שייטלען אמאל און היינט

אונזער היסטאריע
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 5033
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 8758

Re: שייטלען אמאל און היינט

פאוסט דורך דער תהלים איד »

מסתמא האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 29, 2023 12:13 pm מהר”מ שטערנבוך בספר דת והלכה עמוד י”ד: הן אמת שבכל זה אין להשיג על המקילין דמאחר שפשטות הרמ”א ולבוש, ופרי מגדים, והגר”א בביאורו לשו”ע וכן המשנה ברורה, והפוסק האחרון מהספרדים כף החיים, משיג להלכה שהסכמת האחרונים כהמג”א להתיר פאה נכרית ודלא כהבאר שבע עיי”ש, והלא אלו הם הפוסקים שסומכים עליהם אפילו באיסור סקילה ואם כן בזה גופא יש למיקל עמוד גדול לסמוך עליו ואם כי יש מפרשים בדוחק בדבריהם דמיירי לביתה ולבעלה סתימת הדברים משמע להדיה כמו שכתבתי, ואם כן המחמיר יחמיר לעצמו אבל לא יקרא תגר ח”ו על כל בית ישראל ע”כ.
איך וויל נאך גיין אין די רייע, אבער קוקנדיג האב איך אנגעטראפן אז דער ספר וואס דו רעדסט איז שוין לכאורה פון לאנגע יארן צוריק, וואס ווי געזאגט איז דאן געווען זיין מערכה קעגן די ספרדים וואס גייען האלב אויפגעדעקט, ווי ער איז דארט בפירוש מדגיש.

זעה איך אז דעמאלס איז ארויס א תשובה צו הגאון רבי משה אינעם גליון "אוצרות ירושלים" פון שנת תש"ל וואו די גדולי ישראל פלעגן שרייבן (דער מנחת יצחק ז"ל איז איין בריוו דערנעבן, לדוגמא), און הגאון רבי אלעזר בריזל זצ"ל מרבני ירושלים האט טאקע דאס געענטפערט אז מ'קען נישט שרייבן "בפשטות לשון הרמ"א ווען דער פשטות איז פארקערט.

אלע גרויסע אויף וועמען מען וויל זיך סומך זיין (רמ"א, לבוש, וכו'), רעדן פאקטיש בפשטות 'נישט' לענין רשה"ר להלכות כיסוי ראש, נאר ברשה"י אדער בחצר להל' אמירת דבר שבקדושה לבעלה:

הגרא בריזל 0.png
הגרא בריזל 0.png (62.54 KiB) געזען געווארן 713 מאל
הגרא בריזל.png
הגרא בריזל.png (458.41 KiB) געזען געווארן 713 מאל
לקדש שם שמים
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 278
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 11:02 pm
Location: גלילות
x 161

Re: שייטלען אמאל און היינט

פאוסט דורך לקדש שם שמים »

גראסערי האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 29, 2023 12:53 pm
לקדש שם שמים האט געשריבן: פרייטאג אקטאבער 27, 2023 10:45 am
גראסערי האט געשריבן: פרייטאג אקטאבער 27, 2023 10:13 am

דער דיין וואס שאקלעט זיך אפ האט אסאך מאל מורא פונם פרעגער און נישט ווייל ער האלט אז דאס איז נישט ריכטיג

די אלע סטעטמענטס זענען מער ווייניגער אלעס וואס האדמו'ר מסאטמאר מהר'א האט געזאגט דורך אויס די יארן נאר מען האט צוגעלייגט א בילד דערצו

#עס איז גארנישט אייגענס
איך ווייס נישט צו מהר"א האט שוין אמאל גערעדט להלכה סא וואס הייסט ער זאגט אים נאך?
ער האט גערעד די פארגאנגע יאר עטליכע מאל קלארע ווערטער להלכה

לדוגמא

איך וויל אויסשרייען א זעקה גדולה ומרה, דער מצב איז איום ונורא! די גאסן זענען פול מיט פריצות, מיט די פירצה! מ'דארף וויסן ס'איז אן איסור גמור פאר א אשה נשואה, א פארהייראטע פרוי, אז זי זאל אויסקוקן ווי א מיידל.
דעס מיינט נישט אראפברענגען די נושאי כלים און מכריע זיין להלכה
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 5033
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 8758

Re: שייטלען אמאל און היינט

פאוסט דורך דער תהלים איד »

לקדש שם שמים האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 29, 2023 9:53 pm
גראסערי האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 29, 2023 12:53 pm
לקדש שם שמים האט געשריבן: פרייטאג אקטאבער 27, 2023 10:45 am
איך ווייס נישט צו מהר"א האט שוין אמאל גערעדט להלכה סא וואס הייסט ער זאגט אים נאך?
ער האט גערעד די פארגאנגע יאר עטליכע מאל קלארע ווערטער להלכה

לדוגמא

איך וויל אויסשרייען א זעקה גדולה ומרה, דער מצב איז איום ונורא! די גאסן זענען פול מיט פריצות, מיט די פירצה! מ'דארף וויסן ס'איז אן איסור גמור פאר א אשה נשואה, א פארהייראטע פרוי, אז זי זאל אויסקוקן ווי א מיידל.
דעס מיינט נישט אראפברענגען די נושאי כלים און מכריע זיין להלכה
נישט גערעכט. @מסתמא האט פארגעווארפן אז דער צעטל איז נישט להלכה ווייל לויט די פוסקים איז עס יא מותר און קיין איין דיין שטייט נישט דערונטער, האט @גראסערי ריכטיג געענטפערט אז דער סאטמאר רבי מהר"א זאגט אפן און קלאר "להלכה" אז ס'איז לכו"ע אסור.

אויסער וואס ער קען לכאורה נאך יא אזויפיל לערנען, לכאורה... איז אבער דער ראש מכוסה קאמפיין לויט זיין הוראה און נישט סתם "א צעטל".
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 5033
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 8758

Re: שייטלען אמאל און היינט

פאוסט דורך דער תהלים איד »

@מסתמא לאמיר גיין אביסל ווייטער.

דיין גאנצע ערשטע האלבע פאוסט מיט מקורות להיתר פאה נכרית, זענען ממש אלע בלויז אזעלכע וואס צייכענען צו דעם רמ"א אויפ'ן דף אין סימן ע"ה בנוגע קר"ש פונקט ווי אייגענע האר חוץ לצמתן. קיינער פון זיי שרייבט נישט להיתר צו גיין פאה נכרית ברשות הרבים, אויסער דער מג"א.

איי זיי זענען נישט מעיר אז דער שלטי גיבורים איז נישט אזוי פשוט? ערשטנס, ס'איז דא גדולי הפוסקים וואס לערנען אז אפילו דער שלטי גיבורים רעדט נאר אין חצר. און 'יוצאין' מיינט לחצר. מיט דעם ווערט דער שלטי גיבורים מער פארשטענדליך מיט די משנה וואס רעדט פון אייגענע האר אויך.

