בלאט 531 פון 614
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
געפאוסט: דאנערשטאג נאוועמבער 13, 2025 3:07 pm
דורך לעכטיגע וועלט
נאסע שמאטעס האט געשריבן: ↑דאנערשטאג נאוועמבער 13, 2025 1:06 pm
לעכטיגע וועלט האט געשריבן: ↑דאנערשטאג נאוועמבער 13, 2025 11:58 am
יואל מארקוס האט געשריבן: ↑דאנערשטאג נאוועמבער 13, 2025 9:56 am
לדעתי, אז די וועסט ליינען 'בריוו פון א יוצא' וועסטו נישט פרעגן די קשיא.
-----
באמת דאס איז שווער מחליט צו זיין.
נאר אז די האסט א שטארקע יסוד פארוואס עס איז זיכער נישט גוט, אפילו האסט נאכנישט פארענטפערט אלע צווייפלונגן.
און נאך שטערקער ווען די האסט שטארקע מקור, אויף דאס וואס איז ביי זיי די יסוד, אז עס איז נישט ריכטיג.
ווי למשל ביי מיר איז די 'סור מרע ועשה טוב ' וואס איך האב געברענגט פריער.
א דוגמא וואס זיי האבן אויך פארקויפט אז א רבי קען נישט הייסן אנקעגען די תורה, [די סתירה האב איך שוין מברר געווען ביי אינטערוויו] נאר זיי האבן געברענגט א כלל אז נאך חזקה מעג מען פאלגן א הוראת שעה. און זיי האבן דאך שוין 'חזקה' ממילא איז זייער 'בירור ע"פ תורה ' אדער הוראת שעה די ''אמת''.
דאס מאכט א מענטש זייער צומישט 'קען איך דען אלעס? אפשר זענען זיי גערעכט, און זיי פארשטייען טאקע די 'אמתע' דעת תורה........ נאר נאכן זעהן די דעת תורה פון ר' הערשעלע זידיטשויבער, און בפרט די הגהות פון בנין יששכר אויפן פלאץ וואס איז מברר באריכות אז חזקה און הוראת שעה איז נאר ביי א נביא (שאין לנו נביאים עס ביאת המשיח, -להוציא ממי שטוען שיש לרבו דין נביא). אין נישט ביי א רבי/רב .....(הנהלה, ספרא, חכם.....)
ממילא ווערט דיר שוין פארענטפערט. פוהלסטו רואיגער אז די האסט געטאן די ריכטיגע שריט.
נאך א שטארקע יסוד איז די לימודים, כאילו נאר ביי זיי לערנט מען 'לשמה' , נאר זיי פארקויפן די 'אמתע' לימודים.
טוהט אונז רבינו מזידיטשוב זי"ע אויך קלאר מאכן אז די לימודים איז נישט די ריכטיגע וועג. און איז געווען 'כת ש"ץ'
ווען נישט דבריו הקדושים וואלט מען דאך געפילט אז מען האט דאך טאקע געהאט אזעלכע הויכע 'אמתע'לימודים...
[אגב האב איך שוין געטראפן אנדערע וואס פארקויפן אויך די זעלבע לימודים....וטעות היא בידם]
גראדע בין איך ארויס אן טרעפן עפעס אפן קעגן זייער רעליגיע.. איך האב פשוט געהאט אסך 'קרעקס אין די אייס' ביז די אייז האט געקראכט אינגאצן.
און אויך נאר, ווייל איך האב געהאט א פלאץ ווי צו גיין, וואס דאס איז איינער פון די שטארקע סיבות פארוואס מענטשן אין קולט'ס קענען נישט ארויסגיין, ווייל מ'פילט אז מ'פאלט אריין אין וואסער.. (@יואל מארקוס וועט מיר פארשטיין) און פארדעם איז כנישתא חדא געווען אזוי וויכטיג פאר לב טהור..
א הייקעלע שאלה.
איז לדעתך דא א סכנה ביים ארויסנעמען א מענטש פון א קולט, אז איינמאל ער הייבט אן איינזען אז זיין אידישקייט איז געווען גרייזיג, וועט ער שוין נישט קענען שטעלן קיין ליניע און פאלן ביז אונטן ח"ו?
איך האלט אז אויב איך וואלט נישט געטראפן אן אנדערע נארמאלע פלאץ וואלט געווען צרות מיט מיר..
אבער ב"ה איך האב געטראפן א הייליגע איד וואס געט מיר די חיזוק צו פארשטיין מרחוק, אז דאס איז געווען א חלק מיט מיין זשורני וואס איך האב געדארפט דורכגיין..
