כת לב טהור אין גוואטעמאלע

נייעס אין אונזער קווארטאל
אוועיטער
סענס אף יומער
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 510
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יאנואר 02, 2025 3:03 pm
x 5715

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך סענס אף יומער »

בודקע האט געשריבן: זונטאג מאי 04, 2025 4:30 pm עניוועי, עפעס נייעס אויפן פראנט? וואס איז די מצב דארט?
מ'קוקט ארויס אויף גרויסע אנטוויקלונגען די וואך בעז"ה.

א קאפיטל תהילים וועט נישט שאטן אז זאכן זאלן טאקע זיך אויסארבעטן לויטן פלאן.
ווייסע טיילס
פרישער באניצער
פאוסטס: 87
זיך איינגעשריבן: זונטאג סעפטעמבער 10, 2023 6:32 pm
x 221

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך ווייסע טיילס »

שלשלת האט געשריבן: זונטאג מאי 04, 2025 4:22 pm
ווייסע טיילס האט געשריבן: זונטאג מאי 04, 2025 4:09 pm [
יעצט טוט זיך מיט הענטעל מענטעל הימעל און ערד דערמיט ווי מען דרייט זיך יעדער איז אווער יעדער איז א עקספערט יעדער רעדט, יעדע פארשטופטע נושא איז מענטעל


דא איז דא היימישע אידען וואס זענען אין א צרה אין מען ברויך זיי העלפען אונז האמיר יעצט אויפן מינוט א חיוב עריבות זיי קומען פון היימישע משפחות, זיי זענען נישט דארט און קענען נישט גיין אין פאבליק סקול , יעצט אויף מינוט אוינען מיר זיי
כ'האף אז דו ביסט נישט פון די עסקנים, מיין הארץ רייסט מיר אויב יא, א מין הפקירות פון א סטעיטמענט, כ'האף א דו האסט נישט משא ומתן מיט קיין וויקטעם, מענטשן ווי דיר אין די נישט ווייטער פארגאנגענהייט האבן געלאזט יודיש בלוט גיסן ווייל מענטאל/שמענטאל! די האסט אין דיין לעבן געטראכט וואס געשעהט צו א מענטש וואס זעהט צו ווי איינער ווערט געפייניגט? איינער וואס זעהט צו אן עקסידענט חלילה מיט פאטאליטעטן?
PTSD איז א קרענק וואס כמעט יעדער וואס זעהט צו עכטע טראמא ליידט דערויף, צו שמעלצן קאנפידענץ מיט קרענק איז ווי שמעלצן קאפ וויי מיט יענע מעשה רח"ל
חכמים הזהרו בדבריכם!
---
אביסל צו הייבן די מוט, האלט איר שטארק אז וואקסינען האבן טשיפס?
ניין איך בין נישט דירעקט פון די עסקנים,

און איך האף אז די האסט נישט קיין ציטריט צו קעיסעס ביסט סך הכל א אידטיש ניק, געדענק דיין פלאץ
לייגסט אריין ווערטער אין מויל, איך מאך נישט אוועק קיין איינעמס פראבלעם און קיינעמס PTSD


איך האב נישט קיין אנונג דיין בעקראונד ווער קען זיין אזא איינער וואס לייגט אריין בשאט נפש ווערטער אין יענעמס מויל ווייל דו ווילסט סקארען א פוינט, איך מאך אן אוועניס אז נישט יעדער שמויגער קען רעדען אויף סאשעל מידיא האקעלע מענטעל העלט, און דו האסט א פראבלעם דערמיט?

איך האב עפעס געזאגט וועגען א וויקטעם וואס מען טאר נישט העלפען? דו האסט עפעס פייגלעך אין קאפ?
-----
וואס האט חיוב עריבות פון כלל ישראל מיט טשיפס אין די וואקסינס? א מין הפקרות אזא סטעיטמענט
בודקע האט געשריבן: זונטאג מאי 04, 2025 3:32 pm איינער דא איז א מענטאל טערעפיסט? אויב נישט זיי שטיל, די עסקנים ארבעטן אויס אלע ענינים על צד היותר טוב, די איינציגסטע זאך וואס אונז קען מיר טוען צו העלפן איז, הערן און פאלגן וואס זיי זאגן, חוץ אויב דו האסט א אנדערע מהלך וואס קען ארבעטן, דאן רוף אריין הרב בלום, און זאג אים עס.
ס'איז זייער געשמאק צו זיצן דא און שרייבן באפעלן, מיינונגען, און קריטיק, ווילאנג דו טוסט גארנישט, דו האסט נישט קיין אנדערע מהלך, זיי שטיל.
דער זאגט דאך עפעס
שלשלת
פרישער באניצער
פאוסטס: 38
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אפריל 08, 2025 3:20 am
Location: Brooklyn
x 158

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך שלשלת »

הדסים האט געשריבן: זונטאג מאי 04, 2025 4:06 pm
א תשובה פון א פוסק אז מ'דארף זיי ארייננעמען אין די מוסדות! גלאט אזוי...
זאג, וואס נאך דארף זיין פובליק?
פארוואס נישט פובליק? וואס איז דער חשש?
אל מע"כ העומדים בראש בתי חינוך באה"ב וקנאדע, בדבר שאלתכם אם נכון הדבר להעמיד צאן קדשים מעולי בבל בתוך מוסדות רגילים לחינוך
עברתי על זה מתוך כובד ראש ויישוב הדעת, ואחר דו"ד בנושא באתי בזה לגלות דעתי ברבים שאין שום חשש משום צד, ויש אחריות מצידינו על כל הנ"ל
הכו"ח למען הצלת הדורות
אוועיטער
בודקע
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2292
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
Location: ביי די עק, דארט נעבן די סטאפ סיין
x 7435

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך בודקע »

סענס אף יומער האט געשריבן: זונטאג מאי 04, 2025 4:32 pm
בודקע האט געשריבן: זונטאג מאי 04, 2025 4:30 pm עניוועי, עפעס נייעס אויפן פראנט? וואס איז די מצב דארט?
מ'קוקט ארויס אויף גרויסע אנטוויקלונגען די וואך בעז"ה.