צווייטנס, ס'איז דא פון די וואס מ'זעט יא ממש קלאר אז אין אבן העזר שרייבן זיי אנדערש! לאמיר נישט רעדן פונעם באר היטב, וואס אסאך לערנען ארויס פון זיינע ווערטער אין אבה"ע אז ער לערנט פשט אינעם שלטי גיבורים נאר לחצר, ווייל אז נישט שטימט נישט די אנהייב וואו ער נעמט אן דעם ירושלמי אז ברשה"ר איז אלעס אסור לגמרי, עיי"ש, נאר לאמיר גיין אפילו צוויי וואס דו שרייבסט מיט אזא פשטות אז זיי זענען פון די מתירים, און דער מציאות איז גאר פארקערט... זיי זענען א ראי' אז ס'כמעט נישטא קיין מתירים.

מחצית השקל:

יא, אין או"ח סי' ע"ה צייכנט ער אויך צו דעם דין ביי קר"ש. יעצט לאמיר גיין זען וואס ער אליינס שרייבט אין אבן העזר!

סימן כא סעיף ב, בית שמואל ס”ק ה, ד”ה ושם כתבתי:
ולענין אשה נשואה להתקשט בפאה נכרית הנה בשלטי הגבורים וכו’, אבל הבאר שבע כתב לדחות וכו’, והעלה לאיסור, דהיאך יעלה על הדעת להתיר בפאה נכרית שיהיה נראה לחוש הרואה לטעות ולהחשיב הפאה נכרית לשער עצמה וגו’, וגם בהגהות הש”ס לרבי יעקב עמדין היעב”ץ בנזיר שם כתב לדחות וכו’, וכן בעצי ארזים, וכו’, ועיין ישועות יעקב. וכו’. עכ”ל.
יעצט, איך גיי נישט רעכענען דעם מחצית השקל צווישן די אוסרים, ווייל ער פירט נישט ממש קלאר אויס וועמען ער נעמט אן להלכה, אבער ער ברענגט פשוט אראפ אז דער שלטי גיבורים ווערט אפגעפרעגט, ער ברענגט אראפ אלע ריזן חולקים מיט זייער סברא אז וויבלאד מ'זעט נישט קיין חילוק איז עס די זעלבע ערוה.

איי אין סי' ע"ה ברענגט ער דעם שלטי גיבורים כאילו ער נעמט עס אן? אה... טאקע מכאן ראיה אויף אלע אחרונים!... ער נעמט עס נאר אן לגבי קר"ש, אז ס'הייסט נישט קיין ערוה פאר די מאן. וזהו.

ברוך טעם:

די זעלבע איז מיט'ן ברוך טעם. דער הייליגער דברי חיים איז נישט געווען קיין בעל דמיון ח"ו און אויך נישט קיין פאפער ח"ו! נאר אן איש אמת! און אז ער ברענגט אז ביי זיין שווער דער ברוך טעם אין מדינת מעהרין איז נישט געווען בנמצא א שייטל, און ער דערמאנט בכלל נישט אז דער ברוך טעם איז גאר א מתיר, איז א דבר פשוט אז ס'איז נישט עולה על הדעת געווען אז דאס וואס ער ברענגט דעם שלטי גיבורים לענין קריאת שמע מיינט עפעס בנוגע פאה נכרית ברשה"ר. און טאקע ווע דו קוקסט אריין אין זיין לשון אין סי' ע"ה זעסטו עס זייער קלאר אז ער רעדט נאר לגבי קר"ש.
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 5033
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 8758

Re: שייטלען אמאל און היינט

פאוסט דורך דער תהלים איד »

ואגב, אויב האסטו גענומען אלע דיינע מקורות פון הרה"ג ר' גבריאל ציננער שליט"א, וועמען דו צייכנסט טאקע צו, זיי וויסן אז ס'איז דא אין די וועלט גרויס טענות אויף אים, וואס ווען מ'קוקט אין זיינע תמצית'ן קען מען טאקע ממש מיינען אז דער היתר איז א דבר פשוט ומוברר און דער איסור איז עפעס אויסגעדראשן... און דאס געשעט דורך דעם וואס ער ברענגט אראפ גאר אסאך ציטאטן וואס זענען געשטיקלט, מ'קען אפילו זאגן געפעלשט, און ער נעמט ארויס אייגענע מסקנות וואס תלמידי חכמים גדולים וואונדערן זיך וויאזוי ער פארדרייט די דברי האחרונים בשאט נפש.

אי"ה ווען מ'וועלמיר צוקומען צו די תלמידי החתם סופר, וואו דו ביסט זיך אויסטערליש טועה, העמיר זען מער וויאזוי דברי הפוסקים קענען פארדרייט ווערן מהיפך להיפך דורכ'ן נעמען האלבע ציטאטן.
אוועיטער
מסתמא
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 958
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:41 am
x 2585

Re: שייטלען אמאל און היינט

פאוסט דורך מסתמא »

דער תהלים איד האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 30, 2023 9:10 am ואגב, אויב האסטו גענומען אלע דיינע מקורות פון הרה"ג ר' גבריאל ציננער שליט"א, וועמען דו צייכנסט טאקע צו, זיי וויסן אז ס'איז דא אין די וועלט גרויס טענות אויף אים, ער איז דער ערשטער היימישער צו מאכן אזא פשטות פונעם היתר און אזא ביטול פונעם איסור, און ער ברענגט אראפ גאר אסאך ציטאטן וואס זענען געשטיקלט און נעמט ארויס אייגענע מסקנות וואס תלמידי חכמים גדולים וואונדערן זיך וויאזוי ער פארדרייט די דברי האחרונים בשאט נפש.
אן ענטפערן יעצט אויף די אנדערע טענות. איר האט אראפגעריסן דא א תלמוד חכם בלי מקור, מינימום מראי מקומות. ואגב די היתר איז געווען פשוט אפילו אין סאטמאר בזמן רבינו יואל ווען רוב סאטמארע באבעס זענען געגאנגען מיט "אפענע" שייטלעך און ניטאמאל איינמאל האט רבינו יואל גערעדט איבער "שייטל צודעק" בכלל, פון נישט צניעות'דיגע שייטלעך איז דא פיל וואו ער רעדט
(נאכן קריג ווען סאטמאר איז געווארן א קהילה און נישט בלויז א חסידות משא"כ אינדערהיים אונגארן אין זיין פריוואטע ביהמ"ד צו זיינע חסידים אין וועלכע ער האט גע'אסר'ט און טאקע נישט פאר די שטאט). דאס רעדן בכלל איבער דארפן א "שייטל צודעק" איז א דבר מחודש פון מהר"א.

