"געזונטע” רוצחים!

געזונטע שמועסן און ידיעות
קלוגער חכם
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 120
זיך איינגעשריבן: מוצש"ק יולי 15, 2023 10:15 pm
x 18

Re: "געזונטע” רוצחים!

פאוסט דורך קלוגער חכם »

איך ווייס האט געשריבן: דינסטאג יולי 25, 2023 2:42 pm
קלוגער חכם האט געשריבן: דינסטאג יולי 25, 2023 2:16 pm
איך ווייס האט געשריבן: דינסטאג יולי 25, 2023 2:07 pm ווילסט וואוסן עפעס אינטרעסאנט? אסאך גוטע דאקטורים וועלן מציע זיין דייעט און געזונטהייט איבער מאכן פרדאצוערען, זיי וועלן נישט מאכן קיין איבערגעאיילטע אומנויטיגע פראדוצערן, און זיי וועלן געווענליך מסביר זיין ווען און וואו עס פעלט יא אדער נישט אויס קיין מעדיצינען. ס'איז נישט כאילו דער דאקטער ווייסט נישט פון די אלטערניטיוו מהלך.
רוב דאקטורים גייען נישט טון די זאכן חוץ געוויסע זאכן וואס איז אפיציעל אנגענומען אין די מעדיקל וועלט
למשל דייעטע, געוויסע ווייטאמינען, וכדומה,
אמת.
איך ווייס האט געשריבן: דינסטאג יולי 25, 2023 2:42 pm זיי וועלן נישט געבן זאכן וואס איז נישט אויפגעוויזן, און מהיכי תיתי אז די זאכן העלפן אפילו?
וואס הייסט מהיכי תיתי? ווער געוואויר!
איך ברויך מאכן די ריסורטש דערפאר?
עס זענען דא הונדערטער זאכן וואס מענטשן האבן עקספיריענס אז עס העלפט פאר כמה ענינים.
איך ברויך גיין אויף גוגל דאס צו געוואויר ווערן?
אז דאס ארבעט פארוואס קען מיין דאקטאר דאס מיר נישט זאגן?

און נאכדעם וואונדערט מען זיך אז מענטשן שטארבן.
מענטשן ווייסן נישט וועמען צו גלייבן, גייט מען צו צווייפלהאפטיגע דאקטוירים, אדער ווערט מען א אויסגעשפראכענע קעגנער פון מעדיקל וכדו.
אוועיטער
רעגנדיג
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 155
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 12:53 am
x 81

Re: "געזונטע” רוצחים!

פאוסט דורך רעגנדיג »

ניין מיין פריינט, וויטאמינען העלפן נישט אויסצוראטן מחלות, און וויי איז פאר די מענטשן וואס גלייבן אז יא.

נקוט האי כללא בידך: סיי וואס דער דאקטער פארשרייבט דיר איז דורך א לענגערע פראצעדור און פילע שטודיעס, און איז אפראווד ביי די עף די עי. אויב עפעס ארבעט זיך נישט אויס און עס איז חלילה גורם שלעכטס איז דא וועם צו האלטן פאראנטווארטליך, עס איז דא ווער עס נעמט אחריות דערויף. ווידעראום אלטערנאטיווע רפואות פון וואס דיין עלטער מומע רעדט מיט אזא התפעלות ווי פון משה רבינו אליין, האט נישט באקומען קיין שום באשטעטיגונג, קיינער שטייט נישט דערונטער, קיינער נעמט נישט קיין אחריות, און אויב חלילה מאכט עס קאליע קענסטו קיינעם נישט בלעימען אויסער זיך אליין.

דער באשעפער זאל העלפן אלע אידן זאלן זיין געזונט און קיינמאל נישט דארפן צוקומען צו קיין שום סארט רפואה.
אוועיטער
Azoi Tzi Zugen
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1575
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 11:39 am
x 3331

Re: "געזונטע” רוצחים!

פאוסט דורך Azoi Tzi Zugen »

קלוגער חכם האט געשריבן: דינסטאג יולי 25, 2023 2:53 pm עס זענען דא הונדערטער זאכן וואס מענטשן האבן עקספיריענס אז עס העלפט פאר כמה ענינים.

הונדערט פראצענט. למשל, הונדערטער מענטשן האבן עקספיריענס אז גיין אין געשעפט מאכט ל"ע קראנק!!!

ווייל ס'דא הונדערטער קראנקע מענטשן, און אלע פון זיי זענען געווען אין א געשעפט. ולא עוד, א מערהייט פון זיי זענען געווען אין געשעפט ממש יענעם טאג וואס זיי זענען ל"ע קראנק געווארן!

לענינינו, די הונדערטער מענטשן וואס האבן אויספרובירט געוויסע זאכן און ס'האט געהאלפן "מעדזשיק", האבן נישט דורכגעפירט קיין שטודיע צו זען "וואס ס'וואלט געווען ווען זיי וואלטן געטון אנדערש". ממילא די וואס פארלאזן זיך דערויף ווען עס קומט צו הייקעלע זאכן, זענען מתחייב בנפשם.

דאס איז פונקט גוט פאר געזונטע מענטשן , אדער מענטשן וואס זענען ל"ע אין א מצב וואס לויט'ן דאקטער איז נישטא וואס צו טון ח"ו.
אוועיטער
רעגנדיג
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 155
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 12:53 am
x 81

Re: "געזונטע” רוצחים!