למשל יצחק אבינו האט אויך אויסגעפונען סוף פון זיין לעבן אז ער האט געמאכט א שטיקל (בחינת) טעות מיטן האלטן אז עשיו איז די קומענדיגע "אבינו".. און ער איז געווען 'גבורה'.. וואס א משהו פון א טעות ביי א 'גבורה מענטש' איז עק וועלט.. און וואס האט ער געזאגט ווען ער האט אויסגעפונען? "גם ברוך יהיה".. ער האט געזעהן גהינום פתוח תחתיו ווען עשיו איז אריין, האט שוין פארשטאנען אז א גאנץ לעבן האט ער געלעבט אין א ויאהב את עשיו.. און אויף דעם האט ער געזאגט גם ברוך יהיה.. דער אייבישטער האט אזוי געוואלט מיין לעבן.. איז עס אויך געבענטשט..
און מ'זעהט אז ס'איז טאקע ארויסגעקומען אסאך תורה פון עשיו, גאנץ תורה שבעל פה קומט פון ר' עקיבא (ר' שמעון בר יוחאי'ס רבי), אונקלוס, שמעיה ואבטליון.. קען מען זאגן אז דאס איז געווען פון יצחק'ס כח וואס ער האט אריינגעלייגט אגאנץ לעבן צו מחנך זיין עשיו און בעטן פאר עם..
בקיצור, דער אייבישטער האט מיר געוויזן אזא אהבה ב"ה אז איך קען זאגן פון צייט צו צייט "גם ברוך יהיה"..
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
געפאוסט: דאנערשטאג נאוועמבער 13, 2025 3:35 pm
דורך ים התלמוד
יואל מארקוס האט געשריבן: ↑דאנערשטאג נאוועמבער 13, 2025 9:56 am
נאך א שטארקע יסוד איז די לימודים, כאילו נאר ביי זיי לערנט מען 'לשמה' , נאר זיי פארקויפן די 'אמתע' לימודים.
טוהט אונז רבינו מזידיטשוב זי"ע אויך קלאר מאכן אז די לימודים איז נישט די ריכטיגע וועג. און איז געווען 'כת ש"ץ'
ווען נישט דבריו הקדושים וואלט מען דאך געפילט אז מען האט דאך טאקע געהאט אזעלכע הויכע 'אמתע'לימודים...
[אגב האב איך שוין געטראפן אנדערע וואס פארקויפן אויך די זעלבע לימודים....וטעות היא בידם]
קענסטו אפשר מער מסביר זיין וואס דו מיינסט? איך פארשטיי אז זיינע לימודים האט ער געבויעט אויף ספרי רמח"ל וספרי חב"ד וואס זענען מסביר עניני קבלה ע"פ שכל, וואס הרה"ק מהרצ"ה מזידיטשוב זצוקללה"ה איז געוועהן זייער דערקעגן כמבואר בספרו סור מרע וע"ט. אבער דאס אליין איז נאך נישט קיין טענה כמובן, ווייל דאס איז שוין אן אלטע מחלוקת צווישן קדושי עליון, ודעביד כמר עביד ודעביד כמר עביד. האסטו געטראפן אין די לימודים גופא עפעס מער פראבלעמאטיש?
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
געפאוסט: דאנערשטאג נאוועמבער 13, 2025 3:42 pm
דורך מקשין העולם
ים התלמוד האט געשריבן: ↑דאנערשטאג נאוועמבער 13, 2025 3:35 pm

איך האק אריין אינמיטן ענקער שמועס:
איך האב נישט געזעהן זיינע ספרים, אויך נאך נישט קיינמאל געהערט א שמועס פון אים בעניני יראה אהבה דביקות און שויתי צו קענען אפשאצן זיינע ידיעות און בקיאות, אבער וויפיל איך האב יא געהערט פון זיינע שמועסן, זענען די שמועסן געבויעט כמעט נאר אויפ'ן ספר הדור האחרון פון ר' אלטר משה גאלדבערגער. פארשטייט זיך נאר די פרקים וואס ער האט געקענט נוצן פאר זיך, און נישט די פרקים וואס איז אקעגן, ווי למשל דעם שטיקל סור מרע ועשה טוב וואס ווערט אויך געברענגט אין הדור האחרון, גראדע דריי מאל. פארשטייטס עטץ?
זייטס ווייטער ממשיך ענקער שמועס, אנטשולדיגט פארן איבערהאקן.
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
געפאוסט: דאנערשטאג נאוועמבער 13, 2025 3:52 pm
דורך שעפעריש
ברוך אברהם האט געשריבן: ↑דאנערשטאג נאוועמבער 13, 2025 1:15 pm
נאסע שמאטעס האט געשריבן: ↑דאנערשטאג נאוועמבער 13, 2025 1:06 pm
לעכטיגע וועלט האט געשריבן: ↑דאנערשטאג נאוועמבער 13, 2025 11:58 am
גראדע בין איך ארויס אן טרעפן עפעס אפן קעגן זייער רעליגיע.. איך האב פשוט געהאט אסך 'קרעקס אין די אייס' ביז די אייז האט געקראכט אינגאצן.
