאס מאל איז געקומען צום רבי'ן פון לובלין א נשמה און געזאגט אז זי האט אמאל א טובה געטון דעם רבי'ן און דעריבער בעט זי דער רבי זאל איר געבן א תיקון, אבער זי האט נישט באקומען קיין רשות אויסצוזאגן וואס די טובה איז געווען. דער רבי פון לובלין האט זיך נישט געקענט דערמאנען וואס אזאנס יענער האט אים געטון כדי איר צו קענען מתקן זיין, און פון די אנדערע זייט האט ער נישט געוואלט אויסטרעטן און איר לאזן גיין מיט ליידיגע הענט. ווען דער ראפשיצער רב האט געזאגט אז דער רבי האט זיך דערמאנט פון זיין יום החופה האט ער זיך דערמאנט אז בשעת ווען ער איז געגאנגען צו זיין חופה האבן זיי באגעגנט א גרופע קלעזמער און זעענדיג חתן-כלה גיין צו די חופה האבן זיי זיך צוגעשטעלט און משמח געווען ביי די חתונה, און די נשמה איז געווען פון איינער פון יענע קלעזמער. אזוי ארום האט ער געקענט יענעם מתקן זיין און אויסטרעטן שמו"ע.

לויט אן אנדערע גירסא איז דער ראפשיצער רב ארומגעגאנגען אין ביהמ"ד זוכן א ווייסע בארד, און אויף די פראגע פונ'ם עולם פארוואס האט ער געזאגט אז ער זוכט איינעם וואס געדענקט נאך וווען דער רבי האט זיך געשטעלט שמו"ע...
אוועיטער
שאינו יודע לשאול
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 4823
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
x 14380

Re: בליציגע מעשה'לעך - דע מה שתשיב, פון גדולי ישראל און פון קלוגע אידעלעך.

פאוסט דורך שאינו יודע לשאול »

Think and Thank האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 18, 2025 4:28 am

איך וויל שוין לאנג וויסן אויף די, און ענליכע מעשיות, צי ס'איז דערציילט געווארן דורך א בר סמכא וואס האט באמת געהאט אן השגה אין זיין רבינ'ס מדריגות אין תיקון נשמות וכדו', אדער דאס איז געווען א שמועס צווישן די חסידים וועלכע האבן געוויסט אז דער חוזה דאוונט נישט לאנג אן קיין סיבה, און ראפשיצער רב'ס ווערטלעך אנטהאלטן הויכע כוונות, און האבן זיך פרובירט צו פארשטעלן וואס דא האט געקענט פאסירן.

קענסט די מעשה מיט די רויבער וואס האבן זיך גע'הרג'עט איינער דעם צווייטן?..
להגדיל הטראסק
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2273
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
Location: אין אפיס (אינדרויסן פון אפיס האב איך ניטאמאל קיין טעקסט ב"ה)
x 7109

Re: בליציגע מעשה'לעך - דע מה שתשיב, פון גדולי ישראל און פון קלוגע אידעלעך.

פאוסט דורך להגדיל הטראסק »

• רבינו סיפר שכשהיה הקדושת יום טוב פעם בפעסט בראש חודש, האט ער געפראוועט א סעודה פריוואט בהשתתפות הגה"ק ר' יודא גרינוואלד ז"ל אב"ד סאטמאר, און הגה"ק ר' משה הערש פוקס ז"ל אב"ד גראסווארדיין,

ר' יודא גרינוואלד האט גענומען שריים מיט א גאפל, און ר' משה הערש פוקס האט אים געפרעגט ממ"נ, זענט איר א חסיד פארוואס נעמט איר שיריים מיט א גאפל? זענט איר נישט א חסיד פארוואס נעמט איר בכלל שיריים?

