מרדכי היהודי האט געשריבן: ↑מיטוואך נאוועמבער 12, 2025 11:55 pm
@לעכטיגע וועלט אויב די ראש פון אייער קולט איז באמת אן עובד השם, פון וואנעט ווייסט איר אז איר האט געטוהן די ריכטיגע זאך מיטן אוועק גיין?
לדעתי, אז די וועסט ליינען 'בריוו פון א יוצא' וועסטו נישט פרעגן די קשיא.
-----
באמת דאס איז שווער מחליט צו זיין.
נאר אז די האסט א שטארקע יסוד פארוואס עס איז זיכער נישט גוט, אפילו האסט נאכנישט פארענטפערט אלע צווייפלונגן.
און נאך שטערקער ווען די האסט שטארקע מקור, אויף דאס וואס איז ביי זיי די יסוד, אז עס איז נישט ריכטיג.
ווי למשל ביי מיר איז די 'סור מרע ועשה טוב ' וואס איך האב געברענגט פריער.
א דוגמא וואס זיי האבן אויך פארקויפט אז א רבי קען נישט הייסן אנקעגען די תורה, [די סתירה האב איך שוין מברר געווען ביי אינטערוויו] נאר זיי האבן געברענגט א כלל אז נאך חזקה מעג מען פאלגן א הוראת שעה. און זיי האבן דאך שוין 'חזקה' ממילא איז זייער 'בירור ע"פ תורה ' אדער הוראת שעה די ''אמת''.
דאס מאכט א מענטש זייער צומישט 'קען איך דען אלעס? אפשר זענען זיי גערעכט, און זיי פארשטייען טאקע די 'אמתע' דעת תורה........ נאר נאכן זעהן די דעת תורה פון ר' הערשעלע זידיטשויבער, און בפרט די הגהות פון בנין יששכר אויפן פלאץ וואס איז מברר באריכות אז חזקה און הוראת שעה איז נאר ביי א נביא (שאין לנו נביאים עס ביאת המשיח, -להוציא ממי שטוען שיש לרבו דין נביא). אין נישט ביי א רבי/רב .....(הנהלה, ספרא, חכם.....)
ממילא ווערט דיר שוין פארענטפערט. פוהלסטו רואיגער אז די האסט געטאן די ריכטיגע שריט.
נאך א שטארקע יסוד איז די לימודים, כאילו נאר ביי זיי לערנט מען 'לשמה' , נאר זיי פארקויפן די 'אמתע' לימודים.
טוהט אונז רבינו מזידיטשוב זי"ע אויך קלאר מאכן אז די לימודים איז נישט די ריכטיגע וועג. און איז געווען 'כת ש"ץ'
ווען נישט דבריו הקדושים וואלט מען דאך געפילט אז מען האט דאך טאקע געהאט אזעלכע הויכע 'אמתע'לימודים...
[אגב האב איך שוין געטראפן אנדערע וואס פארקויפן אויך די זעלבע לימודים....וטעות היא בידם]