און אויך נאר, ווייל איך האב געהאט א פלאץ ווי צו גיין, וואס דאס איז איינער פון די שטארקע סיבות פארוואס מענטשן אין קולט'ס קענען נישט ארויסגיין, ווייל מ'פילט אז מ'פאלט אריין אין וואסער.. (@יואל מארקוס וועט מיר פארשטיין) און פארדעם איז כנישתא חדא געווען אזוי וויכטיג פאר לב טהור..
א הייקעלע שאלה.
איז לדעתך דא א סכנה ביים ארויסנעמען א מענטש פון א קולט, אז איינמאל ער הייבט אן איינזען אז זיין אידישקייט איז געווען גרייזיג, וועט ער שוין נישט קענען שטעלן קיין ליניע און פאלן ביז אונטן ח"ו?
עס איז נישט קיין פראגע....
ליידער א מציאות.
אויב רעדסטו פון יוצאי לב טהור איז עס ממש נישט אזוי, מ'קען זיך דאס אליינס איבערצייגן ווי שיין און ערליך די יוצאים שטעלן זיך אוועק, ס'איז ממש אומבאשרייבלעך צו זעהן די איידעלקייט און ערליכקייט מיט וואס דעי יודן זענען געבענשט, א עצה טובה ווער ס'זוכט א גוטע חבר וואס איז צו גאט און צו לייט, זאל זעהן צו אנקניפן באציאונגען מיט איינע פון די יוצאים, איך רעד פון עקספיריענס
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
געפאוסט: דאנערשטאג נאוועמבער 13, 2025 3:53 pm
דורך ים התלמוד
מקשין העולם האט געשריבן: ↑דאנערשטאג נאוועמבער 13, 2025 3:42 pm
ים התלמוד האט געשריבן: ↑דאנערשטאג נאוועמבער 13, 2025 3:35 pm
יואל מארקוס האט געשריבן: ↑דאנערשטאג נאוועמבער 13, 2025 9:56 am
נאך א שטארקע יסוד איז די לימודים, כאילו נאר ביי זיי לערנט מען 'לשמה' , נאר זיי פארקויפן די 'אמתע' לימודים.
טוהט אונז רבינו מזידיטשוב זי"ע אויך קלאר מאכן אז די לימודים איז נישט די ריכטיגע וועג. און איז געווען 'כת ש"ץ'
ווען נישט דבריו הקדושים וואלט מען דאך געפילט אז מען האט דאך טאקע געהאט אזעלכע הויכע 'אמתע'לימודים...
[אגב האב איך שוין געטראפן אנדערע וואס פארקויפן אויך די זעלבע לימודים....וטעות היא בידם]
קענסטו אפשר מער מסביר זיין וואס דו מיינסט? איך פארשטיי אז זיינע לימודים האט ער געבויעט אויף ספרי רמח"ל וספרי חב"ד וואס זענען מסביר עניני קבלה ע"פ שכל, וואס הרה"ק מהרצ"ה מזידיטשוב זצוקללה"ה איז געוועהן זייער דערקעגן כמבואר בספרו סור מרע וע"ט. אבער דאס אליין איז נאך נישט קיין טענה כמובן, ווייל דאס איז שוין אן אלטע מחלוקת צווישן קדושי עליון, ודעביד כמר עביד ודעביד כמר עביד. האסטו געטראפן אין די לימודים גופא עפעס מער פראבלעמאטיש?
איך האק אריין אינמיטן ענקער שמועס:
איך האב נישט געזעהן זיינע ספרים, מ'האט עס אראפגענומען פון אוצר החכמה, אבער וויפיל איך האב יא געהערט פון זיינע שמועסן, איז עס געבויעט אויפ'ן ספר הדור האחרון פון ר' אלטר משה גאלדבערגער, פארשטייט זיך נאר די פרקים וואס ער האט געקענט נוצן פאר זיך, און נישט די פרקים וואס איז אקעגן, ווי למשל די שטיקל סור מרע ועשה טוב ווערט אויך געברענגט אין הדור האחרון, גראדע דריי מאל, פארשטייטס עטץ?
זייטס ווייטער ממשיך ענקער שמועס, אנטשולדיגט פארן איבערהאקן.
קודם כל איז ער געוועהן גענוג בר הכי אליין צו שרייבן הדור האחרון. און די יסודות וואס ר' יואל מארקוס ברענגט פון סור מרע איז געוועהן שטארק אנגענומען אין לב טהור. (אפילו ידידינו
@לויטערע הימל האט דא גערעדט די שפראך.) נאר ר' יואל האט דארט געטראפן סתירות אין דעם, דהיינו אז זיי אליין זענען עס נישט מקיים מיט פארשידענע תירוצים. נחזור לענינינו.
