אינטערנאציאנאלע נייעס און קרישקעלעך
אינטערנאציאנאלע נייעס און קרישקעלעך
כינע און רוסלאנד טוען דורכפירן געמיינזאמע מיליטערישע ים-און לופט עקסערסייזעס אין יאפאנעזע וואסערן.
בעסער אן אומעדיוקירטער חכם ווי איידער אן עדיוקירטער שוטה
Re: אינטערנאציאנאלע נייעס - באריכטן און קרישקעלעך
און רעגנדיג איז דאך אויך א וועק וועגן צייט פארשווענדעניש...
דו, ביסט זייער גוט!!!
Re: אינטערנאציאנאלע נייעס - באריכטן און קרישקעלעך
Re: אינטערנאציאנאלע נייעס - באריכטן און קרישקעלעך
ביטע זיך האלטן צום קעפל.
בעסער אן אומעדיוקירטער חכם ווי איידער אן עדיוקירטער שוטה
Re: אינטערנאציאנאלע נייעס, און קרישקעלעך
אן אמעריקאנער זעלנער וועלכער איז געווען טייל פון די אמעריקאנע קרעפטן אין קארעא, איז אריבערגעלאפן די גרעניץ צווישן די צוויי קארעאס, אריין צו צפון קארעא. עס ווערט געגלייבט אז ער געפינט זיך מאמענטאל אונטער צפון קארעא מיליטערישע ארעסט.
דער זעלנער האט זיך געפינען אויף א טור אין דעם דעמיליטעריזירטן ראיאן צווישן די צוויי קארעאס, אנגעטון אלס ציווילער, ווען ער האט זיך פלוצלינג אפגעריסן פון זיין גרופע און אריינגעלאפן צווישן די דארטיגע געביידעס און דאן פארשווינדן געווארן אויף דער אנדערער זייט גרעניץ, אריין קיין צפון. לויט אמעריקאנע מיליטערישע באאמטע, איז דער סאלדאט אויסגעשטאנען 'דיסציפלינירנדע שריט' דורך דער מיליטער, און איז שוין געווען אויפ'ן וועג צוריקגעפירט צו ווערן קיין אמעריקא, ווען ער האט זיך אויף עפעס אן אופן ארויסגעדרייט און צוריקגעפארן קיין קארעא, זיך אנשליסנדיג מיט דער גרופע טוריסטן.
דער אינצידענט קומט אין א צייט פון הויכע אנגעצויגנקייט צווישן די פאראייניגטע שטאטן און צפון קארעא.
דער זעלנער האט זיך געפינען אויף א טור אין דעם דעמיליטעריזירטן ראיאן צווישן די צוויי קארעאס, אנגעטון אלס ציווילער, ווען ער האט זיך פלוצלינג אפגעריסן פון זיין גרופע און אריינגעלאפן צווישן די דארטיגע געביידעס און דאן פארשווינדן געווארן אויף דער אנדערער זייט גרעניץ, אריין קיין צפון. לויט אמעריקאנע מיליטערישע באאמטע, איז דער סאלדאט אויסגעשטאנען 'דיסציפלינירנדע שריט' דורך דער מיליטער, און איז שוין געווען אויפ'ן וועג צוריקגעפירט צו ווערן קיין אמעריקא, ווען ער האט זיך אויף עפעס אן אופן ארויסגעדרייט און צוריקגעפארן קיין קארעא, זיך אנשליסנדיג מיט דער גרופע טוריסטן.
דער אינצידענט קומט אין א צייט פון הויכע אנגעצויגנקייט צווישן די פאראייניגטע שטאטן און צפון קארעא.
בעסער אן אומעדיוקירטער חכם ווי איידער אן עדיוקירטער שוטה
Re: אינטערנאציאנאלע נייעס, און קרישקעלעך
פארוואס עפעס זאל אן אמעריקאנער זעלנער פלוצלינג אריבערלויפן צו צפון? כ'מיין, ער האט נישט וואס צוטון?!
עפעס פעלט דא.
עפעס פעלט דא.
