קלוגער חכם האט געשריבן: ↑דינסטאג יולי 25, 2023 3:31 pm
רעגנדיג האט געשריבן: ↑דינסטאג יולי 25, 2023 3:15 pm
ניין מיין פריינט, וויטאמינען העלפן נישט אויסצוראטן מחלות, און וויי איז פאר די מענטשן וואס גלייבן אז יא.
עס ווענדט זיך וואס, מיין פריינט. מען האט טויזענטער יארן געלעבט אויף נאטירליכע רפואות. (עס זענען דא נאך זאכן חוץ וויטאמינען)
מען איז מער געשטארבן?
אמת.
טאקע א זאך וואס עס איז נישט אינגאנצן זיכער אז נאטירליך גייט העלפן זאל מען עס נישט נוצן.
און אויב איז דא אפילו א ספק אז עפעס נישט גוט קען פאסירן זאל מען טאקע טון די אנגענומענע רפואות.
(און דאס איז שוין חוץ פון דעם וואס אונזער לעבן איז פול מיט פראבלעמען און קראנקהייטן וועגן אונזער אומגעזונטע לייף סטייל)
רעגנדיג האט געשריבן: ↑דינסטאג יולי 25, 2023 3:15 pm
נקוט האי כללא בידך: סיי וואס דער דאקטער פארשרייבט דיר איז דורך א לענגערע פראצעדור און פילע שטודיעס, און איז אפראווד ביי די עף די עי. אויב עפעס ארבעט זיך נישט אויס און עס איז חלילה גורם שלעכטס איז דא וועם צו האלטן פאראנטווארטליך, עס איז דא ווער עס נעמט אחריות דערויף. ווידעראום אלטערנאטיווע רפואות פון וואס דיין עלטער מומע רעדט מיט אזא התפעלות ווי פון משה רבינו אליין, האט נישט באקומען קיין שום באשטעטיגונג, קיינער שטייט נישט דערונטער, קיינער נעמט נישט קיין אחריות, און אויב חלילה מאכט עס קאליע קענסטו קיינעם נישט בלעימען אויסער זיך אליין.
דאס אליין איז דאך דער פראבלעם דאס שריי איך דאך אז מען לייגט נישט ארויס קיין שטודיע רעזולטאטן פאר קיין נאטורליכע רפואות.
דאס אז דאקטורים זענען נאר געטרעינט צו נוצן מעדעצינען דאס איז דאך דער פראבלעם.
און דאס האט מיט מיין עלטער מומע קיין שייכות. דאס זענען זאכן וואס מענטשן קענען זען די רעזולטאטן ביי זיך אינדערהיים, וגם ביתי בתוכם, פארשטייט זיך ווילאנג עס איז נישט דא קיין ספק סכנה.
ס"ה וואס איך זאג אז דער פראבלעם איז די עקסטרעמיזם פון ביידע זייטן, מען ברויך נוצן א דרך הממוצע.
רעגנדיג האט געשריבן: ↑דינסטאג יולי 25, 2023 3:15 pm
דער באשעפער זאל העלפן אלע אידן זאלן זיין געזונט און קיינמאל נישט דארפן צוקומען צו קיין שום סארט רפואה.
אמן!
ניין און ניין, מ'קען נישט זען די רעזולטאטן ביי זיך אינדערהיים, דאס איז פונקט גענוג צו נוצן פאר א פארקילעכץ. חלילה זיך פארלאזן דערויף ווען ס'קומט צו א ערנסטע מחלה, מ'שפילט מיט לעבנס!
און יא, אסאך פון די זאכן קענען אין פאקט זיין שעדליך, טראץ וואס די פארקויפער וועלן דיר פרובירן איינצורעדן אז ס'קען נישט שאטן ווייל ס'איז דאך 'נאטורליך'...
אבסורד ווי דו ברענגסט א ראי' פון אמאל ווען ס'איז טאקע נישט געווען קיין צווייטע אויסוועג און טאקע אויף פילע קרענק איז נישט געווען קיין רפואה, אנשטאט זאלסט דאנקען דעם אויבערשטן אויף וואס ער האט אונז געשאנקען די לעצטערע יארן טויזנטער נייע פארגעשריטענע רפואות וועלכע האבן שוין געראטעוועט פילע מענטשן ממות לחיים.
עכ"פ די אונטערשטע שורה: עס איז "נישט" דא קיין שטודיעס וועלכע טוען איבערווייזן די אפעקטיווקייט פון נאטורליכע מעדיצינען. זאגסט אז דאס איז א פראבלעם? מעגליך, אבער דער וואס איז זיך סומך דערויף און שטופט אנדערע אזוי צו טון, דער איז נאכאלץ א רוצח.
דער מנהל האקט מיט א שטארקע קלארקייט.