היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!

נייעס אין אונזער קווארטאל
לעדי באג
פרישער באניצער
פאוסטס: 45
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יולי 19, 2023 11:20 am
x 7

Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך לעדי באג »

עס וועט זיין גוט האט געשריבן: מיטוואך יולי 19, 2023 6:05 pm
ר' דן האט געשריבן: מיטוואך יולי 19, 2023 6:01 pm
עס וועט זיין גוט האט געשריבן: מיטוואך יולי 19, 2023 5:58 pm
וואספארא סארט חילול שבת ?
ווען יודן לעשן ווען מען טאר נישט הלכ'הדיג אנשטאט עס איבערגעבן פאר די גוישע מיטארבעטער.

און נאך, אבער איך וואלט נישט געשריבן סתם לשון הרע אויף יודן, כמעט יעדער אין מאנסי האט שוין ליידער מיטגעהאלטן..
וואס הייסט ? זיי לעשן אפילו ווען עס איז נישטא קיין פיקוח נפש ?
איז דא בכלל רבנים וואס בעקן זיי ?
דא האסטו אשטיקל פון ניסן ווייס
ס'איז געווען ליל שבת קודש פרשת וירא תשפ"ג לפ"ק העעל"ט, איך האב געהאלטן אין מיטן די סעודה מיט די קינדער, מ'האט דעמאלסט געזינגען די ניגון משוך נועם יראתך, און די פייער אלארעם האט זיך צופיפן, די קינדער האבן זיך דערשראקן, איך בין אויפגעשפרינגען צום קאך זעהן אויב אלעס איז בסדר ביים בלעך, דערנאן בין איך ארויס אינעם טרעפן ציממער זיכער צו מאכן אז אלעס איז בסדר ביי מיינע שכנים, און נאכן אריבער גיין אלע חלקים פונעם הויז און מברר זיין אז ס'איז נישט דא קיין שום סיבה פארוואס די אלארעם האט זיך אנגעצינדן, איך האב בארואיג מיינע קינדער און איך האב ממשיך געווען מיט מיין סעודה.

נאך בערך א האלבע שעה האב איך געענדיגט די סעודה, און געזעהן אז מ'קען נישט אזוי לייגן שלאפן קיין קינדער, בין איך ארויס כדאי צו גיין רופן א גוי, ווי נאר איך האב געלייגט מיין הענט אויפן הענטל פונעם טיר האט זיך די אלארעם פארלאשן. איך האב אריינגעלייגט מיינע קינדער אין בעט און זיי געלייגט שלאפן. איך בין ארויס אריבער געגאנגען צו א שלום זכר, נאך בערך א דריי-פערטל-שעה בין איך אהיימגעקומען און געזעהן אז מיין גאנצע משפחה שטייט אינדרויסן פונעם הויז ווייל די אלארעם קלונגט, נאכן ווארטן בערך נאך א שעה בין איך געגאנגען רופן א גוי, ווען די גוי איז געקומען האט ער עס פראבירט אויסצולעשן און ס'איז נישט געגאנגען, האט ער פון זיין פריוואטע אינציטאטיוו גערופן ניין-וואן-וואן, ווען איך האב געזעהן אז ס'פארן קארס צו די פייער גאראדזש, און איך האב עומד געווען אז מ'קומט צו מיין אלארעם בין איך ארויסגעלאפן פון מיין הויז, איך האב מיר געשטעלט אינטן [איך האב געמיינט אז לעגאל האבן זיי א רעכט אריינצוקומען אפילו אן מיין רשות].

ווען זיי זענען אנגעקומען איז געווען א ריזיגע סענזאציע, א פייער טראק עלעווע ביינאכט פרייטאגס צו נאכטס איז נישט קיין יעדן טאגיגע ערשיינונג, אין די גאס איז געווארן אנגעפילט מיט קינדער און בחורים באקוקען די טראקס, פון די צוויי פולע טראקס זענען ארויסגעקומען פולע אידן, טייל פון זיי מיט בארד און פיאות, און די קליינע קינדער האבן געיובלט פון פרייד, און איך בין געשטאנען געפרוירן אויף די מראה וואס איך זעה.

