נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

נייעס אין אונזער קווארטאל
חאצקיל
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 142
זיך איינגעשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 1:19 pm
Location: Brooklyn
x 292

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך חאצקיל »

האט די ווילידזש איבערגעגעבן די דאקומענטן פאר סקופיס אפיס איידער די דעדליין?

וואס איז די מהלך ווייטער?
נאסע שמאטעס
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 586
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 16, 2025 1:14 pm
x 1276

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך נאסע שמאטעס »

גרויסע צרות דא...
חלום חלמתי האט געשריבן: מוצש"ק נאוועמבער 01, 2025 11:16 pm טשעט דזשי פי טי וועט מער נישט ענטפערן אויף קיין מעדיקל, פינאנציעלע, און לעגאלע פראגעס. אנשטאט וועט עס רעקאמענדירן צו רעדן מיט לייסענסד פראפעסיאנאלן.
בלומינגראווער
פרישער באניצער
פאוסטס: 55
זיך איינגעשריבן: פרייטאג אקטאבער 24, 2025 1:25 pm
x 236

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך בלומינגראווער »

נאסע שמאטעס האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 02, 2025 1:34 pm גרויסע צרות דא...
חלום חלמתי האט געשריבן: מוצש"ק נאוועמבער 01, 2025 11:16 pm טשעט דזשי פי טי וועט מער נישט ענטפערן אויף קיין מעדיקל, פינאנציעלע, און לעגאלע פראגעס. אנשטאט וועט עס רעקאמענדירן צו רעדן מיט לייסענסד פראפעסיאנאלן.
:lol: :lol: :lol: :lol:
בלומינגראווער
פרישער באניצער
פאוסטס: 55
זיך איינגעשריבן: פרייטאג אקטאבער 24, 2025 1:25 pm
x 236

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך בלומינגראווער »

חאצקיל האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 02, 2025 1:03 pm האט די ווילידזש איבערגעגעבן די דאקומענטן פאר סקופיס אפיס איידער די דעדליין?

וואס איז די מהלך ווייטער?
אויף @העלאו בעלאו 'ס פיבער קוקט עפעס נישט אויס אזוי...
כ'אניש קיין אנונג פארוואס... אלעס איז געטוען געווארן סיי מיט א לויער און סיי מיט טשעט טשי פי טי....
און לאמיר נישט פארגעסן אז יעדער טאנצט אין די גאסן פאר שמחה...
בלומינגראווער
פרישער באניצער
פאוסטס: 55
זיך איינגעשריבן: פרייטאג אקטאבער 24, 2025 1:25 pm
x 236

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך בלומינגראווער »

UTA האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 02, 2025 1:32 am
► Show Spoiler
קארט שמארט! וואוט שמאוט......... :lol: יא! דאס איז דער וועג ווי זאכן טוישן זיך?? סתם נייגעריג?
ווייסט ווי שטארק און מעכטיג דער סקאופעסאיז?
ער איז דאך דער שבת גוי דא.. ער ניצט נישט דעם עירוב דרבינו יואל
ער האט עס דאך געלייט אויף זיין וועב-סייט, ער קען גוט די געזעץ
ווי זאגט ער דארט "דער אייבערשטער זאל האלטן די רעכטע האנט" ער מיינט צו זאגן די לינקע..
נאך מער, די מרת ניוס 12 רעפארטער
זי איז דאך דא דער שבת גויטע.. (פון וואס UJC האפט אז קיינער וועט נישט קוקען אויף איר ריפארט?)
ווער דארף א קארט! אופס... אויסגעלאזט. שמארט!
ברוך ה' אשר לא השבית לנו גואל היום
(רות פרק ד' פסוק י"ד)
ווי זאגט יענער דער אייבערשטער זאל האלטן די רעכטע האנט - עס זאל נישט שאטן פאר קיין איד פערזענליך - און יא! איך וואלט שטארק הנאה געהאט צי צוריקבאקומען מיין שטום רעכט...

אגב כאפ א בליק אויף די אופדעטס פון דעי שבת גויטע... עס זעהט אויס ווי זי האט הנאה פון איר דשאב.

