מקען פארקנאקן אייפי אדרעסן און יעדעס ניק וועט אים קאסטן א דעווייס.ריכטיג האט געשריבן: ↑מיטוואך יולי 19, 2023 11:12 amמה הועילו רבנן?מסתמא האט געשריבן: ↑מיטוואך יולי 19, 2023 10:33 am רבותי, סאיז געווען היץ אויף די הנהלה וועגן די שמועס ובפרט די וועג וואו סאיז געפארן. כווייס בבירור אז די ניקס וואס האבן דא אריינגעטשעקט זענען נישט די סיבה פון די מעקעריי.
אויב וויל מען עכט ארויסהאבן די גיידליינס איז עס זייער קלאר, כ”ז די שמועס פארט ערוואקסן און רעספעקטפול סיי פאר א דעת תורה און סיי בין אדם לחבירו וועט עס נישט פליען. ווען א קטן בדעת נעמט זיך טראגן די שמועס צו די הרי אררט דאן וועט אלעס מוזן מיטגיין. נו א”כ וואס א חילוק פון דא צו אייוועלט? פשוט ביותר, מגיבט דא נישט צופיל טשענסעס פאר ניקס צו טראלן, יעדער ניק וואס פירט אראפ א שמועס וועט פליען. אוואדע הכל לפי המקום והזמן. אין אונזער קעיס איז טאקע עמיצער געווארן פארשפארט.
סוף פסוק, סאיז נישט קיינעמס שולד אז די שמועס איז אזוי אראפגעפארן און סאיז גענומען געווארן שריט דאס זאל נישט נאכאמאל פאסירן, נעמליך א ניק איז פארמאכט געווארן.
ניין כבין נישט אין די הנהלה באיזה אופן שהיא, בס”ה האב איך געהאט א שמועס מיט א מנהל וואס האט עס מיר מסביר געווען בטוב טעם ודעת.
מ'קען דאך עפענען ניקס לרחצה, און דאן יעדע שמועס וואס גייט נישט זיין וועג, גיבט ער א טראל, ותמות נפשי עם פלישתים?
כקלער אז ווען די שטויב זעצט זיך וועט מען גיבן א פרישע טשאנס צו רעדן. בקיצור, מדארף צימאל מאכן א סטאפ צו א שמועס אבער עמיצער וועט באצאלן א פרייז דערפאר. נישט בתורת שטראף נאר בתורת טובת המקום.