די פארטי איז אווער!

געשמאקע שמועסן על דא ועל הא
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2699
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 7446

די פארטי איז אווער!

פאוסט דורך פופציגער »

טייערע חברים וידידים, שמעו נא רבותי.

היינט לאמיר אויפברענגען א טעמע, דאסמאל אן ערנסטן טעמע, און יעצט מיין איך עס טאקע ערנסט...

די שארפע גערוכן פון וויין און שעמפעין פילט אן די לופט. ליידיגע פלעשער און האלב אויסגעטרונקענע גלאזן אויסגעשפרייט איבעראל. שיריים פון די שווערע שטיקער פלייש און רייכע צושפייזן טרעפן זיך ביי די זוימען פון די לעהרע טעלערס אויף די טישן. איבערבלייבענישן פון טייערע טארטן און געטראנקען וואו אימער. אבער דער זאל איז שטיל... דא דארט זעט מען עמיצן נאך אזוי האלב פארשלאפן אינמיטן זיך אויסניכטערן פונעם פארטי, און אצינד האלטן שוין רוב באטייליגטע ביי די שושן פורים סטייל נאכווייען...

וועקט אייך אויף אידן! די פארטי איז אווער! ס’שוין מוצאי לכל השיטות!

***

מיר געדענקען גוט די זיבן זאטע יארן. די פאר יאר פאר קאראנע (אינטערסאנט דער געשאפענער טיילונג פון "פאר קאראנע" און "נאך קאראנע", עפעס אזא נאסטאלגישע "דער רבי נאך פארן סטראוק" געדאנק) ווען מען האט געהערט אין די קאווע שטיבלעך און אין די מקוואות אז לעצטנס איז דא גרויס געלט ביים היימישן ציבור, און אחנגע עשירים’לעך יאווען זיך אין די מאסן.

שפעטער, אין די נאך קאראנע צייט, האט עס גענומען א היסטאריש-היסטערישן שפרונג ווייטער, ווען אונזער געמיינדע איז ליטעראליש געווארן פארפלייצט מיט פרישע עשירים אזש ס'שוין געקומען צו א פוינט וואס ס’שוין בכלל נישט געווען אינטערסאנט צו זיין אן עושר און דער מיליאנער האט געשפירט ווי דער עוורידזש אינגערמאן.

אונזערע לעבנס סטאנדארטן האבן זיך געהויבן ווי עס וואלט קיין מארגן עקזיסטירט. יעדע אפגעריסענער אינגערמאן האט געפראוועט שמחות ווי די פארצייטישע נגידים, און פרעכטיגע ווילאס און פאלאצן וואס אמאל איז געווען אחד בעיר איז יעצט געווארן שנים במשפחה.

אלע צוימונגען פון פריער, א שטייגער ווי צמצום הוצאות החתונות א.ד.ג. זענען צעבלאזן געווארן מיט’ן בייזן ווינט, און אויף זייער פלאץ האבן זיך אריינגעשטעלט מיעט בארדס, יוקאנס, און טייערע שטריימלעך.

ווער עס האט נאר געארבעט אין די אינדוסטריע פון לוקסוס און מותרות איז רייך געווארן, און ווער נישט האט געזוכט צו עפענען אזא ביזנעס...

ארגאניזאציעס האבן געמאכט א לעבן, געשארט גרויס געלט און געהאט ווינציג פאר וועמען צו טיילן... דען אפילו די וועלכע האבן נישט געהאט קיין פרנסה האבן געהאט אנעמפלוימענט און ווייסעכוואס נאך.

פעטער שמואל האט געטיילט, און דער באן איז געפארן.

***

ויהי ממחרת.

מיר געדענקען שוין נישט וויאזוי מ’לעבט א נארמאלן לעבן מיט אן איינגעהאלטענעם סטאנדארט, און דא האט דער בראך פאסירט.

מ’הערט רעדן, קומט יא א רעסעסיע, קומט נישט. א באנק קראכט, מארטגעדזש ראטעס פליען ארויף אין ספעיס. אינפלאציע ראטעס איז אין איין יאר געווען ווי אין פרידנסצייטן אין 10 יאר (דאס איז נישט קיין איבערגעטריבענע נומער ווען מ’רעדט פונעם היימישן מארקעט!), א צעמישעניש הערשט, אבער דער קרעדיט קארטל ארבעט נאך - דערווייל.