האט דער קדושת יום טוב גענטפערט בצחות, פארוואס נעמט א חסיד שיריים מיט די הענט? ווייל ער האט מורא אז ביז ער וועט נעמען א גאפל וועט שוין א צווייטער חסיד עס אויסכאפן, דא האט אבער ר' יודא גרינוואלד נישט מורא געהאט אז גראסווארדיינער רב וועט אים אויסכאפן... ודפח"ח
דארפט איר אויפטרעטן אויף שבע ברכות? איר נויטיגט זיך אין פאסיגע ווערטלעך?
פארבינדט אייך אין אישי, און די שטאב פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן אייך צו העלפן בס"ד.
להגדיל הטראסק
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2273
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
Location: אין אפיס (אינדרויסן פון אפיס האב איך ניטאמאל קיין טעקסט ב"ה)
x 7109

Re: בליציגע מעשה'לעך - דע מה שתשיב, פון גדולי ישראל און פון קלוגע אידעלעך.

פאוסט דורך להגדיל הטראסק »

1. גימפל אמר לגרונם ביאוש "איך ווער א גוי!!!" ענה – זייער גוט, ווייל לאנדאס גראסערי זוכט א גוי, איך קאל אים שוין דיך אנטראגן...
2. וכעין זה שמעתי שבחור אמר לרבינו במח"ס לב אהרן שליט"א "איך גיי מיך שמד'ן!!! ענה רבינו: כ'האב יעצט גערעדט מיטן גלח – ער האלט דיך נישט ביים אננעמען!!!
דארפט איר אויפטרעטן אויף שבע ברכות? איר נויטיגט זיך אין פאסיגע ווערטלעך?
פארבינדט אייך אין אישי, און די שטאב פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן אייך צו העלפן בס"ד.
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 6158
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 13826

Re: בליציגע מעשה'לעך - דע מה שתשיב, פון גדולי ישראל און פון קלוגע אידעלעך.

פאוסט דורך דער תהלים איד »

להגדיל הטראסק האט געשריבן: דינסטאג מערץ 25, 2025 4:27 pm 1. גימפל אמר לגרונם ביאוש "איך ווער א גוי!!!" ענה – זייער גוט, ווייל לאנדאס גראסערי זוכט א גוי, איך קאל אים שוין דיך אנטראגן...
רבי משה שווארץ זאגט עס מיט איין טוויסט מער...

ענה: "ממש סיעתא דשמיא!! פונקט נעכטן האט מיר לאנדא גראסערי געזאגט אז ער זוכט נייטיג א גוי".

בד"וו, שכוח נאכאמאל פאר דיינע סחורה!
אוועיטער
חלום חלמתי
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 362
זיך איינגעשריבן: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 1:29 pm
x 504

Re: בליציגע מעשה'לעך - דע מה שתשיב, פון גדולי ישראל און פון קלוגע אידעלעך.

פאוסט דורך חלום חלמתי »

מכבי האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 17, 2025 8:55 pm
וואלף האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 15, 2025 10:54 am
להגדיל הטראסק האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 15, 2025 9:41 am 1. מעשה שהיה עם רבינו הברך משה, איינער האט אים געדינגען אלס טוען פרעגט אים דער רבי, וואס זענען דיינע טענות?? ענה "אין לי"! – אמר לו דאס קען מען נאר טענה'ען ווען מען האט נישט... מסר הלה מעותיו להברך משה כדי שיהא טענת 'אין לי' אמת – הדיין שאלו מה טענתך? טען אין לי! מיד הוציא הברך משה המעות שקבל ממנו ונתנו להבעל דין...
אן צום סוף האט ער טאקע פארלאזט די פעלד פון דין תורות נישט קענענדיג צוקוקן וואס ס'גייט פאר דארט
אין דער יעניגער האט פארלאזט סאטמאר נישט קענענדיג מוחל זיין דעם ברך משה...
ב"ה פטור געווארן פון א שווינדלער...

וכן די אלע וואס האבן פארלאזט פאר ענליכע סיבות..
אוועיטער
שאינו יודע לשאול
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 4823
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
x 14380

Re: בליציגע מעשה'לעך - דע מה שתשיב, פון גדולי ישראל און פון קלוגע אידעלעך.