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
געפאוסט: דאנערשטאג נאוועמבער 13, 2025 4:02 pm
דורך מקשין העולם
ים התלמוד האט געשריבן: ↑דאנערשטאג נאוועמבער 13, 2025 3:53 pm
קודם כל איז ער געוועהן גענוג בר הכי אליין צו שרייבן הדור האחרון.
מאן יימר?
אז דו וועסט מיר ברענגן פסוקים אדער מאמרי זוה"ק בעניני עקבתא דמשיחא וערב רב וואס ער זאגט נאך און עס שטייט נישט דארט, דעמאלטס וועל איך וויסן.
אויב האט מען גערעדט דארט פון דעם סור מרע ועשה טוב, האב איך שוין נאך א שטיקל וואס קומט פון הדור האחרון. מאכט עס נאר שטערקער מיינע ווערטער, כאפסט?
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
געפאוסט: דאנערשטאג נאוועמבער 13, 2025 4:10 pm
דורך סטעישאן וועעגן
מענין לענין
הער איך אז ס'דא א נייע פרויען קולט אין בלומינגראוו?
ס'סאונד זייער שרעקעדיג..
אפשר איינער מיט מער דיטעילס זאל עפענען א אשכול דא, ולמצווה גדולה אז מענער זאלן וויסן פון פאראויס זיך צו היטן פון דעם.
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
געפאוסט: דאנערשטאג נאוועמבער 13, 2025 4:16 pm
דורך אנעקדאט
שעפעריש האט געשריבן: ↑דאנערשטאג נאוועמבער 13, 2025 3:52 pm
ברוך אברהם האט געשריבן: ↑דאנערשטאג נאוועמבער 13, 2025 1:15 pm
נאסע שמאטעס האט געשריבן: ↑דאנערשטאג נאוועמבער 13, 2025 1:06 pm
א הייקעלע שאלה.
איז לדעתך דא א סכנה ביים ארויסנעמען א מענטש פון א קולט, אז איינמאל ער הייבט אן איינזען אז זיין אידישקייט איז געווען גרייזיג, וועט ער שוין נישט קענען שטעלן קיין ליניע און פאלן ביז אונטן ח"ו?
עס איז נישט קיין פראגע....
ליידער א מציאות.
אויב רעדסטו פון יוצאי לב טהור איז עס ממש נישט אזוי, מ'קען זיך דאס אליינס איבערצייגן ווי שיין און ערליך די יוצאים שטעלן זיך אוועק, ס'איז ממש אומבאשרייבלעך צו זעהן די איידעלקייט פון ערליכקייט מיט וואס דעי יודן זענען געבענשט, א עצה טובה ווער ס'זוכט א בילד חבר וואס איז צו גאט און צו לייט, זאל זעהן צו אנקניפן באציאונגען מיט איינע פון די יוצאים, איך רעד פון עקספיריענס
די סיבה איז לכאורה ווייל זיי זענען נישט אויפן וואסער
סיי עס זענען דא נאך א גרויסע צאל יוצאים, און סיי זיי זענען ארומגענומען מיט א צעל זעלטן געטרייע עסקנים מיט די שטיצע און הילף פון כלל ישראל.
איך גלייב אז אן די הילף וואלטן רוב אנגעקומען זייער נישט גוט
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
געפאוסט: דאנערשטאג נאוועמבער 13, 2025 4:22 pm
דורך ים התלמוד
מקשין העולם האט געשריבן: ↑דאנערשטאג נאוועמבער 13, 2025 4:02 pm
ים התלמוד האט געשריבן: ↑דאנערשטאג נאוועמבער 13, 2025 3:53 pm
קודם כל איז ער געוועהן גענוג בר הכי אליין צו שרייבן הדור האחרון.
מאן יימר?
אז דו וועסט מיר ברענגן פסוקים אדער מאמרי זוה"ק וואס ער זאגט נאך און עס שטייט נישט דארט, דעמאלטס וועל איך וויסן.
אויב האט מען גערעדט דארט פון דעם סור מרע ועשה טוב, האב איך שוין נאך א שטיקל וואס קומט פון הדור האחרון. מאכט עס נאר שטערקער מיינע ווערטער, כאפסט?
ער האט אלעס גענומען פון הדור האחרון?! פליז!!! פרעג דיך אביסל נאך, און פראביר צו טרעפן זיינע ספרים. בעט איינער וואס האט שוין אוצה"ח פון עטליכע חדשים צוריק, פון פאר'ן אראפנעמן וועסטו שוין אליין פארשטיין.
אגב, איז דער שטיקל פון סור מרע זייער באקאנט, און עס ווערט געברענגט אין מערערע ספרים.
