נייעס פון קרית יואל
- בן תורה
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 857
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 3:57 pm
- Location: ביים שטענדער
- x 1702
Re: נייעס פון קרית יואל
איך בין געכאפט געווארן אין שאק, זעענדיג אז מען האט געשפילט ווידיאו ביי די פלעי. האב איך יעצט אנגערופן איינער וואס איז געוען אינוואלווד אין די פלעי.
די מציאות איז ווי פאלגענד:
עס איז נישט געווען קיין ווידיאו ביי די פלעי!!
די א.ג. ווידיאו ווי די קאר פארט איז געווען אסאך פיקטשערס איינס נאכן צווייטן, וואס איז געווען היבש שלעכט.. ווייל מען האט געזעהן יעדע פאר סעקונדעס ווי די קאר איז גערוקט ארויפציר...
די א.ג. ווידיאו פון די רעגן, איז געווען איין פיקטשער וואס האט זיך אראפגעלאזט (אויפן סקרין), ממילא האט עס אויס געזעהן זייער גוט. ווייל ווען מען נעמט א רעגנדיגע פיקטשער פון אסאך טראפן, און די פיקטשער פאר אראפ די סקרין ווי א סלייד פרעזענטעישן, קוקט עס אויס ווי די רעגן פארט אראפ.

כהאף נאר זיי גייען הייערן א באזונדערע מארקעטינג טיעם פאר קרית יואל און נישט נוצן די זעלבע גרויליגע מארקעטינגחלום חלמתי האט געשריבן: ↑דינסטאג פעברואר 17, 2026 1:15 pmוויזוי גייען זיי עפענען אין ק"י? בהשגחת הוועדרואה ואינו כותב האט געשריבן: ↑דינסטאג פעברואר 17, 2026 1:12 pm דורך פארנדיג די iccon מאל זעה איך ווי מען לייגט יעצט ארויף אינדרויסן די סיין פון האפעלע
Re: נייעס פון קרית יואל
בנוגע די ווידעא, בעצם איז נישט דא קיין באשטימטע גדר וואס הייסט א ווידעא און וואס איז אסאך בילדער איינס נאכן צווייטן... אפשר וועט נאך איין טאג א ועד הרבנים אויספסקנען די הארבע שאלה, צו א ווידעא אויף 8 פפ"ס גייט אריין אין וועלכע קאטעגאריע..
אין סקווירא וואו עס איז דא די גרעסטע איסור אויף ווידעא האט די בית דין געפסקנט איבער לייוו-טריעם אז אויב איז עס מיט א ווייער און נישט דורך די אינטערנעט איז עס מותר..
איך געדענק נאך מיין מנהל איז געשטאנען מיט אפאר מגידי שיעור איבערגעבויגן דעם סקרין פון די קאמרא סיסטעם בשעת א בלעקאוט און זיך אונטערגעהאלטן צו וואטשן די שווארצע בחורים מיט ווייסע כאלאטן...

-
נאסע שמאטעס
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 620
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 16, 2025 1:14 pm
- x 1416
Re: נייעס פון קרית יואל
איך האב יעצט אנגעפרעגט ביי די עזרת נשים, עס נישט געווען קיין ווידיאו. פינטל.בן תורה האט געשריבן: ↑דינסטאג פעברואר 17, 2026 1:22 pm איך בין געכאפט געווארן אין שאק, זעענדיג אז מען האט געשפילט ווידיאו ביי די פלעי. האב איך יעצט אנגערופן איינער וואס איז געוען אינוואלווד אין די פלעי.
די מציאות איז ווי פאלגענד:
עס איז נישט געווען קיין ווידיאו ביי די פלעי!!
די א.ג. ווידיאו ווי די קאר פארט איז געווען אסאך פיקטשערס איינס נאכן צווייטן, וואס איז געווען היבש שלעכט.. ווייל מען האט געזעהן יעדע פאר סעקונדעס ווי די קאר איז גערוקט ארויפציר...
די א.ג. ווידיאו פון די רעגן, איז געווען איין פיקטשער וואס האט זיך אראפגעלאזט (אויפן סקרין), ממילא האט עס אויס געזעהן זייער גוט. ווייל ווען מען נעמט א רעגנדיגע פיקטשער פון אסאך טראפן, און די פיקטשער פאר אראפ די סקרין ווי א סלייד פרעזענטעישן, קוקט עס אויס ווי די רעגן פארט אראפ.
