מאטאש ''קאשערט'' ***

ארטיקלען און אפהאנדלונגען
אוועיטער
העלדיש
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 275
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 9:10 pm
x 554

מאטאש ''קאשערט'' ***

פאוסט דורך העלדיש »

(שוין געווען אמאל ערגעץ)...

ס'שטייט אז גרויסע צדיקים פלעגן גיין כסדר זיך אינטערהערן ביי עמעראצים צו זעהן וואזוי זיי פראווענען די סדרים, שוין האב איך מיר ארויפגעצויגן מיינע קאלירטע שלייקעס און באשלאסן צו טוהן דאס זעלביגע. נאכן שפעקעלירן פאר א קורצע וויילע האב איך מיר דערמאנט פון מיין געוועזענער חבר פון ישיבה 'מתתי', אדער בעסער געזאגט 'מאָטאָש' ווי זיינע פרענדס ריפן אים בלשון חיבה, ער איז די ריכטיגע קאנדידאט.

מאָטאש איז נישט ממש אן עמהארץ אבער דאך א 'קאָאל גאֲאי', אין די היינטיגע וועלט וואלט ער באטיטולט געווארן אלס א דאאד... (מיט א שטארקע קמץ) פאר מיין עקרת הבית זאג איך אז 'כ'האב א חברותה' אין אזוי באקום איך די נויטיגע פערמיט צו פארלאזן מיין שלאכט-זאנע אין די כאאטישע ערב פסח סעזאן.

און אזוי שלעפ איך מיר אראפ די פאר גאסן ביז צו מאטאש'ס געצעלט. איך שטעל מיר אינטער די טיר און שפיץ אן מיינע אויגן און אויערן צו מיטהאלטן פונקליך יעדער'ס ווארט וואס ווערט נאר ארויסגעזאגט.

''האלא'' הער איך מאטאש'ס אייעריגע שטומע, ( מאטאש פלעגט זיך אלס האלטן פאר א שטיקעל זינגער) ברענג אהער די שטיין, געבט ער ארויס שטרענגע באפעלן צו זיין ווייבל וועלכע קומט צו וואקן מיט א שטיין וואס איר מאן האט פריער אויפגעפיקט פון די סטריט. מאטאש קומט צו וואקן מיט א ריזן קראק פאט פיל מיט הייס וואסער זיין הויזן איז אים שיעור נישט געפאלן אבער ער שרעקט זיך נישט, אין ער גרייט זיך צו כשר'ן, הלכות האט ער נישט געלערנט סאו ער טוט וואס ער געדענקט פינדערהיים, כ'מיין ביפאר מען האט אים אריינגעיאגט אין בעט אריין.
דיקע טראפענעס שווייס פליסן אראפ פון זיין אויפגעבלאזענע באקן אין ס'מישט זיך אויס מיט זיין געדשעלטע בארד דערביי אוועקהרגענענדיג שווערע שעות פון הארעוואניע וואס ער האט אין דעם אינוועסטירט. אך, לאזט ער זיך ווידער הערן, מיין בארד ווערט צומעססט!

וואט די געהענום, שרייט ער א נערוועזער. האלאו האסט שוין אויפגעפיקט די מצות פון שווער? פרעגט ער זיין עקרת'ל, ווי כאילו די גאנצע וועלט איז משובד צו עימען.
געלט האט ער נישט עכט, אפי' ער איז שוין לאנג נישט אין כולל האט ער פאר סאם ריעזאן האט ער נאכנישט געטראפן ווער ס'זאל זיין וויליג צו צאלן פעיראל פאר אזא טעלענטעד יונגערמאן ווי מאטאש.

