ר' לוי יצחק האניג קעגן היליאסענטערסיזם...

אינטערעסאנטע ידיעות איבער אלץ און אלעם
אוועיטער
בחינה 25
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 167
זיך איינגעשריבן: זונטאג אפריל 20, 2025 11:35 pm
Location: Somewhere worldwide
x 372

Re: ר' לוי יצחק האניג קעגן היליאסענטערסיזם...

פאוסט דורך בחינה 25 »

Think and Thank האט געשריבן: ↑דינסטאג אקטאבער 13, 2026 7:11 pm
יא, און שוין דיין ערשטע הנחה איז א טעות. ווי געשריבן איז מעשים בכל יום אז זאכן וואס זענען אנגענומען אין די סייענטיפישע וועלט אלס פאקט שטעלט זיך ארויס אז די פאקט איז אנדערש.

כ'האב נישט די צייט אדער נערוון צו שרייבן באריכות, וועל איך ציטירן וואס איך האב געשריבן פאר איינעם פריוואט א צייט צוריק (מיט קליינע עדיטס), און להוי ידוע אז כאטש אינ'ם ציטאט רעד איך נישט וועגן די אלגעמיינע וועלט איז עס אבער שטארק אנגענומען געווארן אין די סעקולארע וועלט פון פראפעסיאנאלע היסטאריע און ארכעאלאגיע.
כ'טריי צו פארשטיין וויאזוי דו שטעלסט צאם דיין האבי מיט אסטראנאמיע.

היסטאריע און ארכעאלאגיע זענען ביידע נישט קיין סייענס'ס - כאטש פרובירט ארכעאלאגיע צו ווערן גערעכנט פאר א סאשיעל סייענס, אבער זיכער נישט א ריכטיגע - מיט נומערן.

דא ביי פיזיקס, די געזעצן זענען געהעריג אראפגעשריבן און דורכגעטוהן, און די אלע חשבונות קענסטו אליינס אויסרעכענען.
מ'מאכט נישט אפ אזוי שנעל מסקנות.

משא''כ ביי היסטאריע און ארכעאלאגיע, וואס דו מוזט צוקומען צו די ידיעות און טיפע פארשטאנד פונעם פראפעסאר...
מ'שפרינגט צו מסקנות באזירט אויף א יחיד'ס מיינונג, אודאי קומט מען אן צו פאלשע מסקנות.

וואס איז די צושטעל??
כ'בין נאך יונג, כ'קען נאך טוישן מיין מיינונג.
אנדערער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3995
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אקטאבער 31, 2023 9:41 pm
x 4895

Re: ר' לוי יצחק האניג קעגן היליאסענטערסיזם...

פאוסט דורך אנדערער »

בחינה 25 האט געשריבן: ↑דינסטאג אקטאבער 13, 2026 9:21 pm

ווען די סייענטיפישע וועלט נעמט עפעס אן ווערט ביי זיי ווי תורת משה

זיי נעמען נישט אן אז עס איז געווען א מבול. זיי נעמען נישט אן אז דער באשעפער האט באשאפן די וועלט

ווען מען זעט אז איינער פאנגט אן מיט פאלשע הנחות איז נישט אינטרעסאנט צו הערן וואס ער האלט אפילו ער זאגט נאך פון הייליגע סייענס
אסמכתא בעלמא האט געשריבן: ↑מיטוואך אוגוסט 09, 2023 9:57 am ס'ממש אומגלויבליך וואס מען ליינט דא.

והחי יתן אל לבו!!! עס דרייען זיך הונדערטער אזעלכע אידן וואס בויען וועלטן שטילערהייט! בין איך איינער פון זיי?!
לע"נ חיים דוב ע"ה בן חנני' יו"ט נ"י
אוועיטער
Think and Thank
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2166
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 1:34 am
x 7575

Re: ר' לוי יצחק האניג קעגן היליאסענטערסיזם...

פאוסט דורך Think and Thank »

בחינה 25 האט געשריבן: ↑דינסטאג אקטאבער 13, 2026 9:21 pm
Think and Thank האט געשריבן: ↑דינסטאג אקטאבער 13, 2026 7:11 pm
יא, און שוין דיין ערשטע הנחה איז א טעות. ווי געשריבן איז מעשים בכל יום אז זאכן וואס זענען אנגענומען אין די סייענטיפישע וועלט אלס פאקט שטעלט זיך ארויס אז די פאקט איז אנדערש.

כ'האב נישט די צייט אדער נערוון צו שרייבן באריכות, וועל איך ציטירן וואס איך האב געשריבן פאר איינעם פריוואט א צייט צוריק (מיט קליינע עדיטס), און להוי ידוע אז כאטש אינ'ם ציטאט רעד איך נישט וועגן די אלגעמיינע וועלט איז עס אבער שטארק אנגענומען געווארן אין די סעקולארע וועלט פון פראפעסיאנאלע היסטאריע און ארכעאלאגיע.
כ'טריי צו פארשטיין וויאזוי דו שטעלסט צאם דיין האבי מיט אסטראנאמיע.

היסטאריע און ארכעאלאגיע זענען ביידע נישט קיין סייענס'ס - כאטש פרובירט ארכעאלאגיע צו ווערן גערעכנט פאר א סאשיעל סייענס, אבער זיכער נישט א ריכטיגע - מיט נומערן.

