כת לב טהור אין גוואטעמאלע

נייעס אין אונזער קווארטאל
הרב ותלמידו
פרישער באניצער
פאוסטס: 38
זיך איינגעשריבן: זונטאג אפריל 27, 2025 9:58 pm
Location: ny
x 268

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך הרב ותלמידו »

ברוך אברהם האט געשריבן: זונטאג מאי 04, 2025 4:52 pm
הרב ותלמידו האט געשריבן: זונטאג מאי 04, 2025 4:23 pm לויט ווי איך פארשטיי איז שוין דא היינט אין אמעריקע קרוב צו 150 נפשות יוצאים פון לב טהור,

איז פארוואס זאל מען נישט ממשיך זיין די כנישתא חדא קהילה ערגעץ וואו אין אפסטעיט ניו יארק פונקט ווי ס'איז דא אנדערע צענדליגער היימישע קהילות אין ניו יארק?

ר' יואל העניך וועט זיין רב, משפיע, פארשטייט זיך ס'וועט זיין בפיקוח היימישע רבנים און עסקנים,
זיי וועלן האבן אייגענע מוסדות און א ישיבה, אין צוביסלעך זיך קענען צוזאמען היילן פון די טראמע וואס זיי זענען אדורך, און דאס וועט אויך מאכן גרינגער פאר די וואס זענען נאך און גואטומאלע ארויסצוקומען, אויב זיי ווייסן אז זיי האבן א פלאץ מסודר מיט מוסדות און א ישיבה מיט מענטשן וואס זיי קענען, און זענען דורך די זעלבע שוועריגקייטן וואס זיי זענען אדורך, וואס קענען זיך צוזאמען העלפן בעצה ותושיע.
1) די משפחות האבן דא קרובים און עס איז נישט מער ווי נארמאל אז זיי זאלן וואוינען לעבן זיי צו קענען האבן הילף ביזן זיך ערהוילן אינגאנצען.
קינדער מעגן אין דאפן קענען די קרובים דריי זיך אויסצולערנען די אייגענע משפחה און מסורה.
2) אין כאן המקום להאריך, אבער ווען משפחה א' האט געמוזט אויפציען די קינדער פון משפחה ב' וחוזר חלילה, געשען נאטירליכע פראבלעמען און רייבערייען, און די בעסטע עצה זיך צו ערהוילן איז דורך לאזן משפחות גיין לעבן מיט זייער קרובים, ווי אנדערש זיי לייגן צירוק ציזאמען אין א אפגעזונדערט שטעטעלע און צירוק ארויפברענגען אלטע טראומא, ודי למבין.
אוודאי איז די בעסטע אפשען אז די יוצאים זאלן זיך אויסמישן צעווישן אינז היימישע אידן,

אבער אויב גייט עס ווייטער אזוי אנגיין אז די מוסדות גייען נישט ווילן אננעמען זייערע קינדער, צו וועגן דריק פון די עלטערן צו פאר סיי וועלכע סיבה, איז דאס א צווייטע אפשען
Think and Thank
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 516
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 1:34 am
x 1839

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך Think and Thank »

ווייסע טיילס האט געשריבן: זונטאג מאי 04, 2025 4:09 pm
העלאו בעלאו האט געשריבן: זונטאג מאי 04, 2025 3:53 pm
הדסים האט געשריבן: זונטאג מאי 04, 2025 3:45 pm
שאלה 1. פון וואו נעמסטו אז קיינער נעמט נישט קעיר פון די קינדער'ס מענטל העלט?
שאלה 2. דאס אז די קינדער דארפן גיין צו טעראפי איז נישט אונזער דאגה קעיר צו נעמען דערפון, זיי האבן משפחה און באקאנטע וואס זארגן פאר זיי

זאגן אז די קינדער גייען אין אונזערע מוסדות ווייל ס'איז נישטא קיין בעל אחריות איז מופרך ווי מ'האט געזען בעבר משפחות וואס זענען ארויסגעקומען (דהיינו מיט עלטערן און ארומיגע וואס נעמען אחריות) האבן געטון דאס זעלבע.
1: איך זאג נישט אז מען נעמט נישט קעיר נאר אז מען דארף טאקע קעיר נעמען ,און נישט עפעס א זייטיגע זאך נאר דאס איז פון די עיקר זאכן.
2: אינזער דאגה איז בעצם גארנישט אויך נישט לאזן לב טהור אנגיין אבער אויב מען דאגה"ט יא און מען וויל ראטעווען די קינדער דארף מען לייגן א שטארקע דגוש אויף נאך די הצלה זיי צו היילן און איינגלידערן דא ווייל אז נישט לא הועילו חכמים בתקנתם פון זיי ראטעווען. (און עגעין די אלע משפחות קענען האבן די בעסטע גוטע ווילן און נאך אלץ זיין א עם הארץ און מענטעל העלט אפי' זיי פארשטייען בעצם אין חינוך איז אבער דא דארף מען שטארקע מענטעל העלט עקספערטן אינוואלווד)
און ווען איך זעה אז מען לייגט אריין די קינדער אין די מוסדות איז זייער א נארמאלע זאך צו פרעגן צו מענטעל העלט חברה האבן דאס עפראווד
מענטעל שמענטעל עפעס א מין נייע גלאבעל ווארמינג געווארען דא מיט די ווארט,

איך געדענק נאך ווען א איד האט געוואלט מאכען פרנסה אין מחדש געווען קורסעס פאר סעלף קאנפידענץ סאיז געווען הימעל און ערד מיט די ווארט, יא קאנפידענץ נישט קאנפידענץ. מען ברויך גיין אין קאלעזש פאר קאנפידענץ, אלע שלום בית פראבלעמען איז געקומען פון לאו קאנפידענץ, משיח איז נישט געקומען ווייל מען האט נישט קאנפידענץ, מענטשען האבען זיך געסווינגט אויף טירען אין גרופעס ווייל מען ברויך באקומען קאנפידענץ איינער איז אפילו געגאנגען אין קרית יואל שאפינג סענטער בעטען א חבר זאל אים שטופען אין א שאפינג וועגעלע פאר קאנפידענץ (אסאך קרית יואלע פרויען אין שאפינג סענטער וואס האבען דעס צוגעזען האבען נאכדעם געדארפט גיין צי טערעפי..)

