נייעס פון לאנדאן

נייעס אין אונזער קווארטאל
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 12583
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 28101

נייעס פון לאנדאן

פאוסט דורך ניקל »

דער מעיאר פון לאנדאן האט געמאלדן איבער א פאנד וואס וועט צוברענגען פרישע מיליאנען פונט וואס וועט גיין פאר כשרע מיטאג פאר טויזענטער קינדער
אוועיטער
דאפלטער
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 334
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 3:37 pm
x 386

Re: נייעס פון לאנדאן

פאוסט דורך דאפלטער »

ניקל האט געשריבן: פרייטאג אוגוסט 25, 2023 2:05 am דער מעיאר פון לאנדאן האט געמאלדן איבער א פאנד וואס וועט צוברענגען פרישע מיליאנען פונט וואס וועט גיין פאר כשרע מיטאג פאר טויזענטער קינדער
דארט עסט מען נאך פליישיג אויך, דאכצעך..
WOW
אויב קאטשקע איך איין טאג צענדליגע פאוסטס מוז עס נישט מיינען אז מארגן בין איך אויך דא!
אוועיטער
Simche
ניי צום טיש
פאוסטס: 9
זיך איינגעשריבן: מוצש"ק דעצעמבער 16, 2023 6:14 pm
Location: London
x 9

מוסדות וויזניץ לאנדאן

פאוסט דורך Simche »

מוסדות וויזניץ לאנדאן שליסט מקח אויף בנין רחבת ידים אין שטאט ענפיעלד פאר ישיבה גדולה
בנין
בנין
unnamed (5).png (266.27 KiB) געזען געווארן 532 מאל
קומט איר קיין לאנדאן באשטעלט יעצט אייר דירה אויף KSTAY
אוועיטער
Simche
ניי צום טיש
פאוסטס: 9
זיך איינגעשריבן: מוצש"ק דעצעמבער 16, 2023 6:14 pm
Location: London
x 9

ביטע לייג דיין חתימה!

פאוסט דורך Simche »

א יונגערמאן האט געעפענט א פעטישען.
ביטע לייג דיין חתימה! עס געדויערט בלויז אפאר סעקונדעס!
https://petition.parliament.uk/petitions/652295
קומט איר קיין לאנדאן באשטעלט יעצט אייר דירה אויף KSTAY
אוועיטער
Simche
ניי צום טיש
פאוסטס: 9
זיך איינגעשריבן: מוצש"ק דעצעמבער 16, 2023 6:14 pm
Location: London
x 9

מלוה מלכה

פאוסט דורך Simche »

זאל דעיס זיין אין די גאנצע וועלט

זיי דארפען אזופיל ליבשאפט
unnamed (7).jpg
unnamed (7).jpg (133.82 KiB) געזען געווארן 519 מאל
unnamed (8).jpg
unnamed (8).jpg (73 KiB) געזען געווארן 519 מאל
unnamed (9).jpg
unnamed (9).jpg (50.26 KiB) געזען געווארן 518 מאל
קומט איר קיין לאנדאן באשטעלט יעצט אייר דירה אויף KSTAY
אוועיטער
בערל דער פייפער
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 785
זיך איינגעשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 6:24 pm
Location: אין דארף
x 898

Re: מלוה מלכה

פאוסט דורך בערל דער פייפער »

Simche האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 17, 2023 10:51 am זאל דעיס זיין אין די גאנצע וועלט

זיי דארפען אזופיל ליבשאפט
unnamed (7).jpg
unnamed (8).jpg
unnamed (9).jpg
ווער איז דער חברת אנשי אמת?

דאס איז די פעולות געשטיצט דורך אדמו"ר מוויזניץ?
איך וועל אייך באפייפען
פופציגער האט געשריבן: (קלאפ דיין מויל מיט מאראסטיגע פּאָפּוטשן!
אוועיטער
Simche
ניי צום טיש
פאוסטס: 9
זיך איינגעשריבן: מוצש"ק דעצעמבער 16, 2023 6:14 pm
Location: London
x 9

Re: מלוה מלכה

פאוסט דורך Simche »

בערל דער פייפער האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 17, 2023 10:56 am
Simche האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 17, 2023 10:51 am זאל דעיס זיין אין די גאנצע וועלט

זיי דארפען אזופיל ליבשאפט
unnamed (7).jpg
unnamed (8).jpg
unnamed (9).jpg
ווער איז דער חברת אנשי אמת?