א קאפיטל תהילים וועט נישט שאטן אז זאכן זאלן טאקע זיך אויסארבעטן לויטן פלאן.
כ'האב מער געמיינט צו זאגן אז די סטופיד שמועס מעג שוין קומען צו א ענדע...

אבער יא, ב"ה מ'זאגט יעדן טאג אפאר קאפיטלעך עקסטער פאר אחינו בני ישראל
א געזונטן ווינטער לכל הקהל הקודש!!❄️
הכל ריוח האט געשריבן: זונטאג מאי 19, 2024 1:25 pm א גרויסע עולם ליינט!

רבותי, פידבעק איז וויכטיג
מנהיג
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 185
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 10, 2025 5:19 pm
Location: וואו נישט?
x 1037

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך מנהיג »

די קאנאדישע יוט פארטעקשן האט אויך געזאגט ביי זייער זיצונג מיט משפחות וואס זענען גרייט אריינצונעמען קינדער יוצאי ל''ט, אז זייער פלאן איז צו מאכן א קעמפ אינדרויסן פון געגנט, און צושטעלן די נויטיגע הילף און טעראפי פאר די עלטערע קינדער ביז זיי ווערן גרייט זיך צו אריינבלענדן אין סעסייעטי.

איך זעה בכלל נישט וואס די גאנצע וויכוח דא איז... ( סארי פאר די דילעי...)

כו''ע מודה אז די קינדער דארפן ארויס, די קינדער האבן טראומע, די קינדער דארפן הילף פאר די טראומע, די קינדער דארפן זיך איינגלידערן צווישן די היימישע סעסייעטי,

דאס דארף גיין בהדרגה, און אזוי ווי דו פארשטייסט אז קודם דארף ער ארויס פון ל''ט און הערשט נאכדעם קען מען אנהייבן ארבעטן אויף זיין טעראפי, דארפן די אנדערע חלקים אויך זיין אפגעטיילט און בהדרגה, און אז מען וועט כאפן הייסע לאקשן און אים אין די ערשטע מינוט אריינשטעלן אין א מוסד, ס''ה מיט א טוטער אין די זייט, וועט ארויסקומען א חורבן. פינטל.
ח''ו מ'באשולדיגט קיינעם נישט אין בכוונה נישט וועלן צושטעלן פאר די קינדער זייערע געברויכן, ס''ה די נקודה איז אז עס איז נישט קיין פשוטע החלטה פון 123, אריין אין חדר, גיי דורך די סיסטעם, און קום ארויס געזונט, גרייט אינטער די חופה צו גיין....
מ'ברויך מיר האבן איין מנהיג, דעם לעבעדיגן באשעפער!!!! (רביה''ק מ'סאטמאר אמור תשכ''ז)
תינוק הבורח
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 983
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 9:03 am
x 1125

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך תינוק הבורח »

הרב ותלמידו האט געשריבן: זונטאג מאי 04, 2025 4:23 pm לויט ווי איך פארשטיי איז שוין דא היינט אין אמעריקע קרוב צו 150 נפשות יוצאים פון לב טהור,

איז פארוואס זאל מען נישט ממשיך זיין די כנישתא חדא קהילה ערגעץ וואו אין אפסטעיט ניו יארק פונקט ווי ס'איז דא אנדערע צענדליגער היימישע קהילות אין ניו יארק?

ר' יואל העניך וועט זיין רב, משפיע, פארשטייט זיך ס'וועט זיין בפיקוח היימישע רבנים און עסקנים,
זיי וועלן האבן אייגענע מוסדות און א ישיבה, אין צוביסלעך זיך קענען צוזאמען היילן פון די טראמע וואס זיי זענען אדורך, און דאס וועט אויך מאכן גרינגער פאר די וואס זענען נאך און גואטומאלע ארויסצוקומען, אויב זיי ווייסן אז זיי האבן א פלאץ מסודר מיט מוסדות און א ישיבה מיט מענטשן וואס זיי קענען, און זענען דורך די זעלבע שוועריגקייטן וואס זיי זענען אדורך, וואס קענען זיך צוזאמען העלפן בעצה ותושיע.
דברים של טעם.
ברוך אברהם
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 106
זיך איינגעשריבן: פרייטאג אפריל 25, 2025 1:08 pm
x 431

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך ברוך אברהם »

הרב ותלמידו האט געשריבן: זונטאג מאי 04, 2025 4:23 pm לויט ווי איך פארשטיי איז שוין דא היינט אין אמעריקע קרוב צו 150 נפשות יוצאים פון לב טהור,

איז פארוואס זאל מען נישט ממשיך זיין די כנישתא חדא קהילה ערגעץ וואו אין אפסטעיט ניו יארק פונקט ווי ס'איז דא אנדערע צענדליגער היימישע קהילות אין ניו יארק?

ר' יואל העניך וועט זיין רב, משפיע, פארשטייט זיך ס'וועט זיין בפיקוח היימישע רבנים און עסקנים,
זיי וועלן האבן אייגענע מוסדות און א ישיבה, אין צוביסלעך זיך קענען צוזאמען היילן פון די טראמע וואס זיי זענען אדורך, און דאס וועט אויך מאכן גרינגער פאר די וואס זענען נאך און גואטומאלע ארויסצוקומען, אויב זיי ווייסן אז זיי האבן א פלאץ מסודר מיט מוסדות און א ישיבה מיט מענטשן וואס זיי קענען, און זענען דורך די זעלבע שוועריגקייטן וואס זיי זענען אדורך, וואס קענען זיך צוזאמען העלפן בעצה ותושיע.
1) די משפחות האבן דא קרובים און עס איז נישט מער ווי נארמאל אז זיי זאלן וואוינען לעבן זיי צו קענען האבן הילף ביזן זיך ערהוילן אינגאנצען.
קינדער מעגן אין דאפן קענען די קרובים דריי זיך אויסצולערנען די אייגענע משפחה און מסורה.
2) אין כאן המקום להאריך, אבער ווען משפחה א' האט געמוזט אויפציען די קינדער פון משפחה ב' וחוזר חלילה, געשען נאטירליכע פראבלעמען און רייבערייען, און די בעסטע עצה זיך צו ערהוילן איז דורך לאזן משפחות גיין לעבן מיט זייער קרובים, ווי אנדערש זיי לייגן צירוק ציזאמען אין א אפגעזונדערט שטעטעלע און צירוק ארויפברענגען אלטע טראומא, ודי למבין.
אוועיטער
Azoi Tzi Zugen
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2960
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 11:39 am
x 6925

