נייעס פון קרית יואל

נייעס אין אונזער קווארטאל
אוועיטער
בן תורה
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 857
זיך איינגעשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 3:57 pm
Location: ביים שטענדער
x 1704

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך בן תורה »

איך בין געכאפט געווארן אין שאק, זעענדיג אז מען האט געשפילט ווידיאו ביי די פלעי. האב איך יעצט אנגערופן איינער וואס איז געוען אינוואלווד אין די פלעי.

די מציאות איז ווי פאלגענד:
עס איז נישט געווען קיין ווידיאו ביי די פלעי!!
די א.ג. ווידיאו ווי די קאר פארט איז געווען אסאך פיקטשערס איינס נאכן צווייטן, וואס איז געווען היבש שלעכט.. ווייל מען האט געזעהן יעדע פאר סעקונדעס ווי די קאר איז גערוקט ארויפציר...
די א.ג. ווידיאו פון די רעגן, איז געווען איין פיקטשער וואס האט זיך אראפגעלאזט (אויפן סקרין), ממילא האט עס אויס געזעהן זייער גוט. ווייל ווען מען נעמט א רעגנדיגע פיקטשער פון אסאך טראפן, און די פיקטשער פאר אראפ די סקרין ווי א סלייד פרעזענטעישן, קוקט עס אויס ווי די רעגן פארט אראפ.
יאנטשי
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1372
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 12:54 pm
x 2013

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך יאנטשי »

חלום חלמתי האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 17, 2026 1:15 pm
רואה ואינו כותב האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 17, 2026 1:12 pm דורך פארנדיג די iccon מאל זעה איך ווי מען לייגט יעצט ארויף אינדרויסן די סיין פון האפעלע
וויזוי גייען זיי עפענען אין ק"י? בהשגחת הוועד
כהאף נאר זיי גייען הייערן א באזונדערע מארקעטינג טיעם פאר קרית יואל און נישט נוצן די זעלבע גרויליגע מארקעטינג
יאנטשי
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1372
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 12:54 pm
x 2013

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך יאנטשי »

בנוגע די ווידעא, בעצם איז נישט דא קיין באשטימטע גדר וואס הייסט א ווידעא און וואס איז אסאך בילדער איינס נאכן צווייטן... אפשר וועט נאך איין טאג א ועד הרבנים אויספסקנען די הארבע שאלה, צו א ווידעא אויף 8 פפ"ס גייט אריין אין וועלכע קאטעגאריע..

אין סקווירא וואו עס איז דא די גרעסטע איסור אויף ווידעא האט די בית דין געפסקנט איבער לייוו-טריעם אז אויב איז עס מיט א ווייער און נישט דורך די אינטערנעט איז עס מותר..

איך געדענק נאך מיין מנהל איז געשטאנען מיט אפאר מגידי שיעור איבערגעבויגן דעם סקרין פון די קאמרא סיסטעם בשעת א בלעקאוט און זיך אונטערגעהאלטן צו וואטשן די שווארצע בחורים מיט ווייסע כאלאטן...
נאסע שמאטעס
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 622
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 16, 2025 1:14 pm
x 1434

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך נאסע שמאטעס »

יאנטשי האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 17, 2026 1:57 pm אין סקווירא וואו עס איז דא די גרעסטע איסור אויף ווידעא האט די בית דין געפסקנט אז אויב איז עס מיט א ווייער און נישט דורך די אינטערנעט איז עס מותר..
:oops: :roll:
פארנומען
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 243
זיך איינגעשריבן: מאנטאג אוגוסט 14, 2023 1:46 pm
x 333

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך פארנומען »

בן תורה האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 17, 2026 1:22 pm איך בין געכאפט געווארן אין שאק, זעענדיג אז מען האט געשפילט ווידיאו ביי די פלעי. האב איך יעצט אנגערופן איינער וואס איז געוען אינוואלווד אין די פלעי.

די מציאות איז ווי פאלגענד:
עס איז נישט געווען קיין ווידיאו ביי די פלעי!!
די א.ג. ווידיאו ווי די קאר פארט איז געווען אסאך פיקטשערס איינס נאכן צווייטן, וואס איז געווען היבש שלעכט.. ווייל מען האט געזעהן יעדע פאר סעקונדעס ווי די קאר איז גערוקט ארויפציר...
די א.ג. ווידיאו פון די רעגן, איז געווען איין פיקטשער וואס האט זיך אראפגעלאזט (אויפן סקרין), ממילא האט עס אויס געזעהן זייער גוט. ווייל ווען מען נעמט א רעגנדיגע פיקטשער פון אסאך טראפן, און די פיקטשער פאר אראפ די סקרין ווי א סלייד פרעזענטעישן, קוקט עס אויס ווי די רעגן פארט אראפ.
איך האב יעצט אנגעפרעגט ביי די עזרת נשים, עס נישט געווען קיין ווידיאו. פינטל.