ווייטער דאס אראפלייגן שייטלעך אז די היתר דערויף איז נישט פשוט שו"ע נושאי כלים איז אויכעט מחודש'דיג און אומדערהערט, מהאט גערעדט פון די אוסרים תוך כדי דיבור אז מהאט עס נישט אנגענומען להלכה למעשה, טאקע ווי הגאון ר' גבריאל אליינס איז מעיד פון רבו המובהק. די אלע מערכות חדשים מקרוב באו באדערט פאר יעדן עהרליכן איד, דאס פראבירן איבערשרייבן די תורה און היסטאריע ווי כאילו כלל ישראל זאל זיך ווען היינט האבן מגייר געווען בשעת די אוסרים נעמען מחודשדיגע פשטים און קוועטשן עס אריין וואו מקען.. ווייל סקען נישט זיין אנדערש נאר אז כלל ישראל איז געשלאגן מיט השכלה.

אי"ה עוד חזון
קינה ודימונה ועדעדה (עיין גיטין ז.)
אקטיווע שרייבער
פרישער באניצער
פאוסטס: 15
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 12, 2023 2:29 pm
x 9

Re: שייטלען אמאל און היינט

פאוסט דורך אקטיווע שרייבער »

מסתמא האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 30, 2023 9:27 am
דער תהלים איד האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 30, 2023 9:10 am ואגב, אויב האסטו גענומען אלע דיינע מקורות פון הרה"ג ר' גבריאל ציננער שליט"א, וועמען דו צייכנסט טאקע צו, זיי וויסן אז ס'איז דא אין די וועלט גרויס טענות אויף אים, ער איז דער ערשטער היימישער צו מאכן אזא פשטות פונעם היתר און אזא ביטול פונעם איסור, און ער ברענגט אראפ גאר אסאך ציטאטן וואס זענען געשטיקלט און נעמט ארויס אייגענע מסקנות וואס תלמידי חכמים גדולים וואונדערן זיך וויאזוי ער פארדרייט די דברי האחרונים בשאט נפש.
אן ענטפערן יעצט אויף די אנדערע טענות. איר האט אראפגעריסן דא א תלמוד חכם בלי מקור, מינימום מראי מקומות. ואגב די היתר איז געווען פשוט אפילו אין סאטמאר בזמן רבינו יואל ווען רוב סאטמארע באבעס זענען געגאנגען מיט "אפענע" שייטלעך און ניטאמאל איינמאל האט רבינו יואל גערעדט איבער "שייטל צודעק" בכלל, פון נישט צניעות'דיגע שייטלעך איז דא פיל וואו ער רעדט
(נאכן קריג ווען סאטמאר איז געווארן א קהילה און נישט בלויז א חסידות משא"כ אינדערהיים אונגארן אין זיין פריוואטע ביהמ"ד צו זיינע חסידים אין וועלכע ער האט גע'אסר'ט און טאקע נישט פאר די שטאט). דאס רעדן בכלל איבער דארפן א "שייטל צודעק" איז א דבר מחודש פון מהר"א.

ווייטער דאס אראפלייגן שייטלעך אז די היתר דערויף איז נישט פשוט שו"ע נושאי כלים איז אויכעט מחודש'דיג און אומדערהערט, מהאט גערעדט פון די אוסרים תוך כדי דיבור אז מהאט עס נישט אנגענומען להלכה למעשה, טאקע ווי הגאון ר' גבריאל אליינס איז מעיד פון רבו המובהק. די אלע מערכות חדשים מקרוב באו באדערט פאר יעדן עהרליכן איד, דאס פראבירן איבערשרייבן די תורה און היסטאריע ווי כאילו כלל ישראל זאל זיך ווען היינט האבן מגייר געווען בשעתן נעמען א מחודשדיגע פשטים און עס אריינקוועטשן וואו מקען.. ווייל סקען נישט זיין אנדערש נאר אז כלל ישראל איז געשלאגן מיט השכלה.

אי"ה עוד חזון

אסאך גערעדט איבער שייטעל צודעק

#האקט

ואגב זיך צוקוקענדיג ווי די זיכסט שוין אפאר וואכן א היתר פאר אזא עבירה וואס יעדער ערליכע איד ווייסט וויפול רבותינו הק׳ האבן מעורר געווען אויף דעם, וויל איך אייך זאגן אז דאס וועט בלייבן די זעלבע הארב און וועסט נישט מצליח זיין צו קעלטער מאכן די גהינום…. אדער קענסטו טון ווי א געוויסע אדמו״ר און עס ארויס שניידן פון שו״ת דברי חיים וכו׳

אז די ווילסט שטארק לאמיר אנהייבן ארבעטן צו די ג׳ עבירות חמירות איז א פראבלעם לכאו׳ שטייט עס נאר און די תורה און ווערט נישט אראפגעברענגט און די פוסקים….
אקטיווע שרייבער
פרישער באניצער
פאוסטס: 15
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 12, 2023 2:29 pm
x 9

Re: שייטלען אמאל און היינט

פאוסט דורך אקטיווע שרייבער »

מסתמא האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 30, 2023 9:27 am
דער תהלים איד האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 30, 2023 9:10 am ואגב, אויב האסטו גענומען אלע דיינע מקורות פון הרה"ג ר' גבריאל ציננער שליט"א, וועמען דו צייכנסט טאקע צו, זיי וויסן אז ס'איז דא אין די וועלט גרויס טענות אויף אים, ער איז דער ערשטער היימישער צו מאכן אזא פשטות פונעם היתר און אזא ביטול פונעם איסור, און ער ברענגט אראפ גאר אסאך ציטאטן וואס זענען געשטיקלט און נעמט ארויס אייגענע מסקנות וואס תלמידי חכמים גדולים וואונדערן זיך וויאזוי ער פארדרייט די דברי האחרונים בשאט נפש.
אן ענטפערן יעצט אויף די אנדערע טענות. איר האט אראפגעריסן דא א תלמוד חכם בלי מקור, מינימום מראי מקומות. ואגב די היתר איז געווען פשוט אפילו אין סאטמאר בזמן רבינו יואל ווען רוב סאטמארע באבעס זענען געגאנגען מיט "אפענע" שייטלעך און ניטאמאל איינמאל האט רבינו יואל גערעדט איבער "שייטל צודעק" בכלל, פון נישט צניעות'דיגע שייטלעך איז דא פיל וואו ער רעדט
(נאכן קריג ווען סאטמאר איז געווארן א קהילה און נישט בלויז א חסידות משא"כ אינדערהיים אונגארן אין זיין פריוואטע ביהמ"ד צו זיינע חסידים אין וועלכע ער האט גע'אסר'ט און טאקע נישט פאר די שטאט). דאס רעדן בכלל איבער דארפן א "שייטל צודעק" איז א דבר מחודש פון מהר"א.