בקיצור דער מענטש האט צוזאם גענומען פאר געלט אסאך בהמות און זיי געגעבען קאנפידענץ א זאך וואס מען ליידט נאך עד היום הזה...

יעצט טוט זיך מיט הענטעל מענטעל הימעל און ערד דערמיט ווי מען דרייט זיך יעדער איז אווער יעדער איז א עקספערט יעדער רעדט, יעדע פארשטופטע נושא איז מענטעל

דא איז דא היימישע אידען וואס זענען אין א צרה אין מען ברויך זיי העלפען אונז האמיר יעצט אויפן מינוט א חיוב עריבות זיי קומען פון היימישע משפחות, זיי זענען נישט דארט און קענען נישט גיין אין פאבליק סקול , יעצט אויף מינוט אוינען מיר זיי
----

די קינדער ברעכען אונטער די מוסדות? זיי האקען אונטער הנהלה? האקען אונטער די נשיאות פון די מוסדות?

זייערע טאטעס פארפירען? זייערע מאמעס פארפירען?

דעס איז די נושא און דעס וואלט מען געמעגט אפשר דן זיין סאיבריגע איז נישט רעלעוואנט דא

ר' איד, איר האט אמאל געטון אין חינוך? איר האט אמאל געארבעט מיט קינדער? איר האט אמאל געדיעלט מיט פראבלעמאטישע שטיבער? איר האט אמאל געהאט אן אחריות אויף א קינד/בחור/ערוואקסענער ער זאל ארויסקריכן פון א פארפלאנטערטע מצב און ווערן אוועקגעשטעלט ברוחניות ובגשמיות?

איך האב ב"ה געטון די אלע אויבנדערמאנטע נושאים, און כ'קען זאגן בברירות אז ס'איז שוין היינט כמעט נישט דא קיין איין אנערקענטער רב - פון די סארט וואס טראגן אן אחריות אויף משפחות, א מוסד, קינדער, בחורים וכדומה - וואס האלט נישט פון טעראפי און האט נישט קיין קשר מיט פארשידענע טעראפיסטן פאר קינדער און ערוואקסענע. איך קען דיר געבן נעמען פון רבנים און רבי'ס אין די גרעסטע קהילות אין גרעיטער ניו יארק וואס איך קען פערזענליך עדות זאגן איבער קעיסעס וואס זיי האבן געשיקט פאר טעראפי וכדומה.
אפגערעדט אז צושטעלן טעראפי צו סעלף עסטיעם קורסעס (אדער סיי וועלכע סעלף-העלפ קורסעס) איז נאנסענס וואס קומט פון נישט קענען די א' ב'.

נאך איין וויכטיגע נקודה: פון מיין ערפארונג האב איך זיך איבערצייגט אז עס איז נישט מעגליך במציאות אז א פראבלעמאטישע שטוב זאל נישט אפעקטירן די קינדער. איך האב אפילו געזען עטליכע קעיסעס וואס איך האב קודם געהאלטן אז דער אדער יענער קינד איז נישט אפעקטירט געווארן, ביז... יענעמ'ס פראבלעמען האבן אנגעהויבן ארויסקריכן. כ"ש ווען מ'רעדט פון אזא אומבאשרייבליכע עבר ווי ל"ט, איז ברור כשמש אז כדי א קינד זאל אפילו האבן א שאנס צו קענען אמאל פירן א נארמאלע לעבן מוז ער ווערן באגלייט דורך פראפעסיאנאלן וואס ווייסן וויאזוי זיך אומצוגיין מיט אזא קינד. סתם אריינשטעלן אין א מוסד אן קיין באגלייטונג איז א סכנה סיי פאר דעם יוצא און סיי פאר ארומיגע קינדער. און יא, זאגן אז מען מוז ראטעווען ראובן אפילו אויב עס וועט גיין אויפ'ן חשבון פון שמעון קען נאר פסק'ענען א בי"ד של כ"ג וואס איז בארעכטיגט דן צו זיין דיני נפשות.

נאר וואס, איך האב אויסגעהערט דעם חוה"מ פאנעל און איך בין גראדע יא שטארק איבערצייגט אז די עסקנים פארשטייען די נחיצות. הרה"צ ר' יואל יהושע העשיל איז בכוונה נישט אריינגעגאנגען דערין, אבער פון די פאר ווערטער וואס ער האט געלאזט פאלן דא-דארט האב איך פארשטאנען סיי אז ער האט ליידער גאר גאר גוט ארויס די ענין פון מענטל אביוז און מיינד קאנטראל, און סיי אז ער פארשטייט גוט די נחיצות צו געבן פאר די קינדער די ריכטיגע באהאנדלונג זיי זאלן קענען אוועקשטעלן א נארמאלע לעבן.

