די פראבלעם פון די שטומע (ליין ספינע) איז נישט אז זיי שרייבן שיין און גוט וואס זיי טוען יא, די פראבלעם איז ווען זיי שרייבן שיין און גוט דאס וואס זיי טוען נישט און די עיקר פראבלעם ווען זיי ווילן דיר דורכדעם אריינטראגן אין א ילדות באבל, פון די מעיד אין בלומינגראוו קולטור, מיט א באהאלטענע שנאה צו קרית יואל, און א טיפע איינרעדעניש אז אין עיר ואם בישראל המעטירה בלומינגראוו איז אלעס אזוי שיין און זיס אזש משיח וועט פון דא קומען (און פון ווארשאYankel האט געשריבן: ↑מיטוואך דעצעמבער 20, 2023 9:36 am סדא איין זאך וואס איז מיר אביסעל אומפארשטענדליך מיט די גאנצע העיט וואס סקומט דא פאר,
אלץ איינער וואס פלעגט וואוינען אין אלט שכונת קרית יואל און נישט געווען א חלק פון די דאמענירנדע פארטיי וואס איז קאנטראל פון די לאקאלע גאווערמענט, און מאיז יארען לאנג געווארען אביוזט פון די באערדע (געוויסע זאכען גייען נאך אן עד היום הזה למשל קאמיוניטי רום וואס איז עפעס וואס יעדער צאלט ווען מקויפט א דירה און סגייט פאר איין פארטיי) און ווען מהאט געליינט די הקרי׳ איז אלעס געווען גאלד סאיז נישט דא קיין שום פראבלעמען די ווילעדש פאבליק ווארקס דיפארטמענט האט אייביג אראפגעלייגט א געלונגענע ארבעט די שניי איז אייביג געווארען געפיצט עפעס אויסערגעווענליך גוט וכו׳ וכו׳ אויב האט זיך יא אמאל געמאכט עפעס א פראבלעם איז פארשטיי זיך געווען די שילד פון יונייטעד מאנרא און זייערע היימישע נאכשלעפער די מכם ובכם וכו׳ וכו׳ איז במילא וויל איך פארשטיי פארוואס דארטען פארשטייסטו אז זיי האבען די רעכט אזוי צו שרייבען און אין בלומינגראוו נישט?
וועסטו ענטפערען אז אין די דערנעבענדע ווילעדש איז דאך טאקע אלעס גאלד כשר וישר דעס האב איך טאקע געמיינט סך הכל פארשטייסטו אז אויב סאיז די פלאץ וואס די באלאנגסט מעג אבער יענער רח״ל ער האט נישט מורא פון שקר…..?

נאך אלס טוט די ספינע פראפאגאנדירן די נייע עיר ואם בישראל מיט נייע מנהיגים, ס'איז דאך נישט דא קיין ברירה הלמאי איבעראל איז דאך דא געפערליכע קארופציע, אלע קהילות זענען קארופטירט בלויז דא אין בלומינג גראוו נישט, און דערפאר מוזן מיר די UJC דיר ראטעווען פון די אלגעמיינע וועלטס קארופציע, צו אונזער גלאנציגע מעין עולם הבא'דיגע אין עוד מסורה באחדות קולטור.
צוליב דעם פאר די תמימי לב וואס קען זיך זיי אפשר דאכטן אז מען מוז טאקע אפהאקן פון קרית יואל צו געניסן פון די מעין עולם הבא פון די UJC פאר זיי איז וויכטיג צו מגלה זיין די אמת, די מצב איז פונקט קאפויער, אין די עטליכע יאר פון ווילעזש אף סאוט ב"ג האט מען מצליח געוועהן צו בויען א הערליכע אייגענע קארופציע מיט נייע מושגים, מעיד אין בלומינגאוו..