אינטערנאציאנאלע נייעס און קרישקעלעך

נייעס אין דער אלגעמיינער גאס, לאקאל און נאציאנאל
אוועיטער
פעיק ניוז
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 519
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 2:17 pm
x 1098

אינטערנאציאנאלע נייעס און קרישקעלעך

פאוסט דורך פעיק ניוז »

כינע און רוסלאנד טוען דורכפירן געמיינזאמע מיליטערישע ים-און לופט עקסערסייזעס אין יאפאנעזע וואסערן.
בעסער אן אומעדיוקירטער חכם ווי איידער אן עדיוקירטער שוטה
אוועיטער
רעגנדיג
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 156
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 12:53 am
x 81

Re: אינטערנאציאנאלע נייעס - באריכטן און קרישקעלעך

פאוסט דורך רעגנדיג »

פעיק ניוז האט געשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 3:39 pm כינע און רוסלאנד טוען דורכפירן געמיינזאמע מיליטערישע ים-און לופט עקסערסייזעס אין יאפאנעזע וואסערן.
פעיק!!!!! :shock: :shock: :shock:
אוועיטער
זייער גוט
פרישער באניצער
פאוסטס: 35
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 2:42 pm
x 6

Re: אינטערנאציאנאלע נייעס - באריכטן און קרישקעלעך

פאוסט דורך זייער גוט »

באריכטער האט געשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 3:45 pm
רעגנדיג האט געשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 3:44 pm
פעיק ניוז האט געשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 3:39 pm כינע און רוסלאנד טוען דורכפירן געמיינזאמע מיליטערישע ים-און לופט עקסערסייזעס אין יאפאנעזע וואסערן.
פעיק!!!!! :shock: :shock: :shock:
מסתמא נישט די עכטע פעיק ער איז אוועקגעגאנגען צוליב צייט פארשווענדעניש.

א עוולה אז מ'לאזט עס צו
און רעגנדיג איז דאך אויך א וועק וועגן צייט פארשווענדעניש...
דו, ביסט זייער גוט!!!
אוועיטער
רעגנדיג
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 156
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 12:53 am
x 81

Re: אינטערנאציאנאלע נייעס - באריכטן און קרישקעלעך

פאוסט דורך רעגנדיג »

באריכטער האט געשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 3:45 pm
רעגנדיג האט געשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 3:44 pm
פעיק ניוז האט געשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 3:39 pm כינע און רוסלאנד טוען דורכפירן געמיינזאמע מיליטערישע ים-און לופט עקסערסייזעס אין יאפאנעזע וואסערן.
פעיק!!!!! :shock: :shock: :shock:
מסתמא נישט די עכטע פעיק ער איז אוועקגעגאנגען צוליב צייט פארשווענדעניש.

א עוולה אז מ'לאזט עס צו
אויב איז עס נישט ער איז עס טאקע אן עוולה.
אוועיטער
פעיק ניוז
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 519
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 2:17 pm
x 1098

Re: אינטערנאציאנאלע נייעס - באריכטן און קרישקעלעך

פאוסט דורך פעיק ניוז »

ביטע זיך האלטן צום קעפל.
בעסער אן אומעדיוקירטער חכם ווי איידער אן עדיוקירטער שוטה
אוועיטער
פעיק ניוז
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 519
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 2:17 pm
x 1098

Re: אינטערנאציאנאלע נייעס, און קרישקעלעך

פאוסט דורך פעיק ניוז »

אן אמעריקאנער זעלנער וועלכער איז געווען טייל פון די אמעריקאנע קרעפטן אין קארעא, איז אריבערגעלאפן די גרעניץ צווישן די צוויי קארעאס, אריין צו צפון קארעא. עס ווערט געגלייבט אז ער געפינט זיך מאמענטאל אונטער צפון קארעא מיליטערישע ארעסט.