נאכדעם וואס זיי זענען אריין אין מיין הויז, און געקוועטש אלע קנעפלעך, ארויסגעריסן א סמואק אלארעם פון די דאך [סותר דאורייתא], זענען זיי אראפ געקומען אינטן און געבעטן צו רעדן צום בעל הבית פונעם דירה, מ'האט זיי צוגעוויזן אז איך בין די בעל הבית, און זיי זענען צוגעקומען צו מיר פארלאנגענדיג אז איך זאל עפענען די בוילער רום פאר זיי, איך האב זיי געזאגט "איך רעדט נישט מיט קיין מחלל שבת", און איך האב אויסגעדרייט מיין ריקן צו זיי [און פלא'מדיג ס'איז דא א בילד פון דעם...], זיי זענען געגאנגען צו אן אנדערע שכן און פארלאנגט אז ער זאל זיי עפענען די טיר האט ער זיי געזאגט אז ער וועט עס נאר עפענען אויב זיי ברענגען א גוי וואס ער וועט דריקן די קנעפלעך, זיי האבן געשריגן אז אויב מ'עפענט נישט גייען זיי אויפברעכן די טיר מיט א האק.

איז געווען דארט א בחור'ל וואס האט געקענט איינע פון די פייער לעשער פון זיין שול, [יא, דער וואס האט געזאגט אז אויב מ'וועט נישט עפענען וועט ער עס צוברעכן מיט א האק, דאווענט שבת אין א שוהל מיט אן ארטאדאקסישן רב. יעדע פייער לעשער האט דאך זיין אייגענע רב זאגט דאך די לעגענדע...], איז צוגעגאנגען צו אים זאגענדיג אז ער איז דא ביי מיר אינדערהיים, האבן זיי באלד אויפגעשפרינגען ביים אויבער חכם אליינס, נא אז ער וויל נישט איז נישט, און זיי זענען אוועק פון דארט אן צו פארלעשן די אלארעם, [וואס האט מיר אגב אויסגעלערנט אז אויב ווילן זיי קענען זיי איבערלאזן א קאל אן עס מסדר זיין, פארשטייט זיך נאר אויב ס'פעלט זיך אויס...].

די שאק וואס איז האב געהאט איז געווען געפערליך, צו זעהנדיג חילול שבת פארנט פון מיין אייגענע אויגן, איך בין געווען מבוהל אין פארקאכט פאר אפאר טעג ביז איך האב מחליט געווען אויף א געוויסע אופן מקיים צו זיין א חיוב מחאה. איך ווייס נישט אויב איך האב געטון מיין חוב בשלימות אבער על כל פנים פטור בלא כלום אי אפשר.

אגב, די קומענדיגע וואך מוצאי שבת קודש ביי אבות ובנים, האט מיר מיין פיר-יעריג יונגל(!) געפרעגט טאטי פארוואס האסטו נישט אליינס אויסגעלאשן די סמאוק אלארעם ווען ס'האט געקלינגען שבת? האב איך אים געזאגט אז איד טאר עס נישט אויסלעשן. האט ער מיר געפרעגט סאוי דעמאלסט פארוואס איז געקומען אידן אין די פייער טראק צו אויסלעשן אונזער אלארעם???...

ליידער איז די מעשה מיט די התנהגות מיט די פייער דעפארטמענט נישט קיין בן יחיד, ס'איז אזוי אויסגעשטעלט אז זייער אסאך פון די חילולי שבת וואס קומען פאר קומען ליידער אן צו מיינע אויערן, און יעדע מאל קומט צו דער פארציילער א צוקוקער אינגאנצן צישוידערט, און ער זאגט איך האב אלעמאל גליינט דיינע צעטלעך, און איך האב עס געגעלייבט, אבער ס'קומט נישט צו צו דאס וואס מ'זעהט מיט די אויגן רח"ל.
אוועיטער
חכם עצום
פרישער באניצער
פאוסטס: 15
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 12:26 pm

Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך חכם עצום »

באבא נתן האט געשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:21 pm איז דא "איין" רב וואס האט געחתמעט א הסכמה אויף די ארגענעזאציע?
צענדליגע! פון אלע חסידות'ן און קרייזן.
אוועיטער
באבא נתן
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 101
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 11:29 am
x 20

Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך באבא נתן »

חכם עצום האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 20, 2023 11:29 am
באבא נתן האט געשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:21 pm איז דא "איין" רב וואס האט געחתמעט א הסכמה אויף די ארגענעזאציע?
צענדליגע! פון אלע חסידות'ן און קרייזן.
חחח
אוועיטער
א קלער
מנהל המערכת
פאוסטס: 290
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יוני 28, 2023 4:51 pm
x 93

Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך א קלער »

באבא נתן האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 20, 2023 11:55 am
חכם עצום האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 20, 2023 11:29 am
באבא נתן האט געשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:21 pm איז דא "איין" רב וואס האט געחתמעט א הסכמה אויף די ארגענעזאציע?
צענדליגע! פון אלע חסידות'ן און קרייזן.
חחח
וואס לייגט איר צו דא?
איידער איך שרייב געב איך א קלער, ווייל פארעכטן איז צו שווער
אוועיטער
אסמכתא בעלמא
מנהל המערכת
פאוסטס: 781
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יוני 29, 2023 4:35 pm
x 768

Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך אסמכתא בעלמא »

כמדומה אז @באבא נתן פרעגט אויף די אלטע פייער דעפט. און @חכם עצום ענטפערט איבער די נייע.
אוועיטער
חכם עצום
פרישער באניצער
פאוסטס: 15
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 12:26 pm

Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך חכם עצום »

אסמכתא בעלמא האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 20, 2023 12:00 pm כמדומה אז @באבא נתן פרעגט אויף די אלטע פייער דעפט. און @חכם עצום ענטפערט איבער די נייע.
בושות! :oops:
עס וועט זיין גוט
פרישער באניצער
פאוסטס: 36
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 3:45 pm
x 9

Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך עס וועט זיין גוט »

לעדי באג האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 20, 2023 10:41 am
עס וועט זיין גוט האט געשריבן: מיטוואך יולי 19, 2023 6:05 pm
ר' דן האט געשריבן: מיטוואך יולי 19, 2023 6:01 pm
ווען יודן לעשן ווען מען טאר נישט הלכ'הדיג אנשטאט עס איבערגעבן פאר די גוישע מיטארבעטער.

און נאך, אבער איך וואלט נישט געשריבן סתם לשון הרע אויף יודן, כמעט יעדער אין מאנסי האט שוין ליידער מיטגעהאלטן..
וואס הייסט ? זיי לעשן אפילו ווען עס איז נישטא קיין פיקוח נפש ?
איז דא בכלל רבנים וואס בעקן זיי ?
דא האסטו אשטיקל פון ניסן ווייס
ס'איז געווען ליל שבת קודש פרשת וירא תשפ"ג לפ"ק העעל"ט, איך האב געהאלטן אין מיטן די סעודה מיט די קינדער, מ'האט דעמאלסט געזינגען די ניגון משוך נועם יראתך, און די פייער אלארעם האט זיך צופיפן, די קינדער האבן זיך דערשראקן, איך בין אויפגעשפרינגען צום קאך זעהן אויב אלעס איז בסדר ביים בלעך, דערנאן בין איך ארויס אינעם טרעפן ציממער זיכער צו מאכן אז אלעס איז בסדר ביי מיינע שכנים, און נאכן אריבער גיין אלע חלקים פונעם הויז און מברר זיין אז ס'איז נישט דא קיין שום סיבה פארוואס די אלארעם האט זיך אנגעצינדן, איך האב בארואיג מיינע קינדער און איך האב ממשיך געווען מיט מיין סעודה.

נאך בערך א האלבע שעה האב איך געענדיגט די סעודה, און געזעהן אז מ'קען נישט אזוי לייגן שלאפן קיין קינדער, בין איך ארויס כדאי צו גיין רופן א גוי, ווי נאר איך האב געלייגט מיין הענט אויפן הענטל פונעם טיר האט זיך די אלארעם פארלאשן. איך האב אריינגעלייגט מיינע קינדער אין בעט און זיי געלייגט שלאפן. איך בין ארויס אריבער געגאנגען צו א שלום זכר, נאך בערך א דריי-פערטל-שעה בין איך אהיימגעקומען און געזעהן אז מיין גאנצע משפחה שטייט אינדרויסן פונעם הויז ווייל די אלארעם קלונגט, נאכן ווארטן בערך נאך א שעה בין איך געגאנגען רופן א גוי, ווען די גוי איז געקומען האט ער עס פראבירט אויסצולעשן און ס'איז נישט געגאנגען, האט ער פון זיין פריוואטע אינציטאטיוו גערופן ניין-וואן-וואן, ווען איך האב געזעהן אז ס'פארן קארס צו די פייער גאראדזש, און איך האב עומד געווען אז מ'קומט צו מיין אלארעם בין איך ארויסגעלאפן פון מיין הויז, איך האב מיר געשטעלט אינטן [איך האב געמיינט אז לעגאל האבן זיי א רעכט אריינצוקומען אפילו אן מיין רשות].