-----

אבער די ווילדע אטאקעס און קללות קעגן ווער עס וואגט זיך עס אויפצוברענגען זענען זייער נישט אין פלאץ און קומען לדעתי מער פון נישט קענען דערהייבן אז איינער האלט אנדערש ווי מיר ווי פון אמת'ע רחמנות, ווי די באקאנטע מימרא פארוואס נאר א צ' איז א צדיק און אן א' איז נישט. און אודאי אז די געטרייע עסקנים רעדן נישט אזוי און טוען נישט אזעלכע אומ'אחריות'דיגע שריט. הרב בלום שליט"א זאגט דארט למשל אז איינער וואס ל"ט האט חתונה געמאכט וועט מען בשום אופן נישט אריינלייגן אין א מוסד מיט אנדערע קינדער. אזא רשעות! אזא אכזריות! לאזן קינדער אין גיהנום אלס חשש אז אפשר וועט עס שאדן די אנדערע קינדער?!?! באגרייפט ער דען נישט אזוי גוט ווי אונזערע היגע ניקס אז אויב שטעלט מען זיי נישט אריין אין נארמאלע מוסדות גייט ל"ט אנגיין כאילו לא הי1 :roll: ?!
ביטע טייערער אידן, נידערטס די היץ. איר זענט בארעכטיגט צו א מיינונג, איר מעגט אפילו האלטן אז ס'איז לא תעמוד על דם רעיך, אבער כל זמן איר זענט נישט קיין פוסק האט אייער חבר די רעכט צו האלט אנדערש און אפילו פארקערט - אז יא אריינשטעלן אין געהעריגע מוסדות איז אסור אלס לא תעמוד על דם רעיך. הרב בלום האט זייער שיין אויסגעשמועסט ביידע זייטן פון די מטבע, און ווי ער זאגט, אודאי פאר איינער טוט עפעס וואס קען שעדיגן א קינד מיט זיינע דורות (א שטייגער ווי רעדן צו די הנהלת המוסד) זאל ער זיך גוט איבערטראכטן און אפשר אויך דורכרעדן מיט א דעת תורה, אבער הרב בלום איז נישט בייגעפאלן אז מען ווערט א רוצח בלויז פאר'ן קוועסטשינען צו ס'איז ריכטיג אריינצושטעלן די קינדער אין געהעריגע מוסדות.
ממעמקים
פרישער באניצער
פאוסטס: 40
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אפריל 24, 2025 9:13 pm
Location: ברוקלין
x 162

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך ממעמקים »

איך פארשטיי נישט פארוואס מען מאכט אזא טראסק ווי כאילו מען מוז זיך פארענטפערן פאר אים. ווער איז ער בכלל? ביסט באמת באזארגט אז עס קען אפעקטירן דיין קינד? שטעל איך זיך פאר וואלסט געטון די השתדלות צו באקומען אמתע קראנטע ענטפערס פון די וואס פארענען זיך מיט די cases און נישט געליפטערט די הייקעלע קושיות דא.
אלעמאל
פרישער באניצער
פאוסטס: 48
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 11:42 pm
x 95

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך אלעמאל »

Think and Thank האט געשריבן: זונטאג מאי 04, 2025 10:15 pm

אבער די אנדערע זייט, האט גאנצעטע חרון אף'ס מיט גיהנום גרייט פאר יעדער וואס האלט אנדערש ווי זיי.

ווער ביסטו נישט מורא צו האבן דערפון?

איך בין נישט דער וואס האט רעכט צו רעדן אין דער נושא, אבער איך האב א קרוב וואס האט געלערנט אין א מוסד, וואס איז געווען געפרעשערט דורך געוויסע כלל טוער'ס און רבנים, אריינצונעמען א געוויסע שווערע קעיס, און דער מוסד האט זיך געבראכן פאר די פארשטענדליכע טענה, (אהן די גיהנום מיט צוגעזאגטע חרון אף), און ליידער פאר מיין קרוב האט עס געשאדט.

והקולר תלוי בצואר פון די וואוילע צדיקים, אבער דער פרייז האבן מיר באצאלט, און צאלן נאכאלץ.

נאך לאנג פאר ל"ט, מ'רעדט פון אן אנדערן שווערע פרשה.
ודי בזה.
פשוט און גראד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2013
זיך איינגעשריבן: זונטאג יוני 02, 2024 4:29 pm
Location: וומס
x 3617

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך פשוט און גראד »

די מיליון דאלער נקודה איז עכט, א שרייבער פון א תגובה זאל טראכטן פארן שיקן ‘שיק‘ אויב די תגובה וועט down the road גורם זיין צער פאר א יוצא, קען זיין אין א יאר אדער מער פון יעצט.

1. אויב ביזט באזארגט אויף עני נושא, פון דיין שטאנדפונקט וואס דארף ווערן אדרעסירט, ביטע זיי דיר משתדל צו זיין סענסעטיוו, יכול להיות ס‘איז א וועליד פוינט, אבער העי.. אפשר בילאנגט עס צו ווערן אדרעסירט פריוואט....

ביטע ניץ נישט א פובליק פלאטפורם פאר די נושאים אלס אפשר וועט די מעסעדזש אנקומען צום פערזאן במישרין ובעוקופין.

אין יא, די אישו איז ווייט נישט פון די טופיקעל נושאים מדי יום ביום. דעיס איז ערנסטע ענינים.
בית הכנסת
פרישער באניצער
פאוסטס: 39
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג מערץ 06, 2025 11:16 am
x 170

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך בית הכנסת »

שמועות טובות האט געשריבן: זונטאג מאי 04, 2025 9:10 pm
בית הכנסת האט געשריבן: זונטאג מאי 04, 2025 8:15 pm אקעי לאמיר זיך אויפהערן ארומקריגן, עסקנים ביטע טראגט דעם דיסקוסיע צו אלע גרויסע רבנים, (געהעריגע נישט אזוי ווי ......) נעמט זיי צאם און זאלן זיי פסקענען, און אלע מוסדות זאלן מוחל זיין זיך צושטעלן און שלום על ישראל. נעקסט וואס נאך טוט זיך עפעס אויפן פראנט?
נישט פון די מוסדות רעדט מען דא, מען רעדט דא פון די עלטערן פון די מוסדות וואס לייגן דרוק מען זאל זיי נישט ארייננעמען.
נו זאלן די רבנים לייגן דרוק אויף די מוסדות נישט צו פאלגן די דרוק פון די עלטערן א מין זאך דאס? אויב קען מען נישט האבן א געהעריגע פארשטענדעניש מיט אינזערע רבנים צו פסקענען אזעלכע הארבע דיני נפשות שאלות, וואס פארווען דען זענען זיי דא אויב נישט פאר אזעלכע שווערע פרשיות צו פירן און אנווייזן וויאזוי צו טון סיי הלכהדיג און סיי מענטשליך אא'וו, דאן זענען מיר טאקע פון די ערב רב.
ממעמקים
פרישער באניצער
פאוסטס: 40
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אפריל 24, 2025 9:13 pm
Location: ברוקלין
x 162