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך Azoi Tzi Zugen »

שלשלת האט געשריבן: זונטאג מאי 04, 2025 4:34 pm
הדסים האט געשריבן: זונטאג מאי 04, 2025 4:06 pm
א תשובה פון א פוסק אז מ'דארף זיי ארייננעמען אין די מוסדות! גלאט אזוי...
זאג, וואס נאך דארף זיין פובליק?
פארוואס נישט פובליק? וואס איז דער חשש?
אל מע"כ העומדים בראש בתי חינוך באה"ב וקנאדע, בדבר שאלתכם אם נכון הדבר להעמיד צאן קדשים מעולי בבל בתוך מוסדות רגילים לחינוך
עברתי על זה מתוך כובד ראש ויישוב הדעת, ואחר דו"ד בנושא באתי בזה לגלות דעתי ברבים שאין שום חשש משום צד, ויש אחריות מצידינו על כל הנ"ל
הכו"ח למען הצלת הדורות
ביז דעם פאוסט האב איך געמיינט אז דו מיינסט עס ערנסט. יעצט קוקט שוין אויס אז דו מיינסט נישט די שנור נאר די שוויגער.
שלשלת
פרישער באניצער
פאוסטס: 38
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אפריל 08, 2025 3:20 am
Location: Brooklyn
x 158

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך שלשלת »

איז דא איינער וואס פארשטייט אז די קינדער און משפחות קומען פון א מצב קיין אייגענע מיינונגען? כמעט יעדער פון אונדז אלע זענען געווען אויסגעשטעלט צו מאכן אייגענע באשלוסן אויף געוויסע זאכן, איינער מער איינער ווייניגער, זיי זענען אויסגעשטעלט נישט צו מאכן קיין שום באשלוס אליינס, זיי האבן א אבנארמאלע טראסט אין מענטשן וואס האבן סיי וואספארא אויטאריטעט/השפעה אויף זיי
גולמי ראו עינך ועל ספר"ם יכתבו, ע"פ רוב יעדע זאך וואס מען זאגט זיי איז אזוי ווי מען זאגט, literal בלע"ז, נישטא קיין סארקאסטיש גערעדט און נישטא קיין מבין דבר מתוך דבר, א חדר און ישיבה איז זייער אויסגעשטעלט צו לערנען קינדווייז אָן צו פארשטיין אונזער וועג פון רעדן, ועל כן איז זייער שווער זיי זאלן באמת אריינגלידן און ווערן נשפע זייער שנעל פון סיי וועם און וואס
זאת ועוד, זיי מוזן האבן אנפאנג איינער וואס זיין זייער מנהיג און וועג-ווייזער ביז מען העלפט זיי בויען אן אייגענע מיינונג און בליק

דאס איז סעיף א' אָן אריינגיין אין מענטאל העלט וועגן טראמא און אביוז,
מען נעמט א קינדערגארטן יונגל און מען שטעלט אים אריין אין א ישיבה, יעצט שווים און לערן דיך אויס די שפראך און הלוך ילך פון בחורים

פארדעם האבעך אנגעהויבן מיטן משל פון א פרעמדע פלאץ, יא מיר אונזער לעבנסשטייגער איז זייער זייער פרעמד פאר זיי
שלשלת
פרישער באניצער
פאוסטס: 38
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אפריל 08, 2025 3:20 am
Location: Brooklyn
x 158

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך שלשלת »

Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: זונטאג מאי 04, 2025 4:57 pm
ביז דעם פאוסט האב איך געמיינט אז דו מיינסט עס ערנסט. יעצט קוקט שוין אויס אז דו מיינסט נישט די שנור נאר די שוויגער.
ווייס עך נישט וואס דו מיינסט, עך מיין נישט קיינעם, נאר איין זאך, אחריות אויף די נשמות וואס כפענ"ד גייט מען הערשט צען יאר ארום קלאפן על חטא אויף דעם חוסר אחריות
אוועיטער
Azoi Tzi Zugen
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2960
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 11:39 am
x 6925

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך Azoi Tzi Zugen »

שלשלת האט געשריבן: זונטאג מאי 04, 2025 5:11 pm
Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: זונטאג מאי 04, 2025 4:57 pm
ביז דעם פאוסט האב איך געמיינט אז דו מיינסט עס ערנסט. יעצט קוקט שוין אויס אז דו מיינסט נישט די שנור נאר די שוויגער.
ווייס עך נישט וואס דו מיינסט, עך מיין נישט קיינעם, נאר איין זאך, אחריות אויף די נשמות וואס כפענ"ד גייט מען הערשט צען יאר ארום קלאפן על חטא אויף דעם חוסר אחריות
עס איז מיר געווען אינטערסאנט אז דיין אחריות פאר די נשמות פירט נישט צו טענה'ן נאן סטאפ, אבער איך האב געטראכט אז דו מיינסט עס אפשר ערנסט. אבער איינמאל איך זעה אז די האסט א דימענד אז מען דארף דוקא ארויסקומען דערמיט אין פאבליק, נישט מסדר זיין מיט רבנים און מוסדות שטילערהייט, פארשטיי איך שוין אלעס.
שמועות טובות
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 410
זיך איינגעשריבן: זונטאג דעצעמבער 22, 2024 2:23 pm
x 1317

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך שמועות טובות »

אקעי, רבותי! גייטס אריבער צו די אלע מוסדות וואס זיי האבן יא אריינגענומען די קינדער און פרעגטס זיי אליין אויב עס האט זיי געמאכט פראבלעמען און צו זיי האבן חרטה דערויף!