לגבי די 'ברענד נעימס' זעה איך נישט וואס די פראבלעם איז, עס איז געווען א שטארקע מוסר השכל גאאאר גוט ארויסגעברענגט. ביי מיר קויפט מען נישט פון די ברענדס, און מיינע טעכטער האבן זייער שטארק הנאה געהאט וויאזוי מען האט עס ארויסגעברענגט

לגבי די פרייז, איך האלט אז עס איז סך הכל א מיינד סעט, עס איז בכלל נישט געווען אווער-פרייזט. איך האב געשיקט מיינע טעכטער (היבש אינג) און איינער האט מיר פארגעווארפן היתכן אז איך צאל טיקעטס פאר אזעלכע ראצערס.. (כלשונה) האב איך איר גענטפערט, אז ב"ה עס איז דא קאשער ענטערטעינמענט! און יא עס קאסט געלט, און ב"ה אז איך קען זיי געבן די אויסליפטערונג. להבדיל די נישט אידן האבן אסאך ענטערטעינמענט אויף א וועכענטליכע פארנעם, וואס איז נישט שייך ביי אונז ב"ה, אבער ווען מען האט שוין יא די געלעגענהייט, נוץ עס אויס, זאג זיי ווי שטארק פרייליך דו ביסט אז דו קענסט זיי געבן די הנאה און ווי שטארק עס קומט זיך זיי!

דאס איז מיין מיינונג. ביי.
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 8608
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 21301

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך דער תהלים איד »

שכוח @בן תורה און @פארנומען פאר'ן אויסקלארן די פאקטן.

דער עולם לערנט זיך אויס צוביסלעך אז יעדע זיכערע געשעעניש קען זיין א זיכערע טעות... ביז מ'איז מברר.

ביי מיר אין שטוב האב איך נישט געהערט רעדן וועגן ווידיא. כ'האב יא געהערט קאמפלעינען אויפ'ן פרייז, און כ'האב אויך געהערט רעדן מיט גרויס התפעלות ווי גוט מ'האט צולייגט דעם אנשיקעניש פון ברענד נעימס (און אויך האט מען געשילדערט וועלכע מיידלעך ס'האבן דעריבער געמוזט חוזק מאכן פונעם פלעי...)
אוועיטער
שמח
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 4901
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 21, 2023 3:25 am
x 6699

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך שמח »

רואה ואינו כותב האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 17, 2026 1:12 pm דורך פארנדיג די iccon מאל זעה איך ווי מען לייגט יעצט ארויף אינדרויסן די סיין פון האפעלע
סיין פון וועמען?
אוועיטער
חלום חלמתי
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 4212
זיך איינגעשריבן: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 1:29 pm
x 28071

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך חלום חלמתי »

דער תהלים איד האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 17, 2026 2:11 pm שכוח @בן תורה און @פארנומען פאר'ן אויסקלארן די פאקטן.

פרייז איז א דיפרענט שמועס.

איך האב גערעדט פון , ווייזן ווידיאו. אריינפלאכן פרעמדע מושגים. ברעכן די גאנציאריגע צניעות רול'ס.

נאר צוגעלייגט אז מען דארף אפשר הייבן די סטאנדארטן סזאל שטומען מיט די פרייז אבער נישט אויף די חשבון פון וכו'.

יעצט זאגן צוויי חשובע ניקס אז די ווידיאו ווערט נישט אנגערופן ווידעא נאר סליידס. יאך האב געהערט אנדערש אבער כ'בין דאך נישט דארט געווען, און זינט איך בין נישט דא צו פירן מערכות בעק איך אראפ ווי אמשנעלסטן... דזשאסט געוואלט ברענגען דעם ענין צו אויפמערקזאמקייט.

