לאקאלע נייעס פון ניו יארק

נייעס אין דער אלגעמיינער גאס, לאקאל און נאציאנאל
אוועיטער
ווער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1683
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 12:26 pm
x 3043

Re: לאקאלע נייעס פון ניו יארק

פאוסט דורך ווער »

אלבאני דעמאקראטן טוען איגנארירן א פארלאנג פון סיטי מעיאר עדעמס צו געבן ביליאן דאלאר פאר די סיטי ארויס צו העלפן מיט די אימיגראנטן קריזיס
אוועיטער
ווער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1683
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 12:26 pm
x 3043

Re: לאקאלע נייעס פון ניו יארק

פאוסט דורך ווער »

קאנגרעסמאן דזשאמאל באומען האט אויסגעדרוקט שטיצע צו לאזן א סטאטוע פונ'ם אנטיסעמיט לואיס פאראקאן אין די געגענט פון גרינבורג-ניו יארק
באומען האט געזאגט אז ער איז נישט איינשטימיג מיט אלעס וואס פאראקאן האט געזאגט אין לויף פון די יארן, אבער מען דארף פארשטיין אז ער איז א חלק פון די היסטאריע ביי שווארצע, און אויב מענטשען ווילן האבן א סטאטוע פון אים דאן זאל עס זיין אזוי. פאראקאן איז באקאנט מיט אנטיסעמיטישע רעדעס וואו ער האט באצייכענט אידן אלץ קריכעדיגע און אלץ שליחים פונ'ם שטן
אוועיטער
פליט
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 3275
זיך איינגעשריבן: דינסטאג דעצעמבער 05, 2023 2:50 am
x 9195

Re: לאקאלע נייעס פון ניו יארק

פאוסט דורך פליט »

א NYPD פאליציי אפיציר איז געווארן אפגעזאגט פון אמט, נאכן אים חושד זיין פארן שפיאנירן פאר כינע.
דער רבי איז געזונט
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 262
זיך איינגעשריבן: מיטוואך דעצעמבער 13, 2023 3:16 pm
x 305

Re: לאקאלע נייעס פון ניו יארק

פאוסט דורך דער רבי איז געזונט »

ס'שוין א לאנגע צייט נישט געווען קיין מאופעד גניבות!

דאס הייסט נייעס!!
טיפע טאשן
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1196
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 10:37 am
x 1539

Re: לאקאלע נייעס פון ניו יארק

פאוסט דורך טיפע טאשן »

נייע געזעץ
פיילס
IMG_20240327_225428_710.jpg
IMG_20240327_225428_710.jpg (74.63 KiB) געזען געווארן 877 מאל
צווייזייטיג האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 27, 2023 1:31 pm אז מען קומט ארויף זיך טענה'ן אויף א פובליק פארום דארף מען קודם לייגן שנאת ישראל אין א זייט.
אוועיטער
פייל און בויגן
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 530
זיך איינגעשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 06, 2023 5:00 pm
x 898

Re: לאקאלע נייעס פון ניו יארק

פאוסט דורך פייל און בויגן »

Yiddish 24.
א גרופע געזעצגעבער אין אלבאני פראבירן פאראויס צו שטיפן א געזעץ פארשלאג צו פארבאטן גלו מייז כאפערס וויבאלד עס שאפט א שטארקע צער.
אין צוויי אנדערע ערטער איז שוין פארהאן אזא פארבאט, איינס איז אין סקאטלאנד און די צווייטע איז א קליינע געגענט אין קאליפארניע מיט ארום 7,500 איינוואוינער.

Vote Democrat...
download.jpeg
download.jpeg (5.38 KiB) געזען געווארן 856 מאל
כתיבה וחתימה טובה.
דער רבי איז געזונט
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 262
זיך איינגעשריבן: מיטוואך דעצעמבער 13, 2023 3:16 pm
x 305

Re: לאקאלע נייעס פון ניו יארק

פאוסט דורך דער רבי איז געזונט »

היינט איז פארגעקומען די באגרעבעניש צערעמאניע פון דעם פארשטארבענעם פאליצייי אפיציר וואס איז געשטארבן נאכן ווערן געשאסן ביי א רוטינער אפשטעל אויף א קאר,
מיט די באטייליגונג פון אסאך פאליטישע פיגורן, צווישן זיי דער געוועזענער פרעזידענט טראמפ.
טראמפ האט געלאזט הערן א גאר שטארקע און עמאציאנאלע הספד ביים לוי', זאגנדיג אז אזעלכע זאכן מוזן זיך ענדיגן פאר יעדער פרייז, אוןו מ'דארף צוריק ברענגען לאו און ארדער אויף די שטאטישע גאסן...
דאס האט זיך אפגעשפילט אין די זעלבע צייט וואס פרעזידענט ביידען מיט געוועזענע פרעזידענטן קלינטען און אבאמא האבן זיך פערצופאל אויך געפונען אין די סיטי, פאר א געמיינזאמע פאנדרעיזינג אווענט אויפצוטרייבן שטיצע פאר די בעפארשטייענדע וואלן...
דער רבי איז געזונט
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 262
זיך איינגעשריבן: מיטוואך דעצעמבער 13, 2023 3:16 pm
x 305

