אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

געשמאקע שמועסן על דא ועל הא
שולחן.
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 149
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יאנואר 08, 2024 6:32 pm
x 113

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך שולחן. »

משה שלום האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 10, 2024 8:30 pm
משה רבינו האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 10, 2024 7:05 pm
משה שלום האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 10, 2024 4:48 pm

מיט א גאנצע געמיינדע וועלן זיי זיך טאקע נישט שלאגן אבער וואס וועט זיין מיט אזא קעיס ווי צעלים האט געהאט למשל ?
די צד פון נישט ענטפערן איז צו זאגן אין געריכט עס איז קעגן מיין רעליגיע משא''כ אויב מען האט שוין גע'ענטפערט פעטוועי 6 קען עס נישט זיין קעגן די רעליגיע ווייל דו האסט דאך שוין דערקלערט אז דו קומסט עס געהעריג נאך
ועוד אז דו ענטפערסט נישט קענסט מארגען ענטפערן לעגאל דארף מען בכלל נישט ענטפערן
קיינער גייט נישט קלאגן די געזעץ פון אקווילוויענט דאס איז א געזעץ פון איבער הינדרעט יאר. וואס מוויל קלאגן איז די פרטים דערפון און כדי צו האבן גוטע אויסזיכטן, פעלט אויס צו ווייזן אז מ'קען נישט דורכפירן געוויסע פרטים פונעם געזעץ. די ריכטערין האט שוין געזאגט אז דאס וועט מען בלויז קענען אויפווייזן ווען מ'וועט עס אנהייבן צו אימפלעמענטירן, און דעמאלט וועט מען קען צוריק קומען אויב געוויסע חלקים זענען קעגן די רעליגיע. ממילא איז פונקט פארקערט, מ'וועט בעז"ה קענען מצליח זיין אין געריכט, ווען מ'וועט קענען אנווייזן אז זיי ווילן אונז צווינגען צו עפעס וואס מיר קענען און מען טאר נישט, וואס דאס קען מען בלויז אויפווייזן ווען מ'האט אנגעהויבן דורכצופירן געוויסע טיילן, און מ'וויל נישט נעמען חלקים צוליב רעליגיע, און זיי עקשנ'ען זיך דערויף.

דעיס איז די מיינונג פון געוויסע לויערס וואס האבן דורכגעקוקט די קעיסעס פון ביז אהער און לויט דעם איז מען געגאנגען ווייטער.
ממילא גייט מען אנהייבן געבן טעסטן וואס מען האט ביז היינט נישט געגעבן???

גייט מען זיך א משהו טוישן מיט צולייגן אזוי גערופענע "כשרע" לימודים א דאנק די גזירה???
משה שלום
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 337
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 1:16 pm
x 102

פאוסט דורך משה שלום »

שמייכלדיג האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 10, 2024 8:55 pm
צווייזייטיג האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 10, 2024 4:09 pm
שולחן. האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 10, 2024 4:06 pm

ניין די גזירה האט זיך אנגעפאנגען ביי פעלדער...

ערענסט גערעדט יעצט האט עס באקומען קלארע גיידענס ביז יעצט האט יעדער עס געקענט אפטייטשן וויאזוי ער וויל

יעצט זאגט ער ברחל בתך הקטנה וואס מען דארף לערנען און וואס א פעטוועי מיינט

און אויף דעם איז טאקע די שאלה וואס פינקטליך עס איז די פלאן פון די וואס נעמען א פעטוועי צון טון דא ווייטער.
אוספילן א גוגל פארום, וועלכע רעקווייערמענט דייין סקול נעמט אריין, איז קעגן דיין רעליגיע?

וועלכע סעיף אין שו"ע שטייט אז נישט?

סארי טו טעל יו, אבער אין די אויגן פון א ריכטער איז אזא איינער א חיה רעה.
א חיה רעה

מעיאר עדעמס שרייט געוואלד מ'ברענגט ענק אונטער און ענק טוען גארנישט, שרייטס אויף די גאסן,

ס'מיינט אז ביי זיינע גלויבנס גענאסענע ווען ס'וואלט געווען א צענטל פון די רדיפות אויף אונז וואלט שוין קיין שויב אין ניו יארק רבתי געווען גאנץ...

יא ברוך אלקינו שהבדילנו מיר מאכן נישט שאדן אנדערע וועגן אונזער ווייטאג, אבער אזויפיל זיך נישט לאזן שפייען אין די קאשע, ווען דער קאמפ איז קלאר, גייסטו מיטשפילן מיט יענעמ'ס געימס צו זיין נייס? אונז שטיי מיר דא אין א מערכה למען חיינו און ער האט מורא מ'וועט זאגן אז מ'איז חיות, אז מ'איז נישט קעגנגעקומען יענעם מיט א פעטוועי ער זאל האבן מיט וואס צו לוחם זיין ווייטער לנגדינו, חיות? חיות רעות?