פאוסט דורך שאינו יודע לשאול »

להגדיל הטראסק האט געשריבן: דינסטאג מערץ 25, 2025 4:27 pm 2. וכעין זה שמעתי שבחור אמר לרבינו במח"ס לב אהרן שליט"א "איך גיי מיך שמד'ן!!! ענה רבינו: כ'האב יעצט גערעדט מיטן גלח – ער האלט דיך נישט ביים אננעמען!!!
מ'פארציילט אויף ר' מאיר אליעזר פריעדמאן אז ער האט אמאל געוועקט א בחור צו קרי"ש און דער בחור האט אים געסטראשעט אז אויב ער לאזט אים נישט צורוה, וועט ער גיין צום גלח...

ר' מאיר לעיזער האט זיך נישט פארלוירן, און שנעל אוועקגעשלעפט די נעגל וואסער פון זיין בעט, "יעצט קענסט נישט גיין אין ערגעץ!"...
הדסים
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 609
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 04, 2025 9:23 pm
x 855

Re: בליציגע מעשה'לעך - דע מה שתשיב, פון גדולי ישראל און פון קלוגע אידעלעך.

פאוסט דורך הדסים »

שאינו יודע לשאול האט געשריבן: מיטוואך מערץ 26, 2025 10:28 pm
להגדיל הטראסק האט געשריבן: דינסטאג מערץ 25, 2025 4:27 pm 2. וכעין זה שמעתי שבחור אמר לרבינו במח"ס לב אהרן שליט"א "איך גיי מיך שמד'ן!!! ענה רבינו: כ'האב יעצט גערעדט מיטן גלח – ער האלט דיך נישט ביים אננעמען!!!
מ'פארציילט אויף ר' מאיר אליעזר פריעדמאן אז ער האט אמאל געוועקט א בחור צו קרי"ש און דער בחור האט אים געסטראשעט אז אויב ער לאזט אים נישט צורוה, וועט ער גיין צום גלח...

ר' מאיר לעיזער האט זיך נישט פארלוירן, און שנעל אוועקגעשלעפט די נעגל וואסער פון זיין בעט, "יעצט קענסט נישט גיין אין ערגעץ!"...
וכידוע די מעשה מיט ר' אהרן טייטלבוים וואס האט אריינגענומען א גנב שלאפן ביי זיך אינדערהיים און אים צוגענומען די נעגל וואסער ער זאל נישט קענען אנטלויפן...
אז יענער איז עקסטרעם רעכט ווער נישט דעריבער עקסטרעם לינק.
להגדיל הטראסק
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2273
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
Location: אין אפיס (אינדרויסן פון אפיס האב איך ניטאמאל קיין טעקסט ב"ה)
x 7109

Re: בליציגע מעשה'לעך - דע מה שתשיב, פון גדולי ישראל און פון קלוגע אידעלעך.

פאוסט דורך להגדיל הטראסק »

• א' אמר לרבינו הדברי יואל "בלי ר' חיים אי אפשר ללמוד תוס'!"
רבינו: ווייז מיר!
יענער האט געוויזן.
רבינו ישב ללמוד בנעימה כדרכו והסביר בבהירות,
הלה קפץ בהתרגשות "דאס זאגט ר' חיים!!!"
ענה רבינו: - דאס זאגט תוס'!!!
דארפט איר אויפטרעטן אויף שבע ברכות? איר נויטיגט זיך אין פאסיגע ווערטלעך?
פארבינדט אייך אין אישי, און די שטאב פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן אייך צו העלפן בס"ד.
להגדיל הטראסק
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2273
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
Location: אין אפיס (אינדרויסן פון אפיס האב איך ניטאמאל קיין טעקסט ב"ה)
x 7109

Re: בליציגע מעשה'לעך - דע מה שתשיב, פון גדולי ישראל און פון קלוגע אידעלעך.

פאוסט דורך להגדיל הטראסק »

שמע מייק בנוסח הידוע "נצחו אראלים את המצוקים ונשבה ארון הקודש וכו' די לוואיע פון וכו' הגיב "לעצטנס קריגט מען זיך דא אויף שטותים..."

שרייב פאוסט