בלאט 557 פון 633
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
געפאוסט: דאנערשטאג דעצעמבער 04, 2025 1:05 pm
דורך מבקש
על פי תורה האט געשריבן: ↑דאנערשטאג דעצעמבער 04, 2025 12:32 pm
היינט איז פארגעקומען א דראמאטישע התרגשות'דיגע באזוך פון הבה''ח יצחק שלום ראוזנער ני''ו ביי זיין געהויבענעם זיידן הגה''צ אבדק''ק תולדות רפאל קאשוי שליט''א ווי דער אייניקל האט צום ערשטן מאל אין לעבן געזען דעם חשוב'ן זיידן, ארומגעשמועסט א לענגערע צייט, און ארויס מלא חיזוק ועידוד, זיך באקענענדיג צום ערשן מאל מיט זיין הערליכע משפחה.
זון פונעם ריש מתיבתא?
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
געפאוסט: דאנערשטאג דעצעמבער 04, 2025 1:18 pm
דורך פופציגער
חלא בר חמרא האט געשריבן: ↑דאנערשטאג דעצעמבער 04, 2025 12:44 pm
פופציגער האט געשריבן: ↑מיטוואך דעצעמבער 03, 2025 10:38 pm
חלא בר חמרא האט געשריבן: ↑מיטוואך דעצעמבער 03, 2025 6:53 pm

@נאסע שמאטעס דו ווייסט וויפיל משפחות וואינען אין סיטי???
אונטער וועמענ'ס קאסטעדי גענוי???
א ווארט איבער סימפאטיע פאר לב-טמא. ווען איבער דער וועלט האט נאך "רימנוב" געמיינט א שושלת פון שרפי מעלה, האבן טייל עסקני קודש סיי דאהי און בכלל, זיך אויסגעטוהן פאר יוצאי לב-טמא, און געקעמפט מיט ציין און נעגל צו ראטעווען וויפיל ס'געווען שייך. נוצן א ווארט ווי "לב-טהור סימפאטיקער" אויף זיי, איז סאדיסטיש.
איינער וואס שטערט די עסקנים פון אויספירן זייער ארבעט בשלימות, בפרט שוין נאכן פראוון אז די יעצטיגע עסקנים באווייזן אותות ומופתים וואס קיינער פריער האט נישט געקענט, איז א לב טהור סימפאטיקער. איך וואלט עס יענעם געזאגט אין פנים אויך.
דאס אז ער האט אמאל געהאלפן יוצאי לב טהור און געקעמפט קעגן לב טהור, איז זייער חשוב, און אויב זאל ער נישט שטערן יעצט וועט ער מיט רעכט באטראכט ווערן ווי איינער פון די מסירת נפש'דיגע עסקנים.
אבער אויב יעצט שטערט ער, שטעלט זיך ארויס אז ער האט נישט געמיינט דעם ריינעם ציל, און אויב אזוי איז ער נישט בעסער ווי דער אפגעפארענער אינג וואס האט יארן צוריק געדאוונט ערליך און געלייגט תפילין יעדן טאג.
ואתכם איימסארי.
איך ווייס נישט פארוואס דו האסט פארשטאנען אז מ'רעדט פון איינער וואס "שטערט". כ'האב ניטאמאל קיין איידיע ווער עס שטערט און וויאזוי. כקעניש די פארט פון די מעשה. ובכן האב איך נישט גערעדט פון אזא איינעם.
זאגן פאר ארומיגע אז זיי האלטן אז פלוני אלמוני איז זיך טועה וכו' איז אן אנגענומענע זאך אין דעמאקראטיע.
איך ווייס פון אזעלכע וואס האבן געשטערט. ליידער.
רעדסט נישט פון זיי? גוט.
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
געפאוסט: דאנערשטאג דעצעמבער 04, 2025 1:23 pm
דורך חלא בר חמרא
פופציגער האט געשריבן: ↑דאנערשטאג דעצעמבער 04, 2025 1:18 pm
חלא בר חמרא האט געשריבן: ↑דאנערשטאג דעצעמבער 04, 2025 12:44 pm
פופציגער האט געשריבן: ↑מיטוואך דעצעמבער 03, 2025 10:38 pm
איינער וואס שטערט די עסקנים פון אויספירן זייער ארבעט בשלימות, בפרט שוין נאכן פראוון אז די יעצטיגע עסקנים באווייזן אותות ומופתים וואס קיינער פריער האט נישט געקענט, איז א לב טהור סימפאטיקער. איך וואלט עס יענעם געזאגט אין פנים אויך.
