ממילא גייט מען אנהייבן געבן טעסטן וואס מען האט ביז היינט נישט געגעבן???משה שלום האט געשריבן: ↑מיטוואך יאנואר 10, 2024 8:30 pmקיינער גייט נישט קלאגן די געזעץ פון אקווילוויענט דאס איז א געזעץ פון איבער הינדרעט יאר. וואס מוויל קלאגן איז די פרטים דערפון און כדי צו האבן גוטע אויסזיכטן, פעלט אויס צו ווייזן אז מ'קען נישט דורכפירן געוויסע פרטים פונעם געזעץ. די ריכטערין האט שוין געזאגט אז דאס וועט מען בלויז קענען אויפווייזן ווען מ'וועט עס אנהייבן צו אימפלעמענטירן, און דעמאלט וועט מען קען צוריק קומען אויב געוויסע חלקים זענען קעגן די רעליגיע. ממילא איז פונקט פארקערט, מ'וועט בעז"ה קענען מצליח זיין אין געריכט, ווען מ'וועט קענען אנווייזן אז זיי ווילן אונז צווינגען צו עפעס וואס מיר קענען און מען טאר נישט, וואס דאס קען מען בלויז אויפווייזן ווען מ'האט אנגעהויבן דורכצופירן געוויסע טיילן, און מ'וויל נישט נעמען חלקים צוליב רעליגיע, און זיי עקשנ'ען זיך דערויף.משה רבינו האט געשריבן: ↑מיטוואך יאנואר 10, 2024 7:05 pmדי צד פון נישט ענטפערן איז צו זאגן אין געריכט עס איז קעגן מיין רעליגיע משא''כ אויב מען האט שוין גע'ענטפערט פעטוועי 6 קען עס נישט זיין קעגן די רעליגיע ווייל דו האסט דאך שוין דערקלערט אז דו קומסט עס געהעריג נאך
ועוד אז דו ענטפערסט נישט קענסט מארגען ענטפערן לעגאל דארף מען בכלל נישט ענטפערן
דעיס איז די מיינונג פון געוויסע לויערס וואס האבן דורכגעקוקט די קעיסעס פון ביז אהער און לויט דעם איז מען געגאנגען ווייטער.
גייט מען זיך א משהו טוישן מיט צולייגן אזוי גערופענע "כשרע" לימודים א דאנק די גזירה???