לאקאלע נייעס פון ניו יארק
Re: לאקאלע נייעס פון ניו יארק
אלבאני דעמאקראטן טוען איגנארירן א פארלאנג פון סיטי מעיאר עדעמס צו געבן ביליאן דאלאר פאר די סיטי ארויס צו העלפן מיט די אימיגראנטן קריזיס
Re: לאקאלע נייעס פון ניו יארק
קאנגרעסמאן דזשאמאל באומען האט אויסגעדרוקט שטיצע צו לאזן א סטאטוע פונ'ם אנטיסעמיט לואיס פאראקאן אין די געגענט פון גרינבורג-ניו יארק
באומען האט געזאגט אז ער איז נישט איינשטימיג מיט אלעס וואס פאראקאן האט געזאגט אין לויף פון די יארן, אבער מען דארף פארשטיין אז ער איז א חלק פון די היסטאריע ביי שווארצע, און אויב מענטשען ווילן האבן א סטאטוע פון אים דאן זאל עס זיין אזוי. פאראקאן איז באקאנט מיט אנטיסעמיטישע רעדעס וואו ער האט באצייכענט אידן אלץ קריכעדיגע און אלץ שליחים פונ'ם שטן

א NYPD פאליציי אפיציר איז געווארן אפגעזאגט פון אמט, נאכן אים חושד זיין פארן שפיאנירן פאר כינע.
-
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 262
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך דעצעמבער 13, 2023 3:16 pm
- x 305
Re: לאקאלע נייעס פון ניו יארק
ס'שוין א לאנגע צייט נישט געווען קיין מאופעד גניבות!
דאס הייסט נייעס!!
דאס הייסט נייעס!!
Re: לאקאלע נייעס פון ניו יארק
נייע געזעץ
- פיילס
-
- IMG_20240327_225428_710.jpg (74.63 KiB) געזען געווארן 947 מאל
צווייזייטיג האט געשריבן: ↑מיטוואך דעצעמבער 27, 2023 1:31 pm אז מען קומט ארויף זיך טענה'ן אויף א פובליק פארום דארף מען קודם לייגן שנאת ישראל אין א זייט.
- פייל און בויגן
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 537
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 06, 2023 5:00 pm
- x 924
Re: לאקאלע נייעס פון ניו יארק
Yiddish 24.
א גרופע געזעצגעבער אין אלבאני פראבירן פאראויס צו שטיפן א געזעץ פארשלאג צו פארבאטן גלו מייז כאפערס וויבאלד עס שאפט א שטארקע צער.
אין צוויי אנדערע ערטער איז שוין פארהאן אזא פארבאט, איינס איז אין סקאטלאנד און די צווייטע איז א קליינע געגענט אין קאליפארניע מיט ארום 7,500 איינוואוינער.
Vote Democrat...

א געזונטע ווינטער.
-
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 262
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך דעצעמבער 13, 2023 3:16 pm
- x 305
Re: לאקאלע נייעס פון ניו יארק
היינט איז פארגעקומען די באגרעבעניש צערעמאניע פון דעם פארשטארבענעם פאליצייי אפיציר וואס איז געשטארבן נאכן ווערן געשאסן ביי א רוטינער אפשטעל אויף א קאר,
מיט די באטייליגונג פון אסאך פאליטישע פיגורן, צווישן זיי דער געוועזענער פרעזידענט טראמפ.
טראמפ האט געלאזט הערן א גאר שטארקע און עמאציאנאלע הספד ביים לוי', זאגנדיג אז אזעלכע זאכן מוזן זיך ענדיגן פאר יעדער פרייז, אוןו מ'דארף צוריק ברענגען לאו און ארדער אויף די שטאטישע גאסן...
דאס האט זיך אפגעשפילט אין די זעלבע צייט וואס פרעזידענט ביידען מיט געוועזענע פרעזידענטן קלינטען און אבאמא האבן זיך פערצופאל אויך געפונען אין די סיטי, פאר א געמיינזאמע פאנדרעיזינג אווענט אויפצוטרייבן שטיצע פאר די בעפארשטייענדע וואלן...
מיט די באטייליגונג פון אסאך פאליטישע פיגורן, צווישן זיי דער געוועזענער פרעזידענט טראמפ.
טראמפ האט געלאזט הערן א גאר שטארקע און עמאציאנאלע הספד ביים לוי', זאגנדיג אז אזעלכע זאכן מוזן זיך ענדיגן פאר יעדער פרייז, אוןו מ'דארף צוריק ברענגען לאו און ארדער אויף די שטאטישע גאסן...
