א חיה רעהצווייזייטיג האט געשריבן: ↑מיטוואך יאנואר 10, 2024 4:09 pmאוספילן א גוגל פארום, וועלכע רעקווייערמענט דייין סקול נעמט אריין, איז קעגן דיין רעליגיע?שולחן. האט געשריבן: ↑מיטוואך יאנואר 10, 2024 4:06 pmניין די גזירה האט זיך אנגעפאנגען ביי פעלדער...צווייזייטיג האט געשריבן: ↑מיטוואך יאנואר 10, 2024 4:04 pm
סאו די עצם געזעץ, איז קעגן דיין רעליגיע?
וואו ביסטו געווען די לעצטע 100 יאר?
---
די נושא איז יעצט אין געריכט.
ערענסט גערעדט יעצט האט עס באקומען קלארע גיידענס ביז יעצט האט יעדער עס געקענט אפטייטשן וויאזוי ער וויל
יעצט זאגט ער ברחל בתך הקטנה וואס מען דארף לערנען און וואס א פעטוועי מיינט
און אויף דעם איז טאקע די שאלה וואס פינקטליך עס איז די פלאן פון די וואס נעמען א פעטוועי צון טון דא ווייטער.
וועלכע סעיף אין שו"ע שטייט אז נישט?
סארי טו טעל יו, אבער אין די אויגן פון א ריכטער איז אזא איינער א חיה רעה.
מעיאר עדעמס שרייט געוואלד מ'ברענגט ענק אונטער און ענק טוען גארנישט, שרייטס אויף די גאסן,
ס'מיינט אז ביי זיינע גלויבנס גענאסענע ווען ס'וואלט געווען א צענטל פון די רדיפות אויף אונז וואלט שוין קיין שויב אין ניו יארק רבתי געווען גאנץ...
יא ברוך אלקינו שהבדילנו מיר מאכן נישט שאדן אנדערע וועגן אונזער ווייטאג, אבער אזויפיל זיך נישט לאזן שפייען אין די קאשע, ווען דער קאמפ איז קלאר, גייסטו מיטשפילן מיט יענעמ'ס געימס צו זיין נייס? אונז שטיי מיר דא אין א מערכה למען חיינו און ער האט מורא מ'וועט זאגן אז מ'איז חיות, אז מ'איז נישט קעגנגעקומען יענעם מיט א פעטוועי ער זאל האבן מיט וואס צו לוחם זיין ווייטער לנגדינו, חיות? חיות רעות?
יא כי לא כמצריות העבריות כי חיות הנה אונז זעמיר טאקע נמשל לחיות, חיות הקודש, און מ'וועט לוחם זיין עד חירוף נפש און נישט אריינשפילן אין זייער נעץ