Re: לאקאלע נייעס פון ניו יארק

פאוסט דורך דער רבי איז געזונט »

אוועיטער
Spa 42
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 1236
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2023 12:56 pm
Location: 42Maple Ave Monroe NY 10950
x 4865

Re: לאקאלע נייעס פון ניו יארק

פאוסט דורך Spa 42 »

דער רבי איז געזונט האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 28, 2024 11:38 pm https://www.dropbox.com/scl/fi/mkx51aa2 ... ytbwr&dl=0
קרעדיט: אבימלך פון יענע וועלט.
אוועיטער
ווער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1683
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 12:26 pm
x 3043

Re: לאקאלע נייעס פון ניו יארק

פאוסט דורך ווער »

גאָווערנאָר האָקול זוכט דורכצושטופּן אין די סטעיט לעגיסלאַטור א מאַסיווע פּעקעדזש פון געזעצן וואָס איז געצילט אויסצוברייטערן האַוזינג אין די סטעיט, אָבער לעגיסלאַטור מיטגלידער פון ביידע פּאַרטייען ווילן דאָס דערווייל נישט שטיצן. דער דעדליין פאַר'ן נייעם בודזשעט איז געווען היינט אַפּריל 1, אָבער ווי עס זעט אויס וועט מען נישט האָבן ערלעדיגט א נייעם בודזשעט אויף היינט נאַכט, און עס וועט זיך פאַרציען נאָך עטליכע טעג אַמווייניגסטנס.
אוועיטער
פליט
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 3275
זיך איינגעשריבן: דינסטאג דעצעמבער 05, 2023 2:50 am
x 9195

Re: לאקאלע נייעס פון ניו יארק

פאוסט דורך פליט »

IMG_20240402_201544_338.jpg
IMG_20240402_201544_338.jpg (89.6 KiB) געזען געווארן 758 מאל
די העכסטע געביידע אין ברוקלין אויף 9 דיקאלב וועט גיין אויף פארקלאזשער.

די בויער און מענידשער מר. מייקל שטערן האט נישט געקענט נאכקומען פעימענט אויף א 240 מיליאן דאלאר לאון אויף די 93 שטאקיגע געביידע.

די געביידע האט זיך געעפנט פאר טענענטס פאריגע יאר און נארוואס פארקויפט איר טייערסטע סטאדיאו אפארטמענטס פון 440 sq. פיס פאר 950k
לך לך
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 279
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 1:17 pm
Location: בראשית
x 549

Re: לאקאלע נייעס פון ניו יארק

פאוסט דורך לך לך »

די גאווערנאר האט היינט געמאלדן אז די סטעיט גייט מאכן איין פירמע פון אנדערע סטעיט צו זיין אין טאפ פון די באקאנטע CDPAP פראגראם, דאס מיינט אז די 600 פירמעס וואס זענען יעצט דא וועלן זיך דארפן שפארן ברענדיג א פארלוסט פון אפאר טויזנט זשאבס, אריינגערעכנט אסאך ביי אחינו בני ישראל.

די בודזשעט דארף אדורך גיין מארגן נאכט מיט ווייניג טשאנסען עס זאל נאך ווערן צוריקגעדרייט.
איך טראכט נאך וואס צו שרייבן...

קומט אין אישי
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 5069
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 8958

Re: לאקאלע נייעס פון ניו יארק

פאוסט דורך דער תהלים איד »

אויטש. דאס מיינט א היט פאר אסאך היימישע נגידים.
אוועיטער
dev
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 197
זיך איינגעשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 18, 2023 4:30 pm
Location: Monsey
x 236

Re: לאקאלע נייעס פון ניו יארק

פאוסט דורך dev »

לך לך האט געשריבן: מאנטאג אפריל 15, 2024 11:24 pm די גאווערנאר האט היינט געמאלדן אז די סטעיט גייט מאכן איין פירמע פון אנדערע סטעיט צו זיין אין טאפ פון די באקאנטע CDPAP פראגראם, דאס מיינט אז די 600 פירמעס וואס זענען יעצט דא וועלן זיך דארפן שפארן ברענדיג א פארלוסט פון אפאר טויזנט זשאבס, אריינגערעכנט אסאך ביי אחינו בני ישראל.