ווען זיי זענען אנגעקומען איז געווען א ריזיגע סענזאציע, א פייער טראק עלעווע ביינאכט פרייטאגס צו נאכטס איז נישט קיין יעדן טאגיגע ערשיינונג, אין די גאס איז געווארן אנגעפילט מיט קינדער און בחורים באקוקען די טראקס, פון די צוויי פולע טראקס זענען ארויסגעקומען פולע אידן, טייל פון זיי מיט בארד און פיאות, און די קליינע קינדער האבן געיובלט פון פרייד, און איך בין געשטאנען געפרוירן אויף די מראה וואס איך זעה.

נאכדעם וואס זיי זענען אריין אין מיין הויז, און געקוועטש אלע קנעפלעך, ארויסגעריסן א סמואק אלארעם פון די דאך [סותר דאורייתא], זענען זיי אראפ געקומען אינטן און געבעטן צו רעדן צום בעל הבית פונעם דירה, מ'האט זיי צוגעוויזן אז איך בין די בעל הבית, און זיי זענען צוגעקומען צו מיר פארלאנגענדיג אז איך זאל עפענען די בוילער רום פאר זיי, איך האב זיי געזאגט "איך רעדט נישט מיט קיין מחלל שבת", און איך האב אויסגעדרייט מיין ריקן צו זיי [און פלא'מדיג ס'איז דא א בילד פון דעם...], זיי זענען געגאנגען צו אן אנדערע שכן און פארלאנגט אז ער זאל זיי עפענען די טיר האט ער זיי געזאגט אז ער וועט עס נאר עפענען אויב זיי ברענגען א גוי וואס ער וועט דריקן די קנעפלעך, זיי האבן געשריגן אז אויב מ'עפענט נישט גייען זיי אויפברעכן די טיר מיט א האק.

איז געווען דארט א בחור'ל וואס האט געקענט איינע פון די פייער לעשער פון זיין שול, [יא, דער וואס האט געזאגט אז אויב מ'וועט נישט עפענען וועט ער עס צוברעכן מיט א האק, דאווענט שבת אין א שוהל מיט אן ארטאדאקסישן רב. יעדע פייער לעשער האט דאך זיין אייגענע רב זאגט דאך די לעגענדע...], איז צוגעגאנגען צו אים זאגענדיג אז ער איז דא ביי מיר אינדערהיים, האבן זיי באלד אויפגעשפרינגען ביים אויבער חכם אליינס, נא אז ער וויל נישט איז נישט, און זיי זענען אוועק פון דארט אן צו פארלעשן די אלארעם, [וואס האט מיר אגב אויסגעלערנט אז אויב ווילן זיי קענען זיי איבערלאזן א קאל אן עס מסדר זיין, פארשטייט זיך נאר אויב ס'פעלט זיך אויס...].

די שאק וואס איז האב געהאט איז געווען געפערליך, צו זעהנדיג חילול שבת פארנט פון מיין אייגענע אויגן, איך בין געווען מבוהל אין פארקאכט פאר אפאר טעג ביז איך האב מחליט געווען אויף א געוויסע אופן מקיים צו זיין א חיוב מחאה. איך ווייס נישט אויב איך האב געטון מיין חוב בשלימות אבער על כל פנים פטור בלא כלום אי אפשר.

אגב, די קומענדיגע וואך מוצאי שבת קודש ביי אבות ובנים, האט מיר מיין פיר-יעריג יונגל(!) געפרעגט טאטי פארוואס האסטו נישט אליינס אויסגעלאשן די סמאוק אלארעם ווען ס'האט געקלינגען שבת? האב איך אים געזאגט אז איד טאר עס נישט אויסלעשן. האט ער מיר געפרעגט סאוי דעמאלסט פארוואס איז געקומען אידן אין די פייער טראק צו אויסלעשן אונזער אלארעם???...