אויב די מעשה איז א מוסר השכל פאר איינעם, תבוא עלהם ברכה

שמח האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 17, 2026 2:17 pm
רואה ואינו כותב האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 17, 2026 1:12 pm דורך פארנדיג די iccon מאל זעה איך ווי מען לייגט יעצט ארויף אינדרויסן די סיין פון האפעלע
סיין פון וועמען?
https://hooplavip.com/
אוועיטער
שמח
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 4901
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 21, 2023 3:25 am
x 6699

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך שמח »

נאסע שמאטעס האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 17, 2026 1:59 pm
יאנטשי האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 17, 2026 1:57 pm אין סקווירא וואו עס איז דא די גרעסטע איסור אויף ווידעא האט די בית דין געפסקנט אז אויב איז עס מיט א ווייער און נישט דורך די אינטערנעט איז עס מותר..
:oops: :roll:
ער האט פארפעלט צו מסביר'ן, מ'רעדט ביי א לייוו ביי א גרויסע מעמד אויב קען מען נישט איבעראל זעהן האבן זיי ערלויבט צו נוצן אויף אן אויפן וואס ס'איז מיט א ווייער... נישט אז קענסט יעצט אנצינדן TV דורך א ווייער...
אוועיטער
שמח
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 4901
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 21, 2023 3:25 am
x 6699

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך שמח »

חלום חלמתי האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 17, 2026 2:20 pm
שמח האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 17, 2026 2:17 pm
רואה ואינו כותב האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 17, 2026 1:12 pm דורך פארנדיג די iccon מאל זעה איך ווי מען לייגט יעצט ארויף אינדרויסן די סיין פון האפעלע
סיין פון וועמען?
https://hooplavip.com/
אה, האָפּלאַ.

נישט אזוי זאגט מען עס ארויס מיט א פסח ביים ענדע?
אוועיטער
שמח
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 4901
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 21, 2023 3:25 am
x 6699

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך שמח »

דער תהלים איד האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 17, 2026 2:11 pm שכוח @בן תורה און @פארנומען פאר'ן אויסקלארן די פאקטן.

דער עולם לערנט זיך אויס צוביסלעך אז יעדע זיכערע געשעעניש קען זיין א זיכערע טעות... ביז מ'איז מברר.

ביי מיר אין שטוב האב איך נישט געהערט רעדן וועגן ווידיא. כ'האב יא געהערט קאמפלעינען אויפ'ן פרייז, און כ'האב אויך געהערט רעדן מיט גרויס התפעלות ווי גוט מ'האט צולייגט דעם אנשיקעניש פון ברענד נעימס (און אויך האט מען געשילדערט וועלכע מיידלעך ס'האבן דעריבער געמוזט חוזק מאכן פונעם פלעי...)
איי לייק דיין איינגערינגלטע...
אוועיטער
בודקע
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2342
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
Location: ביי די עק, דארט נעבן די סטאפ סיין
x 7657

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך בודקע »

האמיר אנגעפרעגט דעם שטוב, זאגט אז ס'איז נישט געווען קיין ווידעא.
א געזונטן ווינטער לכל הקהל הקודש!!❄️
הכל ריוח האט געשריבן: זונטאג מאי 19, 2024 1:25 pm א גרויסע עולם ליינט!

רבותי, פידבעק איז וויכטיג
אסרוחג
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 123
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יוני 04, 2025 3:46 pm
x 234

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך אסרוחג »

דער תהלים איד האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 17, 2026 2:11 pm שכוח @בן תורה און @פארנומען פאר'ן אויסקלארן די פאקטן.

דער עולם לערנט זיך אויס צוביסלעך אז יעדע זיכערע געשעעניש קען זיין א זיכערע טעות... ביז מ'איז מברר.

ביי מיר אין שטוב האב איך נישט געהערט רעדן וועגן ווידיא. כ'האב יא געהערט קאמפלעינען אויפ'ן פרייז, און כ'האב אויך געהערט רעדן מיט גרויס התפעלות ווי גוט מ'האט צולייגט דעם אנשיקעניש פון ברענד נעימס (און אויך האט מען געשילדערט וועלכע מיידלעך ס'האבן דעריבער געמוזט חוזק מאכן פונעם פלעי...)
ג"א מצטרף מיט א ייש"כ פאר די מבררים
זעט אויס מרת פ. האט מורא געהאט פאר מראית עין, אז א שנעל לויפנדע סלייד קוקט אויס ווי א ווידיא
אסרוחג
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 123
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יוני 04, 2025 3:46 pm
x 234

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך אסרוחג »

חלום חלמתי האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 17, 2026 2:19 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 17, 2026 2:11 pm שכוח @בן תורה און @פארנומען פאר'ן אויסקלארן די פאקטן.

דער עולם לערנט זיך אויס צוביסלעך אז יעדע זיכערע געשעעניש קען זיין א זיכערע טעות... ביז מ'איז מברר.

