שייטלען אמאל און היינט

אונזער היסטאריע
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 5033
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 8758

Re: שייטלען אמאל און היינט

פאוסט דורך דער תהלים איד »

איד האט געשריבן: פרייטאג מערץ 15, 2024 3:13 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: פרייטאג מערץ 15, 2024 3:08 pm און אויף דעם מג"א שרייבן פוסקים אז ער לערנט אינעם ש"ג ברשות היחיד און/אדער צוגעדעקט.
ער זאגט דאך דלא כהב''ש (און דריקט זיך אויס אויף די ב''ש ראיות דברים דחוים)
ריכטיג. דער מג"א האלט נישט אז דער באר שבע איז גערעכט מיט'ן אפפרעגן דעם שלטי גיבורים.

ער זאגט אבער נישט פארוואס, ממילא לערנען די שפעטערע פוסקים אז ווייל ער האלט אז ס'רעדט דוקא באופנים הנ"ל און דערפאר איז נישט שווער דעם ב"ש'ס קושיות.


איד האט געשריבן: פרייטאג מערץ 15, 2024 3:13 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: פרייטאג מערץ 15, 2024 3:08 pm און אויף דעם מג"א זאג איך אז אונזער עלטערן האבן עס נישט אנגענומען.

ממילא איז עס נישט קיין גלאטע מג"א, און די וואס גייען נישט איז נישט אלס חומרא.
פונקט ווי די איר עלטערן האבן עס נישט אנגענומען, האבן די עלטערן גופא עס יא אנגענומען,

אויב גייט עס, ווייל למעשה האט מען זיך נישט געפירט, שפעטער האט מען געטוישט און זיך יא געפירט אזוי
אבער די מג''א במקומו עומדת, און ער איז נאך אזא שטארקע פוסק פאר אונז, ווי סיי וועמען
דו פארפאסט די פוינט. פארשטייסט אז דאס איז לכאורה דער איינציגסטער מג"א וואס דיינע זיידעס האבן נישט אנגענומען. האט עס דאך א סיבה. אדער האט מען אנגענומען דעם מור וקציעה אז דא איז דברי המ"א דחויים, אדער האט מען אנגענומען אז ער רעדט ברשות היחיד וכדו'.

ממילא איז דאס זיך סומך זיין להיתר א דיעבד, און דאס נישט גיין בלייבט אלס הלכה, נישט חומרא.
אוועיטער
איד
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 467
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:56 am
x 472

Re: שייטלען אמאל און היינט

פאוסט דורך איד »

דעס אז די רבנים (נאכ'ן קריג) זענען נישט ארויס געקומען אז ס'איז אסור צו גיין מיט א שייטל, ווייזט אז זיי האבן יא אנגענומען די מג''א פאר א געהעריגע היתר
ר' יונה
פרישער באניצער
פאוסטס: 17
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 21, 2023 1:01 am
x 17

Re: שייטלען אמאל און היינט

פאוסט דורך ר' יונה »

איד האט געשריבן: פרייטאג מערץ 15, 2024 3:44 pm דעס אז די רבנים (נאכ'ן קריג) זענען נישט ארויס געקומען אז ס'איז אסור צו גיין מיט א שייטל, ווייזט אז זיי האבן יא אנגענומען די מג''א פאר א געהעריגע היתר
פון יענע שווערע צייטן קען מען נישט ברענגן קיין שום ראי'.
אוועיטער
איד
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 467
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:56 am
x 472

Re: שייטלען אמאל און היינט

פאוסט דורך איד »

ר' יונה האט געשריבן: פרייטאג מערץ 15, 2024 3:45 pm
איד האט געשריבן: פרייטאג מערץ 15, 2024 3:44 pm דעס אז די רבנים (נאכ'ן קריג) זענען נישט ארויס געקומען אז ס'איז אסור צו גיין מיט א שייטל, ווייזט אז זיי האבן יא אנגענומען די מג''א פאר א געהעריגע היתר
פון יענע שווערע צייטן קען מען נישט ברענגן קיין שום ראי'.
הייסט די לעצטע 70, האט מען געקענט אלעס מתקן זיין, מ'איז ארויסגעקומען קעגען טויזענטער פרצות, אבער די וויכטיגע זאך, האט מען נישט געקענט
ס'איז מיך אסאך גרינגער צי זאגן אז זיי האבן זיך פארלאזט אויפן גרויסן פוסק די מג''א, ווי צו זאגן אז פאר יענע דור האט מען נישט געקענט שטעלן אויף די אמת'ע הלכה
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 5033
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 8758