לעצטנס איז מיר אויסגעקומען צו רעדן מיט א גרויסן אקאונטענט, זאגט ער מיר כהאי לישנא: מיר האלטן נישט פאר א רעסעסיע! מיר זענען נישט אויפ’ן בארג אראפ! מיר זענען אונטן! די עקאנאמיע איז אין דער ערד!

און ער לייגט צו: איך האב קליענטן וואס מיינען נאך יעצט אז זיי זענען גרויסע עשירים, און איך דארף זיי קלארשטעלן אז זיי זענען בעלי חובות!

עס פעלט נישט אויס אריינצוגיין יעצט אין אן אריכות איבער די לעבנסשטייגער און די קאסט פון לעבן ביי אונז, אבער די פשוטע ציפערן שרייען און מאנען.

אויסצוהאלטן א שטוב מיט קינדער אויף די בעיסיק סטאנדארטן, אן קיין לוקסוס, קאסט פיל מער ווי דאס וואס רוב כלל ישראל פארדינט! און דאס איז נאך איידער מען רעדט פון הוצאות פאר א שמחה.

און איך רעד דירעקט נישט קיין ציפערן, ווייל אויף ציפערן קען מען אנהייבן דעבאטירן. איך רעד פשוט פאקטן. אדרבה, פרעגט אייך נאך. און אויב ווילט איר הערן מער אפן; קוקט אריין אין אייער אייגענעם בודזשעט!

***

עטוואס, דא און דארט, האט זיך שוין אנגעהויבן דערקענען די שפאלטן אין די גאלדענע אייז. מ'זעט שוין יא ווי געוויסע טרעטן אראפ פונעם אויפגעריסענעם לעבנסשטייגער, געוויסע פון אנערקענונג צום מציאות, אבער מער טוען עס געצווינגענערהייט... דער קרעדיט קארטל פייפט און בלינקט...

דער אקאונטענט הנ"ל האט מיר געעפנט די אויגן אז דער מצב טויג נישט, און איך האב אנגעהויבן אביסל טון קליינע פארש ארבעט וואס האט מיר אנטפלעקט דעם בילד מיט די ריכטיגע קאלירן.

איז מיר אויסגעקומען צו רעדן מיט א קאנטראקטער, איינער וואס איז גאר סוקסעספול אין זיין ליין און איז באמת א שיינע בעל פרנסה נאך פון פאר די קאוויד צייטן... זאגט ער מיר די ווערטער "איך האב נאך אפאר אלטע דזשאבס וואס איך ענדיג יעצט, און ווי עס קוקט אויס גיי איך זיך צוריקזעצן אין כולל ביז אפאר וואכן... נישטא קיין ארבעט!"

און ער זאגט מיר נאכמער, אז אפילו די דזשאבס וואס ער האט יא, איז ביטער די מצב... מענטשן האבן באשטעלט רענאוואציעס און שיינע אויפרייסערישע עקסטענשאנס צו זייערע הייזער ווען די גרויסע געלטער זענען געליגן אין באנק אקאונט, אבער יעצט ווען עס קומט צו באצאלן איז דאס געלט שוין א פארגאנגענהייט... דאס ברענגט אז דער קאנטראקטער באקומט נישט באצאלט, ער קען נישט צאלן קיין סאב'ס און קיין ארבעטערס, און אזוי זענען דא א גאנצע קייט אנזעצערס אויף יעדע דזשאב וואס איז נאך יא דא.

א צווייטע פירמע, איינער וואס מאכט א געוויסע שיינע דעקארירונג פאר הייזער זאגט מיר אז א יאר צוריק האט ער נישט געקענט נאכקומען די ארבעט. יעצט האט ער נאך איין ביהמ"ד וואס ער ענדיגט א דזשאב און נאך איין הויז וואס ער ווארט יענער זאל באשטעטיגן אז ער האט שוין געלט צו גיין ווייטער, און פון דא און ווייטער קוקט נישט אויס ווי ס'דא ארבעט.

דער גראסערי מאן זאגט מיר מיט פשטות "יא, א נייע זאך... מענטשן האבן אנגעהויבן קוקן פרייזן און קאמפעירן אייטעמס".