פאוסט דורך רעגנדיג »

Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: דינסטאג יולי 25, 2023 3:22 pm

גענאגלט! 🔨
אוועיטער
העלדיש
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 266
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 9:10 pm
x 534

Re: "געזונטע” רוצחים!

פאוסט דורך העלדיש »

Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: דינסטאג יולי 25, 2023 3:22 pm
קלוגער חכם האט געשריבן: דינסטאג יולי 25, 2023 2:53 pm עס זענען דא הונדערטער זאכן וואס מענטשן האבן עקספיריענס אז עס העלפט פאר כמה ענינים.

הונדערט פראצענט. למשל, הונדערטער מענטשן האבן עקספיריענס אז גיין אין געשעפט מאכט ל"ע קראנק!!!

ווייל ס'דא הונדערטער קראנקע מענטשן, און אלע פון זיי זענען געווען אין א געשעפט. ולא עוד, א מערהייט פון זיי זענען געווען אין געשעפט ממש יענעם טאג וואס זיי זענען ל"ע קראנק געווארן!

לענינינו, די הונדערטער מענטשן וואס האבן אויספרובירט געוויסע זאכן און ס'האט געהאלפן "מעדזשיק", האבן נישט דורכגעפירט קיין שטודיע צו זען "וואס ס'וואלט געווען ווען זיי וואלטן געטון אנדערש". ממילא די וואס פארלאזן זיך דערויף ווען עס קומט צו הייקעלע זאכן, זענען מתחייב בנפשם.

דאס איז פונקט גוט פאר געזונטע מענטשן , אדער מענטשן וואס זענען ל"ע אין א מצב וואס לויט'ן דאקטער איז נישטא וואס צו טון ח"ו.
גערעכט.
קלוגער חכם
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 120
זיך איינגעשריבן: מוצש"ק יולי 15, 2023 10:15 pm
x 18

Re: "געזונטע” רוצחים!

פאוסט דורך קלוגער חכם »

רעגנדיג האט געשריבן: דינסטאג יולי 25, 2023 3:15 pm ניין מיין פריינט, וויטאמינען העלפן נישט אויסצוראטן מחלות, און וויי איז פאר די מענטשן וואס גלייבן אז יא.
עס ווענדט זיך וואס, מיין פריינט. מען האט טויזענטער יארן געלעבט אויף נאטירליכע רפואות. (עס זענען דא נאך זאכן חוץ וויטאמינען)

מען איז מער געשטארבן?
אמת.
טאקע א זאך וואס עס איז נישט אינגאנצן זיכער אז נאטירליך גייט העלפן זאל מען עס נישט נוצן.
און אויב איז דא אפילו א ספק אז עפעס נישט גוט קען פאסירן זאל מען טאקע טון די אנגענומענע רפואות.
(און דאס איז שוין חוץ פון דעם וואס אונזער לעבן איז פול מיט פראבלעמען און קראנקהייטן וועגן אונזער אומגעזונטע לייף סטייל)
רעגנדיג האט געשריבן: דינסטאג יולי 25, 2023 3:15 pm נקוט האי כללא בידך: סיי וואס דער דאקטער פארשרייבט דיר איז דורך א לענגערע פראצעדור און פילע שטודיעס, און איז אפראווד ביי די עף די עי. אויב עפעס ארבעט זיך נישט אויס און עס איז חלילה גורם שלעכטס איז דא וועם צו האלטן פאראנטווארטליך, עס איז דא ווער עס נעמט אחריות דערויף. ווידעראום אלטערנאטיווע רפואות פון וואס דיין עלטער מומע רעדט מיט אזא התפעלות ווי פון משה רבינו אליין, האט נישט באקומען קיין שום באשטעטיגונג, קיינער שטייט נישט דערונטער, קיינער נעמט נישט קיין אחריות, און אויב חלילה מאכט עס קאליע קענסטו קיינעם נישט בלעימען אויסער זיך אליין.
דאס אליין איז דאך דער פראבלעם דאס שריי איך דאך אז מען לייגט נישט ארויס קיין שטודיע רעזולטאטן פאר קיין נאטורליכע רפואות.
דאס אז דאקטורים זענען נאר געטרעינט צו נוצן מעדעצינען דאס איז דאך דער פראבלעם.
און דאס האט מיט מיין עלטער מומע קיין שייכות. דאס זענען זאכן וואס מענטשן קענען זען די רעזולטאטן ביי זיך אינדערהיים, וגם ביתי בתוכם, פארשטייט זיך ווילאנג עס איז נישט דא קיין ספק סכנה.

ס"ה וואס איך זאג אז דער פראבלעם איז די עקסטרעמיזם פון ביידע זייטן, מען ברויך נוצן א דרך הממוצע.
רעגנדיג האט געשריבן: דינסטאג יולי 25, 2023 3:15 pm דער באשעפער זאל העלפן אלע אידן זאלן זיין געזונט און קיינמאל נישט דארפן צוקומען צו קיין שום סארט רפואה.
אמן!
קלוגער חכם
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 120
זיך איינגעשריבן: מוצש"ק יולי 15, 2023 10:15 pm
x 18

Re: "געזונטע” רוצחים!