דאס אז ער האט אמאל געהאלפן יוצאי לב טהור און געקעמפט קעגן לב טהור, איז זייער חשוב, און אויב זאל ער נישט שטערן יעצט וועט ער מיט רעכט באטראכט ווערן ווי איינער פון די מסירת נפש'דיגע עסקנים.
אבער אויב יעצט שטערט ער, שטעלט זיך ארויס אז ער האט נישט געמיינט דעם ריינעם ציל, און אויב אזוי איז ער נישט בעסער ווי דער אפגעפארענער אינג וואס האט יארן צוריק געדאוונט ערליך און געלייגט תפילין יעדן טאג.
ואתכם איימסארי.
איך ווייס נישט פארוואס דו האסט פארשטאנען אז מ'רעדט פון איינער וואס "שטערט". כ'האב ניטאמאל קיין איידיע ווער עס שטערט און וויאזוי. כקעניש די פארט פון די מעשה. ובכן האב איך נישט גערעדט פון אזא איינעם.
זאגן פאר ארומיגע אז זיי האלטן אז פלוני אלמוני איז זיך טועה וכו' איז אן אנגענומענע זאך אין דעמאקראטיע.
איך ווייס פון אזעלכע וואס האבן געשטערט. ליידער.
רעדסט נישט פון זיי? גוט.
אה..
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
געפאוסט: דאנערשטאג דעצעמבער 04, 2025 1:37 pm
דורך מקשין העולם
על פי תורה האט געשריבן: ↑דאנערשטאג דעצעמבער 04, 2025 9:39 am
אפילו על פתחו של גיהנום אינם חוזרים: די נאכט באישון לילה האבן 2 משפחות ווידער פראבירט צו אנטלויפן מיט קינדער. און זיך נישט געוואלט לערנען אז וויפיל מען פראבירט צו לויפן אהער און אהין איז 'הם רצים לבאר שחת' און די אלע אנטלויף פריוון צוריק צו דעם קולט מאכן נאר ליידער מער און מער קאמפלעצירט פאר זיי און זייערע קינדער.
אזוי ווי ארויסגעברענגט דא כמה פעמים אז די רעגירונג האלט א נאנט אויג, זענען זיי אפגעשטעלט געווארן אין עירפארט דורך די רעגירונג וועלעכע האט תיכף ארינגעברענגט די FBI. די FBI האבן זיך פארבינדן מיט די עסקנים און געזאגט אז זיי ווילן איבערגעבן די קינדער צו די טשיילד פראטעקשן (וואס דאס וואלט געמיינט ח''ו צוטיילן די קינדער צו גויאישע פאמליעס). די עסקנים זענען אראפגעפארן און גענומען אחריות אויף די קינדער, און זיי פלאצירט ביי היימישע ערליכע משפחות.
איך פארשטיי זיי ליידער יא זייער גוט. ס'קוקט אויס אז ביי זיי אין מוח עקזיסטירט דערווייל נישט אזא מושג פון אויפגעבן, אויפגעבן ווערט דערווייל ביי זיי באטראכט ווי כאילו מיתה. איז דאך פשוט אז זיי קענען נישט דערלייגן פון פראבירן, אפילו זיי ווייסן אז 99 פראצענט וועט עס ברענגן אויף זיך צרות, לוינט זיך עס פאר זיי פאר די איין פראצענט אז ס'וועט זיי יא געלונגען אפילו אויף חיי שעה.
אט האט איר דריי משלים וואס קען געבן צו פארשטיין די מהלך המחשבה, אפילו ס'איז לאגיק נישט אויסגעהאלטן.
► Show Spoiler
1) די חפץ חיים פלעגט זאגן: איינער וואס איז א מבעט ביסורים, איז דומה צו א מענטש וואס מען האט אים געקייטעלט די הענט, וויפיל ער פראבירט זיך ארויסצורייסן ווערט ער מער פארוויקלט און ער צושניידט זיך די הענט מער און מער. (המבעט ביסורים דומה בעיני לאדם אסור באזיקים שככל שהוא מרבה להתפתל ולפרפר הוא מרבה להדק את כבליו וגורם שישסעו יותר את בשרו).