דאס איז די פעולות געשטיצט דורך אדמו"ר מוויזניץ?
נישט וואס איך ווייס
קומט איר קיין לאנדאן באשטעלט יעצט אייר דירה אויף KSTAY
אוועיטער
Simche
ניי צום טיש
פאוסטס: 9
זיך איינגעשריבן: מוצש"ק דעצעמבער 16, 2023 6:14 pm
Location: London
x 9

כשר טיוב

פאוסט דורך Simche »

דאס באקאנטע לונדורנע וועבזייטל האטס זיך אפגרעידעד
https://koshertube.co.uk/
קומט איר קיין לאנדאן באשטעלט יעצט אייר דירה אויף KSTAY
אוועיטער
הערצל זעליגקאוויטש
ניי צום טיש
פאוסטס: 5
זיך איינגעשריבן: מיטוואך פעברואר 14, 2024 2:00 pm
Location: Ny
x 5

Re: נייעס פון לאנדאן

פאוסט דורך הערצל זעליגקאוויטש »

די מרא דאתרא פון עיר הבירה לאנדאן איז אריין געפירט אין שפיטאל אין א קריטישע צושטאנד. ביטע מתפלל זיין פאר ר' משה חיים אפרים בן חנה גיטל לרפ"ש
❤️ א הארץ שפירט א הארץ ❤️
מערקבאר
פרישער באניצער
פאוסטס: 56
זיך איינגעשריבן: מוצש"ק פעברואר 10, 2024 9:36 pm
x 25

Re: נייעס פון לאנדאן

פאוסט דורך מערקבאר »

הערצל זעליגקאוויטש האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 28, 2024 7:01 pm די מרא דאתרא פון עיר הבירה לאנדאן איז אריין געפירט אין שפיטאל אין א קריטישע צושטאנד. ביטע מתפלל זיין פאר ר' משה חיים אפרים בן חנה גיטל לרפ"ש
אוי וויי וואס איז די מעשה?
אוועיטער
הערצל זעליגקאוויטש
ניי צום טיש
פאוסטס: 5
זיך איינגעשריבן: מיטוואך פעברואר 14, 2024 2:00 pm
Location: Ny
x 5

Re: נייעס פון לאנדאן

פאוסט דורך הערצל זעליגקאוויטש »

מערקבאר האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 28, 2024 7:28 pm
הערצל זעליגקאוויטש האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 28, 2024 7:01 pm די מרא דאתרא פון עיר הבירה לאנדאן איז אריין געפירט אין שפיטאל אין א קריטישע צושטאנד. ביטע מתפלל זיין פאר ר' משה חיים אפרים בן חנה גיטל לרפ"ש
אוי וויי וואס איז די מעשה?
מען האט אים נעכטן אריין געפירט אין שפיטאל נאכן פארלירן באווייזטזיין ביי אים אינדערהיים ער ברויך אסאך רחמי שמים
❤️ א הארץ שפירט א הארץ ❤️
לך לך
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 285
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 1:17 pm
Location: בראשית
x 561

Re: נייעס פון לאנדאן

פאוסט דורך לך לך »

געהאט די זכיה צו באזוכן לאנדאן דעם ווינטער פאר א שמחה, סא געטראכט צו שרייבן אביסל פרטים וואס קען אפשר צוניצקומען פאר אנדערע בשעת באזוכן עיר הבירה לאנדאן.

עס איז וויכטיק צו באמערקן אז מען זאל איבערקוקן איידער פארן וועלכע קרעדיט קארטל האט נישט קיין אינטערנעשענעל פי, ביי מיר איז עס געווען מיין קעפיטאל איינס שנעלע זילבער קארטל.
(אגב, נאך מיין נסיעה בין איך געוואר געווארן אז עס איז דא א זייטל מיטן נאמען creditright.com וואס איז זייער גוט מיט די אלע זאכן, אדרבה פרובירט עס אויס)

אנגעקומען מאנטאג פארטאגס אין עירפארט, א חשובה איד פון לאנדאן וואס טוט קאר סערוויס מיטן נאמען גוטמאן (נאמבער אין אישי) האט אונז אויגעפיקט אין געטראגן צום האטעל (נ.ב אנקומען אינדערפרי מיינט געווענטליך זיין אין טרעפיק אויפן וועג) די וועג האט גענומען בערך איינעס אין א האלב שעה
עס איז אינטערסאנט ארויסצוברענגען אז אפאר אידן האבן געפערגט פארוואס איך האב גענומען א איד וואס איז געווענטליך טייערער אבער נאכן נעמען א נישט אידישע קאר אויפן וועג צוריק האב איז געזען אז מען רעדט פון אפאר פונט א חילוק אין איינוועגעס מקיים געווען א מצוה.