יא כי לא כמצריות העבריות כי חיות הנה אונז זעמיר טאקע נמשל לחיות, חיות הקודש, און מ'וועט לוחם זיין עד חירוף נפש און נישט אריינשפילן אין זייער נעץ
יאפס גערעכט. גיימיר זיך צוזאמקומען מארגן פארנט פונעם מעיאר׳ס הויז ?
שולחן.
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 149
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יאנואר 08, 2024 6:32 pm
x 113

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך שולחן. »

משה שלום האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 10, 2024 8:30 pm
משה רבינו האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 10, 2024 7:05 pm
משה שלום האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 10, 2024 4:48 pm

מיט א גאנצע געמיינדע וועלן זיי זיך טאקע נישט שלאגן אבער וואס וועט זיין מיט אזא קעיס ווי צעלים האט געהאט למשל ?
די צד פון נישט ענטפערן איז צו זאגן אין געריכט עס איז קעגן מיין רעליגיע משא''כ אויב מען האט שוין גע'ענטפערט פעטוועי 6 קען עס נישט זיין קעגן די רעליגיע ווייל דו האסט דאך שוין דערקלערט אז דו קומסט עס געהעריג נאך
ועוד אז דו ענטפערסט נישט קענסט מארגען ענטפערן לעגאל דארף מען בכלל נישט ענטפערן
קיינער גייט נישט קלאגן די געזעץ פון אקווילוויענט דאס איז א געזעץ פון איבער הינדרעט יאר. וואס מוויל קלאגן איז די פרטים דערפון און כדי צו האבן גוטע אויסזיכטן, פעלט אויס צו ווייזן אז מ'קען נישט דורכפירן געוויסע פרטים פונעם געזעץ. די ריכטערין האט שוין געזאגט אז דאס וועט מען בלויז קענען אויפווייזן ווען מ'וועט עס אנהייבן צו אימפלעמענטירן, און דעמאלט וועט מען קען צוריק קומען אויב געוויסע חלקים זענען קעגן די רעליגיע. ממילא איז פונקט פארקערט, מ'וועט בעז"ה קענען מצליח זיין אין געריכט, ווען מ'וועט קענען אנווייזן אז זיי ווילן אונז צווינגען צו עפעס וואס מיר קענען און מען טאר נישט, וואס דאס קען מען בלויז אויפווייזן ווען מ'האט אנגעהויבן דורכצופירן געוויסע טיילן, און מ'וויל נישט נעמען חלקים צוליב רעליגיע, און זיי עקשנ'ען זיך דערויף.

דעיס איז די מיינונג פון געוויסע לויערס וואס האבן דורכגעקוקט די קעיסעס פון ביז אהער און לויט דעם איז מען געגאנגען ווייטער.
האסט א טעות די גזירה האט זיך אנגעהויבן ביי פעלדער...
משה שלום
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 337
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 1:16 pm
x 102

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך משה שלום »

שולחן. האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 10, 2024 9:45 pm
משה שלום האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 10, 2024 8:30 pm
משה רבינו האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 10, 2024 7:05 pm

די צד פון נישט ענטפערן איז צו זאגן אין געריכט עס איז קעגן מיין רעליגיע משא''כ אויב מען האט שוין גע'ענטפערט פעטוועי 6 קען עס נישט זיין קעגן די רעליגיע ווייל דו האסט דאך שוין דערקלערט אז דו קומסט עס געהעריג נאך
ועוד אז דו ענטפערסט נישט קענסט מארגען ענטפערן לעגאל דארף מען בכלל נישט ענטפערן
קיינער גייט נישט קלאגן די געזעץ פון אקווילוויענט דאס איז א געזעץ פון איבער הינדרעט יאר. וואס מוויל קלאגן איז די פרטים דערפון און כדי צו האבן גוטע אויסזיכטן, פעלט אויס צו ווייזן אז מ'קען נישט דורכפירן געוויסע פרטים פונעם געזעץ. די ריכטערין האט שוין געזאגט אז דאס וועט מען בלויז קענען אויפווייזן ווען מ'וועט עס אנהייבן צו אימפלעמענטירן, און דעמאלט וועט מען קען צוריק קומען אויב געוויסע חלקים זענען קעגן די רעליגיע. ממילא איז פונקט פארקערט, מ'וועט בעז"ה קענען מצליח זיין אין געריכט, ווען מ'וועט קענען אנווייזן אז זיי ווילן אונז צווינגען צו עפעס וואס מיר קענען און מען טאר נישט, וואס דאס קען מען בלויז אויפווייזן ווען מ'האט אנגעהויבן דורכצופירן געוויסע טיילן, און מ'וויל נישט נעמען חלקים צוליב רעליגיע, און זיי עקשנ'ען זיך דערויף.

דעיס איז די מיינונג פון געוויסע לויערס וואס האבן דורכגעקוקט די קעיסעס פון ביז אהער און לויט דעם איז מען געגאנגען ווייטער.
ממילא גייט מען אנהייבן געבן טעסטן וואס מען האט ביז היינט נישט געגעבן???