א ריעל עסטעיט אגענט דא ביי אונז אין שטאט זאגט אז 2 יאר צוריק איז זיין דזשאב געווען א מחי'... יעדע הויז פאר יעדע פרייז איז געגאנגען... היינט צוטאגס רוקן זיך זאכן שווער און קרעכצעדיג.

א יערליכע חתן תורה קויפער זאגט מיר אז פאריאר איז ער געלאפן פון איין מנין צום צווייטן (ביי די קליינע מנינים אין ביהמ"ד הגדול) און נישט געקענט קויפן ווייל די נייע יוקאן באזיצער האבן געריסן פרייזן אין די טויזנטערס... היי יאר האט ער פאר'ן פרייז וואס ער האט געטראפן פאריאר געקענט קויפן עטליכע שטיק רואיגערהייט...

און אזוי קען איך אויסרעכענען נאך א רייע פירמעס מיט וועמען איך האב פערזענליך גערעדט פון פון יעדן געהערט דאס זעלביגע. דער פארטי איז אווער!!

***

אבער... דא קומט דער אבער...

פון וויסן אז מיר זענען אין א גרוב דערזעט מען זיך נאכנישט אידרויסן...

ניין. איך האב נישט קיין עצה דערווייל, איך ווייס אז עסקנים זיצן און זענען מטכס עצה דערוועגן, אבער איך בין נישט פון די עסקנים. איך בין א פשוט'ער אינגערמאן וואס איז מיר אויסגעקומען צו הערן דאס, און איך האלט ס'זייער וויכטיג צום ערשט צו ברענגען אן אויפפאכונג און עס זאגן און איבערזאגן נאכאנאנד קלאר און גראפיש: דער מצב איז אנגעזעצט!!

און וואס מיר קענען טון, איז יעדער זאל זיך אנגארטלען מיט זיין כח היחיד און ביי זיך פרובירן צו זען וואו ער קען אראפרוקן די הויכע סטאנדארטן.

לאמיר אויסנוצן אונזער פלאטפארמע און זיך צונויפשמועסן, און אדרבה, אויב האט איינער וואס צו צולייגן און צוצייגן וואו און וואס מען קען טון צו אפהאלטן א קריזיס פון באטרעפן דעם היימישן ציבור, זאל מען אריינקומען עס אויסשמועסן.
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

א פרייליכן תמיד!

נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 5971
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 12982

Re: די פארטי איז אווער!

פאוסט דורך דער תהלים איד »

איך ליין און איך ליין, און איך ווארט אויף די נמשל נוסח @פופציגער, אבער ניין... פלעין... ער מיינט עס ערנסט!

אקעי.

איך האב לעצטנס גערעדט מיט א בעה"ב פון א פיש געשעפט, און ער זאגט מיר "דער מצב ביים עולם איז אין דער ערד". כהאב אביסל געלאכט, ווי איינער זאגט 'יא, ס'איז א סטייל צו רעדן אזוי'. זאגט ער מיר:

ערשטנס, דו ווילסט נישט וויסן וויפיל מכלומרשט נארמאלע כמו-בעלבאטישע אידן צאלן נישט זייער ארדער די לעצטע פאר חדשים! פשוט, אדער אויף לשון וואטסעפפ ליטערעלי, מען צאלט נישט! זיי האבן נישט! - צווייטנס, ס'איז דא א שיינע פראצענט עולם וואס פלעגט ביז לעצטנס זיך לאזן וואוילגיין, און יעדן צווייטן שבת באשטעלן אזא עקסטערע פאר הונדערט דאלאר'דיגע ארדער פאר טייערע פיש'ן אזוי אז 'ס'זאל זיין'... און ס'האט זיך פשוט געענדיגט. ש'טא מער.

יעצט למעשה. איז דא עפעס אינעם טעגליכן סטאנדארט וואס מ'דארף טוישן? וואס מ'קען טוישן?
אוועיטער
אלף טויב
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 144
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 25, 2023 12:44 pm
x 282

Re: די פארטי איז אווער!

פאוסט דורך אלף טויב »

פיינע צייטן קומען! עטליסט פאר מיר!
א רעסעשען איז סך הכל נאך א דריי די רעדל ודו"ק!
אוועיטער
העלדיש
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 275
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 9:10 pm
x 557

Re: די פארטי איז אווער!