איינגעשטאנען זעמיר אין די קדומה האטעל אין סטענפארט הילל, זיך לעצטענס זייער שיין איבערגעמאכט מיט זייער שיינע שטובער (די האלוועי מעג נאך האבן א תיקן)
https://www.146pah.com/

געדאוונעט שחרית האמיר אין 86 ווי עס איז געווען אינטערסאנט אנצומערקן אז כמעט גארנישט האט זיך נישט געטויש פון מיין פאריגע באזוך פון זיבן יאר פריער חוץ א געיט ביי די מקוה.

פת שחרית די ערשטע טאג האבן מיר געקויפט ביי Grodzinski ממש לעבן די האטעל, גאנץ גוט געווען אבער אלעס אמעריקאנער בינעך נישט משוגה געווארן פאר די פרישטאג, די קעיקס איו קאקיס זענען יא גוט געווען, די אנדערע טעג האב איך געקויפט ביי עפעס א געשפעט גערופן MilkPod געווען אביסל שווער צו טרעפן די ערשטע מאל, א קליינע געשפעט אין א בעיסמענט אויף די גרויסע סטענפארט גאס, אבער איין מאל איך בין דארט געווען האט זיך אלעס געלוינט.

פארנאכטס האמיר געדאווענט מנחה מעריב אין 26, דא האב איך געשטוינט צו זעהן ווי סאך די בית מדרש האט זיך געטוישט מיט די צוגעקומענע היכל התורה, באמת געווען א געשמאק צו זיצן דארט.

זייענדיג אין סוף חודש טבת איז געווען אינטערסאנט צו זעהן ווי אזוי עס זעט אויס ווען ותיקין איז אכט אזייגער עפעס וואס איז זייער מעגליך אז אונז אין ניו יארק קענען נאך איין טאג האבן, אין די זמן מעריב איז אויך געווען זייער פרי, (געדענק נישט די צייט אויף די מינוט)

נאכן זיין דארט אפאר טעג האב איך אויפגעכאפט אז איך זע נישט קיין צעטלעך פון וואכטנאכט'ס נאר פון ברית'ן (אפשר קען איינער פון די לאנדענע מסביר זיין פארוואס)

די ערשטע טאג זייענדיג נאך אויסגעמושעט זעמיר געגאנגען מיט די טרעין (דארף אן עקסטרע שמועס ווי אינטערסאנט די עולם לעבט מיט די פובליק טראנספערטאציע) צו די בריטיש מועזים, נישט געווען צו אינטערסאנט אבער פונקט גוט פאר א שטילע פלאץ מיט אסאך היסטאריע.

מיטוואך זעמיר אויפגעשטאנען פרי אין געדאווענט מיט ותיקין (פילט זיך גוט 8 אזייגער ותיקין) אין גענומען די וויקטאריע טרעין צו די באקאנטע לאנדענע פאלאץ צו די טויש פון די גארדס פאראדע, געווען זייער שיין צו זען לייוו, אגב די גארדס זענען געגאנגען אנגעטוהן פערפול אין נישט רויט ווי באלד אז איז געווען ווינטער (באמת גלייב אז זומער האט א איד נישט וואס צו זיכן דארט) פון דארט האמיר גענומען די Jubilee (ווייס נישט ווי אזוי צו ספעלן אין אידיש) טרעין צו ערגעץ ווי עס איז דא קעבל קארס וואס פארט אריבער די וואסער געווען גאנץ אינטערעסאנט, לעבן די אריינגאנג איז דא אזא שטיקל וואס מען קען אנרופן א מועזים, געווען טאקע אינטערעסאנט צו זען ווי די געוועזענע מעיאר פון לאנדאן פון 2012 באריס זשאנסאן (איינער געדענקט אים נאך) איז געווען דער וואס האט אנגעפירט די בויען. דערנאך האמיר נאכאמאל גענומען די Jubilee טרעין צו די לאנדאן בריק ווי מיר האבן שפאצירט לעבן וואסער אויפן וועג צום טאווער בריק, מיר האבן זיך אפגעשטעלט ביים מלחמה שיף וואס שטייט דארט אויפן וואסער (דערמאנט מיך די נאמען פון די שיף) געווען זייער אינטערעסאנט צו זען ווי אזוי מלחמות אריינגערעכנט די צווייטע וועלט קריג איז די שיף געווען א חלק. דערנאך האמיר גענומען די 149 צוריק צום היימישע געגענט צו כאפן מנחה מעריב.