גייט מען זיך א משהו טוישן מיט צולייגן אזוי גערופענע "כשרע" לימודים א דאנק די גזירה???
נישט קלאר וואס די מיינסט. פרעגסט עפעס פריש אדער פרעגסט איבער זאכן וואס די האסט שוין באקומען א תירוץ ?

שולחן. האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 10, 2024 9:46 pm

דארט איז ליידער געווען די ערשטע מאל מ׳האט אריינגעלייגט פשט און די עקוויווילענט געזעץ וואס ביז דעמאלטס איז עס געווען אומקלאר….
פרייליך זיין
פרישער באניצער
פאוסטס: 35
זיך איינגעשריבן: זונטאג יאנואר 07, 2024 12:50 am
x 30

פאוסט דורך פרייליך זיין »

משה שלום האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 10, 2024 9:48 pm

פשט אז וואס?

משה שלום האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 10, 2024 11:27 am
שולחן. האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 10, 2024 11:23 am
שמייכלדיג האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 10, 2024 11:18 am
הייסט די רעגירונג וועט עס אפווארפן, שטיי מיר אייניג

מה הועילו בתקנתן / קלקלתן
ניין, ווייל מען האט געהעריג גענומען א פעטוועי, עיין, בהמודעה של שמואל מרדכי ואייזיק דאסקאל...

די בריוו איז נישט נוגע,

איך וועל שפעטער שיקן די לינק פון די פארום ווי מען וועלט א פעטעווי, עס איס ניטעמאל דא ווי צו לייגן דארט א בריוו... עס איז א געהעריג גאגאל פארום

קענסט אויסוועלן איינע פון די זיבן...
סתם פאר דיין ידיעה מען האט נישט אריינגעשיקט די גוגל דאק. די בריוו איז די ענטפער. און ס׳איז טאקע נאך נישט זיכער אז זיי גייען עס בכלל עקסעפטן.
לויט די מעלדונג פון מערכת סאטמאר דאנערשטאג, גייט דאס נישט אריין אין די גדר פון התגרות באומות?
דורכגעטראכט
פרישער באניצער
פאוסטס: 19
זיך איינגעשריבן: זונטאג דעצעמבער 24, 2023 11:10 pm
Location: monroe
x 18

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך דורכגעטראכט »

צווייזייטיג האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 10, 2024 4:54 pm
לייבל פריש האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 09, 2024 8:49 pm די גרעסטע ראי’ לזה איז שאפראן וואס איז געווען אין די קלאגע פון די 28 מוסדות און האט מחליט געווען נאכן זעהן אז מיט די עצות פון פערלס אריינצילאזן די רעגירונג איז נאר געווארן ערגער אז זיי האבן געפסלט די מוסד דעריבער האבן זיי אנגעהויבן מיט א יאר צוריק אדער פריער צי איגנארירן און סאיז אריבער עטליכע דעדליינס וואס זיי האבן געגעבן אז מדארף אריינגעבן די פרטים וויאזוי מגייט אימפלאמענטן טוישינגען און דערווייל האבן זיי אפילו נישט אוועקגענומען פאנדינג
אלעס איז שטיל זיי קענען זיך נישט שלאגן אזוי פשוט זיי קענען נאר דערשרעקן
זיי ווייסן אויך אז מיר זענין נישט קיין קרימענעלס נאר זיי זענען
זיי טרייען נאר זייער לאק און ליידער אין סיטי איז זייער לאק געווארן היבש לאקי
זיי האבן גע'פסל'ט טרופ און בעלזא אויך.
שאפראן איז נישט קיין ראיה, די סיטי איגנארירט זיי דערווייל ווייל זיי זעען אז זיי וועלן זיך נישט וויסענדיג מאכן פון די שטאט און די שטאט הייבט אן ווי סגייט גרינגער, אבער זיי פלאנען נאכדעם צורוקצוקומען צו שאפראן וכדו' און קלאגן פארשפארן וכדו'
משה שלום
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 337
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 1:16 pm
x 102

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך משה שלום »

פרייליך זיין האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 10, 2024 10:11 pm
משה שלום האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 10, 2024 9:48 pm
שולחן. האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 10, 2024 9:46 pm

האסט א טעות די גזירה האט זיך אנגעהויבן ביי פעלדער...
דארט איז ליידער געווען די ערשטע מאל מ׳האט אריינגעלייגט פשט און די עקוויווילענט געזעץ וואס ביז דעמאלטס איז עס געווען אומקלאר….
פשט אז וואס?
וועלכע זאכן מ׳דארף לערנען

פרייליך זיין האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 10, 2024 10:14 pm
משה שלום האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 10, 2024 11:27 am
שולחן. האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 10, 2024 11:23 am

ניין, ווייל מען האט געהעריג גענומען א פעטוועי, עיין, בהמודעה של שמואל מרדכי ואייזיק דאסקאל...