דא ביי פיזיקס, די געזעצן זענען געהעריג אראפגעשריבן און דורכגעטוהן, און די אלע חשבונות קענסטו אליינס אויסרעכענען.
מ'מאכט נישט אפ אזוי שנעל מסקנות.

משא''כ ביי היסטאריע און ארכעאלאגיע, וואס דו מוזט צוקומען צו די ידיעות און טיפע פארשטאנד פונעם פראפעסאר...
מ'שפרינגט צו מסקנות באזירט אויף א יחיד'ס מיינונג, אודאי קומט מען אן צו פאלשע מסקנות.

וואס איז די צושטעל??

וואס איז די איידיע פון צושניידן איינעמ'ס פאוסט ביים ציטירן כדי מען זאל נישט זען אז יענער האט דירעקט אדרעסירט די קשיא וואס דו גייסט פרעגן?
תינוק הבורח
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1034
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 9:03 am
x 1214

Re: ר' לוי יצחק האניג קעגן היליאסענטערסיזם...

פאוסט דורך תינוק הבורח »

Think and Thank האט געשריבן: ↑דינסטאג אקטאבער 13, 2026 7:11 pm
תינוק הבורח האט געשריבן: ↑דינסטאג אקטאבער 13, 2026 10:04 am
Think and Thank האט געשריבן: ↑דינסטאג אקטאבער 13, 2026 3:13 am

יא, און שוין דיין ערשטע הנחה איז א טעות. ווי געשריבן איז מעשים בכל יום אז זאכן וואס זענען אנגענומען אין די סייענטיפישע וועלט אלס פאקט שטעלט זיך ארויס אז די פאקט איז אנדערש.
און יא, ס'האט שוין פאסירט מיט זאכן וואס האבן געהאט מער ווי איין און צוויי 'הוכחות'. ווי דער חזון איש שרייבט אין די בריוו הנ"ל.
בנוגע דיין הויפט נקודה, אז ס'קען זיין אז דער אויבערשטער האט באשאפן א פארטיגע, אלטע וועלט, האב איך שוין געשריבן אז מען טרעפט שוין די געדאנק אין חז"ל און ס'קען בהחלט זיין אמת. סיי די גמרא בצביונם נבראו, סיי די מדרש אז אדם הראשון איז באשאפן געווארן אלס צוואנציג יעריגער, ועוד. נאר כאמור האב איך בכלל נישט די דראנג אזוי צו זאגן פשוט ווייל איך ווער נישט אזוי פארלוירן פאר סייענס.

(כ'וועל דיר געבן א שטיקל ביאור פון וואו איך קום. מיין עיקר האבי/באשעפטיגונג איז היסטאריע, און איך ריסערטש אסאך איבער ארכעאלאגישע געפינסן וכדומה. עס קומט אסאך מאל צום לאכן און צום וויינען פון זאכן וואס די פראפעסיאנעלע, סעקולארע סייענטיפישע וועלט נעמט אן מיט גרויס איבערראשונג און התפעלות ווען מען רעדט פון זאכן וואס קינדער ווייסן - און צומאל וואס קינדער קענען דיספראוון!
יעצט ווען מען רעדט פון פיזיקס איז עס געווענליך נישט אזעלכע אפענע שטותים, אבער עס קען אויך זיין פלענטי. וכ"ש ווען מען רעדט פון טעאריעס וויאזוי זאכן האבן זיך פארמירט אדער ווי אלט זאכן זענען, וואס אסאך מישן השערות מיט פאקטן.)
לדוגמא?

כ'האב נישט די צייט אדער נערוון צו שרייבן באריכות, וועל איך ציטירן וואס איך האב געשריבן פאר איינעם פריוואט א צייט צוריק (מיט קליינע עדיטס), און להוי ידוע אז כאטש אינ'ם ציטאט רעד איך נישט וועגן די אלגעמיינע וועלט איז עס אבער שטארק אנגענומען געווארן אין די סעקולארע וועלט פון פראפעסיאנאלע היסטאריע און ארכעאלאגיע.
וואס האט מיר געטריגערט צו שרייבן, איז געווען א 'די גלאק' ע"ה וואס איז מיר אונטערגעקומען אין די האנט. דארט איז דא א לאנגע באשרייבונג איבער אן אור אלטע גאס וואס מען האט אנטדעקט, וואס האט אנגעבליך געדינט אלס 'דרך עולי רגל', ווי אויך איז מען דורך יענע גאס אראפגעגאנגען צום שילוח שעפן מים שלנו (גיי פרעג זיי אפ...) און דערנאך א לענגערע אפהאנדלונג איבער'ן שילוח. כ'ווייס נישט ווער ס'האט צאמגעשטעלט און איבערגעגאנגען די פאקטישע ארטיקלען, אבער סוף פון די ארטיקלען איז דא א ש'כח פאר דער איד, ר' יוסף נחמיה הכהן קוואדראט, און א מאסיווע ש'כח פאר ר' יחיאל גאלדהאבער.