Re: שייטלען אמאל און היינט

פאוסט דורך דער תהלים איד »

איד האט געשריבן: פרייטאג מערץ 15, 2024 3:44 pm דעס אז די רבנים (נאכ'ן קריג) זענען נישט ארויס געקומען אז ס'איז אסור צו גיין מיט א שייטל, ווייזט אז זיי האבן יא אנגענומען די מג''א פאר א געהעריגע היתר

חס ושלום. פארוואס ארויסקומען דערמיט ווען דאס וואלט גורם געווען מ'זאל גיין אויפגעדעקט ח"ו.

מ'האט ענדערשט בוחר געווען נישט צו רעדן דערפון. און דאס צו טוישן קאסט זייער גרויסע כוחות כמובן ממילא וכו'

(אכן יש מי שהי' לו חרטה, כהגר"ש מ'באבוב שאמר אז ווען ער ווייסט ווען וויאזוי די שייטלען גייען זיך אימפראוון צו אויסזען כפרוצה וואלט ער עס יא גע'אסר'ט).
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 5033
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 8758

Re: שייטלען אמאל און היינט

פאוסט דורך דער תהלים איד »

איד האט געשריבן: פרייטאג מערץ 15, 2024 3:50 pm ס'איז מיך אסאך גרינגער צי זאגן אז זיי האבן זיך פארלאזט אויפן גרויסן פוסק די מג''א, ווי צו זאגן אז פאר יענע דור האט מען נישט געקענט שטעלן אויף די אמת'ע הלכה


דער תהלים איד האט געשריבן: פרייטאג מערץ 15, 2024 3:38 pm פארשטייסט אז דאס איז לכאורה דער איינציגסטער מג"א וואס דיינע זיידעס האבן נישט אנגענומען. האט עס דאך א סיבה. אדער האט מען אנגענומען דעם מור וקציעה אז דא איז דברי המ"א דחויים, אדער האט מען אנגענומען אז ער רעדט ברשות היחיד וכדו'.
אוועיטער
איד
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 467
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:56 am
x 472

Re: שייטלען אמאל און היינט

פאוסט דורך איד »

דער תהלים איד האט געשריבן: פרייטאג מערץ 15, 2024 3:52 pm
איד האט געשריבן: פרייטאג מערץ 15, 2024 3:44 pm דעס אז די רבנים (נאכ'ן קריג) זענען נישט ארויס געקומען אז ס'איז אסור צו גיין מיט א שייטל, ווייזט אז זיי האבן יא אנגענומען די מג''א פאר א געהעריגע היתר

חס ושלום. פארוואס ארויסקומען דערמיט ווען דאס וואלט גורם געווען מ'זאל גיין אויפגעדעקט ח"ו.

מ'האט ענדערשט בוחר געווען נישט צו רעדן דערפון. און דאס צו טוישן קאסט זייער גרויסע כוחות כמובן ממילא וכו'

(אכן יש מי שהי' לו חרטה, כהגר"ש מ'באבוב שאמר אז ווען ער ווייסט ווען וויאזוי די שייטלען גייען זיך אימפראוון צו אויסזען כפרוצה וואלט ער עס יא גע'אסר'ט).
די האסט א מקור אויך די ממרא פון ר' שלמה ?

ווייל ביי אים אין שטוב, זיין רעביצין מיט זיינע טעכטער אין שנירן זענען געגאנגען מיט דעם
אוועיטער
איד
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 467
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:56 am
x 472

Re: שייטלען אמאל און היינט

פאוסט דורך איד »

אויך זייער שווער, אז די רבנים אליינס, האבן נישט פארלאנגט בכל התוכף אויב איז אזוי די הלכה, אפי' די רבי די ברך משה זי''ע, איז די רביצין געגאנגען מתחילה מיט א שייטל
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 5033
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 8758

Re: שייטלען אמאל און היינט

פאוסט דורך דער תהלים איד »

כבר אמרתי שקשה מאוד להחליף עכשיו דבר כזה, און איך פארשטיי נישט וואס דו פארשטייסט נישט.