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך ממעמקים »

עס זענען ליידער דא פיל היימישע קינדער אין די בעסטע חסידישע מוסדות וואס גייען אדורך שוועריקייטן אין שטיב. Mental health and mental illness is all over. יעדע כתה האט קינדער וואס מאכן מיט טרומא פון עלטערן אדער געשוויסטער וואס ליידן אויף BPD אדער bipolar אדג ליידער. איינער וואס ווייסט אביסל וועט וויסן אז אויסשפארן א קינד אדער נישט געבן קיין נאכטמאל איז א נערמאלע שטראף פון מענטאל העלט ליידענדע. אדרבה, פרעג דיין קינדס מלמד וויפיל מאל ער האט שוין געטראפן א קינד מיט צייכנעס ביים אנקומען אין חדר. די קינדער מוזן אויפוואקסן צווישן נערמאלע קינדער צו זעהן דעם קאנטראסט. צו האלטןיוצאי לב טהור צוזאמען, אפגעטיילט פון סאסייעטי איז די גרעסטע אפהאלט זיך צו לערנען נערמאלקייט. אויפן שכן וואס טוט אביוס אונטער זיין פארמאכטן טיר, פאר זיין קינדער זארגסטו נישט צו זיי זענען ״סעיפ״ אין די מוסדות, ווייל זיי האבן נישט קיין גרויסע label וואס שטייט abused. וואס זענען די ל״ט קינדער שילדיג אז ביי זיי וייסט מען? זיי זענען נישט קיין געפאר גרעסער ווי די לאקאלע מיטגעמאכטע קינדער וואס קיינער ווייסט נישט וואס זיי גייען דורך אין שטוב.
תינוק הבורח
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 596
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 9:03 am
x 507

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך תינוק הבורח »

מען האט שוין אויסגעשמועסט די טענה אפאר בלאט צירוק.
אוועיטער
בודקע
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 297
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
x 461

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך בודקע »

א': מ'מעג יא
ב': מ'מעג נישט
א': מ'מעג יא!!
ב': מ'מעג נישט!!
א': 😡
ב': 😡😡😡
וכו' וחוזר חלילה..

רבותי, ס'זענען דא עסקנים, האסט עני אישא? קאל זיי אריין שמועס אויס וויאזוי מ'קען בעסער מאכן! די סייקל וויאזוי ס'גייט דא איז פשוט א היץ געטריבענע שפיכת דמים מאשין! לעשטס אויס דעם מאשין און טו למעשה! האסט נישט קיין וועג צו העלפן? דאן זײ שטיל! שטיין און זיכן מיט א פארגרעסערונג גלאז אויף יעדע שריט וואס די עסקנים טוען, צו ס'איז נישט דא קיין פלאץ ווי מ'קען קריטיקירן איז בכלל נישט לטובת הכלל.

אגב, מ'מעג בארעדן די הנהלה דארט? אה, ס'איז שוין אוט אף סטייל, ס'איז שוין דא א פרישע פלאץ ווי צו קנעטן אויב די עסקנים זענען גערעכט...
ביטע.. ס'מאכט נישט קיין סענס.
פופציגער האט געשריבן: פרייטאג אוגוסט 11, 2023 3:52 am ווען א רייזע האט נישט קיינע טשעלענדזשעס ווערט דער גאנצער רייזע א טשעלענדזש!
הדסים
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 907
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 04, 2025 9:23 pm
x 1240

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך הדסים »

תינוק הבורח האט געשריבן: זונטאג מאי 04, 2025 11:05 pm מען האט שוין אויסגעשמועסט די טענה אפאר בלאט צירוק.
אויסגעשמועסט נישט פארענטפערט
אז יענער איז עקסטרעם רעכט ווער נישט דעריבער עקסטרעם לינק.
איך און מיך
פרישער באניצער
פאוסטס: 47
זיך איינגעשריבן: זונטאג מערץ 10, 2024 4:16 pm
Location: נעבן א קאמפוטער
x 222

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך איך און מיך »

תינוק הבורח האט געשריבן: זונטאג מאי 04, 2025 9:26 pm
שמועות טובות האט געשריבן: זונטאג מאי 04, 2025 9:08 pm
שאינו יודע לשאול האט געשריבן: זונטאג מאי 04, 2025 6:57 pm איך זע דא א געמיש פון פארשידענע טענות וואס קלאפן אריין איינס אינעם צווייטן, טוצעך א פייערדיגע וויכוח ווען יעדער רעדט א צווייטע שפראך, לאמיר זיין קלאר א מינוט.

ווען אונז רעדן צי אונז זאלן לאזן הערן אונזערע דיעות צו די הנהלת המוסדות איבער ארייננעמען יוצאי לב טהור, איז דא איין זאך צו אויסשמועסן: איז דאס א פראבלעם פאר אונזערע קינדער? איז דער פראבלעם גענוג גרויס אז צוליב דעם זאל מען איינשטעלן זייער עתיד? ותו לא.

