דער תהלים איד האט געשריבן: ↑מאנטאג אקטאבער 30, 2023 8:09 am
@מסתמא לאמיר גיין אביסל ווייטער.
דיין גאנצע ערשטע האלבע פאוסט מיט מקורות להיתר פאה נכרית, זענען ממש אלע בלויז אזעלכע וואס צייכענען צו דעם רמ"א אויפ'ן דף אין סימן ע"ה בנוגע קר"ש פונקט ווי אייגענע האר חוץ לצמתן. קיינער פון זיי שרייבט נישט להיתר צו גיין פאה נכרית ברשות הרבים, אויסער דער מג"א.
איי זיי זענען נישט מעיר אז דער שלטי גיבורים איז נישט אזוי פשוט? ערשטנס, ס'איז דא גדולי הפוסקים וואס לערנען אז אפילו דער שלטי גיבורים רעדט נאר אין חצר. און 'יוצאין' מיינט לחצר. מיט דעם ווערט דער שלטי גיבורים מער פארשטענדליך מיט די משנה וואס רעדט פון אייגענע האר אויך.
צווייטנס, ס'איז דא פון די וואס מ'זעט יא ממש קלאר אז אין אבן העזר שרייבן זיי אנדערש! לאמיר נישט רעדן פונעם באר היטב, וואס אסאך לערנען ארויס פון זיינע ווערטער אין אבה"ע אז ער לערנט פשט אינעם שלטי גיבורים נאר לחצר, ווייל אז נישט שטימט נישט די אנהייב וואו ער נעמט אן דעם ירושלמי אז ברשה"ר איז אלעס אסור לגמרי, עיי"ש, נאר לאמיר גיין אפילו צוויי וואס דו שרייבסט מיט אזא פשטות אז זיי זענען פון די מתירים, און דער מציאות איז גאר פארקערט... זיי זענען א ראי' אז ס'כמעט נישטא קיין מתירים.
מחצית השקל:
יא, אין או"ח סי' ע"ה צייכנט ער אויך צו דעם דין ביי קר"ש. יעצט לאמיר גיין זען וואס ער אליינס שרייבט אין אבן העזר!
סימן כא סעיף ב, בית שמואל ס”ק ה, ד”ה ושם כתבתי:
ולענין אשה נשואה להתקשט בפאה נכרית הנה בשלטי הגבורים וכו’, אבל הבאר שבע כתב לדחות וכו’, והעלה לאיסור, דהיאך יעלה על הדעת להתיר בפאה נכרית שיהיה נראה לחוש הרואה לטעות ולהחשיב הפאה נכרית לשער עצמה וגו’, וגם בהגהות הש”ס לרבי יעקב עמדין היעב”ץ בנזיר שם כתב לדחות וכו’, וכן בעצי ארזים, וכו’, ועיין ישועות יעקב. וכו’. עכ”ל.
יעצט, איך גיי נישט רעכענען דעם מחצית השקל צווישן די אוסרים, ווייל ער פירט נישט ממש קלאר אויס וועמען ער נעמט אן להלכה, אבער ער ברענגט פשוט אראפ אז דער שלטי גיבורים ווערט אפגעפרעגט, ער ברענגט אראפ אלע ריזן חולקים מיט זייער סברא אז וויבלאד מ'זעט נישט קיין חילוק איז עס די זעלבע ערוה.
איי אין סי' ע"ה ברענגט ער דעם שלטי גיבורים כאילו ער נעמט עס אן? אה... טאקע מכאן ראיה אויף אלע אחרונים!... ער נעמט עס נאר אן לגבי קר"ש, אז ס'הייסט נישט קיין ערוה פאר די מאן. וזהו.
ברוך טעם:
די זעלבע איז מיט'ן ברוך טעם. דער הייליגער דברי חיים איז נישט געווען קיין בעל דמיון ח"ו און אויך נישט קיין פאפער ח"ו! נאר אן איש אמת! און אז ער ברענגט אז ביי זיין שווער דער ברוך טעם אין מדינת מעהרין איז נישט געווען בנמצא א שייטל, און ער דערמאנט בכלל נישט אז דער ברוך טעם איז גאר א מתיר, איז א דבר פשוט אז ס'איז נישט עולה על הדעת געווען אז דאס וואס ער ברענגט דעם שלטי גיבורים לענין קריאת שמע מיינט עפעס בנוגע פאה נכרית ברשה"ר. און טאקע ווע דו קוקסט אריין אין זיין לשון אין סי' ע"ה זעסטו עס זייער קלאר אז ער רעדט נאר לגבי קר"ש.
ערשטנס דער בית שמואל איז נישט דער מחצית השקל, דער בית שמואל איז ר’ שמואל פון פיורדא דייטשלאנד און דער מחצית השקל איז געווען ר’ שמואל קאלין פון מעהרען (היינט טשעכיי) בזמן החת”ס.
----------
בשאילות יעב”ץ בחלק ב’ סימן ח’ וז”ל:
ובמקומי אני עומד אטו מהר”י פאדווא ובאר שבע קטלי קנא נינהו, איברא רב גובריהו ונפיש חיילייהו ובפרט שהם מחמירים וכו’
ואפשר לומר שגם דעת בהג”א בשו”ע כך הוא שלא התירה משום ראיית ערוה אלא לבעלה ולעולם בשוק יש איסור אפילו בפאה נכרית בגלוי וכן עיקר לענ”ד דלא עדיפא פאה נכרית מקלעתה דבשוק אסורה ממידת יהודית כדאיתא בהמדיר וכו’
(אין אנדער ווערטער דער יעב”ץ איז מחדש א חילוק אז ראיית ערוה איז נישט דא ביי א שייטל צו איר מאן משא”כ די פרוי’ס אייגענע האר צו איר מאן.
