היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!

נייעס אין אונזער קווארטאל
אמת
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 241
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 12:57 pm
x 258

היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך אמת »

אין די טעג גייט אן די קאמפיין צו קויפן פייער טרעקלעך פאר די נייע אפגעהיטענע ערליכע, פייער דיפארטמענט, נייעס און אפדעיטס קומט דא אריין!
אוועיטער
אני-הק'
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 326
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 4:13 am
x 190

Re: היימישע פייער דיפארטמענט אין מאנסי שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך אני-הק' »

אמת האט געשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 5:41 pm אין די טעג גייט אן די קאמפיין צו קויפן פייער טרעקלעך פאר די נייע אפגעהיטענע ערליכע, פייער דיפארטמענט, נייעס און אפדעיטס קומט דא אריין!
פייער טראק'ס, און אלע כלי מכשירים, ערליך, אידיש, לעגאל, סעיפטי,
און אויך לעשער-העליקאפטער'ס פאר ווער ס'איז געוווען ביי די נעכטיגע אסיפה..
אני הק' - קטן הרוצה להיות קדוש

איך פרוביר נישט זיך אראפזעצן "ביי א גוישן טישל" קיינמאל,
אמת
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 241
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 12:57 pm
x 258

Re: היימישע פייער דיפארטמענט אין מאנסי שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך אמת »

אני-הק' האט געשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 5:43 pm
אמת האט געשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 5:41 pm אין די טעג גייט אן די קאמפיין צו קויפן פייער טרעקלעך פאר די נייע אפגעהיטענע ערליכע, פייער דיפארטמענט, נייעס און אפדעיטס קומט דא אריין!
פייער טראק'ס, און אלע כלי מכשירים, ערליך, אידיש, לעגאל, סעיפטי,
און אויך לעשער-העליקאפטער'ס פאר ווער ס'איז געוווען ביי די נעכטיגע אסיפה..
איז דא ערגעץ די דרשות?
אוועיטער
אני-הק'
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 326
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 4:13 am
x 190

Re: היימישע פייער דיפארטמענט אין מאנסי שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך אני-הק' »

אמת האט געשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 5:44 pm
אני-הק' האט געשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 5:43 pm
אמת האט געשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 5:41 pm אין די טעג גייט אן די קאמפיין צו קויפן פייער טרעקלעך פאר די נייע אפגעהיטענע ערליכע, פייער דיפארטמענט, נייעס און אפדעיטס קומט דא אריין!
פייער טראק'ס, און אלע כלי מכשירים, ערליך, אידיש, לעגאל, סעיפטי,
און אויך לעשער-העליקאפטער'ס פאר ווער ס'איז געוווען ביי די נעכטיגע אסיפה..
איז דא ערגעץ די דרשות?
וועט מסתמא זיין
אני הק' - קטן הרוצה להיות קדוש

איך פרוביר נישט זיך אראפזעצן "ביי א גוישן טישל" קיינמאל,
אוועיטער
אני-הק'
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 326
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 4:13 am
x 190

Re: היימישע פייער דיפארטמענט אין מאנסי שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך אני-הק' »

איך זוך נישט סתם אזוי צו ברענגען פון אנדערע פלאטפארמע'ס
נאר דאס קען מען נישט אויסלאזן:

פייער פייטער" https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.p ... 0#p4461280]
בעזהשי"ת

[/align]לקראת דאס וואס מ'גרייט זיך אויף גאר גרויסע טעג בקורת ימי מצילי אש, נעם איך מיין פעדער אין די הענט, און איך וועל פראבירן עד כמה שידי יד הכה מגעת צו קענען ארויסברענגען מיינע געפילן און מחשבות אויפן פאפיר, אויף וויפיל ס'איז שייך זיך צונויפרעדן כדבר איש אל אחיו אז מ'זאל פארשטיין די גרויסקייט פון די יעצטיגע טעג, און די קריטישע ווענדפונקט ווי מצילי אש שטייט יעצט, און וואס ס'איז צום האפן אז כלל ישראל וועט טוען די נויטיגע שריט אז מצילי אש זאל ווייטער מצליח זיין, און אויסשטייגן אלץ א פולקאמער שטאנהאפטיגער ארגאנעזאציע וואס דינט די יהדות החרדית אינעם עיר התורה מאנסי, אין אלע זייערע צרכים אנבאלאנגט פייער סעיפטי וכדומה, על דרך התורה הסלולה לנו מדור דור.

וואס הייסט אן אינוועסטמענט?

ווען א מענטש זאל צוזאמנעמען וואס הייסט אן אינוועסטמענט, וועט ער אלץ זעהן אז דאס קומט מיט א ריסק, ווי קלענער די ריסק אלץ קלענער וועלן זיין די רוחים. לדוגמא, ווען ביט-קוין איז ארויסגעקומען, איז געווען זייער א לאנגע תקופה וואס מ'האט געקענט קויפן עטליכע ביט-קוין אונטער א דאללער, אזוי אז איינער וואס האט אריינגעלייגט הודערט דאללער אינעם ביט-קוין אין עס ארויסגענומען ווען ס'האט געהאלטן ביי זעכציג-טויזנט-דאללער איז געווארן א גביר אדיר פון דעם, איינער וואס איז געווען סקעפטיש אינעם גאצן ביט-קוין און ער האט נאר אינוועסטעט ווען ביט-קוין האט שוין געהאלטן ביי צעהן-טויזנט-דאללאר א שטיק, און דעמאלסט האט ער אריינגעלייגט טויזנט-דאללאר, הגם ער האט מער איינגעשטעקט ווי דעם ערשטן, אבער אפילו ווען ביט-קוין איז געווען די העכטע האט ער נישט געמאכט מער ווי אפאר טויזנט-דאללער רויח, דאס הייסט אז הגם ער האט אריינגעשטעקט מער געלט אינעם שפיל, אבער היות ער איז אריינגעקומען שפעטער אינעם געשעפט, איז זיין טשענסעס פון הפסד ווייניגער, זענען זיינע רוחים פיל ווייניגער.

חז"ל זאגן אונז שוין אז איינער פון די זאכן וואס זענען מכוסים מבני אדם איז שאין אדם יודע במה משתכר, א מענטש קען נישט וויסן וועלכע סחורה וועט ארויף גיין די פרייז און וועלכע וועט פאלן, ווייל זאלן ווען די מענטשן וויסן וואלט מען דאך נישט געקענט טוען קיין מסחר, ווייל יעדער וואלט געוואלט אינוועסטן אינעם זעלבן מסחר, אין דאס וואלט אפגעהאלטן מענטשן פון צו קענען טוען ביזנעס.

יעצט ווען א מענטש מאכט זיך א חשבון אז די חכמה פון אינוועסטן איז דווקא ווען די ריסק איז גרויס, קומט אויס אז מ'דארף מפזר זיין אסאך געלט אזוי אז ערגעץ זאל מען מצליח זיין אין א מסחר, ווייל מצד שני איז דאך די גזירה מן השמים אז מענטש זאל נישט וויסן וועלכע זאך וועט ארויפשפרינגען אין פרייז, אזוי אז מ'זאל אינוועסטן, איז וואס איז די גדר, ווען דארף מען אינוועסטן, און ווען הייסט מ'ווארפט זיך מיט געלט סתם אין דער וועלט אריין, אין ס'קען טאקע זיין אז די משוגעת געלונגט אמאל און מ'מאכט אפאר דאללער.

באמת איז זייער שווער צו זאגן א כלל אין דעם, ס'ווענט זיך אין יעדע סארט מסחר און אין יעדע סארט אינוועסטער, די אינוועסטער דארף זעהן אז די סכום געלט וואס ער איז גרייט אריינצושטעקן איז גענוג קליין אז ס'לוינט אים אריינצולייגן אין די געשעפט, און אז ס'איז דא גענוג סיבה צו גלייבן אז ער וועט האבן א רויח דערפון, ס'וועט אלץ בלייבן א ריסק, ווייל אן קיין ריסק מאכט מען נישט קיין רויח, אבער מ'דארף זיכער מאכן אז ס'איז א לעגיטימע געשעפט און אז ארום און ארום שטימט אלעס, און דעמאלסט לוינט זיך איינצושטעקן געלט אינעם געשעפט, און מ'דארף האפן צום באשעפער אז די געשעפט זאל מצליח זיין און מ'זאל ארויס מיט רויח.

אינוועסטן אין א מוסד

ווען ס'קומט צו געבן געלט פאר א מוסד מאכט א מענטש די זעלבע חשבון, קיינער וויל נישט געבן קיין געלט על קרן הצבי, קיינער וויל נישט געבן קיין געלט פאר א מוסד וואס מאכט א קאמפיין אין נאכדעם געוואר ווערן אז ס'איז קיינמאל נישט פארהאן אזא ארגאנעזאציע, און די געלט איז געגאנגען פאר עטליכע יחידים אין טאש, ווי אויך וויל קיינער נישט געבן קיין געלט פאר א מוסד וואס האט געקלערט פון זיך עפענען, און למעשה נאך א איר איז עס אריינגעפאלן אין חובות, אין למעשה נישט ארויס מכח אל הפועל.

מצד שני וויל יעדער אז זייער געלט זאל מאכן די שטערקסע אימפעקט, יעדער ווייסט אז אלע חלקים פון א ביהמ"ד איז הייליג אין וויכטיג, און מ'קען נישט האבן קיין ביהמ"ד נאר פון אן ארון קודש, אבער ס'וועט אלץ זיין גרינגער צו טרעפן א נדבן פארן די ארון קודש ווי פאר די אנדערע חלקים פונעם ביהמ"ד. און אזוי איז ביי יעדע זאך, הצלה וועט שנעלער טרעפן א נדבן פאר א הארץ מאשין ווי פאר גאוז פעדס, וכהנה וכהנה.

די גמרא זאגט אין מסכת ברכות לעולם ישכים אדם לבית הכנסת כדי שיזכה וימנה עם עשרה הראשונים שאפילו מאה באים אחיו קיבל עליו שכר כנגד כולם, דאס הייסט א מענטש זאל משתדל זיין צו זיין פון די צעהן ערשטע אין ביהמ"ד, ווייל די ערשטע צעהן וואס קומען אין ביהמ"ד באקומען שכר אזוי ווי אלע וואס קומען נאך זיי. די ביאור דערפון זאגט די מהרש"א איז וויבאלד ווען ס'איז דא צעהן מענטשן איז די שכינה, קומט אויס אז די עשרה הראשונים זיי האבן מחדש געווען אז די שכינה געפונט זיך אין ביהמ"ד, די איבריגע דאווענען סך הכל מיט מיט די צעהן וואס האבן שוין געברעגנט די שכינה, קומט אויס אז זיי זענען גארנישט מחדש מיט זייער השתתפות.