ווייטער דאס אראפלייגן שייטלעך אז די היתר דערויף איז נישט פשוט שו"ע נושאי כלים איז אויכעט מחודש'דיג און אומדערהערט, מהאט גערעדט פון די אוסרים תוך כדי דיבור אז מהאט עס נישט אנגענומען להלכה למעשה, טאקע ווי הגאון ר' גבריאל אליינס איז מעיד פון רבו המובהק. די אלע מערכות חדשים מקרוב באו באדערט פאר יעדן עהרליכן איד, דאס פראבירן איבערשרייבן די תורה און היסטאריע ווי כאילו כלל ישראל זאל זיך ווען היינט האבן מגייר געווען בשעתן נעמען א מחודשדיגע פשטים און עס אריינקוועטשן וואו מקען.. ווייל סקען נישט זיין אנדערש נאר אז כלל ישראל איז געשלאגן מיט השכלה.

אי"ה עוד חזון

קענסט טון וואס דיין הארץ באגערט וויסן זאלסטו אז עס איז א פראבלעם!
גראסערי
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 366
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אוגוסט 30, 2023 2:22 pm
x 223

Re: שייטלען אמאל און היינט

פאוסט דורך גראסערי »

קודם האט מען טענות אז קיין איין דיין האלט נישט אזוי און פלוצלינג זאגט מען דבר מחודש פון מהר'א

והוא אשר דברנו "די מערכה שלאגט ב'ה ווארצלן"
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 5033
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 8758

Re: שייטלען אמאל און היינט

פאוסט דורך דער תהלים איד »

@אקטיווע שרייבער איר ציט אביסל איבער דעם שטריקל. ס'איז נישט קיין עבירה מיט גיהנום צו גיין א [כשר'ע] שייטל, ביי משפחות שנהגו היתר, כי יש להם על מי לסמוך, וע"ז אמר השבט הלוי כי קשה להפוך את המטבע אחר שכבר הוהג בעוה"ר בזמן שיש לה סימוכין להקל, על אף שלא נקטו כן להלכה. (די משפחות וואס זענען יא מקפיד נישט צו גיין א שייטל, איז לויט אסאך פוסקים, אריינגערעכנט דער שבילי דוד [וואס @מסתמא דערמאנט להיתר ועוד חזון], א איסור גמור צו אנטון א שייטל).

@מסתמא "איבערשרייבן היסטאריע" קען בלויז איינער וואס זאגט אז מ'איז אמאל געגאנגען שייטלען. ס'איז פאלש דורכאויס, ווי שוין אויפגעוויזן, און וועט נאך ווערן ווייטער אויפגעוויזן אי"ה, עוד חזון.

די מיינונג פון סאטמאר רב זי"ע איז אז ס'איז אסור להלכה. מאכט אייך נישט נאריש ביטע. נאר געזאגט אין די שטאטישע שול האט ער עס נישט, פאר'ן זעלבן סיבה ווי דער חת"ס. והדברים מובנים ועתיקין. דאס אנטון שייטלען איז געשען מחמת המצב, והוחלט לשתוק מחמת המצב, וסמכו להקל מחמת המצב. דאס איז דער אמת'ער מציאות פאר ווער ס'איז נישט בלינד...

נאר וואס, למעשה במקום שסמכו להקל יש להם על מי לסמוך. ודי בזה נכון לעכשיו.
צווייטער
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 339
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 2:26 am
x 448

Re: שייטלען אמאל און היינט

פאוסט דורך צווייטער »

אקטיווע שרייבער האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 30, 2023 10:08 am
מסתמא האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 30, 2023 9:27 am
דער תהלים איד האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 30, 2023 9:10 am ואגב, אויב האסטו גענומען אלע דיינע מקורות פון הרה"ג ר' גבריאל ציננער שליט"א, וועמען דו צייכנסט טאקע צו, זיי וויסן אז ס'איז דא אין די וועלט גרויס טענות אויף אים, ער איז דער ערשטער היימישער צו מאכן אזא פשטות פונעם היתר און אזא ביטול פונעם איסור, און ער ברענגט אראפ גאר אסאך ציטאטן וואס זענען געשטיקלט און נעמט ארויס אייגענע מסקנות וואס תלמידי חכמים גדולים וואונדערן זיך וויאזוי ער פארדרייט די דברי האחרונים בשאט נפש.
אן ענטפערן יעצט אויף די אנדערע טענות. איר האט אראפגעריסן דא א תלמוד חכם בלי מקור, מינימום מראי מקומות. ואגב די היתר איז געווען פשוט אפילו אין סאטמאר בזמן רבינו יואל ווען רוב סאטמארע באבעס זענען געגאנגען מיט "אפענע" שייטלעך און ניטאמאל איינמאל האט רבינו יואל גערעדט איבער "שייטל צודעק" בכלל, פון נישט צניעות'דיגע שייטלעך איז דא פיל וואו ער רעדט
(נאכן קריג ווען סאטמאר איז געווארן א קהילה און נישט בלויז א חסידות משא"כ אינדערהיים אונגארן אין זיין פריוואטע ביהמ"ד צו זיינע חסידים אין וועלכע ער האט גע'אסר'ט און טאקע נישט פאר די שטאט). דאס רעדן בכלל איבער דארפן א "שייטל צודעק" איז א דבר מחודש פון מהר"א.

ווייטער דאס אראפלייגן שייטלעך אז די היתר דערויף איז נישט פשוט שו"ע נושאי כלים איז אויכעט מחודש'דיג און אומדערהערט, מהאט גערעדט פון די אוסרים תוך כדי דיבור אז מהאט עס נישט אנגענומען להלכה למעשה, טאקע ווי הגאון ר' גבריאל אליינס איז מעיד פון רבו המובהק. די אלע מערכות חדשים מקרוב באו באדערט פאר יעדן עהרליכן איד, דאס פראבירן איבערשרייבן די תורה און היסטאריע ווי כאילו כלל ישראל זאל זיך ווען היינט האבן מגייר געווען בשעתן נעמען א מחודשדיגע פשטים און עס אריינקוועטשן וואו מקען.. ווייל סקען נישט זיין אנדערש נאר אז כלל ישראל איז געשלאגן מיט השכלה.