2) דער אלטער פון נובהארדאק ז"ל (מדריגת האדם, חשבון הצדק פי"ב) ברענגט א משל פון א פליג: כמו הזבוב שנופל בצנצנת מאור של נפט, ומרגיש כי חם לו, וירוץ למעלה דרך פתח הצר לחוץ, אבל כאשר בא אל החלק הצר של הצנצנת כי זו היא צורת הצנצנת אשר תחתיו רחבה והולכת וצרה למעלה, וזה גם כן מונח בטבע הצנצנת אשר למעלה במקום שהוא צר שם החמימות יותר גדול מאשר באמצע הצנצנת, ולכן הזבוב שנמצא באמצע הצנצנת עומד בין הפטיש לסדן, אם ילך למטה שם יש האש, ואם ילך למעלה שמה בוער הפתח הצר, ובין כך ובין כך נעשה מבולבל ונופל באש. ולו היה הזבוב פקח, היה דוחק עצמו למעלה הגם ששם צר, רק רגע אחד יסבול אבל אחרי כן יעוף לחוץ ושם כל העולם לפניו, אלא מפני שהוא זבוב ואין לו שכל לכן יתבלבל וישרף. כן האדם בנסיון מצד אחד בוער בקרבו אש הרצון, ואם ידחוק עצמו להתייצב על גדרי התורה אז יש רגעים אשר הוא מרגיש כי צר לו מאוד, לכן נמצא בין האש ובין הפתח הצר, ולו לא היה כמו הזבוב כי אז היה דוחק את עצמו בפתח הצר, אמנם רגע אחד היה סובל אבל אחר כך היה יוצא לאור גדול, אבל כיון שלא למד מעולם לעמוד בנסיון ולעבור הפתח הצר, לכן נופל באש ונעשה מבולבל ומטורף.
3) משלו של ר' ישראל סלאנטער ז"ל על המבעט ביסורים: הסוס כשמצליפים עליו, מחיש הוא את צעדיו ברצותו להמלט מן הצליפות, ברם סוס הוא, ואינו יודע שבריחתו לא תועיל לו מאומה, שכן רתום הוא לעגלה ועל כרחו יסחבנה אחריו.
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
געפאוסט: דאנערשטאג דעצעמבער 04, 2025 4:37 pm
דורך שמועות טובות
מקשין העולם האט געשריבן: ↑דאנערשטאג דעצעמבער 04, 2025 1:37 pm

מסירות נפש האבן זיי, אבער נישט פאר די אידישע רעליגיע, פאר וועלכע יא ווייס איך נאכנישט.
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
געפאוסט: דאנערשטאג דעצעמבער 04, 2025 4:37 pm
דורך שמועות טובות
מבקש האט געשריבן: ↑דאנערשטאג דעצעמבער 04, 2025 1:05 pm
על פי תורה האט געשריבן: ↑דאנערשטאג דעצעמבער 04, 2025 12:32 pm
היינט איז פארגעקומען א דראמאטישע התרגשות'דיגע באזוך פון הבה''ח יצחק שלום ראוזנער ני''ו ביי זיין געהויבענעם זיידן הגה''צ אבדק''ק תולדות רפאל קאשוי שליט''א ווי דער אייניקל האט צום ערשטן מאל אין לעבן געזען דעם חשוב'ן זיידן, ארומגעשמועסט א לענגערע צייט, און ארויס מלא חיזוק ועידוד, זיך באקענענדיג צום ערשן מאל מיט זיין הערליכע משפחה.
זון פונעם ריש מתיבתא?
יא
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
געפאוסט: דאנערשטאג דעצעמבער 04, 2025 4:42 pm
דורך מענדי קעניג
פופציגער האט געשריבן: ↑דאנערשטאג דעצעמבער 04, 2025 1:18 pm
חלא בר חמרא האט געשריבן: ↑דאנערשטאג דעצעמבער 04, 2025 12:44 pm
פופציגער האט געשריבן: ↑מיטוואך דעצעמבער 03, 2025 10:38 pm
איינער וואס שטערט די עסקנים פון אויספירן זייער ארבעט בשלימות, בפרט שוין נאכן פראוון אז די יעצטיגע עסקנים באווייזן אותות ומופתים וואס קיינער פריער האט נישט געקענט, איז א לב טהור סימפאטיקער. איך וואלט עס יענעם געזאגט אין פנים אויך.