פאוסט דורך העלדיש »

ס'איז ווערט א טרער
אוועיטער
מירון
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 735
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 3:21 pm
Location: מאור גליל העליון
x 2298

Re: די פארטי איז אווער!

פאוסט דורך מירון »

יא, אמת די מצב איז נישט פויגעלדיג, אבער נישט פייניגען. מ'קען בערך האלב אדער אפשר רוב מסדר זיין אויב מ'שטעלט זיך צוריק צו די פריערדיגע סטאנדאטן.
מאטאווירט
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 596
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 31, 2023 9:06 pm
x 790

Re: די פארטי איז אווער!

פאוסט דורך מאטאווירט »

מירון האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 19, 2023 4:30 pm יא, אמת די מצב איז נישט פויגעלדיג, אבער נישט פייניגען. מ'קען בערך האלב אדער אפשר רוב מסדר זיין אויב מ'שטעלט זיך צוריק צו די פריערדיגע סטאנדאטן.
לכאורה איז טאקע דאס דער פראבלעם, אז מ'שטעלט זיך נישט צוריק אהין.
פוילע מענטשן ארבעטן דאפעלט....

....און דאפעלטע מענטשן ארבעטן פויל.
מאטאווירט
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 596
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 31, 2023 9:06 pm
x 790

Re: די פארטי איז אווער!

פאוסט דורך מאטאווירט »

ווער געדענקט ווען 3 יאר צוריק איז געווען שווער צו טרעפן א הויז צו דינגען אויף א שבת אין די מאונטעינס? ס'איז געווען א גוט גייענדע אינדוסטריע און עס האבן זיך אפילו געעפנט אפאר קאמפעניס וואס האבן זיך אפגעגעבן דערמיט.
ווייסעך נישט צי איר ווייסט, אבער אויך דער אינדוסטריע איז שוין אפיציעל א טויטער. דאס ארויספארן אויף שבתים און פראווען מיט דזשערקי און טייערע וויינען איז אפיציעל פאריבער.
פוילע מענטשן ארבעטן דאפעלט....

....און דאפעלטע מענטשן ארבעטן פויל.
שרייב מיין קינד
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 284
זיך איינגעשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 3:19 pm
x 161

Re: די פארטי איז אווער!

פאוסט דורך שרייב מיין קינד »

פובליק רעקארדס וואס יעדער קען זען אנליין ,
ארענדזש קאונטי רעקארדס ווייזן אז אין קרית יואל ווילעדזש/פאלם טרי בערך 400 דיפאולטעד מארגעדזשעס די לעצטע פאר חדשים,
מיינט צום ווייניגסטענס 400 אידן האבן פשוט און פראסט אויפגעהערט צאלן זייער חודש'ליכע מארגעדזש פעימענטס , השם ירחם דאס קען אפשטעלן באקומען מארגעדזשעס אין קרית יואל והגלילות , באשעפער זאל האלטען די רעכטע האנט, פון די אנדערע זייט קען גאר ארויסקומען א טובה, וועגן על פי דרך הטבע די אידן וואס ווילן קלאוזען אויף הונדערטער דירות וואס ווערן פארטיג אין די נעקסטע פאר חדשים אין קרית יואל אויף 8 פארצענט אינטערעסט רעיטס גייען עניוועי נישט קענען קאווערן די הויעכע מארגעדזש פעימענטס און בכלל צו קענען קלאוזען צו האבן אזאנע הויעכע פעי סטאבס,
בקיצור 2008 שפילט זיך איבער ,אבער אויף א שטייטערע אופן
אוועיטער
בערל דער פייפער
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 944
זיך איינגעשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 6:24 pm
Location: אין דארף
x 1290

Re: די פארטי איז אווער!

פאוסט דורך בערל דער פייפער »

יאפס א גרויסע ווייטאג, איך האלט עס מיט ביי א נאנטע משפחה מיטגליד מיינער, אבער וואס איז שייך צו טון מער ווי ארויסהעלפן און מיטקרעכטצן?
איך וועל אייך באפייפען
פופציגער האט געשריבן: (קלאפ דיין מויל מיט מאראסטיגע פּאָפּוטשן!
אוועיטער
בערל דער פייפער
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 944
זיך איינגעשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 6:24 pm
Location: אין דארף
x 1290

Re: די פארטי איז אווער!