צווישן די ארטיקל איבער'ן דרך עולי רגל און די ארטיקל איבער'ן שילוח, איז דא א זייטיגע קעסטל - א גאנצע בלאט גרויס - איבער אן היסטארישן ארכעאלאגישן געפינס: די גלעקל פונ'ם כהן גדול ביים בית שני! מען האט געטראפן אינ'ם דרעין אונטער די היסטארישע גאס א גלעקל געמאכט פון ריין גאלד, אין די פארעם פון א מילגרוים (זעה אטעטשמענט סוף פאוסט). די גלעקל האט אפילו אזא רינגעלע עס אויפצוהענגען אויף א קלייד, און מען ווייסט דאך נישט פון קיינעם אין ירושלים וואס איז געגאנגען מיט גלעקלעך אויף די קליידער (וכ"ש מיט גלעקלעך אין די פארעם פון א מילגרוים), "מוז דאך זיין" אז דאס איז פונ'ם כהן גדול אליין! און דער חכם עתיק לייגט נאך צו אז מען האט געטראפן פארשידענע שטיקלעך בלויע וואלענע קליידער, אבער דאן האט מען זיך גע'טענה'ט פון וואו די קליידער קומען. יעצט אבער ביים גלעקל איז קלאר בלי ספק אז ס'איז פונ'ם כהן גדול!

יעצט, איך גיי אפילו נישט אריינגיין אין די נארישע 'הכרח' אז מען ווייסט נישט פון נאך איינעם וואס איז געגאנגען מיט גלעקלעך (אפשר איז דער קעניג אדער זיין משפחה אויך געגאנגען מיט גלעקלעך (וואס באמת שטייט אזוי קלאר אין די משנה אין מסכת שבת)? אפשר איז עס געווען א פרויענישע מאדע, אויפ'ן שטייגער פון "יען כי גבהו בנות ציון" ביים בית ראשון? אפשר איז עס אראפגעפאלן פון די קרוין פון א ספר תורה ביים הכנסת ספר תורה? אפשר גאר איז עס געהאנגען אויף א חופה וואס א גאר רייכער כהן גדול האט געמאכט צום באגלייטן מוצאי יו"כ? אדער פון א גביר'ישע חתונה? די מעגליכקייטן זענען ענדלאז), ווייל דאס זענען אלעס אפשר'ס בעת וואס איך האב א ראי' ברורה שאין עליה תשובה אז דאס קומט דוקא נישט פונ'ם מעיל!

די ראי' איז טאקע פון זייער ראי' אז יא; דאס אז די גלעקל קוקט אויס ווי א מילגרוים (וואס אין דעם אליין קען מען זיך דינגען). די הייליגע תורה שרייבט (שמות כח לג) "וְעָשִׂיתָ עַל שׁוּלָיו רִמֹּנֵי תְּכֵלֶת וְאַרְגָּמָן וְתוֹלַעַת שָׁנִי עַל שׁוּלָיו סָבִיב וּפַעֲמֹנֵי זָהָב בְּתוֹכָם סָבִיב:" אויפ'ן עק פונ'ם מעיל האט מען געמאכט 'רימוני תכלת וארגמן ותולעת שני' און גלעקלעך פון גאלד. דאס טייטש אז נישט נאר זענען די גלעקלעך און מילגרוימען געווען צוויי באזונדערע זאכן (די נענטסטע צו זיי איז די שיטה פונ'ם רמב"ן, אז מען האט אריינגעלייגט די גלעקלעך אינ'ם מילגרוים), נאר די מילגרוימען זענען גאר געווען געמאכט פון דריי קאלירן וואל, נישט פון גאלד!

נאכמער: דער כהן גדול איז געגאנגען די בגדי כהונה נאר בשעת עבודה, און באלד ביים ענדיגן האט מען עס אויסגעטון נאך אין בית המקדש (כמבואר בקידושין נא: בסוגיא דלא ניתנה תורה למלאכי השרת וביומא ובעוד כמה מקומות). עד כדי כך אז ס'איז א גאנצע שמועס אין די מפרשים וויאזוי שמעון הצדיק האט געמעגט גיין מיט די בגדי כהונה ביים מקבל פנים זיין אלכסנדר מוקדון. אלזא, דער כהן גדול איז אויך נישט געגאנגען אין די גאסן פון ירושלים מיט גאלדענע גלעקלעך אויף די קליידער!

(נאכקוקנדיג האב איך געזעהן א ווידעא פון דעם ארכעאלאג וואס האט געטראפן די גלעקל, און יענער איז מסביר אז וואכן לאנג האט ער זיך געבראכן קאפ צו אויספיגערן ווער עס האט געקענט גיין מיט גלעקלעך אין ירושלים, און נאך וואכן ריסערטש, נאכקוקן און היסטארישע ביבליקל סקריפטס און דורנישטערן יוסיפיס פלאוויוס'ס ביכער, איז ער געקומען צו די מסקנה אז דער כהן גדול איז געגאנגען מיט גלעקלעך.... און דעם וויסטער עם הארץ וואס דארף וואכן מברר צו זיין וואס חדר אינגלעך ווייסן, זאגט דער גלאק נאך אויף מאמע לשון מיט קעלבערנע התפעלות.)

תרתי לריעותא.
ארכיאולוגיה איז ווייעכע סייענס, און דו האסט מיר געברענגט אן אינדיווידועלע שוטה (מיט די הנחה אז די מעשה איז פונקט ווי דו זאגסט).
איר האט געשריבן
מעשים בכל יום אז זאכן וואס זענען אנגענומען אין די סייענטיפישע וועלט אלס פאקט שטעלט זיך ארויס אז די פאקט איז אנדערש
ברענג מיר א דוגמא.
אוועיטער
Think and Thank
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2166
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 1:34 am
x 7575

Re: ר' לוי יצחק האניג קעגן היליאסענטערסיזם...

