מרן הגה"ק רבינו משה בן הגה"ק חיים צבי זצ"ל, בעל ברך משה מסאטמאר - כ"ו ניסן תשס"ו

אונזער היסטאריע
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 9342
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 16197

מרן הגה"ק רבינו משה בן הגה"ק חיים צבי זצ"ל, בעל ברך משה מסאטמאר - כ"ו ניסן תשס"ו

פאוסט דורך ניקל »

קוק איך מיר אזוי ארום און איך קען נישט גלייבן אונז האלט מיר שוין 2 טאג נאך די יומא דהילולא קדישא און עס איז נאך נישטא קיין אשכול
לאמיר גיין פתיחה

שבת קודש כ"ו ניסן, איז אויסגעפאלן די יומא דהילולא קדישא פון הגה"ק רבינו משה ב"ר חיים צבי זי"ע (טייטלבוים), בעל ברך משה, אדמו"ר מסאטמאר,
די רבי איז געבוירן אין שטאט ראצפערט אונגארן, כ"ג חשון בשנת תרע"ה, צו זיין טאטן הרה"ק רבי חיים צבי בעל עצי חיים מסיגוט זי"ע,
בן הרה"ק רבי חנני' יו"ט בעל קדושת יו"ט מסיגוט זי"ע,
בן הרה"ק רבי יקותיאל יהודה בעל ייטב לב מסיגוט זי"ע,
בן הרה"ק רבי אלעזר ניסן מדרוהוביטש זי"ע,
בן הרה"ק בעל ישמח משה מאוהעל זי"ע,

און צו זיין מאמע הרבנית הצדקת מרת ברכה סימא ע"ה,
בת הרה"ק רבי שלום אליעזר הלברשטאם מראצפערט זי"ע, הי"ד, בן הרה"ק בעל דברי חיים מצאנז זי"ע,

ער איז געווען דער צענטער דור פונעם הייליגען בעש"ט הקדוש זי"ע לויט דעם סדר הדורות,
חתן הרה"ק רבי שלום אליעזר מראצפערט זי"ע,
חתן הרה"ק רבי מרדכי דוב מהורנסטייפל זי"ע,
בן הרה"ק רבי משולם זושא מטאלמאש זי"ע,
בן הרה"ק רבי יחיאל מיכל מקירימא זי"ע,
בן הרה"ק רבי צבי מנחם מאניפולי זי"ע,
חתן הרה"ק רבי דוד מאולניב זי"ע,
בן הרה"ק רבי צבי זי"ע,
בנו יחידו פון מרן הרה"ק הבעש"ט זי"ע,

אויך איז ער געווען א אייניקל פונעם הייליגע בעל התניא זי"ע, ווייל הרה"ק רבי משולם זושא מטאלמאש זי"ע, איז געווען א איידעם ביי הרה"ק רבי יעקב ישראל מטשערקאס זי"ע,
בן הרה"ק רבי מרדכי מטשרנוביל זי"ע,
חתן הרה"ק רבי דובער מליובאוויטש זי"ע,
בן הרה"ק רבי שניאור זלמן בעל התניא זי"ע,

יום הקדוש תרצ"ה איז אנגעקומען א שמועה אז די רוסישע מיליטער דערנעטערט זיך צו דעם שטאט סיגוט, דער הייליגער עצי חיים איז דאן אנטלאפען קיין ראצפערט צום שווער, און דארט אין ראצפערט איז דער רבי דער ברך משה געבוירן געווארן, און וויילענדיג דארט אין ראצפערט איז דער עצי חיים געגאנגען צו הרה"ק רבי ישכר דוב מבעלזא זי"ע, וואס האט אים זייער מכבד געווען ביי דעם טיש און אויך האט ער אים געהייסן זיין דער בעל קורא ביים ליינען און געגעבען די עלי' פון שישי.

דאנערשטאג ראש חודש כסלו תרע"ה איז פארגעקומען די ברית, מיט סנדקאות האט דער עצי חיים מכבד געווען הרה"ק רבי ישכר דוב מבעלזא זי"ע, דער בעלזא רב האט אנגעטון דעם שטריימל לכבוד דעם ברית און געהייסן אויך די אלע יושבים מען זאל זיך אנטון שבת'דיג לכבוד דעם ברית ביים עצי חיים זי"ע.

מען האט דעם קינד א נאמען געגעבן נאכן הייליגען זיידע דער ישמח משה זי"ע, ויקרא שמו בישראל משה.

דארט ביים ברית האט זיך געמאכט א פלפול אין עפעס א סוגיא צווישן די בעלזער רב און רבי שלום אליעזר'ל דער שווער פונעם עצי חיים, און דער עצי חיים איז דארט געזעצען און אויס געהערט דעם גאנצן שמועס. נאך א שטיק צייט האט דער בעלזער רב געפרעגט פונעם עצי חיים וואס ער זאגט.האט דער הייליגער עצי חיים געהייסן ברענגען א גמרא און געוויזען אז די גאנצע פלפול איז א תוספות אין ש"ס.

די אלע רבנים וואס זענען דארט געווען זענען ארויס פון התפעלות פון דעם בקיאות פונעם עצי חיים זי"ע, און דער בעלזער רב האט דערנאך געזאגט פאר זיינע מקורבים אז דער גרעסטער חידוש פון די גאנצע מעשה איז די כוח המעצר פונעם הייליגען עצי חיים פון נישט ארויסווייזען זיין בקיאות פאר מען האט אים געפרעגט.

דער רבי זי"ע, האט געהאט די זכי' בילדותו צו קענען אסאך צדיקים וקדושים מדורות הקודמים, ווייל זיין טאטע דער הייליגער עצי חיים פלעגט אים אסאך מיט נעמען ווען ער איז געגאנגען צו צדיקים און אויך פלעגט ער מיטגיין ווען דער טאטע איז געפארן קיין סאבראנץ צום בעדער, ער האט נאך געזעהן הרה"ק רבי ישעי'לע קערעסטירער זי"ע, און הרה"ק רבי בעריש'ל ווערעצקיער זי"ע, און איינמאל איז ער געווען מיטן טאטן ווען ער איז געגאנגען שפאצירן מיט הגה"צ רבי שמואל גראס אב"ד קראלי זי"ע, און אויך האט ער זוכה געווען צו קענען אסאך תלמידים פונעם הייליגען זיידן דער ייטב לב זי"ע.

אויך איז ער איין יאר געפארן מיטן זיידן הרה"ק רבי שלום אליעזר'ל זי"ע הי"ד קיין צאנז אויף די יארצייט פונעם זיידן דער דברי חיים זי"ע, און דאן האט ער זוכה געווען צו זעהן הרה"ק רבי אריה' לייבוש הלברשטאם אב"ד צאנז זי"ע, און אויך הרה"ק רבי סיני הלברשטאם זשמיגראדער רב זי"ע, הי"ד.

ער האט אסאך געלערנט פון זיין הייליגען טאטן דער עצי חיים זי"ע, וואס האט דעם קינד געהאלטן נאנט צו זיך ווי דאס שווארץ אפעל פונעם אויג.
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 9342
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 16197

Re: מרן הגה"ק רבינו משה בן הגה"ק חיים צבי - בעל ברך משה מסאטמאר - כ"ו ניסן תשס"ו

פאוסט דורך ניקל »

ליידער איז ער געווען נאר 11 יאר ווען עס איז אים אוועקגענומען געווארן זיין הייליגע טאטע פריצייטיג זייענדיג 46 יאר אלט, און עס האט זייער צובראכען דעם קינד משה וואס איז געווען מורא'דיג צו געבינדען צום גרויסן טאטן, און ליידער 3 חדשים שפעטער איז שבר אחר שבר אויך די מאמע ע"ה נפטר געווארן פון גרויס צער פון פארלירען איר הייליגער מאן, און די קינדער זענען געבליבן קיילעכדיגע יתומים פון די טאטע און די מאמע.