דאס האט זיך אפגעשפילט אין די זעלבע צייט וואס פרעזידענט ביידען מיט געוועזענע פרעזידענטן קלינטען און אבאמא האבן זיך פערצופאל אויך געפונען אין די סיטי, פאר א געמיינזאמע פאנדרעיזינג אווענט אויפצוטרייבן שטיצע פאר די בעפארשטייענדע וואלן...
-
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 262
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך דעצעמבער 13, 2023 3:16 pm
- x 305
- Spa 42
- אידטיש נייעס באריכטער
- פאוסטס: 1279
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2023 12:56 pm
- Location: 42Maple Ave Monroe NY 10950
- x 5017
Re: לאקאלע נייעס פון ניו יארק
קרעדיט: אבימלך פון יענע וועלט.דער רבי איז געזונט האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מערץ 28, 2024 11:38 pm https://www.dropbox.com/scl/fi/mkx51aa2 ... ytbwr&dl=0
Re: לאקאלע נייעס פון ניו יארק
גאָווערנאָר האָקול זוכט דורכצושטופּן אין די סטעיט לעגיסלאַטור א מאַסיווע פּעקעדזש פון געזעצן וואָס איז געצילט אויסצוברייטערן האַוזינג אין די סטעיט, אָבער לעגיסלאַטור מיטגלידער פון ביידע פּאַרטייען ווילן דאָס דערווייל נישט שטיצן. דער דעדליין פאַר'ן נייעם בודזשעט איז געווען היינט אַפּריל 1, אָבער ווי עס זעט אויס וועט מען נישט האָבן ערלעדיגט א נייעם בודזשעט אויף היינט נאַכט, און עס וועט זיך פאַרציען נאָך עטליכע טעג אַמווייניגסטנס.
Re: לאקאלע נייעס פון ניו יארק
די בויער און מענידשער מר. מייקל שטערן האט נישט געקענט נאכקומען פעימענט אויף א 240 מיליאן דאלאר לאון אויף די 93 שטאקיגע געביידע.
די געביידע האט זיך געעפנט פאר טענענטס פאריגע יאר און נארוואס פארקויפט איר טייערסטע סטאדיאו אפארטמענטס פון 440 sq. פיס פאר 950k
-
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 288
- זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 1:17 pm
- Location: בראשית
- x 566
Re: לאקאלע נייעס פון ניו יארק
די גאווערנאר האט היינט געמאלדן אז די סטעיט גייט מאכן איין פירמע פון אנדערע סטעיט צו זיין אין טאפ פון די באקאנטע CDPAP פראגראם, דאס מיינט אז די 600 פירמעס וואס זענען יעצט דא וועלן זיך דארפן שפארן ברענדיג א פארלוסט פון אפאר טויזנט זשאבס, אריינגערעכנט אסאך ביי אחינו בני ישראל.
די בודזשעט דארף אדורך גיין מארגן נאכט מיט ווייניג טשאנסען עס זאל נאך ווערן צוריקגעדרייט.
די בודזשעט דארף אדורך גיין מארגן נאכט מיט ווייניג טשאנסען עס זאל נאך ווערן צוריקגעדרייט.
איך טראכט נאך וואס צו שרייבן...
קומט אין אישי
קומט אין אישי
- דער תהלים איד
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 5428
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
- x 10373
Re: לאקאלע נייעס פון ניו יארק
אויטש. דאס מיינט א היט פאר אסאך היימישע נגידים.
- dev
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 211
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 18, 2023 4:30 pm
- Location: Monsey
- x 258
Re: לאקאלע נייעס פון ניו יארק
אפשר זענט איר מסביר וואס דאס איזלך לך האט געשריבן: ↑מאנטאג אפריל 15, 2024 11:24 pm די גאווערנאר האט היינט געמאלדן אז די סטעיט גייט מאכן איין פירמע פון אנדערע סטעיט צו זיין אין טאפ פון די באקאנטע CDPAP פראגראם, דאס מיינט אז די 600 פירמעס וואס זענען יעצט דא וועלן זיך דארפן שפארן ברענדיג א פארלוסט פון אפאר טויזנט זשאבס, אריינגערעכנט אסאך ביי אחינו בני ישראל.
די בודזשעט דארף אדורך גיין מארגן נאכט מיט ווייניג טשאנסען עס זאל נאך ווערן צוריקגעדרייט.