ער נעמט אפיר זיין ריזן טעלעפאון, פארשטייט זיך א עפל דיווייס. ס'טייטש, מאטאש איז געווען פון די גרעסטע עפל 'פענס' אפי' נאכפאר ער האט געוויסט וויאזוי מ'טאטשט עס.
ער לייגט עס אראפ אויפן קאונטער מיט די סעלפי קעמרא אפען פעיסינג מאטאש'ס שיינעדגע נאז, אין פארשטייט זיך זיין ביאָטֶעפול בארד וואס ביי דע וועי מאכט אים אויסקוקן ווי עפעס אן אונגארישע גלח, באט על טעם וריח אין להיתווכיח אין פאאר שאר נאט מיט מאטאש'ן וועלעכע איז אגב פון די שטערקסטע דיבעיטערס, אזש זיינע חברים האבן אים גע'רעיט אלס נאמער איינס נאך טראמפ.

מיט זיין דיקן מה-נשתנה פינגער דריקט ער די ריקארד באטען אין הייבט אן זיין מעסיוו פראפארמענטס, האלא חברה, דא גיימער יעצט כשר'ן האלטס מיט לייוו, זאגט ער מיט זיין גריצלנדע שטומע, חברה איך בין א ריעל פראו זאגט ער ווייטער צו זיינע נייגעריגע חברים, וועלעכע זענען מוראדיג פאראינטרעסירט צו זעהן וויאזוי דער אורח גייט כשר'ן.
מיט א פעסטע האנט מענאוורע הייבט ער אינטער זיין גרויסן 'קראק פאט' אין גאלאפירט פאראויס צו זיין ברענד ניו גלאזערנע טיש.

'דיס איז ריעלי קאָאל' זאגט ער פארסאפעטערהייט בשעת'ן פראבירן צו שיף מאכן דעם טשולענט טאפ. א הייסע פארע איז געגאנגען פון די איבערגעהיצטע שיסל.
טייערע אידן אין א אמעריקא, כשר'ט ענקער הויז וועט אייך גיט זיין, זינגט זיך מאטאש אינטער זיין נעקסט לעוועל קאמפעזישאן.
אוי גייט דעיס זיין א פריקן סטעטוס טראכט ער צו זיך מיט פרייד געמישט מיט סיפוק.

אין אזוי דרייט דער חכם איבער דעם קראק פאט...

קראך!!!

טויזענטער פיצי שטיקער גלאז זענען זיך צופלויגן אין א יעדער ריכטונג... א הייסע פארע האט זיך פארשפרייעט איבערן קאך און פארשווער'ט דאס אטעמען. וואס גייט דארט פאר? שרייט זיין דערשראקענע עקרת הבית פון איר צימער, איז אלעס אוקעי?

נאטינג, ענטפערט ער מיט א דרייסטקייט, 'דשאסט די נעיבער האט אויסגעגאסן טויס'.

מאטאש כאפט זיין דשעקעט אין לויפט צו צום טיר, ער עפענט די טיר מיט א שטורעם
אין טרעפט מיר שטיין אקעגן אים מיט א שמייכעל פון באק צו באק...

חג כשר ושמח!!!
אוועיטער
ווירקליך
מנהל המערכת
פאוסטס: 733
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יוני 28, 2023 10:08 pm
x 1203

Re: מאטאש קאשערט ***

פאוסט דורך ווירקליך »

🤣🤣🤣🤣🤣🤣

א מין שפראך דאס... צוקער זיס!
היי יו העוו ריטשט מיי וואויסמעיל, טענקס.
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 5783
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 12172

Re: מאטאש קאשערט ***

פאוסט דורך דער תהלים איד »

@העלדיש האט עס נישט רעקארדעד?!... כ'מוז עס זען לייוו...

טענקס, זיס געשריבן!
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 5783
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 12172

Re: מאטאש קאשערט ***

פאוסט דורך דער תהלים איד »

אגב, די *** האסטו גענומען פון ספה"ק נועם אלימלך? וואסידע מעשה?
אוועיטער
וואוילער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3523
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 1:35 pm
x 5544

Re: מאטאש קאשערט ***

פאוסט דורך וואוילער »

:lol: :lol: :lol:
מצילי אש ד'ראקלענד - 24/7 עמערדזענסי ליין - 845.426.9111
לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס!
אנדערער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2552
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אקטאבער 31, 2023 9:41 pm
x 2890