אויב איז דא פראבלעמען מיט זייער גייסטישע געזונט, אויב איז דא בעסערע וועגן וויאזוי מען קען זיי ארויסברענגען און צוביסלעך אריינבלענדן, איז אלעס פיין און וואויל, און איר זענט מכובד צו נעמען די לייצעס און די הענט און אפפערן הילף.

שפילט אייך נישט ארום מיט די נשמה'לעך וואס דער אויבערשטער נעמט זיך שטארק אן פאר זיי,
דער פון אויבן זאל אפהיטן וואס פאר א חרון אף עס קען דא פאסירן ח"ו
אז דו ביסט נישט בכח אדער נישט ביכולת צו מקרב זיין די נשמות, כאטש לייג נישט אונטער דיינע פיסלעך אז די וואס זיי קענען יא זאלן זיי אויך נישט מקרב זיין צום אויבערשטען.
פאר איר טוט אזא שריט פון גיין לייגן דרוק אויף סיי וועלכע מוסד זאל זיי נישט ארייננעמען טראכט אייך קודם איבער מיט וואס פאר א תירוץ איר וועט ארויפקומען צום בית דין של מעלה

דאס איז נישט קיין קינדער שפיל![/size]
זהו שיטת בן פטורא בבבא מציעא סב.
כדתניא שנים שהיו מהלכין בדרך וביד אחד מהן קיתון של מים אם שותין שניהם מתים ואם שותה אחד מהן מגיע לישוב דרש בן פטורא מוטב שישתו שניהם וימותו ואל יראה אחד מהם במיתתו של חבירו עד שבא ר' עקיבא ולימד וחי אחיך עמך חייך קודמים לחיי חבירך
איך בין מיך און דו בלייב דו
און ווער ס'מיינט אז איך מיין נישט איהם מיין איך אז איך מיין דווקא יא איהם
ווייסע טיילס
פרישער באניצער
פאוסטס: 84
זיך איינגעשריבן: זונטאג סעפטעמבער 10, 2023 6:32 pm
x 213

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך ווייסע טיילס »

Think and Thank האט געשריבן: זונטאג מאי 04, 2025 10:15 pm
ווייסע טיילס האט געשריבן: זונטאג מאי 04, 2025 4:09 pm
העלאו בעלאו האט געשריבן: זונטאג מאי 04, 2025 3:53 pm

1: איך זאג נישט אז מען נעמט נישט קעיר נאר אז מען דארף טאקע קעיר נעמען ,און נישט עפעס א זייטיגע זאך נאר דאס איז פון די עיקר זאכן.
2: אינזער דאגה איז בעצם גארנישט אויך נישט לאזן לב טהור אנגיין אבער אויב מען דאגה"ט יא און מען וויל ראטעווען די קינדער דארף מען לייגן א שטארקע דגוש אויף נאך די הצלה זיי צו היילן און איינגלידערן דא ווייל אז נישט לא הועילו חכמים בתקנתם פון זיי ראטעווען. (און עגעין די אלע משפחות קענען האבן די בעסטע גוטע ווילן און נאך אלץ זיין א עם הארץ און מענטעל העלט אפי' זיי פארשטייען בעצם אין חינוך איז אבער דא דארף מען שטארקע מענטעל העלט עקספערטן אינוואלווד)
און ווען איך זעה אז מען לייגט אריין די קינדער אין די מוסדות איז זייער א נארמאלע זאך צו פרעגן צו מענטעל העלט חברה האבן דאס עפראווד
מענטעל שמענטעל עפעס א מין נייע גלאבעל ווארמינג געווארען דא מיט די ווארט,

איך געדענק נאך ווען א איד האט געוואלט מאכען פרנסה אין מחדש געווען קורסעס פאר סעלף קאנפידענץ סאיז געווען הימעל און ערד מיט די ווארט, יא קאנפידענץ נישט קאנפידענץ. מען ברויך גיין אין קאלעזש פאר קאנפידענץ, אלע שלום בית פראבלעמען איז געקומען פון לאו קאנפידענץ, משיח איז נישט געקומען ווייל מען האט נישט קאנפידענץ, מענטשען האבען זיך געסווינגט אויף טירען אין גרופעס ווייל מען ברויך באקומען קאנפידענץ איינער איז אפילו געגאנגען אין קרית יואל שאפינג סענטער בעטען א חבר זאל אים שטופען אין א שאפינג וועגעלע פאר קאנפידענץ (אסאך קרית יואלע פרויען אין שאפינג סענטער וואס האבען דעס צוגעזען האבען נאכדעם געדארפט גיין צי טערעפי..)

בקיצור דער מענטש האט צוזאם גענומען פאר געלט אסאך בהמות און זיי געגעבען קאנפידענץ א זאך וואס מען ליידט נאך עד היום הזה...

יעצט טוט זיך מיט הענטעל מענטעל הימעל און ערד דערמיט ווי מען דרייט זיך יעדער איז אווער יעדער איז א עקספערט יעדער רעדט, יעדע פארשטופטע נושא איז מענטעל

דא איז דא היימישע אידען וואס זענען אין א צרה אין מען ברויך זיי העלפען אונז האמיר יעצט אויפן מינוט א חיוב עריבות זיי קומען פון היימישע משפחות, זיי זענען נישט דארט און קענען נישט גיין אין פאבליק סקול , יעצט אויף מינוט אוינען מיר זיי
----

די קינדער ברעכען אונטער די מוסדות? זיי האקען אונטער הנהלה? האקען אונטער די נשיאות פון די מוסדות?

זייערע טאטעס פארפירען? זייערע מאמעס פארפירען?

דעס איז די נושא און דעס וואלט מען געמעגט אפשר דן זיין סאיבריגע איז נישט רעלעוואנט דא

ר' איד, איר האט אמאל געטון אין חינוך? איר האט אמאל געארבעט מיט קינדער? איר האט אמאל געדיעלט מיט פראבלעמאטישע שטיבער? איר האט אמאל געהאט אן אחריות אויף א קינד/בחור/ערוואקסענער ער זאל ארויסקריכן פון א פארפלאנטערטע מצב און ווערן אוועקגעשטעלט ברוחניות ובגשמיות?