פאוסט דורך בערל דער פייפער »

מאטאווירט האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 19, 2023 4:38 pm ווער געדענקט ווען 3 יאר צוריק איז געווען שווער צו טרעפן א הויז צו דינגען אויף א שבת אין די מאונטעינס? ס'איז געווען א גוט גייענדע אינדוסטריע און עס האבן זיך אפילו געעפנט אפאר קאמפעניס וואס האבן זיך אפגעגעבן דערמיט.
ווייסעך נישט צי איר ווייסט, אבער אויך דער אינדוסטריע איז שוין אפיציעל א טויטער. דאס ארויספארן אויף שבתים און פראווען מיט דזשערקי און טייערע וויינען איז אפיציעל פאריבער.
אסאך האבען זיך געקויפט/געבויעט אזעלכע גרויסע הייזער מיטן חשבון צו פארדינגען, און יעצט שטייט עס ליידיג מיט גרויסע מארגעטשעס.
איך וועל אייך באפייפען
פופציגער האט געשריבן: (קלאפ דיין מויל מיט מאראסטיגע פּאָפּוטשן!
מאטאווירט
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 596
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 31, 2023 9:06 pm
x 790

Re: די פארטי איז אווער!

פאוסט דורך מאטאווירט »

שרייב מיין קינד האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 19, 2023 4:38 pm פובליק רעקארדס וואס יעדער קען זען אנליין ,
ארענדזש קאונטי רעקארדס ווייזן אז אין קרית יואל ווילעדזש/פאלם טרי בערך 400 דיפאולטעד מארגעדזשעס די לעצטע פאר חדשים,
מיינט צום ווייניגסטענס 400 אידן האבן פשוט און פראסט אויפגעהערט צאלן זייער חודש'ליכע מארגעדזש פעימענטס , השם ירחם דאס קען אפשטעלן באקומען מארגעדזשעס אין קרית יואל והגלילות , באשעפער זאל האלטען די רעכטע האנט, פון די אנדערע זייט קען גאר ארויסקומען א טובה, וועגן על פי דרך הטבע די אידן וואס ווילן קלאוזען אויף הונדערטער דירות וואס ווערן פארטיג אין די נעקסטע פאר חדשים אין קרית יואל אויף 8 פארצענט אינטערעסט רעיטס גייען עניוועי נישט קענען קאווערן די הויעכע מארגעדזש פעימענטס און בכלל צו קענען קלאוזען צו האבן אזאנע הויעכע פעי סטאבס,
בקיצור 2008 שפילט זיך איבער ,אבער אויף א שטייטערע אופן
געוואלד!!

דו כאפסט וואס דער ציפער 400 מיינט?? אין קרית יואל וואוינען נישט קיין 8,000 משפחות, און וויפיל פון די וואוינען אין אייגענע דירות מיט מארטגעדזשעס?

דאס מיינט אז אפילו אויב רעכנט מען אלע קרית יואל'ע איינוואוינער איז עס א חשבון פון אריבער 5 פראצענט!

זענען דיינע ציפערן טאקע קראנט?
פוילע מענטשן ארבעטן דאפעלט....

....און דאפעלטע מענטשן ארבעטן פויל.
טיפע טאשן
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1466
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 10:37 am
x 2287

Re: די פארטי איז אווער!

פאוסט דורך טיפע טאשן »

מען דארף שרייען אויף דעם כאטש ווי מען האט וועגן חתונה הוצאות
צווייזייטיג האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 27, 2023 1:31 pm אז מען קומט ארויף זיך טענה'ן אויף א פובליק פארום דארף מען קודם לייגן שנאת ישראל אין א זייט.
מאטאווירט
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 596
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 31, 2023 9:06 pm
x 790

Re: די פארטי איז אווער!

פאוסט דורך מאטאווירט »

טיפע טאשן האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 19, 2023 4:50 pm מען דארף שרייען אויף דעם כאטש ווי מען האט וועגן חתונה הוצאות
חתונה הוצאות איז טייל פון די זאך דא. ליידער.
מחותנים וויינען אבער גייען אריין אין נעץ ווי דער ביבער.
פוילע מענטשן ארבעטן דאפעלט....

....און דאפעלטע מענטשן ארבעטן פויל.
שרייב מיין קינד
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 284
זיך איינגעשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 3:19 pm
x 161

Re: די פארטי איז אווער!