דאס אז ער האט אמאל געהאלפן יוצאי לב טהור און געקעמפט קעגן לב טהור, איז זייער חשוב, און אויב זאל ער נישט שטערן יעצט וועט ער מיט רעכט באטראכט ווערן ווי איינער פון די מסירת נפש'דיגע עסקנים.
אבער אויב יעצט שטערט ער, שטעלט זיך ארויס אז ער האט נישט געמיינט דעם ריינעם ציל, און אויב אזוי איז ער נישט בעסער ווי דער אפגעפארענער אינג וואס האט יארן צוריק געדאוונט ערליך און געלייגט תפילין יעדן טאג.
ואתכם איימסארי.
איך ווייס נישט פארוואס דו האסט פארשטאנען אז מ'רעדט פון איינער וואס "שטערט". כ'האב ניטאמאל קיין איידיע ווער עס שטערט און וויאזוי. כקעניש די פארט פון די מעשה. ובכן האב איך נישט גערעדט פון אזא איינעם.
זאגן פאר ארומיגע אז זיי האלטן אז פלוני אלמוני איז זיך טועה וכו' איז אן אנגענומענע זאך אין דעמאקראטיע.
איך ווייס פון אזעלכע וואס האבן געשטערט. ליידער.
רעדסט נישט פון זיי? גוט.
וואס הייסט ביי דיר שטערן?
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
געפאוסט: דאנערשטאג דעצעמבער 04, 2025 7:36 pm
דורך פופציגער
מענדי קעניג האט געשריבן: ↑דאנערשטאג דעצעמבער 04, 2025 4:42 pm
פופציגער האט געשריבן: ↑דאנערשטאג דעצעמבער 04, 2025 1:18 pm
חלא בר חמרא האט געשריבן: ↑דאנערשטאג דעצעמבער 04, 2025 12:44 pm
איך ווייס נישט פארוואס דו האסט פארשטאנען אז מ'רעדט פון איינער וואס "שטערט". כ'האב ניטאמאל קיין איידיע ווער עס שטערט און וויאזוי. כקעניש די פארט פון די מעשה. ובכן האב איך נישט גערעדט פון אזא איינעם.
זאגן פאר ארומיגע אז זיי האלטן אז פלוני אלמוני איז זיך טועה וכו' איז אן אנגענומענע זאך אין דעמאקראטיע.
איך ווייס פון אזעלכע וואס האבן געשטערט. ליידער.
רעדסט נישט פון זיי? גוט.
וואס הייסט ביי דיר שטערן?
שטערן. רעדן דיבורים און טון מעשים וואס שטייען אין וועג פאר די עסקנים.
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
געפאוסט: דאנערשטאג דעצעמבער 04, 2025 10:13 pm
דורך יואל מארקוס
Think and Thank האט געשריבן: ↑פרייטאג נאוועמבער 28, 2025 10:33 am
נאסע שמאטעס האט געשריבן: ↑פרייטאג נאוועמבער 28, 2025 8:07 am
יואל מארקוס האט געשריבן: ↑פרייטאג נאוועמבער 28, 2025 6:59 am
- נ"ב.
בס"ד
איך וויל מיטטיילן די עולם מיט א וויכטיגע חלק פון מיין איבערלעבניש די לעצט פאר יאר. לתועלת אז אפשר וועט איינער קענען זיין די ריכטיגע שליח אונז ארויסצוהעלפן בס"ד.
ווי לייגט מען ארויף אזא טעמע?
פארוואס נישט דא אינעם טעמע? אבער קענסט עפענען א עקסטערע אויך. ניין?
איך וואלט געראטן צו עפענען א באזונדערע טעמע, סיי ווייל דא וועט עס שנעל פארוואסערט ווערן, סיי ווייל אסאך ניקס ווילן נישט ליינען דא צוליב די טעמפעראטור, און סיי ווייל דא איז דא א גרויסע שאנס אז געוויסע וועלן זיך ארויפזעצן אויך זייטיגע פרטים און נישט לאזן צוקומען צום תכלית וואס ר' יואל וויל.