די בודזשעט דארף אדורך גיין מארגן נאכט מיט ווייניג טשאנסען עס זאל נאך ווערן צוריקגעדרייט.
אפשר זענט איר מסביר וואס דאס איז

שכח
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 5069
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 8958

Re: לאקאלע נייעס פון ניו יארק

פאוסט דורך דער תהלים איד »

@dev די האום קעיר און האום ביזנעס
אוועיטער
dev
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 197
זיך איינגעשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 18, 2023 4:30 pm
Location: Monsey
x 236

Re: לאקאלע נייעס פון ניו יארק

פאוסט דורך dev »

דער תהלים איד האט געשריבן: דינסטאג אפריל 16, 2024 2:18 pm @dev די האום קעיר און האום ביזנעס
אז וואס?

זיי אביסל מער מסביר
אוועיטער
א טויב
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 133
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 19, 2023 5:07 pm
x 202

Re: לאקאלע נייעס פון ניו יארק

פאוסט דורך א טויב »

לך לך האט געשריבן: מאנטאג אפריל 15, 2024 11:24 pm די גאווערנאר האט היינט געמאלדן אז די סטעיט גייט מאכן איין פירמע פון אנדערע סטעיט צו זיין אין טאפ פון די באקאנטע CDPAP פראגראם, דאס מיינט אז די 600 פירמעס וואס זענען יעצט דא וועלן זיך דארפן שפארן ברענדיג א פארלוסט פון אפאר טויזנט זשאבס, אריינגערעכנט אסאך ביי אחינו בני ישראל.

די בודזשעט דארף אדורך גיין מארגן נאכט מיט ווייניג טשאנסען עס זאל נאך ווערן צוריקגעדרייט.
אייגענע החלטה? אדער גענומען פון ערגעץ?
דאס מיינט אז די 600 פירמעס וואס זענען יעצט דא וועלן זיך דארפן שפארן
א פשוט'ער אידל
פרישער באניצער
פאוסטס: 37
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג מערץ 28, 2024 9:11 am
x 102

Re: לאקאלע נייעס פון ניו יארק

פאוסט דורך א פשוט'ער אידל »

85-90 פראצענט פון די אינדאסטרי זענען ביי היימישע יודען, אסאך גיי כאפען פליקעס ל"ע.
לך לך
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 279
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 1:17 pm
Location: בראשית
x 549

Re: לאקאלע נייעס פון ניו יארק

פאוסט דורך לך לך »

א טויב האט געשריבן: דינסטאג אפריל 16, 2024 3:48 pm
לך לך האט געשריבן: מאנטאג אפריל 15, 2024 11:24 pm די גאווערנאר האט היינט געמאלדן אז די סטעיט גייט מאכן איין פירמע פון אנדערע סטעיט צו זיין אין טאפ פון די באקאנטע CDPAP פראגראם, דאס מיינט אז די 600 פירמעס וואס זענען יעצט דא וועלן זיך דארפן שפארן ברענדיג א פארלוסט פון אפאר טויזנט זשאבס, אריינגערעכנט אסאך ביי אחינו בני ישראל.

די בודזשעט דארף אדורך גיין מארגן נאכט מיט ווייניג טשאנסען עס זאל נאך ווערן צוריקגעדרייט.
אייגענע החלטה? אדער גענומען פון ערגעץ?
דאס מיינט אז די 600 פירמעס וואס זענען יעצט דא וועלן זיך דארפן שפארן
מוז נישט זיין שפארן, עס קען זיין אז זיי גייען קענען קאנטראקטען אונטער יענע פירמע, אבער עס וועט זיין א גרויסע פארלוסט.
א פשוט'ער אידל האט געשריבן: דינסטאג אפריל 16, 2024 4:05 pm 85-90 פראצענט פון די אינדאסטרי זענען ביי היימישע יודען, אסאך גיי כאפען פליקעס ל"ע.
איבערגטריבען, אבער יא א גרויסע פראצענט.
איך טראכט נאך וואס צו שרייבן...

