א שטארקע פירכא , איך מיין עס איז שוין כמעט עדים זוממיןקאץ און מויז האט געשריבן: ↑דאנערשטאג פעברואר 01, 2024 11:52 amקענסט מיר אנווייזן אויף די בילדער ווי די זעהסט דא א צווייטע לויער?!לייבל פריש האט געשריבן: ↑דאנערשטאג פעברואר 01, 2024 3:21 amהאבעך יעצט געהרט פון נאך א מקור אז כנים הדברים הנ"ללייבל פריש האט געשריבן: ↑מיטוואך יאנואר 31, 2024 9:19 pm FWD:
*נדברו איש אל רעהו*
היינט האט די אגודה אינאיינעם מיט פערלס פארופן א פרישע מיטינג מיט אלע אדמיניסטרעיטארס, זיך איבערצובעטן מיט די מוסדות נאך די שרעקליכע פרעשור און אנטריסונג ארום די פעטוועיס, וועלנדיג פרובירן אנהייבן א נייע בלאט.
ר' חיים דוד צוויבל האט צוערשט אויפגעטרעטן אז די אגודה האט קיינמאל נישט גענומען קיין שום שטעלונג אדער געהאט א אינטערעסע אז מען זאל נעמען פעטוועיס, און יעדער וואס האט געטון וויאזוי זיינע רבנים האבן געהייסן האט גוט געטון, און ער האט קלאר צוגדעלייגט אז "לויט ווי די מציאות ווייזט וועט גארנישט געשען מיט אלע וואס האבן נישט גענומען א פעטוועי", זאגנדיג אז אפילו די ישיבה קטנה'ס (היי סקול) האבן אויך נישט געדארפט ענטפערן לויט די מהלך וואס מ'פלאנט צו גיין ווייטער אין געריכט דורך נוצן א פרעצעדענט פון די עמיש מענטשן, וואס דארפן בכלל נישט אויפווייזן אויב זיי זענען אקוויווילענט.
ער האט אויך צולייגט די גזירה זייער שארף, זאגנדיג אז אויב זאל מען דארפו לערנען אלע סובדזשעקטס וועט עס מיינען אננעמען אלע לימודים פון דיעות כוזבות וכו'.
דא האט זיך אנגערופן ר' שמואל מרדכי שטערן פון UJO/פערלס (וואס איז געקומען אנשטאט ר' משה דוד נידערמאן), אז ס'איז וויכטיג קלאר צו מאכן אז דאס וואס מ'וויל אביסל פארבעסערן די לימודים ס'זאל נאכקומען די פארלאנגען רעדט מען נישט פון קיין שום כפירה וכדומה, נאר אלעס וואס די לעצטע גיידליינס פארלאנגט זענען גאר קליינע זאכן וואס א חלק דערפון האט מען אלס געלערנט, און די קאריקולעם איז נישט עפעס צו זיין באזארגט דערוועגן.
דא האט איין אדמיניסטרעיטאר פון בארא פארק זיך אויפגעשטעלט, און געזאגט אז ער האט דא א סתירה, און ער וויל אז די "אגודה" לויער (דאס איז נישט אבי שיק פון פערלס, נאר אבי וויינשטאק לויער פון אגודה) וואס איז אנוועזנד זאל קלאר מאכן די מציאות.
האט ער געפרעגט אז לויט רח"ד צוויבל קומט אויס אז סובסטענשל עקוויווילענט מיינט לערנען לימודי כפירה, משא"כ שטערן זאגט אז נישט. און יענער לייגט צו "איך האב אליינס געליינט די געזעצן און ס'קומט אויס אז אונז גיי מיר דארפן לערנען אלעס וואס מ'לערט אין פובליק סקול, אויב נישט גלייך, איז עס נאך א יאר צוויי".
האט דער לויער זיך אנגערופן אז יא, ער איז גערעכט, הגם ס'נישטא קיין געזעץ אז מ'מוז נוצן די קאריקולעם פון די רעגירונג, מ'קען אנהייבן בויען א אייגענע קאריקולעם, אבער ס'נישטא קיין וועג צו צווינגען די סטעיט צו אפראוון אונזער קאריקולעם אויב זיי ווילן נישט, און אויב וועט מען נישט דארפן לערנען די גאנצע פון יעדע לימוד, וועט מען כאטש דארפן האלב, און מ'קען נישט זיין רואיג.
דא האט זיך יענער אדמיניסטרעיטאר אנגערופן: אויב אזוי, לאמיר אלע זיין קלאר. 10 יאר צוריק האט קיינער נישט גערעדט בכלל פון עקוויווילענט. די איינציגסטע סיבה פארוואס יעצט יא, איז ווייל ס'דא א מסור, מאסטער און יאפעד. יא? יעדער אגריט?
יא. קלאר.
פרעגט ער ווייטער, יעצט אויב האט מאסטער געזען אז אזויפיל מוסדות שטעלן זיך צו ביים דעדליין דזשענוערי 6, גיט דאס אים נישט קיין פעסטן אפעטיט צו גיין ווייטער?!...
דא איז שוין געווארן אביסל שאקלדיג אין זאל... און דער לויער האט געענטפערט אז ווייסטעך, ווי נישט ווי האלט מען נאכנישט ביים ענדע פון די מלחמה, דאס איז נאר געווען עפעס יעצט אויפן מינוט, וכו'. האט יענער געזאגט יא, איך זאג אויך נישט אז יעצט לערנט מען שוין כפירה, איך וויל אבער א הודאה אז די וואס האבן נישט גענומען א פעטוועי האבן געמאכט א בעסערע החלטה נישט צו געבן געזאלין פאר די גזירה וואס גייט דערווייל אין א נישט גוטע ריכטונג.
דער לויער האט געזאגט "יא האסט א פוינט"... און דא האט זיך די אסיפה געשלאסן.
פאר מען באקט עפעס דארף עס שטומען

דערמאנט מיר די שטארקע פירכא איבער די אסיפה פון באבוב 45 וואס איז געשטאנען אז עס איז געווען אויפן טעלעפאן פון אריזאנא און למעשה איז עס געווען לאקאל