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
געפאוסט: דאנערשטאג נאוועמבער 13, 2025 4:27 pm
דורך מקשין העולם
סטעישאן וועעגן האט געשריבן: ↑דאנערשטאג נאוועמבער 13, 2025 4:10 pm
מענין לענין
הער איך אז ס'דא א נייע פרויען קולט אין בלומינגראוו?
ס'סאונד זייער שרעקעדיג..
אפשר איינער מיט מער דיטעילס זאל עפענען א אשכול דא, ולמצווה גדולה אז מענער זאלן וויסן פון פאראויס זיך צו היטן פון דעם.
איך האב געשריבן דערפון עטליכע טעג צוריק צו באקומען א ענטפער צו ס'איז דא א פשוט'ע עצה, דערווייל זעהט נישט אויס, נאר מיט די מהלך וואס די עסקנים האבן דא גענומען, נו ווער איז גרייט צו טוהן דערצו עס צו צוברעכן, אריינגערעכנט אריינשליידערן אפאר חברה אין חד גדיא.
קוק דיך צו, וויפיל חיזוק באקומען די ראשי העסקנים ביי אונזער פרשה????.... ווען די צייטונגען וואלטן זיי באזינגען וואלטן זיך נאך אידן צוגעכאפט צו אזעלכע שווערע מצוות.
די נאכשלעפערס זענען טאקע בעיקר נשים שדעתן קלות, אבער די מענער ליידן ליידער געפערליך.
עס הייסט כנפי נשרים. ס'איז דא א טעלפוין ליין וואס א אשה דבר'ט. די קינדער לערנען נישט אין קיין מוסדות, די פרומסטע מוסדות האבן זיי פארשיקט. די פירערס ליידער פון היימישע משפחות וואס מיר דארפן אכט געבן אויף זייער כבוד. אבער די פירערס מעגן וויסן אז יבוא יומם....
און אויף דעם וואס דו שרייבסט מענער זאלן וויסן פאראויס, איז דערווייל כדאי צו וויסן אזויפיל אז מענער זאלן וויסן נישט צו לאזן זייערע פרויען הערן האטליינס פון שיעורים וואס איז אקעגן די מעין סטריעם, בין בענינים הנוגעים לנשמה ובין בענינים הנוגעים לגוף. מ'דארף זאגן פאר די נשים צדקניות: יא די מעין סטריעם איז אין עולם השקר מיט קארופציע, און מיט דעם אלעם הערט מען נישט די אויפקלערערס. אונז לעב מיר אין א עולם השקר וואס מענטשן מיט געלט און מאכט האבן דאס ווארט, און דאס איז נאך אלס בעסער פון די וואס ווילן זיין די וועלטס פארזארגער אונז צו ראטעווען פון דעם שרעקליכן עולם השקר. לערן און דאווען און האדעווע דיינע קינדער, זוך דיר נישט צו שפירן אז דו לאזט זיך נישט נארן, און דיין האטליין זאגט אויס דעם אמת.
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
געפאוסט: דאנערשטאג נאוועמבער 13, 2025 4:34 pm
דורך ברוך אברהם
שעפעריש האט געשריבן: ↑דאנערשטאג נאוועמבער 13, 2025 3:52 pm
ברוך אברהם האט געשריבן: ↑דאנערשטאג נאוועמבער 13, 2025 1:15 pm
נאסע שמאטעס האט געשריבן: ↑דאנערשטאג נאוועמבער 13, 2025 1:06 pm
א הייקעלע שאלה.
איז לדעתך דא א סכנה ביים ארויסנעמען א מענטש פון א קולט, אז איינמאל ער הייבט אן איינזען אז זיין אידישקייט איז געווען גרייזיג, וועט ער שוין נישט קענען שטעלן קיין ליניע און פאלן ביז אונטן ח"ו?
עס איז נישט קיין פראגע....
ליידער א מציאות.
אויב רעדסטו פון יוצאי לב טהור איז עס ממש נישט אזוי, מ'קען זיך דאס אליינס איבערצייגן ווי שיין און ערליך די יוצאים שטעלן זיך אוועק, ס'איז ממש אומבאשרייבלעך צו זעהן די איידעלקייט פון ערליכקייט מיט וואס דעי יודן זענען געבענשט, א עצה טובה ווער ס'זוכט א בילד חבר וואס איז צו גאט און צו לייט, זאל זעהן צו אנקניפן באציאונגען מיט איינע פון די יוצאים, איך רעד פון עקספיריענס
מ'רעדט בכלליות.....
איינער האט עס שוין ארויסגעברענגט גלייך נאך מיין תשובה.
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
געפאוסט: דאנערשטאג נאוועמבער 13, 2025 4:35 pm
דורך שוין געגאנגען
סטעישאן וועעגן האט געשריבן: ↑דאנערשטאג נאוועמבער 13, 2025 4:10 pm
מענין לענין
הער איך אז ס'דא א נייע פרויען קולט אין בלומינגראוו?