לגבי די 'ברענד נעימס' זעה איך נישט וואס די פראבלעם איז, עס איז געווען א שטארקע מוסר השכל גאאאר גוט ארויסגעברענגט. ביי מיר קויפט מען נישט פון די ברענדס, און מיינע טעכטער האבן זייער שטארק הנאה געהאט וויאזוי מען האט עס ארויסגעברענגט
לגבי די פרייז, איך האלט אז עס איז סך הכל א מיינד סעט, עס איז בכלל נישט געווען אווער-פרייזט. איך האב געשיקט מיינע טעכטער (היבש אינג) און איינער האט מיר פארגעווארפן היתכן אז איך צאל טיקעטס פאר אזעלכע ראצערס.. (כלשונה) האב איך איר גענטפערט, אז ב"ה עס איז דא קאשער ענטערטעינמענט! און יא עס קאסט געלט, און ב"ה אז איך קען זיי געבן די אויסליפטערונג. להבדיל די נישט אידן האבן אסאך ענטערטעינמענט אויף א וועכענטליכע פארנעם, וואס איז נישט שייך ביי אונז ב"ה, אבער ווען מען האט שוין יא די געלעגענהייט, נוץ עס אויס, זאג זיי ווי שטארק פרייליך דו ביסט אז דו קענסט זיי געבן די הנאה און ווי שטארק עס קומט זיך זיי!
דאס איז מיין מיינונג. ביי.
- דער תהלים איד
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 8604
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
- x 21287
Re: נייעס פון קרית יואל
שכוח @בן תורה און @פארנומען פאר'ן אויסקלארן די פאקטן.
דער עולם לערנט זיך אויס צוביסלעך אז יעדע זיכערע געשעעניש קען זיין א זיכערע טעות... ביז מ'איז מברר.
ביי מיר אין שטוב האב איך נישט געהערט רעדן וועגן ווידיא. כ'האב יא געהערט קאמפלעינען אויפ'ן פרייז, און כ'האב אויך געהערט רעדן מיט גרויס התפעלות ווי גוט מ'האט צולייגט דעם אנשיקעניש פון ברענד נעימס (און אויך האט מען געשילדערט וועלכע מיידלעך ס'האבן דעריבער געמוזט חוזק מאכן פונעם פלעי...)

סיין פון וועמען?רואה ואינו כותב האט געשריבן: ↑דינסטאג פעברואר 17, 2026 1:12 pm דורך פארנדיג די iccon מאל זעה איך ווי מען לייגט יעצט ארויף אינדרויסן די סיין פון האפעלע
- חלום חלמתי
- אידטיש נייעס באריכטער
- פאוסטס: 4195
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 1:29 pm
- x 27911
Re: נייעס פון קרית יואל
פרייז איז א דיפרענט שמועס.דער תהלים איד האט געשריבן: ↑דינסטאג פעברואר 17, 2026 2:11 pm שכוח @בן תורה און @פארנומען פאר'ן אויסקלארן די פאקטן.
דער עולם לערנט זיך אויס צוביסלעך אז יעדע זיכערע געשעעניש קען זיין א זיכערע טעות... ביז מ'איז מברר.
ביי מיר אין שטוב האב איך נישט געהערט רעדן וועגן ווידיא. כ'האב יא געהערט קאמפלעינען אויפ'ן פרייז, און כ'האב אויך געהערט רעדן מיט גרויס התפעלות ווי גוט מ'האט צולייגט דעם אנשיקעניש פון ברענד נעימס (און אויך האט מען געשילדערט וועלכע מיידלעך ס'האבן דעריבער געמוזט חוזק מאכן פונעם פלעי...)
איך האב גערעדט פון , ווייזן ווידיאו. אריינפלאכן פרעמדע מושגים. ברעכן די גאנציאריגע צניעות רול'ס.
נאר צוגעלייגט אז מען דארף אפשר הייבן די סטאנדארטן סזאל שטומען מיט די פרייז אבער נישט אויף די חשבון פון וכו'.
יעצט זאגן צוויי חשובע ניקס אז די ווידיאו ווערט נישט אנגערופן ווידעא נאר סליידס. יאך האב געהערט אנדערש אבער כ'בין דאך נישט דארט געווען, און זינט איך בין נישט דא צו פירן מערכות בעק איך אראפ ווי אמשנעלסטן... דזשאסט געוואלט ברענגען דעם ענין צו אויפמערקזאמקייט.
אויב די מעשה איז א מוסר השכל פאר איינעם, תבוא עלהם ברכה
- חלום חלמתי
- אידטיש נייעס באריכטער
- פאוסטס: 4195
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 1:29 pm
- x 27911
Re: נייעס פון קרית יואל
https://hooplavip.com/שמח האט געשריבן: ↑דינסטאג פעברואר 17, 2026 2:17 pmסיין פון וועמען?רואה ואינו כותב האט געשריבן: ↑דינסטאג פעברואר 17, 2026 1:12 pm דורך פארנדיג די iccon מאל זעה איך ווי מען לייגט יעצט ארויף אינדרויסן די סיין פון האפעלע
Re: נייעס פון קרית יואל
ער האט פארפעלט צו מסביר'ן, מ'רעדט ביי א לייוו ביי א גרויסע מעמד אויב קען מען נישט איבעראל זעהן האבן זיי ערלויבט צו נוצן אויף אן אויפן וואס ס'איז מיט א ווייער... נישט אז קענסט יעצט אנצינדן TV דורך א ווייער...