פאוסט דורך קלוגער חכם »

Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: דינסטאג יולי 25, 2023 3:22 pm
קלוגער חכם האט געשריבן: דינסטאג יולי 25, 2023 2:53 pm עס זענען דא הונדערטער זאכן וואס מענטשן האבן עקספיריענס אז עס העלפט פאר כמה ענינים.

הונדערט פראצענט. למשל, הונדערטער מענטשן האבן עקספיריענס אז גיין אין געשעפט מאכט ל"ע קראנק!!!

ווייל ס'דא הונדערטער קראנקע מענטשן, און אלע פון זיי זענען געווען אין א געשעפט. ולא עוד, א מערהייט פון זיי זענען געווען אין געשעפט ממש יענעם טאג וואס זיי זענען ל"ע קראנק געווארן!
איך פארשטיי נישט פונקטליך וואס דו זאגסט דא
Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: דינסטאג יולי 25, 2023 3:22 pm לענינינו, די הונדערטער מענטשן וואס האבן אויספרובירט געוויסע זאכן און ס'האט געהאלפן "מעדזשיק", האבן נישט דורכגעפירט קיין שטודיע צו זען "וואס ס'וואלט געווען ווען זיי וואלטן געטון אנדערש". ממילא די וואס פארלאזן זיך דערויף ווען עס קומט צו הייקעלע זאכן, זענען מתחייב בנפשם.

דאס איז פונקט גוט פאר געזונטע מענטשן , אדער מענטשן וואס זענען ל"ע אין א מצב וואס לויט'ן דאקטער איז נישטא וואס צו טון ח"ו.
מען דארף אבאכט געבן.
איך האב געהאט זאכן (נארישע קלייניקייטן) וואס איך האב פרובירט ביים דאקטאר און אליין
אוועיטער
אסמכתא בעלמא
מנהל המערכת
פאוסטס: 797
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יוני 29, 2023 4:35 pm
x 886

Re: "געזונטע” רוצחים!

פאוסט דורך אסמכתא בעלמא »

קלוגער חכם האט געשריבן: דינסטאג יולי 25, 2023 3:31 pm דאס אליין איז דאך דער פראבלעם דאס שריי איך דאך אז מען לייגט נישט ארויס קיין שטודיע רעזולטאטן פאר קיין נאטורליכע רפואות.

נישט ריכטיג. ס'דא "טויזנטער" שטודיעס אויף יעדע איינציגע נאטורליכע רפואה!

נאר וואזשע דען, רוב זאכן זענען נאר אפעקטיוו ווען מען מאכט א צוזאמשטעל פון מערערע זאכן, ממילא ווערן די שטודיעס נאר גענוצט אויף צו צאמשטעלן די רפואות, נישט צו פיטערן מילגרוימען ביים דאקטאר.
אוועיטער
רעגנדיג
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 155
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 12:53 am
x 81

Re: "געזונטע” רוצחים!

פאוסט דורך רעגנדיג »

קלוגער חכם האט געשריבן: דינסטאג יולי 25, 2023 3:31 pm
רעגנדיג האט געשריבן: דינסטאג יולי 25, 2023 3:15 pm ניין מיין פריינט, וויטאמינען העלפן נישט אויסצוראטן מחלות, און וויי איז פאר די מענטשן וואס גלייבן אז יא.
עס ווענדט זיך וואס, מיין פריינט. מען האט טויזענטער יארן געלעבט אויף נאטירליכע רפואות. (עס זענען דא נאך זאכן חוץ וויטאמינען)

מען איז מער געשטארבן?
אמת.
טאקע א זאך וואס עס איז נישט אינגאנצן זיכער אז נאטירליך גייט העלפן זאל מען עס נישט נוצן.
און אויב איז דא אפילו א ספק אז עפעס נישט גוט קען פאסירן זאל מען טאקע טון די אנגענומענע רפואות.
(און דאס איז שוין חוץ פון דעם וואס אונזער לעבן איז פול מיט פראבלעמען און קראנקהייטן וועגן אונזער אומגעזונטע לייף סטייל)
רעגנדיג האט געשריבן: דינסטאג יולי 25, 2023 3:15 pm נקוט האי כללא בידך: סיי וואס דער דאקטער פארשרייבט דיר איז דורך א לענגערע פראצעדור און פילע שטודיעס, און איז אפראווד ביי די עף די עי. אויב עפעס ארבעט זיך נישט אויס און עס איז חלילה גורם שלעכטס איז דא וועם צו האלטן פאראנטווארטליך, עס איז דא ווער עס נעמט אחריות דערויף. ווידעראום אלטערנאטיווע רפואות פון וואס דיין עלטער מומע רעדט מיט אזא התפעלות ווי פון משה רבינו אליין, האט נישט באקומען קיין שום באשטעטיגונג, קיינער שטייט נישט דערונטער, קיינער נעמט נישט קיין אחריות, און אויב חלילה מאכט עס קאליע קענסטו קיינעם נישט בלעימען אויסער זיך אליין.
דאס אליין איז דאך דער פראבלעם דאס שריי איך דאך אז מען לייגט נישט ארויס קיין שטודיע רעזולטאטן פאר קיין נאטורליכע רפואות.
דאס אז דאקטורים זענען נאר געטרעינט צו נוצן מעדעצינען דאס איז דאך דער פראבלעם.
און דאס האט מיט מיין עלטער מומע קיין שייכות. דאס זענען זאכן וואס מענטשן קענען זען די רעזולטאטן ביי זיך אינדערהיים, וגם ביתי בתוכם, פארשטייט זיך ווילאנג עס איז נישט דא קיין ספק סכנה.