קומט אין אישי
א פשוט'ער אידל
פרישער באניצער
פאוסטס: 37
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג מערץ 28, 2024 9:11 am
x 102

Re: לאקאלע נייעס פון ניו יארק

פאוסט דורך א פשוט'ער אידל »

לך לך האט געשריבן: דינסטאג אפריל 16, 2024 4:55 pm
א טויב האט געשריבן: דינסטאג אפריל 16, 2024 3:48 pm
לך לך האט געשריבן: מאנטאג אפריל 15, 2024 11:24 pm די גאווערנאר האט היינט געמאלדן אז די סטעיט גייט מאכן איין פירמע פון אנדערע סטעיט צו זיין אין טאפ פון די באקאנטע CDPAP פראגראם, דאס מיינט אז די 600 פירמעס וואס זענען יעצט דא וועלן זיך דארפן שפארן ברענדיג א פארלוסט פון אפאר טויזנט זשאבס, אריינגערעכנט אסאך ביי אחינו בני ישראל.

די בודזשעט דארף אדורך גיין מארגן נאכט מיט ווייניג טשאנסען עס זאל נאך ווערן צוריקגעדרייט.
אייגענע החלטה? אדער גענומען פון ערגעץ?
דאס מיינט אז די 600 פירמעס וואס זענען יעצט דא וועלן זיך דארפן שפארן
מוז נישט זיין שפארן, עס קען זיין אז זיי גייען קענען קאנטראקטען אונטער יענע פירמע, אבער עס וועט זיין א גרויסע פארלוסט.
א פשוט'ער אידל האט געשריבן: דינסטאג אפריל 16, 2024 4:05 pm 85-90 פראצענט פון די אינדאסטרי זענען ביי היימישע יודען, אסאך גיי כאפען פליקעס ל"ע.
איבערגטריבען, אבער יא א גרויסע פראצענט.
אזוי האב איך געהערט מפה קדשו פון שמחה אייכענשטיין.
take it up with him!
חזקי זופניק
פרישער באניצער
פאוסטס: 38
זיך איינגעשריבן: מוצש"ק דעצעמבער 23, 2023 10:03 pm
x 68

Re: לאקאלע נייעס פון ניו יארק

פאוסט דורך חזקי זופניק »

dev האט געשריבן: דינסטאג אפריל 16, 2024 2:17 pm
לך לך האט געשריבן: מאנטאג אפריל 15, 2024 11:24 pm די גאווערנאר האט היינט געמאלדן אז די סטעיט גייט מאכן איין פירמע פון אנדערע סטעיט צו זיין אין טאפ פון די באקאנטע CDPAP פראגראם, דאס מיינט אז די 600 פירמעס וואס זענען יעצט דא וועלן זיך דארפן שפארן ברענדיג א פארלוסט פון אפאר טויזנט זשאבס, אריינגערעכנט אסאך ביי אחינו בני ישראל.

די בודזשעט דארף אדורך גיין מארגן נאכט מיט ווייניג טשאנסען עס זאל נאך ווערן צוריקגעדרייט.
אפשר זענט איר מסביר וואס דאס איז

שכח
גא"מ
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 5069
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 8958

Re: לאקאלע נייעס פון ניו יארק

פאוסט דורך דער תהלים איד »

כהאב נישט די צייט און אויך נישט די גאנצע קלארקייט.

אבער בערך:

ס'איז דא פעטע רעגירונגס פראגראמען פאר האום קעיר פאר עלטערע מענטשן. גאר אסאך היימישע אידן ציען חיונא פון דעם אינדוסטריע, זייענדיג די עידזשענסיס דאס צוצושטעלן.

א צייט צוריק איז געווארן אן אויפשאקלונג און א גרויס חלק האבן פארלוירן די גראדע צינורות, זיי האבן געמוזט ווערן א עידזעשנסי אונטער א צווייטע עידזשענסי, וואס באדייט אז זיי קענען גארנישט אפלייען דירעקט צו די רעגירונג'ס פראגראם נאר דורך א פארמיטלונג פירמע וואס נעמט כמובן אראפ גרויס מוציא'ס...

אבער ס'איז נאך אלס געווען היימישע אידן וואס האבן יא געהאט די גראדע ליניע.

לויט ווי איך פארשטיי דא ווערן אלע גראדע ליניעס יעצט פארשלאסן.
לך לך
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 279
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 1:17 pm
Location: בראשית
x 549

Re: לאקאלע נייעס פון ניו יארק

פאוסט דורך לך לך »

דער תהלים איד האט געשריבן: דינסטאג אפריל 16, 2024 5:48 pm כהאב נישט די צייט און אויך נישט די גאנצע קלארקייט.

אבער בערך:

ס'איז דא פעטע רעגירונגס פראגראמען פאר האום קעיר פאר עלטערע מענטשן. גאר אסאך היימישע אידן ציען חיונא פון דעם אינדוסטריע, זייענדיג די עידזשענסיס דאס צוצושטעלן.