און ברשות הרבים איז דא א צווייטע פראבלעם מיט א שייטל אלץ דת יהודית) ע”כ.
איז אזוי, קודם זעהט איר דאך קלאר אז דער יעב”ץ בויעט זיין עיקר איסור אויף די מהר”י מינץ און דער באר שבע און דאס נעמט ער אן להלכה אפילו נגד הרמ”א. נאכדעם וואס ער איז זייער קלאר וואס ער האלט להלכה קלערט דער יעב”ץ בדרך אפשר ממש צו איינזעצן גאר דאס גופא אינעם רמ”א.
יעצט די דאזיגע חילוק ישוב בדברי הרמ”א איז זיך נישט סובל אינעם שלטי הגיבורים ווייל דער שלטי הגיבורים זאגט דאך קלאר אז ער רעדט ברשות הרבים און נישט נאר בפני בעלה, אן אלגעמיינע היתר, גארנישט תלוי אין קרי”ש, ער רעדט בהלכות שבת.
אט דער דאזיגער שלטי הגיבורים ווערט אראפגעברענגט אין דרכי משה סימן ע”ה און נאכדעם אין שו”ע רמ”א שטייט דארטן קלאר די מקור טאקע צו אט דער הגהות אלפסי (דער שלטי הגיבורים).
אין דרכי משה סימן ע”ה שטייט דאס לשון וז”ל: עיין לקמן סימן ש”ג כתבתי בשערות תלושות שלובשות נשים כדי שתראה בעלת שער אינן ערוה ע”כ און אין סימן ש”ג בהלכות שבת ברענגט דער דרכי משה טאקע אויכעט אראפ אט דעם שלטי הגיבורים (הגהות אלפסי).. גארנישט תלוי מיט קרי”ש בפני בעלה נאר מיטן ארויסגיין דערמיט ברשות הרבים. סאיז ברור כשמש אז די דברי היעב”ץ זענען זיך נישט סובל אינעם רמ”א גופא אויכעט נישט אויב נעמט מען צוזאמען די דברי הרמ”א בענין פאה נכרית און מזעהט וואס ער האלט.
לסיכום, צו אראפברענגען סיי וועלכע מפורש וואס ברענגט אראפ דעם שלטי הגיבורים להלכה למעשה און דערביי אריינדרוקן אין יענעמס ווערטער תנאים... אן דעם וואס יענער מפורש אליינס זאל צולייגן סיי וועלכע תנאים קלארערהייט אז די דברי שלטי הגיבורים וואס ער ברענגט נאך זענען נאר נוגע ברשות היחיד אדער נאר בפני בעלה אדער נאר לענין קרי”ש, אזאנס צו זאגן איז א דוחק גדול מאוד מאוד ממש שאין הדעת סובלתו.
ואגב, אויב זאלן מיר זאגן אז דאס וואס דער רמ”א ברענגט אראפ די דברי שלטי הגיבורים איז נאר געזאגט געווארן לענין קרי”ש און נישט לענין צניעות, אזויווי דער יעב”ץ וויל טאקע זאגן מיטן טענה אז פארוואס ברענגט עס נישט דער רמ”א אראפ אין אבה”ז סימן כ”א סעיף ב’ וואס דארטן איז די מקור פון איסור פרועת הראש פאר אן אשת איש.
די קשיא איז טאקע גאר א פיינע קשיא אבער מה אעשה אז אלע אלע אחרונים האבן דאס יא צוזאמענגעשטעלט אלץ איין זאך. די גאנצע היתר פון גילוי שערות ביי מיידלעך וואס די אחרונים (ב”ח, חלקת מחוקק, דגול מרבבה, בית שמואל, באר היטב) ברענגען אראפ דארטן און זענען עס גאר מדחיק דארטן בדברי המחבר, דאס אלעס שטיצט זיך בלויז נאר אויף אונזער מחבר דא אין סימן ע”ה הלכות קרי”ש די מושג אז א מיידל מעג גיין מיט אויפגעדעקטע האר... און פון דא אין הלכות קרי”ש לערנט מען ארויס די היתר אויף רשות הרבים און בפני כל אדם... (בעצם איז דאס געבויט אויף די דברי הראשונים בהלכות קרי”ש, מרדכי, רא”ש, הגהות מיימונית) זעהען מיר דאך קלאר אז די פשטות האחרונים איז אז סאיז נישט פארהאנען קיין שום חילוק פון הלכות קרי”ש אין או”ח סימן ע”ה און אבה”ז סימן כ”א ובה זה ולימד על זה! ועוד, אז דא ביי קרי”ש איז לא עלה על דעת האחרונים צו מחלק זיין צווישן רשות היחיד און רשות הרבים לגבי גילוי הראש ביי מיידלעך!
סאיז ברור כשמש אז דברי היעב”ץ הם מחודשים מאוד מאוד פאר אונז נאכצוזאגן.
און דא נאט אייך די אטאם באמבע... דער יעב”ץ אין אהע”ז נעמט טאקע יא אן דארטן דעם מחבר כפשוטו און אסר’ט טאקע אויכעט מיידלעך צו גיין אויפגעדעקט די האר נגד מנהג בני אשכנז מדור דור ונגד רוב האחרונים, טאקע ווייל ער איז דער איז דער איינציגסטער וואס איז מחלק צווישן קרי”ש און צניעות.
איז אויב ווילט איר גיין לויט דעם מחודש’דיגן וועג און מחלק זיין צווישן הלכות קרי”ש און הלכות צניעות דאן טארן מיידלעך נישט גיין מיט קיין אויפגעדעקטע האר.. פון דאס אלעס איז קלאר אז די פשטות האחרונים לערנען נישט אזוי פשט כלל וכלל.