ליידער איז די מעשה מיט די התנהגות מיט די פייער דעפארטמענט נישט קיין בן יחיד, ס'איז אזוי אויסגעשטעלט אז זייער אסאך פון די חילולי שבת וואס קומען פאר קומען ליידער אן צו מיינע אויערן, און יעדע מאל קומט צו דער פארציילער א צוקוקער אינגאנצן צישוידערט, און ער זאגט איך האב אלעמאל גליינט דיינע צעטלעך, און איך האב עס געגעלייבט, אבער ס'קומט נישט צו צו דאס וואס מ'זעהט מיט די אויגן רח"ל.
WOW ממש שרעקעדיג, וואסי פשט אז ביז היינט האט מען גארנישט געטוען דערצי ?
לעדי באג
פרישער באניצער
פאוסטס: 45
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יולי 19, 2023 11:20 am
x 7

Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך לעדי באג »

עס וועט זיין גוט האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 20, 2023 1:05 pm

די שטאט ווי עס איז פארגעקומען די עוולות הייסט מאנסי..!!

לעדי באג האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 20, 2023 2:27 pm
עס וועט זיין גוט האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 20, 2023 1:05 pm
WOW ממש שרעקעדיג, וואסי פשט אז ביז היינט האט מען גארנישט געטוען דערצי ?
די שטאט ווי עס איז פארגעקומען די עוולות הייסט מאנסי..!!
אה! יעצק כאפ איך......
אוועיטער
וואוילער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2832
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 1:35 pm
x 3369

Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך וואוילער »

יא לעגאל נישט לעגאל, אנערקענט אדער נישט...
זיי זענען פייערלעשער, טייטש עס אין אידיש "זיי לעשן פייער", משא"כ די אלגעמיינע אנערקענטע קומען אן נאכדעם צו אויפברעכן די ווענט און צו כאפן פיקטשערס.

אידישקייט איז א נושא פאר זיך.
אויב זעהט איר א פייער אין מאנסי ח"ו - רופט גלייך מצילי אש ד'ראקלענד
24/7 עמערדזענסי ליין 845.426.9111 - לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס!
אוועיטער
דער פאטעטע מייסטער
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 893
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 2:32 pm
x 1176

Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך דער פאטעטע מייסטער »

.
פיילס
Screenshot_8.png
Screenshot_8.png (76.79 KiB) געזען געווארן 903 מאל
אונזערע באבע'ס פלעגן אלץ זאגן אז קארטאפל איז א גוט מאכל
אוועיטער
דער פאטעטע מייסטער
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 893
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 2:32 pm
x 1176

Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך דער פאטעטע מייסטער »

.
פיילס
Screenshot_2.png
Screenshot_2.png (198.16 KiB) געזען געווארן 893 מאל
Screenshot_1.png
Screenshot_1.png (141.75 KiB) געזען געווארן 893 מאל
אונזערע באבע'ס פלעגן אלץ זאגן אז קארטאפל איז א גוט מאכל
אוועיטער
דאפלטער
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 253
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 3:37 pm
x 233

Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך דאפלטער »

לעדי באג האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 20, 2023 10:41 am
עס וועט זיין גוט האט געשריבן: מיטוואך יולי 19, 2023 6:05 pm
ר' דן האט געשריבן: מיטוואך יולי 19, 2023 6:01 pm
ווען יודן לעשן ווען מען טאר נישט הלכ'הדיג אנשטאט עס איבערגעבן פאר די גוישע מיטארבעטער.

און נאך, אבער איך וואלט נישט געשריבן סתם לשון הרע אויף יודן, כמעט יעדער אין מאנסי האט שוין ליידער מיטגעהאלטן..
וואס הייסט ? זיי לעשן אפילו ווען עס איז נישטא קיין פיקוח נפש ?
איז דא בכלל רבנים וואס בעקן זיי ?
דא האסטו אשטיקל פון ניסן ווייס
ס'איז געווען ליל שבת קודש פרשת וירא תשפ"ג לפ"ק העעל"ט, איך האב געהאלטן אין מיטן די סעודה מיט די קינדער, מ'האט דעמאלסט געזינגען די ניגון משוך נועם יראתך, און די פייער אלארעם האט זיך צופיפן, די קינדער האבן זיך דערשראקן, איך בין אויפגעשפרינגען צום קאך זעהן אויב אלעס איז בסדר ביים בלעך, דערנאן בין איך ארויס אינעם טרעפן ציממער זיכער צו מאכן אז אלעס איז בסדר ביי מיינע שכנים, און נאכן אריבער גיין אלע חלקים פונעם הויז און מברר זיין אז ס'איז נישט דא קיין שום סיבה פארוואס די אלארעם האט זיך אנגעצינדן, איך האב בארואיג מיינע קינדער און איך האב ממשיך געווען מיט מיין סעודה.

