סענס אף יומער האט געשריבן: ↑פרייטאג מאי 02, 2025 2:18 pm
הרב ותלמידו האט געשריבן: ↑פרייטאג מאי 02, 2025 2:03 pm
איך האב געהערט פון א אינגערמאן וואס האט גערעדט די וואך צו משה חיים צבי מלכא און האט געהאט מיט אים א לענגערע שמועס.
חיים צבי האט אים געזאגט אז ער האט געהערט די גאנצע פאנעל וואס איז געווען דער פארגאנגענעם חול המועד, און ער טענה'ט אז 75 פראצענט פונעם פאנעל איז שקר וכזב די אנדערע 25 פראצענט איז לא מינהו ולא מקצתו..
רוב פונעם שמועס איז ח''צ מלכא געווען פארנומען צו זאגן אז אלעס פון די חול המועד show 'וויאזוי ער האט עס אנגערופן' איז שקר.
בין הדברים האט ער געזאגט אז נחמן האט בכלל נישט געוויסט וואסערע עסן מען האט געגעבן פאר זיין שוועסטער, נאר נחמן האט פשוט געבעטן מען זאל איר שיקן עסן פון די קאך, און ס'איז געווען א טעות און די קאך ווי מען האט אנגעגרייט די עסן... ער האט באשולדיגט די עסקנים אז זיי האבן איינגערעדט פאר מענדל לאווער אז נחמן האט געהארגעט זיין מאמע ווייל מענדל לאווער איז געווען דעמאלסט צו קליין און ער קען עס אפ' נישט געדענקן, ער האט באשולדיגט די עסקנים אין טראמעטייזן מענדל לאווער... און אים איינרעדן פאלטשע מעשיות וואס ער זאל פארציילן ברבים..
לאמיר פרובירן צו פונאנדערשיידן די חילוק צווישן שקר וכזב און לא מיניה ולא מקצתיה...
אינטערעסאנט נאר אז נחמן'ס שוועסטער און די לעווי ברודערס וואס האבן ניטאמאל קיין שייכות מיט די עסקנים האבן שוין פארציילט די מעשה מיט נחמן און זיין שוועסטער עטליכע יאר צוריק נאך פאר ס'האט עקזיסטירט עסקנים בכלל.
דא האסטו די סקרינשאט פון דעם יונגערמאן פון וועם דו רעדסט וואס האט זיך געטעקסט מיט חיים צבי און זיך אהערגעשטעלט אלס א תמימות'דיגער וואס וויל הערן זיין זייט אויכעט...
IMG_20250502_141538.jpg
דער אינגערמאן האט און זיין שמועס פארגעהאלטן ח''צ מלכא פארוואס מען הייסט די פרויען שלאפן אויפן גאס,
האט ח''צ געענטפערט אז גלייַך ווען מען איז געגאנגען פראטעסטירן האט מען צוגעשטעלט שיינע באקוועמע האטעלן פאר די פרויען צו שלאפן.. און ער האט געבעטן און געפאדערט די פרויען זיי זאלן גיין שלאפן און די האטעלן, אבער די פרויען ווילן נישט גיין ווילאנג זיי האבן נישט די קינדער,
ס'איז מיר זייער אינטערעסאנט אז פלוצלינג פאלגן זיי נישט די הנהלה, וואס און לב טהור איז פאלגן די הנהלה איינער פון די עשרת הדיברות
פאר ווער ס'וויל אים יא גלייבן,
זאל אים קודם גלייבן אז טעראריסטן גראבן טאנעלן אונטער אמעריקא און גאנץ אמעריקע גייט איינפאלן.
און אז גאנץ אמעריקע האט באקומען א בריוו אז מען גייט שיסן א אטאם באמבע אין יעדער גייט שטארבן.
און אז 500 מיליאן מענטשן און יוראפ האבן באקומען א בריוו אז מען גייט און מלחמה וכו' וכו' ...
ווער ס'קען הנהלת לב טהור ווייסט, אז זאגן ליגענט איז זייער גרעסטע מצוה, נאך אפ' א גרעסערע מצוה ווי שפיכת דמים און רציחה.