דער זעלנער האט זיך געפינען אויף א טור אין דעם דעמיליטעריזירטן ראיאן צווישן די צוויי קארעאס, אנגעטון אלס ציווילער, ווען ער האט זיך פלוצלינג אפגעריסן פון זיין גרופע און אריינגעלאפן צווישן די דארטיגע געביידעס און דאן פארשווינדן געווארן אויף דער אנדערער זייט גרעניץ, אריין קיין צפון. לויט אמעריקאנע מיליטערישע באאמטע, איז דער סאלדאט אויסגעשטאנען 'דיסציפלינירנדע שריט' דורך דער מיליטער, און איז שוין געווען אויפ'ן וועג צוריקגעפירט צו ווערן קיין אמעריקא, ווען ער האט זיך אויף עפעס אן אופן ארויסגעדרייט און צוריקגעפארן קיין קארעא, זיך אנשליסנדיג מיט דער גרופע טוריסטן.

דער אינצידענט קומט אין א צייט פון הויכע אנגעצויגנקייט צווישן די פאראייניגטע שטאטן און צפון קארעא.
בעסער אן אומעדיוקירטער חכם ווי איידער אן עדיוקירטער שוטה
אוועיטער
גראז
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 284
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 6:29 pm
x 193

Re: אינטערנאציאנאלע נייעס, און קרישקעלעך

פאוסט דורך גראז »

פארוואס עפעס זאל אן אמעריקאנער זעלנער פלוצלינג אריבערלויפן צו צפון? כ'מיין, ער האט נישט וואס צוטון?!

עפעס פעלט דא.
יערוף כמטר לקחי תזל כטל אמרתי, כשעירים עלי דשא וכרביבים עלי עשב
אוועיטער
פעיק ניוז
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 519
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 2:17 pm
x 1098

Re: אינטערנאציאנאלע נייעס, און קרישקעלעך

פאוסט דורך פעיק ניוז »

אויב איז ער אויסגעשטאנען דיסציפלינירנדע שריט קען מען עס אפשר בדוחק אריינשטופן. הגם דארט אין נארט קארעא זענען אזאנע שריט נישט זיסער ווי אין די פאראייניגטע שטאטן.

בעצם דארף מען אבער וויסן איבער וואס מען האט אים געדארפט דיסציפלינירן.
בעסער אן אומעדיוקירטער חכם ווי איידער אן עדיוקירטער שוטה
נחום
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 111
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 1:33 pm
x 10

Re: אינטערנאציאנאלע נייעס, און קרישקעלעך

פאוסט דורך נחום »

ס'האט אים געכאפט א שווערע מינוט, ער האט זיך מסתמא איינגערעדט אז ער גייט אפטוהן טערקיש אמעריקע דערמיט, אוי גייט ער נאך חרטה האבן.
אוועיטער
פעיק ניוז
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 519
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 2:17 pm
x 1098

Re: אינטערנאציאנאלע נייעס, און קרישקעלעך

פאוסט דורך פעיק ניוז »

א יו-גאוו אנקעטע דורכגעפירט אין ענגלאנד צייגט אז 55 פראצענט וואלט היינט געשטימט צו פארבלייבן אין דעם אייראפעיאישן פאראיין, אין פארגלייך צו 31 פראצענט וועלכע וואלטן געשטימט צו פארבלייבן אינדרויסן. די זעלבע אנקעטע צייגט אויך אז 57 פראצענט קעגן 32 פראצענט בריטישע האלטן אז 'ברעקסיט' איז געווען א גרייזיגער באשלוס.
בעסער אן אומעדיוקירטער חכם ווי איידער אן עדיוקירטער שוטה
אוועיטער
פארשטייער
ניי צום טיש
פאוסטס: 12
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 5:55 pm
x 2

Re: אינטערנאציאנאלע נייעס, און קרישקעלעך

פאוסט דורך פארשטייער »

גראז האט געשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 1:19 pm פארוואס עפעס זאל אן אמעריקאנער זעלנער פלוצלינג אריבערלויפן צו צפון? כ'מיין, ער האט נישט וואס צוטון?!

עפעס פעלט דא.