נאך בערך א האלבע שעה האב איך געענדיגט די סעודה, און געזעהן אז מ'קען נישט אזוי לייגן שלאפן קיין קינדער, בין איך ארויס כדאי צו גיין רופן א גוי, ווי נאר איך האב געלייגט מיין הענט אויפן הענטל פונעם טיר האט זיך די אלארעם פארלאשן. איך האב אריינגעלייגט מיינע קינדער אין בעט און זיי געלייגט שלאפן. איך בין ארויס אריבער געגאנגען צו א שלום זכר, נאך בערך א דריי-פערטל-שעה בין איך אהיימגעקומען און געזעהן אז מיין גאנצע משפחה שטייט אינדרויסן פונעם הויז ווייל די אלארעם קלונגט, נאכן ווארטן בערך נאך א שעה בין איך געגאנגען רופן א גוי, ווען די גוי איז געקומען האט ער עס פראבירט אויסצולעשן און ס'איז נישט געגאנגען, האט ער פון זיין פריוואטע אינציטאטיוו גערופן ניין-וואן-וואן, ווען איך האב געזעהן אז ס'פארן קארס צו די פייער גאראדזש, און איך האב עומד געווען אז מ'קומט צו מיין אלארעם בין איך ארויסגעלאפן פון מיין הויז, איך האב מיר געשטעלט אינטן [איך האב געמיינט אז לעגאל האבן זיי א רעכט אריינצוקומען אפילו אן מיין רשות].

ווען זיי זענען אנגעקומען איז געווען א ריזיגע סענזאציע, א פייער טראק עלעווע ביינאכט פרייטאגס צו נאכטס איז נישט קיין יעדן טאגיגע ערשיינונג, אין די גאס איז געווארן אנגעפילט מיט קינדער און בחורים באקוקען די טראקס, פון די צוויי פולע טראקס זענען ארויסגעקומען פולע אידן, טייל פון זיי מיט בארד און פיאות, און די קליינע קינדער האבן געיובלט פון פרייד, און איך בין געשטאנען געפרוירן אויף די מראה וואס איך זעה.

נאכדעם וואס זיי זענען אריין אין מיין הויז, און געקוועטש אלע קנעפלעך, ארויסגעריסן א סמואק אלארעם פון די דאך [סותר דאורייתא], זענען זיי אראפ געקומען אינטן און געבעטן צו רעדן צום בעל הבית פונעם דירה, מ'האט זיי צוגעוויזן אז איך בין די בעל הבית, און זיי זענען צוגעקומען צו מיר פארלאנגענדיג אז איך זאל עפענען די בוילער רום פאר זיי, איך האב זיי געזאגט "איך רעדט נישט מיט קיין מחלל שבת", און איך האב אויסגעדרייט מיין ריקן צו זיי [און פלא'מדיג ס'איז דא א בילד פון דעם...], זיי זענען געגאנגען צו אן אנדערע שכן און פארלאנגט אז ער זאל זיי עפענען די טיר האט ער זיי געזאגט אז ער וועט עס נאר עפענען אויב זיי ברענגען א גוי וואס ער וועט דריקן די קנעפלעך, זיי האבן געשריגן אז אויב מ'עפענט נישט גייען זיי אויפברעכן די טיר מיט א האק.

איז געווען דארט א בחור'ל וואס האט געקענט איינע פון די פייער לעשער פון זיין שול, [יא, דער וואס האט געזאגט אז אויב מ'וועט נישט עפענען וועט ער עס צוברעכן מיט א האק, דאווענט שבת אין א שוהל מיט אן ארטאדאקסישן רב. יעדע פייער לעשער האט דאך זיין אייגענע רב זאגט דאך די לעגענדע...], איז צוגעגאנגען צו אים זאגענדיג אז ער איז דא ביי מיר אינדערהיים, האבן זיי באלד אויפגעשפרינגען ביים אויבער חכם אליינס, נא אז ער וויל נישט איז נישט, און זיי זענען אוועק פון דארט אן צו פארלעשן די אלארעם, [וואס האט מיר אגב אויסגעלערנט אז אויב ווילן זיי קענען זיי איבערלאזן א קאל אן עס מסדר זיין, פארשטייט זיך נאר אויב ס'פעלט זיך אויס...].