די בריוו איז נישט נוגע,

איך וועל שפעטער שיקן די לינק פון די פארום ווי מען וועלט א פעטעווי, עס איס ניטעמאל דא ווי צו לייגן דארט א בריוו... עס איז א געהעריג גאגאל פארום

קענסט אויסוועלן איינע פון די זיבן...
סתם פאר דיין ידיעה מען האט נישט אריינגעשיקט די גוגל דאק. די בריוו איז די ענטפער. און ס׳איז טאקע נאך נישט זיכער אז זיי גייען עס בכלל עקסעפטן.
לויט די מעלדונג פון מערכת סאטמאר דאנערשטאג, גייט דאס נישט אריין אין די גדר פון התגרות באומות?
און וואס איז מיט חילול שבת ?
שולחן.
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 149
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יאנואר 08, 2024 6:32 pm
x 113

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך שולחן. »

משה שלום האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 10, 2024 10:34 pm
פרייליך זיין האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 10, 2024 10:11 pm
משה שלום האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 10, 2024 9:48 pm
דארט איז ליידער געווען די ערשטע מאל מ׳האט אריינגעלייגט פשט און די עקוויווילענט געזעץ וואס ביז דעמאלטס איז עס געווען אומקלאר….
פשט אז וואס?
וועלכע זאכן מ׳דארף לערנען
דו ווייסט וועלכע גיידענס מען האט געהאלטן אינמיטן שרייבן פאר פעלדער???
לייבל פריש
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 344
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 2:13 pm
x 388

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך לייבל פריש »

משה שלום האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 10, 2024 9:48 pm
שולחן. האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 10, 2024 9:46 pm
משה שלום האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 10, 2024 8:30 pm

קיינער גייט נישט קלאגן די געזעץ פון אקווילוויענט דאס איז א געזעץ פון איבער הינדרעט יאר. וואס מוויל קלאגן איז די פרטים דערפון און כדי צו האבן גוטע אויסזיכטן, פעלט אויס צו ווייזן אז מ'קען נישט דורכפירן געוויסע פרטים פונעם געזעץ. די ריכטערין האט שוין געזאגט אז דאס וועט מען בלויז קענען אויפווייזן ווען מ'וועט עס אנהייבן צו אימפלעמענטירן, און דעמאלט וועט מען קען צוריק קומען אויב געוויסע חלקים זענען קעגן די רעליגיע. ממילא איז פונקט פארקערט, מ'וועט בעז"ה קענען מצליח זיין אין געריכט, ווען מ'וועט קענען אנווייזן אז זיי ווילן אונז צווינגען צו עפעס וואס מיר קענען און מען טאר נישט, וואס דאס קען מען בלויז אויפווייזן ווען מ'האט אנגעהויבן דורכצופירן געוויסע טיילן, און מ'וויל נישט נעמען חלקים צוליב רעליגיע, און זיי עקשנ'ען זיך דערויף.

דעיס איז די מיינונג פון געוויסע לויערס וואס האבן דורכגעקוקט די קעיסעס פון ביז אהער און לויט דעם איז מען געגאנגען ווייטער.
האסט א טעות די גזירה האט זיך אנגעהויבן ביי פעלדער...
דארט איז ליידער געווען די ערשטע מאל מ׳האט אריינגעלייגט פשט און די עקוויווילענט געזעץ וואס ביז דעמאלטס איז עס געווען אומקלאר….
אומקלארערהייט האט די קאמישענער אנגעגרייט גיידליינס נאך פאר דעם
נאר זי האט זיך אפגעזאגט נאך שפירן צופיל פרעשור
און דערנאך איז געקומען פעלדער וואס וואלט געקענט געבן א וועג אראפ פון בוים אז לפי פעלדער קען מען רעכענען לימודי קודש אויך ווען די קאמישענער וויל ווען אבער היות זיי האבן אריינגעריקט ווערטער ווען שמחה איז אהיים ערב פסח אז די קאמישענער בלייבט בעה"ב איז געקומען די נייע קאמישענער וואס איז ערגער ווי די אלטע און געמאכט די גיידליינס

די גאנצע זאך אז פעלדער האט עס ארויסגענומען פון די סיטי און אריינגעלייגט אין די סטעיט איז א פשוט ליגנט.
דערמאנונג: אדר א’ נישט שבט ב’...
שולחן.
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 149
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יאנואר 08, 2024 6:32 pm
x 113

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך שולחן. »

משה שלום האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 10, 2024 9:48 pm
שולחן. האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 10, 2024 9:46 pm
משה שלום האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 10, 2024 8:30 pm

קיינער גייט נישט קלאגן די געזעץ פון אקווילוויענט דאס איז א געזעץ פון איבער הינדרעט יאר. וואס מוויל קלאגן איז די פרטים דערפון און כדי צו האבן גוטע אויסזיכטן, פעלט אויס צו ווייזן אז מ'קען נישט דורכפירן געוויסע פרטים פונעם געזעץ. די ריכטערין האט שוין געזאגט אז דאס וועט מען בלויז קענען אויפווייזן ווען מ'וועט עס אנהייבן צו אימפלעמענטירן, און דעמאלט וועט מען קען צוריק קומען אויב געוויסע חלקים זענען קעגן די רעליגיע. ממילא איז פונקט פארקערט, מ'וועט בעז"ה קענען מצליח זיין אין געריכט, ווען מ'וועט קענען אנווייזן אז זיי ווילן אונז צווינגען צו עפעס וואס מיר קענען און מען טאר נישט, וואס דאס קען מען בלויז אויפווייזן ווען מ'האט אנגעהויבן דורכצופירן געוויסע טיילן, און מ'וויל נישט נעמען חלקים צוליב רעליגיע, און זיי עקשנ'ען זיך דערויף.