(ס"ה פּאסט נישט פאר געוויסע הויכגעשעצטע מוסדות אז מען זאל שמועסן אז ביי זיי לערנען פליטים פון לב טהור מען וועט זיי אפשר אנקוקן ווי א נעבעך וכו')
שלשלת
פרישער באניצער
פאוסטס: 38
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אפריל 08, 2025 3:20 am
Location: Brooklyn
x 158

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך שלשלת »

נאכאמאל, מען האט נישט געגלייבט 20 יאר וואס רשעות און אכזריות ס'גייט פאר אין דעם ביטערן כת, יעצט גלייבט מען נישט אז ס'לאזט אן השפעה וחורבן, עך בעט איין זאך, גלייבט ביידע!
טייערע עסקנים, טוט בהשכל ובדעת, טראכט פון תוצאות, טראכט א מינוט וואס די נשמות זענען דורך, ווי זאגט איינער, אויב גלייבסטו נישט אין גיהנום אויף די וועלט רעד צו די יוצאים (ניין גיי נישט צו יעצט צו א נייער יוצא און פרעג...)

איז פארוואס זאל מען נישט פארשטיין אז איינער וואס קומט פון דארט דארף באמת עכטע הילף?

פארוואס פארשטייט מען נישט אז תוצאות זעהט מען ערשט שפעטער, נישט אויפן מינוט?
הרב ותלמידו
פרישער באניצער
פאוסטס: 43
זיך איינגעשריבן: זונטאג אפריל 27, 2025 9:58 pm
Location: ny
x 310

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך הרב ותלמידו »

סענס אף יומער האט געשריבן: פרייטאג מאי 02, 2025 2:18 pm
הרב ותלמידו האט געשריבן: פרייטאג מאי 02, 2025 2:03 pm איך האב געהערט פון א אינגערמאן וואס האט גערעדט די וואך צו משה חיים צבי מלכא און האט געהאט מיט אים א לענגערע שמועס.

חיים צבי האט אים געזאגט אז ער האט געהערט די גאנצע פאנעל וואס איז געווען דער פארגאנגענעם חול המועד, און ער טענה'ט אז 75 פראצענט פונעם פאנעל איז שקר וכזב די אנדערע 25 פראצענט איז לא מינהו ולא מקצתו..

רוב פונעם שמועס איז ח''צ מלכא געווען פארנומען צו זאגן אז אלעס פון די חול המועד show 'וויאזוי ער האט עס אנגערופן' איז שקר.


בין הדברים האט ער געזאגט אז נחמן האט בכלל נישט געוויסט וואסערע עסן מען האט געגעבן פאר זיין שוועסטער, נאר נחמן האט פשוט געבעטן מען זאל איר שיקן עסן פון די קאך, און ס'איז געווען א טעות און די קאך ווי מען האט אנגעגרייט די עסן... ער האט באשולדיגט די עסקנים אז זיי האבן איינגערעדט פאר מענדל לאווער אז נחמן האט געהארגעט זיין מאמע ווייל מענדל לאווער איז געווען דעמאלסט צו קליין און ער קען עס אפ' נישט געדענקן, ער האט באשולדיגט די עסקנים אין טראמעטייזן מענדל לאווער... און אים איינרעדן פאלטשע מעשיות וואס ער זאל פארציילן ברבים..
לאמיר פרובירן צו פונאנדערשיידן די חילוק צווישן שקר וכזב און לא מיניה ולא מקצתיה...

אינטערעסאנט נאר אז נחמן'ס שוועסטער און די לעווי ברודערס וואס האבן ניטאמאל קיין שייכות מיט די עסקנים האבן שוין פארציילט די מעשה מיט נחמן און זיין שוועסטער עטליכע יאר צוריק נאך פאר ס'האט עקזיסטירט עסקנים בכלל.

דא האסטו די סקרינשאט פון דעם יונגערמאן פון וועם דו רעדסט וואס האט זיך געטעקסט מיט חיים צבי און זיך אהערגעשטעלט אלס א תמימות'דיגער וואס וויל הערן זיין זייט אויכעט...

IMG_20250502_141538.jpg
בילד

דער אינגערמאן האט און זיין שמועס פארגעהאלטן ח''צ מלכא פארוואס מען הייסט די פרויען שלאפן אויפן גאס,

האט ח''צ געענטפערט אז גלייַך ווען מען איז געגאנגען פראטעסטירן האט מען צוגעשטעלט שיינע באקוועמע האטעלן פאר די פרויען צו שלאפן.. און ער האט געבעטן און געפאדערט די פרויען זיי זאלן גיין שלאפן און די האטעלן, אבער די פרויען ווילן נישט גיין ווילאנג זיי האבן נישט די קינדער,

ס'איז מיר זייער אינטערעסאנט אז פלוצלינג פאלגן זיי נישט די הנהלה, וואס און לב טהור איז פאלגן די הנהלה איינער פון די עשרת הדיברות

פאר ווער ס'וויל אים יא גלייבן,
זאל אים קודם גלייבן אז טעראריסטן גראבן טאנעלן אונטער אמעריקא און גאנץ אמעריקע גייט איינפאלן.

און אז גאנץ אמעריקע האט באקומען א בריוו אז מען גייט שיסן א אטאם באמבע אין יעדער גייט שטארבן.

און אז 500 מיליאן מענטשן און יוראפ האבן באקומען א בריוו אז מען גייט און מלחמה וכו' וכו' ...

ווער ס'קען הנהלת לב טהור ווייסט, אז זאגן ליגענט איז זייער גרעסטע מצוה, נאך אפ' א גרעסערע מצוה ווי שפיכת דמים און רציחה.
אוועיטער
רינעדיגע האניג
ניי צום טיש
פאוסטס: 8
זיך איינגעשריבן: פרייטאג אפריל 25, 2025 12:19 pm
Location: וויליאמסבורג
x 38

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך רינעדיגע האניג »

תינוק הבורח האט געשריבן: זונטאג מאי 04, 2025 4:50 pm
הרב ותלמידו האט געשריבן: זונטאג מאי 04, 2025 4:23 pm לויט ווי איך פארשטיי איז שוין דא היינט אין אמעריקע קרוב צו 150 נפשות יוצאים פון לב טהור,

איז פארוואס זאל מען נישט ממשיך זיין די כנישתא חדא קהילה ערגעץ וואו אין אפסטעיט ניו יארק פונקט ווי ס'איז דא אנדערע צענדליגער היימישע קהילות אין ניו יארק?