בנוגע מהר"ש מ'באבוב, איך דארף נאכזוכן, אויב דענק איך גוט איז עס מפי האדמו"ר הנוכחי.
אוועיטער
איד
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 467
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:56 am
x 472

Re: שייטלען אמאל און היינט

פאוסט דורך איד »

און לאמיר נישט פארקריכן ווי מ'האט אנגעהויבן

יא! ס'טוט מיך וויי ווען א עד מאכט חוזק פון די עצם שייטלעך, נאכדעם וואס גאר אסאך ערליכע משפחות גייען אזוי, און די גרויסע פוסק די הייליגע מגן אברהם איז עס מתיר

יעצט ווילסט זאגן אז בעצם האט מען נישט אנגענומען די מג''א, און די ערליכע משפחות גייען אזוי בטעות, איך הער דיין מיינונג, אבער אזא עד טוט וויי (פאר מיך)
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 5033
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 8758

Re: שייטלען אמאל און היינט

פאוסט דורך דער תהלים איד »

אזא עד וואלט נישט געמאכט קיין סענס בכלל, וויבאלד מ'איז דאך היינט נוקט להיתר בלית ברירה.

ממילא, איז טאקע נישט געווען אזא עד.

(נאכאמאל, דער מג"א איז נישט אזוי פשוט, מטעם שכתבתי ויש עוד ואכמ"ל, סוי שרייב נישט אזוי זיכער אז דער מג"א איז 'דאס' מתיר)
אוועיטער
איד
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 467
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:56 am
x 472

Re: שייטלען אמאל און היינט

פאוסט דורך איד »

דער תהלים איד האט געשריבן: פרייטאג מערץ 15, 2024 4:08 pm

(נאכאמאל, דער מג"א איז נישט אזוי פשוט, מטעם שכתבתי ויש עוד ואכמ"ל, סוי שרייב נישט אזוי זיכער אז דער מג"א איז 'דאס' מתיר)
מיך, איז ברור כשמש אז די מג''א איז עס מתיר, מילא שרייב איך אזוי,
פון די לשון אין מג''א האב איך געזעהן אזוי, אהן קיין אנדערע וועג

ואיתך הסליחה
תינוק הבורח
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 400
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 9:03 am
x 295

Re: שייטלען אמאל און היינט

פאוסט דורך תינוק הבורח »

דער תהלים איד האט געשריבן: פרייטאג מערץ 15, 2024 3:38 pm
איד האט געשריבן: פרייטאג מערץ 15, 2024 3:13 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: פרייטאג מערץ 15, 2024 3:08 pm און אויף דעם מג"א שרייבן פוסקים אז ער לערנט אינעם ש"ג ברשות היחיד און/אדער צוגעדעקט.
ער זאגט דאך דלא כהב''ש (און דריקט זיך אויס אויף די ב''ש ראיות דברים דחוים)
ריכטיג. דער מג"א האלט נישט אז דער באר שבע איז גערעכט מיט'ן אפפרעגן דעם שלטי גיבורים.

ער זאגט אבער נישט פארוואס, ממילא לערנען די שפעטערע פוסקים אז ווייל ער האלט אז ס'רעדט דוקא באופנים הנ"ל און דערפאר איז נישט שווער דעם ב"ש'ס קושיות.


איד האט געשריבן: פרייטאג מערץ 15, 2024 3:13 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: פרייטאג מערץ 15, 2024 3:08 pm און אויף דעם מג"א זאג איך אז אונזער עלטערן האבן עס נישט אנגענומען.