ס'סאונד זייער שרעקעדיג..
אפשר איינער מיט מער דיטעילס זאל עפענען א אשכול דא, ולמצווה גדולה אז מענער זאלן וויסן פון פאראויס זיך צו היטן פון דעם.
די וואס האט אנגהבן די קאלט איז איינער פון די כת השאלים און ארץ-ישראל וואס האט זיך אנגהבן דארך הרב מתהילת ישראל
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
געפאוסט: דאנערשטאג נאוועמבער 13, 2025 4:38 pm
דורך גארנישט
שוין געגאנגען האט געשריבן: ↑דאנערשטאג נאוועמבער 13, 2025 4:35 pm
סטעישאן וועעגן האט געשריבן: ↑דאנערשטאג נאוועמבער 13, 2025 4:10 pm
מענין לענין
הער איך אז ס'דא א נייע פרויען קולט אין בלומינגראוו?
ס'סאונד זייער שרעקעדיג..
אפשר איינער מיט מער דיטעילס זאל עפענען א אשכול דא, ולמצווה גדולה אז מענער זאלן וויסן פון פאראויס זיך צו היטן פון דעם.
די וואס האט אנגהבן די קאלט איז איינער פון די כת השאלים און ארץ-ישראל וואס האט זיך אנגהבן דארך הרב מתהילת ישראל
עמטליך האט הרב מתהילות ישראל נישט געהאט קיין שייכות מיט די נשות הטאליבאן (נאר אונטערן טיש)
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
געפאוסט: דאנערשטאג נאוועמבער 13, 2025 4:55 pm
דורך מקשין העולם
ים התלמוד האט געשריבן: ↑דאנערשטאג נאוועמבער 13, 2025 4:22 pm
ער האט אלעס גענומען פון הדור האחרון?! פליז!!! פרעג דיך אביסל נאך, און פראביר צו טרעפן זיינע ספרים. בעט איינער וואס האט שוין אוצה"ח פון עטליכע חדשים צוריק, פון פאר'ן אראפנעמן וועסטו שוין אליין פארשטיין.
אגב, איז דער שטיקל פון סור מרע זייער באקאנט, און עס ווערט געברענגט אין מערערע ספרים.
איך האב נישט געזאגט אז ער האט נאר געקענט הדור האחרון, איך זאג אז די שיעורים וואס איך האב געהערט איז קלאר פון הדור האחרון. פינטל.
יא אוודאי האט ער געלערנט אנדערע ספרים, ווי רמח"ל חב"ד ליקוטי מוהר"ן און אויך נאך און נאך, אבער אני על משמרתי אעמודה אז ער האט זיך באניצט מיט'ן הדור האחרון, און גענומען פון דארט וואס ער האט געדארפט. בכלל נישט קיין פראבלעם, מ'מעג נוצן א ליקוט ספר.
די שכוח קומט זיך פאר ר' אלטר משה.
אגב קען איך אפווענדן אלע זיינע פשט'לעך נאר מ'טאר זיך נישט מטפל זיין ברבים דערמיט.
אויב וועל איך אמאל אנקומען צום אור הוי', וועל איך דעמאלטס אפלערנען זיין בקיאות און ידיעות. דערוויילט בלייב איך ביי דעם.
איך פארשטיי זייער גוט וואס עס באדערט דיך, דהיינו אז אויב אין עניני עבודת ה' האט ער נישט געדארפט צוקומען צו אלטר משה, איז פארוואס זאל איך טראכטן אז אין עניני עקבתא דמשיחא יא, וואס זאל איך אבער טוהן אז איך טרעף אלעס וואס ער זאגט נאך "פון אינעווייניג" בעניני עקבתא דמשיחא וערב רב דארט, וואס איך טרעף נישט דארט איז די פשט'לעך וואס ער לייגט אליינס צו, דאס שטייט שוין טאקע נישט פון פריערדיגע, דאס איז שוין אייגנס.
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
געפאוסט: דאנערשטאג נאוועמבער 13, 2025 4:56 pm
דורך מבקש
גארנישט האט געשריבן: ↑דאנערשטאג נאוועמבער 13, 2025 4:38 pm
שוין געגאנגען האט געשריבן: ↑דאנערשטאג נאוועמבער 13, 2025 4:35 pm
סטעישאן וועעגן האט געשריבן: ↑דאנערשטאג נאוועמבער 13, 2025 4:10 pm
מענין לענין
הער איך אז ס'דא א נייע פרויען קולט אין בלומינגראוו?
ס'סאונד זייער שרעקעדיג..
אפשר איינער מיט מער דיטעילס זאל עפענען א אשכול דא, ולמצווה גדולה אז מענער זאלן וויסן פון פאראויס זיך צו היטן פון דעם.