איך האב ב"ה געטון די אלע אויבנדערמאנטע נושאים, און כ'קען זאגן בברירות אז ס'איז שוין היינט כמעט נישט דא קיין איין אנערקענטער רב - פון די סארט וואס טראגן אן אחריות אויף משפחות, א מוסד, קינדער, בחורים וכדומה - וואס האלט נישט פון טעראפי און האט נישט קיין קשר מיט פארשידענע טעראפיסטן פאר קינדער און ערוואקסענע. איך קען דיר געבן נעמען פון רבנים און רבי'ס אין די גרעסטע קהילות אין גרעיטער ניו יארק וואס איך קען פערזענליך עדות זאגן איבער קעיסעס וואס זיי האבן געשיקט פאר טעראפי וכדומה.
אפגערעדט אז צושטעלן טעראפי צו סעלף עסטיעם קורסעס (אדער סיי וועלכע סעלף-העלפ קורסעס) איז נאנסענס וואס קומט פון נישט קענען די א' ב'.

נאך איין וויכטיגע נקודה: פון מיין ערפארונג האב איך זיך איבערצייגט אז עס איז נישט מעגליך במציאות אז א פראבלעמאטישע שטוב זאל נישט אפעקטירן די קינדער. איך האב אפילו געזען עטליכע קעיסעס וואס איך האב קודם געהאלטן אז דער אדער יענער קינד איז נישט אפעקטירט געווארן, ביז... יענעמ'ס פראבלעמען האבן אנגעהויבן ארויסקריכן. כ"ש ווען מ'רעדט פון אזא אומבאשרייבליכע עבר ווי ל"ט, איז ברור כשמש אז כדי א קינד זאל אפילו האבן א שאנס צו קענען אמאל פירן א נארמאלע לעבן מוז ער ווערן באגלייט דורך פראפעסיאנאלן וואס ווייסן וויאזוי זיך אומצוגיין מיט אזא קינד. סתם אריינשטעלן אין א מוסד אן קיין באגלייטונג איז א סכנה סיי פאר דעם יוצא און סיי פאר ארומיגע קינדער. און יא, זאגן אז מען מוז ראטעווען ראובן אפילו אויב עס וועט גיין אויפ'ן חשבון פון שמעון קען נאר פסק'ענען א בי"ד של כ"ג וואס איז בארעכטיגט דן צו זיין דיני נפשות.

נאר וואס, איך האב אויסגעהערט דעם חוה"מ פאנעל און איך בין גראדע יא שטארק איבערצייגט אז די עסקנים פארשטייען די נחיצות. הרה"צ ר' יואל יהושע העשיל איז בכוונה נישט אריינגעגאנגען דערין, אבער פון די פאר ווערטער וואס ער האט געלאזט פאלן דא-דארט האב איך פארשטאנען סיי אז ער האט ליידער גאר גאר גוט ארויס די ענין פון מענטל אביוז און מיינד קאנטראל, און סיי אז ער פארשטייט גוט די נחיצות צו געבן פאר די קינדער די ריכטיגע באהאנדלונג זיי זאלן קענען אוועקשטעלן א נארמאלע לעבן.

-----

אבער די ווילדע אטאקעס און קללות קעגן ווער עס וואגט זיך עס אויפצוברענגען זענען זייער נישט אין פלאץ און קומען לדעתי מער פון נישט קענען דערהייבן אז איינער האלט אנדערש ווי מיר ווי פון אמת'ע רחמנות, ווי די באקאנטע מימרא פארוואס נאר א צ' איז א צדיק און אן א' איז נישט. און אודאי אז די געטרייע עסקנים רעדן נישט אזוי און טוען נישט אזעלכע אומ'אחריות'דיגע שריט. הרב בלום שליט"א זאגט דארט למשל אז איינער וואס ל"ט האט חתונה געמאכט וועט מען בשום אופן נישט אריינלייגן אין א מוסד מיט אנדערע קינדער. אזא רשעות! אזא אכזריות! לאזן קינדער אין גיהנום אלס חשש אז אפשר וועט עס שאדן די אנדערע קינדער?!?! באגרייפט ער דען נישט אזוי גוט ווי אונזערע היגע ניקס אז אויב שטעלט מען זיי נישט אריין אין נארמאלע מוסדות גייט ל"ט אנגיין כאילו לא הי1 :roll: ?!
ביטע טייערער אידן, נידערטס די היץ. איר זענט בארעכטיגט צו א מיינונג, איר מעגט אפילו האלטן אז ס'איז לא תעמוד על דם רעיך, אבער כל זמן איר זענט נישט קיין פוסק האט אייער חבר די רעכט צו האלט אנדערש און אפילו פארקערט - אז יא אריינשטעלן אין געהעריגע מוסדות איז אסור אלס לא תעמוד על דם רעיך. הרב בלום האט זייער שיין אויסגעשמועסט ביידע זייטן פון די מטבע, און ווי ער זאגט, אודאי פאר איינער טוט עפעס וואס קען שעדיגן א קינד מיט זיינע דורות (א שטייגער ווי רעדן צו די הנהלת המוסד) זאל ער זיך גוט איבערטראכטן און אפשר אויך דורכרעדן מיט א דעת תורה, אבער הרב בלום איז נישט בייגעפאלן אז מען ווערט א רוצח בלויז פאר'ן קוועסטשינען צו ס'איז ריכטיג אריינצושטעלן די קינדער אין געהעריגע מוסדות.
קודם שכך פאר דיין נארמאלע וועג פון רעדען, כמוך ירבו,