ממילא איז עס נישט קיין גלאטע מג"א, און די וואס גייען נישט איז נישט אלס חומרא.
פונקט ווי די איר עלטערן האבן עס נישט אנגענומען, האבן די עלטערן גופא עס יא אנגענומען,

אויב גייט עס, ווייל למעשה האט מען זיך נישט געפירט, שפעטער האט מען געטוישט און זיך יא געפירט אזוי
אבער די מג''א במקומו עומדת, און ער איז נאך אזא שטארקע פוסק פאר אונז, ווי סיי וועמען
דו פארפאסט די פוינט. פארשטייסט אז דאס איז לכאורה דער איינציגסטער מג"א וואס דיינע זיידעס האבן נישט אנגענומען. האט עס דאך א סיבה. אדער האט מען אנגענומען דעם מור וקציעה אז דא איז דברי המ"א דחויים, אדער האט מען אנגענומען אז ער רעדט ברשות היחיד וכדו'.

ממילא איז דאס זיך סומך זיין להיתר א דיעבד, און דאס נישט גיין בלייבט אלס הלכה, נישט חומרא.
איך האב נישט קיין געדולד נאכאמאל צו ליטיגעיטן די טענה'ריי פון אנהייב אשכול, נאר כדי מען זאל נישט זאגן מדשתקי וכו' שמע מינה ניחא ליה. בין איך מגלה דעת מיין פראטעסט.
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 5033
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 8758

Re: שייטלען אמאל און היינט

פאוסט דורך דער תהלים איד »

@איד איך גלייב אז ביסט א גרויסער ת"ח און א גוטער פוסק. ענטפער מיר נאר:

פארוואס האט עס דיין זיידע און זיינע רביס/רבנים/גדולים נישט אנגענומען?
אוועיטער
איד
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 467
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:56 am
x 472

Re: שייטלען אמאל און היינט

פאוסט דורך איד »

דער תהלים איד האט געשריבן: פרייטאג מערץ 15, 2024 4:17 pm @איד איך גלייב אז ביסט א גרויסער ת"ח און א גוטער פוסק. ענטפער מיר נאר:

פארוואס האט עס דיין זיידע און זיינע רביס/רבנים/גדולים נישט אנגענומען?
פאר איך ענטפער,

דעס אז די מג''א מיינט נישט דעס, איז דיין אייגענע אויפטוה, אדער איינער שרייבט עס שוין (א פריעדיגע) ?

די הייליגע דברי חיים, ווען ער אסר'ט שייטלעך, שרייבט נישט אז בעצם איז די מג''א אויך מודה וכו', איך מיין אז די חתם סופר דערמאנט אויך נישט אז די מג''א רעדט נאר אין שטוב,

איך פארשטיי אויך נישט ווי זוי לערענסטו די לשון המג''א "וכן כתב בשלטי גבורים דמותר לכתחלה כדאיתא במשנה פרק ו' דשבת יוצאה אשה בחוטי שער וכו'" דעס אז ער ברענגט די ראי' פון די שלט''ג פון שבת וואס רעדט פון גיין ברה''ר זעהט מען דאך קלאר אז ער נעמט אהן דו עצם היתר פון די שלט''ג

און ווער זאגט דיך אז מיינע זיידעס האבן נישט אזוי אנגענומען, ס''ה האבן זיי זיך נישט אזוי געפירט, נאר מחמיר געווען ווי די אנדערע פוסקים,
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 5033
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 8758

Re: שייטלען אמאל און היינט

פאוסט דורך דער תהלים איד »

איד האט געשריבן: פרייטאג מערץ 15, 2024 4:28 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: פרייטאג מערץ 15, 2024 4:17 pm @איד איך גלייב אז ביסט א גרויסער ת"ח און א גוטער פוסק. ענטפער מיר נאר:

פארוואס האט עס דיין זיידע און זיינע רביס/רבנים/גדולים נישט אנגענומען?
פאר איך ענטפער,

דעס אז די מג''א מיינט נישט דעס, איז דיין אייגענע אויפטוה, אדער איינער שרייבט עס שוין (א פריעדיגע) ?
אודאי שטייט עס אין אסאך פוסקים. נישט נאר אויפ'ן מג"א, נאר אויפ'ן שלטי גיבורים אליינס, דער מקור.


