פופציגער’ס ברילן: שטריכן פון יו”ט סוכות תשפ”ד

באמת דא א געוואלד צו שרייבן, אבער צייט מאנגלט אביסל.
לאמיר אלזא שרייבן אייניגע שטריכן פונעם יום טוב סוכות העעל”ט.
אל תטוש תורת אמך
א טאג פאר ערב יום טוב פארציילט מיר א אינגערמאן איבער א געוויסן איד ביי אונז אין ביהמ"ד וואס איז מער פון די וועלכע פארנעמען נישט קיין געיאגטע אנגעצויגנקייט און די פיצי ציפעס סטייל ערב יום טוב אטמאספער.
שילדערט יענער איד זיין ערב סוכות פון אפאר יאר צוריק ווען ער האט באשלאסן אז דאס איז עס, דאס בינדן די לולב נאכ’ן זמן מיט פארשוויצטע באקן, נאסע פאות, פארהויכטע גלעזער, און הייזעריגע איבערגעריסענע שטימע בענדער, איז נישט פאר אים.
ער האט שוין א טאג פאר ערב יום טוב אלעס צוגערישט, א ווייסע טישטוך און אפילו די לייכטער צוגעגרייט, די שבת זייגערס אנגעשטעלט און דער מחזור’ל גרייט אויפ’ן טיש. אלעס האט געקלאפט און דער פלאן איז געווען ערב יום טוב גראד נאך חצות צו אריינדייוון אין מקוה און דערנאך בינדן די לולב, און דאן זיצן מיט א רואיגקייט און ענטפאנגען דעם יום טוב מיט א שפאטישן געלעכטער פון די אלע געיאגטע באטשיס.
א מענטש טראכט און גאט לאכט. ערב יום טוב כחצות אויפ’ן וועג צו די מקוה רופט מען פון שטוב אז זיין אינגעלע האט זיך שטארק צעקלאפט און מ’דארף גיין אין שפיטאל אריין.
א לאנגע מעשה קורץ: דער איד איז אנגעקומען אהיים 10 מינוט נאכ’ן זמן, און געבינדן דעם לולב אינעם מסורה’דיגן כאאטישן מצב.
פירט ער אויס מיט א מוסר השכל: אל תטוש תורת אמיך! דיינע עלטערן האבן זיך געפירט צו זיין אנגעצויגן און נערוועז ערב יו"ט און בינדן דעם לולב נאכ’ן זמן, זיי נישט קיין אויבער חכם!!
איך האב אבער נישט דערהערט דעם מעסעדזש...
בעצם בין איך נישט אזא פריע מענטש... אבער היי יאר ערב סוכות אינדערפרי רעדנדיג מיט מיין מוטער עמו”ש אויפ’ן טעלעפאון האב איך איר פארציילט דעם מעשה, אבער אויסגעפירט ווי אן אויבער חכם אז איך גיי עס יא - טיילווייז - באווייזן, און מיין פלאן איז צו בינדן דעם לולב א שעה צום זמן און זיין גרייט צו גיין אין ביהמ"ד (- עפעס וואס באמת איז דאס וואס איך האב געזען ביי מיינע עלטערן; רואיגקייט אינעם ערב יום טוב).
נו נו... ויהי ערב ויהי הויקער, קומט 2 שעה צום זמן, אלעס קלאפט, איך ענדיג אנשטעלן דעם לעצטן שבת זייגער און יעצט לויף מיר אין מקוה, און נעקסט אויף די ליסטע איז בינדן דעם לולב און שוין. פלעין שוין! פארטיג!
איך געב א פלאג איין דעם קראקפאט מיט’ן שבת זייגער, און בום!! א ריזן בליץ שמייסט ארויס פונעם פלאג!
איך הייב זיך אן אריענטירן, זע איך אז מיין קאונטער טאפ איז געווארן אפגעברענט פונעם שטארקן בליץ.
האבנדיג א שכן א לב טוב און אויסגערופענע בעל חסד וואס פארשטייט צו די זאכן האב איך אים אנגערופן פרעגן וואס דאס קען מיינען, ער האט באשלאסן אריבערצוקומען קוקן פונדערנאנט, ווען אויפן וועג צו מיר האט אים א צווייטער שכן אפגעשטעלט אז זיין וואנט איז עפעס זייער הייס...