פאוסט דורך שרייב מיין קינד »

חתונות קען נאר געשען אז מען מאכט נאך רבי יואל ראטה, מען דארף אויסרייסן די זאך פון חתונות לגמרי אז סאיז עפעס א אויפרייס, עס זאל זיין בערך ווי א תקנה בר מצוה , קיין אנדערע עצה איז נישט דא אדער קאראנע חתונות, שטעלן א חופה אין הויף ערב שבת נאכמיטאג, דערנאך מאכן א פרייטאג צונאכטס סעודה אינדערהיים פאר נאר די קינדער פון די מחותנים
מאטאווירט
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 596
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 31, 2023 9:06 pm
x 790

Re: די פארטי איז אווער!

פאוסט דורך מאטאווירט »

שרייב מיין קינד האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 19, 2023 4:59 pm חתונות קען נאר געשען אז מען מאכט נאך רבי יואל ראטה, מען דארף אויסרייסן די זאך פון חתונות לגמרי אז סאיז עפעס א אויפרייס, עס זאל זיין בערך ווי א תקנה בר מצוה , קיין אנדערע עצה איז נישט דא אדער קאראנע חתונות, שטעלן א חופה אין הויף ערב שבת נאכמיטאג, דערנאך מאכן א פרייטאג צונאכטס סעודה אינדערהיים פאר נאר די קינדער פון די מחותנים
אדער קען מען צוריקדרייען דעם זייגער מיט 5 יאר ווען מענטשן האבן געזוכט צו חתונה מאכן פאר ביליג.

דאס גיין נאך ביליגער איז שוין א שטאפל ווייטער און האט נישט מיט'ן "יעצטיגן" קריזיס.
פוילע מענטשן ארבעטן דאפעלט....

....און דאפעלטע מענטשן ארבעטן פויל.
שרייב מיין קינד
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 284
זיך איינגעשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 3:19 pm
x 161

Re: די פארטי איז אווער!

פאוסט דורך שרייב מיין קינד »

מאטאווירט האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 19, 2023 5:00 pm
שרייב מיין קינד האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 19, 2023 4:59 pm חתונות קען נאר געשען אז מען מאכט נאך רבי יואל ראטה, מען דארף אויסרייסן די זאך פון חתונות לגמרי אז סאיז עפעס א אויפרייס, עס זאל זיין בערך ווי א תקנה בר מצוה , קיין אנדערע עצה איז נישט דא אדער קאראנע חתונות, שטעלן א חופה אין הויף ערב שבת נאכמיטאג, דערנאך מאכן א פרייטאג צונאכטס סעודה אינדערהיים פאר נאר די קינדער פון די מחותנים
אדער קען מען צוריקדרייען דעם זייגער מיט 5 יאר ווען מענטשן האבן געזוכט צו חתונה מאכן פאר ביליג.

דאס גיין נאך ביליגער איז שוין א שטאפל ווייטער און האט נישט מיט'ן "יעצטיגן" קריזיס.
עס איז נישט דא וואס צוריקדרייען, אלעס קאסט ביטערע שווערע געלטער
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 5971
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 12982

Re: די פארטי איז אווער!

פאוסט דורך דער תהלים איד »

אויב רעדסטו פון חתונות, האט פאסירט א שרעקליכע שרעקליכע זאך, ואין פוצה פה.

די "פערל קייטלעך" זענען ארויס פםון סטייל, און אנשטאט דעם איז אריינגעקומען "פול דיימאנד קייטלעך". דאס מיינט ו פולע סטרינג פון דימאנטן.

מען צאלט דערפאר צווישן 3 און 10 אלפים!!!

ווער? בלוטיגע ארימעלייט! נישטא קיין ברירה! אז נישט וועט די כלה זיין א רחמנות!

איך בין לעצטנס דערפון געוואויר געווארן צוליב א משפחה סיבה, א געלט אקציע סיבה... און ס'האט מיר זייער צושוידערט. שמואל ווידער ע"ה וואו ביסטו??!!! ס'שא שטיל! נישט נאר וואס מען לאזט נאך אלע אמאליגע תקנות, נאר עס וואקסן צו נייע "ריזיגע" ביטערע סטאנדארטן, און גארנישט.
שרייב מיין קינד
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 284
זיך איינגעשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 3:19 pm
x 161

Re: די פארטי איז אווער!