איך האב עס איינמאל געזאגט און איך וועל עס איבערזאגען,
איך האב קיינמאל נישט אוועק געמאכט טערעפי, און זיכער נישט דארט ווי מען דארף עס האבען, ח"ו
אבער יעדע גוטע זאך קען מען אביוזען און עס מיינט נישט אז כל הרוצה יבוא ויטול,
און מען קען נישט אפלייען איבעראל דע סטעיטמענט אמאל קומט עס אריין און אמאל קומט עס נישט אריין,

כוואלט געראטען זאלסט שטייט און רואיג איבערליינען וואס איך שרייב
הדסים
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 907
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 04, 2025 9:23 pm
x 1240

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך הדסים »

ווייסע טיילס האט געשריבן: זונטאג מאי 04, 2025 11:19 pm
► Show Spoiler
כוואלט געראטען זאלסט שטייט און רואיג איבערליינען וואס איך שרייב
TLDR...
אז יענער איז עקסטרעם רעכט ווער נישט דעריבער עקסטרעם לינק.
אוועיטער
שאינו יודע לשאול
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 4849
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
x 14475

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך שאינו יודע לשאול »

תינוק הבורח האט געשריבן: זונטאג מאי 04, 2025 7:32 pm
איר מאכט בריסקער חילוקים און איר שפאלט הארעלעך.
דער טענה איז אז עס וועט שאטן ביידע, סיי פאר אונזערע קינדער און סיי פאר זיי.
איך וועל פרעגן נאכאמאל, און אנדערע האבן עס שוין געפרעגט דא: האבן אונזערע מוסדות בלויז אזעלכע תלמידים/ות וואס זענען גייסטיש געזונט? ניין.

אלזא וואס איז דיין טענה?
אוועיטער
בודקע
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 297
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
x 461

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך בודקע »

איך ווער שוין הייזעריג פון זען ווי מ'טענהט זיך דא אויף באקסער וואס האט נאכנישט געוואקסן..
פופציגער האט געשריבן: פרייטאג אוגוסט 11, 2023 3:52 am ווען א רייזע האט נישט קיינע טשעלענדזשעס ווערט דער גאנצער רייזע א טשעלענדזש!
ממעמקים
פרישער באניצער
פאוסטס: 40
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אפריל 24, 2025 9:13 pm
Location: ברוקלין
x 162

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך ממעמקים »

בודקע האט געשריבן: זונטאג מאי 04, 2025 11:28 pm איך ווער שוין הייזעריג פון זען ווי מ'טענהט זיך דא אויף באקסער וואס האט נאכנישט געוואקסן..
וואס הייסט? ווי לאנג די ״באזארגטע״ עלטערן לייגן דרוק אויף מוסדות ווייל זיי מיינען לשם שמים נאר די וואוילזיין פון זייער קינדער, איז די טענה כנגד שטארק גילטיג
אוועיטער
בודקע
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 297
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
x 461

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך בודקע »

ממעמקים האט געשריבן: זונטאג מאי 04, 2025 11:45 pm
בודקע האט געשריבן: זונטאג מאי 04, 2025 11:28 pm איך ווער שוין הייזעריג פון זען ווי מ'טענהט זיך דא אויף באקסער וואס האט נאכנישט געוואקסן..
וואס הייסט? ווי לאנג די ״באזארגטע״ עלטערן לייגן דרוק אויף מוסדות ווייל זיי מיינען לשם שמים נאר די וואוילזיין פון זייער קינדער, איז די טענה כנגד שטארק גילטיג
גערעכט אבער די טענה'ריי פירט נישט אין ערגעץ.
יעדער ווייסט די אמת עניוועי, מ'דארף עס נישט איבער זאגן, סטוט גארנישט אויף
פופציגער האט געשריבן: פרייטאג אוגוסט 11, 2023 3:52 am ווען א רייזע האט נישט קיינע טשעלענדזשעס ווערט דער גאנצער רייזע א טשעלענדזש!
ממעמקים
פרישער באניצער
פאוסטס: 40
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אפריל 24, 2025 9:13 pm
Location: ברוקלין
x 162

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך ממעמקים »

אגב בין איך נייגעריג אויב מח״צ מלכא האט באקומען טעלעפאן רופן נאכן ארויסלייגן זיין פארבינדונג אינפארמאציע
אוועיטער
בודקע
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 297
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
x 461

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך בודקע »

ממעמקים האט געשריבן: זונטאג מאי 04, 2025 11:51 pm אגב בין איך נייגעריג אויב מח״צ מלכא האט באקומען טעלעפאן רופן נאכן ארויסלייגן זיין פארבינדונג אינפארמאציע
איינער האט מיך געשיקט אז ער איז געווען אויפן פאון מיט אים אין די לעצטע 24 שעה איבער 4 שעה סתם געדרייט א קאפ, ער האט געבעטן צו מפרסם זיין, און אז די עולם זאל אים נאכטוען.
יעדע מינוט וואס מ'איז אויפן פאון מיט אים, נעמט עס אוועק זיין קאפ פון זיינע בארבארישע מחשבות.. סאוי ווער ס'קען זאל עס פרובירן
פופציגער האט געשריבן: פרייטאג אוגוסט 11, 2023 3:52 am ווען א רייזע האט נישט קיינע טשעלענדזשעס ווערט דער גאנצער רייזע א טשעלענדזש!
ממעמקים
פרישער באניצער
פאוסטס: 40
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אפריל 24, 2025 9:13 pm
Location: ברוקלין
x 162

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך ממעמקים »