פאוסט דורך Think and Thank »

תינוק הבורח האט געשריבן: ↑דינסטאג אקטאבער 13, 2026 11:23 pm

viewtopic.php?p=280216#p280216

און בנוגע דיין אינדיווידועלע שוטה, כאפ א באזוך אין עיר דוד און נאכדעם עמיר רעדן צו ס'איז אן אינדיווידועל.
אוועיטער
בחינה 25
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 167
זיך איינגעשריבן: זונטאג אפריל 20, 2025 11:35 pm
Location: Somewhere worldwide
x 372

Re: ר' לוי יצחק האניג קעגן היליאסענטערסיזם...

פאוסט דורך בחינה 25 »

Think and Thank האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אקטאבער 08, 2026 5:57 pm
בחינה 25 האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אקטאבער 08, 2026 4:43 pm
Think and Thank האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אקטאבער 08, 2026 1:41 am
די פראבלעם איז אז זייער אסאך פון די א.ג. פאקטן זענען קיין פאקטן נישט. שוין געווען טויזנטער מאל 'פאקטן' אויף וואס די גאנצע סייענטיפישע וועלט האט זיך געשוואוירן אז ס'איז א פאקט און פארשריגן ווער ס'איז מחולק דערמיט, ווען למעשה האט זיך ארויסגעשטעלט אז לא דובים ולא יער.
כ'האלט אין איין הערן דעי סטעיטמענט,
וואלט געווען שייך זאלסט אהער ברענגען אפאר משלים,

מ'עט דן זיין צו ס'טאקע אזוי אז סייענס "האלט אין איין צוריקציען", די איינציגסטע וואס כ'ווייס איז אז מ'לייגט צו צו די פאריגע דורות.

ברענג מיך נישט; קאוויד, קאלעסטראל און וואקסינאציעס, אדער אז די וועלט איז פלאך...

עטליכע שנעלע דוגמאות:
די גאנצע מאדערנע היסטאריע האט סייענס אנגענומען מיט א פשטות אז יומעניטי האט זיך אנגעהויבן אין אזיע (עפעס וואס שטימט געשמאק מיט די תורה). די לעצטע 30-40 יאר האט זיך עס מער און מער געטוישט צו האלטן אז עס האט זיך אנגעהויבן אין אפריקע, און עס איז היינט די אנגענומענע שיטה אין די וועלט פון סייענס. (טייל מאכן א פשרה אז עס האט זיך אנגעהויבן אויף עטליכע פלעצער אויפאמאל.)

אין די 1920'ער און 1930'ער יארן איז שפיץ סייענס געווען אז יעדע ראסע איז באשאפן אנדערש און טייל ראסעס זענען בטבע העכער און טייל זענען בטבע נידריגער ווי אנדערע. היינט עס איז פולשטענדיג אפגעפרעגט אין די סייענטיפישע וועלט.

אסאך פון אריסטו'ס טעאריעס וואס זענען געווען אנגענומען פאר צוויי טויזנט יאר אלס תורה מסיני, זענען היינט פרוך ומופרך אין די סייענטיפישע וועלט. (להבדיל אא"ה דער הייליגער רמב"ם נעמט אויך זאכן פון אריסטו.)

שוין נאכדעם וואס סייענס האט אדאפטירט היליאוסענטריזם, איז עס דורכגעגאנגען א צאל גלגולים ווען מאדעל נאך מאדעל זענען געווארן איבערוויזן אלס נישט ריכטיג אפילו לשיטתם. די אריגינעלע היליאוסענטריזם (אז די זון איז די סאמע צענטער פונ'ם יוניווערס) איז געווארן איבערוויזן אלס נישט ריכטיג ווען מען האט דיסקאווערט די מילקי וועי, וכן הלאה. עכט האלט די היינטיגע איינשטיין סייענס בכלל נישט פון היליאוסענטריזם ווייל עס איז נישטא קיין אבסעלוטע סענטער, אלעס איז רעלאטיוו, ממילא איז טעכניש יעדע חלק פון די סאולער סיסטעם די סענטער פון אן אנדערע פוינט אף וויו.

ווען איגנאץ זעמעלווייס האט אויסגעפיגערט אז דורך זיך וואשן און סטעריליזירן די הענט קענען דאקטוירים מינימוזירן די צאל טויטפעלער ביי קימפעטארינס האט אים די סייענטיפישע וועלט אויסגעלאכט און גע'רודפ'ט אויף אזוי ווייט אז ער האט געכאפט א נערוון בראך און איז געווארן אריינגעפירט אין משוגעים הויז, וואו די וועכטער האבן אים צושלאגן און ער איז קורץ דערויף געשטארבן. הערשט יארן שפעטער האט סייענס אנערקענט אז ער איז גערעכט געווען אל עלאנג, עפעס וואס איז היינט א דבר פשוט.
סייענס האט קיינמאל נישט אפגעמאכט (1. אבזערווירט, 2. ריסערטש, 3. הייפאטעסי, 4. עקפערימענט, 5. אנעלייז, 6. טעאריע, זעהן אויב ס'דא פראדיקשנס, 7. טעסטעד און מסקנא.) אז יומעניטי האט זיך אנגעהויבן אין אזיע, נאר מ'האט אלץ משכל הראשון אנגענומען אזוי...
סייענס האט קיינמאל נישט אפגעמאכט (1. אבזערווירט, 2. ריסערטש, 3. הייפאטעסי, 4. עקפערימענט, 5. אנעלייז, 6. טעאריע, זעהן אויב ס'דא פראדיקשנס, 7. טעסטעד און מסקנא.) אז יעדע ראסע איז באשאפן אנדערש, נאר מ'האט אלץ משכל הראשון אנגענומען אזוי...
סייענס האט קיינמאל נישט אפגעמאכט (1. אבזערווירט, 2. ריסערטש, 3. הייפאטעסי, 4. עקפערימענט, 5. אנעלייז, 6. טעאריע, זעהן אויב ס'דא פראדיקשנס, 7. טעסטעד און מסקנא.) אסאך פון אריסטו'ס טעאריעס, נאר מ'האט אלץ משכל הראשון אנגענומען אזוי...