1.png
1.png (466.59 KiB) געזען געווארן 3571 מאל
2.png
2.png (402.26 KiB) געזען געווארן 3571 מאל
א פרייליכן שבת (גוי...)
נאסע שמאטעס
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 586
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 16, 2025 1:14 pm
x 1276

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך נאסע שמאטעס »

פון רעדן צו סתם עמך מענטשן זעה איך נישט עס זאל שטארק אינטערסירן דעם עולם ווער עס האט די ווילידזש אדער אויב די איינוואוינער זענען צופרידן אדער נישט.

אזויפיל זעה איך יא אז מענטשן האבן שטארק געטוישט בליק אויף בלומינגראוו ווילעדזש. ביז היינט האט זיך נאך גאנץ גוט געהערט די טאן אז זייער ציהל איז צו סטאפן קאראפשן.
חאצקיל
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 142
זיך איינגעשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 1:19 pm
Location: Brooklyn
x 292

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך חאצקיל »

איז עס א עוולה צו פארלאנגען יושר׳דיגע וואלן?

לאז ארויס דעם רבי׳ן זצ״ל
לאז ארויס סאטמאר
לאז ארויס קרית יואל
לאז ארויס רבני הקהילה
לאז ארויס דעת תורה

מ׳האט דא אויסגעשפילט אלע תושבים.
כ׳גלייב אז פארלאנגען צו האבן יושר׳דיגע וואלן אין בלומינג גראוו איז א רעכט פון יעדן תושב באזונדער.

דאס שטיל מאכן דעם ציבור נוסח פוטין, וועט קאנווינסן די באנדיטן אז מ׳קען טאן מיטן ציבור וואס זיי שמעקט, און מיר וועלן אלע סייווי שוייגן.

בלומינג גראוו וועט מער קיינמאל נישט האבן קיין טשאנס פאר יושר׳דיגע וואלן.
בירור
פרישער באניצער
פאוסטס: 29
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יוני 20, 2024 6:01 pm
x 92

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך בירור »

אינטרעסאנט, היינט געהערט פון בית יעקב מתפלל, דער דארטיגער דיין הרב יונגרייז האט זיך ציקאכט דעם שבת ביי שאלעש סעודות ער האט עפעס נאכגעזאגט פון קרית יואל, און ער גיבט א געשריי, און דא איז א חלק פון קרית יואל.
ער האט עס נאך קיינמאל געזאגט זעהט אויס אז נאך די קאמאנסטישע וואלן עפענען זיך פילע די אויגן
אוועיטער
חלום חלמתי
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 4013
זיך איינגעשריבן: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 1:29 pm
x 25446

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך חלום חלמתי »

בירור האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 02, 2025 8:08 pm אינטרעסאנט, היינט געהערט פון בית יעקב מתפלל, דער דארטיגער דיין הרב יונגרייז האט זיך ציקאכט דעם שבת ביי שאלעש סעודות ער האט עפעס נאכגעזאגט פון קרית יואל, און ער גיבט א געשריי, און דא איז א חלק פון קרית יואל.
ער האט עס נאך קיינמאל געזאגט זעהט אויס אז נאך די קאמאנסטישע וואלן עפענען זיך פילע די אויגן
חסידי מהרי"י זענען געווען די ערשטע צו שרייבן קרית יואל רבתי, און קאמפיינט אז בלומגראוו איז א חלק פון ק"י.

נאר געוויסע אויסשטאטישע אינוועסטירער האבן א אינטערעסע דאס אפצוהאקן
בירור
פרישער באניצער
פאוסטס: 29
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יוני 20, 2024 6:01 pm
x 92

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך בירור »

חלום חלמתי האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 02, 2025 8:14 pm
בירור האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 02, 2025 8:08 pm אינטרעסאנט, היינט געהערט פון בית יעקב מתפלל, דער דארטיגער דיין הרב יונגרייז האט זיך ציקאכט דעם שבת ביי שאלעש סעודות ער האט עפעס נאכגעזאגט פון קרית יואל, און ער גיבט א געשריי, און דא איז א חלק פון קרית יואל.
ער האט עס נאך קיינמאל געזאגט זעהט אויס אז נאך די קאמאנסטישע וואלן עפענען זיך פילע די אויגן
חסידי מהרי"י זענען געווען די ערשטע צו שרייבן קרית יואל רבתי, און קאמפיינט אז בלומגראוו איז א חלק פון ק"י.