לפי זה קומט אויס, און אזוי זאגט אויך די שכל הפשוט, ווען א מוסד האלט אין איר גרינדונג שטאפלען איז די וויכטיגסטע אין בעסטע צייט צו איר געבן געלט, ווייל מיט די געלט וואס די מוסד שטעלט זיך אוועק, דאס איז די יסוד אויף לאנגע יארן, ווען די מוסד שטייט שוין געבט די געלט אויף וויפיל געלט דאס איז.

לאמיר נעמען א דוגמה, ווען הצלה האט זיך געגרינגעט, האט מען געשאפט געלט פאר אן הצלה טראק, די ערשטע הצלה טראק האט געקאסט זיבעצן-טויזנט-דאללער, מ'האט עס געשאפט דורך נדבות וואס מ'האט געקלאפט פון טיר צו טיר, דער וואס האט דאן געגעבן פינף-הונדערט-דאללער האט געגעבן א גרעסערע שטיפ פאר הצלה ווי דער וואס גיבט היינטיגע טעג פופציג-טויזנט-דאללער. און די זכות וואס דער וואס האט געהאט א חלק אין די ערשטע טראק איז קאי וקיים לעולם, ווייל אויב וואלט הצלה נישט מצליח געווען אין אירע ערשטע יארן אהערצושטעלן א פולקומער הערליכע ארגאנעציע וועגן געלט סיבות, וואלט עד היום נישט געווען קיין הצלה, און ווער ס'וואלט פראבירט צו מאכן אן הצלה וואלט מען אים אפגערעדט מיטן טענה אז אנדערע האבן שוין פראבירט, אין ס'איז א שאד די צייט און כח פאר א זאך וואס וועט במילא נישט געשעהן.

איז הגם מ'קען בכלל נישט אוועקמאכן סיי וועלכע נדבה פאר סיי וועלכע וואוילטעטיגע ארגאנעזאציע, איז אבער א נדבה פאר א ארגאנעזציע וואס האלט אינמיטן זיך אוועקשטעלן אן אינוועסטמענט אויף לעולם, דאס טראגט די ארגאנעציע אויף א העכערע לעוועל, און דאס איז מחדש אינעם ארגאנעזאציע, אין דאס מאכט אז מ'זאל נאכמאכן די ארגאנעזציע אין אנדערע שטעט, אין ווי געברענגט פון מהרש"א אז ווען איינער איז פון די ערשטע וואס זענען מחדש די זאך, האט ער א חלק און ער באקומט שכר כנגד אלע וואס קומען נאך אים, הגם זיי טוען די זעלבע זאך ווי אים, נאר היות זיי זענען נישט מחדש אין די עצם זאך זענען זיי נישט פון די עשרה ראשונים.

וואס איז די ריסק?

יעצט ווען מ'רעדט פון אן אינוועסטמענט, דארף מען אינאכטנעמען די ריסק, וואס ווי געשמועסט אויב איז נישט דא קיין ריסק איז נישט עס נישט קיין אינוועסטמענט בכלל, אבער אויב די ריסק איז צו גרויס הייסט עס שוין נישט קיין אינוועטסמענט נאר המפזר מעותיו על קרן הצבי, ווי גרויס זענען די טשענסעס אז ס'זאל מצליח זיין, אז מ'זאל וויסן וויפיל געלט ס'לוינט זיך איינצושטעקן אין די מקח, איז לאמיר פראבירן צו דערגיין וואס איז דאס מצילי אש און ווי צילט מען, וואס זענען די גאולס, און וואס זענען די מעגליכקייטן זיי צו ערייכן.

אזוי ווי מ'פארשטייט אין יעדע ביזנעס דארף מען זיך אריינלייגן אין די אינ"ס-ענ"ד-אויט"ס פון די ביזנעס, יעדע ביזנעס אין זיין פעלד וואס ער טוט, אדורך גיין די היסטאריע פון די זאך וואס איז די מקור, פון ווי קומט עס וואס איז די פלאן, און צו קען די פלאן צושטאנד קומען. נישט אלעמאל קען מען האבן ממש די ביזנעס וואס מ'וויל ערצייגן, בפרט ווען מ'וויל ערצייגן א שפאגל נייע ביזנעס, וועט מען עס מוזן צושטעלן צו אן ענדליכע ביזנעס און אזוי מאכן די חשבונות, צו ס'איז מעגליך אוועק צושטעלן אזא ביזנעס, און צו ס'וועט זיין רוחים, און דער וואס וועט מחליט זיין א ס'לוינט אים צו נעמען די ריסק נאכדעם וואס ער האט אדורך געטון די גאנצע פיקטשער פון אלע זייטן, דער וועט ארויסקומען מיט גרויסע רוחים, ווייל ער איז א מחדש פון א נייע ביזנעס.

ווען מ'רעדט מיט מענטשן בנוגע מצילי אש, בפרט ווען מ'רעדט בנוגע געבן געלט פאר מצילי אש זאגן זייער אסאך אז זיי זענען נישט גרייט צו געבן יעצט גרויס-געלט, ווייל ס'איז א קאנטערוועש"ל ארגאנעזאציע, ווען ס'וועט זיין אוועקגעשטעלט דעמאלסט וועלן זיי געבן. באמת איז די אויסדריק Controversial, נישט ריכטיג, די ווארט איז ס'איז עקספערעמענט"ל, דאס הייסט מ'האלט אינמיטן אויספראבירן אויב אזא ארגאנעזאציע קען מצליח זיין, דאס הייסט ס'איז נאך דא א ריסק אז די ארגאנעציע זאל נישט ערפילן דאס וואס זי וויל, דאס הייסט ווער זאגט אז מ'וועט קענען אהער שטעלן א היימישע פייער דעפארטמענט און במילא ווער זאגט ס'לוינט זיך צו שטיצן אזא זאך, אפשר וועט גארנישט ווערן דערפון.

איז ווי געזאגט כדי צו זען אויב ס'לוינט זיך צו אינוועסטן אין אן ביזנעס דארף מען אינאכט נעמען ווי גרויס די ריסק איז און ווי גרויס איז די טשענסעס מצליח צו זיין, און נאר אזוי קען מען מחליט זיין אויב מ'זאל אינוועסטן, אזי לאמיר טוען אזוי מיט מצילי אש, לאמיר זען ווי גרויס איז די ריסק און וואס זענען די רוחים פון די וואס זענען זיך משתתף אין די התיסדות פון מצילי אש.

איז צו נעמען די ארגאנעזאציע מצילי אש און עס אהער שטעלן פארן ציבור מיין איך וואלט געווען די מערסטע כדאי אדורך צוגיין די ימי ההתיסדות, און זעהן וואס איז שוין געשעהן ביז היינט, ווי האלט מצילי אש אין די יעצטיגע טעג אין ווי טראגט מען עס ווייטער, און איבערהויפט וואס איז די ענדגילטיגער ציל פאר מצילי אש.

איך מיט די פייער דעפארטמענט

היינט צו טאגס קען אפשר אויסקוקן ווי איך מיט מצילי אש גייען צוזאמען, מיין שכן מאכט א שמחה, איך גיי אריבער אויף עטליכע מינוט, באלד קומען צו אפאר אידן וואס איך קען זיי בכלל נישט, אין הייבן אן צו שמועסן מיט מיר בנוגע די פייער דעפארטמענט מצילי אש, ומענין לענין אלעס אנבלאנגט פייער סעיפטי. מיין פעטער מאכט א קידוש אין א ביהמ"ד וואס איך בין נישט אריין זייט פריערדיגע מאל ער האט געמאכט א שמחה, און עטליכע אינגעלייט קומען צו צו מיר און ווילן פארשטיין וואס טוט מצילי אש און ווי האלט עס.
בקיצור ס'קוקט אויס ווי כאילו איך מיט די פייער דעפארמענט גייען צוזאמען שוין יארן, כאילו מיין משפחה זענען פייער לעשער שוין פאר דורות.

די אמת איז איך האב קנאפע שייכות געהאט מיט די פייער דעפארטמענט ביז פאר צוויי יאר צוריק, זאל מיר ווען איינער זאגן דעמאלסט אז גאר אינגיכן וועל איך לויפן אויף קאלס און לעשן פייערס, וואלט איך אים געזאגט לייג דיר צוריק אויף די אנדערע זייט, אין קום צו מיר ווען די ביסט אויסגערועט.

איך בין געווען אן דורכשניטליכער אינגערמאן, געוואלט זיין 'נארמאל' ווי ווייט מעגליך, איך האב געהאט די זכיה אלע יארן ארויסצוהעלפן מיין טאטע זאל זיין געזונט, אבער דאס איז געווען בעיקר צו מעסטן תחומין, ארויסגעבן ספרים וכדו'.

וואס האט פאסירט איז אז די פייער דעפארטמענט האט זיך דערזעהן אין א פראבלעם, זיי דעקן א היימישע ציבור, אין ס'כמעט נישט דא קיין גוים אינעם געגענט, פרייע איז אויך דא היבש ווייניג, נו אז זיי דארפן פרישע מעמבערס זענען זיי און א פראבלעם, אויב די ציבור וואס זיי סערווירן קען קומען זיין קען מעמבערס האבן זיי נישט גענוג דעקונג.

זיי האבן אויפגענומען א מארקעטער וואס זאל זיי מארקעטן ביים היימישן ציבור, קודם מיטן זיך אדווערטייזן אין אידיש, און דערנאך ביים זיך רופן אויף זייערע צעטלעך 'אונזערע' פייער דעפארטמענט, אויף די צעטלעך ערב פסח איז געשטאנען 'אזוי ווי די פייער לעשער זענען טייל פון אונזער ציבור אין ביי זיי איז אויך ערב יום טוב זאל מען זיי נישט שטערן'. איך ווייס נישט וויפיל אידן האבן אכט גענומען אויף די זאכן, אבער מיין טאטע און איך האבן אלץ געזעהן דאס, אין ס'האט אונז געשטערט, איך האב דאס אלץ געוויזן פאר מיין טאטע און פאר אנדערע אידן, אונז האבן פארשטאנען זייער כוונה, אז זיי ווילן זיך היימיש מאכן מיטן ציבור, אזוי אז היימישע אינגעלייט זאלן זיך איינשרייבן ביי זיי, און אונז האבן אלץ געהאלטן אז זייערע עדווערטייזמענטס זענען סם המות ממש, מיטן כוונה אריינצוברענגען היימישע אינגעלייט און בחורים ביי זיי אין שמד-שמעלץ-טאפ.