דאן האט דעם רבינ'ס פעטער מרן רבינו הקוה"ט בעל דברי יואל זי"ע גענומען דעם שטוב אינטער זיך, ער האט באזארגט אלע געברויכען פאר דעם גאנצען שטוב און זיי חתונה געמאכט, דאן איז די רבי די ברך משה געווארן גאר מקושר צום פעטער זי"ע, וואס האט מיט אים אסאך געלערנט און אויך האט ער געהאט א זכי' צו גיין אויף אסאך נסיעות מיטן פעטער זי"ע.

אין חדר יארן האט ער געלערנט ביי הרב החסיד רבי יעקב דייטש ז"ל, אין סיגוט, אויך האט ער געלערנט ביי החסיד המפורסם רבי חיים הלל הילער ז"ל.

ער האט דאן זייענדיג א גאר יונג קינד שוין גע'שמ'ט מיט זיין שארפע קאפ און א געוואלדיגע התמדת התורה, און ער איז געווען די ילד שעשועים ביי זיין טאטן פאר די קורצע צייט וואס ער האט נאך זוכה געווען צו זיין על ברכי אביו ביז צו דעם פריצייטיגע פטירה, און ווי באקאנט האט די לעצטע שטיק צייט ווען די טאטע איז שוין געווען זייער נישט געזונט און ער פלעגט ליידער ליגען אין בעט פלעגט ער דארט אין בעט לערנען מיט זיינע צוויי הייליגע קינדער הרה"ק רבי יקותיאל יהודה זי"ע און הרה"ק רבינו זי"ע אסאך סוגיות פון ש"ס, און דאס איז געבליבן מיטן רבין דער ברך משה יארן שפעטער.

אלס בחור האט ער געלערנט ביי הגה"צ רבי זלמן לייב גרויס אב"ד בערבעשט זי"ע, וואס האט מיט אים געלערנט שולחן ערוך חושן משפט און אים געגעבן די הוראה, און שפעטער ווען די טאטע איז נפטר געווארן האט דער בערבעטשער רב זי"ע זיך אריבער געצויגען קיין סיגוט כדי ארויסצוהעלפן די משפחה פונעם עצי חיים און אויך צו צוהעלפן דעם יונגען רב הרה"ק רבי יקותיאל יהודה זי"ע הי"ד וואס האט דאן איבער גענומען דאס רבנות אין סיגוט.

ער האט זוכה געווען זיך מתאבק זיין בעפר פון גרויסע צדיקי דורו, ווי זיין פעטער הרה"ק רבי ישעי'לע טשחויבער זי"ע, און הרה"ק רבי אליעזר דוד גרינוואלד אב"ד סאטמאר בעל קרן לדוד זי"ע, אויך הרה"ק בעל כנסת יחזקאל מדעעש זי"ע, און הרה"ק רבי נפתלי טייטלבוים אב"ד נירבאטור זי"ע, און הרה"ק רבי פיניעל'ע מאוסטילא זי"ע הי"ד, און אויך זיין פעטער הגה"צ רבי מנחם מענדל ראזענפעלד אב"ד מקאמינקא זי"ע, א איידעם פונעם זיידן רבי שלום אליעזר'ל זי"ע.

ערב שבת קודש פרשת כי תבא בשנת תרצ"ו האט ער חתונה געהאט בזיווג ראשון מיט הרבנית הצדקת מרת חנה ע"ה, די טאכטער פון זיין פעטער הגה"צ רבי חנוך העניך מאיער אב"ד קערעצקי זי"ע, איידעם ביי זקינו הרה"ק בעל קדושת יו"ט זי"ע.

הרה"ח ר' לייב פראמאוויטש ז"ל האט דערציילט אז ער האט געהאט די זכי' צו געבן דעם ערשטן קוויטל פארן רבין דער ברך משה זי"ע, און דאס איז געווען ביי די חתונה ווען דער פעטער רביה"ק זי"ע האט געהייסן דעם חתן אז ער זאל נעמען קוויטלעך, און דער פעטער האט צוגעקוקט בחדות הנפש ווי ער נעמט קוויטלעך, אויך האט הרה"ק בעל מנחת אלעזר ממונקאטש זי"ע געגעבן פארן רבין דרשה געשאנק לכבוד דעם חתונה.

נאך די חתונה איז ער געבליבן סמוך על שלחנו פונעם שווער דער קערעצקיער רב זי"ע, מען האט אים דארט אויף גענומען אלס ריש מתיבתא אין ישיבת בית דוד פונעם שווער, און פון דארט זענען טאקע ארויס געקומען גאר חשובע בחורים און מורי הוראות בישראל.

סוף יאר בשנת תש"א האט מען אים אויף גענומען אלס רב אין שטאט זענטא, און די פעטער רביה"ק הדברי יואל זי"ע איז געקומען אויפן ערשטען שבת כדי צו באגלייטען דעם יונגען רבין אויפן נייעם פלאץ,

דארט האט ער געהאט א גרויסע עולם פון תלמידים פונעם זיידן דער קדושת יו"ט און פון זיין טאטן דער עצי חיים זי"ע, וואס האבן דעם רבין אויף גענומען מיט א שמחה, און ער האט דארט מרביץ תורה געווען פאר הונדערטער תלמידים מיט א מוראדיגע התמדה, אויך פארציילט מען אז די גאנצע קוויטל געלט וואס ער האט געמאכט יענעם ערב יום כיפור האט ער געגעבן פאר הגה"ק רבי אליעזר יעקב רויזניץ דומ"ץ סיגוט זי"ע, הי"ד.

דארט אין זענטא האט ער אוי, געשטעלט א ישיבה ווי עס האבן געלערנט גאר גרויסע תלמידי חכמים, הרה"ג רבי יוסף נייהויז זי"ע, שוואגער פון הגה"צ מהרי"ץ דושינסקיא זי"ע, האט אים אסאך געהאלפן מיט די ישיבה, ער איז ליידער אומגעקומען ביי די צווייטע וועלט מלחמה און דער רבי האט זיך ממש מוסר נפש געווען און זיך מטפל געווען מיט זיין קבורה.

ווינטער בשנת תש"ג איז ער געפארן קיין קאלוב אויף די יארצייט פון הרה"ק רבי אייזיק'ל קאלובער זי"ע, ווען ער איז אהיים געפארן איז ער דורך געפארן דעם שטאט ראצפערט איז ער אריין צום זיידן הרה"ק רבי שלום אליעזר'ל זי"ע הי"ד, ווען ער האט זיך געזעגענט פונעם זיידן האט דער זיידע אים געגעבן א ברכה בזה"ל, "דער אויבערשטער זאל העלפן אז דו זאלסט פארן לשלום".
און דער רבי בעל ההילולא זי"ע האט געזאגט אז די ברכה האט אים באגלייט אויפן וועג אהיים ווען אפאר אונגערישע סאלדאטען האבן אים באפאלן אויפן וועג אהיים מיט א געוואלדיגע רשעות און ער איז ממש ארויס מיט ניסים, אויך די גאנצע צווייטע וועלט מלחמה האט די רבי אייביג געזאגט אז ער האט מרגיש געווען אז די לעצטע ברכה וואס ער האט באקומען פונעם הייליגען זיידן פון ראצפערט זי"ע האט אים באגלייט צו ווערן געראטעוועט.
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 9342
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 16197

Re: מרן הגה"ק רבינו משה בן הגה"ק חיים צבי - בעל ברך משה מסאטמאר - כ"ו ניסן תשס"ו

פאוסט דורך ניקל »

בשנת תש"ד ליל התקדש החג פסח אינמיטן סדר נאכט זענען די דייטשן ימ"ש באפאלען דעם שטאט זענטא, און ווי זיי האבן זיך געפירט האבן זיי גלייך געזיכט די רבנים, דער רבי האט זיך באהאלטן פאר צוויי וואכן.