ביי מיר אין שטוב האב איך נישט געהערט רעדן וועגן ווידיא. כ'האב יא געהערט קאמפלעינען אויפ'ן פרייז, און כ'האב אויך געהערט רעדן מיט גרויס התפעלות ווי גוט מ'האט צולייגט דעם אנשיקעניש פון ברענד נעימס (און אויך האט מען געשילדערט וועלכע מיידלעך ס'האבן דעריבער געמוזט חוזק מאכן פונעם פלעי...)
פרייז איז א דיפרענט שמועס.

איך האב גערעדט פון , ווייזן ווידיאו. אריינפלאכן פרעמדע מושגים. ברעכן די גאנציאריגע צניעות רול'ס.

נאר צוגעלייגט אז מען דארף אפשר הייבן די סטאנדארטן סזאל שטומען מיט די פרייז אבער נישט אויף די חשבון פון וכו'.

יעצט זאגן צוויי חשובע ניקס אז די ווידיאו ווערט נישט אנגערופן ווידעא נאר סליידס. יאך האב געהערט אנדערש אבער כ'בין דאך נישט דארט געווען, און זינט איך בין נישט דא צו פירן מערכות בעק איך אראפ ווי אמשנעלסטן... דזשאסט געוואלט ברענגען דעם ענין צו אויפמערקזאמקייט.

אויב די מעשה איז א מוסר השכל פאר איינעם, תבוא עלהם ברכה
מוסר השכל?
ס'איז א חיזוק פאר די אלע וואס שטייען ווייט פון ברענד נעים'ס
און א שטאך פאר די אלע וואס זענען קשורה בו ככלב
אוועיטער
איד
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 994
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:56 am
x 1138

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך איד »

שמח בחלקו האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 17, 2026 1:13 pm
חלום חלמתי האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 17, 2026 12:51 am פארגעבט מיר אויב דאס איז די אומריכטיגע טעמע.

די ווייבער שול רעדט זיך אפ. איינער פרעגט אז זי האט אונטערגעשריבן נישט צו צו קוקן קיין ווידיאו אבער למעשה ביי די 4'טע קלאס פלעי איז געשפילט געווארן ווידיאו'ס אויפן סטעידזש (קארן פארן, ס'מבולט, און נאך) וואס זי דארף יעצט טון?

די סקול האט שטרענגע צניעות רול'ס אבער פאר א שפיל טוט מען זיך אן פינקע קליידער צו מאכן א טאנץ, און אויסלערנען די קליינע מיידלעך צו נאכזינגען די שווערע ווערטער פון טייערע עלעגאנטע ברענד'ס (זאג נאך מיר; דזשינוואנשעי) צו איינבאקן עפעס א זינלאזע באבע מעשה פון א מיידל וואס שטאלצירט מיט טייערע קליידער ביז זי בלא בלא בלא.

איך פארשטיי אז מען דארף זיין פראפעסיאנאל נאכן בעטן אזוי טייער פאר א טיקעט, אבער ביטע נישט פארדרייען די קינדער א קאפ.

איך האף ס'וועט אנקומען צו וועמען ס'דארף, ס'מאכט נישט קיין סענס וואס דא איז געווען.

----

דערמאנונג, נאך געציילטע טעג פארבליבן צו באקומען א לבושי כבוד לעבל
איך האב גערופן איינע פון די מנהלים פון סקול (נאמען געהיטן) איך האב מיך אפגערעדט אויף די פרייז. איך האב אים געזאגט אז איך הער אז מען מאכט עס מער און מער פראפעסינאל, אבער "מי ביקש זאת מידכם"? ער האט מיר געזאגט אז ער קען נישט מער ווי מיטוויינען. ער האט אויך מיידלעך און האט געדארפט באצאלן די 30-40 פער טיקעט, אבער נאך מער טוט אים וויי זאגט ער מיר אז ער זעט ווי מען טרעט אויף פארשידענע סקול תקנות כי די פלעי זאל זיין שיין (ער האט מיר נישט געזאגט וועלכע) אבער ער קען גארנישט טון דערוועגן.

ער האט מיר געראטן צו רופן א צווייטע מנהל (נאמען געהיטן). יענער האט מיר אויסגעזען ווי ער האט נישט קיין איינונג וואס מען טוט אונטער זיין רוקן. ער האט מיר געזאגט צו רופן א דריטן איינער מרת (נאמען געהיטן) וואס זי איז אין טשארדזש פונעם פלעי. אבער, דארט האט זיך די זאך אפגעשטעלט. איך האב פארשטאנען אז מען קען צו די מרת ... נישט רעדן. אין בעסטן פאל איז זי נישט קיין בתוך עמי יושבת, זי איז בכלל נישט קאנענקטעד מיט ריאליטי, און זי דארף געפעלן פאר איר ענגע סוירקל "יעבור עלי מה". ויצא העגל הזה.