דאס אלעס איז אנגעגאנגען אזוי פאר עטליכע יאר, אין חוץ אפאר באמארקונגען פאר אפאר חברים דא און דארט האבן אונז גארנישט געטוען למעשה. ביז ס'איז געקומען די שענדליכע עד פון די פייער דעפארטמענט, דאס איז געקומען אין א פארעם פון א צוויי פולע פעידזש עד, וואו ס'איז געשטאנען באריכות אז אזוי ווי ס'איז נישט קיין שום בושה פאר א היימישע אינגערמאן צו זיין א חלק פון הצלה און פון חברים, און אזוי ארום העלפן אידן, דארף נישט זיין קיין שום בושה אריינצוגיין אינעם פייער דעפארטמענט און אזוי ארום ארויסהעלפן אידן, ובנוסף לזה שטעלט זיך די פייער דעפארטמענט צו צו די אידישע צרכים אז מ'קען דינען אין די פייער דעפארטמענט מיט א פולע בארד....

ווען איך האב דאס געזען אום מיטוואך פרשת כי תצא תשפ"א איז מיין בלוט ארויף אין קאפ, מ'אדווערטייזדט שמד ממש אין היימישע אויסגאבעס, מ'רופט היימישע אינגעלייט זאלן קומען זיין א חלק פון א קאמפאני וואס זענען מחלל שבת בפרהסיא באופן מבוהל מאוד, תערובות אנשים ונשים קומט פאר אויף די נידריגסטע שטאפלען, בנוסף צו די פולע שמועות מבהילות בנוגע שכרות און דראגס וואס קומט דארט פאר, ס'איז א מקום מוכן לפורעניות אויפן הארבסטן אויפן, און מ'זאגט גאר אז מ'זאל קומען זיך איינשרייבן ווייל זיי לאזן אריינקומען מיט א בארד.

דאס אז די פייער דעפארטמענט איז אזא פלאץ, האב איך אלץ געוואוסט פון אלץ קינד, ס'קען זיין ווייל איך בין א מאנסי'ער געבוירענע, אדער גאר ווייל איך האב געוואוינט אויף האומסטעד אלץ קינד. למעשה שפעטער ווען איך בין ארויס אויפן הסברה מיסיע האב איך באמערקט אז נישט יעדער איז עומד ווי הארב די פלאץ איז, און אפילו ווען מ'ליינט מיינע צעטלען האלט מען איך בין מגזים אדער איך האב עפעס א סיבה אויפצובלאזן געוויסע חלקים פון זייערע מעשים, ליידער האט די מציאות אזוי געוויזן אז זייער אסאך פון זייערע מעשים קומען אן צו מיינע אויערן צוליב מיינע פעולות וואס איך טוה, און יעדעס מאל איינער האלט מיט א מעשה וואס ער זעהט מיט די אויגן האלט ער מיר פאר פארוואס איך בין נישט גענוג מפרסם זייער מעשים תעתועים, די מציאות איז אז אן ערליכע איד קען נישט מקבל זיין און קען נישט עומד זיין אז א צווייטער טוט שלעכטס, און אז דאס איז די מציאות כמו שהוא.

האמת אגיד, איך פלעג שרייבן די אלע מעשיות בתורת עדות, איך האב געשריבן נאר נאכן מברר זיין ביי עטליכע אידן וואס זענען אנוועזנד געווען ביים מעשה, אין לויט דעם האב איך געשריבן, און אפילו הכי ווען איך האב עס געזען מיט די אייגענע אויגן האב איך ממש נישט געקענט קומען צו זיך מרוב הבהלה.

ס'איז געווען ליל שבת קודש פרשת וירא תשפ"ג לפ"ק העעל"ט, איך האב געהאלטן אין מיטן די סעודה מיט די קינדער, מ'האט דעמאלסט געזינגען די ניגון משוך נועם יראתך, און די פייער אלארעם האט זיך צופיפן, די קינדער האבן זיך דערשראקן, איך בין אויפגעשפרינגען צום קאך זעהן אויב אלעס איז בסדר ביים בלעך, דערנאן בין איך ארויס אינעם טרעפן ציממער זיכער צו מאכן אז אלעס איז בסדר ביי מיינע שכנים, און נאכן אריבער גיין אלע חלקים פונעם הויז און מברר זיין אז ס'איז נישט דא קיין שום סיבה פארוואס די אלארעם האט זיך אנגעצינדן, איך האב בארואיג מיינע קינדער און איך האב ממשיך געווען מיט מיין סעודה.

נאך בערך א האלבע שעה האב איך געענדיגט די סעודה, און געזעהן אז מ'קען נישט אזוי לייגן שלאפן קיין קינדער, בין איך ארויס כדאי צו גיין רופן א גוי, ווי נאר איך האב געלייגט מיין הענט אויפן הענטל פונעם טיר האט זיך די אלארעם פארלאשן. איך האב אריינגעלייגט מיינע קינדער אין בעט און זיי געלייגט שלאפן. איך בין ארויס אריבער געגאנגען צו א שלום זכר, נאך בערך א דריי-פערטל-שעה בין איך אהיימגעקומען און געזעהן אז מיין גאנצע משפחה שטייט אינדרויסן פונעם הויז ווייל די אלארעם קלונגט, נאכן ווארטן בערך נאך א שעה בין איך געגאנגען רופן א גוי, ווען די גוי איז געקומען האט ער עס פראבירט אויסצולעשן און ס'איז נישט געגאנגען, האט ער פון זיין פריוואטע אינציטאטיוו גערופן ניין-וואן-וואן, ווען איך האב געזעהן אז ס'פארן קארס צו די פייער גאראדזש, און איך האב עומד געווען אז מ'קומט צו מיין אלארעם בין איך ארויסגעלאפן פון מיין הויז, איך האב מיר געשטעלט אינטן [איך האב געמיינט אז לעגאל האבן זיי א רעכט אריינצוקומען אפילו אן מיין רשות].

ווען זיי זענען אנגעקומען איז געווען א ריזיגע סענזאציע, א פייער טראק עלעווע ביינאכט פרייטאגס צו נאכטס איז נישט קיין יעדן טאגיגע ערשיינונג, אין די גאס איז געווארן אנגעפילט מיט קינדער און בחורים באקוקען די טראקס, פון די צוויי פולע טראקס זענען ארויסגעקומען פולע אידן, טייל פון זיי מיט בארד און פיאות, און די קליינע קינדער האבן געיובלט פון פרייד, און איך בין געשטאנען געפרוירן אויף די מראה וואס איך זעה.

נאכדעם וואס זיי זענען אריין אין מיין הויז, און געקוועטש אלע קנעפלעך, ארויסגעריסן א סמואק אלארעם פון די דאך [סותר דאורייתא], זענען זיי אראפ געקומען אינטן און געבעטן צו רעדן צום בעל הבית פונעם דירה, מ'האט זיי צוגעוויזן אז איך בין די בעל הבית, און זיי זענען צוגעקומען צו מיר פארלאנגענדיג אז איך זאל עפענען די בוילער רום פאר זיי, איך האב זיי געזאגט "איך רעדט נישט מיט קיין מחלל שבת", און איך האב אויסגעדרייט מיין ריקן צו זיי [און פלא'מדיג ס'איז דא א בילד פון דעם...], זיי זענען געגאנגען צו אן אנדערע שכן און פארלאנגט אז ער זאל זיי עפענען די טיר האט ער זיי געזאגט אז ער וועט עס נאר עפענען אויב זיי ברענגען א גוי וואס ער וועט דריקן די קנעפלעך, זיי האבן געשריגן אז אויב מ'עפענט נישט גייען זיי אויפברעכן די טיר מיט א האק.

איז געווען דארט א בחור'ל וואס האט געקענט איינע פון די פייער לעשער פון זיין שול, [יא, דער וואס האט געזאגט אז אויב מ'וועט נישט עפענען וועט ער עס צוברעכן מיט א האק, דאווענט שבת אין א שוהל מיט אן ארטאדאקסישן רב. יעדע פייער לעשער האט דאך זיין אייגענע רב זאגט דאך די לעגענדע...], איז צוגעגאנגען צו אים זאגענדיג אז ער איז דא ביי מיר אינדערהיים, האבן זיי באלד אויפגעשפרינגען ביים אויבער חכם אליינס, נא אז ער וויל נישט איז נישט, און זיי זענען אוועק פון דארט אן צו פארלעשן די אלארעם, [וואס האט מיר אגב אויסגעלערנט אז אויב ווילן זיי קענען זיי איבערלאזן א קאל אן עס מסדר זיין, פארשטייט זיך נאר אויב ס'פעלט זיך אויס...].

די שאק וואס איז האב געהאט איז געווען געפערליך, צו זעהנדיג חילול שבת פארנט פון מיין אייגענע אויגן, איך בין געווען מבוהל אין פארקאכט פאר אפאר טעג ביז איך האב מחליט געווען אויף א געוויסע אופן מקיים צו זיין א חיוב מחאה. איך ווייס נישט אויב איך האב געטון מיין חוב בשלימות אבער על כל פנים פטור בלא כלום אי אפשר.

אגב, די קומענדיגע וואך מוצאי שבת קודש ביי אבות ובנים, האט מיר מיין פיר-יעריג יונגל(!) געפרעגט טאטי פארוואס האסטו נישט אליינס אויסגעלאשן די סמאוק אלארעם ווען ס'האט געקלינגען שבת? האב איך אים געזאגט אז איד טאר עס נישט אויסלעשן. האט ער מיר געפרעגט סאוי דעמאלסט פארוואס איז געקומען אידן אין די פייער טראק צו אויסלעשן אונזער אלארעם???...

ליידער איז די מעשה מיט די התנהגות מיט די פייער דעפארטמענט נישט קיין בן יחיד, ס'איז אזוי אויסגעשטעלט אז זייער אסאך פון די חילולי שבת וואס קומען פאר קומען ליידער אן צו מיינע אויערן, און יעדע מאל קומט צו דער פארציילער א צוקוקער אינגאנצן צישוידערט, און ער זאגט איך האב אלעמאל גליינט דיינע צעטלעך, און איך האב עס געגעלייבט, אבער ס'קומט נישט צו צו דאס וואס מ'זעהט מיט די אויגן רח"ל.

אבער דאס איז די מציאות, אין די פלאץ וואס איז א מקום מוכן לפורעניות, די תערובות וואס גייט דארט פאר איז דאך איום ונורא, שמירת שבת איז ביי זיי א ליצנות, קומען זיי און שרייבן גאר אז מ'קען קומען זיין א חלק פון זייערע פייער דעפארטמענט ווייל מ'מעג אריינקומען דארט מיט א בארד. א שטייגער ווי צו פארקויפן חמץ בפסח נקי מחשש תולעים...

ליידער איז די מציאות אז די פלאץ איז אן אבן שואבת פאר שוואכע עלעמענטן, און א פלאץ ווי מ'פראבירט קאלט צו מאכן אונזערע בחורים. ערב שבת קודש פרשת פינחס תשפ"ג איז צוגעקומען צו מיר א בחור מיט די פולע חסיד'ישע טראגע פארציילנדיג חידושים פון די פייער לעשער, פון זייערע גרויסע פקחות. ס'איז א פראגע פון צייט ביז זיי וועלן אים ווייזן - אדער גאר זיי האבן שוין געוויזן - זייערע אינהאלטרייכע ווידאוי ווי מ'זעט קלאר אז אלע סיי אנשים און סיי נשים קענען זיין פייער לעשער, און ווי זיי זענען פייער לעשער.