נאר געוויסע אויסשטאטישע אינוועסטירער האבן א אינטערעסע דאס אפצוהאקן
אמת, אבער דער בית יעקב דיין האט עס קיינמאל נישט געזאגט, ווייל לאקאל איז דא די UJC וואס זענען פאפעטס פאר די אויסשטאטישע אינוועסטירער, און יעדער האט אמאל מורא געהאט פון זיי, וואס א צייט שפעטער עס גייט אדורך זעהט דער עולם מער זייער קארופציע און פיפט אריין אין זיי און אין זייערע משלחים, דאס אז פונקט די וואך האט ער עס געזאגט ווייזט וואס דער ציבור שפירט איבער די UJC און איז לכאו' א רעזאלט פון די געגאנבעטע וואלן
אוועיטער
מחישי
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 108
זיך איינגעשריבן: דינסטאג פעברואר 13, 2024 9:13 am
x 127

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך מחישי »

לויט ווי איך פארשטייי פון די מארקעטינג אין קרית יואל איז די איינציגסטע מעלה פון קרית יואל איבער בלומינג גראוו די



DMV טראק....
בלומינגראווער
פרישער באניצער
פאוסטס: 55
זיך איינגעשריבן: פרייטאג אקטאבער 24, 2025 1:25 pm
x 236

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך בלומינגראווער »

מחישי האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 02, 2025 10:28 pm לויט ווי איך פארשטייי פון די מארקעטינג אין קרית יואל איז די איינציגסטע מעלה פון קרית יואל איבער בלומינג גראוו די



DMV טראק....
ביז יעצט האב איך געמיינט אז די איינציגסטע מעלה פון בלומינג גראוו איז אז מען רייסט אויס קראפשען...
פשוט און גראד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3015
זיך איינגעשריבן: זונטאג יוני 02, 2024 4:29 pm
Location: וומס
x 6698

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך פשוט און גראד »

@UTA

איז דא 'איין' דעת תורה לאקעל וואס איז/געווען אקעי מיט די שטאקציע? טאלק אבעייט צוברעכען וכו'
אגד
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 107
זיך איינגעשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 22, 2025 9:08 am
x 156

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך אגד »

מחישי האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 02, 2025 10:28 pm לויט ווי איך פארשטייי פון די מארקעטינג אין קרית יואל איז די איינציגסטע מעלה פון קרית יואל איבער בלומינג גראוו די



DMV טראק....
מיינסט אודאי צו זאגן איינס פון די זאכן וואס מען האט באקומען פון די קאונטי.

א זאך וואס בלומינגראוו האט גראדע אויך... (איינמאל עס איז געווארן ארלעדיגט איז עס פאר די גאנצע קאונטי.)

אז איינער וועט טשעלענדזשן די אינקאמבענט אדמיניסטראציע אין פאלם טרי וועסטו דעמאלטס קענען ליינען זייערע מעלות.

(פיצי טעקס, פייפליין, קאמיוניטי רומס, דירות פרייזן תקנות, גארבידזש ביינאכט, וכו' וכו'.)
חאצקיל
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 142
זיך איינגעשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 1:19 pm
Location: Brooklyn
x 292

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך חאצקיל »

געווינען!
IMG_8629.jpeg
IMG_8629.jpeg (49.63 KiB) געזען געווארן 891 מאל
מיילעך מעכל
פרישער באניצער
פאוסטס: 33
זיך איינגעשריבן: מיטוואך דעצעמבער 20, 2023 1:17 pm
Location: SBG
x 176

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך מיילעך מעכל »

זאגט מיר איינער אז די UJC האט נישט קאמפיינט בכלל פאר די טאון קאנסילמאן עלעקשאן פון סיימאן שווארץ ווייל זיי האבן געקענט באשטיין אז ס'זאל נישט אויסקוקן פארדעכטיגט פאר די אינוועסטיגעטארס וואס פארשן אויס די געפעלשטע וואלן אז ביי די געגנבטע ווילעדזש וואלן האבן קוים 100 מענטשן געוועלט און יעצט איז דא אסאך מער.

למעשה האבן אפאר לאקאלא תושבים געוואלט סזאל יא זיין א געהעריגע טוירנאויט האבן זיי געמאכט א כלומפערשטע רייט אין קאמפיין פאר DOV PERL און ארומגעשיקט א ראבא קאל אז מזאל קומען וועלן קריטיש וויכטיג אלץ פראטעסט צו די געגנבטע וואלן... וואס דאס האט אריינגעלייגט די UJC חברה און א פאניק און זיי רופן ארום זייערע מענטשן זאלן זאפארט קומען וואויטען...