איד האט געשריבן: פרייטאג מערץ 15, 2024 4:28 pm די הייליגע דברי חיים, ווען ער אסר'ט שייטלעך, שרייבט נישט אז בעצם איז די מג''א אויך מודה וכו', איך מיין אז די חתם סופר דערמאנט אויך נישט אז די מג''א רעדט נאר אין שטוב,
נו ער לערנט דאך אז ס'איז אסור לקר"ש אויך (אפילו ברשה"י).


איד האט געשריבן: פרייטאג מערץ 15, 2024 4:28 pm איך פארשטיי אויך נישט ווי זוי לערענסטו די לשון המג''א "וכן כתב בשלטי גבורים דמותר לכתחלה כדאיתא במשנה פרק ו' דשבת יוצאה אשה בחוטי שער וכו'" דעס אז ער ברענגט די ראי' פון די שלט''ג פון שבת וואס רעדט פון גיין ברה''ר זעהט מען דאך קלאר אז ער נעמט אהן דו עצם היתר פון די שלט''ג
מאכסט א טעות. די משנה אין מס' שבת רעדט 'נישט' פון גיין ברשה"ר, ח"ו, מ'רעדט דאך דארט וועגן אייגענע האר אויך. די גמרא רעדט פון איר חצר, און דער רמ"א און מג"א רעדן ביי הלכות קר"ש צו דער מאן מעג ליינען קר"ש קעגן דעם.


איד האט געשריבן: פרייטאג מערץ 15, 2024 4:28 pm און ווער זאגט דיך אז מיינע זיידעס האבן נישט אזוי אנגענומען, ס''ה האבן זיי זיך נישט אזוי געפירט, נאר מחמיר געווען ווי די אנדערע פוסקים,
פארוואס זאלן זיי מחמיר זיין (אין אזא שווערע דבר נסיון לגבי נשים שדעתן קלות) קעגן א קלארע רמ"א און מג"א וואס זענען מתיר, אויב נישט ווייל דער היתר איז נישט פשוט.
אוועיטער
איד
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 467
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:56 am
x 472

Re: שייטלען אמאל און היינט

פאוסט דורך איד »

דער תהלים איד האט געשריבן: פרייטאג מערץ 15, 2024 4:38 pm

פארוואס זאלן זיי מחמיר זיין (אין אזא שווערע דבר נסיון לגבי נשים שדעתן קלות) קעגן א קלארע רמ"א און מג"א וואס זענען מתיר, אויב נישט ווייל דער היתר איז נישט פשוט.
און דעס וואס אונזערע עלטערען האבן זיך געפירט אז פרויען שערן זיך, וואס די ערשטע פלאץ ווי עס ווערט בכלל דערמאנט אזא זאך איז די חתם סופר (וואס זאגט אויך נישט אז מ'דארף), און קיין שום פריערדיגע פוסק שטייט עס נישט, און מ'האט זיך געפירט בכל התוכף, דעס פארשטייסטו יא ?
מ'האט קלאר מחמיר געווען בענינים אלו, אפי' ווי מ'האט געקענט טרעפן א היתר

(די ווייסט מסתמא, אז אין ש''ע שטייט אז פרויען טארן זיך דייקא נישט שערן, און דארט זעהט מען קלאר אז ס'איז נישט געווען די מנהג זיך צו שערן, אעפ''כ האבן אונזערע צדיקים געוואלט אזוי,
און אמת אריין, האט די איסור פון שייטלעך אסאך א שטערקערע מקור, ווי דעס אז פרויען שערן זיך, פון די באר שבע ביז היינט זענען דא צענדליגע תשובות אויף דעם, און אויף שערן איז נישט דא ממש גארנישט (כ'מיין די ערשטע תשובה צו מחייב זיין זיך שערן, איז תשו' מהרי''ץ דושינסקיא)
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 5033
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 8758

Re: שייטלען אמאל און היינט

פאוסט דורך דער תהלים איד »

שערן איז בכלל נישט הלכה, נאר לפי ההלכה איז א אנגענומענע תקנה הארב ווי א דאורייתא. (אגב, מ'האט עס נישט אנגענומען אלס חומרא, נאר אלס תקנה. א חומרא איז נישט צו עסן פאפריקא אום פסח. והבן)