ס"ה וואס איך זאג אז דער פראבלעם איז די עקסטרעמיזם פון ביידע זייטן, מען ברויך נוצן א דרך הממוצע.
רעגנדיג האט געשריבן: דינסטאג יולי 25, 2023 3:15 pm דער באשעפער זאל העלפן אלע אידן זאלן זיין געזונט און קיינמאל נישט דארפן צוקומען צו קיין שום סארט רפואה.
אמן!
ניין און ניין, מ'קען נישט זען די רעזולטאטן ביי זיך אינדערהיים, דאס איז פונקט גענוג צו נוצן פאר א פארקילעכץ. חלילה זיך פארלאזן דערויף ווען ס'קומט צו א ערנסטע מחלה, מ'שפילט מיט לעבנס!

און יא, אסאך פון די זאכן קענען אין פאקט זיין שעדליך, טראץ וואס די פארקויפער וועלן דיר פרובירן איינצורעדן אז ס'קען נישט שאטן ווייל ס'איז דאך 'נאטורליך'...

אבסורד ווי דו ברענגסט א ראי' פון אמאל ווען ס'איז טאקע נישט געווען קיין צווייטע אויסוועג און טאקע אויף פילע קרענק איז נישט געווען קיין רפואה, אנשטאט זאלסט דאנקען דעם אויבערשטן אויף וואס ער האט אונז געשאנקען די לעצטערע יארן טויזנטער נייע פארגעשריטענע רפואות וועלכע האבן שוין געראטעוועט פילע מענטשן ממות לחיים.

עכ"פ די אונטערשטע שורה: עס איז "נישט" דא קיין שטודיעס וועלכע טוען איבערווייזן די אפעקטיווקייט פון נאטורליכע מעדיצינען. זאגסט אז דאס איז א פראבלעם? מעגליך, אבער דער וואס איז זיך סומך דערויף און שטופט אנדערע אזוי צו טון, דער איז נאכאלץ א רוצח.

דער מנהל האקט מיט א שטארקע קלארקייט.
לעדי באג
פרישער באניצער
פאוסטס: 45
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יולי 19, 2023 11:20 am
x 8

Re: "געזונטע” רוצחים!

פאוסט דורך לעדי באג »

Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: דינסטאג יולי 25, 2023 8:53 am
שטארק ארויסגעברענגט!
אין ליידער זייער א וועליד פאונט..

געהערט לעצטענס צוויי מעשיות האר אויפשטלענד וואס מאמעס נעבעך קענען טוען מיט קונדער וואס דארפן ציקומען צו הילף.. אין ליידער אין זייער קאפ מיינען זיי גאר די טובה אין איינער וואס וויל אנדערש איז א רוצח..

איין מעשה א יונגערמאן האט נעבעך געדארפט אוועק מופן צי זיין מיט זיין קינד נאך יארן וואס מען האט נעבעך נעגלעגטעט יענע מעשה נאך וואס די מאמע מיט די שוויגער האבן נישט געלאזט היילן, געכאפט האט מען עס נאך צייטליך אבער יעצט איז שוין דאס קינד אין שפיטאל פאר כמעט א יאר (א הי אין צירוק) פאר כסדרדיגע אפאראציעס אין טריעטמענטס וואס מען וואלט אלעס געקענט פארמיידן..
איך ווייס
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 195
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 5:26 pm
x 221

Re: "געזונטע” רוצחים!

פאוסט דורך איך ווייס »

קלוגער חכם האט געשריבן: דינסטאג יולי 25, 2023 3:31 pm
דאס אליין איז דאך דער פראבלעם דאס שריי איך דאך אז מען לייגט נישט ארויס קיין שטודיע רעזולטאטן פאר קיין נאטורליכע רפואות.
דאס אז דאקטורים זענען נאר געטרעינט צו נוצן מעדעצינען דאס איז דאך דער פראבלעם.
און דאס האט מיט מיין עלטער מומע קיין שייכות. דאס זענען זאכן וואס מענטשן קענען זען די רעזולטאטן ביי זיך אינדערהיים, וגם ביתי בתוכם, פארשטייט זיך ווילאנג עס איז נישט דא קיין ספק סכנה.
דער רגע מען מאכט א סטודיע וואס ווייזט אז עס ארבייט, ווערט עס דאך אויס נאטורליך און ווערט א דראג, ניין?
קלוגער חכם
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 120
זיך איינגעשריבן: מוצש"ק יולי 15, 2023 10:15 pm
x 18

Re: "געזונטע” רוצחים!