'די מערכה'

יענעם דאנערשטאג נאכמיטאג - וואס איך געדענק דאס נאך ביז היינט - האט מיין טאטע מיר אריינגערופן, און גערעדט על דא ועל הא, זאג אזוי פאר מיין טאטע אז איך מיין ער זאל געבן א בליק אין די מאנסי וואיו אויף בלאט 187, ער לייגט אראפ די פאון, אין נאך פינף מינוט רופט ער מיר צירוק מיט אזא אייפער, מ'דארף אויף אזאנס מוחה זיין, מ'טאר נישט לאזן אזעלכע עדס לויפן און אונזערע אויסגאבעס.

נאך עטליכע פאון קאלס און בירורים, איז קלאר געווארן אז די מאנסי וואיו האט באמת נישט געוואלט אריינלייגן די עד, נאר זיי האבן נישט געהאט די חוצפה אפצוזאגן 'אונזער פייער דעפארטמענט', דערפאר האבן זיי געזאגט אז אויב מיין טאטע וועט שרייבן א בריוו נגד די עד, וועלן זיי עס פאבליצירן בחנם, וכך הוה, מיין טאטע האט אפגעטייפט א בריוו און אריבער געברענגט צו מיר אין אפיס צו שיקן אן אימעיל צו די מאנסי וואיו, יענעם מינוט בין איך געווארן די סעקרעטאר פון מיין טאטן, אלעס אנבלאנגט די ענינים, קודם פון מיין פריוואטע אימעיל אין דערנאך פון די אפיציעלע אימעיל shmirasshaboss@gmail.com, רוב צעטלעך האב איך געשריבן אדער לכל הפחות איבערגעקוקט און געגעבן דעראויף מיינע מיינונגען, הגם איך האב נישט געטון קיין שריט אן די גוטהייסונג פון מיין טאטע.

די בריוו איז ערשינען אינעם מאנסי וואיו אויף די קומענדיגע וואך, און די בריוו האט געברענגט א ריזן סענזאציע. וואס אן אמת דארף ארויסגעברענגט ווערן אז די בריוו איז אריינגעלייגט געווארן מיטן חשבון אז דאס איז אן איינצעלעם בריוו, און מיטן געדאנק אז מ'וועט מיט דעם ווערן פורים רב אין שטאט. מיט דעם אלעם האט מיין טאטע נישט געקוקט אויף דעם, נאר געהאלטן אז די אמת דארף געזאגט ווערן בכל אופן.

די בריוו האט זיך געליינט ווי פאלגנד: הלכה'דיגער באמערקונג בנוגע זיך אהנשליסן אינעם Fire Department, היות די 'פייער דעפארטמענט' האט לעצטענס אפעלירט צו אונזער היימישן ציבור זיך אהנצושליסן אונעם 'דעפארטמענט', פילען מיר אז עס איז נויטיג מודיע זיין דאס פאלגענדע: מיטן זיך אהנשליסן זיך אינעם 'פייער דעפארטמענט' טוט מען זיך לכתחילה אויסשטעלן צו גאר קאמפלעצירטע און סענסיטיווע שאלות הן בעניני אבן העזר, והן אין עניני שמירת שבת קודש ויום טוב. על פי הלכה טאר מען זיך נישט אהנשליסן אינעם 'פייער דעפארטמענט' נאר נאכן זיך מייעץ זיין מיט א פארלעסליכע 'מורה הוראה מובהק'. על פי הלכה מעג מען בלייבן אינעם 'פייער דעפארטמענט' נאר אויב מען איז כסדר פארבינדען מיט א פארלעסליכער 'מורה הוראה מובהק' וואס זאל אים דירעקט מדריך זיין און אלע אנגלעגנהייטן וואס אנבאלאנגט די כסדר'דיגער קאמפליצירטע הלכה'דיגע שאלות וואס קומען פאר מידי יום ביומו, ושבת בשבתו. חוץ פון דעם אויבענדערמאנטן, דארף יעדער יחיד זיך דורך שמועסן מיט א פארלעסליכער 'דעת תורה' אויב דער ענין איז מסוג פאר איהם פערזעהנליך, וכולי האי ואולי. בזכות שמירת גדרי הצניעות ושמירת שבת זאלן מיר זוכה זיין צו ניצול ווערן פון יעדן סארט פייער און א שמירה אין אלע ענינים פון 'סעיפטי'.

די בריוו, וואס מיין טאטע האב באמת געהאלטן אז ס'וועט זיין מיעוט וואס וועלן פארשטיין וואס ער זאגט, האט געהאט א געוואלדיגע אפקלאנג, מענטשן פון אלע זייטן האבן באדאנקט אויף די דרייסטקייט פון ארויסקומען אין זאגן די אמת אין פנים, און צווישן די עולם איז געווען געוויסע, אין צווישן זיי גדולי רבנים, וואס האבן געזאגט 'סתם מוחה זיין איז נישט קיין געדאנק, מ'דארף אהער שטעלן א במקום, א כשר'ע פייער דעפארטמענט אויסגעהאלטן על פי הלכה אין אלע חלקי התורה'.

דאס האט געברענגט אז אויף די מאנטאג דעראויף האט מיין טאטע אריינגעשטעלט אן אנאנס אינעם קול הציבור אז מ'דארף עפענען אן כשר'ע פייער דעפארטמענט וואס זאל דינען די ציבור, פארדעם וואס מיין טאטע איז געקוקען אין געשיקט די עד צום קול הציבור האט ער אריינגעלייגט א צוואנציגער אינעם פושקע אז ס'זאל לתועלת, און אזוי האט מען ארויסגעשטעלט די ערשטע עד וואס איז באצאלט געווארן מיט מיין טאטנס קרעדיט קארד.

אן אריינצוגיין אין די גאנצע השתלשלות הענינים, ווי יעדע עד האט געברענגט נאך זאכן צום טיש, איך האב פארברענגט שעות על גבי שעות ביי אסיפות, וואס מ'קען יא טוען וואס מ'קען נישט טוען.

ס'איז געווען שוועריקייטן מבפנים, די היימישע עולם האט נישט געגלייבט אז ס'קען זיין חסיד'ישע אינגעלייט וואס קענען לעשן פייערס, מ'האט באמת געהאלטן אז ס'איז א זאך וואס ס'איז על מנת שתעלו לרקיע.

ס'איז געווען שוועריקייטן מבחוץ, די טאון האט נישט געגליכנט די גאנצע זאך, די פייער דעפארטמענט האט אויך פראבירט אונטערצושטעלן פיסלעך [אבער בחסדי ה' האבן זיי נישט אונז גענומען צו ערנסט ביז ס'איז שוין געווען א ממשות, אזוי אז אלץ זענען אונז איבערגעקומען אלע שוועריקייטן].

איך האב פארארבעט אויף אן אסיפת הרבנים, וואס האט געברענגט נאך אן אסיפת הרבנים, וואס סך הכל האבן זיך משתתף געווען דארט: כ"ק אדמו"ר מ'וויזשניץ שליט"א, כ"ק גאב"ד סאטמאר שליט"א, הגה"צ אבד"ק סאטמאר שליט"א, הגה"צ אבד"ק פאפא שליט"א, הגה"צ אבד"ק באבוב-מאנסי שליט"א, הגה"צ אב"ד אברכים מאנסי שליט"א, הגה"צ דומ"ץ וויען אברכים שליט"א, און הגה"צ דומ"ץ סקווירא פרענסיס שליט"א.

די החלטת האסיפה איז געווען אז מ'איז מחיוב צו מאכן אן אייגענע פייער דעפארטמענט, און די אופן זאל זיין אז קודם זאל מען גיין קליין און אזוי צוביסלעך ווערן גרעסער און גרעסער.
במאמר המוסגר איז אינטרעסאנט ארויסצוברענגען א נקודה פון די אסיפות. קודם כל איז געווען גאר אינטרעסאנט אין באמת א גרויסע חיזוק ווי כ"ק גאב"ד סאטמאר שליט"א איז אריין אין פרטים אין פרטי פרטים איבער די יכולות אין די הלכות וואס גייט אריין אין עפענען א מצילי אש, דאס איז געקומען נאכדעם וואס ער האט זיך מקשר געווען מיט די רבנים פון מצילי אש אין קרית יואל, אין ער האט שטארק ארויסגעברעגנט די וויכטיגקייט אין פראקטישקייט ווי אזוי צו זיך אפגעבן מיט א חרד'ישע פייער דעפארטמענט. אויך איז כדאי צוצוצייכענען דאס וואס כ"ק אדמו"ר מ'וויזשניץ שליט"א האט ארויסגעברענגט אז ס'וועט זיין א שוועריקייט מיט מעמבערס, ווייל ווער איז דען גרייט צו ווערן א פייער לעשער, וועט אויסקומען אז ס'וועט ווערן א פרישע ארגאנעזאציע פון שוואכע עלעמענטן, און נאך מיט אן השגחה. למעשה האט די באשעפער אונז געפירט, און היינט א יאר שפעטער קען מען זאגן בפה מלא אונז האבן א ריזיגע מעמבער באזע, פול מער פון וויפיל מ'האט זיך געקענט רעכענען פון פאראויס, און אלע איינס ביי איינס [הגם אין אדם מעיד על עצמו], זענען מסלתה ומשמנה פון אונזער היימישע ציבור אין מאנסי, אין ווי געזאגט איז דאס א סיעתא דשמיא למעלה מן המשוער.

הכלל, ווען אונז האבן באקומען די הוראה צו עפענען די ארגאנעזאציע זענען געגאנגען טריט נאך טריט, און אזוי ווי מ'האט געדארפט האבן די דעת הציבור צו קענען האבן מעמבערס, און ווי אויך אז די עולם זאל פארשטיין די חומר הדבר, האט מען געהאלטן אין איין דריקן נאך צעטלעך מיט נאך אויפקלערונגען, דאס האט געקאסט א ים מיט געלט, בערך זיבעציג צו אכציג טויזנט דאללער איז פארניצט געווארן אין די מערכה. הגם רוב רובו האט נישט געקאסט מיט דעם וואס רוב צעטלעך האב איך אליינס געשריבן, אליינס אויסגעשטעלט, און אליינס פארשפרייט. יא איך מיינע ברודערס און מיין טאטע זענען געגאנגען פארטאגסן פון ביהמ"ד צו ביהמ"ד לייגן צעטלעך.