וועגן היליאסענטרעסיזם'ס גלגולים, בין איך נישט זיכער וואס דו מיינסט צו זאגן, מ'האט קיינמאל נישט אפגעפרעגט די פאריגע דור, נאר מ'האט צוגעלייגט. למשל אפי' מיט קיפערנוקעס האבן די אזערוואציעס נאכאלץ נישט ריכטיג פראדיקטעד, ביז קעפלער איז אויפגעקומען מיט די 1. עליפטיקל ארביט און 2. פארמולע פון דורכשניטליכע ארביטל פיריאדע 3. וועלכע חלק פון די ארביט ס'פארט שנעלער/שטייטער. א.א.וו. ניוטאן האט צוגעליגט די הסבר, איינשטיין האט צוגעלייגט וואס ס'טוט זיך ווען ס'פארט צו שנעל אדער ווען ס'דא מער גראוויטי, און אין גראוויטי האט ער צוגעלייגט א.א.וו.
כ'וויס נישט צו וואס דו באציזט זיך אז מ'האט "געטוישט מיינונגען"

סייענס האט קיינמאל נישט אפגעמאכט (1. אבזערווירט, 2. ריסערטש, 3. הייפאטעסי, 4. עקפערימענט, 5. אנעלייז, 6. טעאריע, זעהן אויב ס'דא פראדיקשנס, 7. טעסטעד און מסקנא.) אז מ'דארף זיך נישט סטעלירייזירן, מ'האט נאכנישט געוואוסט. ווען איינער קומט זאגן עפעס וואס איך ווייס נישט איז נארמאל מ'זאל אים אויפנעמען מיט סקעפטעסיזם.
ודו''ק
כ'בין נאך יונג, כ'קען נאך טוישן מיין מיינונג.
ChatGPT
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 411
זיך איינגעשריבן: זונטאג יוני 08, 2025 12:07 pm
x 992

Re: ר' לוי יצחק האניג קעגן היליאסענטערסיזם...

פאוסט דורך ChatGPT »

פאר @תינוק הבורח
https://en.wikipedia.org/wiki/List_of_s ... c_theories

איינער דא האט געבעטן למע''ה נישט צו ברענגען ראיות פון קאוויד. איך פארשטיי נישט פארוואס יענער וויל נישט רעדן פון קאוויד א הייסע נושא וואס סייענסטיסן האבן געהאלטן האסטיזש די וועלט מיט זייערע עצות, 6 פיס, היידראקסיקלאראקווין [איינער געדענקט נאך דען נאמען?] קוואראנטין, וכו' וכו'. די וועלט איז געשטאנען מיט אפענע מיילער אויסצוהערן וואס יעדע סייענטיסט האט צו זאגן. מענטשן האבן זיך געפרייט אז ענדליך קען מען שוין אויסהערן און פארשטיין וואס די אויבערשטע פון שטייסל די פראפעסארן וואס זארגן פאר אונזער פלאנעט און אונזער לעבנס און לעבנס פון אלע עליענס האבן צו זאגן.

זאג קלאר, קומט קאוויד פון א לעב אדער פון א פלעדערמויז? פראפעסער פאוטשי האט קלאר געזאגט אז לויט אלע סייענטיפישע באווייזן קען עס נישט קומען פון קיין לעב. ווי קען א שפיאנאזש אגענטור זאגן אז ס'קומט פון א לעב ווען פאקטישע סייענטיפישע באווייזן צייגן אז נישט?
אוועיטער
בחינה 25
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 167
זיך איינגעשריבן: זונטאג אפריל 20, 2025 11:35 pm
Location: Somewhere worldwide
x 372

Re: ר' לוי יצחק האניג קעגן היליאסענטערסיזם...

פאוסט דורך בחינה 25 »

ChatGPT האט געשריבן: ↑מיטוואך אקטאבער 14, 2026 11:18 am פאר @תינוק הבורח

גוט אז דו פרעגסט, אונזער גאווערמענט האט א דזשאב צו האלטן דעם עולם רוהיג אפי ווען שווערע דיזעסטערס באדראהען דעם פאלק.
למשל ביי מלחמות זאל מען פראפעגאנדירן אז "אונז האבן עס וכד'"
די זעלבע איז אויך ביי רעגולער מחלות און סעזאנעלע (וויאזוי זאגט מען פלו אין אידיש?) קרענק "אונז האבן וואקסינען" (נאכדעם קען מען עס טוישן ווען ס'פעלט אויס, אבער אבי די עלום איז רוהיג)

ווען ס'ברעכט אויס אן עפידעמיע, און ס'אימשטאנד צו אריינווארפן דעם גאנצן לאנד אין א פאניק האט מען געשטעלט דעם נאציאנאלן כירירוג זאל זאגן "אונז האבן עס! דאבבל מעסקס איט איז!"