די וואס האט אנגהבן די קאלט איז איינער פון די כת השאלים און ארץ-ישראל וואס האט זיך אנגהבן דארך הרב מתהילת ישראל
עמטליך האט הרב מתהילות ישראל נישט געהאט קיין שייכות מיט די נשות הטאליבאן (נאר אונטערן טיש)
האבנדיג געוואוינט עטליכע יאר בשכנות פון ביהמ"ד תהילות ישראל אין זייענדיג נאנט מיט עטליכע פון זיינע אייניקלעך קען איך מעיד זיין אז ער האט דירעקט נישט געהאלטן אז מען זאל זיך קליידן ווי די נשות הטאליבאן, ער האט זיי נאר פארטיידיגט פון זייער רודפים אין ארויס געברענגט אז עס האט מקורות.., אבער נישט אויף למעשה.
ובנותיו ונכדותיו יוכיחו.
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
געפאוסט: דאנערשטאג נאוועמבער 13, 2025 4:58 pm
דורך מנהיג
כל הקהל הקדוש מוזמן
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
געפאוסט: דאנערשטאג נאוועמבער 13, 2025 5:00 pm
דורך געצל
מקשין העולם האט געשריבן: ↑דאנערשטאג נאוועמבער 13, 2025 4:27 pm
סטעישאן וועעגן האט געשריבן: ↑דאנערשטאג נאוועמבער 13, 2025 4:10 pm
מענין לענין
הער איך אז ס'דא א נייע פרויען קולט אין בלומינגראוו?
ס'סאונד זייער שרעקעדיג..
אפשר איינער מיט מער דיטעילס זאל עפענען א אשכול דא, ולמצווה גדולה אז מענער זאלן וויסן פון פאראויס זיך צו היטן פון דעם.
איך האב געשריבן דערפון עטליכע טעג צוריק צו באקומען א ענטפער צו ס'איז דא א פשוט'ע עצה, דערווייל זעהט נישט אויס, נאר מיט די מהלך וואס די עסקנים האבן דא גענומען, נו ווער איז גרייט צו טוהן דערצו עס צו צוברעכן, אריינגערעכנט אריינשליידערן אפאר חברה אין חד גדיא.
קוק דיך צו, וויפיל חיזוק באקומען די ראשי העסקנים ביי אונזער פרשה????.... ווען די צייטונגען וואלטן זיי באזינגען וואלטן זיך נאך אידן צוגעכאפט צו אזעלכע שווערע מצוות.
די נאכשלעפערס זענען טאקע בעיקר נשים שדעתן קלות, אבער די מענער ליידן ליידער געפערליך.
עס הייסט כנפי נשרים. ס'איז דא א טעלפוין ליין וואס א אשה דבר'ט. די קינדער לערנען נישט אין קיין מוסדות, די פרומסטע מוסדות האבן זיי פארשיקט. די פירערס ליידער פון היימישע משפחות וואס מיר דארפן אכט געבן אויף זייער כבוד. אבער די פירערס מעגן וויסן אז יבוא יומם....
און אויף דעם וואס דו שרייבסט מענער זאלן וויסן פאראויס, איז דערווייל כדאי צו וויסן אזויפיל אז מענער זאלן וויסן נישט צו לאזן זייערע פרויען הערן האטליינס פון שיעורים וואס איז אקעגן די מעין סטריעם, בין בענינים הנוגעים לנשמה ובין בענינים הנוגעים לגוף. מ'דארף זאגן פאר די נשים צדקניות: יא די מעין סטריעם איז אין עולם השקר מיט קארופציע, און מיט דעם אלעם הערט מען נישט די אויפקלערערס. אונז לעב מיר אין א עולם השקר וואס מענטשן מיט געלט און מאכט האבן דאס ווארט, און דאס איז נאך אלס בעסער פון די וואס ווילן זיין די וועלטס פארזארגער אונז צו ראטעווען פון דעם שרעקליכן עולם השקר. לערן און דאווען און האדעווע דיינע קינדער, זוך דיר נישט צו שפירן אז דו לאזט זיך נישט נארן, און דיין האטליין זאגט אויס דעם אמת.
יישר כח פאר דיין תגובה
איז דאס די גרופע וואס געוויסע דערפון האבן זיך לעצטנס אריבערגעצויגן קיין מאראקא?
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
געפאוסט: דאנערשטאג נאוועמבער 13, 2025 5:02 pm
דורך נאסע שמאטעס
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
געפאוסט: דאנערשטאג נאוועמבער 13, 2025 5:08 pm
דורך סטעישאן וועעגן
100%
ס'דא היינט האטליינס וואס דרייען אהן פרויען בענין כיסוי ראש בשעת וואס זייערע מענער דארפן עס ווי א לאך אין קאפ, נאר אדער שעמט ער זיך צו זיין דער קל אדער איז ער א שוואכלינג און האט נישט די פאוער צו זאגן זיין מיינונג
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
געפאוסט: דאנערשטאג נאוועמבער 13, 2025 5:13 pm
דורך מקשין העולם
געצל האט געשריבן: ↑דאנערשטאג נאוועמבער 13, 2025 5:00 pm
יישר כח פאר דיין תגובה
איז דאס די גרופע וואס געוויסע דערפון האבן זיך לעצטנס אריבערגעצויגן קיין מאראקא?