דעיס איז די מיינונג פון געוויסע לויערס וואס האבן דורכגעקוקט די קעיסעס פון ביז אהער און לויט דעם איז מען געגאנגען ווייטער.
האסט א טעות די גזירה האט זיך אנגעהויבן ביי פעלדער...
דארט איז ליידער געווען די ערשטע מאל מ׳האט אריינגעלייגט פשט און די עקוויווילענט געזעץ וואס ביז דעמאלטס איז עס געווען אומקלאר….
דו ווייסט נישט דערפון אז די מוסרים אינאיינעם מיט די רעגירונג האבן געהאלטן שוין טיף אינמיטן אסאך ערגערע גיידענס?
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 5242
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 9643

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך דער תהלים איד »

איך גיי בעטן א מחילה גמורה פון כל הקהל הקודש פאר'ן אריינקומען ווי א גר צדק אין א פאליש, אדער ווי א יון אין די סוכה.

אבער אז כ'בין נישט דא געווען איבער א וואך איז מיר זייער שווער צוריקצוגיין ליינען אלעס וואס מ'האט אויסגעשמועסט. סוי לאמיך טרייען בלויז צו זאגן וואס כ'האב באאבאכט, איך האף ס'וועט נישט זיין צופיל דאבלס.

קודם צו אלעמען ערשט, א עצה טובה פאר פערלס און קהילת סאטמאר מהרי"י, אבער איך מיין עס אמת'דיג: ענק דארפן עדזשאסטן ענקער מעסעדזשינג אימידיעטלי. א דראסטישע טויש דארף געמאכט ווערן אז זאכן זאלן ארויסקומען קלאר און דייטלעך און מתקבל על הלב. מ'האט אנגעהויבן דא מיט ווייסעך וויפיל וואכן צוריק מיט א מיטינג וואו מ'האט עפעס דן געווען איבער'ן גזירת החינוך און ארויסגעשיקט די עסקנים וגו'... דענק איך אז כהאב דעמאלס דא געפרעגט @וואסאפשט צו איך קען דאס אננעמען אלס רמז אז מ'גייט נעמען א פעטוועי... אבער מ'האט מיר ממש געוואלט פארשטיינערן פאר'ן טראכטן אזוי מאדנע. ווידער איז געקומען אימעיל'ס פון די אגודה וועגן די פעטוועיס האט מען געזאגט אז ס'האט גארניש מיט פערלס, ווידער איז געקומען שטורמישע אסיפות ביי רבנים האט מען געזאגט אז פערלס שיקט נישט קיינעם ווייל זיי ארבעטן שטיל, ווידער איז געקומען אנדייטונגען אז פערלס זאגט קלאר מ'זאל נעמען פעטוועי 6 האט מען דא געהערט אז די סיבה איז ווייל די עקוויווילענט געזעץ איז אלט און די פעטוועיס האט גארנישט מיט די נייע גיידליינס. ווידער איז געקומען די פיינעל אסיפת הרבנים האט מ ען געמאלדן אז מען נעמט די פעטוועי ווייל די גזירה ווערט שוואכער און מ'דארף נאר האבן געדולד און גיין אויף דעם וועג. ווידער מוצ"ש איז געווען א אינטערוויו וואס האט מחדש געווען אז די לעצטע גיידליינס זענען בכלל נישט קיין גזירה נאר פארקערט מ'דארף ב"ה גארנישט מוסיף זיין. ווידער קומט היינט אינעם איד א שארפע בריוו וואס דאס האט מען געשיקט, און ביזדערווייל איז א שטיקל צומישעניש צו דאס איז 'אנשטאט' פעטוועי 6 אדער 'אין צוגאב' צו פעטוועי 6.

דאס איז קיין מהלך נישט. אז פערלס האט גענוג געלט פאר גאווערמענט רילעישן, מוזן זיי אויך האבן געלט פאר פובליק רילעישן. איינער מוז טראגן די אחריות פון אינפארמירן דעם עולם מיט א גארדקייט און געלאסנקייט, אויף איין טאן מתחילה ועד סוף.

