עס וועט זיין גוט האט געשריבן: ↑מיטוואך יולי 19, 2023 6:05 pm
ר' דן האט געשריבן: ↑מיטוואך יולי 19, 2023 6:01 pm
עס וועט זיין גוט האט געשריבן: ↑מיטוואך יולי 19, 2023 5:58 pm
וואספארא סארט חילול שבת ?
ווען יודן לעשן ווען מען טאר נישט הלכ'הדיג אנשטאט עס איבערגעבן פאר די גוישע מיטארבעטער.
און נאך, אבער איך וואלט נישט געשריבן סתם לשון הרע אויף יודן, כמעט יעדער אין מאנסי האט שוין ליידער מיטגעהאלטן..
וואס הייסט ? זיי לעשן אפילו ווען עס איז נישטא קיין פיקוח נפש ?
איז דא בכלל רבנים וואס בעקן זיי ?
דא האסטו אשטיקל פון ניסן ווייס
ס'איז געווען ליל שבת קודש פרשת וירא תשפ"ג לפ"ק העעל"ט, איך האב געהאלטן אין מיטן די סעודה מיט די קינדער, מ'האט דעמאלסט געזינגען די ניגון משוך נועם יראתך, און די פייער אלארעם האט זיך צופיפן, די קינדער האבן זיך דערשראקן, איך בין אויפגעשפרינגען צום קאך זעהן אויב אלעס איז בסדר ביים בלעך, דערנאן בין איך ארויס אינעם טרעפן ציממער זיכער צו מאכן אז אלעס איז בסדר ביי מיינע שכנים, און נאכן אריבער גיין אלע חלקים פונעם הויז און מברר זיין אז ס'איז נישט דא קיין שום סיבה פארוואס די אלארעם האט זיך אנגעצינדן, איך האב בארואיג מיינע קינדער און איך האב ממשיך געווען מיט מיין סעודה.
נאך בערך א האלבע שעה האב איך געענדיגט די סעודה, און געזעהן אז מ'קען נישט אזוי לייגן שלאפן קיין קינדער, בין איך ארויס כדאי צו גיין רופן א גוי, ווי נאר איך האב געלייגט מיין הענט אויפן הענטל פונעם טיר האט זיך די אלארעם פארלאשן. איך האב אריינגעלייגט מיינע קינדער אין בעט און זיי געלייגט שלאפן. איך בין ארויס אריבער געגאנגען צו א שלום זכר, נאך בערך א דריי-פערטל-שעה בין איך אהיימגעקומען און געזעהן אז מיין גאנצע משפחה שטייט אינדרויסן פונעם הויז ווייל די אלארעם קלונגט, נאכן ווארטן בערך נאך א שעה בין איך געגאנגען רופן א גוי, ווען די גוי איז געקומען האט ער עס פראבירט אויסצולעשן און ס'איז נישט געגאנגען, האט ער פון זיין פריוואטע אינציטאטיוו גערופן ניין-וואן-וואן, ווען איך האב געזעהן אז ס'פארן קארס צו די פייער גאראדזש, און איך האב עומד געווען אז מ'קומט צו מיין אלארעם בין איך ארויסגעלאפן פון מיין הויז, איך האב מיר געשטעלט אינטן [איך האב געמיינט אז לעגאל האבן זיי א רעכט אריינצוקומען אפילו אן מיין רשות].
ווען זיי זענען אנגעקומען איז געווען א ריזיגע סענזאציע, א פייער טראק עלעווע ביינאכט פרייטאגס צו נאכטס איז נישט קיין יעדן טאגיגע ערשיינונג, אין די גאס איז געווארן אנגעפילט מיט קינדער און בחורים באקוקען די טראקס, פון די צוויי פולע טראקס זענען ארויסגעקומען פולע אידן, טייל פון זיי מיט בארד און פיאות, און די קליינע קינדער האבן געיובלט פון פרייד, און איך בין געשטאנען געפרוירן אויף די מראה וואס איך זעה.