בשעת ווען די סייענטיפיק קאממיוניטי האט פלעין געזאגט: אונז ווייסן נישט, ס'נאכנישט געסטאדיעד.

מר. פאוטשי איז א דאקטאר, ריכטיג. אבער ער'ט בכלל נישט פארטרעטן סייענס דעמאלטס, ער איז געווען אויף א דזשאב צו בארוהיגן דאס אמעריקאנעם פאלק.
כ'בין נאך יונג, כ'קען נאך טוישן מיין מיינונג.
צווייטער
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 959
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 2:26 am
x 1972

Re: ר' לוי יצחק האניג קעגן היליאסענטערסיזם...

פאוסט דורך צווייטער »

בחינה 25 האט געשריבן: ↑מיטוואך אקטאבער 14, 2026 11:31 am

איך וויל נישט קריכן ווייטער אין שמועס.

דער זעלבער תירוץ נוץ איך ווען עס קומט צו אזויגעריפענע 'סייענטיסטן' צו אפרעגן תורה צו חכז''ל.

סייענס איז אמת, אבער ווען סייענטיסטן זאגן עפעס עפ''י סייענס קען עס פונקט אזוי זיין שקר וכזב, נאר זיי האלטן אז זיי דארפן אזוי זאגן (אין בעסטן פאל) אדער האבן זיי אן אגענדע צו שטופן.

איך ניץ אלץ א משל, איינער קוקט אין א שפיגל און זעט א מענטש שטיין פאר אים. ער זעט אים קלאר, אן קיין ספק. אבער אויב ער וועט פון דעם מסיק זיין אז דער מענטש שטייט טאקע פארנט פון אים, איז זיין מסקנא נישט ריכטיג. דער מענטש שטייט אינטער אים. נאר דער שפיגל שפיגלט אים אפ.

וכבר כ''כ הרב הקדוש רבי אלחנן וואסערמאן הי''ד זי''ע במאמרו הידוע.

נאר וואס דען, יעדע דור מיט זיינע פרישע אינגעלייט מיינען אז היינט איז נישט ווי אמאל, היינט קען מען נישט ארומפאפן. נאר אמאל האט מען געקענט פארקויפן באבקעס, היינט איז אלעס קלאר עפ''י סייענס. וכבר אמר החכם: אין כל חדש תחת השמש - וכבר היה לעולמים - ומה שהיה הוא שיהי' - ודבר אלקינו יקום לעולם!
איך האב מיין מיינונג, ביי מיר איז עס קלאר און איך דארף נישט זיכער מאכן אז יעדער האלט אזוי. איך בין נישט דער רבש''ע.
Who knows
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 345
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 8:04 pm
x 552

Re: ר' לוי יצחק האניג קעגן היליאסענטערסיזם...

פאוסט דורך Who knows »

צווייטער האט געשריבן: ↑מיטוואך אקטאבער 14, 2026 12:45 pm סייענס איז אמת, אבער ווען סייענטיסטן זאגן עפעס עפ''י סייענס קען עס פונקט אזוי זיין שקר וכזב
זייער ריכטיג
ChatGPT
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 411
זיך איינגעשריבן: זונטאג יוני 08, 2025 12:07 pm
x 992

Re: ר' לוי יצחק האניג קעגן היליאסענטערסיזם...

פאוסט דורך ChatGPT »

בחינה 25 האט געשריבן: ↑מיטוואך אקטאבער 14, 2026 11:12 am
סייענס האט קיינמאל נישט אפגעמאכט (1. אבזערווירט, 2. ריסערטש, 3. הייפאטעסי, 4. עקפערימענט, 5. אנעלייז, 6. טעאריע, זעהן אויב ס'דא פראדיקשנס, 7. טעסטעד און מסקנא.)
געב מיר ביטע א דוגמא פון עפעס וואס סייענס האט
אפגעמאכט (1. אבזערווירט, 2. ריסערטש, 3. הייפאטעסי, 4. עקפערימענט, 5. אנעלייז, 6. טעאריע, זעהן אויב ס'דא פראדיקשנס, 7. טעסטעד און מסקנא.)
און איז עלטער פון 200 יאר
אוועיטער
בחינה 25
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 167
זיך איינגעשריבן: זונטאג אפריל 20, 2025 11:35 pm
Location: Somewhere worldwide
x 372

Re: ר' לוי יצחק האניג קעגן היליאסענטערסיזם...

פאוסט דורך בחינה 25 »

צווייטער האט געשריבן: ↑מיטוואך אקטאבער 14, 2026 12:45 pm
בחינה 25 האט געשריבן: ↑מיטוואך אקטאבער 14, 2026 11:31 am
ChatGPT האט געשריבן: ↑מיטוואך אקטאבער 14, 2026 11:18 am פאר @תינוק הבורח
https://en.wikipedia.org/wiki/List_of_s ... c_theories

איינער דא האט געבעטן למע''ה נישט צו ברענגען ראיות פון קאוויד. איך פארשטיי נישט פארוואס יענער וויל נישט רעדן פון קאוויד א הייסע נושא וואס סייענסטיסן האבן געהאלטן האסטיזש די וועלט מיט זייערע עצות, 6 פיס, היידראקסיקלאראקווין [איינער געדענקט נאך דען נאמען?] קוואראנטין, וכו' וכו'. די וועלט איז געשטאנען מיט אפענע מיילער אויסצוהערן וואס יעדע סייענטיסט האט צו זאגן. מענטשן האבן זיך געפרייט אז ענדליך קען מען שוין אויסהערן און פארשטיין וואס די אויבערשטע פון שטייסל די פראפעסארן וואס זארגן פאר אונזער פלאנעט און אונזער לעבנס און לעבנס פון אלע עליענס האבן צו זאגן.