Re: מאטאש קאשערט ***

פאוסט דורך אנדערער »

:lol: :lol: :lol: :lol:
אוועיטער
העלדיש
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 275
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 9:10 pm
x 554

Re: מאטאש קאשערט ***

פאוסט דורך העלדיש »

דער תהלים איד האט געשריבן: זונטאג אפריל 14, 2024 4:55 pm אגב, די *** האסטו גענומען פון ספה"ק נועם אלימלך? וואסידע מעשה?
וואס הייסט?
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 5783
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 12172

Re: מאטאש קאשערט ***

פאוסט דורך דער תהלים איד »

העלדיש האט געשריבן: זונטאג אפריל 14, 2024 8:43 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: זונטאג אפריל 14, 2024 4:55 pm אגב, די *** האסטו גענומען פון ספה"ק נועם אלימלך? וואסידע מעשה?
וואס הייסט?
ס'ידוע די פאלעמיק אויב די * אין ספה"ק נועם אלימלך האבן א העכערע כוונה, און דערפאר לאזט מען עס אין די נייע דרוק.

פרעג איך וואו די *** זענען דא ארינגעפלויגן אינעם קעפל אריין..
טיפע טאשן
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1438
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 10:37 am
x 2203

Re: מאטאש ''קאשערט'' ***

פאוסט דורך טיפע טאשן »

:lol: :lol: :lol:
פיינע נייעס די..
צווייזייטיג האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 27, 2023 1:31 pm אז מען קומט ארויף זיך טענה'ן אויף א פובליק פארום דארף מען קודם לייגן שנאת ישראל אין א זייט.
שמייכלדיג
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 479
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אוגוסט 08, 2023 1:52 pm
x 659

Re: מאטאש קאשערט ***

פאוסט דורך שמייכלדיג »

דער תהלים איד האט געשריבן: מאנטאג אפריל 15, 2024 10:44 am
העלדיש האט געשריבן: זונטאג אפריל 14, 2024 8:43 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: זונטאג אפריל 14, 2024 4:55 pm אגב, די *** האסטו גענומען פון ספה"ק נועם אלימלך? וואסידע מעשה?
וואס הייסט?
ס'ידוע די פאלעמיק אויב די * אין ספה"ק נועם אלימלך האבן א העכערע כוונה, און דערפאר לאזט מען עס אין די נייע דרוק.

פרעג איך וואו די *** זענען דא ארינגעפלויגן אינעם קעפל אריין..
דער עולם טענה'ט לעצטנס אז זיי זענען געווארן בעלי מקובלים, די בני בית האלט אין איין דערמאנען צו אינזין האבן די שמות...
אוועיטער
שאינו יודע לשאול
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 4601
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
x 13754

Re: מאטאש ''קאשערט'' ***

פאוסט דורך שאינו יודע לשאול »

גוט גוט... גיב מיר זיין אדרעס איך דארף מיטהאלטן זיין סדר...
אוועיטער
צייטווייליג
חבר המערכת
פאוסטס: 375
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 20, 2023 6:09 pm
x 821

Re: מאטאש ''קאשערט'' ***

פאוסט דורך צייטווייליג »

:lol: :lol: :lol:
אוועיטער
העלדיש
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 275
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 9:10 pm
x 554

Re: מאטאש קאשערט ***

פאוסט דורך העלדיש »

דער תהלים איד האט געשריבן: מאנטאג אפריל 15, 2024 10:44 am
העלדיש האט געשריבן: זונטאג אפריל 14, 2024 8:43 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: זונטאג אפריל 14, 2024 4:55 pm אגב, די *** האסטו גענומען פון ספה"ק נועם אלימלך? וואסידע מעשה?
וואס הייסט?
ס'ידוע די פאלעמיק אויב די * אין ספה"ק נועם אלימלך האבן א העכערע כוונה, און דערפאר לאזט מען עס אין די נייע דרוק.

פרעג איך וואו די *** זענען דא ארינגעפלויגן אינעם קעפל אריין..
:|
שרייב פאוסט