פאוסט דורך קלוגער חכם »

רעגנדיג האט געשריבן: דינסטאג יולי 25, 2023 3:40 pm
קלוגער חכם האט געשריבן: דינסטאג יולי 25, 2023 3:31 pm
רעגנדיג האט געשריבן: דינסטאג יולי 25, 2023 3:15 pm ניין מיין פריינט, וויטאמינען העלפן נישט אויסצוראטן מחלות, און וויי איז פאר די מענטשן וואס גלייבן אז יא.
עס ווענדט זיך וואס, מיין פריינט. מען האט טויזענטער יארן געלעבט אויף נאטירליכע רפואות. (עס זענען דא נאך זאכן חוץ וויטאמינען)

מען איז מער געשטארבן?
אמת.
טאקע א זאך וואס עס איז נישט אינגאנצן זיכער אז נאטירליך גייט העלפן זאל מען עס נישט נוצן.
און אויב איז דא אפילו א ספק אז עפעס נישט גוט קען פאסירן זאל מען טאקע טון די אנגענומענע רפואות.
(און דאס איז שוין חוץ פון דעם וואס אונזער לעבן איז פול מיט פראבלעמען און קראנקהייטן וועגן אונזער אומגעזונטע לייף סטייל)
רעגנדיג האט געשריבן: דינסטאג יולי 25, 2023 3:15 pm נקוט האי כללא בידך: סיי וואס דער דאקטער פארשרייבט דיר איז דורך א לענגערע פראצעדור און פילע שטודיעס, און איז אפראווד ביי די עף די עי. אויב עפעס ארבעט זיך נישט אויס און עס איז חלילה גורם שלעכטס איז דא וועם צו האלטן פאראנטווארטליך, עס איז דא ווער עס נעמט אחריות דערויף. ווידעראום אלטערנאטיווע רפואות פון וואס דיין עלטער מומע רעדט מיט אזא התפעלות ווי פון משה רבינו אליין, האט נישט באקומען קיין שום באשטעטיגונג, קיינער שטייט נישט דערונטער, קיינער נעמט נישט קיין אחריות, און אויב חלילה מאכט עס קאליע קענסטו קיינעם נישט בלעימען אויסער זיך אליין.
דאס אליין איז דאך דער פראבלעם דאס שריי איך דאך אז מען לייגט נישט ארויס קיין שטודיע רעזולטאטן פאר קיין נאטורליכע רפואות.
דאס אז דאקטורים זענען נאר געטרעינט צו נוצן מעדעצינען דאס איז דאך דער פראבלעם.
און דאס האט מיט מיין עלטער מומע קיין שייכות. דאס זענען זאכן וואס מענטשן קענען זען די רעזולטאטן ביי זיך אינדערהיים, וגם ביתי בתוכם, פארשטייט זיך ווילאנג עס איז נישט דא קיין ספק סכנה.

ס"ה וואס איך זאג אז דער פראבלעם איז די עקסטרעמיזם פון ביידע זייטן, מען ברויך נוצן א דרך הממוצע.
רעגנדיג האט געשריבן: דינסטאג יולי 25, 2023 3:15 pm דער באשעפער זאל העלפן אלע אידן זאלן זיין געזונט און קיינמאל נישט דארפן צוקומען צו קיין שום סארט רפואה.
אמן!
ניין און ניין, מ'קען נישט זען די רעזולטאטן ביי זיך אינדערהיים, דאס איז פונקט גענוג צו נוצן פאר א פארקילעכץ. חלילה זיך פארלאזן דערויף ווען ס'קומט צו א ערנסטע מחלה, מ'שפילט מיט לעבנס!

און יא, אסאך פון די זאכן קענען אין פאקט זיין שעדליך, טראץ וואס די פארקויפער וועלן דיר פרובירן איינצורעדן אז ס'קען נישט שאטן ווייל ס'איז דאך 'נאטורליך'...

אבסורד ווי דו ברענגסט א ראי' פון אמאל ווען ס'איז טאקע נישט געווען קיין צווייטע אויסוועג און טאקע אויף פילע קרענק איז נישט געווען קיין רפואה, אנשטאט זאלסט דאנקען דעם אויבערשטן אויף וואס ער האט אונז געשאנקען די לעצטערע יארן טויזנטער נייע פארגעשריטענע רפואות וועלכע האבן שוין געראטעוועט פילע מענטשן ממות לחיים.

עכ"פ די אונטערשטע שורה: עס איז "נישט" דא קיין שטודיעס וועלכע טוען איבערווייזן די אפעקטיווקייט פון נאטורליכע מעדיצינען. זאגסט אז דאס איז א פראבלעם? מעגליך, אבער דער וואס איז זיך סומך דערויף און שטופט אנדערע אזוי צו טון, דער איז נאכאלץ א רוצח.

דער מנהל האקט מיט א שטארקע קלארקייט.
איך האב ס"ה ארויסגעברענגט וואס עס האט געפירט צו די אלע נאטירליכע מענטשן וואס קענען נישט אנקוקן די אומנאטירלעכע.

איך האב נישט געזאגט אז "ווער" עס טוט אין נאטולרליכע רפואה איז גערעכט.

אמת עס קען זיין אז עס זענען דא שעדלעכע זאכן, וכדלעיל.

איך ווייס נישט פון וועלעכע פון מיינע ווערטער דו האסט ארויסגענומען אז מען ברויך נישט דאנקען דעם אויבערשטן אויף די היינטיגע הייל מיטלען, איך האב עקטשולי בפירוש געזאגט אז אמאל פלעגט מען מער שטארבן צוליב די מאנגל אין היינטיגע רפואות.
איך האב גענומען א ראיה פון אמאל, אז עס זענען דא פילע מחלות וואס מען האט יא געקענט היילן נאטירליך פארוואס מוז מען דאס אוועקווארפן.