אבער ד' אייר האט מען דעם רבין מיט אלע אידן פונעם שטאט געפירט אין ביהמ"ד און דארט איז מען געבליבן פאר 2 טאג, דערנאך האט מען אלע אידן אריבער געפירט קיין באיא, פארציילט מען אז אויפן וועג פון זענטא קיין באיא איז מען דורך געפארן דעם שטאט סעגעדין.

איז דארט געווען צוויי ברית'ן אין הרה"ג רבי אברהם יונגרייז אב"ד סעגעדין זי"ע האט ערלעדיגט אז דער רבי זאל זיין סנדק ביי די ברית'ן, און לפלא פון דעם שטאט סעגעדין זענען כמעט נישט געבליבען ליידער קיין אידן וואס האבן דורך געלעבט די מלחמה אבער די צוויי קינדער וואס דער רבי איז דאן געווען סנדק האבן דורך געלעבט, איינס איז געווען הגה"צ רבי יוסף משה גרינוואלד שליט"א אב"ד צעהלים, און די צווייטע איז געווען הרה"ג רבי יהושע ברוך ווערצבערגער שליט"א מנהל התאחדות אברכים דסאטמאר.

שפעטער איז דער רבי אנגעקומען צום טרויעריג בארימטן לאגער אוישוויץ, ווען מען איז דארט אנגעקומען האבן די אידן דארט אן געזאגט אז מען זאל ח"ו נישט זאגן אז מען איז א רב ווייל די רשעים הרג'ענען גלייך די רבנים. האט דער רבי געזאגט אז ער איז א פעלד ארבעטער, אבער ווען דער רשע מענגעלע ימ"ש האט געזעהן די איידעלע הענט פונעם רבין האט ער גלייך מיט רשעות געשריגען "זי הענט ראבינער" און געוואלט שיקען אויף לינקס.

אבער בחסדי השם איז דאן אנגעקומען נאך א פרישע טראנספארט און דער רבי האט זיך אריינגעשווערצט אויף די רעכטע זייט און דארט איז אויך געווען הרה"ח רבי יעקב פאלאק ז"ל וואס האט אסאך ארויסגעהאלפן דעם רבין דארט אין לאגער, אבער ליידער די רביצין און די דריי קינדער האט מען געשיקט אויף לינקס און זענען דעם צווייטען טאג שבועות אומגעקומען על קידוש השם הי"ד.

דארט אין לאגער האט מען אסאך געליטן מיט די עבודת הפרך אבער ער האט דארט עוסק געווען אין לערנען תורה בעל פה און אסאך מחזק געווען די צובראכענע אידן, אויך איז דארט געווען הרה"ח רבי ליפא שווארץ ז"ל שפעטער דער מנהל המוסדות סאטמאר אין ירושלים. האט ער איינמאל געטראפן דעם רבין זייער וויינען, האט ער געפרעגט דעם רבין פארוואס ער וויינט, האט דער רבי געזאגט "ווער ווייסט וואו דער פעטער געפינט זיך".

פארציילט הרה"ח רבי ליפא שווארץ ז"ל אז איינמאל זענען די רשעים געקומען זאגן אז מען גייט אריבער פירן א חלק אידן צו א אנדערן פלאץ ווי די ארבעט איז גרינגער, אסאך אידן האבן זיך צו געכאפט דערצו, און רבי ליפא האט אויך געוואלט גיין.

אבער דער רבי האט אים געזאגט אז ער האט מקובל מבית אבותיו אז ווען מען איז אין א מקום סכנה זאל מען פון זיך אליין נישט גיין אויף א אנדערן פלאץ, רבי ליפא האט דאך נישט געוואלט איבערלאזן דעם רבין איז ער אויך דארט געבליבן, און ליידער די אלע וואס זענען געגאנגען זענען נעבעך אומגעקומען אויף קידוש השם, דאן האט רבי ליפא געזעהן אז ער איז ניצול געווארן דורך'ן פאלגען דעם רבין.

יענעם יאר תש"ד איז פאר זיי געלונגען נישט צו דארפן ארבעטן פסח אין דער רבי האט אפ געשריבען די גאנצע הגדה דארט אין לאגער, און אויך ראש השנה תש"ה האבן זיי געזאגט פאר די קאמאנדיר אז זיי האבן לייז און זיי קענען נישט גיין צו די ארבעט און אזוי האט מען געקענט דאווענען די תפילות ראש השנה, דערנאך יום כיפור האט מען ערב יו"כ געפויעלט ביים קעכער אז מען זאל אריין ברענגען דאס עסן בעפאר די שקיעה כדי מען זאל נישט דארפן עסן אום יו"כ.

מען איז זיך צוזאמגעקומען פאר כל נדרי און מען האט געבעטן דעם רבין צו זאגן דברי התעוררות און עס איז צו געגאנגען מיט שרעקליכע בכיות און ער האט מיט זיינע ווערטער זייער מחזק געווען די צובראכענע נשמות און אריינגעבלאזען א פרישען גייסט אין די אידן.

אויך האט דער רבי געהאט א פאר תפילין וואס אסאך אידן זענען געקומען דאס לייגען יעדן טאג, אויך האט ער אפילו זייענדיג אזוי צובראכן פון אלע צרות וואס ער אליין איז דורך האט ער כסדר מחזק געווען די צובראכענע אידן און אסאך טובות געטון פאר אידן מיט מסירת נפש ממש.

דארט אין לאגער איז געווען א מרשעת וואס האט געהאט א גרויסע הינט און פלעגט מיט רשעות אנרייצען דעם הינט אויף אידישע קינדער וואס זענען נעבעך אסאך אומגעקומען על קידוש השם דורכן הינט, איינמאל האט זי אנגערייצט דעם הינט אויף 3 אידן און איינע פון די זענען געווען דער רבי, אבער ווען דער הינט איז צו געקומען צום רבין האט ער זיך גלייך אויסגעדרייט און אזוי איז געווען אפאר מאל, ביים לעצטן מאל האט זיך דער הינט צעווילדעוועט און צעריסן דעם מרשעת, כן יאבדו כל אויביך ד'.
להגדיל הטראסק
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 731
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
Location: ביים קופקע
x 2266

Re: מרן הגה"ק רבינו משה בן הגה"ק חיים צבי - בעל ברך משה מסאטמאר - כ"ו ניסן תשס"ו

פאוסט דורך להגדיל הטראסק »

וואו! שטארקע ארבעט!
קלאר און דייטליך!
פליסיג און געשמאק דבר דבר על אופניו!
דאס איז אן אומזיסטע מתנה וואס אידטיש האט באקומען לכבוד די יארצייט!
חזק ואמץ!
דארפט איר אויפטרעטן אויף שבע ברכות? איר נויטיגט זיך אין פאסיגע ווערטלעך?
פארבינדט אייך אין אישי, און די שטאב פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן אייך צו העלפן בס"ד.
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1481
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 3401

Re: מרן הגה"ק רבינו משה בן הגה"ק חיים צבי - בעל ברך משה מסאטמאר - כ"ו ניסן תשס"ו

פאוסט דורך פופציגער »

יישר כח @ניקל
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

א פרייליכן תמיד!

