Who knows האט געשריבן: ↑מאנטאג אקטאבער 12, 2026 5:52 pm
Who knows האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אקטאבער 08, 2026 4:21 pm
3) די עיקר טענה קעגן בראהע׳ס מאדעל
אין דעם צווייטן שיעור ענטפערט ער אויף די טענה אז די פלאנעטן דרייען זיך ארום די זוהן, אז דאס שטימט אויך לויט בראהע׳ס מאדעל. און אויף די טענה פון פאראלעקס, אז די נענטערע שטערנס רוקן זיך יעדעס יאר א קליין ביסל אהין און צוריק, ענטפערט ער אז לויט רעלאטיוויטעט קען מען נישט וויסן ווער עס רוקט זיך.
אבער פאראלעקס ווארפט אפ בראהע׳ס מאדעל. בראהע האט געהאלטן אז די וועלט שטייט, די זוהן דרייט זיך ארום איר און שלעפט מיט זיך אלע פלאנעטן, און די שטערנס זענען פעסט. לויט דעם דארף מען בכלל נישט זעהן קיין פאראלעקס. אדרבה, דאס איז געווען בראהע׳ס עיקר טענה קעגן קאפערניקוס: אויב די וועלט רוקט זיך, פארוואס זעהט מען נישט די שטערנס זיך רוקן? (מיט די בלויזע אויגן זעהט מען עס טאקע נישט, ווייל עס איז זייער ווייניג, ביז Bessel האט עס געמאסטן אין 1838).
ווער עס וויל היינט האלטן בראהע׳ס מאדעל, מוז צולייגן א נייע הנחה. אז יעדער שטערן, טריליאנען מייל אוועק, מוז יעדע 365 טעג מאכן א סוירקל פון ארום 186 מיליאן מייל, פונקט די גרויסקייט פון די זוהן׳ס וועג ארום די וועלט, און אינאיינעם מיט די זוהן. דאס הייסט, די זוהן שלעפט נישט נאר מיט זיך די פלאנעטן, נאר די גאנצע יוניווערס איז צוגעבינדן צו איר און האלט אייביג די זעלבע ווייטקייט פון איר. די זעלבע איז מיט Aberration (Bradley, 1729): א יערליכע רוק פון כמעט 20 סעקונדעס וואס מ'זעהט ביי אלע שטערנס גלייך.
עס איז אמת אז מאטעמאטיש קען מען אזא מאדעל אויסשטעלן, און דאס איז זיין טענה פון רעלאטיוויטעט. אבער דאס איז בלויז א וועג צו באשרייבן, און עס האט נישט קיין שום הסבר והגיון. די צענטער פון די גאנצע יוניווערס׳ס באוועגונג איז דאך די זוהן. דאס איז העליאסענטריזם בתפארתו, נאר מיט די נאמען גיאוסענטריזם.
עס איז פשוט אז בראהע, וואס האט אליינס געהאלטן אז די חסרון פון פאראלעקס ווארפט אפ קאפערניקוס, וואלט אויפגעגעבן זיין מאדעל נאכדעם וואס מ'האט עס אנטדעקט. וכן ראוי לכל בר דעת.
איך האב נאכנישט געהערט א זאכליכע תירוץ אויף די טענה, ווער עס קען ענטפערן א תירוץ אדער קען אנפרעגן ר' לוי יצחק זאל זיך ביטע אנרופן.
דא איז אן אילוסטראציע
parallax_en.gif
אינעם לעצטן שיעור פון חשון תשפ"ז אויפ'ן נפלאות הבורא, האט ר' לוי יצחק זיך באצויגן בקצרה צו געוויסע טענות וואס מען האט, און עס זעהט אויס ווי ער וויל זיך באציען צו די טענה וואס איך האב דא ארויפגעברענגט. אבער ס'זעהט מיר אויס ווי ער מישט אויס. איז איך וועל קודם מעתיק זיין ווארט ביי ווארט וואס ער האט געזאגט.