די שפע איז געקומען!!!
viewtopic.php?t=3226
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
געפאוסט: מוצש"ק דעצעמבער 06, 2025 9:03 pm
דורך על פי תורה
דעם פרייטאג צונאכטס זעמיר אריבערגעגאנגען לבית הר''ר אברהם גרינהוט הי''ו וואו עס האבן געגעסן עטליכע בחורים יוצאים, וביניהם א חשוב'ע בחור'ל וואס האט נארוואס געלאנדעט פון קאלאמביע. ר' אברהם האט געפרעגט דעם יוצא קאלאמביע אויב ער ווייסט ווער איך בין, האט ער געענטפערט ''יא, על פי תורה''.
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
געפאוסט: מוצש"ק דעצעמבער 06, 2025 9:44 pm
דורך שמואל פוקס
די וואך ביים טיש פון כ"ק מרן אדמו"ר מוויזשניץ וויליאמסבורג שליט"א, האט זיך אנגעזען מיוצאי לב-טהור וואס זענען געקומען פון קלאמביע.
עס מוז באגריסט ווערן די שריט פון די עסקנים, צו נעמען די הייליגע נשמות צו זען ערליכע אידן, און זען עבודת-השם ביי אמת'ע ערליכע אידן.
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
געפאוסט: מוצש"ק דעצעמבער 06, 2025 9:46 pm
דורך חלא בר חמרא
שמואל פוקס האט געשריבן: ↑מוצש"ק דעצעמבער 06, 2025 9:44 pm
די וואך ביים טיש פון כ"ק מרן אדמו"ר מוויזשניץ וויליאמסבורג שליט"א, האט זיך אנגעזען מיוצאי לב-טהור וואס זענען געקומען פון קלאמביע.
עס מוז באגריסט ווערן די שריט פון די עסקנים, צו נעמען די הייליגע נשמות צו זען ערליכע אידן, און זען עבודת-השם ביי אמת'ע ערליכע אידן.
דער חכם איז עפעס ביי דיר א קטלא קניא???

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
געפאוסט: מוצש"ק דעצעמבער 06, 2025 9:48 pm
דורך שמואל פוקס
ח-ס ו-ש-ל-ו-ם!!! איך האב דאס קיינמאל נישט געזאגט!
פשוט, דער חכם זיצט נעבעך אין טורמע, און די יונגע דור איז נישט זוכה צו זען זיין עבודת-השם, קיין טישן, תפילות, מעמדי קודש. דעריבער פעלט אויס אז מען זאל זען ערליכע אידן, ווי אזוי זיי דינען דעם אויבערשטן. דעריבער איז א גוטע זאך וואס די עסקנים טוען, אז מען נעמט די יונגווארג צו ערליכע אידן, צו זען זייער עבודת-השם.
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
געפאוסט: מוצש"ק דעצעמבער 06, 2025 11:48 pm
דורך סענס אף יומער
די קינדער פונעם ריש כלא, יעקב נחום וויינגארטן, ביים לערנען היינט מוצש"ק ביי אבות ובנים מיט ר' שמואל זאנוויל קליין הי"ו, חתן הר"ר יואל יהושע העשיל בלום שליט"א.

- IMG_20251206_234432.jpg (173.37 KiB) געזען געווארן 2224 מאל
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
געפאוסט: מוצש"ק דעצעמבער 06, 2025 11:49 pm
דורך סענס אף יומער
הילד החשוב אלימלך וויינגארטן ביים געווינען די גורל

- IMG_20251206_234437.jpg (58.02 KiB) געזען געווארן 2222 מאל
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
געפאוסט: זונטאג דעצעמבער 07, 2025 5:13 am
דורך מטות מסעי
פרישטאג קינדערלעך אין שעלטער
אוי געוואלד און געשריגען איין קינד עסט מיט די לינקע האנט, פרצה נוראה!
ווען איך בין געווען א יונגל האב איך געגעסן מער הייליג ווי זיי (אוי איך האב פארגעסן זיי זענען אין שעלטער, נאך חדשים זיין אליינס צווישן גוים)
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
געפאוסט: זונטאג דעצעמבער 07, 2025 8:30 am
דורך שמעיה
מטות מסעי האט געשריבן: ↑זונטאג דעצעמבער 07, 2025 5:13 am
פרישטאג קינדערלעך אין שעלטער
אוי געוואלד און געשריגען איין קינד עסט מיט די לינקע האנט, פרצה נוראה!
ווען איך בין געווען א יונגל האב איך געגעסן מער הייליג ווי זיי (אוי איך האב פארגעסן זיי זענען אין שעלטער, נאך חדשים זיין אליינס צווישן גוים)
א קליינע עברה.