געהאט א חתונה אין די בעלזע ישמח משה זאל, געווען אינטערעסאנט מיטצוהאלטן א חתונה אין די פרעמד, נישט צופיל אנדערש ווי אין אמעריקע אבער דאך אפאר זאכן וואס האט מיך געכאפט א שטייגער ווי די מענעזשער געבט זיך אפ מיט געטריי שאפט וואס מען זעט נישט איבעראל, אפילו יעלה ויבא האט ער זיכער געמאכט אויסצורופן ביי מעריב.

דאנערשטאג האמיר גענומען די צייט צו באזוכן א משפחה מיטגלידער אין די שכנותדיקע מאנשטעסטער, זיך געלאזט וואויל גיין מיט אן ערשטע קלאס טיקעט פאר 25 פונט אין צוויי שעה שפעטער מיט א באן וואס פארט צומאל 125 מייל א שעה זעמיר אנגעקומען בשלום געדאווענט מנחה מעריב אין שטאטישע שול אין אריין געקוקט אין ביידע סאטמערע בתי מדרשים אין אויכט מצרף געווען א מעריב אין א אלטע היים שול אין איך בין נאך אלץ אויף די זעלבע גאס.

שבת האט לאנדאן געהאט די זכיה צו האבן סוקלען רבי פון ירושלים ווי וויזניץ רבי האט אים געגעבן זיין שול צו פראווען אין ער איז געפארן אינדעראויסן פון שטאט פאר שבת, איך אלטס איינער וואס איז געווען פאר א שמחה האב נישט געהאט די זכיה צו זיין דארט.

זונטאג אזוי די פליגער האט געהאט א דריי שעה דילעי זענען מיר געגאנגען צום גרויסן לאנדאן אויג וואס איז אגב געווען פארמאכט פאר די חודש אבער גענומען די שיף דארט אויפן פלאץ אויף א רייזע ארום די געגענט וואס איז געווען גאנץ אינטערעסאנט, אויך האמיר שפאצירט ביז אינמיטן די בריק וואס פירט צו די פארלאמענט געביידע וואס איז באקאנט מיט די גרויסע זייגער אויפן שפיץ, אינמיטן בריק האט מיך אפגעשטעלט איינער נישט משלנו געזאגט האט ער אז ער קומט פון מאראקא (גיי ווייס) מיך זייער שטארק געבעטן פאר א בילד צוזאמען, סא אויב זעט איינער א בילד פון א נישט היימישער מיט א חסידישער אינגערמאן אין פון די בעיק זעט מען די לאנדאן אויגעלע שיקט דאס ביטע אין אישי.

זונטאג נאכט האמיר זיך געהויבן צוריק קיין אמעריקע אין ווען איך האב געטרייט צו באקומען געלט פון united פאר די דילעי ווי די געזעץ אין ענגלאנד לויטערט האבן זיי געזאגט אז די פליגער האט געלאנדערט מיט פופצן מינוט ווייניגער ווי פיר שעה סא געבען זיי מיר 15000 מייל, שוין אויך עפעס.

אויב האט איר הנאה געהאט ביטע געבט א לייק 👍
איך טראכט נאך וואס צו שרייבן...

קומט אין אישי
אנדערער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2225
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אקטאבער 31, 2023 9:41 pm
x 2369

Re: נייעס פון לאנדאן

פאוסט דורך אנדערער »

הערצל זעליגקאוויטש האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 28, 2024 8:44 pm
מערקבאר האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 28, 2024 7:28 pm
הערצל זעליגקאוויטש האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 28, 2024 7:01 pm די מרא דאתרא פון עיר הבירה לאנדאן איז אריין געפירט אין שפיטאל אין א קריטישע צושטאנד. ביטע מתפלל זיין פאר ר' משה חיים אפרים בן חנה גיטל לרפ"ש
אוי וויי וואס איז די מעשה?
מען האט אים נעכטן אריין געפירט אין שפיטאל נאכן פארלירן באווייזטזיין ביי אים אינדערהיים ער ברויך אסאך רחמי שמים
נייעס?
אוועיטער
א קלער
מנהל המערכת
פאוסטס: 293
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יוני 28, 2023 4:51 pm
x 111

Re: נייעס פון לאנדאן

פאוסט דורך א קלער »

@לך לך יעצט באגעגנט דיין באריכט זייער שיין.
איידער איך שרייב געב איך א קלער, ווייל פארעכטן איז צו שווער
שרייב פאוסט