די וועלט שטייט פעסט און רירט זיך נישט, אזוי ווי דער פשוט'ער פסוק וואס זאגט אז "הארץ לעולם עומדת". דאס מיינט, נישט דורכ'ן טאג, ס'איז נישט סובב על צירו, אין לה תנועה, זאגן די אלע ראשונים, און נישט דורכ'ן יאר, ס'פארט נישט ארום די זון. וואס ס'דרייט זיך איז די זון און די שטערנס, ווי מאנכע האבן געשריבן: ווער זאגט די שטערנס דרייען זיך? "המוציא במספר". מוציא מיינט ס'רוקט זיך, נישט נאר די זון, אויך די שטערנס.
די זעלבע ראשונים וואס זאגן אז די זון מאכט א סיבוב יומי, אז ס'נעמט ארום די וועלט, זאגן אויך אז בנוסף אויף זייער סיבוב יומי, זייער טעגליכע געדרייעניש, איז דא א יערליכע געדרייעניש פון מערב צו מזרח. זאל מיר קיינער נישט זאגן אז מ'פארענטפערט א וועג פון מערב צו מזרח, א זאך וואס שטייט נישט. ס'שטייט יא אין אלע ראשונים אז די אלע זאכן מאכן אויך א סיבוב איינמאל א יאר, עס וועט אויסקומען איינמאל א יאר ווייל עס מאכט אויך א סיבוב מערב צו מזרח. וואס חז"ל זאגן אבער איז אז די זון דינט אלס דער מלך פון די פלאנעטן, פון די כוכבי לכת. די כוכבי לכת, זאגט דער רמב"ם קלאר, מאכן אייגענע סיבובים, דאס מיינט ארום די זון. צוזאמען נעמען זיי נאכדעם ארום די וועלט, ווי דער צמח דוד אין דעם ספר נחמד ונעים איז מסביר לויט טיכא בראהי.
די סייענס וואס מיר האבן געשמועסט איז מיסטער מאק, ערנסט מאק, נאכגעזאגט וואס זאגט אז די גאנצע יוניווערס דרייט זיך. ס'דרייט זיך איינמאל א טאג מזרח צו מערב. די שטערנס, די כוכבי שבת, און די זון, וואס זענען ביידע אייגענע כוחות פאר זיך – די זון, נישט די פלאנעטן, פלאנעטן דרייען זיך ארום די זון, אבער סיי די שטערנס, די כוכבי שבת, ווי אויך די זון, האבן זייערע אייגענע כוחות פון אינערשיע וואס טוען אייניג זיי גורם זיין צוריקצופאלן, דאס מיינט פון מערב צו מזרח. א מהלך וואס ארבעט די זעלבע ביי יעדן וואס קעמפט צוריק דורך אינערשיע. און ממילא זעט מען סיי ביי די זון מיט אירע כוכבי לכת ארום און ארום איר, ווי אויך די גלגל וואס פירט די כוכבי שבת, זעט מען ביי ביידע פון זיי די זעלבע צוריקוואקן פון מערב צו מזרח דורכ'ן יאר. דער חילוק איז נאר צווישן די זון און די כוכבי שבת, אז די כוכבי שבת בשעת זיי פאלן צוריק פון מערב צו מזרח, האלטן זיי זיך ביים זעלבן אריענטאציע, זיי רוקן זיך נישט פון ווי זיי זענען כלפי די וועלט. און דאס מאכט אז די זון, אפילו זי פאלט אויך צוריק לכאורה אויפ'ן זעלבן ספיד, רוקט זיך עס אבער אוועק פון די מזלות צוביסלעך יעדן טאג, און אזוי טוישן זיך די מזלות צוביסלעך. וויבאלד אבער די כוכבי שבת, צוזאמען מיט די מזלות, האבן גערוקט זייער פאזיציע אין הימל, ממילא זעט מען סטעלער פאראלעקס און סטעלער אברעישאן דורכ'ן יאר, א זאך וואס איינשטיין האט קיין פראבלעם נישט געהאט דערמיט. איך האב אויך נישט. די ווערטער פונעם הייליגן רמב"ם יסודי התורה ג' איז זייער