שכח
- דער תהלים איד
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 5428
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
- x 10373
Re: לאקאלע נייעס פון ניו יארק
@dev די האום קעיר און האום ביזנעס
- dev
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 211
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 18, 2023 4:30 pm
- Location: Monsey
- x 258
Re: לאקאלע נייעס פון ניו יארק
אז וואס?
זיי אביסל מער מסביר
Re: לאקאלע נייעס פון ניו יארק
אייגענע החלטה? אדער גענומען פון ערגעץ?לך לך האט געשריבן: ↑מאנטאג אפריל 15, 2024 11:24 pm די גאווערנאר האט היינט געמאלדן אז די סטעיט גייט מאכן איין פירמע פון אנדערע סטעיט צו זיין אין טאפ פון די באקאנטע CDPAP פראגראם, דאס מיינט אז די 600 פירמעס וואס זענען יעצט דא וועלן זיך דארפן שפארן ברענדיג א פארלוסט פון אפאר טויזנט זשאבס, אריינגערעכנט אסאך ביי אחינו בני ישראל.
די בודזשעט דארף אדורך גיין מארגן נאכט מיט ווייניג טשאנסען עס זאל נאך ווערן צוריקגעדרייט.
דאס מיינט אז די 600 פירמעס וואס זענען יעצט דא וועלן זיך דארפן שפארן
-
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 40
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג מערץ 28, 2024 9:11 am
- x 102
Re: לאקאלע נייעס פון ניו יארק
85-90 פראצענט פון די אינדאסטרי זענען ביי היימישע יודען, אסאך גיי כאפען פליקעס ל"ע.
-
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 288
- זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 1:17 pm
- Location: בראשית
- x 566
Re: לאקאלע נייעס פון ניו יארק
מוז נישט זיין שפארן, עס קען זיין אז זיי גייען קענען קאנטראקטען אונטער יענע פירמע, אבער עס וועט זיין א גרויסע פארלוסט.א טויב האט געשריבן: ↑דינסטאג אפריל 16, 2024 3:48 pmאייגענע החלטה? אדער גענומען פון ערגעץ?לך לך האט געשריבן: ↑מאנטאג אפריל 15, 2024 11:24 pm די גאווערנאר האט היינט געמאלדן אז די סטעיט גייט מאכן איין פירמע פון אנדערע סטעיט צו זיין אין טאפ פון די באקאנטע CDPAP פראגראם, דאס מיינט אז די 600 פירמעס וואס זענען יעצט דא וועלן זיך דארפן שפארן ברענדיג א פארלוסט פון אפאר טויזנט זשאבס, אריינגערעכנט אסאך ביי אחינו בני ישראל.
די בודזשעט דארף אדורך גיין מארגן נאכט מיט ווייניג טשאנסען עס זאל נאך ווערן צוריקגעדרייט.
דאס מיינט אז די 600 פירמעס וואס זענען יעצט דא וועלן זיך דארפן שפארן
איבערגטריבען, אבער יא א גרויסע פראצענט.א פשוט'ער אידל האט געשריבן: ↑דינסטאג אפריל 16, 2024 4:05 pm 85-90 פראצענט פון די אינדאסטרי זענען ביי היימישע יודען, אסאך גיי כאפען פליקעס ל"ע.
איך טראכט נאך וואס צו שרייבן...
קומט אין אישי
קומט אין אישי
-
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 40
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג מערץ 28, 2024 9:11 am
- x 102
Re: לאקאלע נייעס פון ניו יארק
אזוי האב איך געהערט מפה קדשו פון שמחה אייכענשטיין.לך לך האט געשריבן: ↑דינסטאג אפריל 16, 2024 4:55 pmמוז נישט זיין שפארן, עס קען זיין אז זיי גייען קענען קאנטראקטען אונטער יענע פירמע, אבער עס וועט זיין א גרויסע פארלוסט.א טויב האט געשריבן: ↑דינסטאג אפריל 16, 2024 3:48 pmאייגענע החלטה? אדער גענומען פון ערגעץ?לך לך האט געשריבן: ↑מאנטאג אפריל 15, 2024 11:24 pm די גאווערנאר האט היינט געמאלדן אז די סטעיט גייט מאכן איין פירמע פון אנדערע סטעיט צו זיין אין טאפ פון די באקאנטע CDPAP פראגראם, דאס מיינט אז די 600 פירמעס וואס זענען יעצט דא וועלן זיך דארפן שפארן ברענדיג א פארלוסט פון אפאר טויזנט זשאבס, אריינגערעכנט אסאך ביי אחינו בני ישראל.