יערוף כמטר לקחי תזל כטל אמרתי, כשעירים עלי דשא וכרביבים עלי עשב
Re: אינטערנאציאנאלע נייעס, און קרישקעלעך
אויב איז ער אויסגעשטאנען דיסציפלינירנדע שריט קען מען עס אפשר בדוחק אריינשטופן. הגם דארט אין נארט קארעא זענען אזאנע שריט נישט זיסער ווי אין די פאראייניגטע שטאטן.
בעצם דארף מען אבער וויסן איבער וואס מען האט אים געדארפט דיסציפלינירן.
בעצם דארף מען אבער וויסן איבער וואס מען האט אים געדארפט דיסציפלינירן.
בעסער אן אומעדיוקירטער חכם ווי איידער אן עדיוקירטער שוטה
Re: אינטערנאציאנאלע נייעס, און קרישקעלעך
ס'האט אים געכאפט א שווערע מינוט, ער האט זיך מסתמא איינגערעדט אז ער גייט אפטוהן טערקיש אמעריקע דערמיט, אוי גייט ער נאך חרטה האבן.
Re: אינטערנאציאנאלע נייעס, און קרישקעלעך
א יו-גאוו אנקעטע דורכגעפירט אין ענגלאנד צייגט אז 55 פראצענט וואלט היינט געשטימט צו פארבלייבן אין דעם אייראפעיאישן פאראיין, אין פארגלייך צו 31 פראצענט וועלכע וואלטן געשטימט צו פארבלייבן אינדרויסן. די זעלבע אנקעטע צייגט אויך אז 57 פראצענט קעגן 32 פראצענט בריטישע האלטן אז 'ברעקסיט' איז געווען א גרייזיגער באשלוס.
בעסער אן אומעדיוקירטער חכם ווי איידער אן עדיוקירטער שוטה
Re: אינטערנאציאנאלע נייעס, און קרישקעלעך
איראק האט פארשיקט דעם שוועדישן אמבאסאדאר פון לאנד, אין רעאקציע צו די פלאנירטע 'שריפת הקוראן' פארנט פון דעם איראקער אמבאסאדע אין שטאקלהאם, שוועדן.
בעסער אן אומעדיוקירטער חכם ווי איידער אן עדיוקירטער שוטה
Re: אינטערנאציאנאלע נייעס, און קרישקעלעך
ווייסע הויז האט פארדאמט די נעכטיגע איבערפאל אויפן אמבאסאדע אין איראק למעשה איז שריפת הקוראן נישט קעגן דעמאקראטיע?
אז עפעס איז שווער פרעגט מען וואסאפשט.............
Re: אינטערנאציאנאלע נייעס, און קרישקעלעך
נעכטן איז געווען א איבערפאל?
יערוף כמטר לקחי תזל כטל אמרתי, כשעירים עלי דשא וכרביבים עלי עשב
Re: אינטערנאציאנאלע נייעס, און קרישקעלעך
געהערט אזוי
אז עפעס איז שווער פרעגט מען וואסאפשט.............
Re: אינטערנאציאנאלע נייעס, און קרישקעלעך
איראק פארדאמט דאס פארברענען א קאפי פון דעם קוראן פארנט פון איר אמבאסאדע אין קאפענהאגען, דענמארק.
אזוי אויך האט א ווארטזאגער פאר דער איראקער אויסערן מיניסטעריום געמאלדן אז איינגעשטעלטע אין דענמארק'ס אמבאסאדע אין באגדאד האבן פארלאזט איראק פאר צוויי טעג צוריק. די דענישע אויסערן מיניסטעריום זאגטאבער אז איר אמבאסאדע אין באגדאד איז שוין געשלאסן זינט יולי 2022 צוליב זומער וואקאציע, און אז זי האט נישט פארלאזט איראק.
אזוי אויך האט א ווארטזאגער פאר דער איראקער אויסערן מיניסטעריום געמאלדן אז איינגעשטעלטע אין דענמארק'ס אמבאסאדע אין באגדאד האבן פארלאזט איראק פאר צוויי טעג צוריק. די דענישע אויסערן מיניסטעריום זאגטאבער אז איר אמבאסאדע אין באגדאד איז שוין געשלאסן זינט יולי 2022 צוליב זומער וואקאציע, און אז זי האט נישט פארלאזט איראק.