גראַג דעם גראַגער!
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 9342
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 16197

Re: מרן הגה"ק רבינו משה בן הגה"ק חיים צבי - בעל ברך משה מסאטמאר - כ"ו ניסן תשס"ו

פאוסט דורך ניקל »

כ"ה אייר בשנת תש"ה איז דער רבי מיט נאך 40,000 אידן באפרייט געווארן פון לאגער אין טערעזיענשטאט, די השגחה עליונה האט מציל געווען דעם רבין פאר אונזער דור צו קענען פירן די עדה הקדושה.

און שטאט פראג האט דער רבי זיך געטראפן מיט צוויי קינדער פון הרה"ק דער סלאטפינער רב זי"ע, א איידעם ביים עצי חיים זי"ע, און חודש תמוז איז דער רבי צוריק געפארן קיין סיגוט בית אבותיו, דארט האט ער געטראפן די שטאט מיט די ביהמ"ד ווי די הייליגע טאטע און זיידעס האבן געדאווענט איז אלס געווען חרוב, דארט האט דער רבי חתונה געהאט מיט הרבנית הצדקת מרת פעסל לאה ע"ה, בת הגה"צ רבי אהרן טייטלבוים אב"ד וואלאווע זי"ע, ימים נוראים איז דער רבי געווען אין טעמעשוואר.

דאן האט דער רבי געוואלט פארן קיין אמעריקע, אבער מען האט געברויכט האבן א וויזא כדי צו קענען פארן קיין אמעריקע, איז דער רבי געפארן קיין דעברעצין און פראבירט דארט צו באקומען די וויזא'ס פאר זיך און די רעבעצין און די צוויי קרובים און די הויז בחור, אבער דער באאמטער האט נישט געוואלט אינטערשרייבען די וויזא'ס און געלאזט נאר זיגלען די וויזא'ס.

ערב ראש השנה בשנת תש"ז איז דער רבי אנגעקומען קיין פלארידא הארט פארן זמן, און צום גדלי' תש"ז איז ער אנגעקומען קיין ניו יארק און גלייך אריבער קיין וויליאמסבורג און דארט גלייך געגאנגען געבן שלום פארן פעטער רביה"ק זי"ע, וואס איז אנגעקומען קיין אמעריקע צוויי טאג בעפאר.
רביה"ק הדברי יואל האט זיך זייער געפרייט צו זעהן דעם רבין די ברך משה און אים גאר שטארק מקרב געווען.

יום כיפור תש"ז האט ער געדאווענט ביים פעטער די רבי זי"ע אין ביהמ"דמווי די רבי האט אים צו געשיקט צום עמוד פאר שחרית, שפעטער האט די רבי אים געהייסן עפענען א אייגען ביהמ"ד און פירן א עדה הקדושה.

דאן איז ער געווארן רב אין ביהמ"ד עצי חיים אין וויליאמסבורג ווי עס האבן שוין דאן געדאווענט די תלמידים און חסידים פונעם טאטן דער עצי חיים זי"ע, און דארט איז ער געווען רב אין סיגוט פאר 15 יאר און געפירט די סיגעטער קהלה.

בשנת תשכ"ה האט ער זיך אריבער געצויגען קיין בארא פארק און דארט אויף געשטעלט דעם ביהמ"ד סיגוט און אויך האט ער אויף געמאכט א ישיבה און א כולל ווי הונדערטער אידן זענען דארט אויפגעוואקסן על התורה ועבודה.

אויך איז ער דאן געווען באוויסט מיט זיין חריפות אין הלכה און געפירט אסאך דין תורה'ס צוזאמען מיט הגה"צ מטארטיקאוו זי"ע, און הגה"צ מטשאקעווע זי"ע.

די גדולים בדורו האבן באוואונדערט זיין געוואלדיגע קלארע פארשטאנדט סיי אין הלכה און סיי אין פראקטיק פון ארויסקומען מיט א קלארע פסק הלכה וואס ער איז געווען א גאר פארשטענליכע מענטש. און ווי הרה"ק מתולדות אהרן זי"ע, האט זיך איינמאל אויסגעדריקט צו זיין זוהן "איך האב נאך נישט געזעהן א גרויסער בקי אין הלכות מקוואות ווי דער סיגוטער רב".

אויך איז ער דאן געשטאנען לימין קדשו פונעם רבי'ן די דברי יואל זי"ע ביים אויף שטעלן און פירן די "התאחדות הרבנים" און אויך געשטאנען צו די האנט פארן רבין ביי יעדע געלעגנהייט וואס עס האט אויסגעפעלט, זיין נאמען איז געווען פון די ערשטע צו אינטער שרייבען אויף יעדע זאך וואס די רבי האט ארויס געלייגט און אייביג געווען גרייט צו אריין שפרינגען און אויספירן דאס ווילען פונעם גרויסן פעטער די רבי זי"ע.
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 9342
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 16197

Re: מרן הגה"ק רבינו משה בן הגה"ק חיים צבי - בעל ברך משה מסאטמאר - כ"ו ניסן תשס"ו

פאוסט דורך ניקל »

כ"ו אב תשל"ט איז ליידער אפגעטאן געווארן די קרוין פון דעם יהדות החרדית איבער דער וועלט, ווען דער הייליגער רבי כ"ק קודש הקדשים מרן רבינו הקדוש והטהור בעל דברי יואל זי"ע איז נסתלק געווארן לגנזי מרומים, עס איז נישט מעגליך צו פארשטיין אבער מענטשען האבן נישט געגליייבט אז די זון וועט נאך אויפשיינען די קומענדיגע טאג, יעדער האט ממש געשפירט ווי מען האט פארלוירען דעם טאטן, דעם איד וואס מען האט מתפלל געווען יעדן טאג און געהאפט וועט אונז פירן קעגן משיח צדקינו, מען האט נישט געוויסט ווי אזוי מען וועט ווייטער אנגיין.

אבער דער הייליגער באשעפער האט אונז נישט פארלאזט, ובא השמש וזרח השמש און אונז איבער געלאזט כ"ק מרן רבינו הקדוש והטהור בעל ברך משה זי"ע, וואס האט איבער גענומען די עדה הקדושה, און ווי אזוי ער האט זיין גאנץ לעבן געזאגט אז די עדה הקדושה איז נישט זיינס נאר עס איז א משכון וואס דער פעטער האט אים דאס איבער געגעבן, און ער וועט דאס בקרוב צוריק געבן.

י' אלול בשנת תשל"ט האט מען דעם רבין אויף גענומען אלס ממלא מקום פונעם פעטער מרן רביה"ק זי"ע, אבער ער האט דאס ערשט אנגענומען א יאר שפעטער, און כ"ח אב בשנת תש"מ איז פאר געקומען די מסיבת ההכתרה.

עס זענען זיך צוזאמען געקומען אלפים מישראל מכל קצוי תבל ובתוכם די צדיקי הדור וועלכע האבן געקרוינט דעם רבין אלס אב"ד ק"ק סאטמאר איבער דער גארער וועלט, אויך איז ער דאן געקרוינט געווארן אלס נשיא העדה החרדית, און נשיא התאחדות הרבנים דארה"ב וקנדה, און אויך אלס נשיא כולל שומרי החומות און קרן הצלה אין ירושלים.