עס זענען יא דא שטודיעס, דו ווייסט נישט דערפון אזוי ווי דער מנהל האקט

מיין אונטערשטע שורה איז: אויב עס זענען ארויסגעקומען מעדיצינען צו היילן געוויסע זאכן וואס מען האט נישט געקענט היילן ביז יעצט ברויכן אלע נאטירלעכע זאכן ארויספליען פון פענסטער.
קלוגער חכם
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 120
זיך איינגעשריבן: מוצש"ק יולי 15, 2023 10:15 pm
x 18

Re: "געזונטע” רוצחים!

פאוסט דורך קלוגער חכם »

איך ווייס האט געשריבן: דינסטאג יולי 25, 2023 3:46 pm
קלוגער חכם האט געשריבן: דינסטאג יולי 25, 2023 3:31 pm
דאס אליין איז דאך דער פראבלעם דאס שריי איך דאך אז מען לייגט נישט ארויס קיין שטודיע רעזולטאטן פאר קיין נאטורליכע רפואות.
דאס אז דאקטורים זענען נאר געטרעינט צו נוצן מעדעצינען דאס איז דאך דער פראבלעם.
און דאס האט מיט מיין עלטער מומע קיין שייכות. דאס זענען זאכן וואס מענטשן קענען זען די רעזולטאטן ביי זיך אינדערהיים, וגם ביתי בתוכם, פארשטייט זיך ווילאנג עס איז נישט דא קיין ספק סכנה.
דער רגע מען מאכט א סטודיע וואס ווייזט אז עס ארבייט, ווערט עס דאך אויס נאטורליך און ווערט א דראג, ניין?
:lol: :lol:
אוועיטער
וואוילער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3264
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 1:35 pm
x 4587

Re: "געזונטע” רוצחים!

פאוסט דורך וואוילער »

יעדער איינער רופט די דאקטאר, די חילוק איז נאר א געוויסע כאפן זיך רח"ל ווען ס'צו שפעט.
יה"ר מ'זאל נישט ברויכן בכלל.
מצילי אש ד'ראקלענד - 24/7 עמערדזענסי ליין - 845.426.9111 - לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס!
אוועיטער
וואוילער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3264
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 1:35 pm
x 4587

Re: "געזונטע” רוצחים!

פאוסט דורך וואוילער »

נאך איין נקודה, גרויסע רבנים - אמאליגע און היינטיגע - זענען געווענליך מעדיקל געשטימט, אזוי אויך אישי הציבור און אידן וואס טוען פארן כלל.

אזוי ווי אלעס, די נויז מעיקערס זענען די וואס קלערן אויף דעם עולם צו זיין העלט מיינדעד, און זיי הערט מען.
מצילי אש ד'ראקלענד - 24/7 עמערדזענסי ליין - 845.426.9111 - לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס!
אוועיטער
ווירקליך
מנהל המערכת
פאוסטס: 721
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יוני 28, 2023 10:08 pm
x 1132

Re: בוני עולם תשפ"ג קאמפיין 'המשך יבוא...'

פאוסט דורך ווירקליך »

טראפקעלע האט געשריבן: דינסטאג יולי 25, 2023 11:45 pm כ'ווייס נישט אויב דא איז די פלאץ, אבער ס'איז ליידער דא א פראבלעם מיט א.ג. העלט מיינדעד מענטשן וואס לאזן זיך זייער שווער העלפן, איך קען א יונגערמאן(נישט א טאטע…)שוין 5+ יאר נאך די חתונה וואס מ'דארף זיך בעטן ביי אים(מילד גערעדט) פאר יעדע ענין וואס מ'וויל זיי העלפן. די פראבלעם איז הימל שרייענד וקיצרתי הרבה ודו"ק.
איך ווייס נישט אויב עס פאסט צו זאגן, אבער אין מיינע אויגן איז אסאך מער הימלשרייענד די וואס האבן יא קינדער און לאזן זיך נישט העלפן ווען מען דארף.

ווער עס האט אפענע אויערן הערט שוידערליכע פאסירונגען ווי אזעלכע זענען מקריב זייערע קינדער צו שטארבן א געזונטן טויט. ווען איך הער אזא מעשה וויינט מיין הארץ אויף די קינדער וואס זיי האבן יא.

וגם אני קצרתי הרבה...
היי יו העוו ריטשט מיי וואויסמעיל, טענקס.
אוועיטער
טראפקעלע
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 742
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 12:53 am
x 662

Re: בוני עולם תשפ"ג קאמפיין 'המשך יבוא...'

פאוסט דורך טראפקעלע »

ווירקליך גערעכט!
אוועיטער
ווירקליך
מנהל המערכת
פאוסטס: 721
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יוני 28, 2023 10:08 pm
x 1132

Re: "געזונטע” רוצחים!

פאוסט דורך ווירקליך »

אויב איך מעג אויך קוקן פון אייגענע ערפארונג... איך האב שוין אסאך מאל געגעבן שאנסן פאר נאטירליכע רפואות ביי מיר אין שטוב, און זיך געלאזט קאסטן דערויף אסאך אלס פראבע.

איך צייכן א סוקסעס ראטע פון בערך 3 פראצענט!

אויב גייסטו מיר יעצט זאגן אז איינעם העלפט עס יא און איינעם נישט, איז דאך דאס פיל הארבער... הייסט אז ווען דו גיבסט פאר א קראנקן א נאטירליכע רפואה איז עס אן עקספערימענט צי אויף אים ארבעט עס?!?!