און יעצט וועל איך שרייבן א באזונדערע תגובה איבער די עצם נושא.
שולחן.
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 149
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יאנואר 08, 2024 6:32 pm
x 113

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך שולחן. »

משה שלום האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 10, 2024 9:47 pm
שולחן. האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 10, 2024 9:45 pm
משה שלום האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 10, 2024 8:30 pm

קיינער גייט נישט קלאגן די געזעץ פון אקווילוויענט דאס איז א געזעץ פון איבער הינדרעט יאר. וואס מוויל קלאגן איז די פרטים דערפון און כדי צו האבן גוטע אויסזיכטן, פעלט אויס צו ווייזן אז מ'קען נישט דורכפירן געוויסע פרטים פונעם געזעץ. די ריכטערין האט שוין געזאגט אז דאס וועט מען בלויז קענען אויפווייזן ווען מ'וועט עס אנהייבן צו אימפלעמענטירן, און דעמאלט וועט מען קען צוריק קומען אויב געוויסע חלקים זענען קעגן די רעליגיע. ממילא איז פונקט פארקערט, מ'וועט בעז"ה קענען מצליח זיין אין געריכט, ווען מ'וועט קענען אנווייזן אז זיי ווילן אונז צווינגען צו עפעס וואס מיר קענען און מען טאר נישט, וואס דאס קען מען בלויז אויפווייזן ווען מ'האט אנגעהויבן דורכצופירן געוויסע טיילן, און מ'וויל נישט נעמען חלקים צוליב רעליגיע, און זיי עקשנ'ען זיך דערויף.

דעיס איז די מיינונג פון געוויסע לויערס וואס האבן דורכגעקוקט די קעיסעס פון ביז אהער און לויט דעם איז מען געגאנגען ווייטער.
ממילא גייט מען אנהייבן געבן טעסטן וואס מען האט ביז היינט נישט געגעבן???

גייט מען זיך א משהו טוישן מיט צולייגן אזוי גערופענע "כשרע" לימודים א דאנק די גזירה???
נישט קלאר וואס די מיינסט. פרעגסט עפעס פריש אדער פרעגסט איבער זאכן וואס די האסט שוין באקומען א תירוץ ?
דו שרייבסט אז מען מוז קודם אביסל איינפעדעמען די עקוויווילענט כדי מען זאל זיך קענען שטעלן אויף פארשידענע פונקטן

איז די שאלה, צו בשעת די "אימפלעמענטירן פרעצעדור" כלשונך גייט מען מיט א משהו טוישן עפעס ביי די לימודי חול פון וואס עס איז געווען ביז היינט.
אוועיטער
איד
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 468
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:56 am
x 476

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך איד »

@דער תהלים איד איך האב הנאה וויזוי די שרייבסט
אוועיטער
צווייזייטיג
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1019
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 10:03 pm
x 600

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך צווייזייטיג »

לייבל פריש האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 10, 2024 7:45 pm
לא ימושו מפיך האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 10, 2024 7:31 pm
צווייזייטיג האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 10, 2024 5:09 pm דאס איז פעטוועי 8!..
מ'שניידט און מלייגט צו ס'זאל שטימען בעסער....
ראו התיקונים והוספות לצורך החינוך...

unnamed (3).pngunnamed (4).png
בכלל נישט קיין חידוש נעמענדיג אין באטראכט ווער די מפרסמי המכתב זענען
די וואס האבן איבערגעדריקט דעם בריוו און געמאכט בתורת קול קורא זענען מלפנים חסידי מהר"יי און האבן פארשטאנען לתועלת הענין ארויסצינעמען די דברי שבח פונעם זקן ראשי הישיבות אויף מהר"א
איך זעה נישט וואס דאס טוישט לגופו של ענין
זאלסט פשוט וויסן מיט וועם דו האסט צו טון...
יעדע שטעקן האט צוויי עקן, מאך זיכער אנצוכאפן ביידע.
אוועיטער
צווייזייטיג
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1019
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 10:03 pm
x 600

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך צווייזייטיג »

שמייכלדיג האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 10, 2024 8:55 pm מעיאר עדעמס שרייט געוואלד מ'ברענגט ענק אונטער און ענק טוען גארנישט, שרייטס אויף די גאסן,

ס'מיינט אז ביי זיינע גלויבנס גענאסענע ווען ס'וואלט געווען א צענטל פון די רדיפות אויף אונז וואלט שוין קיין שויב אין ניו יארק רבתי געווען גאנץ...

יא ברוך אלקינו שהבדילנו מיר מאכן נישט שאדן אנדערע וועגן אונזער ווייטאג, אבער אזויפיל זיך נישט לאזן שפייען אין די קאשע, ווען דער קאמפ איז קלאר, גייסטו מיטשפילן מיט יענעמ'ס געימס צו זיין נייס? אונז שטיי מיר דא אין א מערכה למען חיינו און ער האט מורא מ'וועט זאגן אז מ'איז חיות, אז מ'איז נישט קעגנגעקומען יענעם מיט א פעטוועי ער זאל האבן מיט וואס צו לוחם זיין ווייטער לנגדינו, חיות? חיות רעות?