ווי באקאנט האט ער אויף יעדן פרט נאר געקוקט ווי אזוי דער פעטער זי"ע האט זיך געפירט און נישט געלאזט אוועק רירען פון די מסורה וואס מען האט מקבל געווען פון אבותינו ורבותינו הקדושים, און כמה פעמים געזאגט ווען משיח וועט קומען במהרה בימינו וועלן מיר איבערגעבן די הייליגע מוסדות פארן רבין זי"ע און אים זאגן אט זענען די מוסדות התורה מיר געבן דאס צוריק ווי מיר האבן דאס באקומען אן קיין שום שינוי.
להגדיל הטראסק
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 731
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
Location: ביים קופקע
x 2266

Re: מרן הגה"ק רבינו משה בן הגה"ק חיים צבי - בעל ברך משה מסאטמאר - כ"ו ניסן תשס"ו

פאוסט דורך להגדיל הטראסק »

וועלכע תקופה, האט ער געשפילט וואסערע ראלע, אין וועלכע ביזנעסעס בשדה הכשרות?
דארפט איר אויפטרעטן אויף שבע ברכות? איר נויטיגט זיך אין פאסיגע ווערטלעך?
פארבינדט אייך אין אישי, און די שטאב פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן אייך צו העלפן בס"ד.
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 9342
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 16197

Re: מרן הגה"ק רבינו משה בן הגה"ק חיים צבי - בעל ברך משה מסאטמאר - כ"ו ניסן תשס"ו

פאוסט דורך ניקל »

ער איז געווען א יחיד במידת הענווה ופשטות אן עניו ושפל ברך "גם האיש משה עניו מאוד". ער האט ביי זיך בכלל נישט פארמאגט קיין חשיבות און עס איז ביי אים געווען איינגעבאקן די מדה פון ענוה מאבותיו הקדושים, און אפילו זייענדיג דער רבי פון כלל ישראל האט ער זיך אראפגעלאזט צו יעדן איינעם אפילו צו א קינד, און זיכער פאר יעדן תלמיד חכם האט ער געהאט א געוואלדיגע הכנעה.

15 יאר נאך וואס די רבי זי"ע האט איבערגענומען די הנהגה און סאטמאר מיטן ממלא מקום זיין די פלאץ פון דודו הקדוש מרן רבינו הקוה"ט זי"ע, האט די רבי געפראוועט דעם הייליגן יו"ט שבועות און קרית יואל, כנהוג, ווי פארשטענדליך זענען זיך צוזאם געקומען שווערע טויזענטער אידן זיך צו מסתופפף זיין בצל הקודש, האט זיך דעמאלט'ס די רבי זי"ע אנגערופן מיט א וואונדער"אינטערסאנט שוין 15 יאר וואס די פעטער זי"ע איז שוין נסתלק געוו3און נאכאלץ קומען אידן אויף יו"ט קיין קרית יואל"
עס איז אים נישט בייגעפאלן אז מען קומט צו אים אויף יו"ט, וויבאלד ער פראוועט און קרית יואל, ער האט עס אנגענומען מיט א פשטות אז וויבאלד די פעטער די רבי זי"ע ליגט און קרית יואל, וועגן דעם קומען א ציבור לאלפים, וויבאַלד די ציון געפינט זיך און קרית יואל,
און ער האט באמת אזוי געהאלטן.

ווען אידן פלעגן קומען מיט א קוויטל אדער זיך מזכיר זיין און מען פלעגט אים זאגן "דער רבי זאל דערלעבן אונז צו פירן קעגן משיח צדקנו" האט ער געזאגט "איך וויל נישט פירן, איך וויל גיין אינאיינעם קעגן משיח צדקנו".

פארציילט א איד אז איין יאר האט זיך דער רבי געגרייט צום סעדות הילולא פונעם זיידן דער קדושת יו"ט זי"ע, כ"ט שבט, און ער האט זיך ארומגעדרייט ביי זיך אין שטוב פארקאכט. איז אריינגעקומען איינע פון די מקורבים און דער רבי האט אים געזאגט בזה"ל "מען גרייט זיך יעצט צו די יארצייט סעודה פונעם זיידן דער קדושת יום טוב, איך טראכט אריין, וואס א שייכות האבן מיר מיטן קדויו"ט צי וואס פראווענען מיר די סעודה",

נאך עטליכע מינוט טראכטן האט דער רבי ממשיך געווען און געזאגט "פונקט יעצט האט א איד זיך מזכיר געווען אז ער נויטיגט זיך אונעם סכום פון אכציג טויזענט דאלער, איז אויב מיר וועלן צושטעלן דעם סכום צו העלפן דעם איד, דאן וועלן מיר האבן א שטיקל שייכות צו די פריערדיגע צדיקים".

ער האט פון זיין גרויס עניוות נישט געלאזט ארויס געבן זיינע דברי תורה און חידושים אפילו ער האט געהאט הונדערטער פסקים אין הלכה וואס ער האט אלס ארויס געגעבן, שפעטער יארן האט ער שוין מסכים געווען אז מען זאל ארויס געבן זיינע דברי תורה אז עס זאל בלייבן עפעס פאר די קומענדיגע דורות,

אנפאנג איז ארויס געקומען די 3 חלקים חידושי תורה מהר"ם ט"ב על מועדים וואס איז נתקבל געווארן דורך די חסידים די בכל אתר ואתר.

חודש אב שנת תשנ"ה ווען די רבי האט ליידער אנגעהויבן ליידן אויף שוואכקייט, האט די רבי אויפגעהערט זאגן של"ש תורה ברבים איז דעמאלסט ערשינען די ספר "ברך משה" על התורה פון זיינע דברי תורה על שולחנו הטהור און שלש סעודות און ימים טובים, די ספר איז געווארן אויף גענומען דורך די חסידים ומעריצים פונעם רבין מיט א שמחה עצומה, וואס יעדע תורה פאר זיך איז געפלאכטן מיט א געוואלדיגע חריפות.

ווען מען דערמאנט זיך נאר פון די אלע הייליגע תפילות א גאנץ יאר קומט א בענקעניש, ער האט געדאווענט מיט א געוואלדיגע השתפכות הנפש, עס איז געווען כל עצמותי תאמרנה, וקול ד' שובר ארזים, משה ידבר והאלקים יעננו בקול, עס איז צוגעגאנגען מיט א צובראכענקייט און טרערן און תחנונים, און די הייליגע תפילות זענען אריינגעדרינגען טיף אין אלע איברים און דערוועקט א געפיל פון יראה און התרוממות,

ווער רעדט נאך פון די תפילות ימים נוראים און ימים טובים, די פייערדיגע תקיעות שופר דרשות און כל נדרי, די צובראכענקייט וואס מען האט געהערט ווען דער רבי האט געזאגט די פסוקים בעפאר שופר בלאזען מען האט געהערט אויפן קול ווי דער רבי בעט פאר זיך און פאר די גאנצע עדה הקדושה א גוט געבענטשט יאר,

דערנאך די הייליגע הקפות ווי מען האט געהאט די זכי' צו זעהן א דמות פון א צדיק פונעם פאריגען דור טאנצט און פרייט זיך מיט די הייליגע תורה שעות ארוכות אן א אפשטעל מיטן גאנצן כח און קוקט בכלל נישט ארויס פונעם טלית נאר טאנצט מיטן גאנצן הארץ זיך פרייענדיג מיט די הייליגע תורה.

