איך האק אריין אינמיטן ענקער שמועס:ים התלמוד האט געשריבן: ↑דאנערשטאג נאוועמבער 13, 2025 3:35 pmקענסטו אפשר מער מסביר זיין וואס דו מיינסט? איך פארשטיי אז זיינע לימודים האט ער געבויעט אויף ספרי רמח"ל וספרי חב"ד וואס זענען מסביר עניני קבלה ע"פ שכל, וואס הרה"ק מהרצ"ה מזידיטשוב זצוקללה"ה איז געוועהן זייער דערקעגן כמבואר בספרו סור מרע וע"ט. אבער דאס אליין איז נאך נישט קיין טענה כמובן, ווייל דאס איז שוין אן אלטע מחלוקת צווישן קדושי עליון, ודעביד כמר עביד ודעביד כמר עביד. האסטו געטראפן אין די לימודים גופא עפעס מער פראבלעמאטיש?יואל מארקוס האט געשריבן: ↑דאנערשטאג נאוועמבער 13, 2025 9:56 am נאך א שטארקע יסוד איז די לימודים, כאילו נאר ביי זיי לערנט מען 'לשמה' , נאר זיי פארקויפן די 'אמתע' לימודים.
טוהט אונז רבינו מזידיטשוב זי"ע אויך קלאר מאכן אז די לימודים איז נישט די ריכטיגע וועג. און איז געווען 'כת ש"ץ'
ווען נישט דבריו הקדושים וואלט מען דאך געפילט אז מען האט דאך טאקע געהאט אזעלכע הויכע 'אמתע'לימודים...
[אגב האב איך שוין געטראפן אנדערע וואס פארקויפן אויך די זעלבע לימודים....וטעות היא בידם]
איך האב נישט געזעהן זיינע ספרים, אויך נאך נישט קיינמאל געהערט א שמועס פון אים בעניני יראה אהבה דביקות און שויתי צו קענען אפשאצן זיינע ידיעות און בקיאות, אבער וויפיל איך האב יא געהערט פון זיינע שמועסן, זענען די שמועסן געבויעט כמעט נאר אויפ'ן ספר הדור האחרון פון ר' אלטר משה גאלדבערגער. פארשטייט זיך נאר די פרקים וואס ער האט געקענט נוצן פאר זיך, און נישט די פרקים וואס איז אקעגן, ווי למשל דעם שטיקל סור מרע ועשה טוב וואס ווערט אויך געברענגט אין הדור האחרון, גראדע דריי מאל. פארשטייטס עטץ?
זייטס ווייטער ממשיך ענקער שמועס, אנטשולדיגט פארן איבערהאקן.