מ’רעדט פון עכטע מענטשן מיט עכטע לעבנס!
היי יו העוו ריטשט מיי וואויסמעיל, טענקס.
אוועיטער
אני-הק'
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 326
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 4:13 am
x 190

Re: בוני עולם תשפ"ג קאמפיין 'המשך יבוא...'

פאוסט דורך אני-הק' »

טראפקעלע האט געשריבן: דינסטאג יולי 25, 2023 11:45 pm כ'ווייס נישט אויב דא איז די פלאץ, אבער ס'איז ליידער דא א פראבלעם מיט א.ג. העלט מיינדעד מענטשן וואס לאזן זיך זייער שווער העלפן, איך קען א יונגערמאן(נישט א טאטע…)שוין 5+ יאר נאך די חתונה וואס מ'דארף זיך בעטן ביי אים(מילד גערעדט) פאר יעדע ענין וואס מ'וויל זיי העלפן. די פראבלעם איז הימל שרייענד וקיצרתי הרבה ודו"ק.
אני הק' האט געמאכט ערגער (ב"ה נישט צופיל) די מעדיקל מיינדעט מהלך, ב"ה געהאלפן געווארן גאר גאר גאר שנעל נאכן גיין אויף דעם א.ג. העלט מיינדעד (איך רוף עס אן געזונטע נארמאלע) מהלך.
איך קען נישט אריינגיין אין צופיל פרטים כמובן, אבער ס'איז דא אסאך מהלכים צו העלפן מענטשן און ווערן געהאלפן, מ'טאר נישט זיין 'פארגלייבט' אין קיין איין 'שיטה', און יעדער דארף פרובירן וואס פאר אים קען ארבעטן.
אני הק' - קטן הרוצה להיות קדוש

איך פרוביר נישט זיך אראפזעצן "ביי א גוישן טישל" קיינמאל,
אוועיטער
טראפקעלע
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 742
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 12:53 am
x 662

Re: בוני עולם תשפ"ג קאמפיין 'המשך יבוא...'

פאוסט דורך טראפקעלע »

אני-הק' האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 12:31 am
טראפקעלע האט געשריבן: דינסטאג יולי 25, 2023 11:45 pm כ'ווייס נישט אויב דא איז די פלאץ, אבער ס'איז ליידער דא א פראבלעם מיט א.ג. העלט מיינדעד מענטשן וואס לאזן זיך זייער שווער העלפן, איך קען א יונגערמאן(נישט א טאטע…)שוין 5+ יאר נאך די חתונה וואס מ'דארף זיך בעטן ביי אים(מילד גערעדט) פאר יעדע ענין וואס מ'וויל זיי העלפן. די פראבלעם איז הימל שרייענד וקיצרתי הרבה ודו"ק.
אני הק' האט געמאכט ערגער (ב"ה נישט צופיל) די מעדיקל מיינדעט מהלך, ב"ה געהאלפן געווארן גאר גאר גאר שנעל נאכן גיין אויף דעם א.ג. העלט מיינדעד (איך רוף עס אן געזונטע נארמאלע) מהלך.
איך קען נישט אריינגיין אין צופיל פרטים כמובן, אבער ס'איז דא אסאך מהלכים צו העלפן מענטשן און ווערן געהאלפן, מ'טאר נישט זיין 'פארגלייבט' אין קיין איין 'שיטה', און יעדער דארף פרובירן וואס פאר אים קען ארבעטן.
גערעכט אז מ'טאר נישט זיין פארגלייבט אין איין שיטה/מהלך (ס'איז נישט פון די 13 אני מאמין'ס).
אבער די אנטשלאסענקייט,פארמאכקייט וואס די א.ג. העלט מיינדעט מענטשן האבן קענען טראגן אסאך ערגער ביזן....אפילו.

געהערט פון א חבר וואס האט געקענט אזא סארט(ס'איז א מין סארט) פרוי,וואס איז געווארן נישט געזונט און זי האט זיך בשוא"א געלאזט העלפן,
משפחה/פריינט האט ארלעידיגט אז אדמו"ר מהר"א זאל איר קאלן איבערצייגן,די רבי האט איר טאקע געקאלט, אבער זי איז געבליבן פאר'עקשן'ט, האט איר די רבי געזאגט "ווען איר וועט ארופגיין אויף יענער וועלט וועט מען אייך פארהאלטן!",זי איז אבער געבליבן ביי אירס...

ס'איז דא נאך אסאך הימל שפאלטנטע מעשיות וואס מ'קען נישט אלעס ארויפברענגען.

אויב די שמועס וועט זיך נאך ציען מיין איך דארף מען עס ערגעץ אנדערש פלאצירן,ס'איז נישט יושר פאר בוני עולם...
אוועיטער
Azoi Tzi Zugen
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1575
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 11:39 am
x 3331

Re: "געזונטע” רוצחים!

פאוסט דורך Azoi Tzi Zugen »

ס'איז קלאר דא מענטשן וואס טוען נאטורליכע היילונגען אויף די נארמאלע וועג, נישט איבערגעטריבן, נאר לעבן געזונט און טוען נאטורליכע השתדלות ווילאנג מ'דארף נאכנישט קיין דאקטאר.