א צייט צוריק איז געווארן אן אויפשאקלונג און א גרויס חלק האבן פארלוירן די גראדע ציונות, זיי האבן געמוזט ווערן א עידזעשנסי אונטער א צווייטע עידזשענסי, וואס באדייט אז זיי קענען גארנישט אפלייען דירעקט צו די רעגירונג'ס פראגראם נאר דורך א פארמיטלונג פירמע וואס נעמט כמובן אראפ גרויס מוציא'ס...

אבער ס'איז נאך אלס געווען היימישע אידן וואס האבן יא געהאט די גראדע ליניע.

לויט ווי איך פארשטיי דא ווערן אלע גראדע ליניעס יעצט פארשלאסן.
זייער גוט ארויסגעברענגט, נאר א קליינע פוינט צוצולייגן, די פלאן וואס די שרייבסט באוויסט אלעס FI אין בערך 20 האבן געדארפט ווערן א Lead Fi איז למעשה קיינמאל געשען צוליב וואס מען איז געגאנגען אין קאורט אין לויט די געווינס האט די סטעיט עס געדארפט געבן פאר 120 אין נישט פאר 20. יעצט אנשטאט דאס איינצופירן האט די גאווערנאר אפגעמאכט אז זי נעמט איין דרויסנדיקע פירמע וואס ווערט באלעבאס.
חזקי זופניק האט געשריבן: דינסטאג אפריל 16, 2024 5:39 pm
dev האט געשריבן: דינסטאג אפריל 16, 2024 2:17 pm
לך לך האט געשריבן: מאנטאג אפריל 15, 2024 11:24 pm די גאווערנאר האט היינט געמאלדן אז די סטעיט גייט מאכן איין פירמע פון אנדערע סטעיט צו זיין אין טאפ פון די באקאנטע CDPAP פראגראם, דאס מיינט אז די 600 פירמעס וואס זענען יעצט דא וועלן זיך דארפן שפארן ברענדיג א פארלוסט פון אפאר טויזנט זשאבס, אריינגערעכנט אסאך ביי אחינו בני ישראל.

די בודזשעט דארף אדורך גיין מארגן נאכט מיט ווייניג טשאנסען עס זאל נאך ווערן צוריקגעדרייט.
אפשר זענט איר מסביר וואס דאס איז

שכח
גא"מ
פאר איינער וואס ליינט די המספיק געזאט וועט עס בעסער פארשטיין.

על כל פנים, CDPAP איז א פראגראם וואס שטעלט צו האום קעיר פאר עלטערע אדער מענטשן מיט דיסעבילטיס, די פראגראם ערלויבט צו נעמען א משפחה מיטגלידער אלעס א ארבעטער אין די אינשורענס באצאלט דאס דורך די FI אגענטור.

עס איז דא אין האום קעיר זייער אסאך צושרייבן אבער דא איז נישט די פלאץ פאר דעם, אויב די עולם וויל קען מען עפענען א טעמע וועל איך שרייבן מער פון מיין עקספערטיז.

אין די האום קעיר ליין איז דא אסאך אידן וואס מאכן פון דא נישט נאר פרנסה נאר אויך די חליקות וואס מען טיילט פון צייט צו צייט.

די פלאן יעצט איז צו קיין אין קאורט עס פייטן, למעשה וויבאלד די בודזשעט איז נאך נישט דורך ווייס מען נאכנישט ווי שווער עס וועט זיין צו פייטן.

איך וועל אינפארמירן די עולם אויב מען וויל.

דיסקלעמער, איך ארבעט נישט פאר אן FI אין אויך נישט פאר המספיק
איך טראכט נאך וואס צו שרייבן...

קומט אין אישי
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 5069
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 8958

Re: לאקאלע נייעס פון ניו יארק

פאוסט דורך דער תהלים איד »

לך לך האט געשריבן: דינסטאג אפריל 16, 2024 6:44 pm איך וועל אינפארמירן די עולם אויב מען וויל.
אודאי.
לך לך
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 279
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 1:17 pm
Location: בראשית
x 549

Re: לאקאלע נייעס פון ניו יארק

פאוסט דורך לך לך »

הרבני הנגיד ר' י.וו. הי"ו פון קרית יואל וואס האט איינס פון די גרעסטע FI אין די סטעיט זאגט יעצט אז עס איז נאך דא איין מעגליכקייט עס זאל נישט אריבערגיין דורך רופן די אסעמלי מעמבער, אין דורך זאגן תהילים
איך טראכט נאך וואס צו שרייבן...

קומט אין אישי
שרייב פאוסט