זיינע געהויבענע טישן וואס זענען צו געגאנגען מיט א מוראדיגע ווארעמקייט, מען האט אויפן רבין נישט געזעהן קיין חילוק פון א נעילת החג טיש אדער א שבת טיש, ער האט זיך געפירט מיט זיין פשטות אייביג און געפירט די טישן מיטן דרך אבותיו ורבותיו הקדושים.

ווער עס געדענקט נאך די דרשות פונעם רבין זי"ע, וואס ער האט נישט פארפעלט צו רעדן פון אמונה אינעם גרויסן באשעפער און אייביג דערמאנט די אני מאמין בביאת המשיח און געבעטן צו זינגען דעם ניגון אני מאמין און געארבעט אריינצולייגען די ריינע אמונה און זיינע חסידים.

זיין הארץ און געפיל צו א אנדערן איד קען נאר איינער וואס האט געהאט די זכי' אריין צו גיין צו אים פארשטיין, ווען א איד איז אריינגעקומען זיך מזכיר זיין מיט א צרה האט מען געזעהן ווי עס טרעט אים צו צום הארץ און אפילו געקענט לאזן א טרער מיטפילענדיג יענעמס צרה.

די רבי האט זיך כמה פעמים אפגערעדט אז אידן קומען מיט הזכרות, אבער מען קומט נישט פארציילען ווען מען ווערט געהאלפן, ווייל ווען איינער איז יא צוריק געקומען פארציילען אז מען איז געהאלפן געווארן האט מען אויפן פנים פונעם צדיק געזעהן א שמייכעל און א שמחה פאר יענעם איד כאילו ער אליין איז דא געהאלפן געווארן, און יעדע צובראכענע איד האט געוויסט אז ביים רבין איז דא א אוזן קשבת וואס איז אייביג גרייט צו העלפן.
להגדיל הטראסק
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 731
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
Location: ביים קופקע
x 2266

Re: מרן הגה"ק רבינו משה בן הגה"ק חיים צבי - בעל ברך משה מסאטמאר - כ"ו ניסן תשס"ו

פאוסט דורך להגדיל הטראסק »

סארי פארן מפסיק זיין
דו האסט א שפראך אים אראפצולייגן...

עס איז דא אסאך שיינע מעשה'לעך פון זיין ענוות חן
ר' עקיבא'לע גאנץ האט דערציילט ווי אזוי ער האט געלערנט אין סיגוטע בית המדרש מיט א חברותא אין זיך געמוטשעט איבער א שווערע שטיקל, דער ברך משה איז צו געקומען און געפרעגט וואס זיי פארשטייען נישט און מיט א פשטות ארויפגעלייגט איין פיס אויף די באנק און זיי מסביר געווען און זיי אויסגעקלארט.

ווען ר' בערל שטיין - איך מיין אז מיט אים איז עס געווען, האט אמאל דעליווערט כמיין צייטונגען צו די קאנטרי ווי ער איז געווען, און עפעס האט די קאר געמאכט פראבלעמען, אזוי ווי דער רבי האט אים באמערקט האט ער אים געפרעגט וואס ער קען אים העלפן? ער האט מסביר געווען פארן רבין אז דער רבי פארשטייט נישט צו קיין קאר וכדו', אבער דער רבי האט זיך נישט געלאזט נאר אפשר דאך? דער רבי איז צוגעגאנגען און ביים אפענעם הוד האט ער פרובירט וואס ער קען... מיט אזא תמימות און נאטורליכקייט...

מען דערציילט אז ער האט אמאל געווארט אויף א לוי', אינמיטן האט ער זיך נאטורליך אראפגעזעצט אויף א באנק דארט דערנעבן, די אידן וואס זענען דארט געזעצן האבן זיך ספאנטאן אויפגעהויבן, געבט ער זיך א רוף אן "איך בין עפעס א מצורע...?"
דארפט איר אויפטרעטן אויף שבע ברכות? איר נויטיגט זיך אין פאסיגע ווערטלעך?
פארבינדט אייך אין אישי, און די שטאב פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן אייך צו העלפן בס"ד.
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 9342
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 16197

Re: מרן הגה"ק רבינו משה בן הגה"ק חיים צבי - בעל ברך משה מסאטמאר - כ"ו ניסן תשס"ו

פאוסט דורך ניקל »

תשנ"ו האט מען ליידער אנדעקט ביים רבין א געוויקס, ווי מען האט דעם רבי'ן אפערירט, פון דארט איז די רבי ליידער שוואך געווארן מיט יעדן טאג שווערער און שווערער, ווי די רבי האט ליידער געסטאפט צו זאגן תורה, און קומען און ביהמ"ד צום גרויס צער און ווייטאג פון די חסידים, רבבות תלמידי וחסידי מרן רביה"ק זי"ע האסן מתפלל געווען לרפואתו השלימה.

סוף ווינטער בשנת תשס"ו איז די רבי געווארן זייער שוואך
סוף חודש אדר בשנת תשס"ו האט זיך די מצב פארערגערט ביים רבין און מען האט געטראפן אויפן שדרה פונעם רבין א געוואוקס וואס די באהאנדלונגען האבן זייער אפגעשוואכט דעם רבין, איבעראל האבן אידן מתפלל געווען און איינגעריסען פארן רבין "רבינו משה בן ברכה סימא לרפו"ש".

ראש חודש ניסן פארנאכטס האט מען דעם רבין ליידעראריינגעפירט אין שפיטאל צוליב א שוואכקייט וואס איז אים באפאלען, דינסטאג ו' ניסן איז דער רבי אוועקגעפאלן און מען האט אים ליידער געברויכט ארויף לייגן אויף מאשינען, אידן איבער די וועלט האבן ווייטער איינגעריסען אז דער באשעפער זאל שיקן א רפואה שלימה בקרוב פארן רבין, אבער דער רבי איז פארבליבן אין שפיטאל אויף יו"ט פסח.

מאנטאג פרשת תזריע טהרה איז די מצב געווארן זייער שלעכט, די בלוט דרוק איז געפאלן, און מען האט צוזאמגערופען די קינדער אז זיי זאלן קומען אין שפיטאל, דער ציבור האט ווייטער איינגעריסען שערי שמים אז מען זאל אונז נאך איבער לאזן דעם צדיק אויף די וועלט.

אבער ליידער פארנאכט נאנט צו 7 אזייגער ניצחו אראלים את המצוקים און דער רבי איז נסתלק געווארן לגנזי מרומים ביום כ"ו ניסן תשס"ו, א טאג נאכן יארצייט פונעם גרויסן זיידן דער הייליגער צאנזער רב זי"ע, און מיטן הסתלקות פונעם רבין איז אוועק גענומען געווארן פון די לעצטע שריד פון צדיקים וואס האבן נאך זוכה געווען נתגדל צו ווערן על ברכם פון צדיקים וקדושים שרפי מעלה ובעלי רוח הקודש.

די לוי' איז פאר געקומען נאך יענע נאכט במעמד אלופי אלפי רבבות ישראל אין גרויסן ביהמ"ד אין וויליאמסבורג, ווי דער צדיק וקדוש האט אזויפיל יארן שופך שיח געווען צו בורא כל העולמים און איינגעריסען פאר ישועות פארן ציבור, דערנאך איז פאר געקומען דער לוי' במעמד אלופי אלפי רבבות ישראל אין גרויסן ביהמ"ד אין קרית יואל, און מען האט אים געלייגט אינעם אוהל לידיו הקדושים פונעם גרויסן פעטער רביהקוה"ט הדברי יואל זי"ע.