די שאק וואס איז האב געהאט איז געווען געפערליך, צו זעהנדיג חילול שבת פארנט פון מיין אייגענע אויגן, איך בין געווען מבוהל אין פארקאכט פאר אפאר טעג ביז איך האב מחליט געווען אויף א געוויסע אופן מקיים צו זיין א חיוב מחאה. איך ווייס נישט אויב איך האב געטון מיין חוב בשלימות אבער על כל פנים פטור בלא כלום אי אפשר.

אגב, די קומענדיגע וואך מוצאי שבת קודש ביי אבות ובנים, האט מיר מיין פיר-יעריג יונגל(!) געפרעגט טאטי פארוואס האסטו נישט אליינס אויסגעלאשן די סמאוק אלארעם ווען ס'האט געקלינגען שבת? האב איך אים געזאגט אז איד טאר עס נישט אויסלעשן. האט ער מיר געפרעגט סאוי דעמאלסט פארוואס איז געקומען אידן אין די פייער טראק צו אויסלעשן אונזער אלארעם???...

ליידער איז די מעשה מיט די התנהגות מיט די פייער דעפארטמענט נישט קיין בן יחיד, ס'איז אזוי אויסגעשטעלט אז זייער אסאך פון די חילולי שבת וואס קומען פאר קומען ליידער אן צו מיינע אויערן, און יעדע מאל קומט צו דער פארציילער א צוקוקער אינגאנצן צישוידערט, און ער זאגט איך האב אלעמאל גליינט דיינע צעטלעך, און איך האב עס געגעלייבט, אבער ס'קומט נישט צו צו דאס וואס מ'זעהט מיט די אויגן רח"ל.
ניסן איז הרב ר' יחזקאל'ס זון?
אויב קאטשקע איך איין טאג צענדליגע פאוסטס מוז עס נישט מיינען אז מארגן בין איך אויך דא!
אוועיטער
דאפלטער
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 253
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 3:37 pm
x 233

Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך דאפלטער »

העלדיש האט געשריבן: מיטוואך יולי 19, 2023 4:24 pm איינער קען מיר מסביר זיין אין פשוטע דיבורים, וואס איז דער גאנצע קאמפיין איבער אידישע פייערלעשער?
פארוואס פעלט דאס אויס און וואס איז די אויפטוה?
איז נישו בעסער אז די גוין זאלן מחלל שבת זיין פאר אונזער וועגן? און בכלל אסאך מאל רופן מענטשן באזירט אויף איבערגעאיילטע פחדים, וועט נישט ארויסקומען א מורא'דיגע חילול שבת?

וואס גייט דא פאר?
כמה מיני קאלס וואס אידן טארן נישט קאווערן שבת, כעין א געפלאצטע פייפ ווערט געהעריג געדעקט ליידער יעדע שבת דורך די אידישע מעמבערס אין די לעגאלע פייער דעפארטמענט

ב' ליידער ליידער זענען א גרויס חלק פון די מעמבערס סייווי מחללי שבתים ביי זיך אין שטוב, מאכט זיך אבער א פייער קאל אין א געגענט פון היימישע משפחות, קומען זיי אהין (און איך ברויך אייך נישט צו זאגן אז די צאן קדשים קומען ארויס צו לויפן..) און נאכן פארענדיגן דעם קאל בלייבן זיי קלאבקעווען אויפ'ן פלאץ ביז מ'רופט זיי צו די נעקסטע קאל = חילול שבת בפרהסיא פארנט פון אונזערע ליכטיגע קינדערלעך, בשעתן שמועסן און ארום לאכן אויף אידיש (יוי טאטי קוק יענע גוי רעדט אידיש...) דאס איז א חוץ די אויסגעלאסנקייט און תערובות וואס זיי ברענגען אן אין די היימישע גאסן וואס די אויסגעהאלטנקייט פון דעם זייטל לאזט ב"ה נישט אריבער
אויב קאטשקע איך איין טאג צענדליגע פאוסטס מוז עס נישט מיינען אז מארגן בין איך אויך דא!
לעדי באג
פרישער באניצער
פאוסטס: 45
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יולי 19, 2023 11:20 am
x 7

Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך לעדי באג »

דאפלטער האט געשריבן: מאנטאג יולי 24, 2023 1:42 pm
ניסן איז הרב ר' יחזקאל'ס זון?
יא
אוועיטער
ר' דן
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 138
זיך איינגעשריבן: מוצש"ק יולי 15, 2023 11:11 pm
x 30

Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך ר' דן »

וואס איז די לינק צו די קאנפיין?
ר' דן איז נישט אפיליעטירט מיט גרעי עריע פון אייוועלט
אוועיטער
דיעל שפיל
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 116
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 10:30 pm
x 90

Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך דיעל שפיל »

ר' דן האט געשריבן: מאנטאג יולי 24, 2023 5:37 pm וואס איז די לינק צו די קאנפיין?
איז דא א לינק?
אוועיטער
ר' דן
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 138
זיך איינגעשריבן: מוצש"ק יולי 15, 2023 11:11 pm
x 30

Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך ר' דן »

דיעל שפיל האט געשריבן: מאנטאג יולי 24, 2023 5:38 pm
ר' דן האט געשריבן: מאנטאג יולי 24, 2023 5:37 pm וואס איז די לינק צו די קאנפיין?
איז דא א לינק?
יא, יעצט געטראפן.

https://www.dryveup.com/mam/
ר' דן איז נישט אפיליעטירט מיט גרעי עריע פון אייוועלט
אוועיטער
וואוילער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2832
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 1:35 pm
x 3369

Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך וואוילער »

מען קען נישט מיטהאלטן די דאנעישנס לייוו
#טהרת הקודש
אויב זעהט איר א פייער אין מאנסי ח"ו - רופט גלייך מצילי אש ד'ראקלענד
24/7 עמערדזענסי ליין 845.426.9111 - לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס!
אוועיטער
טראפקעלע
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 718
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 12:53 am
x 525

Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך טראפקעלע »

קידוש השם!!

געמאכט איבער א האלב מיליאן דאללער!!
אוועיטער
העלדיש
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 260
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 9:10 pm
x 484

Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך העלדיש »

א שאד מען זאל געבן די געלט פאר לומדי תורה אדער פאר ארימע משפחות.
אוועיטער
אסמכתא בעלמא
מנהל המערכת
פאוסטס: 781
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יוני 29, 2023 4:35 pm
x 768

Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך אסמכתא בעלמא »

וועלכע געלט. פון בוני עולם?

@העלדיש וואס איז מיט אייך.
אוועיטער
העלדיש
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 260
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 9:10 pm
x 484

Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך העלדיש »

אסמכתא בעלמא האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 02, 2023 4:18 pm וועלכע געלט. פון בוני עולם?

@העלדיש וואס איז מיט אייך.
איך צו צוריק.
איך האב געשריבן אן נאכגיין גוט די פאקטן.
אבער אדרבה אפשר קאנסטו מסביר זיין די סיטואציע, פארוואס עס פעלט זיך אויס, און וואס איך די אויפטו דערפון.
אוועיטער
אסמכתא בעלמא
מנהל המערכת
פאוסטס: 781
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יוני 29, 2023 4:35 pm
x 768

Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך אסמכתא בעלמא »

ס'געשטאנען דא אויבן היבש.

אין קורצן ווי איך פארשטיי: די טאון אוו רעמעפאו האט א דיעל מיט א פייער קאמפאני וואס הייסט ברויער'ס. יונגען און מוידן אויסווארפן פון כלל ישראל זענען געווארן דארט וואלונטירן, און דער דעפארטמענט איז געווארן א הענג-אויט ענדזשוימענט קאנווענציע.

די קאנסעקווענצן זענען, 1) אז זיי ברענגען אן א פריצות אין היימישע מקומות מיט שווערע נאכפאלגן, 2) אז ווען א איד רופט שבת פאר פיקול נפש, פאסירט אויף זיין חשבון פרעכע חילולי שבת בפני כל עם ועדה.
אוועיטער
טראפקעלע
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 718
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 12:53 am
x 525

Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך טראפקעלע »

העלדיש האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 02, 2023 4:02 pm א שאד מען זאל געבן די געלט פאר לומדי תורה אדער פאר ארימע משפחות.
וואס איז די ציל פון לערנען תורה?
צו מקיים זיין וואס סישטייט דארט.
שרייב פאוסט