משא"כ שייטלען איז דאך געהעריג הלכה. דער חת"ס נעמט עס אן אין הגהת שו"ע אלס א איסור להלכה, און אזוי רוב אנדערע פוסקים. און דערפאר זענען אונזערע עלטערן נישט געגאנגען אזוי טראץ די שווערע נסיונות זינט זמן ההשכלה. ביז די לעצטע תקופות ווען מ'האט בלית ברירה זיך סומך געווען אויף די מקילים און מתיר געווען די כשר'ע שייטלען. (איך חזר עס איבער אין יעדע תגובה, כדי שלא יאמרו..)
גראד
פרישער באניצער
פאוסטס: 22
זיך איינגעשריבן: מאנטאג נאוועמבער 06, 2023 10:40 pm
x 14

Re: שייטלען אמאל און היינט

פאוסט דורך גראד »

דער תהלים איד האט געשריבן: פרייטאג מערץ 15, 2024 4:17 pm

מאכסט א טעות. די משנה אין מס' שבת רעדט 'נישט' פון גיין ברשה"ר, ח"ו, מ'רעדט דאך דארט וועגן אייגענע האר אויך. די גמרא רעדט פון איר חצר, און דער רמ"א און מג"א רעדן ביי הלכות קר"ש צו דער מאן מעג ליינען קר"ש קעגן דעם.
די חשש איז אז זי וועט ארויסגיין דערמיט אין רשה"ר, און אויב גייט זי נישט ארויס דערמיט אונדערוואכן וואלט שבת נישט געווען קיין תשש אין חצר, אלא מאי איז מען אינדערוואכן יא ארויס דערמיט אין רשה"ר.

אזוי איז די שואל ומשיב מסביר די ראיה פונעם ש"ג איו זיין ספר מגן גיבורים.

https://beta.hebrewbooks.org/reader/rea ... hlts=&ocr=
גראד
פרישער באניצער
פאוסטס: 22
זיך איינגעשריבן: מאנטאג נאוועמבער 06, 2023 10:40 pm
x 14

Re: שייטלען אמאל און היינט

פאוסט דורך גראד »

דער תהלים איד האט געשריבן: פרייטאג מערץ 15, 2024 3:08 pm און אויף דעם מג"א שרייבן פוסקים אז ער לערנט אינעם ש"ג ברשות היחיד און/אדער צוגעדעקט.

און אויף דעם מג"א זאג איך אז אונזער עלטערן האבן עס נישט אנגענומען.

ממילא איז עס נישט קיין גלאטע מג"א, און די וואס גייען נישט דערמיט איז נישט אלס חומרא, נאר הלכה.
ווי שטייט אז מהאט נישט אנגענומען די מג"א?
די פרי מגדים, לבוש, תניא, משנה ברורה, כף החיים, אוצר הלכות, ברענגן די רמ"א און מג"א להלכה.
די כף החיים שרייבט "הסכמות האחרונים להתיר"
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 5033
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 8758

Re: שייטלען אמאל און היינט

פאוסט דורך דער תהלים איד »

גראד האט געשריבן: זונטאג מערץ 17, 2024 1:49 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: פרייטאג מערץ 15, 2024 4:17 pm

מאכסט א טעות. די משנה אין מס' שבת רעדט 'נישט' פון גיין ברשה"ר, ח"ו, מ'רעדט דאך דארט וועגן אייגענע האר אויך. די גמרא רעדט פון איר חצר, און דער רמ"א און מג"א רעדן ביי הלכות קר"ש צו דער מאן מעג ליינען קר"ש קעגן דעם.
די חשש איז אז זי וועט ארויסגיין דערמיט אין רשה"ר, און אויב גייט זי נישט ארויס דערמיט אונדערוואכן וואלט שבת נישט געווען קיין תשש אין חצר, אלא מאי איז מען אינדערוואכן יא ארויס דערמיט אין רשה"ר.

אזוי איז די שואל ומשיב מסביר די ראיה פונעם ש"ג איו זיין ספר מגן גיבורים.

https://beta.hebrewbooks.org/reader/rea ... hlts=&ocr=

ריכטיג, דער מגן גבורים פארענטפערט אזוי אז דער ראי' פון שלטי גיבורים קען יא זיין א ראי', ווייל דער ש"ג קען טענה'ן אז מ'וואלט נישט חושש געווען אויף רשה"ר ווען ס'וואלט געווען א איסור.