ובזה יצאתי...

הכותב וחותם מתוך צער,
הק' שמח בחלקו
פה, אידטיש ניו יארק
כ'האב ביז היינט געמיינט אז ס'איז בלויז דא איין (די באקאנטע) מנהל פון בית רחל.
אינטערן טיש
פרישער באניצער
פאוסטס: 97
זיך איינגעשריבן: מאנטאג דעצעמבער 08, 2025 2:55 pm
x 160

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך אינטערן טיש »

תרום קרן קרית יואל!

אין א גאר פאזיטיווע אנטוויקלונג אין רעזולטאט פונעם אויסטערלישער ווארימקייט וואס פלאמט אין גאנץ ''קרית יואל המורחבת'' צו זיין מקושר אינעם אילני דחיי מייסד העיר זצוק''ל, איז היינט פארגעקומען איינשטימיגע ''וואלן'' אין איינע פון די גאר פאפולערע בתי מדרשים אינערהאלב ''שכונת חתם סופר'', וואו א ריזן מערהייט האט באשטימט אז דער ביהמ''ד זאל ווערן א ''ביהמ''ד דקהל יטב לב קרית יואל''.

עס רעדט זיך פונעם הערליכער און שפרודלדיגער ''העדלי'' ביהמ''ד וואס איז פון די גרויסע שולן אינעם שכונה, מיט אריבער 100 מתפללים קבועים, וואס האט זיך לעצטענס הערליך פארברייטערט.

די מתפללים האבן היינט נאכט דורכגעפירט אן אפשטימונג נאכדעם וואס פילע האבן געבעטן צו פארזיכערן די ערנסטקייט פונעם מקום קדוש, און 76% מתפללים (אפילו נישט אנ''ש) האבן געשטימט כנ''ל, למען תכלית קדושת המשך הדורות!

אצינד וועט קהל ארבעטן מיט די מתפללים צו שטעלן א פאסיגן רב, און אויך פארענדיגן דעם איבערבוי בס''ד, לתפארת עיר קרית יואל.

כח קדושתו של רבינו הק' איז חי וקיים! דער כח הקדושה טריאומפירט ווייטער מיט'ן באגלייטונג פונעם קרן קרית יואל דורכן ועד הרחבת גבולי העיר, מיט דראמאטישע פארשריט בקדושת המחנה והעיר העכער אלע ערווארטונגען!

בקדושתה תהא.
אוועיטער
איד
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 994
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:56 am
x 1138

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך איד »

אינטערן טיש האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 18, 2026 12:16 am תרום קרן קרית יואל!

אין א גאר פאזיטיווע אנטוויקלונג אין רעזולטאט פונעם אויסטערלישער ווארימקייט וואס פלאמט אין גאנץ ''קרית יואל המורחבת'' צו זיין מקושר אינעם אילני דחיי מייסד העיר זצוק''ל, איז היינט פארגעקומען איינשטימיגע ''וואלן'' אין איינע פון די גאר פאפולערע בתי מדרשים אינערהאלב ''שכונת חתם סופר'', וואו א ריזן מערהייט האט באשטימט אז דער ביהמ''ד זאל ווערן א ''ביהמ''ד דקהל יטב לב קרית יואל''.

עס רעדט זיך פונעם הערליכער און שפרודלדיגער ''העדלי'' ביהמ''ד וואס איז פון די גרויסע שולן אינעם שכונה, מיט אריבער 100 מתפללים קבועים, וואס האט זיך לעצטענס הערליך פארברייטערט.

די מתפללים האבן היינט נאכט דורכגעפירט אן אפשטימונג נאכדעם וואס פילע האבן געבעטן צו פארזיכערן די ערנסטקייט פונעם מקום קדוש, און 76% מתפללים (אפילו נישט אנ''ש) האבן געשטימט כנ''ל, למען תכלית קדושת המשך הדורות!

אצינד וועט קהל ארבעטן מיט די מתפללים צו שטעלן א פאסיגן רב, און אויך פארענדיגן דעם איבערבוי בס''ד, לתפארת עיר קרית יואל.

כח קדושתו של רבינו הק' איז חי וקיים! דער כח הקדושה טריאומפירט ווייטער מיט'ן באגלייטונג פונעם קרן קרית יואל דורכן ועד הרחבת גבולי העיר, מיט דראמאטישע פארשריט בקדושת המחנה והעיר העכער אלע ערווארטונגען!

בקדושתה תהא.
ווער האט געבויט די שול?

אונטער וועמענס בעלות איז עס געווען ביז יעצט?
שרייב פאוסט