פאוסט דורך שרייב מיין קינד »

דער תהלים איד האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 19, 2023 5:06 pm אויב רעדסטו פון חתונות, האט פאסירט א שרעקליכע שרעקליכע זאך, ואין פוצה פה.

די חורבן איז אז ביליגע זאלן העלפן נישט צופיל ארויס, מען מאכט חתונה ביליג און אנדערע פלעצער ספענט מען ווי גראף פאטאצקי
אוועיטער
מירון
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 735
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 3:21 pm
Location: מאור גליל העליון
x 2298

Re: די פארטי איז אווער!

פאוסט דורך מירון »

שרייב מיין קינד האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 19, 2023 4:59 pm חתונות קען נאר געשען אז מען מאכט נאך רבי יואל ראטה, מען דארף אויסרייסן די זאך פון חתונות לגמרי אז סאיז עפעס א אויפרייס, עס זאל זיין בערך ווי א תקנה בר מצוה , קיין אנדערע עצה איז נישט דא אדער קאראנע חתונות, שטעלן א חופה אין הויף ערב שבת נאכמיטאג, דערנאך מאכן א פרייטאג צונאכטס סעודה אינדערהיים פאר נאר די קינדער פון די מחותנים
מ'דארף נישט גיין אזוי עקסריעם ווי ר' יואל ראטה אדער קאראנע חתונות, ס'איז דא אזויפיל צו שניידן.
שרייב מיין קינד
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 284
זיך איינגעשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 3:19 pm
x 161

Re: די פארטי איז אווער!

פאוסט דורך שרייב מיין קינד »

מירון האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 19, 2023 5:09 pm
שרייב מיין קינד האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 19, 2023 4:59 pm חתונות קען נאר געשען אז מען מאכט נאך רבי יואל ראטה, מען דארף אויסרייסן די זאך פון חתונות לגמרי אז סאיז עפעס א אויפרייס, עס זאל זיין בערך ווי א תקנה בר מצוה , קיין אנדערע עצה איז נישט דא אדער קאראנע חתונות, שטעלן א חופה אין הויף ערב שבת נאכמיטאג, דערנאך מאכן א פרייטאג צונאכטס סעודה אינדערהיים פאר נאר די קינדער פון די מחותנים
מ'דארף נישט גיין אזוי עקסריעם ווי ר' יואל ראטה אדער קאראנע חתונות, ס'איז דא אזויפיל צו שניידן.
סאיז ליידער נישט דא, יעדע ריר קאסט שווערע אלפים ורבבות, די איינציגסטע עצה כעת איז גיין עקסטרים, נישט שניידען , נאר אינגאנצען אפשניידען און אנהייבן פון א
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 5971
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 12982

Re: די פארטי איז אווער!

פאוסט דורך דער תהלים איד »

שרייב מיין קינד האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 19, 2023 5:08 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 19, 2023 5:06 pm
► Show Spoiler
די חורבן איז אז ביליגע זאלן העלפן נישט צופיל ארויס, מען מאכט חתונה ביליג און אנדערע פלעצער ספענט מען ווי גראף פאטאצקי
איך מאך נישט אוועק די ביליגע זאלן, ווייל די נישט-ביליגע זאל ג-ט באהיטן וואס זיי קאסטן!

פרעג דיך נאך. ס'איז האר אויפשטעלנד.
מאטאווירט
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 596
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 31, 2023 9:06 pm
x 790

Re: די פארטי איז אווער!

פאוסט דורך מאטאווירט »

שרייב מיין קינד האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 19, 2023 5:08 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 19, 2023 5:06 pm אויב רעדסטו פון חתונות, האט פאסירט א שרעקליכע שרעקליכע זאך, ואין פוצה פה.

די "פערל קייטלעך" זענען ארויס פםון סטייל, און אנשטאט דעם איז אריינגעקומען "פול דיימאנד קייטלעך". דאס מיינט ו פולע סטרינג פון דימאנטן.

מען צאלט דערפאר צווישן 3 און 10 אלפים!!!

ווער? בלוטיגע ארימעלייט! נישטא קיין ברירה! אז נישט וועט די כלה זיין א רחמנות!

