איך האלט אז אויב איך וואלט נישט געטראפן אן אנדערע נארמאלע פלאץ וואלט געווען צרות מיט מיר..נאסע שמאטעס האט געשריבן: ↑דאנערשטאג נאוועמבער 13, 2025 1:06 pmא הייקעלע שאלה.לעכטיגע וועלט האט געשריבן: ↑דאנערשטאג נאוועמבער 13, 2025 11:58 amגראדע בין איך ארויס אן טרעפן עפעס אפן קעגן זייער רעליגיע.. איך האב פשוט געהאט אסך 'קרעקס אין די אייס' ביז די אייז האט געקראכט אינגאצן.יואל מארקוס האט געשריבן: ↑דאנערשטאג נאוועמבער 13, 2025 9:56 am
לדעתי, אז די וועסט ליינען 'בריוו פון א יוצא' וועסטו נישט פרעגן די קשיא.
-----
באמת דאס איז שווער מחליט צו זיין.
נאר אז די האסט א שטארקע יסוד פארוואס עס איז זיכער נישט גוט, אפילו האסט נאכנישט פארענטפערט אלע צווייפלונגן.
און נאך שטערקער ווען די האסט שטארקע מקור, אויף דאס וואס איז ביי זיי די יסוד, אז עס איז נישט ריכטיג.
ווי למשל ביי מיר איז די 'סור מרע ועשה טוב ' וואס איך האב געברענגט פריער.
א דוגמא וואס זיי האבן אויך פארקויפט אז א רבי קען נישט הייסן אנקעגען די תורה, [די סתירה האב איך שוין מברר געווען ביי אינטערוויו] נאר זיי האבן געברענגט א כלל אז נאך חזקה מעג מען פאלגן א הוראת שעה. און זיי האבן דאך שוין 'חזקה' ממילא איז זייער 'בירור ע"פ תורה ' אדער הוראת שעה די ''אמת''.
דאס מאכט א מענטש זייער צומישט 'קען איך דען אלעס? אפשר זענען זיי גערעכט, און זיי פארשטייען טאקע די 'אמתע' דעת תורה........ נאר נאכן זעהן די דעת תורה פון ר' הערשעלע זידיטשויבער, און בפרט די הגהות פון בנין יששכר אויפן פלאץ וואס איז מברר באריכות אז חזקה און הוראת שעה איז נאר ביי א נביא (שאין לנו נביאים עס ביאת המשיח, -להוציא ממי שטוען שיש לרבו דין נביא). אין נישט ביי א רבי/רב .....(הנהלה, ספרא, חכם.....)
ממילא ווערט דיר שוין פארענטפערט. פוהלסטו רואיגער אז די האסט געטאן די ריכטיגע שריט.
נאך א שטארקע יסוד איז די לימודים, כאילו נאר ביי זיי לערנט מען 'לשמה' , נאר זיי פארקויפן די 'אמתע' לימודים.
טוהט אונז רבינו מזידיטשוב זי"ע אויך קלאר מאכן אז די לימודים איז נישט די ריכטיגע וועג. און איז געווען 'כת ש"ץ'
ווען נישט דבריו הקדושים וואלט מען דאך געפילט אז מען האט דאך טאקע געהאט אזעלכע הויכע 'אמתע'לימודים...
[אגב האב איך שוין געטראפן אנדערע וואס פארקויפן אויך די זעלבע לימודים....וטעות היא בידם]
און אויך נאר, ווייל איך האב געהאט א פלאץ ווי צו גיין, וואס דאס איז איינער פון די שטארקע סיבות פארוואס מענטשן אין קולט'ס קענען נישט ארויסגיין, ווייל מ'פילט אז מ'פאלט אריין אין וואסער.. (@יואל מארקוס וועט מיר פארשטיין) און פארדעם איז כנישתא חדא געווען אזוי וויכטיג פאר לב טהור..
איז לדעתך דא א סכנה ביים ארויסנעמען א מענטש פון א קולט, אז איינמאל ער הייבט אן איינזען אז זיין אידישקייט איז געווען גרייזיג, וועט ער שוין נישט קענען שטעלן קיין ליניע און פאלן ביז אונטן ח"ו?
אבער ב"ה איך האב געטראפן א הייליגע איד וואס געט מיר די חיזוק צו פארשטיין מרחוק, אז דאס איז געווען א חלק מיט מיין זשורני וואס איך האב געדארפט דורכגיין..
למשל יצחק אבינו האט אויך אויסגעפונען סוף פון זיין לעבן אז ער האט געמאכט א שטיקל (בחינת) טעות מיטן האלטן אז עשיו איז די קומענדיגע "אבינו".. און ער איז געווען 'גבורה'.. וואס א משהו פון א טעות ביי א 'גבורה מענטש' איז עק וועלט.. און וואס האט ער געזאגט ווען ער האט אויסגעפונען? "גם ברוך יהיה".. ער האט געזעהן גהינום פתוח תחתיו ווען עשיו איז אריין, האט שוין פארשטאנען אז א גאנץ לעבן האט ער געלעבט אין א ויאהב את עשיו.. און אויף דעם האט ער געזאגט גם ברוך יהיה.. דער אייבישטער האט אזוי געוואלט מיין לעבן.. איז עס אויך געבענטשט..
און מ'זעהט אז ס'איז טאקע ארויסגעקומען אסאך תורה פון עשיו, גאנץ תורה שבעל פה קומט פון ר' עקיבא (ר' שמעון בר יוחאי'ס רבי), אונקלוס, שמעיה ואבטליון.. קען מען זאגן אז דאס איז געווען פון יצחק'ס כח וואס ער האט אריינגעלייגט אגאנץ לעבן צו מחנך זיין עשיו און בעטן פאר עם..
בקיצור, דער אייבישטער האט מיר געוויזן אזא אהבה ב"ה אז איך קען זאגן פון צייט צו צייט "גם ברוך יהיה"..