דאס האט זיך שוין געהערט שרעקעדיג... האמיר גערופן מצילי אש און זיי זענען אראפגעקומען מיט א ריזן קראפט נאך וואס דער שכן האט עקסטער גערופן און זיי זענען זיכער געווען אז דער געביידע איז אט אט אין פלאמען.
א לאנגע מעשה קורץ: אלעס איז ב"ה געווען בסדר, אבער זעמיר געווען פארנומען א שעה מיט די מצילי אש און דאן שאפן א נייעם קראקפאט (על הטוב יזכר מיין שכן הנ”ל וואס הערנדיג אז מיין קראקפאט איז געגאנגען שלאפן איז ער גראד אויפגעשפרינגען פון פלאץ און 3 מינוט שפעטער געווען ביי מיין טיר מיט א קראקפאט!) און מהאמיר געבינדן דעם לולב נאכ’ן זמן...
על כן, מיינע ברידער: אל תטוש תורת אמך!
דאס לעבן ווי א רייד
חול המועד האמיר שוין געהאלטן דעם אל תטוש פאר די אויגן... אויב איז אלע יארן געווען איינגעפירט דעם פאר’רעטעכ’טן מנהג פון גיין כאלעמויד האלטן וועלמיר נישט משנה זיין.
כאפט מען די קינדער און מלויפט צו די סקול ריידס מיט א לשם יחוד צו שטיין אין א ליין און ווארטן שעות צו קענען צאלן 8 דאלער אז די 2 חברה’לעך זאלן קענען זיך ארומדרייען אפאר הקפות מיט א ראסטיגע גרידזשענדע קארעלע.
שטעל מיר זיך אין די ליין און מגייט צוביסלעך, טריט נאך טריט מיט לאנגע הפסקות אינדערמיט. אה, ניין, נישט די ליין ביי די ריידס נאר צו קויפן די טיקעטס.
שטרענגע צעטלעך ווארענען אז דערוואגן זאל זיך איינער צו צאלן מיט א קארטל, א באזונדערע קנס ווערט ארויפגעלייגט! אנדערע צעטלעך דערמאנען מיט אזא כאראקטעריסטישע צימבל אז אויב מיינסטו קענסט באקומען קאטן קענדי מיט די רעגולער טיקעטס האסטו א טעות, נאופ, לא יעשה כן במקומינו, וועסט קויפן עקסטערע סארט טיקעטס פאר קאטן קענדי! כמיין מ’טוט דאס בלויז צו האלטן די זאך פראפעסיאנאל.
האמיר ענדלעך די טיקעטס, כ’פיל ווי אן עושר נאכ’ן כאפן א מציאה און קויפן 8 טיקעטס און אזוי באקומען א גאנצן טאלער דיסקאונט פער טיקעט.
אויפ’ן וועג זיך אומצוקוקן וועלכע רייד מ’גיימיר אינוואדירן פאסירן די פשוט’ע רעגולער מעשיות, מיין אינגעלע כאפט א ראול אווער איבער די דיקע ווייערס וואס ציען זיך איבער’ן שטח קאמפליצירט און געדרייט כאילו דער שטח איז איין גרויסע אטאם באמבע, און מיין מיידעלע מיינט זי ברויך ארויס. מזל טוב.
טרעף איך א חבר מיינער מיט וועמען איך זיץ יעדע נאכט ביים שיעור, און ער רוימט מיר אריין אין אויער דעם סוד אז אויפ’ן גרויסן משולשת’דיגן גליטשער קען מען מאכן אזא ”ביי וואן געט וואן פרי” שווינדל און נאך נהנה זיין דערפון... מ’קען מיט איין טיקעט ארויפשיקן א קינד און מיטגיין מיט’ן קינד באגלייטן בחנם... אזוי קען טאטי כאפן א גליטש בחנם!
נאך א שנעלע אפשאצונג האב איך אים געצייגט אז לכאורה בין איך אויפ’ן סקעיל ווערד דאפלט פון אים, און אומצוויידייטיג האביך געמאלדן אז איך גיי נישט אויף דעם גליטשער סיידן ער לייגט אונטער א גרויסן טרעמפאלין ווייל איך ווייס אז ערגעץ אינמיטן גייט אויסגעפאלן דער זמן מוצאי גליטשער.
מ’הייבט אן ראקן א לעבן, מגייט אויף איין סארט קארעלע וואס פארט גרויזאם שטייט אבער אלע קינדער לאכן און יובעלירן ווי זיבעלעך וואס ווערן געקיצלט אונטערן ארעם, דאן גייט מען צו נאך א רייד וואס פארט נאך שטייטער, און דאן צו עפעס א גראבע רייד וואס מ’זעצט זיך אריין כאילו אין א בויך פון אן עליגעיטער און די רייד פארט און דרייט זיך שטייט ווי א פלעט טייער, דארט אבער האב איך געמוזט מיטגיין נאכן זען מיינע קינדער פאניקן נאך איידער די רייד הייבט זיך אן... גיי ווייס פארוואס.