ס'נאר געווען א שמועה אז זיי קלערן דערפון.
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
געפאוסט: דאנערשטאג נאוועמבער 13, 2025 5:13 pm
דורך ים התלמוד
מקשין העולם האט געשריבן: ↑דאנערשטאג נאוועמבער 13, 2025 4:55 pm
ים התלמוד האט געשריבן: ↑דאנערשטאג נאוועמבער 13, 2025 4:22 pm
ער האט אלעס גענומען פון הדור האחרון?! פליז!!! פרעג דיך אביסל נאך, און פראביר צו טרעפן זיינע ספרים. בעט איינער וואס האט שוין אוצה"ח פון עטליכע חדשים צוריק, פון פאר'ן אראפנעמן וועסטו שוין אליין פארשטיין.
אגב, איז דער שטיקל פון סור מרע זייער באקאנט, און עס ווערט געברענגט אין מערערע ספרים.
איך האב נישט געזאגט אז ער האט נאר געקענט הדור האחרון, איך זאג אז די שיעורים וואס איך האב געהערט איז קלאר פון הדור האחרון. פינטל. איך געב נישט אויף אפילו דו ווילסט. איך האב מיך טאקע איינגעהאלטן ביז היינט פון עס שרייבן דא, אבער אז דו האסט געפרעגט וועגן רמח"ל און חב"ד האב איך זיך שוין נישט געקענט איינהאלטן.
יא אוודאי האט ער געלערנט אנדערע ספרים, ווי רמח"ל חב"ד ליקוטי מוהר"ן און ס'דא א שטיקל פון מאיר עיני חכמים וואס ער זאגט נאך, אבער אני על משמרתי אעמודה אז ער האט זיך באניצט מיט'ן הדור האחרון, און גענומען פון דארט וואס ער האט געדארפט.
די שכוח קומט זיך פאר ר' אלטר משה.
אגב קען איך אפווענדן אלע זיינע פשט'לעך נאר מ'טאר זיך נישט מטפל זיין ברבים דערמיט.
אויב וועל איך אמאל אנקומען צום אור הוי', וועל איך דעמאלטס אפלערנען זיין בקיאות און ידיעות. דערוויילט בלייב איך ביי דעם.
יישר כח פאר'ן אויסקלארן. איך בין מסכים אז עס איז זייער מעגליך אז ער האט זיך באנוצט מיט'ן הדור האחרון. איך בין כמעט זיכער אז זיי האבן עס געהאט אין זייערע קנין ספרים.
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
געפאוסט: דאנערשטאג נאוועמבער 13, 2025 5:16 pm
דורך מקשין העולם
סטעישאן וועעגן האט געשריבן: ↑דאנערשטאג נאוועמבער 13, 2025 5:08 pm
ס'דא היינט האטליינס וואס דרייען אהן פרויען בענין כיסוי ראש בשעת וואס זייערע מענער דארפן עס ווי א לאך אין קאפ, נאר אדער שעמט ער זיך צו זיין דער קל אדער איז ער א שוואכלינג און האט נישט די פאוער צו זאגן זיין מיינונג
די עצה איז אראפצוהאקן די טעלפוין ביי די ערשטע קאלל, און נישט זיך דערמאנען ווען ס'איז שוין צו שפעט.
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
געפאוסט: דאנערשטאג נאוועמבער 13, 2025 5:18 pm
דורך מקשין העולם
ים התלמוד האט געשריבן: ↑דאנערשטאג נאוועמבער 13, 2025 5:13 pm
יישר כח פאר'ן אויסקלארן. איך בין מסכים אז עס איז זייער מעגליך אז ער האט זיך באנוצט מיט'ן הדור האחרון. איך בין כמעט זיכער אז זיי האבן עס געהאט אין זייערע קנין ספרים.
איך האב שוין געהאט אנגעפרעגט ר' יואל מארקוס דערוועגן, נאכנישט באקומען קיין תשובה.
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
געפאוסט: דאנערשטאג נאוועמבער 13, 2025 5:24 pm
דורך על פי תורה
ברכת מזל טוב
לידידינו החשוב עסקן נמרץ ליוצאי לב טהור
הרה''ג ר' שמואל יואל מילער שליט''א
וואכנאכט הלילה בביתו בוויליאמסבורג
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
געפאוסט: דאנערשטאג נאוועמבער 13, 2025 5:26 pm
דורך גדליה