אי"ה עוד חזון

קענסט טון וואס דיין הארץ באגערט וויסן זאלסטו אז עס איז א פראבלעם!
דאס זאלסטו שרייבן פאר א אנגעפראסענע יונגאטש און פורק עול

אונזער @מסתמא איז נישט פון די סארט בכלל, איך קען אים נישט פערזענליך, אבער שיינט צו זיין א אייניקל פון חשובע אידן פון אונגארן תלמידי החתם סופר זי''ע. - וואס בעצם זינט די התיסדות החסידות-קהלות נאכן קריג איז די סארט איד כמעט אונטערגעגאנגן - און ער וויל עס ממשיך זיין.
גראסערי
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 366
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אוגוסט 30, 2023 2:22 pm
x 223

Re: שייטלען אמאל און היינט

פאוסט דורך גראסערי »

דער תהלים איד האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 30, 2023 10:16 am @אקטיווע שרייבער איר ציט אביסל איבער דעם שטריקל. ס'איז נישט קיין עבירה מיט גיהנום צו גיין א [כשר'ע] שייטל, ביי משפחות שנהגו היתר, כי יש להם על מי לסמוך, וע"ז אמר השבט הלוי כי קשה להפוך את המטבע אחר שכבר הוהג בעוה"ר בזמן שיש לה סימוכין להקל, על אף שלא נקטו כן להלכה. (די משפחות וואס זענען יא מקפיד נישט צו גיין א שייטל, איז לויט אסאך פוסקים, אריינגערעכנט דער שבילי דוד [וואס @מסתמא דערמאנט להיתר ועוד חזון], א איסור גמור צו אנטון א שייטל).

@מסתמא "איבערשרייבן היסטאריע" קען בלויז איינער וואס זאגט אז מ'איז אמאל געגאנגען שייטלען. ס'איז פאלש דורכאויס, ווי שוין אויפגעוויזן, און וועט נאך ווערן ווייטער אויפגעוויזן אי"ה, עוד חזון.

די מיינונג פון סאטמאר רב זי"ע איז אז ס'איז אסור להלכה. מאכט אייך נישט נאריש ביטע. נאר געזאגט אין די שטאטישע שול האט ער עס נישט, פאר'ן זעלבן סיבה ווי דער חת"ס. והדברים מובנים ועתיקין. דאס אנטון שייטלען איז געשען מחמת המצב, והוחלט לשתוק מחמת המצב, וסמכו להקל מחמת המצב. דאס איז דער אמת'ער מציאות פאר ווער ס'איז נישט בלינד...

נאר וואס, למעשה במקום שסמכו להקל יש להם על מי לסמוך. ודי בזה נכון לעכשיו.
וויפל מאל דארף מען איבערזאגן די זעלבע זאך
קיינער וואלט נישט געהאט קיין טענות אויף די אמאליגע שייטליך

אויף די היינטיגע שייטליך איז די מדובר, און אויף דעם האלטן אלע היימישע רבנים ( לפי ידיעתי) אז דאס איז אסור
אקטיווע שרייבער
פרישער באניצער
פאוסטס: 15
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 12, 2023 2:29 pm
x 9

Re: שייטלען אמאל און היינט

פאוסט דורך אקטיווע שרייבער »

גראסערי האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 30, 2023 10:19 am

וואס הייסט קיינער וואלט נישט???

דער רבי און נאך גדולי ישראל האבן געהאט!
אוועיטער
צייטווייליג
חבר המערכת
פאוסטס: 344
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 20, 2023 6:09 pm
x 639

Re: שייטלען אמאל און היינט

פאוסט דורך צייטווייליג »

צווייטער האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 30, 2023 10:16 am
אקטיווע שרייבער האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 30, 2023 10:08 am
מסתמא האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 30, 2023 9:27 am

קענסט טון וואס דיין הארץ באגערט וויסן זאלסטו אז עס איז א פראבלעם!
דאס זאלסטו שרייבן פאר א אנגעפראסענע יונגאטש און פורק עול

אונזער @מסתמא איז נישט פון די סארט בכלל, איך קען אים נישט פערזענליך, אבער שיינט צו זיין א אייניקל פון חשובע אידן פון אונגארן תלמידי החתם סופר זי''ע. - וואס בעצם זינט די התיסדות החסידות-קהלות נאכן קריג איז די סארט איד כמעט אונטערגעגאנגן - און ער וויל עס ממשיך זיין.
ביטע ביטע נישט נעמען אויפן צימבל קיינעם פערזענליך. אויב האט איר סיי וואס צו מוסיף זיין, אפפרעגן, שפעקולירן וכו' וכו' אדרבה ואדרבה.

אבער משמועסט דא אויס א נושא און נישט קיין מענטשן חלילה.
גראסערי
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 366
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אוגוסט 30, 2023 2:22 pm
x 223

Re: שייטלען אמאל און היינט

פאוסט דורך גראסערי »

אקטיווע שרייבער האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 30, 2023 10:25 am
גראסערי האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 30, 2023 10:19 am
דער תהלים איד האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 30, 2023 10:16 am @אקטיווע שרייבער איר ציט אביסל איבער דעם שטריקל. ס'איז נישט קיין עבירה מיט גיהנום צו גיין א [כשר'ע] שייטל, ביי משפחות שנהגו היתר, כי יש להם על מי לסמוך, וע"ז אמר השבט הלוי כי קשה להפוך את המטבע אחר שכבר הוהג בעוה"ר בזמן שיש לה סימוכין להקל, על אף שלא נקטו כן להלכה. (די משפחות וואס זענען יא מקפיד נישט צו גיין א שייטל, איז לויט אסאך פוסקים, אריינגערעכנט דער שבילי דוד [וואס @מסתמא דערמאנט להיתר ועוד חזון], א איסור גמור צו אנטון א שייטל).

@מסתמא "איבערשרייבן היסטאריע" קען בלויז איינער וואס זאגט אז מ'איז אמאל געגאנגען שייטלען. ס'איז פאלש דורכאויס, ווי שוין אויפגעוויזן, און וועט נאך ווערן ווייטער אויפגעוויזן אי"ה, עוד חזון.

די מיינונג פון סאטמאר רב זי"ע איז אז ס'איז אסור להלכה. מאכט אייך נישט נאריש ביטע. נאר געזאגט אין די שטאטישע שול האט ער עס נישט, פאר'ן זעלבן סיבה ווי דער חת"ס. והדברים מובנים ועתיקין. דאס אנטון שייטלען איז געשען מחמת המצב, והוחלט לשתוק מחמת המצב, וסמכו להקל מחמת המצב. דאס איז דער אמת'ער מציאות פאר ווער ס'איז נישט בלינד...

נאר וואס, למעשה במקום שסמכו להקל יש להם על מי לסמוך. ודי בזה נכון לעכשיו.
וויפל מאל דארף מען איבערזאגן די זעלבע זאך
קיינער וואלט נישט געהאט קיין טענות אויף די אמאליגע שייטליך

אויף די היינטיגע שייטליך איז די מדובר, און אויף דעם האלטן אלע היימישע רבנים ( לפי ידיעתי) אז דאס איז אסור
וואס הייסט קיינער וואלט נישט???