די ליינס דארט זענען פיינע צייטן... מ’קריגט זיך ארום די קינדער צווישן זיך און די עלטערן קענען נעבעך נישט מאכן שלום ווייל ווען זיי שעמען זיך ווען נישט קריגן זיי זיך אויך... ביסט א מבין? שטיין אין א ליין און ווארטן ווען מיט איין גוטן שטויס פאר יענעם קומט מען אן ערשט?...
ביי איין רייד זע איך איז דא אן עקסטרעם לאנגע ליין, לכאורה עפעס אן אויסטערליש אינטערסאנטע רייד, אבער עה, דארט שטייט פשוט א גוי וואס פירט העפטיגע ויכיחים און ארגומענטן מיט יעדן באזונדער און מוז אפמעסטן יעדן קינד צי מאיז טאקע עלידזשעבל פאר דעם רייד. כזאג דיר צו דער בחור איז בלינד... ער האט גערן אפגעמאסטן 4 פוס הויכע קינדער צו זיין זענען די פארלאנגע 2 אהאלב פיס הויך...
אין אלגעמיין איז אבער פיין געווען, און הלואי וואלטן געווען אזעכע גוטע ריידס מיט אזא געשמאקן סיסטעם ווען איך בין געווען א קינד.
למעשה קומט די צייט צו גיין... דא הייבציך עס עכט אן...
”ניין, טאטי, נאך איין רייד!
אבער אויף יענע טרעין זעמיר אונז נישט געווען!!
כ’וויל גיין נאך איין מאל אויף די קארעלעך!”
און אזוי גייט די גאנצע מערכה א קאראהאד.
שטיי איך און איך בין מסביר בטוב טעם ושווייס ”קינדערלעך, מ’קען נישט מער. כ’ווייס דו ווילסט גיין אויף יענע רייד אבער איך ווייס ס’נישט פאר דיין עידזש! דו גייסט מורא האבן! גלייב מיר שעפעלע”
און נאכ’ן זען די אומבויגזאמע עקשנות האב איך פארשארפערט דעם טאן ”אקעי, אונז זעמיר שוין געווען אויף אלע ריידס וואו ענק קענען גיין! אויב מאיז נישט צופרידן ווייזן ענק מיר אז נעקסטיים זאל איך ענק בכלל נישט נעמען צו ריידס... מ’איז עניוועי נישט צופרידן”
אפאר מינוט שפעטער טרעף איך זיך שפאצירן צו מיין קאר, די קליינע זיסע הענטעלעך כאפן מיר אן פון ביידע זייטן, און איך הייב זיך אן זען און הערן אין שפיגל...
איי איי איי... וויפיל ריידס האבן מיר... וויפיל גוטס באקומען מיר יעדן טאג, יעדע שעה, און יעדע מינוט, פון אונזער טאטע אין הימל...
וויאזוי קוקן מיר אויס ווען מיר רעדן זיך אפ און געבן נישט אפ דעם ריכטיגן דאנק.
וויאזוי קוקן מיר אויס ווען מיר בעטן און רייסן איין אויף עפעס און אונזער ליבליכע פאטער זאגט צו אונז ”קינד מיינס, איך ווייס דו ווילסט עס, אבער איך ווייס אז דאס איז נישט גוט פאר דיר... געטרוי מיר” און אנשטאט דערהערן האבן מיר חלילה טענות.
מיט וואספארא פנים בעטן מיר אויפצומארגנס נאכאמאל צו גיין צו די ריידס...
יא, דער אויבערשטער געבט און געבט, ביי אים איז נישט שייך קיין פרוסטרעישאן, אבער פאסט עס דען פון אונזער זייט זיך אויפצופירן אזוי?
אנשטאט זיך אפרעדן אויף וואס מיר מיינען אז עס פעלט אונז, לאמיר גיין אין א פייערליכע רקידה און דאנקען אונזער גרויסן ליבליכן טאטן אויף זיינע גרויסע חסדים שבכל יום עמנו!
א פרייליכן תמיד, הצלחה מיט שמחה.

נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש
א פרייליכן תמיד!
נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל
א פרייליכן תמיד!
נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל
-
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 54
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 21, 2023 1:11 am
- x 91
Re: פופציגער’ס ברילן: שטריכן פון יו”ט סוכות תשפ”ד
זייער שיין!
ויהי ערב ויהי הויקער... בטוב טעם ושווייס... איך גלייך דיינע אויסדרוקן.......
לעצם הענין האלט איך אז דער משל איז נישט אינגאנצן דומה לנמשל, אבער לאמיר נישט אריינגיין דערין ווייל עס וועט ווערן א השקפה מלחמה... לאמיר לאזן דעם גוטן טעם פון דיין ארטיקל ואין מפטירין אחר אפיקומן.

לא רעב ללחם אלא לקאקאש קעיק
Re: פופציגער’ס ברילן: שטריכן פון יו”ט סוכות תשפ”ד
@פופצי נאדיר אפאר עקסטערע 

לכבוד די שורות
לכבוד די שורות
► Show Spoiler
---------------------------------------------------------------------------------
מצילי אש דראקלענד-845.426.9111
פאר נייעס, אפדעיטס, סעיפטי טיפס אויף אימעיל דריקט דא
----------------------------------------------------------
- בערל דער פייפער
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1025
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 6:24 pm
- Location: אין דארף
- x 1419
Re: פופציגער’ס ברילן: שטריכן פון יו”ט סוכות תשפ”ד
זייער שיין, אשרי ילדתו אייביג נאך א מעשה זעט ער (אין שפיגל) דעם באשעפער...
@פופציגער יישר כח.
@פופציגער יישר כח.
- לאקאלער רב
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 225
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 31, 2023 4:47 pm
- x 414
Re: פופציגער’ס ברילן: שטריכן פון יו”ט סוכות תשפ”ד
פופצי!! ווי וואנט מאור!!!
Re: פופציגער’ס ברילן: שטריכן פון יו”ט סוכות תשפ”ד
איר זענט פון די אידן וואס טיען אויס די ברילן די הייליגע טעג?
זייער גוט!
זייער גוט!
צווייזייטיג האט געשריבן: ↑מיטוואך דעצעמבער 27, 2023 1:31 pm אז מען קומט ארויף זיך טענה'ן אויף א פובליק פארום דארף מען קודם לייגן שנאת ישראל אין א זייט.
- אביסל צו שפעט
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 180
- זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 30, 2023 5:25 pm
- x 108
Re: פופציגער’ס ברילן: שטריכן פון יו”ט סוכות תשפ”ד
פיינע נייעס!

קומט אריין אפגעבן אייער הבטחה,
די עפפ קען נאך היינט זיין פאר פובליק!
דריקט https://abcharity.org/campaign.php?id=544 אפצוגעבן אייער געלט.

- דער תהלים איד
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 6612
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
- x 15267
Re: פופציגער’ס ברילן: שטריכן פון יו”ט סוכות תשפ”ד
פופציגער ארגינעל. לא נס ליחו.
דיין מוסר השכל דאס איז שוין א באנוס. גאר גאר גוט!
און צצחדש פאר דעם פרישן אויסדרוק וואס כהאב אזוי געגליכן... "מסביר געווען בטוב טעם ושווייס".

- חלום חלמתי
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 547
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 1:29 pm
- x 809
Re: פופציגער’ס ברילן: שטריכן פון יו”ט סוכות תשפ”ד
פופצי!!!!!!!
(א אלטע פען נאך פון די אלטע היים.....)
(א אלטע פען נאך פון די אלטע היים.....)
Re: פופציגער’ס ברילן: שטריכן פון יו”ט סוכות תשפ”ד
נאר אזוי ווי פופצי קען! פיינע נייעס!
- באשיינפערליך
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 202
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 1:55 pm
- x 278
Re: פופציגער’ס ברילן: שטריכן פון יו”ט סוכות תשפ”ד
@פופציגער דיין חידוש איז אז האסט שוין געשריבן אומצאליגע ארטיקלען, אבער נאך אלץ האסטו נייע ליינס…
כל מעשיך יהיו לשם שמים - אויך דער לשם שמים זאל זיין לשם שמים.