ער האט אויסגעקוקט צו זיין אויף דראגס עפעס אזוי, אמעריקא ארבעט אים צו באפרייען.
אוועיטער
פעיק ניוז
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 519
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 2:17 pm
x 1098

Re: אינטערנאציאנאלע נייעס, און קרישקעלעך

פאוסט דורך פעיק ניוז »

איראק האט פארשיקט דעם שוועדישן אמבאסאדאר פון לאנד, אין רעאקציע צו די פלאנירטע 'שריפת הקוראן' פארנט פון דעם איראקער אמבאסאדע אין שטאקלהאם, שוועדן.
בעסער אן אומעדיוקירטער חכם ווי איידער אן עדיוקירטער שוטה
וואסאפשט
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 681
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יולי 19, 2023 9:57 pm
x 363

Re: אינטערנאציאנאלע נייעס, און קרישקעלעך

פאוסט דורך וואסאפשט »

ווייסע הויז האט פארדאמט די נעכטיגע איבערפאל אויפן אמבאסאדע אין איראק למעשה איז שריפת הקוראן נישט קעגן דעמאקראטיע?
אז עפעס איז שווער פרעגט מען וואסאפשט.............
אוועיטער
גראז
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 284
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 6:29 pm
x 193

Re: אינטערנאציאנאלע נייעס, און קרישקעלעך

פאוסט דורך גראז »

וואסאפשט האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 20, 2023 4:25 pm ווייסע הויז האט פארדאמט די נעכטיגע איבערפאל אויפן אמבאסאדע אין איראק למעשה איז שריפת הקוראן נישט קעגן דעמאקראטיע?
נעכטן איז געווען א איבערפאל?
יערוף כמטר לקחי תזל כטל אמרתי, כשעירים עלי דשא וכרביבים עלי עשב
וואסאפשט
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 681
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יולי 19, 2023 9:57 pm
x 363

Re: אינטערנאציאנאלע נייעס, און קרישקעלעך

פאוסט דורך וואסאפשט »

גראז האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 20, 2023 4:30 pm
וואסאפשט האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 20, 2023 4:25 pm ווייסע הויז האט פארדאמט די נעכטיגע איבערפאל אויפן אמבאסאדע אין איראק למעשה איז שריפת הקוראן נישט קעגן דעמאקראטיע?
נעכטן איז געווען א איבערפאל?
געהערט אזוי
אז עפעס איז שווער פרעגט מען וואסאפשט.............
אוועיטער
פעיק ניוז
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 519
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 2:17 pm
x 1098

Re: אינטערנאציאנאלע נייעס, און קרישקעלעך

פאוסט דורך פעיק ניוז »

איראק פארדאמט דאס פארברענען א קאפי פון דעם קוראן פארנט פון איר אמבאסאדע אין קאפענהאגען, דענמארק.

אזוי אויך האט א ווארטזאגער פאר דער איראקער אויסערן מיניסטעריום געמאלדן אז איינגעשטעלטע אין דענמארק'ס אמבאסאדע אין באגדאד האבן פארלאזט איראק פאר צוויי טעג צוריק. די דענישע אויסערן מיניסטעריום זאגטאבער אז איר אמבאסאדע אין באגדאד איז שוין געשלאסן זינט יולי 2022 צוליב זומער וואקאציע, און אז זי האט נישט פארלאזט איראק.
בעסער אן אומעדיוקירטער חכם ווי איידער אן עדיוקירטער שוטה
אוועיטער
פעיק ניוז
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 519
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 2:17 pm
x 1098

Re: אינטערנאציאנאלע נייעס, און קרישקעלעך

פאוסט דורך פעיק ניוז »

צפון קארעא האט ארויסגעשאסן צוויי באליסטישע מיסילס אין דעם ים אריין, ארויס פון איר מזרח בארטן, געציילטע שעות נאך וואס אן אמעריקאנער נוקלער-געטריבענער סובמארין האט דערגרייכט אן אמעריקאנער באזע ביי א דרום קארעא אינזל.
בעסער אן אומעדיוקירטער חכם ווי איידער אן עדיוקירטער שוטה
אוועיטער
פעיק ניוז
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 519
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 2:17 pm
x 1098

Re: אינטערנאציאנאלע נייעס, און קרישקעלעך

פאוסט דורך פעיק ניוז »

פעיק ניוז האט געשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 1:14 pm אן אמעריקאנער זעלנער וועלכער איז געווען טייל פון די אמעריקאנע קרעפטן אין קארעא, איז אריבערגעלאפן די גרעניץ צווישן די צוויי קארעאס, אריין צו צפון קארעא. עס ווערט געגלייבט אז ער געפינט זיך מאמענטאל אונטער צפון קארעא מיליטערישע ארעסט.