די בודזשעט דארף אדורך גיין מארגן נאכט מיט ווייניג טשאנסען עס זאל נאך ווערן צוריקגעדרייט.
דאס מיינט אז די 600 פירמעס וואס זענען יעצט דא וועלן זיך דארפן שפארן
איבערגטריבען, אבער יא א גרויסע פראצענט.א פשוט'ער אידל האט געשריבן: ↑דינסטאג אפריל 16, 2024 4:05 pm 85-90 פראצענט פון די אינדאסטרי זענען ביי היימישע יודען, אסאך גיי כאפען פליקעס ל"ע.
take it up with him!
-
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 38
- זיך איינגעשריבן: מוצש"ק דעצעמבער 23, 2023 10:03 pm
- x 69
Re: לאקאלע נייעס פון ניו יארק
גא"מdev האט געשריבן: ↑דינסטאג אפריל 16, 2024 2:17 pmאפשר זענט איר מסביר וואס דאס איזלך לך האט געשריבן: ↑מאנטאג אפריל 15, 2024 11:24 pm די גאווערנאר האט היינט געמאלדן אז די סטעיט גייט מאכן איין פירמע פון אנדערע סטעיט צו זיין אין טאפ פון די באקאנטע CDPAP פראגראם, דאס מיינט אז די 600 פירמעס וואס זענען יעצט דא וועלן זיך דארפן שפארן ברענדיג א פארלוסט פון אפאר טויזנט זשאבס, אריינגערעכנט אסאך ביי אחינו בני ישראל.
די בודזשעט דארף אדורך גיין מארגן נאכט מיט ווייניג טשאנסען עס זאל נאך ווערן צוריקגעדרייט.
שכח
- דער תהלים איד
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 5428
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
- x 10373
Re: לאקאלע נייעס פון ניו יארק
כהאב נישט די צייט און אויך נישט די גאנצע קלארקייט.
אבער בערך:
ס'איז דא פעטע רעגירונגס פראגראמען פאר האום קעיר פאר עלטערע מענטשן. גאר אסאך היימישע אידן ציען חיונא פון דעם אינדוסטריע, זייענדיג די עידזשענסיס דאס צוצושטעלן.
א צייט צוריק איז געווארן אן אויפשאקלונג און א גרויס חלק האבן פארלוירן די גראדע צינורות, זיי האבן געמוזט ווערן א עידזעשנסי אונטער א צווייטע עידזשענסי, וואס באדייט אז זיי קענען גארנישט אפלייען דירעקט צו די רעגירונג'ס פראגראם נאר דורך א פארמיטלונג פירמע וואס נעמט כמובן אראפ גרויס מוציא'ס...
אבער ס'איז נאך אלס געווען היימישע אידן וואס האבן יא געהאט די גראדע ליניע.
לויט ווי איך פארשטיי דא ווערן אלע גראדע ליניעס יעצט פארשלאסן.
אבער בערך:
ס'איז דא פעטע רעגירונגס פראגראמען פאר האום קעיר פאר עלטערע מענטשן. גאר אסאך היימישע אידן ציען חיונא פון דעם אינדוסטריע, זייענדיג די עידזשענסיס דאס צוצושטעלן.
א צייט צוריק איז געווארן אן אויפשאקלונג און א גרויס חלק האבן פארלוירן די גראדע צינורות, זיי האבן געמוזט ווערן א עידזעשנסי אונטער א צווייטע עידזשענסי, וואס באדייט אז זיי קענען גארנישט אפלייען דירעקט צו די רעגירונג'ס פראגראם נאר דורך א פארמיטלונג פירמע וואס נעמט כמובן אראפ גרויס מוציא'ס...
אבער ס'איז נאך אלס געווען היימישע אידן וואס האבן יא געהאט די גראדע ליניע.
לויט ווי איך פארשטיי דא ווערן אלע גראדע ליניעס יעצט פארשלאסן.