דער רבי און נאך גדולי ישראל האבן געהאט!
ריכטיג

איך גיי ארויף אויף די קאמפיין וואס שטערט פאר @מסתמא, די קאמפיין וואלט בפשטות נישט געווען
ווי אויך האט האדמו'ר מסאטמאר מהר'א נישט געזאגט אז מען טאר נישט גיין מיט די לבוש, אבער וויאזוי מען גייט דאס היינט איז ער כסדר מוחה
אוועיטער
דבוק אין צדיק
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 254
זיך איינגעשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 22, 2023 1:14 pm
Location: טוב ל'צדיק' וטוב לשכנו
x 217

Re: שייטלען אמאל און היינט

פאוסט דורך דבוק אין צדיק »

דער תהלים איד האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 30, 2023 9:10 am ואגב, אויב האסטו גענומען אלע דיינע מקורות פון הרה"ג ר' גבריאל ציננער שליט"א, וועמען דו צייכנסט טאקע צו, זיי וויסן אז ס'איז דא אין די וועלט גרויס טענות אויף אים, וואס ווען מ'קוקט אין זיינע תמצית'ן קען מען טאקע ממש מיינען אז דער היתר איז א דבר פשוט ומוברר און דער איסור איז עפעס אויסגעדראשן... און דאס געשעט דורך דעם וואס ער ברענגט אראפ גאר אסאך ציטאטן וואס זענען געשטיקלט, מ'קען אפילו זאגן געפעלשט, און ער נעמט ארויס אייגענע מסקנות וואס תלמידי חכמים גדולים וואונדערן זיך וויאזוי ער פארדרייט די דברי האחרונים בשאט נפש.

אי"ה ווען מ'וועלמיר צוקומען צו די תלמידי החתם סופר, וואו דו ביסט זיך אויסטערליש טועה, העמיר זען מער וויאזוי דברי הפוסקים קענען פארדרייט ווערן מהיפך להיפך דורכ'ן נעמען האלבע ציטאטן.
אן אריין גיין אין וויכוחים, ווען דן ברענגס ווען א מראה מקום פון א ספר מחולק אויף רבי גבריאל החרשתי, אבער פלעין אויף א פאבליק סייט מיט א ניק בלי שם שרייבן אזא סטעיטמענט אויף א פוסק איז עס בזיון ת”ח
אוועיטער
מסתמא
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 958
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:41 am
x 2585

Re: שייטלען אמאל און היינט

פאוסט דורך מסתמא »

דער תהלים איד האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 30, 2023 8:09 am @מסתמא לאמיר גיין אביסל ווייטער.

דיין גאנצע ערשטע האלבע פאוסט מיט מקורות להיתר פאה נכרית, זענען ממש אלע בלויז אזעלכע וואס צייכענען צו דעם רמ"א אויפ'ן דף אין סימן ע"ה בנוגע קר"ש פונקט ווי אייגענע האר חוץ לצמתן. קיינער פון זיי שרייבט נישט להיתר צו גיין פאה נכרית ברשות הרבים, אויסער דער מג"א.

איי זיי זענען נישט מעיר אז דער שלטי גיבורים איז נישט אזוי פשוט? ערשטנס, ס'איז דא גדולי הפוסקים וואס לערנען אז אפילו דער שלטי גיבורים רעדט נאר אין חצר. און 'יוצאין' מיינט לחצר. מיט דעם ווערט דער שלטי גיבורים מער פארשטענדליך מיט די משנה וואס רעדט פון אייגענע האר אויך.

צווייטנס, ס'איז דא פון די וואס מ'זעט יא ממש קלאר אז אין אבן העזר שרייבן זיי אנדערש! לאמיר נישט רעדן פונעם באר היטב, וואס אסאך לערנען ארויס פון זיינע ווערטער אין אבה"ע אז ער לערנט פשט אינעם שלטי גיבורים נאר לחצר, ווייל אז נישט שטימט נישט די אנהייב וואו ער נעמט אן דעם ירושלמי אז ברשה"ר איז אלעס אסור לגמרי, עיי"ש, נאר לאמיר גיין אפילו צוויי וואס דו שרייבסט מיט אזא פשטות אז זיי זענען פון די מתירים, און דער מציאות איז גאר פארקערט... זיי זענען א ראי' אז ס'כמעט נישטא קיין מתירים.

מחצית השקל:

יא, אין או"ח סי' ע"ה צייכנט ער אויך צו דעם דין ביי קר"ש. יעצט לאמיר גיין זען וואס ער אליינס שרייבט אין אבן העזר!

סימן כא סעיף ב, בית שמואל ס”ק ה, ד”ה ושם כתבתי:

ולענין אשה נשואה להתקשט בפאה נכרית הנה בשלטי הגבורים וכו’, אבל הבאר שבע כתב לדחות וכו’, והעלה לאיסור, דהיאך יעלה על הדעת להתיר בפאה נכרית שיהיה נראה לחוש הרואה לטעות ולהחשיב הפאה נכרית לשער עצמה וגו’, וגם בהגהות הש”ס לרבי יעקב עמדין היעב”ץ בנזיר שם כתב לדחות וכו’, וכן בעצי ארזים, וכו’, ועיין ישועות יעקב. וכו’. עכ”ל.

יעצט, איך גיי נישט רעכענען דעם מחצית השקל צווישן די אוסרים, ווייל ער פירט נישט ממש קלאר אויס וועמען ער נעמט אן להלכה, אבער ער ברענגט פשוט אראפ אז דער שלטי גיבורים ווערט אפגעפרעגט, ער ברענגט אראפ אלע ריזן חולקים מיט זייער סברא אז וויבלאד מ'זעט נישט קיין חילוק איז עס די זעלבע ערוה.

איי אין סי' ע"ה ברענגט ער דעם שלטי גיבורים כאילו ער נעמט עס אן? אה... טאקע מכאן ראיה אויף אלע אחרונים!... ער נעמט עס נאר אן לגבי קר"ש, אז ס'הייסט נישט קיין ערוה פאר די מאן. וזהו.