זאג קלאר, קומט קאוויד פון א לעב אדער פון א פלעדערמויז? פראפעסער פאוטשי האט קלאר געזאגט אז לויט אלע סייענטיפישע באווייזן קען עס נישט קומען פון קיין לעב. ווי קען א שפיאנאזש אגענטור זאגן אז ס'קומט פון א לעב ווען פאקטישע סייענטיפישע באווייזן צייגן אז נישט?
גוט אז דו פרעגסט, אונזער גאווערמענט האט א דזשאב צו האלטן דעם עולם רוהיג אפי ווען שווערע דיזעסטערס באדראהען דעם פאלק.
למשל ביי מלחמות זאל מען פראפעגאנדירן אז "אונז האבן עס וכד'"
די זעלבע איז אויך ביי רעגולער מחלות און סעזאנעלע (וויאזוי זאגט מען פלו אין אידיש?) קרענק "אונז האבן וואקסינען" (נאכדעם קען מען עס טוישן ווען ס'פעלט אויס, אבער אבי די עלום איז רוהיג)

ווען ס'ברעכט אויס אן עפידעמיע, און ס'אימשטאנד צו אריינווארפן דעם גאנצן לאנד אין א פאניק האט מען געשטעלט דעם נאציאנאלן כירירוג זאל זאגן "אונז האבן עס! דאבבל מעסקס איט איז!"

בשעת ווען די סייענטיפיק קאממיוניטי האט פלעין געזאגט: אונז ווייסן נישט, ס'נאכנישט געסטאדיעד.

מר. פאוטשי איז א דאקטאר, ריכטיג. אבער ער'ט בכלל נישט פארטרעטן סייענס דעמאלטס, ער איז געווען אויף א דזשאב צו בארוהיגן דאס אמעריקאנעם פאלק.
איך וויל נישט קריכן ווייטער אין שמועס.

דער זעלבער תירוץ נוץ איך ווען עס קומט צו אזויגעריפענע 'סייענטיסטן' צו אפרעגן תורה צו חכז''ל.

סייענס איז אמת, אבער ווען סייענטיסטן זאגן עפעס עפ''י סייענס קען עס פונקט אזוי זיין שקר וכזב, נאר זיי האלטן אז זיי דארפן אזוי זאגן (אין בעסטן פאל) אדער האבן זיי אן אגענדע צו שטופן.

איך ניץ אלץ א משל, איינער קוקט אין א שפיגל און זעט א מענטש שטיין פאר אים. ער זעט אים קלאר, אן קיין ספק. אבער אויב ער וועט פון דעם מסיק זיין אז דער מענטש שטייט טאקע פארנט פון אים, איז זיין מסקנא נישט ריכטיג. דער מענטש שטייט אינטער אים. נאר דער שפיגל שפיגלט אים אפ.

וכבר כ''כ הרב הקדוש רבי אלחנן וואסערמאן הי''ד זי''ע במאמרו הידוע.

נאר וואס דען, יעדע דור מיט זיינע פרישע אינגעלייט מיינען אז היינט איז נישט ווי אמאל, היינט קען מען נישט ארומפאפן. נאר אמאל האט מען געקענט פארקויפן באבקעס, היינט איז אלעס קלאר עפ''י סייענס. וכבר אמר החכם: אין כל חדש תחת השמש - וכבר היה לעולמים - ומה שהיה הוא שיהי' - ודבר אלקינו יקום לעולם!
זאגסט זייער ריכטיג אז מ'קען ניצן דער זעלבער תירוץ ווען עס קומט צו אזויגעריפענע 'סייענטיסטן' צו אפרעגן תורה צו חכז''ל.

וואו קומט דעיס אריין דא אינעם שמועס?

דו מיינסט צו זאגן אז דו ווילסט נישט שמועסן איבער היליאסענטערסיזם ווייל ס'איז קעגן די תורה?
איז היליאסענטערסיזם קעגן די תורה?
כ'בין נאך יונג, כ'קען נאך טוישן מיין מיינונג.
אוועיטער
בחינה 25
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 167
זיך איינגעשריבן: זונטאג אפריל 20, 2025 11:35 pm
Location: Somewhere worldwide
x 372

Re: ר' לוי יצחק האניג קעגן היליאסענטערסיזם...

פאוסט דורך בחינה 25 »

ChatGPT האט געשריבן: ↑מיטוואך אקטאבער 14, 2026 1:00 pm
בחינה 25 האט געשריבן: ↑מיטוואך אקטאבער 14, 2026 11:12 am
סייענס האט קיינמאל נישט אפגעמאכט (1. אבזערווירט, 2. ריסערטש, 3. הייפאטעסי, 4. עקפערימענט, 5. אנעלייז, 6. טעאריע, זעהן אויב ס'דא פראדיקשנס, 7. טעסטעד און מסקנא.)
געב מיר ביטע א דוגמא פון עפעס וואס סייענס האט
אפגעמאכט (1. אבזערווירט, 2. ריסערטש, 3. הייפאטעסי, 4. עקפערימענט, 5. אנעלייז, 6. טעאריע, זעהן אויב ס'דא פראדיקשנס, 7. טעסטעד און מסקנא.)
און איז עלטער פון 200 יאר
פון גוגל;