די שפיצל האט געארבעט.. גייט היינט זיין א מינומום פון 500-600 וואויטס און פארגלייך די נישטיגע 100 צוויי וואכן צוריק
שמאטשקע
פרישער באניצער
פאוסטס: 24
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יוני 20, 2024 5:54 pm
x 134

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך שמאטשקע »

יאפ, די טריק ארבעט א מחי', קענסט יעצט אריבערקומען צו די פייער האוז און זעהן ווי ס'לעבט ס'האט זיך אויפגעוועקט א ריזיגע מצב, די אינטרעסאנטע נייעס איז אז ס'איז בכלל נישט דא אזא מענטש DOV PERL א פאר תושבים האבן געבאקן אבי געזונט א נאמען אז ס'זאל זיך אויפוועקן א וואלן מצב, און ס'האט זיך אויפגעוועקט מיט אלע קאלירן.. מלאכתן נעשית ע"י אחרים די UJC ארבעט יעצט צום ערשטן מאל לטובת הציבור...
הדסים
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2205
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 04, 2025 9:23 pm
x 4204

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך הדסים »

שמאטשקע האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 04, 2025 8:23 pm יאפ, די טריק ארבעט א מחי', קענסט יעצט אריבערקומען צו די פייער האוז און זעהן ווי ס'לעבט ס'האט זיך אויפגעוועקט א ריזיגע מצב, די אינטרעסאנטע נייעס איז אז ס'איז בכלל נישט דא אזא מענטש DOV PERL א פאר תושבים האבן געבאקן אבי געזונט א נאמען אז ס'זאל זיך אויפוועקן א וואלן מצב, און ס'האט זיך אויפגעוועקט מיט אלע קאלירן.. מלאכתן נעשית ע"י אחרים די UJC ארבעט יעצט צום ערשטן מאל לטובת הציבור...
פארוואס טאקע האבן זיי נישט געמאכט אן עכטע נאמען?
אז יענער איז עקסטרעם רעכט ווער נישט דעריבער עקסטרעם לינק.
בירור
פרישער באניצער
פאוסטס: 29
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יוני 20, 2024 6:01 pm
x 92

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך בירור »

הדסים האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 04, 2025 8:37 pm
שמאטשקע האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 04, 2025 8:23 pm יאפ, די טריק ארבעט א מחי', קענסט יעצט אריבערקומען צו די פייער האוז און זעהן ווי ס'לעבט ס'האט זיך אויפגעוועקט א ריזיגע מצב, די אינטרעסאנטע נייעס איז אז ס'איז בכלל נישט דא אזא מענטש DOV PERL א פאר תושבים האבן געבאקן אבי געזונט א נאמען אז ס'זאל זיך אויפוועקן א וואלן מצב, און ס'האט זיך אויפגעוועקט מיט אלע קאלירן.. מלאכתן נעשית ע"י אחרים די UJC ארבעט יעצט צום ערשטן מאל לטובת הציבור...
פארוואס טאקע האבן זיי נישט געמאכט אן עכטע נאמען?
לעת עתה האבן זיי בעיקר געוואלט אויפוועקן די וואלן, און זיי האבן געוואלט קלאר ווייזן אז זיי האבן בכלל נישט געהאט קיין ציל פון געווינען.
אוועיטער
מחישי
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 108
זיך איינגעשריבן: דינסטאג פעברואר 13, 2024 9:13 am
x 127

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך מחישי »

בירור האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 04, 2025 8:40 pm
הדסים האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 04, 2025 8:37 pm
שמאטשקע האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 04, 2025 8:23 pm יאפ, די טריק ארבעט א מחי', קענסט יעצט אריבערקומען צו די פייער האוז און זעהן ווי ס'לעבט ס'האט זיך אויפגעוועקט א ריזיגע מצב, די אינטרעסאנטע נייעס איז אז ס'איז בכלל נישט דא אזא מענטש DOV PERL א פאר תושבים האבן געבאקן אבי געזונט א נאמען אז ס'זאל זיך אויפוועקן א וואלן מצב, און ס'האט זיך אויפגעוועקט מיט אלע קאלירן.. מלאכתן נעשית ע"י אחרים די UJC ארבעט יעצט צום ערשטן מאל לטובת הציבור...
פארוואס טאקע האבן זיי נישט געמאכט אן עכטע נאמען?
לעת עתה האבן זיי בעיקר געוואלט אויפוועקן די וואלן, און זיי האבן געוואלט קלאר ווייזן אז זיי האבן בכלל נישט געהאט קיין ציל פון געווינען.
וואס האבן זיי פון געווינען אין טאון?
נאסע שמאטעס
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 586
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 16, 2025 1:14 pm
x 1276