יא כי לא כמצריות העבריות כי חיות הנה אונז זעמיר טאקע נמשל לחיות, חיות הקודש, און מ'וועט לוחם זיין עד חירוף נפש און נישט אריינשפילן אין זייער נעץ
פארדעם זענען מיר נישט קיין רעפובליקאנער גוים, נאר מיר האבן א דרך המלחמה נאך פון יעקב אבינו.
יעדע שטעקן האט צוויי עקן, מאך זיכער אנצוכאפן ביידע.
שולחן.
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 149
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יאנואר 08, 2024 6:32 pm
x 113

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך שולחן. »

צווייזייטיג האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 10, 2024 11:02 pm

מיר האבן בכלל נישט קיין דרך מלחמה עס איז התגרות באמות.

אגב, עדעמס איז א דעמעקראט.
אוועיטער
צווייזייטיג
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1019
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 10:03 pm
x 600

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך צווייזייטיג »

שולחן. האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 10, 2024 9:45 pm ממילא גייט מען אנהייבן געבן טעסטן וואס מען האט ביז היינט נישט געגעבן???

גייט מען זיך א משהו טוישן מיט צולייגן אזוי גערופענע "כשרע" לימודים א דאנק די גזירה???
מ'מעג צולייגן כשרע לימודים אדאנק די גזירה.
דער רבי זי"ע האט אויך צוגעלייגט כשרע לימודים אדאנק גזירת המלכות.

און דאס איז וואס מען זאגט זיי זייער קלראר. אונז גיימיר מאכן שטייפע קאריקעלעמס און גוטע טעסטס. אבער וויאזוי מיינע רבנים הייסן און אן דיין אריינטריט אין די מוסדות.
יעדע שטעקן האט צוויי עקן, מאך זיכער אנצוכאפן ביידע.
אוועיטער
צווייזייטיג
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1019
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 10:03 pm
x 600

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך צווייזייטיג »

שולחן. האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 10, 2024 10:52 pm
משה שלום האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 10, 2024 10:34 pm
פרייליך זיין האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 10, 2024 10:11 pm

פשט אז וואס?
וועלכע זאכן מ׳דארף לערנען
דו ווייסט וועלכע גיידענס מען האט געהאלטן אינמיטן שרייבן פאר פעלדער???
אוןדו ווייסט וויפיל יאר מען האט אפגעהאלטן.
און וויפיל ווייניגער זייער כח איז געווען?
יעדע שטעקן האט צוויי עקן, מאך זיכער אנצוכאפן ביידע.
שולחן.
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 149
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יאנואר 08, 2024 6:32 pm
x 113

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך שולחן. »

צווייזייטיג האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 10, 2024 11:04 pm
שולחן. האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 10, 2024 9:45 pm ממילא גייט מען אנהייבן געבן טעסטן וואס מען האט ביז היינט נישט געגעבן???

גייט מען זיך א משהו טוישן מיט צולייגן אזוי גערופענע "כשרע" לימודים א דאנק די גזירה???
מ'מעג צולייגן כשרע לימודים אדאנק די גזירה.
דער רבי זי"ע האט אויך צוגעלייגט כשרע לימודים אדאנק גזירת המלכות.

און דאס איז וואס מען זאגט זיי זייער קלראר. אונז גיימיר מאכן שטייפע קאריקעלעמס און גוטע טעסטס. אבער וויאזוי מיינע רבנים הייסן און אן דיין אריינטריט אין די מוסדות.
בימי רבינו הקדוש איז אויך געווען מוסרים וואס זיכן צו טוישן כלל ישראל וואס אדאנק זיי האט מען צוגעלייגט לימודים?
צווייטער
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 340
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 2:26 am
x 461

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך צווייטער »

צווייזייטיג האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 10, 2024 11:02 pm
שמייכלדיג האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 10, 2024 8:55 pm מעיאר עדעמס שרייט געוואלד מ'ברענגט ענק אונטער און ענק טוען גארנישט, שרייטס אויף די גאסן,

ס'מיינט אז ביי זיינע גלויבנס גענאסענע ווען ס'וואלט געווען א צענטל פון די רדיפות אויף אונז וואלט שוין קיין שויב אין ניו יארק רבתי געווען גאנץ...

יא ברוך אלקינו שהבדילנו מיר מאכן נישט שאדן אנדערע וועגן אונזער ווייטאג, אבער אזויפיל זיך נישט לאזן שפייען אין די קאשע, ווען דער קאמפ איז קלאר, גייסטו מיטשפילן מיט יענעמ'ס געימס צו זיין נייס? אונז שטיי מיר דא אין א מערכה למען חיינו און ער האט מורא מ'וועט זאגן אז מ'איז חיות, אז מ'איז נישט קעגנגעקומען יענעם מיט א פעטוועי ער זאל האבן מיט וואס צו לוחם זיין ווייטער לנגדינו, חיות? חיות רעות?