אבער, די "מאוומענט" דערפון וואס האט זיך פארשטארקערט אין די לעצטע פאר יאר, האט געברענגט ממש א מבול אויף דער וועלט. א שוידערליכע מבול וואס האט אריינגענומען גאנצעטע נארמאלע משפחות, און טויזנטער נשים צדקניות, צו ווערן משוגע לאותו דבר אויף א פארנעם וואס קאסט לעבנס, פשוטו כמשמעו.
קלוגער חכם
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 120
זיך איינגעשריבן: מוצש"ק יולי 15, 2023 10:15 pm
x 18

Re: "געזונטע” רוצחים!

פאוסט דורך קלוגער חכם »

אני-הק' האט געשריבן: אני הק' האט געמאכט ערגער (ב"ה נישט צופיל) די מעדיקל מיינדעט מהלך, ב"ה געהאלפן געווארן גאר גאר גאר שנעל נאכן גיין אויף דעם א.ג. העלט מיינדעד (איך רוף עס אן געזונטע נארמאלע) מהלך.
איך קען נישט אריינגיין אין צופיל פרטים כמובן, אבער ס'איז דא אסאך מהלכים צו העלפן מענטשן און ווערן געהאלפן, מ'טאר נישט זיין 'פארגלייבט' אין קיין איין 'שיטה', און יעדער דארף פרובירן וואס פאר אים קען ארבעטן.
👍
אוועיטער
בעריש סגל
פרישער באניצער
פאוסטס: 67
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 20, 2023 3:43 pm
x 61

Re: "געזונטע” רוצחים!

פאוסט דורך בעריש סגל »

ליידער האבן מיר צוויי אייגנשאפטן וועלכע זענען א רעסעפי פאר דיזעסטער:
1. אונזער עולם איז אומעדוקירט. דאס מיינט נישט אז מיר זענען נאראנים (כ'מיין ס'דא פון דעם אויך ביננו...), אדער אז לימוד התורה איז נישט אויפ'ן העכסטע שטאפל חלילה. למעשה בעניני דעלמא זענען מיר אומוויסענד, און דאס איז גורם סיי נישט צו פארשטיין בכלל אישוס, און סיי צו געטרויען יעדעם - כל זמן יענער איז נישט פון דער עסטעבלישמענט.

2. גאוה. מיר רעדן זיך איין אז מיר פארשטייען בעסער. דער נארישע גוי מיט זיין גוי'שע קאפ וועלכער האט שטודירט צען יאר אין מעדיקל סקול, פלאס ער איז שוין בפועל א דאקטאר נאך פינף יאר, קומט נישט צו די פאדעשעס פון א הצלה מעמבער מיט קאנעקשנס...

לייג צו צום מיקס א דיסטראסט צו אויטאריטעט, געבויעט אויף יארן פון פערסעקיושן, און מה יעשה הבן שלא ישתטה?
אוועיטער
ווירקליך
מנהל המערכת
פאוסטס: 721
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יוני 28, 2023 10:08 pm
x 1132

Re: "געזונטע” רוצחים!

פאוסט דורך ווירקליך »

בעריש סגל האט געשריבן: פרייטאג יולי 28, 2023 12:32 pm ליידער האבן מיר צוויי אייגנשאפטן וועלכע זענען א רעסעפי פאר דיזעסטער:
1. אונזער עולם איז אומעדוקירט. דאס מיינט נישט אז מיר זענען נאראנים (כ'מיין ס'דא פון דעם אויך ביננו...), אדער אז לימוד התורה איז נישט אויפ'ן העכסטע שטאפל חלילה. למעשה בעניני דעלמא זענען מיר אומוויסענד, און דאס איז גורם סיי נישט צו פארשטיין בכלל אישוס, און סיי צו געטרויען יעדעם - כל זמן יענער איז נישט פון דער עסטעבלישמענט.

2. גאוה. מיר רעדן זיך איין אז מיר פארשטייען בעסער. דער נארישע גוי מיט זיין גוי'שע קאפ וועלכער האט שטודירט צען יאר אין מעדיקל סקול, פלאס ער איז שוין בפועל א דאקטאר נאך פינף יאר, קומט נישט צו די פאדעשעס פון א הצלה מעמבער מיט קאנעקשנס...

לייג צו צום מיקס א דיסטראסט צו אויטאריטעט, געבויעט אויף יארן פון פערסעקיושן, און מה יעשה הבן שלא ישתטה?
איך בין שארף מחולק מיט ביידע הנחות...

אבער אפגעזען צי דיינע הנחות זענען ריכטיג, האסטו געבויט א בנין אויף א לופטיגער יסוד, כאילו נאר ביי אונז איז דא דער סארט משוגעת...
היי יו העוו ריטשט מיי וואויסמעיל, טענקס.
אוועיטער
בעריש סגל
פרישער באניצער
פאוסטס: 67
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 20, 2023 3:43 pm
x 61

Re: "געזונטע” רוצחים!

פאוסט דורך בעריש סגל »

וואו האב איך געזאגט 'נאר' ביי אונז? מען טרעפט עס ביי אלע ערטער וואו עס איז פארהאנען לכה"פ איינער פון די אויבערדערמאנטע זאכן. בעיקר ווייניג עדיוקעשן מיט א פערסעקיושן קאמפלעקס. למשל די שחורים זענען אויך פארגלייבט אין כלערליי שטותים, און גלייכצייטיג טראסטן זיי נישט דעם מעדיקל עסטעבלישמענט.
שרייב פאוסט