נאכדעם וואס זיי זענען אריין אין מיין הויז, און געקוועטש אלע קנעפלעך, ארויסגעריסן א סמואק אלארעם פון די דאך [סותר דאורייתא], זענען זיי אראפ געקומען אינטן און געבעטן צו רעדן צום בעל הבית פונעם דירה, מ'האט זיי צוגעוויזן אז איך בין די בעל הבית, און זיי זענען צוגעקומען צו מיר פארלאנגענדיג אז איך זאל עפענען די בוילער רום פאר זיי, איך האב זיי געזאגט "איך רעדט נישט מיט קיין מחלל שבת", און איך האב אויסגעדרייט מיין ריקן צו זיי [און פלא'מדיג ס'איז דא א בילד פון דעם...], זיי זענען געגאנגען צו אן אנדערע שכן און פארלאנגט אז ער זאל זיי עפענען די טיר האט ער זיי געזאגט אז ער וועט עס נאר עפענען אויב זיי ברענגען א גוי וואס ער וועט דריקן די קנעפלעך, זיי האבן געשריגן אז אויב מ'עפענט נישט גייען זיי אויפברעכן די טיר מיט א האק.
איז געווען דארט א בחור'ל וואס האט געקענט איינע פון די פייער לעשער פון זיין שול, [יא, דער וואס האט געזאגט אז אויב מ'וועט נישט עפענען וועט ער עס צוברעכן מיט א האק, דאווענט שבת אין א שוהל מיט אן ארטאדאקסישן רב. יעדע פייער לעשער האט דאך זיין אייגענע רב זאגט דאך די לעגענדע...], איז צוגעגאנגען צו אים זאגענדיג אז ער איז דא ביי מיר אינדערהיים, האבן זיי באלד אויפגעשפרינגען ביים אויבער חכם אליינס, נא אז ער וויל נישט איז נישט, און זיי זענען אוועק פון דארט אן צו פארלעשן די אלארעם, [וואס האט מיר אגב אויסגעלערנט אז אויב ווילן זיי קענען זיי איבערלאזן א קאל אן עס מסדר זיין, פארשטייט זיך נאר אויב ס'פעלט זיך אויס...].
די שאק וואס איז האב געהאט איז געווען געפערליך, צו זעהנדיג חילול שבת פארנט פון מיין אייגענע אויגן, איך בין געווען מבוהל אין פארקאכט פאר אפאר טעג ביז איך האב מחליט געווען אויף א געוויסע אופן מקיים צו זיין א חיוב מחאה. איך ווייס נישט אויב איך האב געטון מיין חוב בשלימות אבער על כל פנים פטור בלא כלום אי אפשר.
אגב, די קומענדיגע וואך מוצאי שבת קודש ביי אבות ובנים, האט מיר מיין פיר-יעריג יונגל(!) געפרעגט טאטי פארוואס האסטו נישט אליינס אויסגעלאשן די סמאוק אלארעם ווען ס'האט געקלינגען שבת? האב איך אים געזאגט אז איד טאר עס נישט אויסלעשן. האט ער מיר געפרעגט סאוי דעמאלסט פארוואס איז געקומען אידן אין די פייער טראק צו אויסלעשן אונזער אלארעם???...
ליידער איז די מעשה מיט די התנהגות מיט די פייער דעפארטמענט נישט קיין בן יחיד, ס'איז אזוי אויסגעשטעלט אז זייער אסאך פון די חילולי שבת וואס קומען פאר קומען ליידער אן צו מיינע אויערן, און יעדע מאל קומט צו דער פארציילער א צוקוקער אינגאנצן צישוידערט, און ער זאגט איך האב אלעמאל גליינט דיינע צעטלעך, און איך האב עס געגעלייבט, אבער ס'קומט נישט צו צו דאס וואס מ'זעהט מיט די אויגן רח"ל.