Re: נייעס פון קרית יואל
אה, האָפּלאַ.חלום חלמתי האט געשריבן: ↑דינסטאג פעברואר 17, 2026 2:20 pmhttps://hooplavip.com/שמח האט געשריבן: ↑דינסטאג פעברואר 17, 2026 2:17 pmסיין פון וועמען?רואה ואינו כותב האט געשריבן: ↑דינסטאג פעברואר 17, 2026 1:12 pm דורך פארנדיג די iccon מאל זעה איך ווי מען לייגט יעצט ארויף אינדרויסן די סיין פון האפעלע
נישט אזוי זאגט מען עס ארויס מיט א פסח ביים ענדע?
Re: נייעס פון קרית יואל
איי לייק דיין איינגערינגלטע...דער תהלים איד האט געשריבן: ↑דינסטאג פעברואר 17, 2026 2:11 pm שכוח @בן תורה און @פארנומען פאר'ן אויסקלארן די פאקטן.
דער עולם לערנט זיך אויס צוביסלעך אז יעדע זיכערע געשעעניש קען זיין א זיכערע טעות... ביז מ'איז מברר.
ביי מיר אין שטוב האב איך נישט געהערט רעדן וועגן ווידיא. כ'האב יא געהערט קאמפלעינען אויפ'ן פרייז, און כ'האב אויך געהערט רעדן מיט גרויס התפעלות ווי גוט מ'האט צולייגט דעם אנשיקעניש פון ברענד נעימס (און אויך האט מען געשילדערט וועלכע מיידלעך ס'האבן דעריבער געמוזט חוזק מאכן פונעם פלעי...)
- בודקע
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2341
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
- Location: ביי די עק, דארט נעבן די סטאפ סיין
- x 7652
Re: נייעס פון קרית יואל
האמיר אנגעפרעגט דעם שטוב, זאגט אז ס'איז נישט געווען קיין ווידעא.
Re: נייעס פון קרית יואל
ג"א מצטרף מיט א ייש"כ פאר די מברריםדער תהלים איד האט געשריבן: ↑דינסטאג פעברואר 17, 2026 2:11 pm שכוח @בן תורה און @פארנומען פאר'ן אויסקלארן די פאקטן.
דער עולם לערנט זיך אויס צוביסלעך אז יעדע זיכערע געשעעניש קען זיין א זיכערע טעות... ביז מ'איז מברר.
ביי מיר אין שטוב האב איך נישט געהערט רעדן וועגן ווידיא. כ'האב יא געהערט קאמפלעינען אויפ'ן פרייז, און כ'האב אויך געהערט רעדן מיט גרויס התפעלות ווי גוט מ'האט צולייגט דעם אנשיקעניש פון ברענד נעימס (און אויך האט מען געשילדערט וועלכע מיידלעך ס'האבן דעריבער געמוזט חוזק מאכן פונעם פלעי...)
זעט אויס מרת פ. האט מורא געהאט פאר מראית עין, אז א שנעל לויפנדע סלייד קוקט אויס ווי א ווידיא
Re: נייעס פון קרית יואל
מוסר השכל?חלום חלמתי האט געשריבן: ↑דינסטאג פעברואר 17, 2026 2:19 pmפרייז איז א דיפרענט שמועס.דער תהלים איד האט געשריבן: ↑דינסטאג פעברואר 17, 2026 2:11 pm שכוח @בן תורה און @פארנומען פאר'ן אויסקלארן די פאקטן.
דער עולם לערנט זיך אויס צוביסלעך אז יעדע זיכערע געשעעניש קען זיין א זיכערע טעות... ביז מ'איז מברר.
ביי מיר אין שטוב האב איך נישט געהערט רעדן וועגן ווידיא. כ'האב יא געהערט קאמפלעינען אויפ'ן פרייז, און כ'האב אויך געהערט רעדן מיט גרויס התפעלות ווי גוט מ'האט צולייגט דעם אנשיקעניש פון ברענד נעימס (און אויך האט מען געשילדערט וועלכע מיידלעך ס'האבן דעריבער געמוזט חוזק מאכן פונעם פלעי...)
איך האב גערעדט פון , ווייזן ווידיאו. אריינפלאכן פרעמדע מושגים. ברעכן די גאנציאריגע צניעות רול'ס.
נאר צוגעלייגט אז מען דארף אפשר הייבן די סטאנדארטן סזאל שטומען מיט די פרייז אבער נישט אויף די חשבון פון וכו'.
יעצט זאגן צוויי חשובע ניקס אז די ווידיאו ווערט נישט אנגערופן ווידעא נאר סליידס. יאך האב געהערט אנדערש אבער כ'בין דאך נישט דארט געווען, און זינט איך בין נישט דא צו פירן מערכות בעק איך אראפ ווי אמשנעלסטן... דזשאסט געוואלט ברענגען דעם ענין צו אויפמערקזאמקייט.
אויב די מעשה איז א מוסר השכל פאר איינעם, תבוא עלהם ברכה
ס'איז א חיזוק פאר די אלע וואס שטייען ווייט פון ברענד נעים'ס
און א שטאך פאר די אלע וואס זענען קשורה בו ככלב