Think and Thank האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אקטאבער 08, 2026 5:57 pm
בחינה 25 האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אקטאבער 08, 2026 4:43 pm
Think and Thank האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אקטאבער 08, 2026 1:41 am
די פראבלעם איז אז זייער אסאך פון די א.ג. פאקטן זענען קיין פאקטן נישט. שוין געווען טויזנטער מאל 'פאקטן' אויף וואס די גאנצע סייענטיפישע וועלט האט זיך געשוואוירן אז ס'איז א פאקט און פארשריגן ווער ס'איז מחולק דערמיט, ווען למעשה האט זיך ארויסגעשטעלט אז לא דובים ולא יער.
כ'האלט אין איין הערן דעי סטעיטמענט,
וואלט געווען שייך זאלסט אהער ברענגען אפאר משלים,
מ'עט דן זיין צו ס'טאקע אזוי אז סייענס "האלט אין איין צוריקציען", די איינציגסטע וואס כ'ווייס איז אז מ'לייגט צו צו די פאריגע דורות.
ברענג מיך נישט; קאוויד, קאלעסטראל און וואקסינאציעס, אדער אז די וועלט איז פלאך...
עטליכע שנעלע דוגמאות:
די גאנצע מאדערנע היסטאריע האט סייענס אנגענומען מיט א פשטות אז יומעניטי האט זיך אנגעהויבן אין אזיע (עפעס וואס שטימט געשמאק מיט די תורה). די לעצטע 30-40 יאר האט זיך עס מער און מער געטוישט צו האלטן אז עס האט זיך אנגעהויבן אין אפריקע, און עס איז היינט די אנגענומענע שיטה אין די וועלט פון סייענס. (טייל מאכן א פשרה אז עס האט זיך אנגעהויבן אויף עטליכע פלעצער אויפאמאל.)
אין די 1920'ער און 1930'ער יארן איז שפיץ סייענס געווען אז יעדע ראסע איז באשאפן אנדערש און טייל ראסעס זענען בטבע העכער און טייל זענען בטבע נידריגער ווי אנדערע. היינט עס איז פולשטענדיג אפגעפרעגט אין די סייענטיפישע וועלט.
אסאך פון אריסטו'ס טעאריעס וואס זענען געווען אנגענומען פאר צוויי טויזנט יאר אלס תורה מסיני, זענען היינט פרוך ומופרך אין די סייענטיפישע וועלט. (להבדיל אא"ה דער הייליגער רמב"ם נעמט אויך זאכן פון אריסטו.)
שוין נאכדעם וואס סייענס האט אדאפטירט היליאוסענטריזם, איז עס דורכגעגאנגען א צאל גלגולים ווען מאדעל נאך מאדעל זענען געווארן איבערוויזן אלס נישט ריכטיג אפילו לשיטתם. די אריגינעלע היליאוסענטריזם (אז די זון איז די סאמע צענטער פונ'ם יוניווערס) איז געווארן איבערוויזן אלס נישט ריכטיג ווען מען האט דיסקאווערט די מילקי וועי, וכן הלאה. עכט האלט די היינטיגע איינשטיין סייענס בכלל נישט פון היליאוסענטריזם ווייל עס איז נישטא קיין אבסעלוטע סענטער, אלעס איז רעלאטיוו, ממילא איז טעכניש יעדע חלק פון די סאולער סיסטעם די סענטער פון אן אנדערע פוינט אף וויו.
ווען
איגנאץ זעמעלווייס האט אויסגעפיגערט אז דורך זיך וואשן און סטעריליזירן די הענט קענען דאקטוירים מינימוזירן די צאל טויטפעלער ביי קימפעטארינס האט אים די סייענטיפישע וועלט אויסגעלאכט און גע'רודפ'ט אויף אזוי ווייט אז ער האט געכאפט א נערוון בראך און איז געווארן אריינגעפירט אין משוגעים הויז, וואו די וועכטער האבן אים צושלאגן און ער איז קורץ דערויף געשטארבן. הערשט יארן שפעטער האט סייענס אנערקענט אז ער איז גערעכט געווען אל עלאנג, עפעס וואס איז היינט א דבר פשוט.
סייענס האט קיינמאל נישט אפגעמאכט (1. אבזערווירט, 2. ריסערטש, 3. הייפאטעסי, 4. עקפערימענט, 5. אנעלייז, 6. טעאריע, זעהן אויב ס'דא פראדיקשנס, 7. טעסטעד און מסקנא.) אז יומעניטי האט זיך אנגעהויבן אין אזיע, נאר מ'האט אלץ משכל הראשון אנגענומען אזוי...
סייענס האט קיינמאל נישט אפגעמאכט (1. אבזערווירט, 2. ריסערטש, 3. הייפאטעסי, 4. עקפערימענט, 5. אנעלייז, 6. טעאריע, זעהן אויב ס'דא פראדיקשנס, 7. טעסטעד און מסקנא.) אז יעדע ראסע איז באשאפן אנדערש, נאר מ'האט אלץ משכל הראשון אנגענומען אזוי...
סייענס האט קיינמאל נישט אפגעמאכט (1. אבזערווירט, 2. ריסערטש, 3. הייפאטעסי, 4. עקפערימענט, 5. אנעלייז, 6. טעאריע, זעהן אויב ס'דא פראדיקשנס, 7. טעסטעד און מסקנא.) אסאך פון אריסטו'ס טעאריעס, נאר מ'האט אלץ משכל הראשון אנגענומען אזוי...
וועגן היליאסענטרעסיזם'ס גלגולים, בין איך נישט זיכער וואס דו מיינסט צו זאגן, מ'האט קיינמאל נישט אפגעפרעגט די פאריגע דור, נאר מ'האט צוגעלייגט. למשל אפי' מיט קיפערנוקעס האבן די אזערוואציעס נאכאלץ נישט ריכטיג פראדיקטעד, ביז קעפלער איז אויפגעקומען מיט די 1. עליפטיקל ארביט און 2. פארמולע פון דורכשניטליכע ארביטל פיריאדע 3. וועלכע חלק פון די ארביט ס'פארט שנעלער/שטייטער. א.א.וו. ניוטאן האט צוגעליגט די הסבר, איינשטיין האט צוגעלייגט וואס ס'טוט זיך ווען ס'פארט צו שנעל אדער ווען ס'דא מער גראוויטי, און אין גראוויטי האט ער צוגעלייגט א.א.וו.
כ'וויס נישט צו וואס דו באציזט זיך אז מ'האט "געטוישט מיינונגען"
סייענס האט קיינמאל נישט אפגעמאכט (1. אבזערווירט, 2. ריסערטש, 3. הייפאטעסי, 4. עקפערימענט, 5. אנעלייז, 6. טעאריע, זעהן אויב ס'דא פראדיקשנס, 7. טעסטעד און מסקנא.) אז מ'דארף זיך נישט סטעלירייזירן, מ'האט נאכנישט געוואוסט. ווען איינער קומט זאגן עפעס וואס איך ווייס נישט איז נארמאל מ'זאל אים אויפנעמען מיט סקעפטעסיזם.
ודו''ק