ר' יואל העניך וועט זיין רב, משפיע, פארשטייט זיך ס'וועט זיין בפיקוח היימישע רבנים און עסקנים,
זיי וועלן האבן אייגענע מוסדות און א ישיבה, אין צוביסלעך זיך קענען צוזאמען היילן פון די טראמע וואס זיי זענען אדורך, און דאס וועט אויך מאכן גרינגער פאר די וואס זענען נאך און גואטומאלע ארויסצוקומען, אויב זיי ווייסן אז זיי האבן א פלאץ מסודר מיט מוסדות און א ישיבה מיט מענטשן וואס זיי קענען, און זענען דורך די זעלבע שוועריגקייטן וואס זיי זענען אדורך, וואס קענען זיך צוזאמען העלפן בעצה ותושיע.

און אויב ח"ו וועט איינער פון די געוועזענע ל"ט וואס העלפן ארויס די ארויסגעקומענע זיך פארגליסטן אליינס צוריק צו מאכן א קולט מיט אן אנדערע נאמען (פארשטייט זיך) אדער די מיטגלידער צווישן זיך וואס וועט מען דעמאלץ טוהן?!

דברים של טעם.
קרישקע
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 190
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 1:00 pm
x 305

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך קרישקע »

שלשלת האט געשריבן: זונטאג מאי 04, 2025 4:02 pm
הדסים האט געשריבן: זונטאג מאי 04, 2025 4:00 pm
שלשלת האט געשריבן: זונטאג מאי 04, 2025 3:57 pm כ'בין כמעט ברור אז רובם פון די עסקנים קענען נישט עכ"פ טיעף די נושא פון אביוז און מיינד קאנטראל, והפאנעל חוהמ"ד יוכיח ואכמ"ל, ס'איז נארמאל ווייל איינער מיט עקספערטיז קען נישט ארבעטן שנעל און איז געווענליך מער א מיושב מיט א לאנג טערמיניגע פלאן
נאר וואס דען, טייערע עסקנים, אנשטאט גיסן פעך און שוועבל אויף ווער עס פרעגט נאר, טוט א טובה פאר די לבבות נשברות און נעמט אויף א רב ווי רב חיד"ו און א דאקטאר וואס זאל ענטפערן שאלות!
אויב איז דא א תשובה פון רב חיד"ו אז עס איז א מצוה צו אריינלייגן אין געהעריגע מוסדות, די נשמות באקומען הילף פון דעם און דעם דאקטאר וואס שטייט בראש, ברענג עס אראפ דא און דאן ענדיגט זיך דעם שמועס יעצט!
פעך און שוועבל גיסט מען ווען מ'האט טענות אז די מוסדות נעמען אן, נישט ווען מ'מערקט אויף אז ס'פעלט (מעגליך) אויס הילף.
איז דא א תשובה פון הרב חיד"ו אז מען זאל זיי אריינעמען? פארוואס גיסן פעך און שוועבל אויב עס איז דערווייל נישט געברענגט געווארן איינער מיט עקספיריענס וואס האלט אז מען דארף זיי אריינשטעלן?
איך פארשטיי נישט די אישו, יענע מוסד האט א רב? א עומד בראש? א וועד החינוך?
און אויב זיי האבן באשלאסן אז מען מעג אנעמען די קינדער וואס איז די פראבלעם?
צו שיקן דיין קינד ביי די מוסד פאר רב שעות און טאג טראסטו די רב, רבי וכו', און פלוצלינג דא טראסטו זיי נישט?
גרינע גראז
פרישער באניצער
פאוסטס: 44
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אפריל 29, 2025 12:40 am
Location: NY
x 76

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך גרינע גראז »

הרב ותלמידו האט געשריבן: זונטאג מאי 04, 2025 5:25 pm
סענס אף יומער האט געשריבן: פרייטאג מאי 02, 2025 2:18 pm
הרב ותלמידו האט געשריבן: פרייטאג מאי 02, 2025 2:03 pm איך האב געהערט פון א אינגערמאן וואס האט גערעדט די וואך צו משה חיים צבי מלכא און האט געהאט מיט אים א לענגערע שמועס.

חיים צבי האט אים געזאגט אז ער האט געהערט די גאנצע פאנעל וואס איז געווען דער פארגאנגענעם חול המועד, און ער טענה'ט אז 75 פראצענט פונעם פאנעל איז שקר וכזב די אנדערע 25 פראצענט איז לא מינהו ולא מקצתו..

רוב פונעם שמועס איז ח''צ מלכא געווען פארנומען צו זאגן אז אלעס פון די חול המועד show 'וויאזוי ער האט עס אנגערופן' איז שקר.


בין הדברים האט ער געזאגט אז נחמן האט בכלל נישט געוויסט וואסערע עסן מען האט געגעבן פאר זיין שוועסטער, נאר נחמן האט פשוט געבעטן מען זאל איר שיקן עסן פון די קאך, און ס'איז געווען א טעות און די קאך ווי מען האט אנגעגרייט די עסן... ער האט באשולדיגט די עסקנים אז זיי האבן איינגערעדט פאר מענדל לאווער אז נחמן האט געהארגעט זיין מאמע ווייל מענדל לאווער איז געווען דעמאלסט צו קליין און ער קען עס אפ' נישט געדענקן, ער האט באשולדיגט די עסקנים אין טראמעטייזן מענדל לאווער... און אים איינרעדן פאלטשע מעשיות וואס ער זאל פארציילן ברבים..
לאמיר פרובירן צו פונאנדערשיידן די חילוק צווישן שקר וכזב און לא מיניה ולא מקצתיה...

אינטערעסאנט נאר אז נחמן'ס שוועסטער און די לעווי ברודערס וואס האבן ניטאמאל קיין שייכות מיט די עסקנים האבן שוין פארציילט די מעשה מיט נחמן און זיין שוועסטער עטליכע יאר צוריק נאך פאר ס'האט עקזיסטירט עסקנים בכלל.

דא האסטו די סקרינשאט פון דעם יונגערמאן פון וועם דו רעדסט וואס האט זיך געטעקסט מיט חיים צבי און זיך אהערגעשטעלט אלס א תמימות'דיגער וואס וויל הערן זיין זייט אויכעט...