ער האט איבער געלאזט זיינע קינדער,
בתו מרת חיה ע"ה, אשת הגה"צ רבי דוד בעריש מייזליש שליט"א אב"ד סאטמאר בארא פארק,
בנו הגדול ומ"מ כ"ק אדמו"ר מסאטמאר מהר"א שליט"א,
בנו הרב חנני' יום טוב ליפא שליט"א אב"ד זענטא וויליאמסבורג,
בנו אדמו"ר מסאמאר מהרי"י שליט"א,
בנו הגה"צ רבי שלום אליעזר שליט"א, אב"ד סאטמאר 15 עוועניו ב"פ,
בתו מרת ברכה סימא, אשת הגה"צ רבי דוד מייזליש שליט"א, אב"ד סאטמאר מאנטריאל,
בתו מרת הענדל, אשת הגה"צ רבי חיים יהושע האלברשטאם שליט"א אב"ד סאטמאר מאנסי.


זכותו הגדול והקדוש יגן עלינו ועל כל ישראל אמן.
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 9342
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 16197

Re: מרן הגה"ק רבינו משה בן הגה"ק חיים צבי - בעל ברך משה מסאטמאר - כ"ו ניסן תשס"ו

פאוסט דורך ניקל »

.
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 9342
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 16197

Re: מרן הגה"ק רבינו משה בן הגה"ק חיים צבי - בעל ברך משה מסאטמאר - כ"ו ניסן תשס"ו

פאוסט דורך ניקל »

דא מעשיות אותות ומופתים, פון רבין זי"ע ועוד חזון למועד אי"ה
די עולם איז מכובד צו באשרייבן וואס מען ווייסט
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 9342
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 16197

Re: מרן הגה"ק רבינו משה בן הגה"ק חיים צבי - בעל ברך משה מסאטמאר - כ"ו ניסן תשס"ו

פאוסט דורך ניקל »

להגדיל הטראסק האט געשריבן: מאנטאג מאי 06, 2024 1:24 am וועלכע תקופה, האט ער געשפילט וואסערע ראלע, אין וועלכע ביזנעסעס בשדה הכשרות?
איינע פון דיע איז מיעל מארט
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 9342
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 16197

Re: מרן הגה"ק רבינו משה בן הגה"ק חיים צבי - בעל ברך משה מסאטמאר - כ"ו ניסן תשס"ו

פאוסט דורך ניקל »

מעשה נורא געהערט פון כלי ראשון הרה"ח ר' אליעזר ווייס הי"ו - פון קרית יואל -
זיין טאטע ר' משה יודא האט אמאל באקומען א סטראוק ה"י ווי ער איז געווארן געלעמט אויף די גאנצע רעכטע זייט די הענט און פיס,
דערציילט ר' אליעזר אז ער איז אריין צום רבין זי"ע די הייליגע ברך משה, און מזכיר געווען די טאטע, עס איז געווען און די צייט וואס ר' אליעזר האט חתונה געמאכט א קינד, און די זעלבע צייט האט די רבי געטון א שידוך ביי בנו ומ"מ כ"ק אדמו"ר מהר"א שליט"א מיט הגה"צ רבי שמעון זאב. ווי די רבי האט גאר שיין אנגעווינטשן אז ער זאל קענען קומען צו די חתונה געזונטערהייט,

יענע וואך איז די רבי ארויסגעקומען צום שידוך קיין קרית יואל, נאכן לחיים איז די רבי אריבער מבקר חולה זיין ביי ר' משה יודא, די רבי איז אריינגעקומען זיך אראפגעזעצט שמועסן, אינמיטן האט די רבי אנגעהויבן זאגן אז מען דארף זיין געזונט, און היות ער האט יעצט געטון א שידוך מיט א אייניקל וויל ער לאדענען און בעטן ר'משה יודא זאל קומען צו די חתונה,

אינמיטן האט די רבי גענומען די האנט פון ר'משה יודא און זיך אנגעהויבן שפילן דערמיט, ער האט ארויפגעלייגט ידיו הקדושים אויף זיין האנט, און אנגעהויבן אריבערצופירן זיין האנט ארויף און אראפ,
ויהי לפלא אז ווען די רבי איז ארויס האט ער אנגעהויבן באוועגן די האנט, די רבי האט געזאגט אז מען זאל פארן קיין פלארידע וויבאלד די וועטער דארט איז גוט, און מען זאל דארט גיין פאר טעראפיע.

כך הוה, עטליכע וואכן שפעטער איז מען געפארן קיין פלארידע, ווי מען האט אנגעהויבן צו גיין אויף טעראפיע,
די דאקטער דארט האט אנגעהויבן מאכן טעראפיע אויף די הענט, און נאכדעם געזאגט אז ער וויל אים אויפהייבן און מאכן אויף די פיס,
אבער ר' אליעזר האט געזאגט אז די פיס קען ער נישט רירן, די דאקטער האט געזאגט אז עס קען נישט זיין, און ער האט אים יא אויפגעהויבן, אבער ווי נאר ער האט אים אפגעלאזט איז ער צוריקגעפאלן אויפן בענקל.
די דאקטער וואס האט עס געזען האט גענומען א האמערל און אנגעהויבן האקן אויפן פיס, און געפרעגט אויב ער פילט עפעס, נאכן באקומען א נעגעטיווע ריספאנד, האט ער אנגעהויבן מאכן טעסט, ווי עס האט זיך ארויסגעשטעלט אז עס איז נישטא קיין שום סימני חיות אויף די פיס,

די דאקטער זעהענדיג דעס, האט צוזאם גערופן אלע דאקטוירים זאגנדיג אז דאס איז זייער א מאדנע זאך, וויבאלד די פיס דארף אנהייבן צו פונקציאנירן בעפאר די האנט, און דא זעהנדיג די האנט זיך שוין באוועגן, משא"כ די פיס האט נישט קיין שום סימני חיות. און אויסגעפירט אז ער וועט שוין נישט קענען גיין אויף די אייגענע פיס,

דערציילט ר' אליעזר אז זייענדיג און מקוה יענעם פרייטאג האט ער זיך דערמאנט אז דעמאלטס ביים באזוך פון רבין זי"ע האט די רבי זיך ארומגעשפילט מיטן הענט און דעמאלטס האט ער צוריק אנגעהויבן רוקן די האנט, האט ער אפגעמאכט אז די קומענדיגע זונטאג וועט ער אריבער טראגן דעם טאטן צום רבי'ן און פלארידע בעטן די רבי זאל עס טוהן מיט די פיס אויך,

זונטאג האט ער גענומען דעם טאטן און אריבערגעפירט צום רבי'ן, ווען ער איז אריינגעקומען צום רבי'ן האט די רבי שואל געווען בשלומו, און געפרעגט רב אליעזר טואס די טאטע מאכט, און ווי אזוי עס גייט די טעראפיע.
ר' אליעזער האט פארציילט פארן רבין וואס די דאקטוירים זאגן, אין וויאזוי עס איז זיי געווען א וואונדער אז די האנט האט אנגעהויבן ארבעטן בעפאר די פיס,
און ר' אליעזר זאגט פארן רבי'ן אז טאקע פארדעם איז ער דא, וויבאלד ער האט זיך דערמאנט ווי די רבי האט פארארבעט מעשים מיטן טאטנ'ס האנט, און ער בעט די רבי זאל טוהן די זעלבע מיט די פיס,

די רבי הערנדיג די בקשה איז געווארן אויפגעציטערט און געזאגט אז ער האט גארנישט געטוהן און עס האט נישט מיט אים,
אבער ר' אליעזר האט זיך נישט געלאזט און געבעטן דעם רבי'ן אפשר דאך, ווי מען האט זיך ארום געטענעט עטליכע מינוט ווי די רבי זאגט אז ער קען נישט, און ר' אליעזר זאגט אז ער בעט גארנישט נאר די רבי זאל אנכאפן די פיס.

