ריכטיג. דער מג"א האלט נישט אז דער באר שבע איז גערעכט מיט'ן אפפרעגן דעם שלטי גיבורים.איד האט געשריבן: ↑פרייטאג מערץ 15, 2024 3:13 pmער זאגט דאך דלא כהב''ש (און דריקט זיך אויס אויף די ב''ש ראיות דברים דחוים)דער תהלים איד האט געשריבן: ↑פרייטאג מערץ 15, 2024 3:08 pm און אויף דעם מג"א שרייבן פוסקים אז ער לערנט אינעם ש"ג ברשות היחיד און/אדער צוגעדעקט.
ער זאגט אבער נישט פארוואס, ממילא לערנען די שפעטערע פוסקים אז ווייל ער האלט אז ס'רעדט דוקא באופנים הנ"ל און דערפאר איז נישט שווער דעם ב"ש'ס קושיות.
דו פארפאסט די פוינט. פארשטייסט אז דאס איז לכאורה דער איינציגסטער מג"א וואס דיינע זיידעס האבן נישט אנגענומען. האט עס דאך א סיבה. אדער האט מען אנגענומען דעם מור וקציעה אז דא איז דברי המ"א דחויים, אדער האט מען אנגענומען אז ער רעדט ברשות היחיד וכדו'.איד האט געשריבן: ↑פרייטאג מערץ 15, 2024 3:13 pmפונקט ווי די איר עלטערן האבן עס נישט אנגענומען, האבן די עלטערן גופא עס יא אנגענומען,דער תהלים איד האט געשריבן: ↑פרייטאג מערץ 15, 2024 3:08 pm און אויף דעם מג"א זאג איך אז אונזער עלטערן האבן עס נישט אנגענומען.
ממילא איז עס נישט קיין גלאטע מג"א, און די וואס גייען נישט איז נישט אלס חומרא.
אויב גייט עס, ווייל למעשה האט מען זיך נישט געפירט, שפעטער האט מען געטוישט און זיך יא געפירט אזוי
אבער די מג''א במקומו עומדת, און ער איז נאך אזא שטארקע פוסק פאר אונז, ווי סיי וועמען
ממילא איז דאס זיך סומך זיין להיתר א דיעבד, און דאס נישט גיין בלייבט אלס הלכה, נישט חומרא.