IMG_20250502_141538.jpg
בילד

דער אינגערמאן האט און זיין שמועס פארגעהאלטן ח''צ מלכא פארוואס מען הייסט די פרויען שלאפן אויפן גאס,

האט ח''צ געענטפערט אז גלייַך ווען מען איז געגאנגען פראטעסטירן האט מען צוגעשטעלט שיינע באקוועמע האטעלן פאר די פרויען צו שלאפן.. און ער האט געבעטן און געפאדערט די פרויען זיי זאלן גיין שלאפן און די האטעלן, אבער די פרויען ווילן נישט גיין ווילאנג זיי האבן נישט די קינדער,

ס'איז מיר זייער אינטערעסאנט אז פלוצלינג פאלגן זיי נישט די הנהלה, וואס און לב טהור איז פאלגן די הנהלה איינער פון די עשרת הדיברות

פאר ווער ס'וויל אים יא גלייבן,
זאל אים קודם גלייבן אז טעראריסטן גראבן טאנעלן אונטער אמעריקא און גאנץ אמעריקע גייט איינפאלן.

און אז גאנץ אמעריקע האט באקומען א בריוו אז מען גייט שיסן א אטאם באמבע אין יעדער גייט שטארבן.

און אז 500 מיליאן מענטשן און יוראפ האבן באקומען א בריוו אז מען גייט און מלחמה וכו' וכו' ...

ווער ס'קען הנהלת לב טהור ווייסט, אז זאגן ליגענט איז זייער גרעסטע מצוה, נאך אפ' א גרעסערע מצוה ווי שפיכת דמים און רציחה.
וואס נאך האט ער פארקויפט?
אוועיטער
רינעדיגע האניג
ניי צום טיש
פאוסטס: 8
זיך איינגעשריבן: פרייטאג אפריל 25, 2025 12:19 pm
Location: וויליאמסבורג
x 38

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך רינעדיגע האניג »

לכבוד הרב 'איך און מיך' דו ברענגסט זייער גוט ארויס דיין נקודה אז מען דארף טוהן חסד אבער נישט אויפן חשבון פון אנדערע. איך בין זיכער אז דו אליינס פארשטייסט אויך אז עס איז דא נאך צדדים ווי למשל אז די פאקטן איבער די יוצאים קענען זיין אביסל אנדערש ווי דו מיינסט (לפי 'ידיעתי' זענען די פאקטן טאקע אנדערש ווייל רוב פעלער פון אביוז איז נאר געווען מענטעלי אדער פיזיקלי און נישט דאס וואס דו ביסט חושש.....וד"ל) אבער אפילו מיט דיין מיינונג אז מ'זאל עפענען אן אנדערע ספעציעלע קלאס (וואס די אפציע איז שוין ברייט אויסגעשמועסט געווארן צווישן די עסקנים) איז אנשטאט ווארטן און דיסקוסירן איבער דעם בייפאל און ווען יעדער וועט צו שטימען מיט דיין איינפאל, זיי מוחל און געב שוין יעצט דיין השתתפות פון געלט! די מוסדות איז נישט די איינציגסטע הילף וואס זיי דארפן (וואס דו אליינס ביסטאך אויך מודה צו דעם) דו קענסט שוין יעצט געבן די שווערע קאסטן פאר 'טעראפי' וכו' וכו'
שמועות טובות
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 410
זיך איינגעשריבן: זונטאג דעצעמבער 22, 2024 2:23 pm
x 1317

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך שמועות טובות »

גרינע גראז האט געשריבן: זונטאג מאי 04, 2025 5:48 pm
הרב ותלמידו האט געשריבן: זונטאג מאי 04, 2025 5:25 pm
סענס אף יומער האט געשריבן: פרייטאג מאי 02, 2025 2:18 pm
לאמיר פרובירן צו פונאנדערשיידן די חילוק צווישן שקר וכזב און לא מיניה ולא מקצתיה...

אינטערעסאנט נאר אז נחמן'ס שוועסטער און די לעווי ברודערס וואס האבן ניטאמאל קיין שייכות מיט די עסקנים האבן שוין פארציילט די מעשה מיט נחמן און זיין שוועסטער עטליכע יאר צוריק נאך פאר ס'האט עקזיסטירט עסקנים בכלל.

דא האסטו די סקרינשאט פון דעם יונגערמאן פון וועם דו רעדסט וואס האט זיך געטעקסט מיט חיים צבי און זיך אהערגעשטעלט אלס א תמימות'דיגער וואס וויל הערן זיין זייט אויכעט...

IMG_20250502_141538.jpg
בילד

דער אינגערמאן האט און זיין שמועס פארגעהאלטן ח''צ מלכא פארוואס מען הייסט די פרויען שלאפן אויפן גאס,

האט ח''צ געענטפערט אז גלייַך ווען מען איז געגאנגען פראטעסטירן האט מען צוגעשטעלט שיינע באקוועמע האטעלן פאר די פרויען צו שלאפן.. און ער האט געבעטן און געפאדערט די פרויען זיי זאלן גיין שלאפן און די האטעלן, אבער די פרויען ווילן נישט גיין ווילאנג זיי האבן נישט די קינדער,

ס'איז מיר זייער אינטערעסאנט אז פלוצלינג פאלגן זיי נישט די הנהלה, וואס און לב טהור איז פאלגן די הנהלה איינער פון די עשרת הדיברות

פאר ווער ס'וויל אים יא גלייבן,
זאל אים קודם גלייבן אז טעראריסטן גראבן טאנעלן אונטער אמעריקא און גאנץ אמעריקע גייט איינפאלן.

און אז גאנץ אמעריקע האט באקומען א בריוו אז מען גייט שיסן א אטאם באמבע אין יעדער גייט שטארבן.

און אז 500 מיליאן מענטשן און יוראפ האבן באקומען א בריוו אז מען גייט און מלחמה וכו' וכו' ...