AI Overview
אן אויסגעצייכנטע דוגמא פון א וויסנשאפטלעכן פאקט וואס איז עלטער פון 200 יאר און איז פעסטגעשטעלט געווארן פונקטליך לויט די אלע 7 שלבים פון די וויסנשאפטלעכע מעטאד (Scientific Method), איז די אנטדעקונג פונעם צירקולאציע סיסטעם פון בלוט (Blood Circulation) דורך דעם דאקטער וויליאם הארווי (William Harvey) אינעם יאר 1628 (קרוב צו 400 יאר צוריק).
ביז דעמאלטס האט די וועלט געגלויבט אין די אלטע טעאריע פון גאלען (Galen) אז בלוט ווערט כסדר פראדוצירט אינעם לעבער פון די עסנווארג, און ווערט פארברענט דורך די מוסקלען אלס ענערגיע (דאס הייסט די בלוט פליסט נאר איין וועג און ענדיגט זיך). הארווי האט דאס איבערגעוויזן אנדערש מיט די פאלגנדע שלבים:
1. אבזערוואציע (Observation)
הארווי האט אבזערווירט קערפער פון מענטשן און חיות און באמערקט צוויי הויפט זאכן:
דאס הארץ פארמאגט וועלווס (Valves - קלאפנס) וואס לאזן בלוט פליסן נאר אין איין ריכטונג.
די קוואנטיטעט פון בלוט וואס דאס הארץ פומפט ארויס יעדע שעה איז אסאך גרעסער ווי די גאנצע וואג פונעם מענטש.
2. ריסערטש (Research)
ער האט שטודירט די אלטע מעדיצינישע ביכער און געפארשט וויאזוי די אדערן (Veins און Arteries) זענען אויסגעשטעלט. ער האט געזען אז די ביזנערישע ערקלערונגען שטימען נישט מאטעמאטיש מיט די מאס בלוט וואס פליסט.
3. הייפאטעסיס (Hypothesis)
הארווי האט ארויסגעשטעלט א מעדיצינישע השערה: דאס בלוט ווערט נישט פארברענט, נאר עס צירקולירט אין א פארמאכטע קרייז – דאס הארץ פומפט עס ארויס דורך די Arteries צו די איברים, און עס קומט צוריק צום הארץ דורך די Veins.
4. עקספערימענט (Experiment)
ער האט דורכגעפירט עקספערימענטן אויף לעבעדיגע חיות און אויף די הענט פון מענטשן. דער באקאנטסטער עקספערימענט איז געווען דאס צובינדן א מענטשנס האנט מיט א שטריק (Tourniquet):
ווען ער האט עס צוגעבונדן קאראטנא (פעסט), האבן די אדערן העכער די שטריק (נענטער צום הארץ) זיך אנגעפילט מיט בלוט, וואס צייגט אז בלוט קומט אראפ פונעם הארץ.
ווען ער האט עס אביסל נאכגעלאזט, האט ער געדריקט אויף אן אדער (Vein) און געזען אז ער קען שטופען דאס בלוט נאר אין איין ריכטונג – צוריק ארויף צום הארץ, און די וועלווס לאזן עס נישט גיין צוריק אראפ.
5. אנאליז (Analyze)
הארווי האט אויסגערעכנט די דאטע: דאס הארץ פומפט אומגעפער 2 אונסעס בלוט יעדע קלאפ. מיט 72 קלאפן א מינוט, פומפט עס ארום 540 פונט בלוט יעדע שעה! עס איז אוממעגלעך אז די לעבער זאל פראדוצירן אזא ריזיגע מאס בלוט יעדע שעה פון עסנווארג. די איינציגע לאגישע אנאליז איז אז דאס איז די זעלבע בלוט וואס פארט ארום און ארום.
6. טעאריע און פראדיקשאנס (Theory & Predictions)
ער האט פארשריבן זיין טעאריע אין זיין בארימטן בוך De Motu Cordis (1628).
די פראדיקשאן (נביאות): הארווי האט פארגעזאגט אז וויבאלד בלוט פארט פון די Arteries צו די Veins, מוז זיין אז עס זענען דא קליינטשיגע, אומזעעוודיגע בלוט-רערן וואס פארבינדן זיי אין די עקן פון די מוסקלען. (ער האט עס אליין נישט געקענט זען ווייל מ'האט נאך נישט געהאט קיין מיקראסקאפ).
7. טעסטעד און מסקנא (Tested & Conclusion)
די מסקנא: די וויסנשאפטלעכע וועלט האט אנגענומען זיין טעאריע אלס דער יסוד פון קארדיאלאגיע.
די ענדגילטיגע באשטעטיגונג: אין יאר 1661 (עטליכע יאר נאך הארווי'ס טויט), האט דער וויסנשאפטלער מארסעלא מאלפיגי נוצט א ניי-ארויסגעקומענעם מיקראסקאפ און טאקע געפונען די קאפילארן (Capillaries - די מיקראסקאפישע בלוט-רערן) פונקטליך ווי הארווי האט פארגעזאגט!
דאס איז א קלאסישע דוגמא פון א זאך וואס סייענס האט ענדגילטיג אפגעמאכט העכער 350 יאר צוריק, און יעדער מעדיצינישער פראצעדור היינט באזירט זיך אויף דעם.

שרייב פאוסט