די רדיפות פונעם פייער קאמפאני זענען נישט ווייניגער געווארן, און במשך די אלע חדשי החורף תשפ"ב האבן זיי געלייגט געפערליכע דריק, ממש אז ס'האט אויסגעקוקט אז מ'טראגט עס נישט אריבער, אבער ב"ה לא עלתה בידם, און נצח ישראל לא ישקר, כלל ישראל האט זיך געשטעלט קעמפן פארן שבת און נישט צולאזן די מחללי שבתות געוועלטיגן אויפן שטאט.

מצילי אש

בס"ד האט די אויפוואכונג געברענגט אז עסקנים האבן זיך צוגעשארט צו מיין טאטן און צוזאמען געשאפן אן ארגאנעזאציע 'מצילי אש', ס'איז באמת מיט די הילף פון פילע עסקנים, אבער ווי נישט ווי איז עס אויף מיין טאטנס קאפ, די ארגאנעזאציע האט אנגעהויבן אויפצונעמען מעמבערס חודש אדר תשפ"ב, במשך די זומער איז מען געגאנגען אויף פריוויזארישע טרעינונג, און אין חודש חשון תשפ"ג האט מען אויסגעגעבן ראדיוס אין Fire Extinguishers פאר די מעמבערס, וואס האבן זיך געציילט דאן עפעס מער ווי צעהן מעמבערס, אזוי איז מען געלאפן אויף קאלס במשך די ווינטער חדשים, ווען ס'איז געקומען לקראת חג הפסח און מ'האט געהאלטן ביי ביילייפיג פינף-און-צוואנציג מעמבערס, האט מען אנגעהויבן מפרסם זיין די נאמבער פון מצילי אש, מיט דעם האט זיך פארמערט די קאלס ביי מצילי אש, און ווי אויך די מעמבערס, אזוי אז היינט צוטאגס האלט עס ביי קרוב צו פערציג מעמבערס זענען אנגעשלאסן אין מצילי אש.

מצילי אש איז געלאפן אויף זייער א קליינע בודזעט, יעדע חודש קאסט ס"ה די ראדיוס, מיט אינשארענס, מיט נאך עטליכע הוצאות דא אין דארט פאר נאך עקוויפמענט וכדו', ישראל קדושים הם, אידן זענען צוגעקומען פריוואט, און אוודאי ווען מ'האט געבעטן האט מען געגעבן בעין רחבה.

צוויי מעשיות איז כדאי ארויסצוהייבן. איינס א כולל אינגערמאן איז צוגעקומען און א זונטאג, די חברה זענען געווען אויף מיין גאס איך האב נישט מוחה געווען, געלט האב איך נישט, אבער דא האט איר זעכציג דאללער, דאס וועט זיין מיין מחאה למען קדושת השבת.

און אויך איז אינטרעסאנט צו דערציילן אז ווען מ'האט זיך געגרייט צו קויפן די ערשטע טראק, האט א אינגערמאן געהערט אז מ'וויל קויפן א טראק, אבער ס'איז נישט דא קיין געלט, ער איז באמת געווען א בעל חוב, אבער ער האט געהאט אן אקאונט ווי ער האט געהאט אוועקגעלייגט צען-טויזנט-דאללער פאר א נויט, און ער האט מחליט געווען אז ער גייט באצאלן דעם טראק, ער האט געשריבן זיין און זיין אידענעס נאמען אויפן טשעק און געגעבן גאנצע צעהן-טויזנט-דאללער. און היינט א קארגע יאר שפעטער איז דער איד א שיינע בעל פרנסה, אפגעצאלט אלע חובות אין ס'איז נאך דא צו לעבן בהרחבה חסדי ה'.

די עתיד פון מצילי אש

מצילי אש היינט צוטאגס באשטייט פון קרוב צו פערציג אינגעלייט וואס לעשן פייערס מיט עוויקפמענט ארויס פון זייערע קארס, און רובא דרובא קאלס אין די מאנסי געגענט ווערן טאקע אזוי פארלאשן אין די פארגאנגענע עטליכע חדשים, אבער יעדער פארשטייט אז די קומענדיגע סטאנציע פון מצילי אש דארף זיין צו איינהאנדלן טראקס, און מער גרעסערע עקוויפמענט, אזוי ארום צו קענען ענטפערן און רעאגירן צו גרעסערע פייערס ס'זאל זיך נישט מאכן.

טראקס צו קויפן איז א ריזיגע אונטערנעמונג, א פייער טראק קאסט א מיאנטעק, אבער אזוי ווי אלעמאל וועט מצילי אש פארבירן צו זעהן ווי ווייט מ'קען גיין, אויספארשן די גאנצע פעלד פון אלע זייטן, און אזוי ארום וויסן וואס צו קויפן פאר בעסטע פרייז, בשעת ווען מ'פארקוקט קיין כי הוא זה פון די סעיפטי אין עפעקטיווקייט פון די כלים וואס מ'נוצט, אזוי ווי אלעמאל האט מצילי אש דאס מאל אויך מצליח געווען צו טרעפן די נויטיגע עקוויפמענט פאר שטוינענד ביליגע פרייזן.

כדאי צו מסביר זיין די אויפטו פון די נייע סיסטעם וואס מצילי אש רעפרענזירט פאר תושבי ראקלענד דארף מען פארשטיין ווי אזוי לעשן פייערס האט געארבעט ביז היינט אין וואס איז די צוקומפט בנוגע לעשן פייערס, א פייער איז צוזאמגעשטעלט פון דריי חלקים וואס פארמירן א פייער, היץ, די מאטריאל וואס ברענט, און אקסיגען, פייער קען פארלאשן ווערן דורך דעם וואס מ'נעמט אוועק איינע פון די דריי, סיי טאמער מ'ברענגט אראפ זיין היץ, און סיי טאמער מ'נעמט אוועק וואס ברענט, און סיי אויב מ'דערשטיקט זיין אקסיגע.

ווען איינער שפריצט וואסער אויף א פייער ווערט די פייער על פי רוב פארלאשן דורכדעם וואס די פייער ווערט אפגעקילט, כדאי דאס צו טוען דארף מען שפריצן גענוג וואסער אז די פייער זאל טאקע אראפקומען צו נידריגע גראד און זיך אזוי פארלעשן, אין די שוועריקייט דערפון איז אז פייער בטבע פראדיצירט היץ, אזוי אז אויב שפריצט מען נישט באלד אויף די גאנצע פייער קומט אויס אז די טייל פון די פייער וואס ווערט נישט באשפריצט קעמפט מיט די כח פון די וואסער וואס שפריצט אויף איר, און מ'דארף אזוי לאנג שפריצן ביז מ'ברענגט אראפ די היץ פון די פייער אינגאנצן.

די היינטיגע טעכניק האט ערצייגט אז מיט ספעציעלע סארטן טעכניקן קען מען צעטיילן יעדע טראפ וואסער אויף 64 פארטיקלס [particles], און ווען מ'שפריצט מיט דעם אויף א פייער פארשפרייט זיך א מיסט אינעם לופט אין דאס דערשטיקט די פייער דורך אוועק נעמען זיין אקסיגען, א שטייגער ווי אזוי די ספרינקלער סיסטעם אין די הייזער ארבעטן, די מעלה פון די סארט סיסטעם איז דרייפאכיג, קודם ס'פארלעשט א פייער פיל שנעלער ווי די אלטע וועג פון שפריצן וואסער, ווי אויך מאכט עס אן פיל קלענערע וואסער שאדן ביים שפריצן, און אויך פארניצט אזא סיסטעם פיל ווייניגער וואסער צו לעשן ווי די אלטע סיסטעם.

ווען מצילי אש האט זיך דערלערנט פון די סארט טעכניק, האט זיך מצילי אש אריינגעלייגט קאפ אין מח שעות על גבי שעות צו דערגיין די מעלות און חסרונות פון אזא סיטעם, אין נאכן דורך טון די גאנצע סיסטעם לאורכה ולרחבה, איז אויסגעקומען אז אזא סיסטעם איז לכתחילה שבלכתחילה, און אלס ערליכע אידן וואס נעמען פייער סעיפטי גאר ערנסט וואלט מען געדארפט איינהאנדלן אזא סיסטעם אפילו פאר טייער געלט, כדי צו שפארן יעדע מינוט וואס א פייער ברענט, און באמת אסאך פראפעשאנל פייער דעפארטמענטס ארום אמעריקא באניצן זיך שוין מיט די סיסטעם מיט גרויס צופרידנהייט, אבער בחסדי השם נאכן מברר זיין פונקטליך וואס מ'דארף, שטעלט זיך ארויס אז די סיסטעם איז גאר די ביליגע מהלך צו גיין, בשעת ווען די קאנוועסיאלע טראק קאסט פון מיליאן אין ארויף, קאסט אזא סיסטעם אויף א טראק א משהו מער ווי הונדערט טויזנט דאללער, דאס הייסט אז פאר א צענטל פון די פרייז באקומט מען א פיל בעסערע סיסטעם.

מצילי אש אין די יעצטיגע שטאפל זעהט פאר אז ס'וואלט געווען כדאי צו האבן דריי טראקס אויסגעשפרייט אין דריי באזונדערע חלקים פון די שטאט, אזוי ארום זאל מען קענען האבן א שנעלע ריספאנס טיים צו אלע געגנטער, אזוי ארום אז מצילי אש דערזעהט זיך אין א מצב אז מ'מוז גיין גרויס, מ'דארף זעהן צו שאפן גרויס געלט כדאי ממשיך צו זיין.

בנוסף לזה גייט מצילי אש אויף פייער טרעינונג, וואס דאס קאסט בערך פופציג-טויזנט דאללער, די געלט איז נישט דא, דאס האט איינע פון די מעמבערס פריוואט אויסגעלייגט אז געלט זאל נישט זיין קיין אפהאלט, אויף א קארטל פון 0 APR, וואס מ'דארף זעהן צו באצאלן ביז סוף יאר, ובנוסף לזה ווען די ערשטע פינף-און-צוואנציג וועלן ענדיגן זייער טרעינונג דארף יעדע מעמבער ווערן אויסשטאפירט מיט די מלבושי כבוד, דאס הייסט די פייער קליידער, אזא סעט קאסט אומגעפער צווישן אכט און ניין טויזנט, בנוסף צו די בוטס אין אקסיגען טאנק, אזוי אז דאס אליינס וועט קאסטן אריבער צוויי-הונדערט-טויזנט דאללער.

אפילו די אלע זאכן זענען אין געדאנק קליין געלט, ס'איז ממש א מציאה צו קענען האבן א פייער קאמפאני פאר אזא פרייז, אבער פארט איז עס געלט, און גרויס געלט פאר די יעצטיגע מצילי אש וואס האט געארבעט פון חודש צו חודש, מיט נדבות פון צוואנציגערס, א הונדערטער דא א טויזנטער דא, איז כדי צו קענען אויספירן די אלע פלענער דארף מען צוקומען צום עולם פאר געלט, און ס'דארף זיין א גרויסע געלט קאמפיין אז ס'זאל קענען דעקן אלע הוצאות ועוד, דאס הייסט אז געלט זאל נישט זיין קיין אפהאלט אינעם עתיד.