ווער ס'קען הנהלת לב טהור ווייסט, אז זאגן ליגענט איז זייער גרעסטע מצוה, נאך אפ' א גרעסערע מצוה ווי שפיכת דמים און רציחה.
וואס נאך האט ער פארקויפט?
אלעס חוץ די אמת
גרינע גראז
פרישער באניצער
פאוסטס: 44
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אפריל 29, 2025 12:40 am
Location: NY
x 76

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך גרינע גראז »

די האסט געהערט וואס ער האט געזאגט אז די זאגסט אזוי?
איך און מיך
פרישער באניצער
פאוסטס: 47
זיך איינגעשריבן: זונטאג מערץ 10, 2024 4:16 pm
Location: נעבן א קאמפוטער
x 250

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך איך און מיך »

רינעדיגע האניג האט געשריבן: זונטאג מאי 04, 2025 5:48 pm לכבוד הרב 'איך און מיך' דו ברענגסט זייער גוט ארויס דיין נקודה אז מען דארף טוהן חסד אבער נישט אויפן חשבון פון אנדערע. איך בין זיכער אז דו אליינס פארשטייסט אויך אז עס איז דא נאך צדדים ווי למשל אז די פאקטן איבער די יוצאים קענען זיין אביסל אנדערש ווי דו מיינסט (לפי 'ידיעתי' זענען די פאקטן טאקע אנדערש ווייל רוב פעלער פון אביוז איז נאר געווען מענטעלי אדער פיזיקלי און נישט דאס וואס דו ביסט חושש.....וד"ל) אבער אפילו מיט דיין מיינונג אז מ'זאל עפענען אן אנדערע ספעציעלע קלאס (וואס די אפציע איז שוין ברייט אויסגעשמועסט געווארן צווישן די עסקנים) איז אנשטאט ווארטן און דיסקוסירן איבער דעם בייפאל און ווען יעדער וועט צו שטימען מיט דיין איינפאל, זיי מוחל און געב שוין יעצט דיין השתתפות פון געלט! די מוסדות איז נישט די איינציגסטע הילף וואס זיי דארפן (וואס דו אליינס ביסטאך אויך מודה צו דעם) דו קענסט שוין יעצט געבן די שווערע קאסטן פאר 'טעראפי' וכו' וכו'
איך בין ליידער ביזדערווייל נישט קיין גביר
דאך האב איך שוין תורם געווען פארן קאמפיין עטליכע מאל
און אויב וועט זיין נאך א קאמפיין וועל איך געבן נאכאמאל אפילו מאה פעמים כאטש איך דעק קוים מיין חודש
עס פרייט מיר צו הערען אז דעי מיינונוג איז אויסגעשמוסט געווארן צווישן די עסקנים אבער פארן ציבור קומט מען ליידער ארויס און מען מאכט פשוט אוועק די חששות מיט גאר שוואכע תירוצים.
איך בין מיך און דו בלייב דו
און ווער ס'מיינט אז איך מיין נישט איהם מיין איך אז איך מיין דווקא יא איהם
שמועות טובות
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 410
זיך איינגעשריבן: זונטאג דעצעמבער 22, 2024 2:23 pm
x 1317

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך שמועות טובות »

גרינע גראז האט געשריבן: זונטאג מאי 04, 2025 6:03 pm די האסט געהערט וואס ער האט געזאגט אז די זאגסט אזוי?
כ'האב שוין געהערט פון אים גאר גאר אסאך זאכן, אבער דעם אמת האב איך פון אים נאך קיינמאל נישט געהערט.
(ס'איז פשוט חוץ לדרך הטבע)
אוועיטער
שאינו יודע לשאול
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 5651
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
x 20006

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך שאינו יודע לשאול »

איך זע דא א געמיש פון פארשידענע טענות וואס קלאפן אריין איינס אינעם צווייטן, טוצעך א פייערדיגע וויכוח ווען יעדער רעדט א צווייטע שפראך, לאמיר זיין קלאר א מינוט.

ווען אונז רעדן צי אונז זאלן לאזן הערן אונזערע דיעות צו די הנהלת המוסדות איבער ארייננעמען יוצאי לב טהור, איז דא איין זאך צו אויסשמועסן: איז דאס א פראבלעם פאר אונזערע קינדער? איז דער פראבלעם גענוג גרויס אז צוליב דעם זאל מען איינשטעלן זייער עתיד? ותו לא.

אויב איז דא פראבלעמען מיט זייער גייסטישע געזונט, אויב איז דא בעסערע וועגן וויאזוי מען קען זיי ארויסברענגען און צוביסלעך אריינבלענדן, איז אלעס פיין און וואויל, און איר זענט מכובד צו נעמען די לייצעס און די הענט און אפפערן הילף.

אבער דאס האט נישט קיין שייכות מיט דעם צי די מוסדות זאלן זיי יא אדער נישט ארייננעמען, דאס איז נישט אונזער דאגה ווען די קינדער לערנען אין אונזערע מוסדות, דאס איז בס"ה זיך זארגן פאר א צווייטער איד, און אים ארויסהעלפן בעת צר.

צי ווייל ער דארף מענטל הילף זאלן מענטשן לייגן דרוק אויף די מוסדות?! אונזערע מוסדות זענען נאר געמאכט פאר הונדערט פראצענט גייסטיש געזונטע קינדער?!

צי ווייל ס'איז אפשר דא בעסערע וועגן צו האנדלען די סיטואציע זאלן מיר העצן אויף דעם אז זיי לערנען מיט אונזערע קינדער?! וואס האט שייכות די צוויי זאכן?

האסט אן אנדערע אפראוטש? טו דערין, רעד צו די רעלעוואנטע עסקנים, שרייב אפילו אויף אידטיש. אבער דאס האט נישט קיין שייכות מיט די שמועס איבער עלטערן וואס לייגן דרוק אויף די מוסדות.
גרינע גראז
פרישער באניצער
פאוסטס: 44
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אפריל 29, 2025 12:40 am
Location: NY
x 76

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך גרינע גראז »

הרב ותלמידו האט געשריבן: זונטאג מאי 04, 2025 5:25 pm
סענס אף יומער האט געשריבן: פרייטאג מאי 02, 2025 2:18 pm
הרב ותלמידו האט געשריבן: פרייטאג מאי 02, 2025 2:03 pm איך האב געהערט פון א אינגערמאן וואס האט גערעדט די וואך צו משה חיים צבי מלכא און האט געהאט מיט אים א לענגערע שמועס.

חיים צבי האט אים געזאגט אז ער האט געהערט די גאנצע פאנעל וואס איז געווען דער פארגאנגענעם חול המועד, און ער טענה'ט אז 75 פראצענט פונעם פאנעל איז שקר וכזב די אנדערע 25 פראצענט איז לא מינהו ולא מקצתו..