ברוך טעם:

די זעלבע איז מיט'ן ברוך טעם. דער הייליגער דברי חיים איז נישט געווען קיין בעל דמיון ח"ו און אויך נישט קיין פאפער ח"ו! נאר אן איש אמת! און אז ער ברענגט אז ביי זיין שווער דער ברוך טעם אין מדינת מעהרין איז נישט געווען בנמצא א שייטל, און ער דערמאנט בכלל נישט אז דער ברוך טעם איז גאר א מתיר, איז א דבר פשוט אז ס'איז נישט עולה על הדעת געווען אז דאס וואס ער ברענגט דעם שלטי גיבורים לענין קריאת שמע מיינט עפעס בנוגע פאה נכרית ברשה"ר. און טאקע ווע דו קוקסט אריין אין זיין לשון אין סי' ע"ה זעסטו עס זייער קלאר אז ער רעדט נאר לגבי קר"ש.
ערשטנס דער בית שמואל איז נישט דער מחצית השקל, דער בית שמואל איז ר’ שמואל פון פיורדא דייטשלאנד און דער מחצית השקל איז געווען ר’ שמואל קאלין פון מעהרען (היינט טשעכיי) בזמן החת”ס.
----------

בשאילות יעב”ץ בחלק ב’ סימן ח’ וז”ל:
ובמקומי אני עומד אטו מהר”י פאדווא ובאר שבע קטלי קנא נינהו, איברא רב גובריהו ונפיש חיילייהו ובפרט שהם מחמירים וכו’
ואפשר לומר שגם דעת בהג”א בשו”ע כך הוא שלא התירה משום ראיית ערוה אלא לבעלה ולעולם בשוק יש איסור אפילו בפאה נכרית בגלוי וכן עיקר לענ”ד דלא עדיפא פאה נכרית מקלעתה דבשוק אסורה ממידת יהודית כדאיתא בהמדיר וכו’
(אין אנדער ווערטער דער יעב”ץ איז מחדש א חילוק אז ראיית ערוה איז נישט דא ביי א שייטל צו איר מאן משא”כ די פרוי’ס אייגענע האר צו איר מאן.
און ברשות הרבים איז דא א צווייטע פראבלעם מיט א שייטל אלץ דת יהודית) ע”כ.

איז אזוי, קודם זעהט איר דאך קלאר אז דער יעב”ץ בויעט זיין עיקר איסור אויף די מהר”י מינץ און דער באר שבע און דאס נעמט ער אן להלכה אפילו נגד הרמ”א. נאכדעם וואס ער איז זייער קלאר וואס ער האלט להלכה קלערט דער יעב”ץ בדרך אפשר ממש צו איינזעצן גאר דאס גופא אינעם רמ”א.

יעצט די דאזיגע חילוק ישוב בדברי הרמ”א איז זיך נישט סובל אינעם שלטי הגיבורים ווייל דער שלטי הגיבורים זאגט דאך קלאר אז ער רעדט ברשות הרבים און נישט נאר בפני בעלה, אן אלגעמיינע היתר, גארנישט תלוי אין קרי”ש, ער רעדט בהלכות שבת.
אט דער דאזיגער שלטי הגיבורים ווערט אראפגעברענגט אין דרכי משה סימן ע”ה און נאכדעם אין שו”ע רמ”א שטייט דארטן קלאר די מקור טאקע צו אט דער הגהות אלפסי (דער שלטי הגיבורים).
אין דרכי משה סימן ע”ה שטייט דאס לשון וז”ל: עיין לקמן סימן ש”ג כתבתי בשערות תלושות שלובשות נשים כדי שתראה בעלת שער אינן ערוה ע”כ און אין סימן ש”ג בהלכות שבת ברענגט דער דרכי משה טאקע אויכעט אראפ אט דעם שלטי הגיבורים (הגהות אלפסי).. גארנישט תלוי מיט קרי”ש בפני בעלה נאר מיטן ארויסגיין דערמיט ברשות הרבים. סאיז ברור כשמש אז די דברי היעב”ץ זענען זיך נישט סובל אינעם רמ”א גופא אויכעט נישט אויב נעמט מען צוזאמען די דברי הרמ”א בענין פאה נכרית און מזעהט וואס ער האלט.

לסיכום, צו אראפברענגען סיי וועלכע מפורש וואס ברענגט אראפ דעם שלטי הגיבורים להלכה למעשה און דערביי אריינדרוקן אין יענעמס ווערטער תנאים... אן דעם וואס יענער מפורש אליינס זאל צולייגן סיי וועלכע תנאים קלארערהייט אז די דברי שלטי הגיבורים וואס ער ברענגט נאך זענען נאר נוגע ברשות היחיד אדער נאר בפני בעלה אדער נאר לענין קרי”ש, אזאנס צו זאגן איז א דוחק גדול מאוד מאוד ממש שאין הדעת סובלתו.

ואגב, אויב זאלן מיר זאגן אז דאס וואס דער רמ”א ברענגט אראפ די דברי שלטי הגיבורים איז נאר געזאגט געווארן לענין קרי”ש און נישט לענין צניעות, אזויווי דער יעב”ץ וויל טאקע זאגן מיטן טענה אז פארוואס ברענגט עס נישט דער רמ”א אראפ אין אבה”ז סימן כ”א סעיף ב’ וואס דארטן איז די מקור פון איסור פרועת הראש פאר אן אשת איש.
די קשיא איז טאקע גאר א פיינע קשיא אבער מה אעשה אז אלע אלע אחרונים האבן דאס יא צוזאמענגעשטעלט אלץ איין זאך. די גאנצע היתר פון גילוי שערות ביי מיידלעך וואס די אחרונים (ב”ח, חלקת מחוקק, דגול מרבבה, בית שמואל, באר היטב) ברענגען אראפ דארטן און זענען עס גאר מדחיק דארטן בדברי המחבר, דאס אלעס שטיצט זיך בלויז נאר אויף אונזער מחבר דא אין סימן ע”ה הלכות קרי”ש די מושג אז א מיידל מעג גיין מיט אויפגעדעקטע האר... און פון דא אין הלכות קרי”ש לערנט מען ארויס די היתר אויף רשות הרבים און בפני כל אדם... (בעצם איז דאס געבויט אויף די דברי הראשונים בהלכות קרי”ש, מרדכי, רא”ש, הגהות מיימונית) זעהען מיר דאך קלאר אז די פשטות האחרונים איז אז סאיז נישט פארהאנען קיין שום חילוק פון הלכות קרי”ש אין או”ח סימן ע”ה און אבה”ז סימן כ”א ובה זה ולימד על זה! ועוד, אז דא ביי קרי”ש איז לא עלה על דעת האחרונים צו מחלק זיין צווישן רשות היחיד און רשות הרבים לגבי גילוי הראש ביי מיידלעך!
סאיז ברור כשמש אז דברי היעב”ץ הם מחודשים מאוד מאוד פאר אונז נאכצוזאגן.
און דא נאט אייך די אטאם באמבע... דער יעב”ץ אין אהע”ז נעמט טאקע יא אן דארטן דעם מחבר כפשוטו און אסר’ט טאקע אויכעט מיידלעך צו גיין אויפגעדעקט די האר נגד מנהג בני אשכנז מדור דור ונגד רוב האחרונים, טאקע ווייל ער איז דער איז דער איינציגסטער וואס איז מחלק צווישן קרי”ש און צניעות.