איך בין לעצטנס דערפון געוואויר געווארן צוליב א משפחה סיבה, א געלט אקציע סיבה... און ס'האט מיר זייער צושוידערט. שמואל ווידער ע"ה וואו ביסטו??!!! ס'שא שטיל! נישט נאר וואס מען לאזט נאך אלע אמאליגע תקנות, נאר עס וואקסן צו נייע "ריזיגע" ביטערע סטאנדארטן, און גארנישט.
די חורבן איז אז ביליגע זאלן העלפן נישט צופיל ארויס, מען מאכט חתונה ביליג און אנדערע פלעצער ספענט מען ווי גראף פאטאצקי
נאכאמאל, דאס איז שוין א נעקסטע שטאפל.

צום ערשט, רוק צוריק צו די סטאנדארטן ווי 5 יאר צוריק. ס'וועט טאקע נישט קאסטן ווי 5 יאר צוריק, אבער צענדליגע טויזענטערס ווייניגער ווי היינט!
פוילע מענטשן ארבעטן דאפעלט....

....און דאפעלטע מענטשן ארבעטן פויל.
אוועיטער
מירון
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 735
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 3:21 pm
Location: מאור גליל העליון
x 2298

Re: די פארטי איז אווער!

פאוסט דורך מירון »

שרייב מיין קינד האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 19, 2023 5:08 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 19, 2023 5:06 pm אויב רעדסטו פון חתונות, האט פאסירט א שרעקליכע שרעקליכע זאך, ואין פוצה פה.

די "פערל קייטלעך" זענען ארויס פםון סטייל, און אנשטאט דעם איז אריינגעקומען "פול דיימאנד קייטלעך". דאס מיינט ו פולע סטרינג פון דימאנטן.

מען צאלט דערפאר צווישן 3 און 10 אלפים!!!

ווער? בלוטיגע ארימעלייט! נישטא קיין ברירה! אז נישט וועט די כלה זיין א רחמנות!

איך בין לעצטנס דערפון געוואויר געווארן צוליב א משפחה סיבה, א געלט אקציע סיבה... און ס'האט מיר זייער צושוידערט. שמואל ווידער ע"ה וואו ביסטו??!!! ס'שא שטיל! נישט נאר וואס מען לאזט נאך אלע אמאליגע תקנות, נאר עס וואקסן צו נייע "ריזיגע" ביטערע סטאנדארטן, און גארנישט.
די חורבן איז אז ביליגע זאלן העלפן נישט צופיל ארויס, מען מאכט חתונה ביליג און אנדערע פלעצער ספענט מען ווי גראף פאטאצקי
עקזעקטלי. מ'נוצט נאך כסדר דעם תירוץ איך מאך דאך חתונה אין כרם מנחם/פרדס פיגא/כינור דוד מעג איך מיר ערלויבן א נייעם 5 טויזענט דארלער'דיגע שטריימעל.
שרייב מיין קינד
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 284
זיך איינגעשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 3:19 pm
x 161

Re: די פארטי איז אווער!

פאוסט דורך שרייב מיין קינד »

די איינציגסטע מהלך איז חתונות ווי ר' יואל ראטה/קאראנע,
און דינגען נאר 1 בעדרום אדער סטודיאס פורנישט דירות פאר חתן כלה אזוי ווי ביי די ליטווישע און מאדערענע,
נישט דא קיין אנדערע וועג ,
אלעס אנדערש איז פוילע תירוצים זיך ארויסצודרייען
אוועיטער
וואוילער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3547
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 1:35 pm
x 5603

Re: די פארטי איז אווער!

פאוסט דורך וואוילער »

און יעצט מיין איך עס טאקע ערנסט...
און דו מיינסט אז איינער האט דיך געגלייבט ביז די לעצטע שורה?? :lol:

צום ענין, האפנטליך וועט זיך כלל ישראל אויסלערנען זיך צו האלטן אין די ראמען אפילו ווען ס'גייט גוט.
נוץ דיין געלט צו מאכן קלוגע אינוועטמענט, נישט פארפאטשקענען פאר צייטווייליגע אינטערטעימענט.

דער באשעפער וועט העלפן און ס'וועט קומען גאר גוטע צייטן.
מצילי אש ד'ראקלענד - 24/7 עמערדזענסי ליין - 845.426.9111
לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס!
שרייב פאוסט