אינמיטן געט זיך די רבי א רוף אן אז א מנהיג ישראל זאך קענען פראווען אזעלכע זאכן פעלט אויס 2 זאכן,
1) אז ער זאל האלטן ערגעץ און הויכע מדריגות
2) פשוט אז עס זאל געלונגען
און ער לייגט צו איך, האלט דאך נאך ממש ביי גארנישט, אפילו די ערשטע תנאי האב איך נישט

ר'אליעזר דעהערנדיג דעס, און זעהנדיג אז עס איז נישט קיין צווייטע ברירה, האט זיך געגעבן א שטעל אויף, און גענומען דעם טאטנ'ס פיס, און פשוט ארויפגעלייגט אויפ'ן רבי'נס שויס כדי די רבי זאל פארארבעטן מעשים,

די רבי דער זעהנדיג דעס, איז דערציטערט געווארן, און אנגעהויבן ארומקוקן און צימער צו עס איז דא נאך מענטשן, נאכן זיין פארקאכט עטליכע מינוט, האט די רבי געבעטן ר' אליעזר זאל צוגיין פארמאכן די פירהאנגען פון די צימער, און די רבי רופט זיך אן צו ר' אליעזר, פאר 2 סיבות דארף ר' משה יודא קענען גיין
1) וויבאלד די קרענק איז געמאכט פאר די גוים און נישט פאר די אידן,
2) וויבאלד התורה נדרשת בי"ג דברים, איינע פון די זאכן איז א ק"ו און היות די האנט ארבעט שוין איז דאך עס א ק"ו מה דאך די הענט וואס דארף באמת אנהייבן צו פונקציאנירן נאך די פיס, ארבעט שוין געהעריג, דארף דאך די פיס וואס דארף אנצוהייבן צו פונקציאנירן בעפאר, דארף דאך זיכער ארבעטן.
ווי נאר די רבי האט דעס גענדיגט זאגן האט די רבי אנגעהויבן ארויף און אראפגיין בידיו הקדושים והטהורים אויף די פיס פון ר' משה יודא,
נאך עטליכע מינוט עס טוהן רופט זיך די רבי אן נאכאמאל, אז ער וויל בעטן און לאדענען ר' משה יודא זאל זיין ביי די חתונה פון זיין אייניקל ר' שמעון זאב, חתנו פון היינטיגן רבי'ן, ר' משה יודא האט זיך אנגערופן אז די רבי הייסט דארף מען פאלגן, און די רבי האט געוואונטשן ברכות לרוב, ונתפרדו לשלום.

ר' אליעזר זאגט אז ער איז פון דארט אהיימגעפארן, און א צווייטע זוהן איז אים געקומען איבערנעמען,

יענעם דינסטאג באַקומט ער א פאון קאל פון זיין מאמע, אז זיי זענען יעצט היים דאקטער נאכאמאל פאר טעראפיע, און זי גלייבט נישט וואס איר אויערן הערן, פון דאקטער אז נאכן נעמען נאכאמאל טעסט פון די פיס, זעהן זיי אז עס יא דא סימני חיות אינעם פיס, ווי מען האט טאקע אנגעהויבן גיין אויף טעראפיע פאר די פיס, און ווי שווער עס גלייבט זיך האט ר' יודעלע ווייס זיך משתתף געווען אויף די אייגענע פיס ביים חתונה פון ר' שמעון זאב צו ממלא זיין רצון רבינו, אויף די אייגענע פיס, טאקע נאך מיט א. וואקער, אבער שוין אויף די אייגענע פיס, פון דארט און ווייטער איז עס געגאנגן לשינו לטובה, ביזן וואקן אויף די פיס


זכותו הגדול והקדוש יגן עלינו װעל כל ישראל
שבת קודש
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1198
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 2:46 pm
x 1117

Re: מרן הגה"ק רבינו משה בן הגה"ק חיים צבי - בעל ברך משה מסאטמאר - כ"ו ניסן תשס"ו

פאוסט דורך שבת קודש »

ניקל האט געשריבן: מאנטאג מאי 06, 2024 2:01 am
מאנטאג פרשת תזריע טהרה איז די מצב געווארן זייער שלעכט, די בלוט דרוק איז געפאלן, און מען האט צוזאמגערופען די קינדער אז זיי זאלן קומען אין שפיטאל, דער ציבור האט ווייטער איינגעריסען שערי שמים אז מען זאל אונז נאך איבער לאזן דעם צדיק אויף די וועלט.

אבער ליידער פארנאכט נאנט צו 7 אזייגער ניצחו אראלים את המצוקים און דער רבי איז נסתלק געווארן לגנזי מרומים ביום כ"ו ניסן תשס"ו, א טאג נאכן יארצייט פונעם גרויסן זיידן דער הייליגער צאנזער רב זי"ע, און מיטן הסתלקות פונעם רבין איז אוועק גענומען געווארן פון די לעצטע שריד פון צדיקים וואס האבן נאך זוכה געווען נתגדל צו ווערן על ברכם פון צדיקים וקדושים שרפי מעלה ובעלי רוח הקודש.

אויסגעלאזט א גאר אינטערסאנטע פרט אז אינעם יום הפטירה איז געבוירן געווארן צום רבי'ן זיין ערשטע דור חמישי
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 9342
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 16197

Re: מרן הגה"ק רבינו משה בן הגה"ק חיים צבי - בעל ברך משה מסאטמאר - כ"ו ניסן תשס"ו

פאוסט דורך ניקל »

שבת קודש האט געשריבן: מאנטאג מאי 06, 2024 12:17 pm
ניקל האט געשריבן: מאנטאג מאי 06, 2024 2:01 am
מאנטאג פרשת תזריע טהרה איז די מצב געווארן זייער שלעכט, די בלוט דרוק איז געפאלן, און מען האט צוזאמגערופען די קינדער אז זיי זאלן קומען אין שפיטאל, דער ציבור האט ווייטער איינגעריסען שערי שמים אז מען זאל אונז נאך איבער לאזן דעם צדיק אויף די וועלט.

אבער ליידער פארנאכט נאנט צו 7 אזייגער ניצחו אראלים את המצוקים און דער רבי איז נסתלק געווארן לגנזי מרומים ביום כ"ו ניסן תשס"ו, א טאג נאכן יארצייט פונעם גרויסן זיידן דער הייליגער צאנזער רב זי"ע, און מיטן הסתלקות פונעם רבין איז אוועק גענומען געווארן פון די לעצטע שריד פון צדיקים וואס האבן נאך זוכה געווען נתגדל צו ווערן על ברכם פון צדיקים וקדושים שרפי מעלה ובעלי רוח הקודש.

אויסגעלאזט א גאר אינטערסאנטע פרט אז אינעם יום הפטירה איז געבוירן געווארן צום רבי'ן זיין ערשטע דור חמישי
יאפ,
זייער מקצר געווען די לעצטע 10 יאר.
ווי פארשטענדליך....
שרייב פאוסט