דער זעלנער האט זיך געפינען אויף א טור אין דעם דעמיליטעריזירטן ראיאן צווישן די צוויי קארעאס, אנגעטון אלס ציווילער, ווען ער האט זיך פלוצלינג אפגעריסן פון זיין גרופע און אריינגעלאפן צווישן די דארטיגע געביידעס און דאן פארשווינדן געווארן אויף דער אנדערער זייט גרעניץ, אריין קיין צפון. לויט אמעריקאנע מיליטערישע באאמטע, איז דער סאלדאט אויסגעשטאנען 'דיסציפלינירנדע שריט' דורך דער מיליטער, און איז שוין געווען אויפ'ן וועג צוריקגעפירט צו ווערן קיין אמעריקא, ווען ער האט זיך אויף עפעס אן אופן ארויסגעדרייט און צוריקגעפארן קיין קארעא, זיך אנשליסנדיג מיט דער גרופע טוריסטן.

דער אינצידענט קומט אין א צייט פון הויכע אנגעצויגנקייט צווישן די פאראייניגטע שטאטן און צפון קארעא.
די יו ען האט אנגעהויבן פירן געשפרעכן מיט צפון קארעא איבער דעם אנטלאפענעם סאלדאט טרעוויס קינג, וועלכער איז אריבערגעלאפן די גרעניצן אריין קיין צפון.
בעסער אן אומעדיוקירטער חכם ווי איידער אן עדיוקירטער שוטה
אוועיטער
העלדיש
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 267
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 9:10 pm
x 538

Re: אינטערנאציאנאלע נייעס, און קרישקעלעך

פאוסט דורך העלדיש »

פעיק ניוז האט געשריבן: מאנטאג יולי 24, 2023 2:42 pm צפון קארעא האט ארויסגעשאסן צוויי באליסטישע מיסילס אין דעם ים אריין, ארויס פון איר מזרח בארטן, געציילטע שעות נאך וואס אן אמעריקאנער נוקלער-געטריבענער סובמארין האט דערגרייכט אן אמעריקאנער באזע ביי א דרום קארעא אינזל.
איך וויס נישט פארוואס מען באריכט יעדער מאל מיט אזוי פיל פאמפע וואס נארט קארעא שיסט ארויס זייער פייל און בויגנס,
לאמיר זיין קלאר נארט קארעא איז נישט קיין געפאר פאר קיינעם, זיי גיין גארנישט טון, נישט ווייל זיי זענען צדיקים נאר ווייל זיי קענען נישט. און זיכער נישט קעגן אמעריקא.
זאלן זיי שעלטן בריקעווען פאברעצירן און הונגערן, לאז אונז צורוה
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 12698
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 28704

Re: אינטערנאציאנאלע נייעס און קרישקעלעך

פאוסט דורך ניקל »

אין די אפריקאנער לענדל 'ניגער' קומט אין די טעג פאר א מיליטערישע פוטש, וואו די ארטיגע מיליטער האבן ארעסטירט דעם פרעזידענט און איבערגענומען קאנטראל פון לאנד. דער פירער פון די פרעזידענטליכע גווארדיע האט זיך דערקלערט אלץ צייטווייליגע פירער, טראץ וואס אמטירענדע פרעזידענט מוכאמעד באזום האט זיך אנטזאגט פון רעזיגנירן.

די אפריקאנער ECOWAS בלאק, פון וועלכע ניגער איז א טייל, האט געמאלדן אז זיי האבן סוספענדירט פארבינדונגען מיטן לאנד, און באשטעטיגט צו נוצן מאכט אויב דער פרעזידענט איז נישט צוריקגעשטעלט אין אמט ביז איין וואך.