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך נאסע שמאטעס »

דאס איז שוין א קאפשטיק... קוקט אויס אז דער לאקאלער עולם דארט איז יא טויגליך. לאמיר זען וואס נאך זיי וועלן קענען.
בירור
פרישער באניצער
פאוסטס: 29
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יוני 20, 2024 6:01 pm
x 92

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך בירור »

מחישי האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 04, 2025 8:49 pm
בירור האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 04, 2025 8:40 pm
הדסים האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 04, 2025 8:37 pm

פארוואס טאקע האבן זיי נישט געמאכט אן עכטע נאמען?
לעת עתה האבן זיי בעיקר געוואלט אויפוועקן די וואלן, און זיי האבן געוואלט קלאר ווייזן אז זיי האבן בכלל נישט געהאט קיין ציל פון געווינען.
וואס האבן זיי פון געווינען אין טאון?
טאון קאנסיל איז א נארישע פאזיציע און אינטרעסירט קיינעם נישט, ס'איז נישט ווערד אריינצילייגן דערין קיין שום עפארט, די איינציגסטע פראבלעם איז געוועהן אז די יעצטיגע וואלן האט נישט געמעגט אדורכגיין בשתיקה אזוי ווי די UJC האט געוואלט לכתחילה, דערפאר האט מען געמאכט די טריק מיט די רייט-אין א נאמען וואס עקזיסטירט נישט בלויז ארויסצישלעפן די UJC פון זייער גלייכגילטיגקייט, יעצט אז ס'וועט זיין א שיינע פאר הונדערט וואוטס פאר א נארישע וואוט וועט עס אוועקשטעלן גאר הארב די קשיא וויזוי 2 וואכן איז געוועהן בלויז בערך 100 וואוטס
בלומינגראווער
פרישער באניצער
פאוסטס: 55
זיך איינגעשריבן: פרייטאג אקטאבער 24, 2025 1:25 pm
x 236

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך בלומינגראווער »

מחישי האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 04, 2025 8:49 pm
בירור האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 04, 2025 8:40 pm
הדסים האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 04, 2025 8:37 pm

פארוואס טאקע האבן זיי נישט געמאכט אן עכטע נאמען?
לעת עתה האבן זיי בעיקר געוואלט אויפוועקן די וואלן, און זיי האבן געוואלט קלאר ווייזן אז זיי האבן בכלל נישט געהאט קיין ציל פון געווינען.
וואס האבן זיי פון געווינען אין טאון?
לכאורה טאקע גארנישט, וויבאלד ווען יא קענען זיי ווען גנב'ענען מיט אלע האטעלן און רעדזעסרעשנס וואס חסידי מהר"א האבן שוין במילא אנגעגרייט פאר די ווילידזש וואלן, וואס אויף דעם ארויף האט מען בארויבט דעם עולם. איך ווייס? יכול ליהות...
גוטע געשעפטן
פרישער באניצער
פאוסטס: 15
זיך איינגעשריבן: זונטאג פעברואר 11, 2024 2:50 pm
Location: monroe
x 33

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך גוטע געשעפטן »

וויפיל וואויטס האט DOV PERL באקומען?
אוועיטער
פ. לאקס
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 716
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 3:05 pm
x 1351

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך פ. לאקס »

אז איינער לערנט תורתך, מארגן אינעם שיעור זעט מען אז מאכן וואלן בשתיקה איז א פארעם פון גזילה...

(די גמרא רופט אן איינער וואס זאגט שנעל 'הרי זו פיאה' און רופט זיין קרוב אן עני עס צו נעמען ווען עס דרייען זיך נישט קיין אנדערע עניים הייסט עס 'גזילת העני')
קאכעדיג האט געשריבן: דינסטאג מאי 20, 2025 12:14 pm ברויך נישט קיין מקור, עס איז פשוטע 'קאמען סענס'
פ. לאקס איז נישט אפיליעטירט מיט סטאוו יא פיטא פון אייוועלט
שרייב פאוסט