מדוקדק מיט דעם. ווי ער זאגט, ווערט אלעס געצויגן איינמאל א טאג פון עפעס א כח וואס הייסט גלגל התשיעי. דאס מיינט לכאורה ספעיס אדער יוניווערס. ס'האט נישט קיין שטערענעס, ס'איז אבער די איינציגסטע זאך וואס דרייט זיך איינמאל א טאג פון מזרח צום מערב. אבער תנועתו, היפך תנועת שאר הגלגלים, זאגט דער פירוש דארטן. אלע אנדערע גלגלים אונטער די גלגל התשיעי, און בכללם די גלגל השמיני מיט אלע שטערנעס, אלע כוכבי שבת פון דעם, נישט די אינדיווידואלע שטערנעס וואס דער רמב"ם זאגט אין ז' אז זיי האבן אן אייגענע סיבה וואס דויערט יארן, נאר די גלגל וואס האט אין זיך אלע כוכבי שבת, דער גלגל השמיני צוזאמען מיט כל הגלגלים סובבים מן המערב למזרח. אזוי אויך משמעות אין רמב"ם אליין אין הלכה ב', ווי ער זאגט אז דער איינציגסטער גלגל וואס דרייט זיך מן המזרח למערב איז דער גלגל התשיעי, וואס משמעות איז אז אלע אנדערע דרייען זיך מן המערב למזרח, ווי אויך דער חתם סופר אין בבא בתרא כ"ה ע"א.
אבער די פראבלעם איז אזוי:
די רמב"ם זאגט נישט אז דער גלגל השמיני האט א "
יערליכע " סיבוב פון מערב צו מזרח. ס'איז אמת אז ער האט א סיבוב פון מערב צו מזרח, אבער דאס איז א מורא'דיג שטייטע סיבוב, וואס נעמט בערך 25,000 יאר צו ענדיגן א סיבוב. אזוי איז מבואר אין די מפרשים, און ס'איז קלאר אז דאס איז די כוונה.
און ס'קען בכלל נישט זיין אז דער גלגל השמיני זאל האבן א יערליכע סיבוב. אויב דער גלגל השמיני וואלט געהאט א יערליכע סיבוב פון מערב צו מזרח פונקט ווי די זוהן, וואלט די זוהן נישט געטוישט קיין מזלות פון איין חודש צום אנדערן, ווייל אלע שטערנס רוקן זיך יערליך פונקט ווי די זוהן. די גאנצע סיבה פארוואס די זוהן גייט דורך אלע מזלות אין א יאר איז נישט ווייל די מזלות מאכן א סיבוב, נאר ווייל די זוהן מאכט דעם סיבוב, און די מזלות שטייען מער ווייניגער אויף זייער פלאץ. ממילא קען נישט זיין אז דער גלגל השמיני זאל האבן א יערליכע סיבוב.
און נישט נאר דער גלגל השמיני, נאר רוב גלגלים לויטן רמב"ם האבן נישט קיין יערליכע סיבוב. ס'איז אמת אז אלע גלגלים חוץ דעם ניינטן האבן א סיבוב פון מערב צו מזרח, אבער יעדער מיט זיין אייגענעם ספיד. נאר חמה, נוגה און כוכב נעמען בערך א יאר. די לבנה נעמט א חודש, מאדים, צדק און שבתי נעמען לענגער ווי א יאר, און דער גלגל השמיני נעמט פיל לענגער.
דער איינציגער אויסוועג איז צו זאגן אז דער גלגל השמיני דרייט זיך טאקע נישט, ער האלט זיין "אריענטאציע", אבער דער גאנצער גלגל רוקט זיך אוועק פון פלאץ יעדעס יאר אהין און צוריק, א סוירקל פון 186 מיליאן מייל, גענוי לויט דער זוהן'ס היקף. אבער:
1. אזא זאך שטייט נישט אין ערגעץ.
2. אזא זאך האט נישט קיין שום הגיון: פארוואס זאל דער גאנצער גלגל פון אלע שטערנס זיך רוקן גענוי ווי די זוהן, אינאיינעם מיט איר?

- honig_model.gif (4.35 MiB) געזען געווארן 16 מאל