איז אויב ווילט איר גיין לויט דעם מחודש’דיגן וועג און מחלק זיין צווישן הלכות קרי”ש און הלכות צניעות דאן טארן מיידלעך נישט גיין מיט קיין אויפגעדעקטע האר.. פון דאס אלעס איז קלאר אז די פשטות האחרונים לערנען נישט אזוי פשט כלל וכלל.
קינה ודימונה ועדעדה (עיין גיטין ז.)
גראסערי
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 366
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אוגוסט 30, 2023 2:22 pm
x 223

Re: שייטלען אמאל און היינט

פאוסט דורך גראסערי »

גראסערי האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 29, 2023 12:53 pm
לקדש שם שמים האט געשריבן: פרייטאג אקטאבער 27, 2023 10:45 am
גראסערי האט געשריבן: פרייטאג אקטאבער 27, 2023 10:13 am

דער דיין וואס שאקלעט זיך אפ האט אסאך מאל מורא פונם פרעגער און נישט ווייל ער האלט אז דאס איז נישט ריכטיג

די אלע סטעטמענטס זענען מער ווייניגער אלעס וואס האדמו'ר מסאטמאר מהר'א האט געזאגט דורך אויס די יארן נאר מען האט צוגעלייגט א בילד דערצו

#עס איז גארנישט אייגענס
איך ווייס נישט צו מהר"א האט שוין אמאל גערעדט להלכה סא וואס הייסט ער זאגט אים נאך?
ער האט גערעד די פארגאנגע יאר עטליכע מאל קלארע ווערטער להלכה

לדוגמא

איך וויל אויסשרייען א זעקה גדולה ומרה, דער מצב איז איום ונורא! די גאסן זענען פול מיט פריצות, מיט די פירצה! מ'דארף וויסן ס'איז אן איסור גמור פאר א אשה נשואה, א פארהייראטע פרוי, אז זי זאל אויסקוקן ווי א מיידל.
1698690162086-b95f1e5f-0468-49ae-a789-ea46011ac085_1.jpg
1698690162086-b95f1e5f-0468-49ae-a789-ea46011ac085_1.jpg (155.17 KiB) געזען געווארן 533 מאל
49ae-a789-ea46011ac085_1.jpg[/attachment]
פיילס
1698690162086-b95f1e5f-0468-49ae-a789-ea46011ac085_2.jpg
1698690162086-b95f1e5f-0468-49ae-a789-ea46011ac085_2.jpg (177.7 KiB) געזען געווארן 533 מאל
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 5033
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 8758

Re: שייטלען אמאל און היינט

פאוסט דורך דער תהלים איד »

@מסתמא פשוט כדי שלא יאמרו: איך בין טרוד מאוד אבער איך לויף נישט אוועק.

כ'וועל דורכליינען דיינע נקודות לכשאפנה און צוריקקומען.
אוועיטער
שמח
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3102
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 21, 2023 3:25 am
x 3510

Re: שייטלען אמאל און היינט

פאוסט דורך שמח »

PSX_20231029_213911.jpg
PSX_20231029_213911.jpg (148.49 KiB) געזען געווארן 458 מאל
page_1-01.jpeg
page_1-01.jpeg (215.31 KiB) געזען געווארן 457 מאל
ס'האט מיר געכאפט

קען זיין עס איז שוין געווען איך האב עס נישט באמערקט דא
איך האב עס צאמגעשטעלט פון א צעטיילטע ווערסיע דעריבער איז עס אביסל נישט מסודר
פאר נייעס, אפדעיטס, סעיפטי טיפס א.ד.ג. דורך ''מצילי אש דראקלענד'' צו באקומען אויף אימעיל דריקט דא זיך איינצושרייבן.
----------
מצילי אש דראקלענד-845.426.9111
הלכות מניעת דליקה בשבת קודש
אוועיטער
נקודות טובות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1555
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
x 3501

Re: שייטלען אמאל און היינט

פאוסט דורך נקודות טובות »

שמח האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 31, 2023 1:43 am PSX_20231029_213911.jpg
page_1-01.jpeg
ס'האט מיר געכאפט

קען זיין עס איז שוין געווען איך האב עס נישט באמערקט דא
איך האב עס צאמגעשטעלט פון א צעטיילטע ווערסיע דעריבער איז עס אביסל נישט מסודר
זייער שיינע מארקעטינג, באמת! ס'איז שוין טאקע געווען דא, אבער שוין.

יעצט לאמיר נאר אריינקלערן אויב איז מצד הלכה דא א פראבלעם אנצוטוהן אזא קאפל....
מצד השקפה, זאל יעדער האבן זיין אייגענעם מיינונג....
ווען איר ציטירט א לענגערע פאוסט ביטע באניצט אייך מיט'ן ספוילער
אוועיטער
איד
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 467
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:56 am
x 472

Re: שייטלען אמאל און היינט

פאוסט דורך איד »

אויב איינער קען ברענגען ביטע די לשון פון די מג"א ביטע
(ס'איז מיך אינטערסאנט אז מברענקט דא אראפ לשונות פון אזוי פיל פוסקים, און פון די מג"א אונזער פוסק אחרון ברענגט מען נישט)
תינוק הבורח
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 401
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 9:03 am
x 295

Re: שייטלען אמאל און היינט

פאוסט דורך תינוק הבורח »

איד האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 31, 2023 10:58 pm אויב איינער קען ברענגען ביטע די לשון פון די מג"א ביטע
(ס'איז מיך אינטערסאנט אז מברענקט דא אראפ לשונות פון אזוי פיל פוסקים, און פון די מג"א אונזער פוסק אחרון ברענגט מען נישט)
וכ"ש שער נכרי' וכו'. כצ"ל וכ"ה בש"ע ד"ו וכ"כ בשלטי גיבורים דמותר לכתחלה כדאיתא במשנה פ"ו דשבת יוצאה אשה בחוטי שער וכו' דלא כבאר שבע שחולק עליו והאריך בסוף ספרו בדברים דחוים עסי' ש"ג ס"ד:
אוועיטער
שמח
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3102
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 21, 2023 3:25 am
x 3510

Re: שייטלען אמאל און היינט

פאוסט דורך שמח »

נקודות טובות האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 31, 2023 9:09 am
שמח האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 31, 2023 1:43 am PSX_20231029_213911.jpg
page_1-01.jpeg
ס'האט מיר געכאפט

קען זיין עס איז שוין געווען איך האב עס נישט באמערקט דא
איך האב עס צאמגעשטעלט פון א צעטיילטע ווערסיע דעריבער איז עס אביסל נישט מסודר
זייער שיינע מארקעטינג, באמת! ס'איז שוין טאקע געווען דא, אבער שוין.

יעצט לאמיר נאר אריינקלערן אויב איז מצד הלכה דא א פראבלעם אנצוטוהן אזא קאפל....
מצד השקפה, זאל יעדער האבן זיין אייגענעם מיינונג....
דער געדאנק איז מיר זייער געפאלען.

שרייב פאוסט