יא כי לא כמצריות העבריות כי חיות הנה אונז זעמיר טאקע נמשל לחיות, חיות הקודש, און מ'וועט לוחם זיין עד חירוף נפש און נישט אריינשפילן אין זייער נעץ
פארדעם זענען מיר נישט קיין רעפובליקאנער גוים, נאר מיר האבן א דרך המלחמה נאך פון יעקב אבינו.
ממש ס'גייט מיר נישט אין קאפ וויאזוי מ'קען האלטן אזעלכע נארישקייטן ווי התגרות באומות, דרך המלחמה מיט הכנעה ווי יעקב אבינו, בשעת יעדער פארשטייט אז ס'קומט לגמרי נישט אריין דא.

נאר לקרב אל השכל לאמיר דיר פרעגן, ביי די קאמוניסטן און באלשעוויקן אין רוסלאנד האט מען אויך געדארפט לוחם זיין מיט הכנעה וויבאלד מיר זענען אין גלות?
שולחן.
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 149
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יאנואר 08, 2024 6:32 pm
x 113

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך שולחן. »

צווייזייטיג האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 10, 2024 11:06 pm
שולחן. האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 10, 2024 10:52 pm
משה שלום האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 10, 2024 10:34 pm
וועלכע זאכן מ׳דארף לערנען
דו ווייסט וועלכע גיידענס מען האט געהאלטן אינמיטן שרייבן פאר פעלדער???
אוןדו ווייסט וויפיל יאר מען האט אפגעהאלטן.
און וויפיל ווייניגער זייער כח איז געווען?
נאך אלע שלעפערייען ווייסטו ווען עס האט שוין געדארפט ארויסצוקומען?? און וואס דארט איז געשטאנען???

ואגב, לפי דברי האינטערוויא, איז די גיידענס זייער גוט און מען דארף דערויף טאנצן חסדי ה', ממילא בין איך אינגאנצן צומישט, קומט אויס אז פעלדער איז יא געווען א ישועה.
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 5242
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 9643

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך דער תהלים איד »

נאכ'ן אזוי לאנג נישט קענען פארשטיין וואס עס שטיפט פערלס אזוי שטארק אז מ'זאל יא נעמען א פעטוועי, ווי כ'האב זיך שוין פרובירט דא אויסצושמועסן אן ערפאלג נאכ'ן נישט קענען פארשטיין די טענה אז "דער שופט וועט אונז אנקוקן שלעכט" וכו' ולא אכפיל.

מוז איך זאגן אז די לעצטע פאר טעג האב איך אנגעהויבן הערן ווערטער וואס האבן מיר געמאכט אביסל פארשטיין, פרובירנדיג צו זיין אמת'דיג מיט מיר אליינס און טרייען צו פארשטיין וואס יענער זאגט, און וואס יענער טראכט בשעת ער זאגט... וכו'. לויט ווי עס קוקט מיר אויס איז דער מציאות פון צד פרא-פעטוועי אזוי:

נאכדעם וואס די קאורט האט גע'פסל'ט די ערשטע גיידליינס, האט פערלס געמאכט קאנטאקט מיט די עדיוקעישן דעפארטמענט (אויב וואר, מוז עס זיין דורך גאווערמענט אפישלס אלס פארמיטלער, נישט מיט די דעפארטמענט דירעקט), און זיי געמאכט פארשטיין אז זיי זאלן אראפקומען פון בוים. דאן האט מען 'אינאיינעם' אויסגעארבעט די נייע גיידליין'ס, וואס איז בערך אזא טריק ווי די פעלדער געזעץ האט געדארפט זיין, אז ס'זאל זיין געשריבן אויף א וועג אז מ'איז טאקע סובסטענשל עקוויווילענט, אבער נישט דורך לערנען די זעלבע זאכן, נאר דורך קאווערן געוויסע סובדזשעקטס אויף געוויסע אופנים.

אזוי ארום האט מען אויסגעארבעט אז מ'גייט פאדערן נאר שפראך, רעכענען און סייענס, און דאס גייט מען יוצא זיין מיט דאס וואס מען לערנט שוין יעצט, וכך הוה, די גיידליינס זענען אזוי ארויסגעקומען גענוי ווי אפגעשמועסט אונטערן טיש, און די גזירה איז ב"ה בטל געווארן.

דאס איז לכאורה א מעגליכקייט צו האבן בעצם געשען, און "נאר אויב" דאס איז טאקע אזוי, דאן הייב איך אן צו הערן אז די אידן זענען נישט אזוי משוגע ווי מ'זאגט... זיי פארשטיין פיין וואס זיי טוען.

נאר, א גרויסע נאר, מיין פראבלעם וועט זיין אז אויב זאל עס טאקע האבן אזוי געווען, איז פארגעקומען צופיל פלעיס אינדערצווישן. די בריוון צום סטעיט קעגן די גיידליינס, די הייסע יום תפילה'ס, די הייליגע לי זעלדין קאמפיין, די נאכאנאנדע אנאנסמענטס, אא"וו.

זאל איך זאגן אז אלעס איז געווען איין שטיק שפיל צו געפעלן די א"ג קנאים? אזא לאנגע און ערנסטע שפיל? דער חלק מאכט נישט קיין סענס און צעווארפט מיר צוריק מיין גאנצע בנין. ממילא, ווייס איך נישט.
שרייב פאוסט