בעסער אן אומעדיוקירטער חכם ווי איידער אן עדיוקירטער שוטה
Re: אינטערנאציאנאלע נייעס, און קרישקעלעך
צפון קארעא האט ארויסגעשאסן צוויי באליסטישע מיסילס אין דעם ים אריין, ארויס פון איר מזרח בארטן, געציילטע שעות נאך וואס אן אמעריקאנער נוקלער-געטריבענער סובמארין האט דערגרייכט אן אמעריקאנער באזע ביי א דרום קארעא אינזל.
בעסער אן אומעדיוקירטער חכם ווי איידער אן עדיוקירטער שוטה
Re: אינטערנאציאנאלע נייעס, און קרישקעלעך
די יו ען האט אנגעהויבן פירן געשפרעכן מיט צפון קארעא איבער דעם אנטלאפענעם סאלדאט טרעוויס קינג, וועלכער איז אריבערגעלאפן די גרעניצן אריין קיין צפון.פעיק ניוז האט געשריבן: ↑דינסטאג יולי 18, 2023 1:14 pm אן אמעריקאנער זעלנער וועלכער איז געווען טייל פון די אמעריקאנע קרעפטן אין קארעא, איז אריבערגעלאפן די גרעניץ צווישן די צוויי קארעאס, אריין צו צפון קארעא. עס ווערט געגלייבט אז ער געפינט זיך מאמענטאל אונטער צפון קארעא מיליטערישע ארעסט.
דער זעלנער האט זיך געפינען אויף א טור אין דעם דעמיליטעריזירטן ראיאן צווישן די צוויי קארעאס, אנגעטון אלס ציווילער, ווען ער האט זיך פלוצלינג אפגעריסן פון זיין גרופע און אריינגעלאפן צווישן די דארטיגע געביידעס און דאן פארשווינדן געווארן אויף דער אנדערער זייט גרעניץ, אריין קיין צפון. לויט אמעריקאנע מיליטערישע באאמטע, איז דער סאלדאט אויסגעשטאנען 'דיסציפלינירנדע שריט' דורך דער מיליטער, און איז שוין געווען אויפ'ן וועג צוריקגעפירט צו ווערן קיין אמעריקא, ווען ער האט זיך אויף עפעס אן אופן ארויסגעדרייט און צוריקגעפארן קיין קארעא, זיך אנשליסנדיג מיט דער גרופע טוריסטן.
דער אינצידענט קומט אין א צייט פון הויכע אנגעצויגנקייט צווישן די פאראייניגטע שטאטן און צפון קארעא.
בעסער אן אומעדיוקירטער חכם ווי איידער אן עדיוקירטער שוטה
Re: אינטערנאציאנאלע נייעס, און קרישקעלעך
איך וויס נישט פארוואס מען באריכט יעדער מאל מיט אזוי פיל פאמפע וואס נארט קארעא שיסט ארויס זייער פייל און בויגנס,
לאמיר זיין קלאר נארט קארעא איז נישט קיין געפאר פאר קיינעם, זיי גיין גארנישט טון, נישט ווייל זיי זענען צדיקים נאר ווייל זיי קענען נישט. און זיכער נישט קעגן אמעריקא.
זאלן זיי שעלטן בריקעווען פאברעצירן און הונגערן, לאז אונז צורוה
Re: אינטערנאציאנאלע נייעס און קרישקעלעך
אין די אפריקאנער לענדל 'ניגער' קומט אין די טעג פאר א מיליטערישע פוטש, וואו די ארטיגע מיליטער האבן ארעסטירט דעם פרעזידענט און איבערגענומען קאנטראל פון לאנד. דער פירער פון די פרעזידענטליכע גווארדיע האט זיך דערקלערט אלץ צייטווייליגע פירער, טראץ וואס אמטירענדע פרעזידענט מוכאמעד באזום האט זיך אנטזאגט פון רעזיגנירן.
די אפריקאנער ECOWAS בלאק, פון וועלכע ניגער איז א טייל, האט געמאלדן אז זיי האבן סוספענדירט פארבינדונגען מיטן לאנד, און באשטעטיגט צו נוצן מאכט אויב דער פרעזידענט איז נישט צוריקגעשטעלט אין אמט ביז איין וואך.