די ארטיגע פראנצויזישע אמבאסאדע איז ארומגענומען געווארן דורך פראטעסטירער. דער פראנצויזישער פרעזידענט ווארענט מיט א שארפע רעאקציע אין פאל פראנצויזישע בירגער וועלן געשעדיגט ווערן.
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 12698
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 28704

Re: אינטערנאציאנאלע נייעס און קרישקעלעך

פאוסט דורך ניקל »

די צוויי לענדער האבן א געמיינזאמע היסטאריע. פראנקרייך האט געהערשט אויף זיי פאר לאנגע יארן. נידזשער האט באקומען זעלבסשטענדיגקייט פון פראנקרייך אום 1960. די אפיציעלע שפראך איז נאך אלס פראנצויזיש.

פראנקרייך האט בענעפיטירט פון זיי עקאנאמיש פון זייער צייט אלס א קאלאניאלע מאכט, און פארלאזט זיך נאך היינט אויף אימפארטן פון נידזשער פאר עלעמענטן פון זייער עקאנאמיע
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 12698
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 28704

Re: אינטערנאציאנאלע נייעס און קרישקעלעך

פאוסט דורך ניקל »

די פראנצויזישע רעגירונג איז געפרעגט געווארן אויב זיי האבן אויטאריזירט פראנצויזישע מיליטערישע אקציעס צו באפרייען נידזשער פרעזידענט באזום.

"די איינציגסטע אויטאריטעט וואס מיר אנערקענען אין נידזשער איז פרעזידענט מוחאמאד באזום
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 12698
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 28704

Re: אינטערנאציאנאלע נייעס און קרישקעלעך

פאוסט דורך ניקל »

צוויי לענדער מיט גרעניצן צו נידזשער, מאלי און בורקינע פאסא האבן ארויסגעשטעלט א געמיינזאמע סטעיטמענט אז זייערע לענדער וועלן אריינגיין אין קריג זייט ביי זייט מיט די פוטש פירער אויב ECOWAS דערוואגט זיך אריינצומישן מיליטעריש אין די נידזשער סאמוטאכע.
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 12698
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 28704

Re: אינטערנאציאנאלע נייעס און קרישקעלעך

פאוסט דורך ניקל »

די מד'י נעיווי און די אמעריקאנער פיפטע פלאטע האבן אנגעהויבן א צוויי וואכן לאנגע וואסער עקסערסייז וועלכע וועט פאקאסירן אויף נייטראלאזירן וואסער מינעס ראטעווע משכונות און צושטעלן מעדיצינישע באהאנדלונג.

עס האט זיך אנגעהויבן זינטאג און וועט פארקומען אויף די לאנד און אויף/אין וואסער, עס וועט זיין א צוזאמשטעל פון די 'סנפיר' יטניט און די אונטערוואסער 'ילתם' יטניט.

זיי וועלן אויך אפהאלטן געמיינזאמע סעמינארן.
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 12698
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 28704

Re: אינטערנאציאנאלע נייעס און קרישקעלעך

פאוסט דורך ניקל »

ניקל האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 01, 2023 1:05 am אין די אפריקאנער לענדל 'ניגער' קומט אין די טעג פאר א מיליטערישע פוטש, וואו די ארטיגע מיליטער האבן ארעסטירט דעם פרעזידענט און איבערגענומען קאנטראל פון לאנד. דער פירער פון די פרעזידענטליכע גווארדיע האט זיך דערקלערט אלץ צייטווייליגע פירער, טראץ וואס אמטירענדע פרעזידענט מוכאמעד באזום האט זיך אנטזאגט פון רעזיגנירן.

די אפריקאנער ECOWAS בלאק, פון וועלכע ניגער איז א טייל, האט געמאלדן אז זיי האבן סוספענדירט פארבינדונגען מיטן לאנד, און באשטעטיגט צו נוצן מאכט אויב דער פרעזידענט איז נישט צוריקגעשטעלט אין אמט ביז איין וואך.

די ארטיגע פראנצויזישע אמבאסאדע איז ארומגענומען געווארן דורך פראטעסטירער. דער פראנצויזישער פרעזידענט ווארענט מיט א שארפע רעאקציע אין פאל פראנצויזישע בירגער וועלן געשעדיגט ווערן.
פראנצויזישע אויסערן מיניסטער: די נויטיגע אפמאכן זענען שוין אין פלאץ פאראויס צו גיין מיט עוואקואציעס פון די פראנצויזישע בירגער אין נידזשער
שרייב פאוסט