לויט די קעפל איז דאס סעודת שבת,
און דער יונגעלע טאטש'ט עפעס א מאשינקל דארט.
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
געפאוסט: זונטאג דעצעמבער 07, 2025 9:01 am
דורך ברוך אברהם
שמעיה האט געשריבן: ↑זונטאג דעצעמבער 07, 2025 8:30 am
מטות מסעי האט געשריבן: ↑זונטאג דעצעמבער 07, 2025 5:13 am
פרישטאג קינדערלעך אין שעלטער
אוי געוואלד און געשריגען איין קינד עסט מיט די לינקע האנט, פרצה נוראה!
ווען איך בין געווען א יונגל האב איך געגעסן מער הייליג ווי זיי (אוי איך האב פארגעסן זיי זענען אין שעלטער, נאך חדשים זיין אליינס צווישן גוים)
א קליינע עברה.
לויט די קעפל איז דאס סעודת שבת,
און דער יונגעלע טאטש'ט עפעס א מאשינקל דארט.
די קליפ איז ביי א שעלטער פון יונגע קינדער וואס זענען דינסטאג אויך נאך געגאנגען מיט די שבתדיגע קליידער אויב מ'האט זיי נישט געהייסן טוישן.
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
געפאוסט: זונטאג דעצעמבער 07, 2025 9:06 am
דורך ברוך אברהם
שמעיה האט געשריבן: ↑זונטאג דעצעמבער 07, 2025 8:30 am
מטות מסעי האט געשריבן: ↑זונטאג דעצעמבער 07, 2025 5:13 am
פרישטאג קינדערלעך אין שעלטער
אוי געוואלד און געשריגען איין קינד עסט מיט די לינקע האנט, פרצה נוראה!
ווען איך בין געווען א יונגל האב איך געגעסן מער הייליג ווי זיי (אוי איך האב פארגעסן זיי זענען אין שעלטער, נאך חדשים זיין אליינס צווישן גוים)
א קליינע עברה.
לויט די קעפל איז דאס סעודת שבת,
און דער יונגעלע טאטש'ט עפעס א מאשינקל דארט.
די יונגל וואס די רעדסט פון, איז א צדיק פון א יונגל און ס'האט נישט קיין פשט דיין מעסידזש.
די שעלטער איז געווען יונגע קינדער וואס פלעגן זיך צוזאמען נעמען צו עסן צוזאמען צי פילן ווי א קבוצה. ציווישן די אלע גוישע קינדער אין די שעלטער.
דאס איז נאכדעם וואס חלק קינדער זענען שוין באפרייט געווארן, די מיידל אויף די בילד איז געבליבן אליינס ביי די מיידלעך סעקשאן פון די שעלטער, און די גארדס פלעגן איהר לאזן קומען עסן מיט איינע פון איהר ברודערס.
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
געפאוסט: זונטאג דעצעמבער 07, 2025 9:10 am
דורך ברוך אברהם
די גארדס פלעגן זיי לאזן אנצינדן מוזיק זיך צו האלטן נארמאל אביסל.
די יונגל ניצט די א רעקארדער וואס א היימישע עסקן האט זיי געגעבן.
בקיצור, די בילד איז פון אינמיטן די וואך מיט קינדער סטאק אין א גוישע שעלטער, אהן די עלטערן זאלן זיין מיט די קינדער. יעדע קינד איז אנדערש אנגעטון, איינער מיט שלאף קליידער אין איינער מיט אנדערע.
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
געפאוסט: זונטאג דעצעמבער 07, 2025 11:48 am
דורך מנחם גאלד
שמואל פוקס האט געשריבן: ↑מוצש"ק דעצעמבער 06, 2025 9:44 pm
די וואך ביים טיש פון כ"ק מרן אדמו"ר מוויזשניץ וויליאמסבורג שליט"א, האט זיך אנגעזען מיוצאי לב-טהור וואס זענען געקומען פון קלאמביע.
עס מוז באגריסט ווערן די שריט פון די עסקנים, צו נעמען די הייליגע נשמות צו זען ערליכע אידן, און זען עבודת-השם ביי אמת'ע ערליכע אידן.
ביים גרויסן טיש פון סאטמאר רבי שליט"א אין הופער האט זיך באטייליגט איינער פון די חשובע בחורים וועלכע זענען נארוואס אנגעקומען פון קלאמביע און מען האט אים שטארק מקרב געווען, און ער האט זוכה געווען צו מיטהאלטן די געהויבענע טיש, און דער עבודת הקודש ביים מצוה טאנץ במקהלות אלופי אלפי ישראל.