בס"ד איז שוין אפגעהאלטן געווארן פיל אסיפת פאר עסקנים און ענגערישע אינגעלייט, די לופט איז זייער ווארעם, עסקנים האבן שוין גענומען גאולס, עטליכע עסקנים צוזאמען האבן שוין געזאגט אז זיי וועלן פראבירן צו שאפן א גאנצע טראק, אזוי אז ס'איז צום האפן אז די קאמפיין וועט בס"ד מצליח זיין, אבער מ'איז אנגעוויזן אויף די הילף פון יעדע יחיד באזונדער אז די זאך זאל געקרוינט ווערן מיט הצלחה.

אינוועסטמענט

צוריק צו אונזער שמועס, לאמיר יעצט מאכן א חשבון מיט אונזער אינוועסטמענט, אויב איינער וויל אינוועסטן זיין צדקה געלט, ער וויל עס געבן פאר א פארלעסליכע זאך אבער ער וויל אז זיין געלט זאל זיין א זאך וואס שטעלט אוועק די ארגאנאזיעשן, אזוי ארום וועט אלע פעולות וואס די ארגאנאזעישן וועט טוען בעתיד זיין לזכותו, ווייל מ'האט זיך געבויט מיט זיין געלט, זיין געלט ליגט אינעם יסוד.

זיין דער וואס האט געגעבן די ערשטע הונדערטער פאר מצילי אש איז שוין צו שפעט, אבער זיין דער וואס געבט א טויזנטער אין האבן א פראצענט פון די ערשטע טראק לזכותו, דאס איז א זאך וואס איז נאר שייך יעצט, די צווייטע טראק צו געבן איז שוין נישט קיין חידוש, במילא איז שוין נישט די זכות אזוי גרויס ווי די ערשטע, און אזוי ווייטער, אלץ פריער וועט די זכות זיין פי כמה, ווייל דער וואס גיבט נאכדעם גיבט אויך על דעת דער וואס האט שוין געגעבן געלט פריער.

]זכותים ביים שטיצן מצילי אש

פון די אויפטונגען פון מצילי אש קען גערעכענט ווערן די צענדליגע פייערס וואס מצילי אש האט שוין געלאשן, יעדע פייער וואס ווערט פארלאשן מיט א מינוט פריער מיינט אז ס'איז אפגעשוינט געווארן אידיש געלט, אין אזוי ווי מ'וואוינט היינט מיינט עס אפגעראטעוועט צענדליגע משפחות פון צער און עגמת נפש דורך מונע זיין פון צו ווערן א גרויסע שריפה, אין אסאך מאל אויך מונע געווען סכנת נפשות ממש.

בנוסף לזה האט מצילי אש אריינגעברענט אן אויפוואכונג אין פייער סעיפטי, אזוי אז די אלגעמיינע פייער דעפארטמענט האט אויך אנגעהויבן נעמען ערנסט זייער ריספאנס טיים, און זיי ערשיינען היינטיגע טעג שנעלער צו זייערע קאלס אדאנק די אנוועזנהייט פון מצילי אש.

בנוסף לזה האט די מצב אריינגעברענגט א געוויסע ערנסטקייט ביי די פייער הויז, זיי האבן אנגעהויבן אכט געבן זיך נישט צו דרייען ביום השבת אינעם פייער הויז, וואס ביז נישט אין די צו ווייטע פארגאנגענהייט פלעגט מען דארט אפזיצן אין מחלל שבת זיין דארט בפרהסיא על לא דבר, דאס איז געצוימט געווארן, ליידער זענען זיי נאך מחלל שבת, אין ווען זיי קומען אויף א קאל איז עס שרעקליך, אבער למעשה בצד מה איז זייער חילול שבת קלענער געווארן, אין דאס איז אוודאי לזכות די אויפוואכונג וואס קומט פון אונזער מחנה.

אונזער אויפוואכונג האט בס"ד געברענגט אז זייער אסאך בחור'לעך און אינגעלייט האלטן זיך אפ פון אהין אריינצוגיין, אזוי ארום ווערן די מענטשן אפגעהאלטן פון די השפעה וואס די פלאץ וואלט געברענגט אויף זיי.

א חשוב'ע רב דא אין שטאט האט אונז געזאגט אז אדאנק אונזערע פעולות האט ער געהאט די מעגליכקייט משפיע צו זיין אויף איינע פון זיינע חברי הקהילה, וואס איז שוין אן אקטיווע מעמבער אין די פייער דעפארטמענט, אין האט געוואלט אנהייבן גיין אין שבת, [ווייל דאס איז די השפעה פון אזא סביבה, כמבואר בגמרא היום אומר לו עשה כך ולמחר עשה כך עד שאומר לו לך עבוד עבודה זרה], אין נאר מיט דעם וואס ער האט אים געקענט משכנע זיין אז אזא זאך איז אפגעפרעגט אין שטאט האט די רב געהאט די כח אים אפצוהאלטן פון צו גיין אויף קאלס אום שבת.

עטליכע חדשים צוריק האט זיך פארבינדען מיט אונז א געוועזענע פייער מעמבער, ער האט געדינט אינעם פייער דעפארטמענט פאר איבער צוועלעף יאר, אין מ'האט אים משלח געווען פון דארט, די סיבה דערפון איז ווייל ביי א מסיבה ביי זיי ווען מ'האט געלאכט פון מצילי אש, האט ער זיך אנגערופן אז ער זעהט נישט די דזשאוק דערפון, מצילי אש האט צוויי מעלות איבער אונז [די פייער דעפארטמענט], מצילי אש זענען די ציבור מיט דעם וואס זיי זענען שומרי תורה, און מצילי אש קומט אן שנעלער צו קאלס, די פייער דעפארטמענט האט צוויי זאכן איבער מצילי אש אז זיי זענען געטרעינט, און אז זיי האבן טראקס, געב עס צייט און מצילי אש ווערט געטרעינט און זיי באקומען טראקס, וואס האבן אונז צום טיש?

אויף די חטא פון רעדן אזעלכע ווערטער האט מען אים אזוי ענג געמאכט, און ער האט געמוזט פארלאזן די פלאץ דארט, [קוקט אויס אז ס'איז יא דא מהלכים ווי אזוי מ'קען ארויסצוריקן איינעם מיט דיעות כוזבות...], נאכן פארלאזן דעם פלאץ זאגט ער אונז אז שוין פיר חדשים וואס ער לייגט תפילין און דריי חדשים וואס ער היט שבת...

די מעשה האט מיר אויפגעשוידערט, צווייפאכיג, איינס אז אונז האבן געהאט די זכיה מחזיר צו זיין א איד לאביו שבשמים, און צווייטענס דער איד איז קיינמאל קיין מחלל שבת געווען, הגם ווען ער איז דארט געווען האט ער מחלל שבת געווען, אבער דאס איז געווען די סביבה, ער כשלעצמו ווען ער איז נישט אין די סביבה איז ער א שומר שבת, אין דאס האט מיר געמאכט טראכטן ווער ווייסט וויפיל נאך אידן וואס זענען ליידער מחלל שבת, אבער דאס איז נאר לפנים ווייל זיי זענען און אזא סביבה, ווען די סביבה וועט בטל ווערן וועלן זיי צוריק ווערן שומרי תורה ושומרי שבת.

די סיבה פארוואס די פייער דעפארטמענט גייט נאך אן איז וויבאלד זיי האבן א בעלות איבער אונז, אונז דארפן זיי נאך אריין לאזן צו אונז אינדערהיים, איינמאל 'מצילי אש' שטעלט זיך אוועק אלץ א שטאנהאפטיגע ארגאנעזאציע, אויף אזא אופן ווי הצלה כלפי די אלגעמיינע אמבולאנסן, וועט אויסקומען אז זיי האבן נישט קיין יחוס ביים היימישן געגענט וועט זייער השפעה אויף אונזערע אינגעלייט אוועקגיין, און אזוי ארום וועלן אונז האבן הייליגע גאסן.

איז עס לעגאל


ביז אהער האבן אונז געשמועסט בנוגע די צורך אין די געוואלדיגע תועלת וואס וועט זיין מיט דעם וואס ס'ווערט א פולשטענדיגע היימישע פייער דעפארטמענט, אין במילא איז די אינוועסטמענט צו אינוועסטן ווען די ארגאנעזאציע שטעלט זיך אוועק גאר קליין קעגן די גאר גרויסע רוחים וואס מ'באקומט פאר דעם, היינט געבן א טויזענטער, איז א גרעסערע חידוש ווי געבן צעהן טויזנט ווען די מוסד איז שוין אוועקגעשטעלט.

ווערט אבער א שטיקל קשיא, אין הכי נמי די צורך איז גרויס, ועוד יותר ס'איז דא פראף אז די ארגאנעזעשן שטייט אויף גוטע פיס, פון דעם וואס מ'זעהט אז מצילי אש איז שוין אנגעקומען אין די פארגאנגענעם יאר אזוי ווייט, איז אבער די רוח אין גאס אביסל אז ס'וועט סיי ווי גארנישט ווערן ווייל ס'איז נישט לעגאל צו מאכן אן אייגענע פייער קאמפאני, איז פארוואס זאל מען אינוועסטן אין דעם.

איז ווען מ'וויל דן זיין אין די דין ודברים צו ס'איז לעגאל אדער נישט דארף מען רעדן מיט א לעגאלע עקספערט, אין א פייער פייטער מיט ווי גרויסע שנויצן ער האט קען נישט וויסן בעסער ווי א לויער, ובנוסף לזה איז ער משוכנע צו מסביר זיין אז די חרדי'שע אידן זענען אידיאטן און זיי וועלן סיי ווי נישט מצליח זיין.

אויב וויל מען דן זיין אויף דעם צו ס'איז לעגאל אדער נישט צו האבן א פריוואטע פייער לעשער קאמפאני, לאמיר ניצן אונזער קאפ פאר א מינוט צוויי, ווען ס'איז אנגעקומען אונזער טראק וואס מ'ניצט צו גיין צו די מוסדות התורה, האבן עטליכע עקסנים באקומען רופן אז ס'קומען ארעסטן. עטליכע חדשים דעראויף ווען מ'האט ארויסגעלייגט די ראדאויס האבן זיי געזאגט אז יעצט קומען די ארעסטן, שפעטער האבן זיי געזאגט אז אויב געבט מען ארויס א נאמבער וועט מען ארעסטירן. און אזוי אויך נאך עטליכע מאל אינצווישן.