אבער די גמרא פשוט פשט איז נישט אזוי, און דאס האב איך געזאגט פאר @איד וואס האט געהאט א טעות אז ס'איז א פאענע גמרא אז מ'גייט אזוי ברשה"ר.
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 5033
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 8758

Re: שייטלען אמאל און היינט

פאוסט דורך דער תהלים איד »

גראד האט געשריבן: זונטאג מערץ 17, 2024 2:19 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: פרייטאג מערץ 15, 2024 3:08 pm און אויף דעם מג"א שרייבן פוסקים אז ער לערנט אינעם ש"ג ברשות היחיד און/אדער צוגעדעקט.

און אויף דעם מג"א זאג איך אז אונזער עלטערן האבן עס נישט אנגענומען.

ממילא איז עס נישט קיין גלאטע מג"א, און די וואס גייען נישט דערמיט איז נישט אלס חומרא, נאר הלכה.
ווי שטייט אז מהאט נישט אנגענומען די מג"א?

כפארשטיי נישט די שאלה. פרעגסט צו ס'איז דא חולקים אויפ'ן היתר? אסאך, אנגעהויבן פונעם יעב"ץ בימיו פונעם מג"א ("נפלאתי מאוד במג"א כמה רב גוברי' דדחי לגברא רבה בגילא דחיטתא, שארי לי' מארי', בלי שום ריח ראי' והוכחה כל עיקר"), און ווייטער ביז אראפ ביז בעלזער רב מהרי"ד זי"ע.

און צו מ'האט אנגענומען דעם מג"א כפשוטו? במציאות נישט. אין אלע מקומות וואו מיר שטאמען פון, האט מען אנגענומען לאיסור, און אונזערע באבעס זענען נישט געגאנגען אזוי ברה"ר. דער היתר איז אבער יא געווארן אנגענומען די לעצטערע יארן, בלית ברירה.



גראד האט געשריבן: זונטאג מערץ 17, 2024 2:19 pm די פרי מגדים, לבוש, תניא, משנה ברורה, כף החיים, אוצר הלכות, ברענגן די רמ"א און מג"א להלכה.

פרי מגדים איז דא א בריוו לאיסור, והדבר לא ברור לי כעת.


גראד האט געשריבן: זונטאג מערץ 17, 2024 2:19 pm די כף החיים שרייבט "הסכמות האחרונים להתיר"
און דער שבט הלוי שרייבט "רוב הפוסקים נקטו לאיסור".
אוועיטער
נקודות טובות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1555
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
x 3501

Re: שייטלען אמאל און היינט

פאוסט דורך נקודות טובות »

תינוק הבורח האט געשריבן: פרייטאג מערץ 15, 2024 4:16 pm איך האב נישט קיין געדולד נאכאמאל צו ליטיגעיטן די טענה'ריי פון אנהייב אשכול, נאר כדי מען זאל נישט זאגן מדשתקי וכו' שמע מינה ניחא ליה. בין איך מגלה דעת מיין פראטעסט.
@כנקודה ועוד @לתינוק!
ווען איר ציטירט א לענגערע פאוסט ביטע באניצט אייך מיט'ן ספוילער
אוועיטער
איד
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 467
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:56 am
x 472

Re: שייטלען אמאל און היינט

פאוסט דורך איד »

דער תהלים איד האט געשריבן: זונטאג מערץ 17, 2024 7:28 pm

און דער שבט הלוי שרייבט "רוב הפוסקים נקטו לאיסור".
אבער אין זיין שטוב גייט מען יא...
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 5033
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 8758

Re: שייטלען אמאל און היינט

פאוסט דורך דער תהלים איד »

איד האט געשריבן: מאנטאג מערץ 18, 2024 6:26 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: זונטאג מערץ 17, 2024 7:28 pm

און דער שבט הלוי שרייבט "רוב הפוסקים נקטו לאיסור".
אבער אין זיין שטוב גייט מען יא...
ממילא?
שרייב פאוסט