-
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 288
- זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 1:17 pm
- Location: בראשית
- x 566
Re: לאקאלע נייעס פון ניו יארק
זייער גוט ארויסגעברענגט, נאר א קליינע פוינט צוצולייגן, די פלאן וואס די שרייבסט באוויסט אלעס FI אין בערך 20 האבן געדארפט ווערן א Lead Fi איז למעשה קיינמאל געשען צוליב וואס מען איז געגאנגען אין קאורט אין לויט די געווינס האט די סטעיט עס געדארפט געבן פאר 120 אין נישט פאר 20. יעצט אנשטאט דאס איינצופירן האט די גאווערנאר אפגעמאכט אז זי נעמט איין דרויסנדיקע פירמע וואס ווערט באלעבאס.דער תהלים איד האט געשריבן: ↑דינסטאג אפריל 16, 2024 5:48 pm כהאב נישט די צייט און אויך נישט די גאנצע קלארקייט.
אבער בערך:
ס'איז דא פעטע רעגירונגס פראגראמען פאר האום קעיר פאר עלטערע מענטשן. גאר אסאך היימישע אידן ציען חיונא פון דעם אינדוסטריע, זייענדיג די עידזשענסיס דאס צוצושטעלן.
א צייט צוריק איז געווארן אן אויפשאקלונג און א גרויס חלק האבן פארלוירן די גראדע ציונות, זיי האבן געמוזט ווערן א עידזעשנסי אונטער א צווייטע עידזשענסי, וואס באדייט אז זיי קענען גארנישט אפלייען דירעקט צו די רעגירונג'ס פראגראם נאר דורך א פארמיטלונג פירמע וואס נעמט כמובן אראפ גרויס מוציא'ס...
אבער ס'איז נאך אלס געווען היימישע אידן וואס האבן יא געהאט די גראדע ליניע.
לויט ווי איך פארשטיי דא ווערן אלע גראדע ליניעס יעצט פארשלאסן.
פאר איינער וואס ליינט די המספיק געזאט וועט עס בעסער פארשטיין.חזקי זופניק האט געשריבן: ↑דינסטאג אפריל 16, 2024 5:39 pmגא"מdev האט געשריבן: ↑דינסטאג אפריל 16, 2024 2:17 pmאפשר זענט איר מסביר וואס דאס איזלך לך האט געשריבן: ↑מאנטאג אפריל 15, 2024 11:24 pm די גאווערנאר האט היינט געמאלדן אז די סטעיט גייט מאכן איין פירמע פון אנדערע סטעיט צו זיין אין טאפ פון די באקאנטע CDPAP פראגראם, דאס מיינט אז די 600 פירמעס וואס זענען יעצט דא וועלן זיך דארפן שפארן ברענדיג א פארלוסט פון אפאר טויזנט זשאבס, אריינגערעכנט אסאך ביי אחינו בני ישראל.
די בודזשעט דארף אדורך גיין מארגן נאכט מיט ווייניג טשאנסען עס זאל נאך ווערן צוריקגעדרייט.
שכח
על כל פנים, CDPAP איז א פראגראם וואס שטעלט צו האום קעיר פאר עלטערע אדער מענטשן מיט דיסעבילטיס, די פראגראם ערלויבט צו נעמען א משפחה מיטגלידער אלעס א ארבעטער אין די אינשורענס באצאלט דאס דורך די FI אגענטור.
עס איז דא אין האום קעיר זייער אסאך צושרייבן אבער דא איז נישט די פלאץ פאר דעם, אויב די עולם וויל קען מען עפענען א טעמע וועל איך שרייבן מער פון מיין עקספערטיז.
אין די האום קעיר ליין איז דא אסאך אידן וואס מאכן פון דא נישט נאר פרנסה נאר אויך די חליקות וואס מען טיילט פון צייט צו צייט.
די פלאן יעצט איז צו קיין אין קאורט עס פייטן, למעשה וויבאלד די בודזשעט איז נאך נישט דורך ווייס מען נאכנישט ווי שווער עס וועט זיין צו פייטן.
איך וועל אינפארמירן די עולם אויב מען וויל.
דיסקלעמער, איך ארבעט נישט פאר אן FI אין אויך נישט פאר המספיק
איך טראכט נאך וואס צו שרייבן...
קומט אין אישי
קומט אין אישי
- דער תהלים איד
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 5428
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
- x 10373
-
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 288
- זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 1:17 pm
- Location: בראשית
- x 566
Re: לאקאלע נייעס פון ניו יארק
הרבני הנגיד ר' י.וו. הי"ו פון קרית יואל וואס האט איינס פון די גרעסטע FI אין די סטעיט זאגט יעצט אז עס איז נאך דא איין מעגליכקייט עס זאל נישט אריבערגיין דורך רופן די אסעמלי מעמבער, אין דורך זאגן תהילים
איך טראכט נאך וואס צו שרייבן...
קומט אין אישי
קומט אין אישי