למעשה לאמיר געבן א קוק, מ'האט ארויסגעגעבן א נאמבער אין די עולם האט צוביסלעך אנגעהויבן רופן מצילי אש אנשטאט ניין-וואן-וואן. און אשר יגורנו בא... נאך עטליכע וואכן האבן זיי ארויסגעשטעלט א צעטל אז מ'קען זיי רופן ווייל זיי לעשן אויך פייערס, דאס איז א ליצנות שאין כדוגמתו, דאס איז דיין תירוץ ווען 'מצילי אש' וואס מ'זעצט איין לויפט אויף קאלס, איז דען דא א הוה אמינא אז ווען ס'שייך צו ארעסטירן פאר די חטא וואלט נישט געווען קיין קארט קעיס.

די תירוץ איז א פשוט'ע אז די גאנצע זאך איז א בלאף, דאס הייסט ס'איז געבויט אויף א משהו אמת כדאי ס'זאל נתקבל ווערן על הלב, די אמת איז אז אויב מ'שטערט אן עמערדזענסי אגענטור פון צו טוען זייער ארבעט קען מען באקומען א פיין [נישט קיין ארעסט]. און פון דארט און ווייטער, ווילאנג מ'שטערט נישט קיין עמערדזשענסי אגענטור פון צוצוקומען צו א פייער סענע איז נישט דא קיין שום חלק וואס איז אומלעגאל, מ'מעג פריוואט לעשן פייערס אפילו אן קיין פערמיט, כמנהג ישראל מקדמת דנא אליינס אויסצולעשן די הבלדה לעכט יעדע וואך מוצאי שבת...

די זאך אז ס'איז נישט לעגאל איז א ווארט וואס מ'וועט הערן לאורך כל הדרך, יעדע טריט וואס מצילי אש וועט נעמען וועט מען זאגן דאס וואס מ'האט געטון ביז יעצט איז לעגאל אבער מיטן גיין א משהו מער וועט מען ארעסטירן, מ'וועט אונז אזוי זאגן ווילאנג ס'וועלן זיין וואס וועלן הערן. אדער ביז זיי וועלן הייזיריג ווערן. אבער למען האמת איז נישט דא קיין שום לעגאלע אפהאלט פון צו קענען אהערשטעלן א פולקאמער ארגאנעזאציע צו קענען לעשן פייערס.

די עבר די הוה אין די עתיד

צוזאמצונעמען מיינע ווערטער אין קורצן איז אזוי, מצילי אש האט באוויזן צו פארמירן אן ארגאנזאציע מיט אן הצלחה למעלה מן המשוער, מצילי אש האט שוין פאקטיש געלאשן צענדליגע פייערס, מצילי אש דארף גיין ווייטער און דאס מיינט זיך איינצוהאנדלן פרישע טראקס און גיין אויף טרעינונג. די עתיד זאגט פאר אז מצילי אש וועט בס"ד ווערן א פולקאמער פייער קאמפאני מיט אלע צוגעהערן צו קענען דינען אונזער שטאט אין יעדע נויט וואס זאל זיך נישט מאכן.

די יעצטיגע תקופה איז א קריטישע, אויב קען מען טאקע גיין פאראויס און ערלעדיגן די טראקס אין די טרעינונג, מיינט אז וגבר ישראל, די מאנסי אידנטום הייבט אירע קעפ אז שמירת שבת קען נישט פארוואסערט ווערן וועגן פייער סעיפטי, אין מ'וועט טון וואס עס פעלט אויס כדאי דאס צו ערייכן. אין לאמיר בלייבן ביים טראכן וואס וועט זיין די רוח אויב מ'וועט ח"ו....
בקיצור ס'איז נישט דא דעראין קיין צוויי וועגן, מ'דארף און מ'וועט בס"ד שאפן די דעקונג צו קענען אנגיין בהמשך. דאס מיינט אז אן אינוועסטמענט יעצט אין מצילי אש איז א גאלדענע געלעגנהייט מיט פארזיכערטע רוחים בס"ד.

ניסן ווייס

איך האב געשריבן די בריוו אלץ א ציווילע בירגער, ס'איז בכלל נישט מטעם מיין טאטע אדער מצילי אש בכלליות, ס'איז מיין פריוואטע מחשבות וואס איך האב געוואלט ברענגען אויפן פאפיר, ווי אויך זענען די שורות געשריבן געווארן אין איילעניש, לקראת די גרויסע קאמפיין וואס מצילי אש גרייט זיך צו מאכן, און דערפאר איז עס נישט מוגה כצורך, ואתכם הסליחה.

ארויסצוהעלפן מיט די קאמפיין קען מען זיך פארבינדן מיט מיר אדער מיט די אפיס 845.215.8511
אני הק' - קטן הרוצה להיות קדוש

איך פרוביר נישט זיך אראפזעצן "ביי א גוישן טישל" קיינמאל,
אוועיטער
באבא נתן
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 109
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 11:29 am
x 32

Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך באבא נתן »

איז דא "איין" רב וואס האט געחתמעט א הסכמה אויף די ארגענעזאציע?
אוועיטער
שעפטל נחום
פרישער באניצער
פאוסטס: 43
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 8:24 pm
x 38

Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך שעפטל נחום »

א גוטע פלאן צו קויפן העליקאפטער.
פאר הצלה ד'קעטסקילס קען עס גאר שטארק ארויסהעלפן.
אוועיטער
טישטוך
פרישער באניצער
פאוסטס: 21
זיך איינגעשריבן: מוצש"ק יולי 15, 2023 3:49 pm
x 173

Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך טישטוך »

איך זעה אז זיי האבן גענומען ר׳ לייבל בערקא פון מעקס רייט פאר די פאנדרעיזינג. דער איד שטעלט צוזאם מיליאנען פאר צדקה יעדן חודש.

אויב וועלן זיי צאמשטעלן גענוג געלט וועלן זיי לכאורה האבן גרויס הצלחה. דאס איז אן אידעאלאגישער קאמף וואס הגם איך פערזענליך נעם נישט קיין שטעלונגען דערין, איז עס גאר לעגיטים.
אוועיטער
אסמכתא בעלמא
מנהל המערכת
פאוסטס: 797
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יוני 29, 2023 4:35 pm
x 884

Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך אסמכתא בעלמא »

יא, רבי לייבל איז נישט פשוט. מיליאנען איז א אנדערסטעיטמענט. און ער נעמט נישט דוקא גרויסע פירמעס, נאר פשוטע צוועקן וואו מ'ארבעט ביטער שווער מיט די משפחות ארום אא"וו.

בנוגע די מאנסי פייער דעפט., וואו זעט מען זיי? וואו זעסטו וועמען זיי האבן אויפגענומען?
אוועיטער
מסתמא
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1105
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:41 am
x 2918

Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך מסתמא »

אסמכתא בעלמא האט געשריבן: מיטוואך יולי 19, 2023 9:48 am יא, רבי לייבל איז נישט פשוט. מיליאנען איז א אנדערסטעיטמענט. און ער נעמט נישט דוקא גרויסע פירמעס, נאר פשוטע צוועקן וואו מ'ארבעט ביטער שווער מיט די משפחות ארום אא"וו.

בנוגע די מאנסי פייער דעפט., וואו זעט מען זיי? וואו זעסטו וועמען זיי האבן אויפגענומען?
אני הקטן קען טייל פון די גרינדער דערפון און אפאר מעמבערס. ר’ יחזקאל ווייס איז א מתפלל אין סאטמאר 13 און טייל פון די גרינדער און מעמבערס דאווענען דארטן אויכעט, הגם סאיז אויסדריקליך א נוטראלע ארגאניזאציע און געניסט שטיצע פון אלעמען

זיי קומען אן צו קאללס אין רגעים און די גויאישע פייער דעפארטמענט קומט שוין אן נאך אלעם
קינה ודימונה ועדעדה (עיין גיטין ז.)
אוועיטער
זונטאג
פרישער באניצער
פאוסטס: 38
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 4:40 pm
x 13

Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך זונטאג »

טישטוך האט געשריבן: מיטוואך יולי 19, 2023 9:40 am איך זעה אז זיי האבן גענומען ר׳ לייבל בערקא פון מעקס רייט פאר די פאנדרעיזינג. דער איד שטעלט צוזאם מיליאנען פאר צדקה יעדן חודש.

אויב וועלן זיי צאמשטעלן גענוג געלט וועלן זיי לכאורה האבן גרויס הצלחה. דאס איז אן אידעאלאגישער קאמף וואס הגם איך פערזענליך נעם נישט קיין שטעלונגען דערין, איז עס גאר לעגיטים.
מעקס רייט? מה זה?
ארבעט ער נישט פאר דרייוו-אפ?
זונטאג ביי געוויסע מענטשן קען אויספאלן אינמיטן וואך.
אוועיטער
עדיטאריעל
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1009
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 10:46 am
x 2940

Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך עדיטאריעל »

אין א ברידערליכע אטמאספערע מיט איין ציל, זענען הונדערטער אידן געקומען הערן און נעמן שריט לטובת די הצלחה פונעם מצילי אש ד'מאנסי, דער מוסד וועלכע באשטייט היינט פון מערערע וואלונטירן און נעמט אן קאללס כסדר, וואקסט און דארף חיזוק. אצינד זענען הונדערטער אידן געקומען הערן די נחיצות הענין, די אויפטונגען, מען האט געהערט ווערטער פון קארדינעטערס וועלכע זענען אויף די פראנט ליניעס, און פון הרה"ג רבי יחזקאל ווייס דער רב און מייסד פונעם ארגעניזאציע, דערנאך איז פארגעקומען א פאנעל צווישן די ערשטע וואלונטירן, ווי מען האט ארומגערעדט איבער די השתלשלות וויאזוי מצילי אש האט זיך געגרינדעט, און די פלענער לעתיד.
פיילס
unnamed (18) (1).jpg
unnamed (18) (1).jpg (217.33 KiB) געזען געווארן 2915 מאל
כ'האב דיר גארנישט געטוהן - קוק מיר נישט אן שטרענג!
אוועיטער
מיילעך
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 209
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 10:41 am
x 234

Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך מיילעך »

WOW! עס איז שוין אפען אדער מען פלאנט נאך?
אוועיטער
מסתמא
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1105
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:41 am
x 2918

Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך מסתמא »

מיילעך האט געשריבן: מיטוואך יולי 19, 2023 10:53 am WOW! עס איז שוין אפען אדער מען פלאנט נאך?
סאיז שוין געהעריג אפען
קינה ודימונה ועדעדה (עיין גיטין ז.)
שמויגער
פרישער באניצער
פאוסטס: 27
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 2:00 am
x 16

Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך שמויגער »

דאס איז נישט צים גלייבן!