רוב פונעם שמועס איז ח''צ מלכא געווען פארנומען צו זאגן אז אלעס פון די חול המועד show 'וויאזוי ער האט עס אנגערופן' איז שקר.


בין הדברים האט ער געזאגט אז נחמן האט בכלל נישט געוויסט וואסערע עסן מען האט געגעבן פאר זיין שוועסטער, נאר נחמן האט פשוט געבעטן מען זאל איר שיקן עסן פון די קאך, און ס'איז געווען א טעות און די קאך ווי מען האט אנגעגרייט די עסן... ער האט באשולדיגט די עסקנים אז זיי האבן איינגערעדט פאר מענדל לאווער אז נחמן האט געהארגעט זיין מאמע ווייל מענדל לאווער איז געווען דעמאלסט צו קליין און ער קען עס אפ' נישט געדענקן, ער האט באשולדיגט די עסקנים אין טראמעטייזן מענדל לאווער... און אים איינרעדן פאלטשע מעשיות וואס ער זאל פארציילן ברבים..
לאמיר פרובירן צו פונאנדערשיידן די חילוק צווישן שקר וכזב און לא מיניה ולא מקצתיה...

אינטערעסאנט נאר אז נחמן'ס שוועסטער און די לעווי ברודערס וואס האבן ניטאמאל קיין שייכות מיט די עסקנים האבן שוין פארציילט די מעשה מיט נחמן און זיין שוועסטער עטליכע יאר צוריק נאך פאר ס'האט עקזיסטירט עסקנים בכלל.

דא האסטו די סקרינשאט פון דעם יונגערמאן פון וועם דו רעדסט וואס האט זיך געטעקסט מיט חיים צבי און זיך אהערגעשטעלט אלס א תמימות'דיגער וואס וויל הערן זיין זייט אויכעט...

IMG_20250502_141538.jpg
בילד

דער אינגערמאן האט און זיין שמועס פארגעהאלטן ח''צ מלכא פארוואס מען הייסט די פרויען שלאפן אויפן גאס,

האט ח''צ געענטפערט אז גלייַך ווען מען איז געגאנגען פראטעסטירן האט מען צוגעשטעלט שיינע באקוועמע האטעלן פאר די פרויען צו שלאפן.. און ער האט געבעטן און געפאדערט די פרויען זיי זאלן גיין שלאפן און די האטעלן, אבער די פרויען ווילן נישט גיין ווילאנג זיי האבן נישט די קינדער,

ס'איז מיר זייער אינטערעסאנט אז פלוצלינג פאלגן זיי נישט די הנהלה, וואס און לב טהור איז פאלגן די הנהלה איינער פון די עשרת הדיברות

פאר ווער ס'וויל אים יא גלייבן,
זאל אים קודם גלייבן אז טעראריסטן גראבן טאנעלן אונטער אמעריקא און גאנץ אמעריקע גייט איינפאלן.

און אז גאנץ אמעריקע האט באקומען א בריוו אז מען גייט שיסן א אטאם באמבע אין יעדער גייט שטארבן.

און אז 500 מיליאן מענטשן און יוראפ האבן באקומען א בריוו אז מען גייט און מלחמה וכו' וכו' ...

ווער ס'קען הנהלת לב טהור ווייסט, אז זאגן ליגענט איז זייער גרעסטע מצוה, נאך אפ' א גרעסערע מצוה ווי שפיכת דמים און רציחה.
@הרב ותלמידו איר האט גערעדט צו חיים צבי? אויב יא וואס נאך האט ער פארקויפט, (זאג מיר ביטע נישט קיין קאודס אז אלעס איז ליגענט, לאז מיר הערן זיינע תורות און איך וויל מבחין זיין די שקר)
תינוק הבורח
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 983
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 9:03 am
x 1125

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך תינוק הבורח »

שאינו יודע לשאול האט געשריבן: זונטאג מאי 04, 2025 6:57 pm איך זע דא א געמיש פון פארשידענע טענות וואס קלאפן אריין איינס אינעם צווייטן, טוצעך א פייערדיגע וויכוח ווען יעדער רעדט א צווייטע שפראך, לאמיר זיין קלאר א מינוט.

ווען אונז רעדן צי אונז זאלן לאזן הערן אונזערע דיעות צו די הנהלת המוסדות איבער ארייננעמען יוצאי לב טהור, איז דא איין זאך צו אויסשמועסן: איז דאס א פראבלעם פאר אונזערע קינדער? איז דער פראבלעם גענוג גרויס אז צוליב דעם זאל מען איינשטעלן זייער עתיד? ותו לא.

אויב איז דא פראבלעמען מיט זייער גייסטישע געזונט, אויב איז דא בעסערע וועגן וויאזוי מען קען זיי ארויסברענגען און צוביסלעך אריינבלענדן, איז אלעס פיין און וואויל, און איר זענט מכובד צו נעמען די לייצעס און די הענט און אפפערן הילף.

אבער דאס האט נישט קיין שייכות מיט דעם צי די מוסדות זאלן זיי יא אדער נישט ארייננעמען, דאס איז נישט אונזער דאגה ווען די קינדער לערנען אין אונזערע מוסדות, דאס איז בס"ה זיך זארגן פאר א צווייטער איד, און אים ארויסהעלפן בעת צר.

צי ווייל ער דארף מענטל הילף זאלן מענטשן לייגן דרוק אויף די מוסדות?! אונזערע מוסדות זענען נאר געמאכט פאר הונדערט פראצענט גייסטיש געזונטע קינדער?!

צי ווייל ס'איז אפשר דא בעסערע וועגן צו האנדלען די סיטואציע זאלן מיר העצן אויף דעם אז זיי לערנען מיט אונזערע קינדער?! וואס האט שייכות די צוויי זאכן?

האסט אן אנדערע אפראוטש? טו דערין, רעד צו די רעלעוואנטע עסקנים, שרייב אפילו אויף אידטיש. אבער דאס האט נישט קיין שייכות מיט די שמועס איבער עלטערן וואס לייגן דרוק אויף די מוסדות.
איר מאכט בריסקער חילוקים און איר שפאלט הארעלעך.
דער טענה איז אז עס וועט שאטן ביידע, סיי פאר אונזערע קינדער און סיי פאר זיי.
שרייב פאוסט