בודקע האט געשריבן: מאנטאג מאי 05, 2025 12:00 am
ממעמקים האט געשריבן: זונטאג מאי 04, 2025 11:51 pm אגב בין איך נייגעריג אויב מח״צ מלכא האט באקומען טעלעפאן רופן נאכן ארויסלייגן זיין פארבינדונג אינפארמאציע
איינער האט מיך געשיקט אז ער איז געווען אויפן פאון מיט אים אין די לעצטע 24 שעה איבער 4 שעה סתם געדרייט א קאפ, ער האט געבעטן צו מפרסם זיין, און אז די עולם זאל אים נאכטוען.
יעדע מינוט וואס מ'איז אויפן פאון מיט אים, נעמט עס אוועק זיין קאפ פון זיינע בארבארישע מחשבות.. סאוי ווער ס'קען זאל עס פרובירן
4 שעה?? וואס האט ער פארקויפט? אז ער איז גאר אי״ה בלום secret agent?
אוועיטער
בודקע
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 297
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
x 461

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך בודקע »

ממעמקים האט געשריבן: מאנטאג מאי 05, 2025 12:21 am

😉
כ'ווייס נישט, ער האט מיך דזשאסט געזאגט אז ער האט גערעדט מיט אים
פופציגער האט געשריבן: פרייטאג אוגוסט 11, 2023 3:52 am ווען א רייזע האט נישט קיינע טשעלענדזשעס ווערט דער גאנצער רייזע א טשעלענדזש!
אוועיטער
ראובי
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 175
זיך איינגעשריבן: זונטאג מערץ 16, 2025 3:54 am
Location: קרית יואל
x 159

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך ראובי »

ממעמקים האט געשריבן: מאנטאג מאי 05, 2025 12:21 am
בודקע האט געשריבן: מאנטאג מאי 05, 2025 12:00 am
ממעמקים האט געשריבן: זונטאג מאי 04, 2025 11:51 pm אגב בין איך נייגעריג אויב מח״צ מלכא האט באקומען טעלעפאן רופן נאכן ארויסלייגן זיין פארבינדונג אינפארמאציע
איינער האט מיך געשיקט אז ער איז געווען אויפן פאון מיט אים אין די לעצטע 24 שעה איבער 4 שעה סתם געדרייט א קאפ, ער האט געבעטן צו מפרסם זיין, און אז די עולם זאל אים נאכטוען.
יעדע מינוט וואס מ'איז אויפן פאון מיט אים, נעמט עס אוועק זיין קאפ פון זיינע בארבארישע מחשבות.. סאוי ווער ס'קען זאל עס פרובירן
4 שעה?? וואס האט ער פארקויפט? אז ער איז גאר אי״ה בלום secret agent?
Lol
❤️‍🔥❤️‍🩹א פייער ברענט און הארץ פון א איד!!
גרינע גראז
פרישער באניצער
פאוסטס: 44
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אפריל 29, 2025 12:40 am
Location: NY
x 76

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך גרינע גראז »

איך האב געהערט פון צוויי וואס האבן גערעדט מיט אים היינט אז ער רעדט גראדע גאנץ צום זאך, (איך בין געווען זיכער אז ער גייט גראד אפהאקן די טעלעפאון), און ער פארקויפט גאר אנדערע סחורה וואס מיר האבן געהערט דא חול המועד פון העסקן הרב בלום. איך זאג נישט אז מען דארף אים גלייבן.

פרעג מיר נישט וואס, וועגן איך האב זיי געפרעגט און זיי האבן מיר געזאגט אז זיי קענען מיר נישט איבער חזר'ן אויף איין פיס.
אוועיטער
בודקע
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 297
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
x 461

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך בודקע »

ממעמקים האט געשריבן: מאנטאג מאי 05, 2025 12:21 am
בודקע האט געשריבן: מאנטאג מאי 05, 2025 12:00 am
ממעמקים האט געשריבן: זונטאג מאי 04, 2025 11:51 pm אגב בין איך נייגעריג אויב מח״צ מלכא האט באקומען טעלעפאן רופן נאכן ארויסלייגן זיין פארבינדונג אינפארמאציע
איינער האט מיך געשיקט אז ער איז געווען אויפן פאון מיט אים אין די לעצטע 24 שעה איבער 4 שעה סתם געדרייט א קאפ, ער האט געבעטן צו מפרסם זיין, און אז די עולם זאל אים נאכטוען.
יעדע מינוט וואס מ'איז אויפן פאון מיט אים, נעמט עס אוועק זיין קאפ פון זיינע בארבארישע מחשבות.. סאוי ווער ס'קען זאל עס פרובירן
4 שעה?? וואס האט ער פארקויפט? אז ער איז גאר אי״ה בלום secret agent?
IMG_20250505_002407.jpg
IMG_20250505_002407.jpg (17.97 KiB) געזען געווארן 2117 מאל
פופציגער האט געשריבן: פרייטאג אוגוסט 11, 2023 3:52 am ווען א רייזע האט נישט קיינע טשעלענדזשעס ווערט דער גאנצער רייזע א טשעלענדזש!
יחוד יחוד
פרישער באניצער
פאוסטס: 47
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אפריל 29, 2025 12:44 am
Location: Brooklyn
x 113

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך יחוד יחוד »

גרינע גראז האט געשריבן: מאנטאג מאי 05, 2025 12:26 am איך האב געהערט פון צוויי וואס האבן גערעדט מיט אים היינט אז ער רעדט גראדע גאנץ צום זאך, (איך בין געווען זיכער אז ער גייט גראד אפהאקן די טעלעפאון), און ער פארקויפט גאר אנדערע סחורה וואס מיר האבן געהערט דא חול המועד פון העסקן הרב בלום. איך זאג נישט אז מען דארף אים גלייבן.

פרעג מיר נישט וואס, וועגן איך האב זיי געפרעגט און זיי האבן מיר געזאגט אז זיי קענען מיר נישט איבער חזר'ן אויף איין פיס.
מיך איז אינטערעסאנט וואסערע לאקשן האט ער צו פארקויפן, אבער אליינס וועל איך אים נישט רופן.
שרייב פאוסט