ווער געדענקט נאך די ערשטע צעטל אין קול הציבור פין ר יחזקאל?...
אוועיטער
ר' דן
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 138
זיך איינגעשריבן: מוצש"ק יולי 15, 2023 11:11 pm
x 32

Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך ר' דן »

מסתמא האט געשריבן: מיטוואך יולי 19, 2023 12:56 pm
מיילעך האט געשריבן: מיטוואך יולי 19, 2023 10:53 am WOW! עס איז שוין אפען אדער מען פלאנט נאך?
סאיז שוין געהעריג אפען
וואס הייסט דאס געהעריג?

זיי זענען נאכנישט קיין לעגאלע אנערקענטע קאמפעני, און דערווייל גייען זיי שבת נישט צו קיין קאולס, וואס דאס האט געברויכט צו זיין די גאנצע מטרה פון די זאך.
ר' דן איז נישט אפיליעטירט מיט גרעי עריע פון אייוועלט
אוועיטער
העלדיש
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 266
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 9:10 pm
x 534

Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך העלדיש »

איינער קען מיר מסביר זיין אין פשוטע דיבורים, וואס איז דער גאנצע קאמפיין איבער אידישע פייערלעשער?
פארוואס פעלט דאס אויס און וואס איז די אויפטוה?
איז נישו בעסער אז די גוין זאלן מחלל שבת זיין פאר אונזער וועגן? און בכלל אסאך מאל רופן מענטשן באזירט אויף איבערגעאיילטע פחדים, וועט נישט ארויסקומען א מורא'דיגע חילול שבת?

וואס גייט דא פאר?
אוועיטער
ר' דן
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 138
זיך איינגעשריבן: מוצש"ק יולי 15, 2023 11:11 pm
x 32

Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך ר' דן »

העלדיש האט געשריבן: מיטוואך יולי 19, 2023 4:24 pm איינער קען מיר מסביר זיין אין פשוטע דיבורים, וואס איז דער גאנצע קאמפיין איבער אידישע פייערלעשער?
פארוואס פעלט דאס אויס און וואס איז די אויפטוה?
איז נישו בעסער אז די גוין זאלן מחלל שבת זיין פאר אונזער וועגן? און בכלל אסאך מאל רופן מענטשן באזירט אויף איבערגעאיילטע פחדים, וועט נישט ארויסקומען א מורא'דיגע חילול שבת?

וואס גייט דא פאר?
די ביז יעצטיגע פייער דיפארטמענט זענען דא אסאך יודן און עס איז דא ליידער איבריגע חילול שבת, וויל מען עס מאכן מיט אן איבערזיכט כהלכה.
ר' דן איז נישט אפיליעטירט מיט גרעי עריע פון אייוועלט
עס וועט זיין גוט
פרישער באניצער
פאוסטס: 36
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 3:45 pm
x 9

Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך עס וועט זיין גוט »

ר' דן האט געשריבן: מיטוואך יולי 19, 2023 5:37 pm
העלדיש האט געשריבן: מיטוואך יולי 19, 2023 4:24 pm איינער קען מיר מסביר זיין אין פשוטע דיבורים, וואס איז דער גאנצע קאמפיין איבער אידישע פייערלעשער?
פארוואס פעלט דאס אויס און וואס איז די אויפטוה?
איז נישו בעסער אז די גוין זאלן מחלל שבת זיין פאר אונזער וועגן? און בכלל אסאך מאל רופן מענטשן באזירט אויף איבערגעאיילטע פחדים, וועט נישט ארויסקומען א מורא'דיגע חילול שבת?

וואס גייט דא פאר?
די ביז יעצטיגע פייער דיפארטמענט זענען דא אסאך יודן און עס איז דא ליידער איבריגע חילול שבת, וויל מען עס מאכן מיט אן איבערזיכט כהלכה.
וואספארא סארט חילול שבת ?
אוועיטער
ר' דן
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 138
זיך איינגעשריבן: מוצש"ק יולי 15, 2023 11:11 pm
x 32

Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך ר' דן »

עס וועט זיין גוט האט געשריבן: מיטוואך יולי 19, 2023 5:58 pm
ר' דן האט געשריבן: מיטוואך יולי 19, 2023 5:37 pm
העלדיש האט געשריבן: מיטוואך יולי 19, 2023 4:24 pm איינער קען מיר מסביר זיין אין פשוטע דיבורים, וואס איז דער גאנצע קאמפיין איבער אידישע פייערלעשער?
פארוואס פעלט דאס אויס און וואס איז די אויפטוה?
איז נישו בעסער אז די גוין זאלן מחלל שבת זיין פאר אונזער וועגן? און בכלל אסאך מאל רופן מענטשן באזירט אויף איבערגעאיילטע פחדים, וועט נישט ארויסקומען א מורא'דיגע חילול שבת?

וואס גייט דא פאר?
די ביז יעצטיגע פייער דיפארטמענט זענען דא אסאך יודן און עס איז דא ליידער איבריגע חילול שבת, וויל מען עס מאכן מיט אן איבערזיכט כהלכה.
וואספארא סארט חילול שבת ?
ווען יודן לעשן ווען מען טאר נישט הלכ'הדיג אנשטאט עס איבערגעבן פאר די גוישע מיטארבעטער.

און נאך, אבער איך וואלט נישט געשריבן סתם לשון הרע אויף יודן, כמעט יעדער אין מאנסי האט שוין ליידער מיטגעהאלטן...
ר' דן איז נישט אפיליעטירט מיט גרעי עריע פון אייוועלט
עס וועט זיין גוט
פרישער באניצער
פאוסטס: 36
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 3:45 pm
x 9

Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך עס וועט זיין גוט »

ר' דן האט געשריבן: מיטוואך יולי 19, 2023 6:01 pm
עס וועט זיין גוט האט געשריבן: מיטוואך יולי 19, 2023 5:58 pm
ר' דן האט געשריבן: מיטוואך יולי 19, 2023 5:37 pm

די ביז יעצטיגע פייער דיפארטמענט זענען דא אסאך יודן און עס איז דא ליידער איבריגע חילול שבת, וויל מען עס מאכן מיט אן איבערזיכט כהלכה.
וואספארא סארט חילול שבת ?
ווען יודן לעשן ווען מען טאר נישט הלכ'הדיג אנשטאט עס איבערגעבן פאר די גוישע מיטארבעטער.

און נאך, אבער איך וואלט נישט געשריבן סתם לשון הרע אויף יודן, כמעט יעדער אין מאנסי האט שוין ליידער מיטגעהאלטן..
וואס הייסט ? זיי לעשן אפילו ווען עס איז נישטא קיין פיקוח נפש ?
איז דא בכלל רבנים וואס בעקן זיי ?
אוועיטער
ר' דן
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 138
זיך איינגעשריבן: מוצש"ק יולי 15, 2023 11:11 pm
x 32

Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך ר' דן »

עס וועט זיין גוט האט געשריבן: מיטוואך יולי 19, 2023 6:05 pm
ר' דן האט געשריבן: מיטוואך יולי 19, 2023 6:01 pm
עס וועט זיין גוט האט געשריבן: מיטוואך יולי 19, 2023 5:58 pm
וואספארא סארט חילול שבת ?
ווען יודן לעשן ווען מען טאר נישט הלכ'הדיג אנשטאט עס איבערגעבן פאר די גוישע מיטארבעטער.

און נאך, אבער איך וואלט נישט געשריבן סתם לשון הרע אויף יודן, כמעט יעדער אין מאנסי האט שוין ליידער מיטגעהאלטן..
וואס הייסט ? זיי לעשן אפילו ווען עס איז נישטא קיין פיקוח נפש ?
איז דא בכלל רבנים וואס בעקן זיי ?
עס איז דא רבנים וואס האבן צוליב כמה סיבות זיך נאכנישט געשטעלט מיט די קאמפיין פאר די מצלי אש, אבער נישטא עכט קיינער וואס בעקט זיי אפציעל. זיכער נישט קיין היימישע.
ר' דן איז נישט אפיליעטירט מיט גרעי עריע פון אייוועלט
אוועיטער
פ. לאקס
פרישער באניצער
פאוסטס: 87
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 3:05 pm
x 190

Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך פ. לאקס »

עס וועט זיין גוט האט געשריבן: מיטוואך יולי 19, 2023 6:05 pm
ר' דן האט געשריבן: מיטוואך יולי 19, 2023 6:01 pm
עס וועט זיין גוט האט געשריבן: מיטוואך יולי 19, 2023 5:58 pm
וואספארא סארט חילול שבת ?
ווען יודן לעשן ווען מען טאר נישט הלכ'הדיג אנשטאט עס איבערגעבן פאר די גוישע מיטארבעטער.

און נאך, אבער איך וואלט נישט געשריבן סתם לשון הרע אויף יודן, כמעט יעדער אין מאנסי האט שוין ליידער מיטגעהאלטן..
איז דא בכלל רבנים וואס בעקן זיי ?
ניין

זיי זאגן אז יעדער פרעגט זיין לאקאלע רב וואס ער מעג יא/נישט טון, אבער עס איז נישט דא קיין שום אפיציעלע רבני'שע קערפערשאפט וואס גיט הוראות
פ. לאקס איז נישט אפיליעטירט מיט סטאוו יא פיטא פון אייוועלט
אוועיטער
רעגנדיג
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 155
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 12:53 am
x 81

Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך רעגנדיג »

מסתמא האט געשריבן: מיטוואך יולי 19, 2023 9:56 am
אסמכתא בעלמא האט געשריבן: מיטוואך יולי 19, 2023 9:48 am יא, רבי לייבל איז נישט פשוט. מיליאנען איז א אנדערסטעיטמענט. און ער נעמט נישט דוקא גרויסע פירמעס, נאר פשוטע צוועקן וואו מ'ארבעט ביטער שווער מיט די משפחות ארום אא"וו.

בנוגע די מאנסי פייער דעפט., וואו זעט מען זיי? וואו זעסטו וועמען זיי האבן אויפגענומען?
אני הקטן קען טייל פון די גרינדער דערפון און אפאר מעמבערס. ר’ יחזקאל ווייס איז א מתפלל אין סאטמאר 13 און טייל פון די גרינדער און מעמבערס דאווענען דארטן אויכעט, הגם סאיז אויסדריקליך א נוטראלע ארגאניזאציע און געניסט שטיצע פון אלעמען

זיי קומען אן צו קאללס אין רגעים און די גויאישע פייער דעפארטמענט קומט שוין אן נאך אלעם
גוי'אישע פייער דעפארטמענט? הלוואי..

די פראבלעם איז אז זיי זענען ליידער אידישע קינדער.
אוועיטער
אני-הק'
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 326
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 4:13 am
x 190

Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך אני-הק' »

מצילי אש קאמפיין
זונטאג-מאנטאג-דינסטאג פרשת ואתחנן
845-262-2308
אני הק' - קטן הרוצה להיות קדוש

איך פרוביר נישט זיך אראפזעצן "ביי א גוישן טישל" קיינמאל,
שרייב פאוסט