די ארטיגע פראנצויזישע אמבאסאדע איז ארומגענומען געווארן דורך פראטעסטירער. דער פראנצויזישער פרעזידענט ווארענט מיט א שארפע רעאקציע אין פאל פראנצויזישע בירגער וועלן געשעדיגט ווערן.

די צוויי לענדער האבן א געמיינזאמע היסטאריע. פראנקרייך האט געהערשט אויף זיי פאר לאנגע יארן. נידזשער האט באקומען זעלבסשטענדיגקייט פון פראנקרייך אום 1960. די אפיציעלע שפראך איז נאך אלס פראנצויזיש.
פראנקרייך האט בענעפיטירט פון זיי עקאנאמיש פון זייער צייט אלס א קאלאניאלע מאכט, און פארלאזט זיך נאך היינט אויף אימפארטן פון נידזשער פאר עלעמענטן פון זייער עקאנאמיע
פראנקרייך האט בענעפיטירט פון זיי עקאנאמיש פון זייער צייט אלס א קאלאניאלע מאכט, און פארלאזט זיך נאך היינט אויף אימפארטן פון נידזשער פאר עלעמענטן פון זייער עקאנאמיע
Re: אינטערנאציאנאלע נייעס און קרישקעלעך
די פראנצויזישע רעגירונג איז געפרעגט געווארן אויב זיי האבן אויטאריזירט פראנצויזישע מיליטערישע אקציעס צו באפרייען נידזשער פרעזידענט באזום.
"די איינציגסטע אויטאריטעט וואס מיר אנערקענען אין נידזשער איז פרעזידענט מוחאמאד באזום
"די איינציגסטע אויטאריטעט וואס מיר אנערקענען אין נידזשער איז פרעזידענט מוחאמאד באזום
Re: אינטערנאציאנאלע נייעס און קרישקעלעך
צוויי לענדער מיט גרעניצן צו נידזשער, מאלי און בורקינע פאסא האבן ארויסגעשטעלט א געמיינזאמע סטעיטמענט אז זייערע לענדער וועלן אריינגיין אין קריג זייט ביי זייט מיט די פוטש פירער אויב ECOWAS דערוואגט זיך אריינצומישן מיליטעריש אין די נידזשער סאמוטאכע.
Re: אינטערנאציאנאלע נייעס און קרישקעלעך
די מד'י נעיווי און די אמעריקאנער פיפטע פלאטע האבן אנגעהויבן א צוויי וואכן לאנגע וואסער עקסערסייז וועלכע וועט פאקאסירן אויף נייטראלאזירן וואסער מינעס ראטעווע משכונות און צושטעלן מעדיצינישע באהאנדלונג.
עס האט זיך אנגעהויבן זינטאג און וועט פארקומען אויף די לאנד און אויף/אין וואסער, עס וועט זיין א צוזאמשטעל פון די 'סנפיר' יטניט און די אונטערוואסער 'ילתם' יטניט.
זיי וועלן אויך אפהאלטן געמיינזאמע סעמינארן.
עס האט זיך אנגעהויבן זינטאג און וועט פארקומען אויף די לאנד און אויף/אין וואסער, עס וועט זיין א צוזאמשטעל פון די 'סנפיר' יטניט און די אונטערוואסער 'ילתם' יטניט.
זיי וועלן אויך אפהאלטן געמיינזאמע סעמינארן.
Re: אינטערנאציאנאלע נייעס און קרישקעלעך
פראנצויזישע אויסערן מיניסטער: די נויטיגע אפמאכן זענען שוין אין פלאץ פאראויס צו גיין מיט עוואקואציעס פון די פראנצויזישע בירגער אין נידזשערניקל האט געשריבן: ↑דינסטאג אוגוסט 01, 2023 1:05 am אין די אפריקאנער לענדל 'ניגער' קומט אין די טעג פאר א מיליטערישע פוטש, וואו די ארטיגע מיליטער האבן ארעסטירט דעם פרעזידענט און איבערגענומען קאנטראל פון לאנד. דער פירער פון די פרעזידענטליכע גווארדיע האט זיך דערקלערט אלץ צייטווייליגע פירער, טראץ וואס אמטירענדע פרעזידענט מוכאמעד באזום האט זיך אנטזאגט פון רעזיגנירן.