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
געפאוסט: זונטאג דעצעמבער 07, 2025 12:43 pm
דורך שמעיה
ברוך אברהם האט געשריבן: ↑זונטאג דעצעמבער 07, 2025 9:06 am
שמעיה האט געשריבן: ↑זונטאג דעצעמבער 07, 2025 8:30 am
א קליינע עברה.
לויט די קעפל איז דאס סעודת שבת,
און דער יונגעלע טאטש'ט עפעס א מאשינקל דארט.
די יונגל וואס די רעדסט פון, איז א צדיק פון א יונגל און ס'האט נישט קיין פשט דיין מעסידזש.
אויב אזוי דארף די בעה"ב פון קליפ בייטן דאס קעפל
דערווייל איז דער קעפל: "סעודת שבת אין שעלטער"
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
געפאוסט: זונטאג דעצעמבער 07, 2025 1:30 pm
דורך מטות מסעי
שמעיה האט געשריבן: ↑זונטאג דעצעמבער 07, 2025 12:43 pm
ברוך אברהם האט געשריבן: ↑זונטאג דעצעמבער 07, 2025 9:06 am
שמעיה האט געשריבן: ↑זונטאג דעצעמבער 07, 2025 8:30 am
א קליינע עברה.
לויט די קעפל איז דאס סעודת שבת,
און דער יונגעלע טאטש'ט עפעס א מאשינקל דארט.
די יונגל וואס די רעדסט פון, איז א צדיק פון א יונגל און ס'האט נישט קיין פשט דיין מעסידזש.
אויב אזוי דארף די בעה"ב פון קליפ בייטן דאס קעפל
דערווייל איז דער קעפל: "סעודת שבת אין שעלטער"
ריכטיג געווען א טעות
שוין געטוישט די קעפל
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
געפאוסט: זונטאג דעצעמבער 07, 2025 4:38 pm
דורך גרינטליך
גרינטליך האט געשריבן: ↑מיטוואך דעצעמבער 03, 2025 5:01 pm
רבותי מען דארף העלפן ארימע יוצאים מיט וואס מקען נאר.
ווער רופט זיך אן ווארעם, מיט א נדבה.
חודש כסלו איז א ספעציעלע חודש מסוגל פאר צדקה.
מיר אלע האבען דאך דעם כלל דבר שהצטער בו אותו צדיק אל יכשל בו זרעו.
ווער זענען גרעסערע עניים ווי די ארימע יוצאים וואס פארמאגן גארנישט?
לאמיר אלע אריינשמירן א $100 א חודש פאר הצלחה דעם וואך צו האבן א געלאנגענע וואך ביי די ארבעט און געשעפטן (תורה איז אויכעט א געשעפט כי טוב סחרה מכל סחורה).
https://toirem.org/31069
זונטאג פאר מ'הייבט אן די וואך איז עס זיכער א גרויסע סגולה.
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
געפאוסט: זונטאג דעצעמבער 07, 2025 5:06 pm
דורך נח איש צדיק
גרינטליך האט געשריבן: ↑זונטאג דעצעמבער 07, 2025 4:38 pm
גרינטליך האט געשריבן: ↑מיטוואך דעצעמבער 03, 2025 5:01 pm
רבותי מען דארף העלפן ארימע יוצאים מיט וואס מקען נאר.
ווער רופט זיך אן ווארעם, מיט א נדבה.
חודש כסלו איז א ספעציעלע חודש מסוגל פאר צדקה.
מיר אלע האבען דאך דעם כלל דבר שהצטער בו אותו צדיק אל יכשל בו זרעו.
ווער זענען גרעסערע עניים ווי די ארימע יוצאים וואס פארמאגן גארנישט?
לאמיר אלע אריינשמירן א $100 א חודש פאר הצלחה דעם וואך צו האבן א געלאנגענע וואך ביי די ארבעט און געשעפטן (תורה איז אויכעט א געשעפט כי טוב סחרה מכל סחורה).
https://toirem.org/31069
זונטאג פאר מ'הייבט אן די וואך איז עס זיכער א גרויסע סגולה.
טייער יידן לאמיר יעצט ארויס העלפן א חשובה משפחה יוצאים